B"H
🏡

Ikar

שיחת ש"פ נשא ה'תשמ"ו.

א.
ס'איז דער ערשטער שבת נאך "זמן מתן תורתנו" אין חוץ לארץ
(משא"כ בארץ ישראל איז דאס דער צווייטער שבת נאך שבועות),
וואו עס געפינען זיך דער רוב מנין ורוב בנין פון בני ישראל בזמן הזה,
וואס דאס באווייזט אויך אויף דעם מצב ברוחניות הענינים.
ד.ה. אע"פ וואס ארץ ישראל איז "ארץ אשר גו' תמיד עיני ה' אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה" 1,
וואס דאס באווייזט אויך אויף די אידן דארטן וואס על שמם ווערט די ארץ אנגערופן בשם "ארץ ישראל" - פונדעסטוועגן,
לאחרי ווי אידן זיינען געגאנגען אין גלות,
און דארטן אין גלות געפינען זיך רוב מנין ורוב בנין של ישראל,
און "כל מקום שגלו שכינה עמהם...
גלו לאדום שכינה עמהם כו'" 2 - מוז מען זאגן אז ס'איז דא אין דעם א מעלה.

Reader controls and commentary are loading.