B"H
🏡

Ikar

שיחת אור ליום ה' פ' נשא, י"ב סיון ה'תשמ"ו.

א. ס'איז רגיל – מכמה שנים – צו מאכן א התוועדות אין י"ב סיון, דער סיום פון ימי התשלומין פון "זמן מתן תורתנו", און דער טעם (אויף מאכן א התוועדות) איז – בכדי צו מדגיש זיין דער ענין האחדות וואס איז בשייכות מיט "זמן מתן תורתנו" 1 :
מתן תורה איז דאך פארבונדן מיט דעם צוזאמענקלייבן זיך פון כמה אידן צוזאמען,
ביז אז דאס ווערט א תנאי עיקרי אין מתן תורה. וכדאיתא במדרז"ל 2 עה"פ 3 "כי ביום השלישי ירד ה' לעיני כל העם",
אז "אילו הי' ישראל חסרים עוד אחד 4
(אן קיין אונטערשייד ווער דער איינער איז)
לא היו מקבלים את התורה",
ד.ה. אז מתן תורה האט געקענט זיין נאר במעמד כל ישראל.
ביז אז נאך אין די ימי ההכנה צו מתן תורה,
אנהויבנדיק פון ר"ח סיון,
שטייט בהדגשה אחדות כל ישראל –
כמ"ש 5 "בחודש השלישי גו' ביום הזה
(ר"ח 6)...
ויחן שם ישראל נגד ההר",
ד.ה. אז דער עצם צוגאנג און שטיין "נגד ההר",
ההר הידוע,
וואס אויף אים איז די תורה געגעבן געווארן
[וואס אין אלע שמות וואס דער בארג האט,
איז מודגש דער פארבונדצו תורה וואס איז געגעבן געווארן אויף אים (ווי די גמרא איז מבאר אין מסכתא שבת 7 (ובכמה מדרשים 8))],
"תורה אחת" –
האט גע'פועל'ט אויף אידן אז ס'זאל זיין "ויחן שם ישראל"
(דורך זייער פארבונד מיט דעם הר) –
ניט נאר אז אלע אידן זיינען געווען נוכח דארטן סתם,
נאר זיי זיינען געווען נוכח "כאיש אחד בלב אחד" 9
(ווי גערעדט בארוכה בהתוועדויות שלפנ"ז 10).

Reader controls and commentary are loading.