א.
ס'איז ידוע וואס נשיא דורנו,
כ"ק מו"ח אדמו"ר,
האט מפרסם געווען 1,
אז "נוהגים ללמוד בימי הספירה מס' סוטה כו'
[ווארום מס' סוטה האט מ"ט דפים אזוי ווי די ימי הספירה 2]
דף ליום דף ליום",
וואס לפי זה קומט אויס,
אז ביום זה,
נאך ספירת העומר
(וואס מ'האט ערשט געציילט ביי מעריב),
ווען מ'האט געענדיקט ציילן די "שבע שבתות" 3,
תשע וארבעים יום,
איז דאן דער לימוד פון דעם לעצטן דף אין מס' סוטה,
דף מ"ט.
וואס די הוראה של נשיא דורנו האט א שייכות צו כל ישראל,
ווארום אזוי איז דאס בכל עניניו,
אז זיי שטייען אין א תנועה פון "מעלין בקודש" 4,
אז עס האלט אין איין גיין און ארייננעמען אלץ מערער און מערער אידן.
Ikar
שיחת אור ליום ה' – ה' סיון, ערב חג השבועות, ה'תשמ"ו
Reader controls and commentary are loading.