B"H
🏡

Ikar

שיחת מוצאי ש"פ מקץ, ליל זאת חנוכה ה'תשמ"ו.

א. צו פארשטיין דעם ענין המיוחד פון חנוכה – ובלשון רבותינו נשיאינו 1 בכגון דא "להבין ענין חנוכה" – איז ע"פ הידוע 2 אז "שמו אשר יקראו לו בלשון הקודש" (ובפרט ע"פ תורה) איז מהוה ומחי' ומקיים יעדער זאך און גיט ארויס איר תוכן פנימי, איז מובן, אז דער תוכן פון "חנוכה" ווערט ארויסגעבראכט אין דעם נאמען – "חנוכה".
וואס איינער פון די פירושים אין דעם נאמען אין תורה שבע"פ
(וואס מצות חנוכה בכלל איז א מצוה פון תורה שבע"פ,
א מצוה שמדברי סופרים 3)
איז 4,
אז דאס איז ר"ת "ח' נרות והלכה 5 כבית הלל".
איז יש לומר,
אז אין דעם ענין –
"ח' נרות והלכה כבית הלל",
ווערט ארויסגעבראכט דער חידוש פון חנוכה,
וכדלקמן.

Reader controls and commentary are loading.