B"H
🏡

Ikar

שיחת ש"פ תבוא, ח"י אלול ה'תשד"מ.

א.
לכל לראש איז דאס ח"י אלול,
דער יום ההולדת פון דעם בעש"ט און דעם אלטער רבי'ן,
די 1 שני המאורות הגדולים 2 פון אלע אידן 3,
ווי איבערגעגעבן און אזוי איז עס אנגעקומען צו אלע אידן ע"י תלמידיהם ותלמידי תלמידיהם דהבעש"ט ואדה"ז,
ביז כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו,
איז דערפון פארשטאנדיק אז די אלע ענינים פון ח"י אלול זיינען ביתר שאת וביתר עוז ביי תלמידים ותלמידי תלמידים פון דעם בעש"ט און דעם אלטן רבי'ן –
דער ענין וואס זייענדיק דער יום ההולדת פון די שני המאורות הגדולים איז דעמולט מזלם גובר 1 וכו',
מיט די אלע ענינים שביום זה ווי כ"ק מו"ח אדמו"ר זאגט אין זיינע שיחות און אויך אין זיינע פארצייכנטע זאכן
(רשימות),
וואס אפילו "משיחתו של רבן גמליאל כו'" 5 און מהנהגתן של תלמידי חכמים,
לערנט מען אויך אפ ענינים פון תורה.

Reader controls and commentary are loading.