B"H
🏡

Ikar

שיחת אור ליום ב' פ' עקב, "משה עשר באב ה'תשד"מ.

א.
בשעת אידן קלייבן זיך צוזאמען בחמשה עשר באב על מנת אז עס זאל זיין א פארברענגען מיט א התוועדות וכי השייך לזה –
דארף מען אויף דעם ניט זוכן טעמים,
ווארום דאס איז מפורש
(ובאריכות מיט כמה פרטים)
אין תושבע"פ,
אין משנה 1 און אין גמרא,
סיי אין ירושלמי 2 און סיי אין בבלי 3,
אז דער טאג איז א "יום טוב",
און ניט סתם א יו"ט,
נאר "לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב וכיום הכפורים" 1.
וכמובן אז דער פארגלייך פון חמשה עשר באב צו יוהכ"פ,
"אחת בשנה" 4,
באווייזט אויף גודל הענין פון חמשה עשר באב.

Reader controls and commentary are loading.