א.
ס'איז דער שבת שלפני די ימי הגאולה פון י"ב-י"ג תמוז,
וואס מיני'
(פון דעם שבת)
מתברכין כולהו יומין פון שבוע הבא 1,
וואס דער פירוש אין דעם איז אז שבת איז ממשיך ברכה צו די ימי השבוע שלאח"ז,
וכפשטות ענין הברכה –
אז דער מברך בענטשט דעם מתברך אין אלע זאכן וואס ער דארף האבן.
דערפון איז פארשטאנדיק אז וויבאלד שבת איז נוגע און פועל'ט אין די ימי השבוע שלאח"ז,
מוז שבת האבן א שייכות מיוחדת מיט דעם וואס זי בענטשט,
בעניננו –
מיט די ענינים פארבונדן מיט י"ב-י"ג תמוז. ווארום משבת זה דארף מען נעמען די ברכה און נתינת כח צו טאן אלע ענינים פארבונדן מיט י"ב-י"ג תמוז.
Ikar
שיחת ש"פ בלק, ז' תמוז ה'תשד"מ.
Reader controls and commentary are loading.