א.
ס'איז א התוועדות פארבונדן מיט שבת מברכים החודש סיון.
"סיון" איז דער נאמען פון דעם חודש לויט די "שמות החדשים שעלו בידם מבבל" 1,
אבער נוסף אויף די "שמות שעלו בידם מבבל" האט יעדער חודש נאך א נאמען,
ואדרבה —
א נאמען וואס דער חודש האט געהאט נאך איידער ס'איז געווען די ירידה אין בבל,
און אפילו פאר דער כניסה לארץ —
וואס דאס זיינען די שמות
(ע"פ מספרים)
סידוריים פון די חדשים ווי זיי שטייען אין תורה שבכתב:
חודש ניסן איז "החודש הזה לכם ראש חדשים ראשון הוא לכם לחדשי השנה" 2,
דער חודים הראשון,
און די שמות פון שאר החדשים זייינען בהמשך למספר זה —
חודש אייר איז חודש השני,
חודש סיון איז חודש השלישי,
א.א.וו.
Ikar
שיחת ש"פ במדבר, מבה"ח סיון ה'תשד"מ.
Reader controls and commentary are loading.