א.
ס'איז א התוועדות פארבונדן מיט ל"ג בעומר,
ווייל ל"ג בעומר הויבט זיך אן שוין פון ערב ל"ג בעומר אחר חצות
(בתפלת מנחה),
ווי דער אלטער רבי שרייבט בסידורו 1 השוה לכל נפש 2 אז "ערב ל"ג בעומר" איז צווישן די טעג ווען מ'זאגט ניט קיין תחנון צו תפלת מנחה,
ודער אלטער רבי איז דארטן מקדים אז דאס איז "מ"ס"
(=מנהג ספרד),
כידוע די שקו"ט בזה פארוואס שרייבט עס דער אלטער רבי בסידורו השוה לכל נפש
(אויך אשכנזים) 3,
וכידוע די רמזים בזה –
אז דער ר"ת "מ"ס"
(מנהג ספרד)
איז מרמז אויף דער מ"ם וסמ"ך שבלוחות שבנס היו עומדין 4,
ועוד רמזים. אבער עכ"פ –
וויבאלד אז דער אלטער רבי שרייבט עס פארט אין א סידור השוה לכל נפש,
איז מובן אז ס'איז נכון וכדאי אז דאס זאל נתקבל ווערן אויך בא אשכנזים,
ווי מ'זעט בפועל אז ס'איז טאקע נתקבל געווארן בא א חלק פון אשכנזים כו'],
Ikar
שיחת ש"פ בחוקותי, ערב ל"ג בעומר ה'תשד"מ.
Reader controls and commentary are loading.