א.
כמדובר כמ"פ,
אז אע"פ וואס יעדער זמן האט זיין ענין מיוחד בפ"ע,
כמאמרו 1 "כל יומא ויומא עביד עבידתי'",
איז אין אים כלול נאך ענינים בגלוי,
און נאכמער –
בהעלם.
אזוי איז דאס אין זמן און אין כל עניני העולם דערפאר וואס אזוי איז דאס אין תורה,
כמאמר 2 אסתכל באורייתא וברא עלמא:
יעדער אות אין תורה דארף זיין מוקפת גויל 3,
אן אות בפ"ע אפגעשיידט פון אלע זייטן פון שאר כל האותיות,
און אין דעם הענגט אפ די כשרות פון דעם אות און די כשרות פון כל הספר תורה כולה 3. ביחד עם זה איז דאס א תורה אחת,
און דער אות בפ"ע איז פארבונדן מיט שאר כל התורה,
וכמאמר רס"ג
(געבראכט אין חסידות 4,
אויך אין המשך תער"ב 5)
כשאתה תופס במקצת
(בחלק)
מן העצם אתה תופס בכולו,
במילא בשעת מ'איז אוחז ותופס אין איין אות בתורה האט מען דורך דעם כל התורה כולה.
Ikar
שיחת ש"פ אחרי, שבת הגדול, י"ב ניסן ה'תשד"מ.
Reader controls and commentary are loading.