ב) יחידות של קבוצת ברי-מצוה והוריהם שיחיו
א. דער 1 אויבערשטער זאל בענטשן און מצליח זיין יעדערן פון די בר-מצוה,
מיט זייערע פֿאָטערס און מוטערס,
ברידער און שוועסטער,
באבעס און זיידעס און כלל ישראל –
אין אלע ברכות וואס קומען צוזאמען מיט דעם ענין פון בר מצוה,
וואס דעמולט ווערט ער א גדול בכל הפרטים 2,
ומחוייב במצוות 3 –
גיט אים דער אויבערשטער כח עס זאל זיין "בחוקותי תלכו ואת מצוותי תשמורו ועשיתם אותם" 4,
וביחד עם זה גיט דעמולט דער אויבערשטער אים און דער גאנצער משפחה די אלע ברכות,
ווי דערנאך אויסגערעכנט אין דער פרשה,
ביז "ונתתי שלום בארץ" 5,
און ווי רש"י 6 טייטשט אפ אז "שלום שקול כנגד הכל".
Ikar
יחידות אור לטו"ב אדיש
Reader controls and commentary are loading.