די נסיעה זאל זיין כשורה ובהצלחה.
אזוי ווי מ'קומט פון פ' צו,
וואס מיני' מתברכין כולהו יומין 1,
אלע טעג פון שבוע הבא,
אויך היינטיקער טאג,
דער טאג פון דער נסיעה - וואס "אין צו אלא לשון זירוז מיד ולדורות" 2 - איז אין מזרזים אלא למזורזים 3,
א זירוז אין אַן אופן אז איר וועט דארטן מזרז זיין "מיד ולדורות".
בכדי אז ס'זאל האבן אן אחיזה די תורה,
און די תפלה,
און אויך דעם דריטן ענין פון צדקה - וועט מען געבן יעדערן פון אייך:
דעם קונטרס פון ימי הפורים 4,
וואס דעמולט איז "קיימו וקבלו" 5,
און אויך געלט ממעות המדינה וואוהין איר פארט - וויבאלד אז מ'האט דאך גערעדט 6 אז פורים איז אויך מדגיש דעם ענין פון "מדינה ומדינה ככתבה" 7 - אויף אפגעבן דארט לצדקה.
Ikar
ברכה להת' השלוחים שי' לאוסטרליא - י"ז אדר ב' תשד"מ לאחרי תפלת המנחה.
Reader controls and commentary are loading.