B"H
🏡

Ikar

שיחת אור ליום ו' עש"ק פ' וישב, י"ט כסלו ה'תשד"מ.

א.
דער איצטיקער צוזאמענקומען זיך איז דאך
(כידוע ומפורסם)
אין פארבינדונג מיטן יום הגאולה פון דעם אלטן רבי'ן,
דעם בעל התניא והשולחן ערוך.
וואס אע"פ אז די גאולה איז געווען אזוי פיל יארן צווייק
(בשנת תקנ"ט),
איז דאך חל אויף איר דער ענין
(וועלכן מען זאגט אויף כל עניני תורה און אידישקייט בכלל 1)
אז "זאת התורה לא תהי' מוחלפת".

Reader controls and commentary are loading.