B"H
🏡

Ikar

משיחות יום ה׳ פ׳ קרח, בדר״וז תמוז• וש״פ קרח, ג׳ תמוז ה׳תנש״א

א.

ג׳ תמוז איז דער טאג ווען דער רבי דער שווער איז

(אין יאר תרפ״ז - פרז״ת)

באפרייט געווארן פון תפיסה בבית האסורים

("שפאלערקע" אין לעניגגראד)

,

בתנאי אז ער זאל גלייך פארן אין גלות,

אין עיר מקלטו׳ קאסטראמא אויף דריי יארי.

בשעתו האט מען גאך ניט געוואוסט צי דאם איז א גוטע זאר 1 און ווי דאם וועט זיך אויסלאזן

(ווארום הגם אז אן עיר מקלט איז א "קלענערע" תפיסה ווי א בית האסורים,

איז ז־אס אבער פארט א פאר־ שיקונג מיט אלע הגבלות שבזה 4 ,

און ס׳איז נאך געבליבן די סכנה אז מ׳קען חרטה האבן וכו׳)

5 ; אבער דערנאד,

אין

דעם מאג פון י״ב תמוז 4 ,

האט ער

(אין קאסטראמא)

באקומען די הודעה אז מ" באפרייט אים,

און די תעודת החופש וועט מען אים געבן אויף מארגן,

י״ג תמוז,

און דעמולט - בשעת ער איז אינגאנצן בא־ פרייט געווארן - איז נתגלה געווארן,

ווי ג׳ תמוז איז געווען די "אתחלתא דגאולה": נוסף אויף דעם וואס ער איז דעמולט ארויס פון בית האסורים און פארשיקט געווארן אין אן עיר מקלט

(א לייבטערער עונש)

- האט מען זיך דערנאך דער־ וואוסט אז זיין פארשיקונג אין קאסט־ ראמא איז געקומען אנשטאט דעם עונש וואס מ׳האט אים פריער פאר׳משפט אויף היפר החיים ר״ל,

וואס דאם וואלט דאך איינגעשטעלט אין סכנה און אנגערירט -ר״ל - דעם גאגצען המשך הענין פון הרבצת התורה וחיזוק היהדות בכלל און הפצת המעינות חוצה בפרט,

און תמורת זה האט מען פארלייכטערט דעם עונש אוו אים פארשיקט איו גלותי,

ביז אז דאם האט דערפירט אז מ׳זאל אים אינגאנצן באפרייען ביי׳ב־י״ג תמוז.

און צוליב דעם נם איו דער טאג באשטימט געווארף אלס דער "חג הגאולה" מדי שנה בשנה.

שטעלט זיר די אויבנאויפיקע שאלה: וויבאלד אז די גאולה איז דאך געוועו א נס פון דעם אויבערשטן

(וואס דערפאר דארף זיין "יודו לה׳ חסדו ונפלאותיו לבני

ספר השיחות - ה׳תגש״א

אדם״ 5 )

- פארוואס איז דאס לכתחילה ניט געווען א נם בתכלית השלימות,

אז די גאולה שלימה זאל קומען בשלימות בבת אחת,

און ניט ווי ס׳איז געווען בפועל,

אז דאם האט זיר אויסגעשטעלט אין שלבים: פריער די התחלת הגאולה - די יציאה מבית האסורים - בג׳ תמוז

(אבער -מ׳פארשיקט אים אין גלות/ און ערשט כמה ימים לאחרי זה,

די שלימות הגאולה בי״ב־י״ג" 1 תמוז?

נאכמער: אויד נאד י״ב־י״ג תמוז איז ניט געווען די שלימות הנצחון איבער דעם צד שכנגד

(במדינה ההיא/ ווי מ׳זעט בפועל אז עם זיינען דעמולט געבליבן די פארשידענע גזירות אויף די אידן במדינה ההיא ביז אז דער בעל הגאולה האט געדארפט

(כביכול)

פון דארט אוועק־ פארען,

און די מניעות ועיכובים זיינען דארט געבליבן במשך כו״כ שנים לאחרי זה; און ערשט יעצט,

בשנים הכי אחרונות - העכער זעכציק יאר נאך דער גאולה

(בשנת תרפ״ז)

- זעט מען דעם אויספיר פון דער גאולה - די גאולה פון אלע אידן פון יענע מדינה

(וכדלקמן)

.

וואס זיכער איז דער סדר בזה - אז די גאולה איז געקומעו אין שלבים - בהשגחה פרטית,

מיט א טעם בדבר",

ובפרט אז דאם איז פארבונדן מיט דער מאסר וגאולה פון א נשיא בישראל,

און א

גאולה כללית פאר אלע אידן

(ווי דער בעל הגאולה שרייבטי: "לא אותי בלבד גאל הקב״ה בי״ב תמוז,

כי אם גם את כל מחבבי תורתנו הקדושה,

שומרי מצוה,

וגם את אשר בשם ישראל יכונה")

.

ב.

אין דעם טאג פון ג׳ תמוז - פיל יארן פיל דורות פיל פיל דורות פריער -איז געווען א נם: אין דעם טאג" האט יהושע געזאגטי ׳ "שמש בגבעון דום",

און "וידם השמש גו׳ עד יקום גוי אויביו"".

וויבאלד אז אלץ איז בהשגחה פרטית 5 ׳,

ובכל שנה חזר׳ן זיך איבער די ענינים ווי זיי זיינען געווען דעם ערשטן מאל",

דארף מען זאגן אז עם איז זיכער דא א שייכות צווישן די צוויי נסים וואס האבן פאסירט ג׳ תמוז: "שמש בגבעון דום",

און די התחלת הגאולה פון כ״ק מו״ח אדמו״ר

(כדלקמן ס״ז)

7 ׳.

ע״ד ווי די שאלה הנ״ל בנוגע צו ג׳ תמוז

(פארוואס דאס איז לכתחילה ניט געווען א נס באופן פון גאולה שלימה)

,

פאדערט זיך אויך א הסברה בנוגע צו דעם נם פון "שמש בגבעון דום":

וויבאלד אז דא פאסירט א נם,

און אזא גרויסער נס ווי צו אפשטעלן דעם שמש

(וואם דאס איז פון די גרעסטע נסים וואס האבן ווען עם איז פאסירט"׳,

ביז אז דער

יום ה׳ פ׳ קרח,

בדד״ח תמוז וש״פ קרח,

ג׳ תמוז

ו65

פסוק זאגטי׳ "ולא הי׳ כיום ההוא לפניו ואחריו")

בכדי אז יהושע און די אידן זאלן קענען ממשיך זיין די מלחמה דורך זען די אויבים און זיי נאכלויפן

("כי בעת ההיא עמד השמש נוכח גבעון וחשש פן ישקע בעונתו ולא יוכלו לרדוף אחרי האויב באישון הלילה,

ולזה אמר להשמש שלא ילך מהלכו וימתין עוד נוכח גבעון,

במקום שהוא עומד״״ 2 )

- האט דאך דער נס געקענט שוין זיין א נס בשלימות,

אז אנשטאט אפשטעלן דעם שמש בכדי מ׳זאל קענען מלחמה האבן

(בדרך הטבע)

לאור היום,

האט דער נס געדארפט זיין

(ד.

ה.

אז יהושע האט געקענט און גע־ דארפט בעטו בא דעם אויבערשטן)

אז מ׳זאל לכתחילה מנצח זיין אין דער מלחמה

(און בכלל ניט דארפן אנקומען צו אפשטעלן דעם שמש,

אדער באופן אז אויך בלילה זאל מען קענען מלחמה האבן,

ע״ד "ולכל בני ישראל הי׳ אור במושבותם" 21 בעת ס׳איז געווען חושך בא די מצריים,

וכיו״ב)

,

און ווי עס שטייט אין דעם פסוק שלפני זה 22 ,

אז "וה׳ השליך עליהם אבנים גדולות מן השמים גו׳"?

אויך אין דעם עצם נס וואס "ויעמוד השמש״ - יש לחקור אין וועלכן אופן איז געווען דער נס: צי דאס איז געווען נאר בנוגע דעם פרט וואם איז נוגע צו אוים־ פירן תכלית הנם - אז עם זאל בלייבן לייכטן דעם אור השמש

(אור היום/ וואם דערצו פאדערט זיך אז נאר דער

(גלגל ה)

שמש אליין זאל זיך אפשטעלן און ממשיך זיין לייכטן על הארץ

(ועד״ז "וירח בעמק אילוף")

; אדער דער נס איז געווען

אין דעם גאנצן סדר זיינעם

(פארבונדן מיט מהלך השמש/ ד.

ה.

אז דער נס האט אפגעשטעלט אויך די אלע ענינים וואס זיינען פארבונדן מיט מהלך השמש - די סיבות לזה

(מהלך גלגל היומי,

ובמילא -מהלך כל הגלגלים 1 ■ 2 ,

וואם ווערט דורך דעם סיבוב פון גלגל היומי,

"המקיף ומסבב את הכל" 24 / און אויך די תוצאות מזה,

און דער סיבוב פון די גלגלים קטנים אין גלגל השמש עצמו 25 ,

וכיו״ב" 2 .

דער חילוק צווישן די צוויי אופנים איז: צי דאם איז א נם וואם איז משדד -צוברעכט - טבע,

דורך דעם וואס מ׳שטעלט אפ נאר דעם שמש

(וירח)

אליין: אדער א נם וואס פועל׳ט אין דעם טבע השמש,

ובמילא אויך אין דעם גאנצן סדר המהלך הטבעי פון דעם שמש

(פארבונדן מיט מהלך כל הגלגלים)

.

ויש לומר אז דאס איז ע״ד די צווייי 2

ספר השיחות - ה׳תנש״א

סוגים אין נסים" 2 :

(א)

דער נם איז ניט משנה טבע הדבר.

ווי דער נס פון מכת דם,

אז ווען די מים איז מהפך געווארן לדם זיינען זיי פארבליבן אין דעם מהות פון מים,

און ווען דער נס איז נפסק געווארן,

איז ממילא נתבטל געווארן דער שינוי המים לדם.

ובנדו״ד - אז "וידם השמש" איז נאר געווען א נס ביחס צו דעם שמש אליין,

און דערנאך האט זיך אומגעקערט דער סדר הקבוע פון מהלך השמש בתוך מהלך שאר הגלגלים.

(ב)

א נם וואם איז משנה טבע ומציאות הדבר

(ווי דער נם פון "ידו מצולעת כשלג"" 2 ,

וואס נאכן נם איז די צרעת אויפן האנט געווען באופן טבעי)

,

און בכדי צוריקקערן צו טבעו הקודם דארף מען אנקומען צו נאך א נס.

ג.

וי״ל שעד״ז הוא בביאור אויף אן ענלעכע שאלה אין אונזער פרשה -בנוגע צו דעם נס פון "פרח מטה אהרן""'-:

בהמשך צו דעם ערעור על הכהונה פון קרח ועדתו האט דער אויבערשטער גע־ הייסן משה׳ן נעמען א מטה פון יעדער שבט,

"שנים עשר מטות איש את שמו תכתוב על מטהו,

ואת שם אהרן תכתוב על מטה לוי",

"והי׳ האיש אשר אבחר בו מטהו יפרח״".

וכך הוה - אז משה האט אוועק־ געלייגט די אלע מטות "לפני ה׳ באוהל העדות״",

און אויף מארגן - "ויבוא משה אל אהל העדות והנה פרח מטה אהרן

בא׳ מגי אופנים הג״ל.

וע״פ המבואר לקמן נפנים

(שנם זה פעל שינוי בטבע מהלך השמש)

,

אפ״ל שזה הי■ כאופן הב■ או אופן הג׳ הנ״ל.

לבית לוי,

ויצא פרח ויצץ ציץ ויגמול שקדים"" 20 -,

און משה האט ארויסגעטראגן אלע מטות בכדי אלע אידן זאלן דאם זען",

און דער אויבערשטער האט גע־ זאגט" "השב את מטה אהרן לפני העדות למשמרת לאות",

"לזכרון שבחרתי באהרן הכהן כו׳" 5 -.

דארף מען פארשטיין: וויבאלד אז "פרח מטה אהרן" איז געווען א נם בכדי באווייזן אויף בחירת הקב״ה בכהונת אהרן - וואלט געווען גענוג ווען עם וואלטן געווארען פארטיקע שקדים אויף דעם מטה,

וואם דאס וואלט געווען א סימן פאר אידן,

ד.

ה.

אז ס׳איז לכאורה גענוג אז דער נס איז נאר אין דעם פרט וואס איז נוגע צו כוונת הנס

("שבחרתי באהרן הכהן״)

- צוליב וואס האט דער נס פון שקדים געדארפט זיין א צמיחה וגידול בסדר טבעי - "ויצא פרח ויצא ציץ ויגמול שקדים"

(און דאס אלץ האט משה באוויזן אידן״ 22 -)

,

און נאכמער - "למשמרת" ס׳איז געבליבן ניט נאר מטה אהרן און די שקדים,

נאר אויך די פרחים,

ווי די גמרא זאגט" "משנגנז ארון נגנז עמו כו׳ מקלו של אהרן ושקדי׳ ופרחי־"" 23 ?!

איז דער נקודת הענין אין דעם*י: די תכלית און חידוש פון דעם נס איז,

אז הגם וואס א מטה מצד עצמו איז בטבעו ניט שייך צו פריחה און צמיחת פירות,

דאס קען זיין נאר בכחו של הקב״ה

(א נם)

,

פונדעסטוועגן,

האט דער נס אויפגעטאן

יום ה׳ פ׳ קרח,

בדד״ח תמוז וש״פ קרח,

ג׳ תמוז

אין מטה אהרן,

אז ס׳איז געווען און געבליבן ניט סתם אן ענין נסי שלמעלה לגמרי פון טבע,

נאר דאם ווערט פאר־ בונדן מיט דעם טבע המטה.

און דערפאר איז דער אופן הפריחה געווען אין א סדר מבעי

(אבל לא בהגבלת הזמן)

פון צמיחת פירות" 4 : "ויוצא פרח

(כמשמעו 41 )

ויצץ ציץ

(חנטת הפרי כשהפרח נופלי 4 )

ויגמול שקדים

(כשהוכר הפרי הוכר שהן שקדים 41 )

".

[און דאם האט באוויזן אידן,

אז בחירת הקב״ה אין אהרן הכהן איז באופן אז די כהונה ווערט ביי אים זיין טבעיותידיקע מעלה

(וואם בלייבט שטענדיק ביי אהרן ובניו)

]

ועד״ז איז אויך דער ביאור אין דעם נס פון "שמש בגבעון דום",

און דער נם הגאולה פון ג׳ תמוז,

כדלקמן.

ד.

ויש לומר דער ביאור בזה:

חז״ל זאגף 4 אז "כל מה שברא הקב״ה בעולמו לא בראו אלא לכבודו".

ד.

ה.

אז יעדער זאד אין עולם - אע״פ וואם עולם איז מלשון העלם והסתר״ - איז באשאפן געווארן בכדי מגלה זיין כבודו של הקב״ה,

און דאס ווערט אויפגעטאן דורך דער עבודה פון א אידן וואס ער נוצט אוים די עניני העולם לכבודו של הקב״ה.

און דער טעם והכרח אויף דעם איז אויר מרומז אין לשון המשנה "

(כל מה)

שברא חקב״ה": וויבאלד אז דער אויבער־

שטער האט מודיע געווען בתורתו אז ״ברא הקב״ה״ - אז ער האט באשאפן די זאך און מודיע געווען ווי ער האט איר באשאפן,

אז ער האט איר באשאפן אין אן אופן אז ער נעמט כביכול זיינע כתות און צייט

(די ששת ימי בראשית)

צו באשאפן יעדער נברא מיט א כח מיוחד - דער כח פון התהוות יש מאין וואס איז דוקא בבח העצמות 44 ,

ובפרט ע״פ תורת הבעש״ט 45 אז די התהוות הבריאה ווערט נתחדש בכל רגע ורגע מאין ואפס ממש - איז דאם א הוכחה אז דער אויבערשטער וויל אז די נבראים זאלן האבן א שייכות מיט זייער

(כח ה)

בורא

(דער אויבערשטער/ ביז אז זיי זאלן

(קענען)

צוגעבן כביכול בכבודו של הקב״ה,

ווייל אויב ניט שטעלט זיך די שאלה: פארוואס האט דער אויבערשטער בא־ שאפן די וועלט

(ניט אין אן "אפגעטראגע־ נעם" אופן,

אז די בריאה,

למשל,

ווייסט ניט אז "ברא הקב״ה",

און ווייסט ניט דעם אופן שברא,

בעשרה מאמרות 44 וכיו״ב,

נאר)

אין אן אופן אז ער האט "אריינגע־ לייגט" זיין כח

(העצמות)

און זיינע עשרה מאמרות אין דער בריאה,

און נאכמער: פארוואם האט ער באשאפן די וועלט אין אן אופן אז ער איז איר מהוה בכל רגע מחדש - ער האט דאך איר געקענט בא־ שאפן מיט אזא כח חזק,

אז דורך זיין התהוות בפעם הראשונה זאל די וועלט האבן דעם כח צו בלייבן קיים שית אלפי שנין 47 ,

און ניט דארפן אנקומען בכל רגע צו א התהוות חדשה פון דעם דבר ה׳* 4 ?

ספר השיחות - ה׳תנש״א

וי״ל דער טעם אויף דעם,

ווייל עלה ברצונו ית׳ אז יעדער נברא זאל פילן ווי ער טוט אויף

(אדער דורך אים טוט זיר אויף)

א הוספה וחידוש

[וואט דעמולט האט א נברא אן אמת׳ע און שלימות׳דיקע פארגעניגן,

כטבע הבריאה אז "אדם 4 רוצה בקב שלו מתשעה קבים של חבירו"" 5 ]

.

ד.

ה.

אז נוסף אויף דעם וואם ער איז מקיים וואט דער אויבערשטער הייסט אים,

טוט ער אויף כביכול פון זיך א הוספה; וואט איז אן אמת׳ער אויפטו -בשעת ער איז פארבונדן מיט דעם אויב־ ערשטן,

איז ער מגלה כבודו של הקב״ה.

און צוליב דעם האט דער אויבער־ שטער אריינגעגעבן זיין כה הבריאה אין דער וועלט,

ובאופן אז ער באשאפט איר שטענדיק בכל רגע מחדש - ווייל דאם פארבינדט יעדער נברא יעדער רגע מיט דעם אויבערשטן,

אז בכל פרט ופרט ובכל רגע ורגע האט דער נברא דעם כח צו מגלה זיין כבודו של הקב״ה מחדש

(דער דבר ה׳ וואם האט אים די רגע ממש מחי׳געווען מחדש)

51 .

אויב די בריאה וואלט באשאפן גע־ ווארן אין אן אופן אז ער האט כחו של

כללי השכל שנבראו ן" הקב־ה,

וכיון שהוא ית׳ אינו מוגדר בטעמים אלו,

הי׳ יכול לברוא את העולם באופן אחר לגמרי.

וטעמים אלו שייכים רק לאחרי שידענו שעלה ברצונו ית׳ שבריאת והנהגת העולם תהי׳ ע״פ כללי השכל

(ראה ם׳ השיחות תשמ״ח ח״א עי 134 ואילך.

לקו״ש חכ״ז ע׳ 253)

.

הקב״ה,

און דאס איז א כח חזק וראם שטייט לתמיד אדער אויף א משך זמן

(און ווערט ניט נתחדש בכל רגע ורגע)

-וואלט דער גילוי פון כבודו של הקב״ה געווען באופן כללי און אן איין מאליקע זאך.

דורך דעם וואם בכל רגע ווערט יעדער נברא באשאפן מחדש בדבר ה׳,

איז מען מגלה בכל רגע מחדש כבודו של הקב״ה.

לדוגמא: דורך טרינקען וואסער - מאכט א איד די ברבה "שהכל נהי׳ בדברו" 51 ,

און איז דורך דעם מגלה די הוספה וחידוש וואס די וואסער טוט אויף

[ווייל אן די וואסער זאגט ער ניט די ברכה]

בגילוי כבודו של הקב״ה,

"שהכל נהי׳ בדברו"

(דעם דבר ה׳ וואם האט מחי׳ געווען די וואסער מחדש,

און - "שהכל נהי׳ בדברו",

דאס איז מגלה דעם דבר ה׳ בכל הנבראים)

,

און בשעת ער טרינקט וואסער און מאכט נאך א ברכה א זמן שפעטער,

איז דאס מגלה דעם דבר ה׳

("דברו")

החדש וואס קומט דעמולט צו אין אים

(דעם מברך)

און בכל העולם 55

[ועד״ז

יום ה׳ פ׳ קרח,

בדר״ח תמוז וש״פ קרח,

ג׳ תמוז

דורך א ברכה פרטית,

"בורא פרי הגפן" 54 וכיו״ב - דעם דבר ה׳ החדש אין אלע "פרי הגפן" בכל העולם! א.

א1ו.

".

ה.

ע״ד ווי דאם איו בנוגע צו גילוי כבודו של הקב״ה בכללות הבריאה

(טבע! עד״ז איז דאס אויך אין דעם גילוי אלקות דורך נסים: די שלימות הכוונה ברוב הנסים איז,

אז דער נס זאל ניט בלייבן א זאך וואם איז אינגאנצן העכער פאר טבע,

נאר אז דער נס זאל פארבונדן ווערן און דורכנעמען דעם טבע.

עד״ז איז אויר בנוגע צו דעם נם פון ״פרח מטה אהרן״ - אז דער נם

(וועלכער איז געקומען צו מגלה זיין "שבחרתי באהרן הכהן")

האט אויפגעטאן אין מטה אהרן,

אז ס׳איז געווארן און געבליבן פארבונדן מיט דעם טבע המטה,

אזוי אז דער אופן הפריחה איז געווען אין א סדר טבעי פון צמיחת פירות,

מיט דעם גאנצען סדר השתלשלות שבזה,

"ויוצא פרח ויצץ ציץ ויגמול שקדים".

ויש לומר - בלשון החסידות - די שייכות מיט כהונה דוקא: דער 40 אויפטו פון כהונה

(ברכת כהנים)

איז,

אז דאם איז ממשיך פון למעלה מסדר השתלשלות 57 .

ארן דערפאר איז דאם פארבונדן מיט זריזות

("עד מהרה ירוץ דברו"" 5 )

,

וואס מטעם זה איז דער סימן לבחירת הקב״ה בכהונת אהרן אין שקדים דוקא,

ווייל זיי זיינען "ממהרים להגמר יותר מכל הפי־ רות" 5

(בכ״א יום" 6 ,

שנעלער פאר אנדע־ רע פירות)

,

און בנדו״ד איז די מהירות געווען

(ניט בכ״א יום,

נאר)

בתוך לילה" 45 - ווארום זריזות ומהירות באווייזט אויף א המשכה שלמעלה מסדר השתלשלות: א המשכה שבסדר השתלשלות איז "מתעכב ושוהה עד שנמשך ובא למטה שהרי בכל השתלשלות מהיכל להיכל הוא ע״י משפט אם ראוי הוא בו׳",

משא״ב בברכת כהנים ווערט דער שפע נמשך "במהירות דרך כל העולמות באין מונע ומעכב כו׳״ 46 .

לאידך גיסא - איז די המשכה

(במהירות)

שלמעלה מסדר השתלשלות ווערט נמשך "דרך כל העולמות",

ווי ס׳איז מודגש אין דעם נס פון "פרח מטה אהרן",

אז ביחד עם זה וואס דאס איז א נם און געקומען במהירות,

איז דאס פארבונדן און גייט דורך דרך הטבע פון צמיחת הפירות.

ואולי י״ל ולהוסיף,

די שייכות מיט

(פ׳)

קרח דוקא.

ובהקדים,

אז "קרח" און "חקת"

ספר השיחות - ה׳תנש״א

באשטייען ביידע פון די אותיות "חק׳/ נאר אין "קרח" קומט צו א רי״ש,

און אין "חקת" - א תי״ו: בא קרח

(משבט לוי)

איז געווען דער גילוי פון "חק",

למעלה מטעם ודעת ולמעלה ממדידה והגבלה

(כמבואר אין חסידות 67 אז טענת קרח איז געקומען צוליב מעלתו,

"פיקח הי""•/ וואם ער האט געזען דער גילוי שלמעלה ממדידה והגבלה ווי ס׳וועט זיין לע״ל)

; זיין טעות

(בערעור על כהונת אהרן)

איז באשטאנען אין דעם ענין פון "ר׳",

"רש"

(ארעמ־ קייט 64 )

,

וואס באווייזט אז די המשכה

(פון מחשבה ודיבור)

קומט ניט אראם אין סדר השתלשלות

(קרח האט געוואלט פאנאנ־ דערטיילן עליון און תחתון 5 */ ווי אין דעם אות ר׳ וואו עם פעלט דער קו השלישי

(פון אות ה׳)

כנגד 6 •׳ מעשה 7 /

משא״ב אין ״חקת״ - "זאת חקת התורה" - ווערט נמשך פון "חק"

(למעלה ממדידה והגבלה)

אין דעם אות "ת"/ סוף וסיום כל הכ״ב אותיות התורה,

ד.

ה.

אז עם ווערט נמשך אין און דורך גאנץ סדר השתלשלות

(אלע אותיות פון אל״ף ביז תי״ו)

,

אין אלע דריי קוים

(באות ת׳)

פון מחשבה דיבור ומעשה,

און תורה עבודה וגמילות חסדים,

ואדרבה: באופן אז זיי ווערן אלע נתחבר - ווייל בסיום ושלימות העבודה,

ווען מ׳האט די מהירות דקדושה

(פון דער

המשכה שלמעלה מסדר השתלשלות אין סדר השתלשלות/ ווערט דער חיבור יחד פון אלע דריי קוים,

אז פון דעם עליון

(מחשבה ודיבור)

קומט מען גלייך במהירות אין דעם תחתון

(מעשה)

,

אן קיין הפסק ביניהם

(ניט ווי אין דעם אות ה״א“ 6 )

.

און דערפון קומט מען צו דער נקודה מתחתית ה

(קו השמאלי פון)

אות ת׳ -נקודת הביטול,

און א נקודה גדולה

(מיט אורך ורוחב)

,

ד.

ה.

אז דער ביטול גייט צוזאמען מיט דער התפשטות לאורך ורוחב; און דאם קומט בסיום האות -וואם ווייזט אויף שלימות נקודת הביטול בסיום העבודה.

און דורך דעם ווערט אויפגעטאן דעם ענין פון ״חקת״ - אויך מלשון חקיקהי/ וואם ווייזט אויף א המשכה נצחית

(בלי שינוי)

,

פארבונדן מיט ת׳,

כמאחז״ל" 7 "תי״ו - תחי׳״ - ששלימותו חיים נצחיים.

ו.

ע״פ הנ״ל י״ל אין דעם נם פון "שמש בגבעון דום":

די כוונה אין דעם נס איז געווען - ניט ארויסגיין פון דרכי הטבע לגמרי - נאר ווי אין רוב הענינים,

אז דער נס זאל צוהעלפן אין דעם נצחון המלחמה■ 7 וואס איז פארבונדן

(עכ״פ במקצת)

אויר מיט

יום ה׳ פ׳ קדח,

בדו״ח תמוז וש״פ קרח,

ג׳ תמוז

דרך הטבע.

אפילו אין דער מלחמה -וואם איז ״ה׳ נלחם לישראל״יי - האט געדארפט זיין די התלבשות אויך בדרך הטבע.

דעריבער איז ניט געווען א נם וואם האט לגמרי שולל געווען די מלחמה בדרך הטבע

(ע״י יהושע/ גאר א נם וואם האט צוגעהאלפן די מלחמה שלהם: די הכנה והכשרה צו דעם נצחון איז געווען דורך דעם נם פון "שמש בגבעון דום"",

אבער דאם אליין האט ניט אויפגעטאן דעם נצחון.

לאחרי וואם עם האט גע־ לויכטן אור היום הטבעי

(פון אור השמש)

",

האט יהושע און די אידן גע־ דארפט נאכלויפן און מלחמה האבן מיט די אויבים בדרך הטבע.

ועפ״ז אולי יותר מסתבר זאגן,

אז דער נם עצמו

(פון "שמש בגבעון דום")

איז געווען אין אן אופן וואס איו פארבונדן מיטן טבע פון מהלך השמש

(אופן שני הנ״ל ם״ב)

- און דאס האט אפגעשטעלט ניט נאר דער שמש וירח,

נאר אלע כוכבים ומזלות,

און דעם מהלך פון דעם גלגל היומי בכלל,

און אלע גלגלים וואם זיינען פארבונדן מיט מהלך השמש.

[ויומתק ע״פ דעם ביאור אין חסידות" אין אמירת יהושע "שמש בגבעון דום וירח בעמק אילון",

אז דורך אפשטעלן דעם מהלך השמש ולבנה

(זייער השתחוואה

וביטול")

,

וואס דאם איז דורך פועל׳ן אויפן שמש ״דום״ מלומר שירה״” - האט יהושע געוואלט מבטל זיין די השפעה צו די אומות העולם

(מיט וועלכע אידן האבן דאמאלס מלחמה געהאט)

וועלכע דינען דעם שמש וירח

(וכוכבים ומזלות/ און דורך דעם - ווערט אויך אויפגעטאן ב־ נצחון המלחמה.

וואם לויט דעם לייגט זיך נאכמער צו זאגן אז מיט "שמש בגבעון דום" האט זיך אפגעשטעלט דער מהלך ניט נאר פון שמש וירח נאר אויר פון נאך כוכבים ומזלות

(אין די אנדערע גלגלים)

]

.

ז.

ועד״ז אולי י״ל איז אויר די הסברה אין דעם נם הגאולה פון ג׳ תמוז

(בשנת תרפ״ז)

:

צוזאמען דערמיט וואס דער נס פון ג׳ תמוז איז געווען א נם שלמעלה מהטבע,

האט ער געהאט א ווירקונג אין דער טבע גופא,

אז זי האט "מסכים" געווען צו דעם נם

[ובפרט אז דאס איז לכתחילה געווען א נס המלובש בטבע,

ובמיוחד בערך צו דעם נם פון "פרח מטה אהרן" און "שמש בגבעון דום"]

,

כידוע אז די זעלבע מענטשן וואס האבן דעם בעל המאסר והגאולה פארשפארט אין תפיסה,

האבן זיי גופא

(פארבלייבנדיק בתקפם)

געמוזט אים באפרייען,

ביז אז זיי האבן געדארפט ארויסהעלפן אין דעם שחרור וגאולה".

און דעריבער יש לומר,

איז דער נם ניט געקומען בבת אחת

(אין א גאולה שלימה/ נאר ער האט זיך אויסגעשטעלט

ספר השיחות - ה׳תנש״א

אין שלבים בדרך הטבע - בהתאם צו דעם מצב פון דעם צד שכנגד

(וועלכער איז געווען בתקפו/ אז זיי מצד מצבם

("טבעם")

זאלן קומען צו דער הכרה אז מ׳דארף אים באפרייעו,

אנהויבנדיק דורך מבטל זיין די גזירה פון היפך החיים ר״ל אויר פארשיקן אים לעיר מקלטו אין קאסטראמא,

ביז - אז זיי האבן אים איג־ גאנצן באפרייטיי.

אבער אויך דערנאד איז די מדינה געבליבן בתקפה,

כולל - בשייכות מיט די התנגדות צו דת ישראל וכו׳,

און דעריבער האט די שלימות הגאולה פון אידן

(במדינה ההיא)

געדויערט א משך זמן,

ביז אז זיי אליין

(במשך השנים)

זאלן סו״ס קומען צו דער הכרה און פון דארט אנהויבן לאזן אידן פירן זיד פרייערהייט אין אלע עניגים פון אידישקייט,

און אויר ארויסלאזן אידן פון מדינה ההיא

(און זיי נאך ארויסהעלפן אין דעם/

כילל אויר - בימים אלו ממש - די שקו״ט און דער רצון פון כו״כ במדינה ההיא צו אומקערן דעם נאמען פון שטאט "לענינגראד"

(וואו ס׳איז געווען דער מאסר וישיבה בבית האסורים)

- דער נאמען וואס זיי האבן איר געגעבן

(על שם זייער פירער)

- צוריק צו דעם נאמען "פעטערבורג"

(דער נאמען פון שטאט בזמן המאסר והגאולה פון דעם אלטו רבי׳ן"•)

- דער גאמעז וואס דער צאר

בזמן בניית העיר האט איר אנגערופן

(וואס ער שטעלט מיט זיך פאר דער סאמע היפר פון די קאמוניסטן)

.

והגם אז אויר אונטערן צאר זיינען געווען מניעות ועיכובים צו אידישקייט - קומט עם ניט צו דעם וואס איז געווארן דורד די וואם האבן ארעסטירט און פארשפארט דעם בעל המאסר והגאולה; ויש לומר,

אז אין דעם שקו״ט ורצון צו צוריק אומקערן דעם שם העיר פון "לענינגראד" אויף ״פעטערבורג״ - זעט מען נאכמער בגלוי די פעולה נמשכת פון דער גאולה בי״ב־ י״ג תמוז,

די גאולה כללית פון אלע אידן איבער זייערע מנגדים בכלל,

ובפרט במדינה ההיא.

ח.

ואולי יש לקשר זה אויר מיט דעם חודש הגאולה

(חודש תמוז)

- דער חודש הרביעי,

וועלכער״ קומט נאד - ובכח פון - חודש השלישי

(ירחא 55 תליתאיאי,

בדוגמא צו אות ג׳ וד׳ ר״ת "גמול דלים"**,

די השפעה

(גמול)

פון חודש הג/ דער חודש פון מתן תורה,

אין דעם חודש הד/

דהפצת המעינות חובה התחילה ■נזו פעטערבורגי

(כן הוא הלשון בם׳ השיחות תורת שלום ס׳ן 112)

.

יום ה׳ פ׳ קרח,

בדר״ח תמוז וש׳׳פ קרח,

ג׳ תמוז

דער חודש פון רעם המשך וסיום המאסר

(ע״ד ענין "דלים"/ באופו אז דאם

(בחי׳ דלים)

ווערט נהפך צו דעם חודש הגאולה 5 ".

ויש לומר אז דער ענין איז מרומז אין צורתה

(אות)

ד׳:

אע״פ"" וואם דער אות ד׳ און אות ר׳ זיינען ענלעך דערמיט רואם ביידע בא־ ווייזן אויר ענין העניות: דלי״ת מלשון דלוח ור״ת דלים,

און רי״ש מלשון רש

("ולרש אין כל" 7 */ און ביידע באשטייען פון צוויי קוים,

איינער למעלה ברוחב און איינער באורך

(מלמעלה למטה)

- איז דא אן עיקריות׳דיקער אונטערשייד צווישן זיי: אות ד׳ האט א נקודה

(י׳)

מאחורי׳

(וועלכע פארבינדט די צוויי קוים)

,

משא״ב אות ר׳.

איינער פון די עניגים אין דעם: די נקודה באווייזט אויף ענין הביטול,

און דאס גייט אויח דער נקודת היהדות וואם איז דא כשלימות בא יעדער איד,

אפילו ווען ער שטייט איו א מצב פון "אחוריים"

(ניט אין פנים דקדושה/ כמאחז״ל"* "אע״פ שחטא ישראל הוא",

ווארום די נקודת היהדות איז העכער פאר אלע העלמות והסתרים,

און העכער פאר אלע דרגות אין סדר השתלשלות - די נקודה פון יחידה וואס פארבינדט א אידן מיט דעם יחיד שלמעלה•".

און די נקודה

(ביטול)

מאחורי הד׳ באווייזט אז די דלות ועניות פון דעם ד׳ איז דער ביטול פון קדושה - וואס פאר־

בינדט אים מיט די העכסטע דרגות,

דלי״ת אויר מלשון "דליתני""•

(הרמה)

,

וע״ד די מעלה פון "תפלה לעני" וועלכע דער־ גרייכט אז "לפני הוי׳ ישפוך שיחו" יי,

משא״ב דער אות ד' וואס האט ניט קיין נקודה פון ביטול - איז די עניות פון דעם וואם זי האט קיין שייכות ניט צו קדושה.

ועפ״ז קעז מען אויך מסביר זיין דער אונטערשייד צווישן די צוויי קוים פון דעם ר׳ און פון דעם ד׳: די צוויי קוים -ברוחב ואורך - זיינען כולל אלע דרגות פון סדר השתלשלות,

וועלכער טיילט זיך בכללות אויף עליון ותחתון,

רוחב ואורך: דער קו למעלה

(ברוחב)

איז א שלימות בהרחבה,

אבער אין דער דרגא עליונה עצמה

(ע״ד איכות)

,

און דער קו באורך באווייזט אויף דער המשכה מלמעלה למטה

(צו נידעריקערע דרגות)

.

שלימות העבודה באשטייט אין דעם אז מ׳זאל האבן ביידע מעלות צוזאמען: נקודת הביטול און ווי דאס וועדט נמשך און נעמט דורך אויר סדר השתלשלות

(די צוויי קוים)

: בשעת מ׳האט די ביידע ענינים פון עליון ותחתון,

אבער עם פעלט די נקודת הביטול

(פון דעם עצם)

-דעמולט פעלט סו״ס אין דער חיבור פון די ביידע קוים

(ביז אז עם פעלט אויך אין דער שלימות פון ביידע קוים עצמם)

,

ביז אז דער פירוד ביניהם קען ברענגעו צו א מצב פון "רש",

עניות היפר הקדושה

(ע״ד ווי ס׳איז געווען בא קרח,

אותיות "חק ר"׳,

כנ״ל ס״ה)

.

בשעת ס׳איז אבער דא דער ביטול פון נקודת היהדות

(די נקודה מאחורי הד׳)

- וואם איז מחוץ און העבער

ספר השיחות - ה׳תנש״א

פון די ביידע קוים

[נאכמער ווי די מעלה פון א קרן זוית]

,

און צוזאמען דערמיט ביידע קוים

(ווי אין דעם אות ד׳)

-דעמולט האט מען שלימות העבודה פון ביידע קוים,

און אויך די שלימות החיבור ביניהם.

וואם דאם איז דער תוכן פון חודש הד׳,

חודש הגאולה - גאולת ג׳ תמוז וי״ב־י״ג תמוז - אז דער נס שלמעלה מטבע

(ע״ד די נקודה)

זאל נמשך ווערן און איבער־ מאכן טבע העולם

(די צוויי קוים פון אורך ורוחב)

.

ביז אז דאם דערגרייכט אויך אין א מצב פון "רש",

עניות דלעו״ז

(דער ענין המאסר דורך די מנגדים לקדושה)

,

און מאכט דאם אויך איבער־י.

ואדרבה: דוקא דורך דער ירידה למטה אין א מצב פון צרה - ווערט נתגלה ווי "עמו אנכי ב־ צרה״יי,

וואס דאם גייט אויף עצמותו ית׳,

שלמעלה פון אלע גדרים פון סדר השתלשלות עליון ותחתון,

און דעריבער -אע״פ וואם דער אויבערשטער איז עליון שאין למעלה ממנו,

און צרה איז בעולם תחתון שאין למטה ממנו - איז "עמו אנכי בצרה"

(היפך השתלשלות,

פון עליון ותחתון/ און אויר אין דעם מצב - בחי׳ אחוריים - ווערט נתגלה דער יו״ד

(נקודת היהדות)

,

ביז אז דאס ווערט נמשך און פארבינדט אויך דעם עליון ותחתון פון סדר השתלשלות.

ט.

פון דאס אויבנגעזאגטע זיינען פאראן כמה לימודים,

הן בכללות עבודת האדם,

הן בנוגע צו זיך והן בנוגע צו זיין עבודה בעולם,

והן כעניני תומ״צ והן בעניני רשות

(באופן פרנסת האדם/ און אויר ובמיוחד - בקשר מיט דער גאולה

פון ג׳ תמוז - בנוגע צו דער עבודה פון הרבצת התורה והיהדות און הפצת ה־ מעינות חוצה.

ובפרט אז מ׳האט דעם ציווי אז מ׳דארף אוועקלייגן מטה אהרן "למשמרת לאות"

("שבחרתי באהרן הכהן"/ "משנגנז ארון נגנז עמו כו׳ מקלו של אהרן בשקדי׳ ופרחי״׳ - איז פארשטאנדיק אז דערפון איז דא א הוראה נצחית לדורות; און וויבאלד אז יעדער איד איז א חלק פון "ממלכת כהנים"* 58 ,

"כהנים גדולים" 5

[וכפס״ד הרמב״ם 1 ׳,

אז "לא שבט לוי בלבד אלא כל איש ואיש אשר נדבה רוחו כו׳ הרי זה נתקדש קדש קדשים״]

- איז מובן,

אז בא יעדן אידן דארף אויך זיין מעין דעם עגין פון "פרח מטה אהרן",

"ויצא פרח ויצץ ציץ ויגמול שקדים".

י.

דער לימוד דערפון אין כללות עבודת השם:

אע״פ וואס די עבודה פון א איד דארף זיין מתוך קבלת עול - שלמעלה מטעם ודעת,

און אין אן אופן של זריזות שלמעלה ממדידה והגבלה,

"בכל מאדך" 7 ,

און דוקא דאם דערגרייכט אין דעם ״מאד״ שלמעלה״ 62 - וואלט מען דאך געקענט מיינען אז אין דעם באשטייט שלימות העבודה,

ובלשון הידוע 63 : אילו נצטווינו לחטוב עצים -

האט מען די הוראה פון "פרח מטה אהרך׳,

אז לאחרי דעם יסוד פון קבלת עול,

קען און דארף די נקודה שלמעלה

יום ה׳ פ׳ קרח,

בדר״ח תמוז וש״פ קרח,

ג׳ תמוז

ו66

ממרידה והגבלה דערנאך "פאנאנדער־ בליען" אין אלע זיינע כחות פנימיים,

ביז אין זיין גאנצע מציאות און טבע,

ביז אז ראם זאל ארויסגעבן פירות - "ויצא פרח ויצץ ציץ ויגמול שקדים״,

ובאופן כזה -אז זיין טבע ומציאות עצמו ווערט באופן של זריזות

("א שנעלער טבע")

ושלמעלה ממדידה והגבלה,

אז אלץ וואם ער טוט מיט זיינע כחות טבעיים איז בזריזות הכי גדולה,

זריזות דקדושה.

עד״ז האט מען אויר דעם לימוד אין דער עבודה בעניני רשות פון א אידן,

ובפרט בנוגע צו זיין פרנסה גשמית: לכל לראש לערנט מען אפ פון "פרח מטה אהרן״

(וואס בלייבט ״למשמרת״)

- ע״ד ווי דער לימוד פון "צנצנת המן" וואס איז אויר געבליבן "למשמרת לדורותיכם"""׳ - אז בשעת אידן האבן גע׳טענה׳ט צו ירמיהו׳ן

(וואם ער האט פון זיי געמאנט "למה אין אתם עוסקים בתורה")

: "נניח מלאכתנו ונעסוק בתורה מהיכן נתפרנס",

האט ירמיהו ארויסגענומען דעם "צנצנת המן" און זיי געזאגט: "ראו בזה נתפרנסו אבותיכם,

הרבה שלוחין יש לו למקום להכין מזון ליראיו"׳•׳.

עד״ז האט מען דעם לימוד פון "פרח מטה אהרן",

אז שקדים

(א מזון גשמי)

וואקסן אויס באופן נסי,

ובזריזות,

ועד״ז - איז בנוגע צו דער פרנסה פון אידן.

לאידך גיסא שטייט "וברכך ה׳ אלקיך בכל אשר תעשה" 2 "׳,

אז די המשכה פון פרנסה גשמית ווערט אויפגעטאן דורך א סדר טבעי פון צמיחת שקדים

("ויצא פרח ויצץ ציץ ויגמול שקדים")

,

וואס קומט

דורך משא ומתן באמרנהי-״י

(חרישה וזריעה/ אין די הגבלות פון טבע העולם,

דורכגענומען מיט דער אמונה בה׳ -"שמאמין בחי העולמים וזורע" 2 "׳; און דאס ווערט די כלי אויף באקומען די ברכות של הקב״ה אוידי פרנסה באופן נסי,

אבער אזא נס וואם טוט זיך אן אין טבע העולם,

אז מ׳זעט ווי דער טבע העולם און אוה״ע עצמם איז מסייע אין דער השפעת פרנסה צו א אידן.

ווי מ׳זעט עם במיוחד בדורות האחרונים,

וואס דער אויבערשטער האט גע־ בענטשט אידן אז זיי זאלן באקומען זייער פרנסה מיט ווייניקער יגיעה,

מתוך מנוחת הנפש ומנוחת הגוף

(מער ווי ס׳איז געווען בדורות לפני זה)

,

דורך דעם וואם די וועלט אליין איז מסייע לזה.

יא.

דערפון האט מען אויך א לימוד מיוחד אין דער עבודה פון הפצת המעינות חוצה,

וועלכע איז נתרחב געווארן ביז באופן שלא בערך דורך און נאך דער גאולה פון ג׳ תמוז און י״ב־י״ג תמוז:

יש לומר אז די דריי ענינים פון "יפוצו 5 "׳ מעינותיך חוצה""" זיינען ע״ד די דריי ענינים אין דעם אות ד׳: יפוצו -נקודת הביטול,

מעינותיך - דער קו למעלה

(רוחב/ און חוצה - דער קו באורך וואס באדייט די השפעה מלמעלה למטה.

לכל לראש דארף א איד שטיין אין א

ספר השיחות - ה׳תנש״א

מצב פון ״יפוצו״ - זיין מציאות דארף באשטיין פון "יפוצו",

א מציאות וואס פארשפרייט אלקות,

ובאופן שלמעלה ממדידה והגבלה

(יפוצו אן הגבלות"")

.

נאך איידער מ׳זאגט אים וואט

(בפרטיות)

ער דארף מפיץ זיין

[מעינותיך]

,

און וואו ער דארף מפיץ זיין

[חוצה]

- דארף ער וויסן,

אז גלייך ווי ער שטייט אויף אינדערפרי

(נאך איידער ער טוט זיין עבודה בפרטיות)

איז ער א מציאות פון ״יפוצו״ - "מודה אני לפניך כו׳ רבה בו׳".

"אני נבראתי לשמש את קוף■"*".

א י ז ניט דער פשט אז ער איז א מציאות לעצמו,

און די מציאות איז זיך עוסק אין "יפוצו"

(לשמש את קוני)

,

נאר כל מציאותו איז "יפוצו".

ובלשון הידוע 67 "׳: "לכתחילה אריבער",

גלייך מלכתחילה שטייט ער אריבער.

דערנאך דארף ער דאם ממשיך זיין אין פרטים: ״מעינותיך״ - ער דארף מפיץ זיין דוקא די מעינות פון תורה,

שמטהר בכל שהוא""

[העכער פאר די דרגות מים שלמטה מזה,

מי מקוה וכיו״ב׳"]

,

און ער דארף זיי מפיץ זיין "חוצה",

אנהויבנדיק פון חוצה אין זיך

(פון זיין נקודת האמונה וקבלת עול אין זיין שכל ומדות וכחות פנימיים/ ביז אין חוצה כפשוטה - חוץ פון די ד׳ אמות פון קדושה,

פון ישיבה,

ביהכנ״ם וביהמ״ד,

ביז אין "חוצה"

(מיט א ה״א וואם איז כולל חוצה 2 ")

שאין חוצה למטה ממנה.

וע״ד דער סיפור הידוע מיט א חסיד וואם איז געגאנגען אין גאס במדינה ההיא - ניט רעכענענדיק זיך מיט מדידות והגבלות,

ווי דער סדר פון אן אמת׳ער חסיד איז - אין א זמן ווען דאם איז געווען פארבונדן מיט סכנה.

און א פאליסמאן האט אים אפגעשטעלט און געפרעגט: "קטא אידיאט"

(ווער גייט)

? האט ער געענטפערט: "ביטול אידיאט"

(ביטול גייט)

! ער האט געענטפערט דאס וואס ביי אים האט זיך געלייגט מיט אן אמת - אז כל מציאותו איז "ביטול",

און די מציאות פון "ביטול" גייט!

צוזאמען דערמיט האט ער עם אים געענטפערט דוקא אויף רוסיש - ווייל זיין ביטול איז אויר נמשך געווארן אין דעם מצב און שפראך פון דעם מקום -אין דער טבע ומציאות פון רוסלאנד -ע״ד "אזלתי" לקרתא הלך בנימוסא""׳,

אזוי אז דער טבע ולשון המקום עצמו זאגט און דערהערט אז "ביטול אידיאט".

יב.

דערביי קען נאך זיין די שאלה -ווי אנדערע פרעגן: אפילו בשעת איך אליין טו מיין עבודה בשלימות,

ביז אז איך דעגרייך צו א דרגא וואם מיין מציאות איז ״יפוצו״

(תכלית הביטול)

- וואם

יום ה׳ פ׳ קדח,

בדר״ח תמוז וש״פ קרח,

ג׳ תמוז

העלפט עס,

ווען "אתם המעט מכל העמים" 5 ",

אוז אץ דער וועלט אדום זיינען פאראן שבעים אומות וועלכע זיינען א ריבוי עצום בכמות בערך צו דער כבשה אתתי".

ובסגנון אחר: וואט וועט די וועלט און וואס וועלן די אומות זאגן אויף דעם וואס א איד טוט זיין עבודה פון "יפוצו מעינו־ תיך חוצה״,

ובמיוחד - אין ממהר זיין די גאולה האמיתית והשלימה,

זיי פאר־ שטייען דאך ניט וואם דאם מיינט?! ס׳איז טאקע גאר א גרויסע און הויכע עבודה -אבער מ׳דארף זיך דאך לכאורה רעכענען - טענה׳ט ער - מיט דער וועלט!

איז דער ענטפער אויף דעם: די וועלט איז שוין צוגעגרייט,

פארטיק! בשעת א איד וועט טאן זיין עבודה כדבעי - באופן שלמעלה ממדידה והגבלה,

וביחד עם זה ווי דאס איז אנגעטאן אין די כלים פון לבושי הטבע - וועט ער זעו ווי דער עולם,

טבע העולם און אומות העולם זיינעז אים מסייע אין זיין עבודה.

אפילו אמאל

(ווען עס זיינען געוועז מניעות ועיכובים)

איז דער סדר ביי דעם חסיד געווען,

אז מצבו איז,

און במילא האט ער געזאגט,

"ביטול אידיאט": עאכו״כ איצטער,

ווען מ׳האט ניט כו״כ פון די אלע מניעות ועיכובים

[וכאמור לעיל,

אז אויך אין מדינה ההיא זיינען געווארן שינויים גדולים לטוב]

,

ואדרבה - אין דער וועלט אליין זעט מען די נסים ונפלאות וואס קומען פאר בפרט אין די לעצטע יארן

[שנת נסים,

און שנת אראנו נפלאות]

- איז שוין הגיע הזמן,

אז הגם וואם עם דארף זיין אן ענין שלמעלה

ממדידה והגבלה - נסים ונפלאות,

ביז די נסים ונפלאות פון דער גאולה האמיתית והשלימה - נעמט עם דורך אויך טבע העולם,

אז די וועלט אליין איז מסייע צו צמיחת הגאולה

[אזוי ווי "פרח מטה אהרן" האט גע׳פועל׳ט אין טבע המטה,

אז עם זאל זיין צמיחת הפירות בדרך הטבע]

.

וע״ד ווי ס׳איז געווען בא יציאת מצרים - וואם כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות״׳ - אז נוסף צו די נסים וואס זיינען דעמולט געווען,

איז געווען "וינצלו את מצרים""",

באופן כזה אז הגם דאס האט זיד אגגעהויבן בדרך נם,

האט דאם געפירט דערצו אז די מצריים אליין האבן אץ דעם מסייע געווען אידן,

און געגעבן מער ווי מ׳האט זיי געבעטן 70 ".

עאכו״כ אין דער גאולה האמיתית והשלימה - ווען עס וועלן זיין נפלאות אפילו בערך צו די נפלאות בא יצי״מ"",

וועט דאם אויך זיין באופן בזה אז דער עולם וטבע העולם עצמו וועט דערצו צוהעלפן.

יג.

ובנוגע לפועל:

גייענדיק פון ג׳ תמוז צו און אין די ימי הגאולה פון י״ב־י״ג תמוז - וואם בכל שנה ושנה

(שנה - שכולל כל שינויי הזמן״׳)

קומט אץ דעם צו אן עלי׳ -דארף יעדערער מוסיף זיין ביתר שאת וביתר עוז אין אלע פעולות פון הפצת התורה והיהדות והפצת המעינות חוצה,

ובאופו של זריזות,

ומתוך ההכרה - אז די

ספר השיחות - ה׳תנש״א

וועלט אליין וועט מסייע זיין א אידן אין זיין עבודה.

ובמיוחד - שטייענדיק בזמן הקיץ -ווען קינדער גייען אין מחנות־קיץ,

דארף מען זיר משתדל זיין אז אידישע קינדער זאלן גיין אין מחנות קיץ וואם זיינען מיוסד אויר א חינוך הכשר ועל טהרת הקודש; און די וואס פארנעמען זיך מיט מחנך זיין די קינדער - דארפן זעען אוים־ נוצן דעם זמן הקיץ בתכלית השלימות,

און בתכלית הזריזות,

אויסנוצן יעדער רגע פנוי אויף אין זיך אליין צוגעבן און צוגעבן בא די קינדער אין אלע ענינים פון אידישקייט,

מיט לעבעדיקייט און פריי־ לעכקייט.

ומענין לענין: ע״פ ה״יש נוהגיז״“׳ צו זאגן"׳ פרקי אבות בכל שבתות הקיץ

(נאך תפלת מנחה)

- איז כאן המקום נאב־ אמאל מעורר זיין וועגן דעם

[ובפרט אז דעם שבת איז דער פעם העשירית"׳ פון

זאגן פרקי אבות בשנה זו

(די זעקם וואכן בין פסח ועצרת,

און פיר וואכן נאך עצרת ביז דעם שבת)

]

,

ומה טוב - זייענדיק תורה שבעל־פה - אז מ׳זאל לערנען איין משנה

(עכ״פ)

לעיונא.

און אזוי אויך יש לעורר אויר דעם מנהג טוב בכמה מקומות צו חזר׳ן א מאמר חסידות נאך תפלת מנחה בשבת.

- ויה״ר אז עם זאל זיין אין אן אופן פון "חקת"

(ווי מ׳גייט לייענען עתה בתפלת מנחה)

,

אז דאס זאל דערנעמען די שומעים און אין זיי אויפטאן א שינוי ביז אין אן אופן פון חקיקה,

אז דאס ווערט אין זיי איינגע־ קריצט.

און תיכף ומיד ממש זאל דאם שוין ברענגען די גאולה האמיתית והשלימה,

און הקרבת פרה העשירית,

שיעשה מלך המשיח מהרה יגלה,

אמן כן יהי רצון 25 ׳,

ובנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו" 2 ׳ גייען אלע אידן אין ארץ הקודש,

ירושלים עיר הקודש,

בבית המקדש השלישי,

וכאמור - תיכף ומיד ממש.

מרומז העניו דעשירי - כי הד־ ענינים

(דחכם,

גבור,

עשיר ומכובד)

הם כנגד הד׳ אותיות דשם הוי׳

(שער מארז״ל ולקוטי הש״ס לאבות כאן)

,

ששם הוי׳ במילואו הוא - עשר אותיות.

ש״פ קרח,

ג׳ תמוז

Reader controls and commentary are loading.