B"H
🏡

Ikar

משיחות ש״פ שופטים, ז' אלול ה׳תנש״א

א.

בשייכות מיט דעם ציווי אין היינטיקער פרשה׳ "שופטים ושוטרים תתן לך בכל שעריך",

איז דא דער יעוד פון דעם נביא הגאולה 2 : "ואשיבה שופטיך כבראשונה ויועציך כבתחלה",

און ווי מ׳זאגט עם אויך אין דער תפלה בכל יום

(מימי החול 3 )

: "השיבה שופטינו כבראשונה ויועצינו כבתחלה".

וע״פ המדובר כמה פעמים ובפרט לאחרונה - וועגן דער הכרזה והודעה פון כ״ק מו״ח אדמו״ר נשיא דורנו 4 : "לאלתר לתשובה

(ובמילא איז)

לאלתר לגאולה",

אז מ׳האט שוין אלץ פארענדיקט,

אויר דער "צופוצן די קנעפ" 5 ,

און עם דארף נאר זיין ״עמדו 6 הכן כולכם״ 7 - און דאם האט מען שוין אויך פארענדיקט - אויף צו מקבל זיין פני משיח צדקנו תיכף ומיד ממש - איז פארשטאנדיק,

אז מ׳האלט שוין איצטער בא דעם זמן פון קיום היעוד "ואשיבה שופטיך גו׳ ויועציך"*,

און נאב־ מער: כבתחילה: מ׳האט שוין די התחלה דערפון,

כדלקמן.

ב.

וועט מען עם פארשטיין בהקדים כמה דיוקים אין דעם לשון היעוד:

א)

אין דעם ציווי בפרשתנו שטייט "שופטים ושוטרים תתן לך",

משא״ב אין דעם לשון היעוד שטייט נאר "ואשיבה שופטיך",

און עס ווערט ניט דערמאגט שוטרים.

ולאידך: קומט צו דער לשון ועניו "ויועציך׳.

ב)

וואם זיינען די צוויי ענינים פון "שופטיך" און "יועציך"?

ג)

פארוואם שטייט בא "שופטיך" דער ווארט ״כבראשונה״,

און בא ״יועציך״ -"כבתחלה"?

ד)

דער דיוק "שופטיך" און "יועציך" בלשון נוכח

(ניט ווי בפרשתנו - "שופטים ושוטרים" סתם

(אע״פ וואס דערנאך שטייט "תתן לך")

)

.

ג.

ויש לומר דער ביאור בזה:

דער אונטערשייד צווישן שופטים און שוטרים איז - בלשון רש״יי: ״שופטים -דיינין הפוסקים את הדין,

ושוטרים - ה־ רודין את העם אחר מצותן שמכין וכופתין במקל וברצועה עד שיקבל עליו את דין השופט""׳.

דאם הייסט,

אז די שוטרים איז ענינם צו כופה און מכריח זיין" די אנשי

ש״פ שופטים,

ז׳ אלול

ו78

העם אז זיי זאלו מקבל זיין דעם דין ומשפט.

עפ״ז איז פארשטאנדיק פארוואס אין דעם יעוד הגאולה שטייט נאר "ואשיבה שופטיך״ און ניט ״שוטרים״ - ווייל לעתיד לבוא ווערעו נתבטל מציאות הרע 2 ׳ און דער יצר הרע 3 ,

וועט מען ניט דארפן אנקומען צו שוטרים" וואט זאלן מכריח זיין די אנשי העם צו פאלגן די הוראות השופטים,

ווארום אלע מענטשן וועלן פון זיר אליין מקיים זיין די הוראותיי.

מ׳וועט דארפן נאר האבן "שופטים",

וועלכע זאלן פסק׳נען דינים און לערנען תורה און אנווייזן די הוראות התורה והמצוות צו אידן 6 ׳

("ילכו מחיל אל חיל״י׳ איו קדושה גופא")

.

האמת *לי' על נרחם בו׳ וימנעו ויחזרו מהרע ויעמידו הגדרים על העובר עד שלא יהיו מצוות התורה ואזהרות נדונות לפי אמונת כל איש.

ד.

ויש לומר אז דאס איז מרומז אויר אין שם הפרשה "שופטים"

(אן דעם ווארט "שוטרים"/ כידוע" אז דער שם פון א זאך גיט ארויס דער תוכן פון דער גאנצער זאך,

ועד״ז בנוגע צו די שמות פרשיות התורה ווי זיי ווערן אנגערופן ע״פ מנהג ישראל,

און זיינען בתכלית הדיוק״ 2 -

ולכאורה: ווי שטימט דער שם הפרשה

("שופטים")

מיט דער מצוה וואם תוכנה איז לכאורה "שופטים ושוטרים תתן לך בכל שעריך",

ביז אז עם שטייט אין מדרש׳ 2 "אם אין שוטר אין שופט,

כיצד,

כיון שנתחייב אדם בב״ד לחבירו אם אין שוטר שיוציא ממנו כיון שפורש מן הדיין אין ספיקה ביד הדיין לעשות לו כלום אא״כ מוסרו ביד השוטר"?!

איז דער ביאור אין דעם 22 : דער ענין פון שוטרים איז נאר א סיוע צו די שופטים,

אז אויב דער שופט קען ניט דורכפירן זיין משפט בפועל,

דארף מען אנקומען צו שוטרים,

"בעלי מקל ורצועה"",

וועלכע וועלן מכריח זיין דעם בעל דין "שיקבל עליו את דין השופט".

און דעריבער ווערט די פרשה אנגערופן נאר בשם "שופטים",

און דער מינוי השוטרים ווערט ניט גערעכנט אלם א מצוה כפ״ע

ספר השיחות - ה׳תנש״א

(אין מנין המצוות/ נאר ער איז נכלל אין מצות מינוי השופטים - ווייל שוטרים איז א פרט אין דעם ענין פון "שופטים"

(ככדי דורכצופירען דעם קיום המשפט

(בפועל)

שע״י השופטים/ אבער דאס איז ניט קיין ענין הכרחי צום ענין המשפט,

וועלכער קען דורכגעפירט ווערן בפועל אויך אן שוטרים,

ווען דער מצב וזמן איז כתיקונו,

אז מ׳דארף דערצו ניט אנקומען

(ווי דאס וועט זיין לע״ל/ כנ״ל.

און דאס וואם דער ציווי בתורה איז כולל אויך "שוטרים",

איז דאס ווייל ס׳איז א ציווי לדורות וואם רעדט וועגן כל הזמנים וכל המצבים,

במילא דארף מען האבן א ציווי אויף שוטרים,

אין א מצב וואט פאדערט אז מ׳זאל מקבל זיין דעם דין בדרך כפי׳י 13

[און דערפאר שטייט אויך אין מדרש "אם אין שוטר אין שופט",

ניט לדינא,

בלויז לתועלת קיום הדבר,

ווען ס׳קען זיין אז אן שוטרים וועט דער משפט ניט אויסגעפירט ווערן]

.

ה.

עפ״ז וועט מען פארשטיין דעם טעם פארוואם אין דעם יעוד קומט צו "ויועציך"

(נוסף צו "שופטיך"/ ווארום די שלימות הכח אויף דעם אז אין דער גאולה זאלן אידן זיין בשלימות און מקיים זיין די הוראות השופטים ניט דארפנדיק

אנקומעו צו שוטרים - איז דערפון וואס דעמולט וועט זיין "שופטיך" און אויך "יועציו":

דער חילוק בפשטות צווישן א שופט און א יועץ איז: א שופט איז ניט בערך צו דעם נשפט,

ער שטייט אן אן ערך העכער פאר אים - הן מצד זיין ידיעה והבנה אין די דינים ומשפטים,

און הן מצד דעם ביטול וואט דער נשפט דארף האבן צום שופט בכדי צו מקבל זיין את הדין

(אפילו אויב ס׳איז ניט כרצונו של הנשפט)

; דער שופט פסק׳נט דעם דין ומשפט בדרך ציווי וגזירה

(- מלמעלה למטה/ און דער נשפט מוז עם מקבל זיין בקבלת עול

(צי ער פארשטייט עם יא אדער ניט/

משא״כ א יועץ איז כשמו - ער גיט אן עצה טובה״,

בלשון חז״ל“ - "עצה טובה קמ״ל".

וואם דאס באווייזט אז דער יועץ

(אלם יועץ)

שטייט בערך צו דעם שומע ומקבל העצה,

און דעריבער רעדט דער יועץ צו אים

(ניט מלמעלה למטה בדרך ציווי וגזירה,

נאר)

ווי א גוטער פריינט וואס רעדט מיט אים שוה בשוה און גיט אים אן עצה טובה ווי ער זאל זיך אויפ־ פירן,

אן עצה וואט ער

(דער שומע)

פאר־ שטייט און עם לייגט זיך ביי אים אפ און ער פילט אז דאס איז פאר אים

(דעם שומע)

א גוטע זאך,

אויב ניט - איז דאס ניט קיין עצה טובה,

נאר א חוקה וגזירה.

עד״ז איז אויך פארשטאנדיק דער אונטערשייד צווישן "שופטיך" און "יועציו" אין דעם לשון היעוד בקשר מיט א משפט ועצה אין עניני תורה ומצוות.

ויש בזה מה שאין בזה: די מעלה פון א יועץ איז,

אז דאם דערנעמט מערער דעם

ש״פ שופטים,

ז׳ אלול

שומע העצה,

דאם נעמט אים דורך בפנימיות מציאותו,

ווארום עם לייגט זיך ביי אים אפ או דאס איו אן עצה טובה פאר אים; די מעלה אין א שופט איז,

אז קומענדיק אלם א הוראה וציווי פון א שופט וואם איז שלא בערך העכער פאר דעס נשפט,

גיט עס דעם שופט,

וואם האט דעם כת התורה צו פסק׳נעו דינים,

שלא בערך א גרעסערען נתינת כח

(לגבי א יועץ שבערבו/ און אויך - אז דאם קומט בדרך ציווי מלמעלה,

וואם איו מכריח דעם אדם ער ואל מקיים ויין די הוראה

(משא״ב אן עצה האט ער די ברירה מקיים זיין אדער ניט)

.

ובסגנון אחר: ביי א שופט איז בהדגשה

(בעיקר)

מציאות השופט,

און ביי א יועץ איז בהדגשה

(כעיקר)

די מציאות פון דעם מקבל העצה.

וע״ד ווי די צוויי ענינים וואס דארפן זיין בכללות עבודת האדם": די עבודה פון דעם אדם בכח עצמו - אתערותא דלתתא,

און דער סיוע מלמעלה -אתערותא דלעילא.

ועד״ז בפרטיות יותר זיינען דא ביידע ענינים אין דעם סיוע מלמעלה עצמו": א סיוע ונתינת כה וואס איז בערך צו דעם אדם ומתלבש בו באופן פנימי; און א סיוע ונתינת בת וואס קומט פון א דרגא שלא בערך אליו.

ועד״ז י״ל זיינען דא ביידע ענינים אין דעם סיוע לעבודה וואס קומט פון אידן עצמם: ״שופטיך״ - וואם ענינם איז תורה

(דבר

השם)

- גיבן א סיוע מלמעלה* 1 שלא בערך האדם,

און ״יועציך״ - זיינען אים מסייע באופו של התלבשות פנימית,

באופן אז ער פילט אז דאס איז זיינע א טובה.

ו.

עפ״ז וועט מען פארשטיין דעם חילוק וואס בא "שופטיך" שטייט "כבראשונה" און בא ״יועציו־״ - "כבתחלה״י 1 :

דער אונטערשייד צווישן "ראשונה" און "תחלה" איז: "ראשון דמעיקרא משמע""? ד.

ה.

אז דאס איז

(אדער קעו זיין)

קודם התחלת העניו".

משא״ב "תחלה" באווייזט אויף התחלת הענין בפועל.

ויש לומר אז דאס איז דער חילוק צווישן "שופטיך כבראשונה" און "יועציך כבתחלה"

(אז אויך ווי די שופטים ויועצים זיינען געווען אמאל",

איז דא א חילוק עיקרי ביניהם המודגש אין דעם שינוי הלשון "כבראשונה" און "כבתחלה")

: ווי־ באלד אז אין דער פעולה פון א שופט איז בהדגשה

(בעיקר)

מציאות השופט,

און דאס קומט בדרך ציווי מלמעלה,

ניט

ספר השיחות - ה׳תנש״א

רעכענענדיק זיך

(אזוי עיקר׳דיג)

מיט הכשרת כלי המקבל - דעריבער איז דא א הפסק

(באיכות,

און במילא אויר בזמן)

צווישן דברי השופט און קיומם ופעולתם בפועל,

ווארום לאחרי פס״ד השופט דארף זיך ערשט אנהויבן א דבר חדש -קבלת הדין וקיומו דורך דעם בעל דין.

און דערפאר שטייט דערביי דער לשון ״שופטיך כבראשונה״ - אז די שופטים וואס "אשיבה" זיינען "כבראשונה",

בדרגת "ראשונה",

לפני התחלת הענין.

משא״כ אין דער פעולה פון א יועץ,

וואו ס׳איז בהדגשה

(בעיקר)

מציאות המקבל,

איז דער שומע העצה דערצו א כלי מוכשר,

און די עצה ווערט געזאגט האכנדיק אין זינען אז זי זאל נתקבל ווערן באם שומע,

ד.

ה.

אז דער עצם ענין פון

(געבן)

אן עצה באווייזט אז ס׳איז שויו דא התחלת הענין,

ווארום דער שומע איז שוין דערצו מוכן,

די עצה איז נאר אויף מגלה זיין דאס אין אים און אים באווייזן ווי דאם איו זיין

(עצה)

טובה,

און אויר אין זמן - אז תיבף צו אמירת העצה האט מען די התחלה פון קיום העצה.

און דעריבער שטייט "יועציד כבתחלה",

אז די "יועציך" וואט וועלן אומגעקערט ווערן בימות המשיח זיינען "כבתחלה",

בדרגת "תחלה",

זיי זיינען פארבונדן מיט תחלת קיום העצות בפועל.

עפ״ז איז אויר מובן דער לשון ״יועציד״ לשון נוכח,

דיינע יועצים -ווייל איו או עצה איז בהדגשה אז דאס איו דיינע א זאד; און די כוונה בזה איז,

אז דויד "יועציד" זאלן אויר די "שופטים" ווערן - "שופטיך׳ לשון נוכח,

אז די הוראות השופטים

(וועלכע זיינען מצ״ע שלא בערר פון דעם נשפט)

זאלן ביי אים נתקבל ווערן באופן פנימי,

אזוי ווי קבלת העצות.

ויש לקשר זה דערמיט וואט עם שטייט

בפרשתנו - "שופטים גו׳ תתו לד בכל שעריך":

א שער

(העיר)

איז א פתיחה והתחלה צו אריינגיין איו דער שטאט.

און די כוונה איז,

אז דער מינוי השופטים

(והשוטרים -אין דעם זמן ווען מ׳דארף דערצו אנקו־ מען)

זאל זיין אין אן אופן פון "תתן לך בכל שעריך" לשון נוכח,

אז די

(הוראות ופסקי דינים פון די)

שופטים - וואס זיינען מצ״ע באופן של הבדלהי',

און מ׳געמט זיי אן בדרד ציווי וקבלת עול -זאלן בא אידן אנגענומען ווערן און אראפקומעו "לד

(ויתרה מזה)

בכל שעריך",

אין א פנימיות,

אזוי אז דאס ווערט א התחלה און ״שער״ - "שעריך".

ויומתק לויט דעם פירוש בזה׳י אין עבודת ה׳,

אז "שעריך" גייט

(אויך)

אויר די שערי

(אברי)

האדם

(זיינע עינים,

אזנים,

אף ופה,

כדלקמן םי״ב)

וואס זיינען א "שער" ופתיחה צווישן אים מיט אלץ וואס ארום אים,

און "בכל שעריך" דארף זיין ״שופטים תתן לך״ - אז אלע זיינע אברים וכתות זאלן אנגעפירט ווערן דורך די "שופטים" אין זיין נפש,

די מוחין פון זיין נפש האלקית

(שופטים)

5 / מיט וועלכע ער לערגט תורה.

ד.

ה.

אז זיין לימוד התורה והוראות התורה

(שופטים)

זאלן אנפירן און אראפקומען און נתלבש ווערן -ובאופן פון "תתן" ד״כל הנותן בעין יפה הוא נותן״״ - ״בכל שעריך׳,

אין אלע זיינע איברים און כתות פנימיים,

באופן אז דאס נעמט אים אינגאנצן דורך -"שעריך׳,

זיין שער והתחלה.

וואט דאם

ש״פ שופטים,

ז׳ אלול

ווערט אויפגעטאן דורך "יועאיך",

וראם זיינען "כבתחלה" 7 ',

בנ״ל.

ז.

עפ״ז וועט מען פארשטיין דעם טעם פארוואם לאחרי ביאת המשיח וועט מען ניט דארפן אנקומען צו ״שוטרים״,

דער־ פאר וואט דעמולט וועלן זיין "שופטיך" און "יועציו" בשלימות - סיי די משפטים און הוראות התורה וואט קומען דורך "שופטיך" צוזאמעו מיט דער נתינת כח נעלה שבזה,

און טיי די עצות טובות וואס קומען דורך "יועציך",

וואט ברענגען דאס אריין אין א פנימיות אין דעם מענטשן,

וואט דוקא דורך ביידע ענינים ווערט א איד אינגאנצן דורכגענומען מיט תורה ומצוות און ג־טלעכקייט*',

אזוי אז ער דארף מער ניט אנקומען צו שוטרים

(כפי׳ והכרח)

צו מקיים זיין דבר ה׳:

דורך "שופטיך" אליין,

די הוראות התורה וואט א איד נעמט אן בקבלת עול בדרך ציווי וגזירה - פעלט די עבודה פנימית,

וואם נעמט דורך זיין פארשטאנד און זיינע געפילן,

וואט קומט דורך "יועציו".

ובמילא בלייבט נאך א נתינת מקום ואפשריות

(בכחות הפנימיים שלו)

אויף אן ענין הפכי: דורך "יועציך" אליין,

וואט איז אן עצה טובה צו דעם שומע ומקבל,

פעלט דער כה התורה וסיוע שלא בערך וואט קומט דורך פס״ד השופט

(כג״ל)

,

ד.

ה.

אין דעם גילוי אלקות שבזה.

דוקא דורך ביידע ענינים - "שופטיך" און ״יועציך״ - ווערט אויפגעטאן אז דער אדם עצמו

(באופן של התלבשות בפנימיות מציאותו שנתקבל אצלו ע״י "יועציך")

פירט זיך לויט די הוראות התורה

(ע״י "שופטיך")

,

וואט דעמולט איז מער ניטא קיין מקום ואפשריות אז ד ער אדם זאל דארפן אנקומען צו כפי׳

(ע״י שוטרים)

אויף מקיים זיין די הוראות השופטים.

ח.

מהאי טעמא גופא וואם עט דארף זיין "יועציך כבתחלה" בכדי אריינצו־ ברענגעו בא דעם שומע העצה א פנימיות׳דיקן פארשטאנד און געפיל אין תומ״צ און אידישקייט,

באופן אז דאס ווערט זיין "תחלה" און "שער"

(און ניט עט בלייבט ווי א דבר חדש וואט איז שלא בערכו)

- איז מובן,

אז דאם דארף קומען דורך דער עבודה פון א אידן נאך פאר דער גאולה,

אן עבודה לפי ערכו,

צעד אחר צעד ודרגא אחר דרגא,

בכדי אים צוגרייטן און אים מאכן פאר א כלי מוכשר אויף צו מקבל זיין די גילויים פון ימות המשיח,

כולל - "ואשיבה שופטיך כבראשונה ויועציך כבתחלה".

ונוטף לזה: ע״פ הידוע אז די תכלית השלימות פון ימות המשיח איז "תלוי במעשינו ועבודתינו כל זמן משך הגלות,

בי הגורם שכר המצוה היא המצוה בעצמה כו׳״יי.

און אלע המשכות מלמעלה קומען אין אן אופן פון מדה כנגד מדהי"■,

אז די

ספר השיחות - ה׳תנש״א

עבודה פון א אידן דארף זיין מעיו די המשכה וואס ער איז ממשיך דורך דער עבודה׳ 4

(וואס דורך דעם ווערט ער א כלי פנימי צו דער המשכה)

- איז פאר־ שטאנדיק בנדו״ד,

אז בכדי צוקומעו און מקבל זיין דעם מצב פון "ואשיבה שופטיך כבראשונה ויועציך כבתחלה" בימות המשיח,

דארף ביי א אידן זיין מעין זה אין זיין עבודה איצטער - אז אידישקייט און תומ״צ זאל ביי אים זיין איו ביידע אופנים: בדרך ״שופטיך״ - קבלת עול בקיום הוראות התורה,

און בדרך "יועציו" - אז די הוראות התורה זאלן ביי אים נתקבל ווערן בפנימיות אזוי ווי אן עצה טובה.

וואם דאס ווערט אויפגעטאן דורך דעם וואם אידן בכל דור ודור פאלגן די ״שופטים״ און ״יועצים״ פון זייער דור -כמבואר בפוסקים 2 / אז "שופטים ושוטרים תתן לך בכל שעריך" איז א ציווי עיקרי ויסודי"■ בכל המקומות,

אויך בחוץ לארץ,

און בכל הזמנים,

אויך בזמן הזה

(בתור שליחותם של ב״ד הראשונים)

4 / און ווי עס שטייט בפרשתנו 45 - "ובאת גו׳ אל השופט אשר יהי׳ בימים ההם* 4 ודרשת

והגידו לך את דבר המשפט,

ועשית על פי הדבר אשר יגידו לך",

ביז אז דער "שופט אשר יהי׳ בימים ההם" בכל דור איז "בשמואל בדורו כו׳

(ביז)

כמשה בדורו" 47 .

ושלימות ענין השופט והחכם איז ווען דערצו איז "נהנין ממנו עצה ותושי׳"•/ אדער אז נוסף צו דעם שופט ורב מורה הוראה בדורו האט ער אויך

(באזונדערע)

"יועציו"

("עשה לך רב׳" 4 וכיו״ב)

,

וועלכע גיבן אים עצות אין יראת שמים ועבודת ה׳.

און דורך אויספאלגן ״שופטיך״ _ זיין רב מורה הוראה,

וואם גיבן די פסקי דינים והוראות התורה,

און ״יועציו״ -טוט מען אויף און מ׳ווערט א כלי פנימי

(דורך יועציו)

אויף אויפצונעמען דעם "ואשיבה שופטיך כבראשונה ויועציך

(לשון נוכח - יועץ שלן)

כבחחלה",

אויך די ענינים שלא בערך

(שופט/ כנ״ל.

ט.

א דוגמא להנ״ל האט מען פון דעם חילוק צווישן דברי תורה און דברי נבואה" 5

(וואס וועגן ביידע רעדט זיך אין פ׳ שופטים׳ 5 )

:

ש״פ שופטים,

ז׳ אלול

תורה איז למעלה מעולם

(קדמה לעולם 52 )

.

תורה איז חכמתו ורצונו של הקרה",

וואס איז העכער פון א שייכות צו גדרי העולם,

כשם ווי לית מחשבה תפיסא בי׳ כלל* 5

[און הגם אז תורה "ירדה ונסעה כו׳" 55 און קומט ארא9 בהתלבשות בהבנה והשגה למטה,

ביז אז "נקראת על שמו״ 55 ,

בלייבט זי אבער בעצם מהותה -עצם התורה - למעלה מהבנה והשגה]

.

און דערפאר איז אויד דער אופן פון פעולת התורה בעולם - בעיקר בדרך ציווי ופס״ד מלמעלה.

משא״כ נבואה - כאטש זי איז דבר הוי׳,

איז זי א התגלות אלקות צו נבראים,

"גילה סודו אל עבדיו הנביאים" 55 ,

אין זייער גדר 57

(אויב עט זיינען פאראן די תנאים פון חכם גבור בר 55 / אז דאם ווערט אויפגענומען בדעתו ושכלו של הנביא,

אזוי אז ער ווערט דערמיט נתאחד 5 -"מתלבשת בשכלם והשגתם במראה הנבואה וגם במחשבתם ודיבורם כמ״ש 5 רוח ה׳ דיבר בי ומלתו על לשוני"׳ 5 ,

וענין הנבואה דארף ארויסקומען בגלוי דוקא בדיבור,

"כל לשון נבואה אדם המכריז

ומשמיע לעם כו׳ והוא מגזירת ניב שפתיים 52 כו׳" 53 ,

ניט ווי תורה וואם קעו

(מצד ענינה)

בלייבן במחשבה; און אויר דער תוכן פון נבואה האט א שייכות צו עולם,

"אין 55 הנביא עומד אלא להודיענו דברים העתידים להיות בעולם כו׳" 55 .

ויש לומר לכאורה,

אז תורה און נבואה איז בכללות ע״ד דער חילוק צווישן "שופטיך" און "יועציד": א שופט איז ענינו - לפסוק דיני התורה,

וואס דאס קומט בדרך ציווי וגזירה.

א יועץ גיט אן עצה וואס איז "אנגעטאן" אין די לבושים פון דעם שומע העצה,

אין זיין הבנה והשגה -ע״ד ווי ענין הנבואה 55

(וואם איז פאר־ בונד! 57 מיט כליות יועצות 55 ,

בחי׳ נצח והוד 5 / וואס דער נביא

(וועלכער איז ניט קיין שופט 75 )

גיט אן עצה בנוגע צו הנהגה בעניני העולם

("דברים העתידים להיות בעולם"/ "כגון,

לכו למקום פלוני או אל תלכו עשו מלחמה היום או אל תעשו כו׳"׳ 7 .

וכשם ווי ס׳איז דא דער ציווי צו פאלגן די "שופטיך" בכל הזמנים,

ווי עס

ספר השיחות - ה׳וננש״א

שטייט אין פרשתנו: "ובאת גו׳ אל השופט אשר יהי׳ בימים ההם"

(כנ״ל ס״ו/ אזוי איז אויך בנוגע צו נביאים - ווי עם שטייט שפעטער אין דער פרשה": "נביא מקרבך מאחיך כמוני יקים לך ה׳ אלקיך אליו תשמעון",

און ווי דער רמב״ם איז מאריך אין ספר המדע" 5 ,

אז "מיסודי הדת לידע שהא־ל מנבא את בני האדם",

און וועגן דער מצוה צו פאלגן דעם נביא,

כמבואר שסי■ 7 די פרטי הדינים בזה.

וויבאלד אז דער רמב״ם ברענגט דאס אין ספר "הלכות הלכות" 74

(און מיט אן אריכות גדולה)

,

און מיט דער הקדמה אז דאם איז ״מיסודי הדת״ - איז פארשטאנ־ דיק,

אז דאם איז א הלכה וואס זרז נוגע צו אידן בכל הדורות.

והגם אז אמרו חז״לי 7 "משמתו נביאים האחרונים חגי וזכרי׳ ומלאכי נסתלקה רוח הקודש מישראל״ -האט מען אמאל גערעדט* 7 דעם פשט אין דעם אז דאס איז ניט בטל געווען לגמרי

(נאר "נסתלקה",

אבער ניט "בטלה" אדער "פסקה" 77 )

,

ובדמוכח דערפון וואם אויך דערנאך געפינט מען השראת רוח הקודש בא כמה וכמה* 7

(וכמובן אויך דערפון וואס בספרו הלכות - צווישן די אלע תנאים בנוגע לנבואה - ברענגט ניט דער רמב״ם קיינע תנאים בנוגע צו זמן הנבואה,

משמתו נביאים האחרונים 7 )

.

און נאכמער: דער רמב״ם שרייבט אין אגרת תימן"*,

אז בשנה מסויימת

(ווי ער רעכנט דארט אויס)

"תחזור הנבואה לישראל",

"ואין ספק שחזרת הנבואה היא הקדמת משיח

(שנאמרי* ונבאו בניכם ובנותיכם וגו׳)

".

ויש לומר אז דער ביאור בזה איז מובן ע״פ המדובר לעיל בעניו "ויועציך כב־ תחלה",

אז בכדי מ׳זאל קענען אויפנעמען די גילויים פון ימות המשיח,

דארף זיין א התחלה בזה אין דער עבודה איצטער -בזמן הזה - בבחי׳ "יועציו"׳

(ע״ד הנבואה)

,

א המשכה

(עצה)

וואס ווערט נתקבל בא דעם אדם

(אזוי אז ער האט דערצו א שייכות שוין "בתחלה")

,

וואס דאם ער־ מעגלעכט אים צו אויפנעמעו באופן פנימי דעם גילוי אלקות בימות המשיח,

סיי פון "שופטיך" און סיי פון "יועציך",

כנ״ל.

און דעריבער איז א הלכה לדורות -אויך בזמן הגלות - אז "מיסודי הדת לידע שהא־ל מנבא את בני האדם",

אז ס׳איז אלעמאל

(בכל הדורות)

שייך דער ענין פון גילוי הנבואה למטה,

ביז א דרגא פון נבואה וואס איז מעיז פון נבואת משה,

"נביא־* אקים להם מקרב אחיהם כמוך״ 55 ״ - שלימות ענין הנבואה,

ווי דער רמב״ם איז מבאר בארוכה 4 *.

ועפ״ז יש לומר דעם טעם פארוואס דער רמב״ם איז מאריך 4 * בנוגע צו אופן

ש״פ שופטים,

ז׳ אלול

נבואת משה,

דלכאורה: מאי דהוה הוה 1 ׳ - למאי נפק״מ בזה אין א ספר הלכות הלכות פאר אידן בכל הדורות? און אויב דאס איז נוגע צו דעם זמן לאחרי ביאת המשיח ווען "משה עמהם" 6 ",

וועט מען דאס אליין זען,

און מ׳דארף אויף דעם ניט זאגן א הלכה איצטערי

איז דער ביאור אין דעם: בכל הדורות - אויר לפני תחה״מ של משה - איז נוגע די הלכה צו וויסן אז "הא־ל מנבא את בני האדם"

(גילוי אלקות בגדרי הנבראים)

,

ביז די שלימות בזה ווי ס׳איז געווען בא משה 7 ״.

און נאכמער - בכל דור איז שייך אז "נביא אקים להם גו׳ כמוך",

ווי דער רמב״ם איז מבאר"" אז "כל נביא שיעמד אחר משה רבינו אין אנו מאמינים בו מפני האות לבדו כו׳ אלא מפני המצוה שצוה משה בתורה כו׳",

ד.

ה.

אז יעדער נביא איז א המשך פון נבואת משה ותורתו""

(נאר אין דעם גילוי הנבואה זיינען פאראן חילוקי דרגות,

ווי דער רמב״ם איז מבאר"")

.

ובדורנו נשיא דורנו כ״ק מו״ח אדמו״ר.

ובפרט לאחרי וואס "תחזור הנבואה לישראל",

וואם איז "הקדמת משיח"

(כנ״ל)

- די נבואה וואס וועט זיין בא משיח צדקנו

(וואס "נביא״י גדול הוא קרוב למשה רבינו״יי)

,

ואמרו חז״ל" אז "גואל

ראשון

(משה)

הוא גואל אחרון",

און בכל דור ודור איז דא איינער וואם איז ראוי לזה - דעריבער דארף מען וויסן אלם א הלכה אויר בזמן הזה

(נאך פאר דער גאולה)

,

אז ס׳איז דא די מציאות פון גילוי הנבואה

(בא משיח עוד לפני הגאולה)

,

אלם א מעין והתחלה

("יועציך כבתחלה")

צו שלימות גילוי הנבואה לאחרי הגאולה.

דאס הייסט,

אז דאם איז ניט קיין חידוש וואם וועט זיך אויפטאן ערשט נאד דער גאולה,

נאר די התחלה בזה ווערט שוין אויפגעטאן פריער בבחי׳ "יועציד כבת־ חלה",

דעריבער שרייבט עם דער רמב״ם אין זיין ספר הלכות

(ובפרט אז דער רמב״ם שרייבט בספרו אויך די הלכות וואס זיינען נוגע לימות המשיח,

אויך - די הקדמה לזה)

.

י.

ע״פ הנ״ל וועט מען פארשטיין דעם אויפטו פון די לעצטע דורות בכלל ובפרט פון דעם איצטיקן דור ובפרט אין דעם איצטיקן זמן,

וואס לויט הכרזת והודעת כ״ק מו״ח אדמו״ר נשיא דורנו האט מען שוין אלץ פארענדיקט

(כנ״ל ס״א)

און לויט אלע סימנים האלט מען שויו אין די לעצטע רגעים פאר דער גאולה:

פון דעם זמן ווען די תורה האט אנגע־ זאגט "שופטים ושוטרים תתן לך בכל שעריך" ובמשך הדורות זינט דעמולט,

ובפרט די

(פריערדיקע)

דורות אין גלות - איז וויבאלד אז לא זכו און די גאולה איז דעמולט ניט געקומען,

איז א ראי׳ אז מ׳האט נאך ניט פארענדיקט מעשינו ועכו־ דתינו און ס׳איז נאך געבליבן א רושם פון אן ענין פון "חטאינו"

(וואם "מפני חטאינו גלינו מארצנו"")

,

וואס צוליב דעם העלם והסתר פון וועלט האט מען נאד ניט

הפסוקים פ׳ ויחי.

תרא ר״פ משפטים.

ו;וד.

93)

נוסח תפלת מוסף דיו״ט.

ספר השיחות - ה׳תנש״א

געהאלטן בשלימות בא דעם מצב וזמן פון "שופטיך" און

(בפרט פון)

"יועציך",

און מ׳האט געדארפט אנקומען צו "שוטרים"

(צו כופה זיין אז מ׳זאל זיד פירן לויט דעם משפט השופטים)

.

אבער לאחרי דעם ריבוי הכי מופלג פון "מעשינו ועבודתינו" במשך כל הדורות,

איז מובן אז עם ווערט אלץ נעענטער צו אט דעם מצב.

ובמיוחד בדורות האחרונים,

ווען ס׳איז צוגעקומען דער ענין פון גילוי פנימיות התורה,

אגהויבנדיק פון "מצוה לגלות זאת החכמה״ בזמן האריז״ל 4 ,

און דערנאך -"יפוצו מעינותיך חוצה" 5 דורך רבותינו נשיאינו - וואס דורך זיי "תחזור נבואה לישראל"

(בלשון הרמב״ם הנ״ל)

",

"גלה סודו אל עבדיו הנביאים",

זיי זיינען נביאי דורנו" ביז "נביא מקרבך גו׳ כמוני"

(זייענדיק אתפשטותא דמשה שבכל דרא ודרא״י)

,

און זיינען "שופטיך" און "יועציו" פון דורנו:

סיי ״שופטיך״ - זייענדיק נשיאינו,

וואם א נשיא

(מלשון התנשאות)

איז הע־ כער שלא בערך פון די אויף וועמען ער איז א נשיא

(ע״ד מ״שיי "ויגבה מכל העם משכמו ומעלה")

,

און אויך רבותינו וואס לערנען תורה לכל העם - ע״ד "שופטיך": און סיי ״יועציך״ - וראם גיבן עצות ב־ עניני תורה ויראת שמים""׳,

ביז אויך עצות אין ענינים גשמיים

(ענין הנביאים)

׳"׳.

ובפרט דורך דעם גילוי פון תורת חסידות חב״ד,

בהתלבשות אין חכמה כינה ודעת בהבנה והשגה,

באופן אז דאס איז מובן אפילו בשכל פון נפש הבהמית -עכ״פ בבחי׳ ״עצה טובה קמ״ל״ - וואם ווערט נתקבל בשכל ורגש האדם,

וואם דורך גילוי פנימיות התורה בחב״ד שבשכל

("יועציך")

- ביז באופן פון "טועמי׳ חיים זכו"־"׳

(וואס דורך טעימה איז מען טועם די עצם זאך)

- ווערט א שער

("שעריך")

והתחלה

("יועציד כנתחלה")

צו גילוי פנימיות התורה לע״ל,

און דורך דער טעימה והתחלה איצטער - ווערן אידן און די גאנצע וועלט א כלי פנימי צו

ש״פ שופטים,

ז' אלול

דעם גילוי פנימיות התורה שלאחרי זה ע״י משיח צדקנו״ 1 .

ובכל זה גופא איז צוגעקומען גאכמער בדורנו זה - ווען מ׳האט די שלימות פון יפוצו מעינותיך חוצה בכל קצוי תבל,

ובאופו המובן בשכל בני אדם,

אפילו פון אזא וואט געפינט זיר אין חוצה שאין חוצה הימנו,

און אויר - דער תרגום פון פנימיות התורה ותורת החסידות אין לשון עם ועם"*

[רוסיש״י,

וכיו״ב]

דורך כ״ק מו״ח אדמו״ר נשיא דורנו,

ובאופן דהולך ומוסיף ואור,

ביז בימים האחרונים - אויך אפגעדרוקט

(ספר התניא,

תושב״ב פון חסידות"■)

אויף,

ברייל",

דער כתב פאר "סגי נהור״״י ר״ל

(כמדובר לעיל"■)

.

וע״פ די הכרזה הנ״ל פון כ״ק מו״ח אדמו״ר,

אז מ׳האט שוין פארענדיקט אלע עניני העבודה,

כולל די עבודה פון רבותינו נשיאינו אלם,

שופטיך" און,

יועציו" עד היום הזה,

און,

אכשור דר י״י10 כ־

פשוטו - איז פארשטאנדיק,

אז ס׳איז שוין געקומען די צייט פון,

ואשיבה שופטיך כבראשונה ויועציך כבתחלה" בתכלית השלימות

(און מ׳דארף ניט אנקומען צו שוטרים,

ווייל ס׳איז שוין אלץ מבורר/ לאחרי די טעימה והתחלה בזה דורך רבותינו נשיאינו•".

יא.

דערפון איז פארשטאנדיק דער לימוד וואס יעדערער האט שטייענדיק אין שבת פרשת שופטים בדורנו זה ובפרט בזמן האחרון,

די לעצטע רגעים פון גלות - אז עס דארף זיין אן עבודה בהתאם מדה כנגד מדה צו מצב הגאולה:

צו מפרסם זיין בא זיך און ביי אלע צו וועמעו מ׳קען דערגרייכן - אז מ׳דארף אויף זיך מקבל זיין און אויף זיך אננעמען

(מיט נאכמער שטארקייט)

די הוראות ועצות פון די,

שופטיך" און,

יועציך" שבדורנו -,

מאן מלכי רבנן"׳" בכלל,

ובפרט נשיא דורנו - וועלכער קומט בהמשך צו רבותינו נשיאינו שלפניו - דער שופט דורנו ויועץ דורנו און נביא דורנו,

ובציווי התורה הנ״ל":,

נביא אקים להם מקרב אחיהם כמוך ונתתי דברי בפיו ודיבר אליהם את כל אשר אצונו",

,

אליו תשמעון" 72 ,

וכפס״ד הרמב״ם הנ״ל,

אז אויב איינער האט די מעלות ושלימויות וואס א נביא דארף האבן און באווייזט אותות ומופתים - ווי מ״האט געזען און מ׳זעט בהמשך קיום ברכותיו בא נשיא דורנו - איז,

אין אנו מאמינים בו מפני האות לבדו כו׳ אלא מפני המצוה שצוה

ספר השיחות - ה׳תנש״א

משה בתורה ואמר אם נתן אות אליו תשמעון",

דורך תם וואס "יאמר דברים העתידים להיות בעולם ויאמנו דבריו״״י

(ווי מ׳האט עם געזען בא כ״ק מו״ה אדמו״ר/

און נאבמער: "נביא שהעיד לו נביא אחר שהוא נביא - ווי דאם איו בנוגע צו נשיא דורנו,

און דאם ווערט נמשד בדור שלאחריו ע״י תלמידיו כו׳ - הרי הוא בחזקת נביא ואין זה השני צריך חקירה""!; מ׳דארף אים פאלגן גלייך תיכן* ומיד נאך "קודם שיעשה אות",

און "אסור לחשוב אחריו ולהרהר בנבואתו שמא אינו אמת ואסור לנסותו יותר מדי כו׳ שנאמר 4 •׳ לא תנסו את ה׳ אלקיכם כאשר נסיתם במסה כו׳ אלא מאחר שנודע שזה נביא יאמינו וידעו כי ה׳ בקרבם ולא יהרהרו ולא יחשבו אחריו כו׳״״י,

ווארום מ׳איז מאמין אין דברי הנביא,

ניט ווייל דאם איז זיינע דעם נבקרם רייד,

נאר ווייל דאם איז דעם אויבערשטךס רייד דורך דעס נביא!

[אפילו ניט די רייד וואס דער אויבער־ שטער האט געזאגט דורך א נביא שני,

וואם איז אבער ניט געזאגט געווארן צו אים]

.

האט מען די הוראה כנ״ל,

אז מ׳דארף מפרסם זיין לכל אנשי הדור,

אז מ׳האט זוכה געווען אז דער אויבערשטער האט אויסגעקליבן און ממנה געווען א בעל־ בחירה,

וואס מצד עצמו איז ער שלא בערך העכער פון אנשי הדור,

אז ער זאל זיין "שופטיך" און "יועציד" און דער גכיא הדור,

וועלכער זאל אנווייזן הוראות און געבן עצות בנוגע צו דער עבודה פון אלע אידן און אלע מענטשן פון דעם דור,

בכל

עניני תורה ומצוות,

און בנוגע צו דעם אלגעמיינעם טאג טעגלעכן לעבן און אויפפירונגען,

אויר אין "בכל דרכיך

(דעהו)

" און "כל מעשיך

(יהיו לשם שמים)

" 5 ",

ביז - די נבואה העיקרית - די נבואה*" אז "לאלתר לגאולה" און תיכף ומיד ממש "הגה זה

(משיח)

בא" 7 ".

און צוזאמען מיט דעם זכות - האם יעדערער פון אנשי דורגו די אחריות צו אננעמען אויר זיך "שופטיך" און "יועציך",

און אויספאלגן זייגע הוראות ועצות טובות - ובלשון רבים

("שופטיך" און "יועציד")

,

א ריבוי משפטים און ריבוי עצות,

נוסף אויר• דעם וואס דאס קומט

(און איז מיוסד אויף די הוראות ועצות)

פון "שופטיד" און "יועציד",

"מאן מלכי רבנן",

און רבותינו נשיאינו בדורות שלפני זה - וואס דעמולט האט עם אויר דעם תוקף המובן לכל א׳ בבחי׳ עצה טובה

(ניט נאר בדיר ציווי)

,

אז אפילו אויב ער האלט פון זיר

(און אפילו אויב ער האט ע״פ תורה ושו״ע פון וואס פון זיר האלמן/ איז יחיד ורבים הלכה כרבים•" - כדעת ה״שופטיד״ און ״יועציו־״ -רבים.

און דויד דער קבלה וקיום ההוראות פון ״שופטיד״ און ״יועציו־״ שבדורנו -ווערט דויר דעם גופא דער מעין און התחלה פון קיום התפלה*" "השיבה

ש״פ שופטים,

ז׳ אלול

שופטינו כבראשונה ויועצינו כבתחלה" בגאולה האמיתית והשלימה

(כנ״ל/ במכ״ש פון דעם וואם "סוף מעשה במחשבה תחלה"" 12 ,

עאכו״ב אז דאס איז שוין אויך איז דיבור

("ניב שפתיים",

עניז הנבואה)

,

ווי ס׳איז נהוג לאחרונה צו ארויסברענגען די דברים בדיבור,

כולל ובמיוחד - אז אט אט קומט די גאולה.

- וואס עפ״ז האט מען אויד אן ענטפער אויף דער שאלה וואם מ׳פרעגט אויף דעם וואט מ׳רעדט לאחרונה אז די גאולה קומט תיכף ומיד ממש - לכאורה: ווי קען דאס אזוי גלאטיק דורכגיין און מצליח זיין: ווי וועלן די בני־בית זיר אפרופען אויף דעם,

און וואם וועט די וועלט זאגן אויף דעם?! איז דער ענטפער,

אז אויב די עניני הגאולה וואלטן געווען א חידוש,

וואלט אפשר געווען אן ארט אויף דער שאלה; וויבאלד אבער אז די גאולה איז ניט קיין חידוש דבר,

נאר כל עניני הגאולה האבן זיד שוין אנגעהויבן

("כבתחלה")

און זיינען שוין נמשך ונתקבל געווארן אין עולם הזה הגשמי התחתון שאין תחתון למטה ממנו

(בבחי׳ "ויועציך כבתחלה")

- וועט ניט זיין א פלא ווען די גאולה קומט תיכף ומיד ממש!

יב.

ובפשטות:

שטייענדיק אין א התוועדות פון חסידים אין די ד׳ אמות פון כ״ק מו״ח אדמו״ר נשיא דורנו - דארף יעדערער,

אנשים נשים וטף,

לכל לראש אננעמען אויף זיך החלטות טובות צו מקיים זיין די אלע הוראות טובות ועצות וואס ווערן גערעדט בא א התוועדות - מיוסד אויף

מעלה מהשתלשלות דע״ס

(ע״ד נחי׳ שופט שהוא שלא נערך להנשפטים)

,

הכולל ונמשך גט בע״ם

(ע״ד בחי׳ יועץ)

.

תורה שבכתב ותורה שבע״ם,

ודברי תורה והוראות פון רבותינו נשיאינו.

עם זאל זיין "שופטים תתן לך בכל שעריך",

אז אלע ז׳ שערי האדם,

זיינע ב׳ עינים וב׳ אזנים,

ב׳ נחירי האף און זיין פה - זאלן אנגעפירט ווערן לויט די הוראות פון תורתנו הקדושה איבערגעגעבן דורך "מאן מלכי רבנן" בכלל,

ובפרט דורך דעם ״שופט״ און ״יועץ״ הדור - נשיא ץורנו,

ובפרטיות יותר: כשם ווי ס׳איז דא א שופט און נביא בכל דור,

און דאס איז "מיסודי הדת",

אז אלעמאל און אומעטום איז דא גילוי אלקות למטה - עד״ז איז אויך בפרטיות אי! א אידן בעצמו,

אז ער האט א נשמה,

וועלכע איז א "חלק אלוקה ממעל ממש"׳ 2 ׳,

ממש אויר בפירושו אז דאם איז קיים באופן נצחי

(אויך ווי זי קומט אראפ למטה אין עולם הזה הגשמי)

.

און די הוראה פון "שופטים גו׳ תתן לך בכל שעריך" באשטייט אין דעם,

אז די הוראות פון דעם "שופט" און "יועץ" הכללי ווערט נמשך און גייט דורך דעם "שופט" און "יועץ" הפרטי אין יעדן נפש האלקית - אז אלע זיינע "שערים"

(אברים גשמיים)

ווערן אנגעפירט דורך זיינע ג׳ מוחין

("שופטיך")

,

און זיינע מדות שבלב

("יועציו"/ שכל ומדות פון זיין נפש האלקית,

וועלכער לערנט און פארשטייט די הוראות התורה,

ובפרט ווי עס ווערט ערקלערט דורד דעם "שופט" הדור כ״ק מו״ח אדמו״ר,

און ברענגט עס אראפ אין זיינע מדות הלב,

אהבה ויראה וכו 22 .

ד.

ה.

אז זיין לימוד התורה דארף זיין א לימוד שמביא לידי מעשה,

וואם קומט

ספד השיחות - ה׳תנש״א

ארויס אין זיין הנהגה בפועל - סיי אין זיין בח הראי׳,

סיי אין זיין כח השמיעה,

סיי אין זיין ריח און סיי אין זיין דיבור און טעימה

(בפה)

.

און אין יעדערען פון זיי - איו ביידע כיוונים פון ימין ושמאל,

עשה טוב וסור מרע,

וראם כנגד זה זיינען די ב׳ עינים,

ב׳ אזנים,

וב׳ נחירי האף.

און אויך דער פה -איז טועם

("חיך אוכל יטעם"" י)

סיי א טעם מתוק און סיי א טעם מר"׳.

דאם הייסט,

אז הוראת השופט

(ובפרטיות - דער שכל פון נה״א)

נעמט ארום און ווייזט אן ווי מ׳דארף זיך פירן אין אלע ענינים אין לעבן - "מטעמים" לשון רבים

(כמבואר בתניא״י)

,

סיי די ענינים וואס זיינען "זים" און סיי די ענינים וואס זיינען "ביטער"

(בחיצוניות/ אבער - מ׳איז מגלה אין דעם

(און דאס איז א חלק פון הוראת השופט/ אז באמת ובפנימיות איז דער דבר מר אויך ״זים״,

ואדרבה - א מתיקות נעלית יותר ווי דאס וואס לכתחילה מתוק

(ע״ד די מעלה פון חסדים הנסתרים)

.

אזוי - אז אלע פרטים ופרטי פרטים פון א אידז׳ס לעבן ווערן דורכגעגומען און אנגעפירט לויט די הוראות פון זיין ״שופט״ ו״יועץ" - זיין נשמה.

און אזוי אויר בכללות יותר - איז יעדער איש ואשה דער "שופט" און "יועץ" פון זייער שטוב און בני בית,

דארפן זיי אנפירן מיט דער שטוב לויט די הוראות ועצות התורה.

ביז בכללות עוד יותר,

כנ״ל - אז יעדער איד,

אנשים נשים וטף,

זיינען אויף זיך מקבל און זיינען מקיים די הוראות פון דעם שופט ויועץ הדור.

און מ׳איז אזוי

משפיע אריף אשתו רבני ביתו,

ביז אויף אלע די וועמען ער קען דערגרייכן.

ביז אויר בכללות העולם - אזוי אז די גאנצע וועלט,

אויר דער עולם מלשון העלם והסתר״י,

מיט אלע זיינע פרטים ופרטי פרטים ווערט א רשות היחיד דורכגענומען מיט דער איין און איינציקער נקודה פון יחידו של עולם 71 י

(מלשון העלם למעליותא,

מבחי׳ "ישת חושך סתרו"" 1 )

,

ווי ער איז זיך מגלה "בקרבנו" דורך "נביא אקים להם גו׳ כמוך",

נשיא הדור וואס "הוא הכל""׳,

"צדיק יסוד עולס״״נו,

ע״ד דער אבן השתי׳ - וואם געפינט זיך במקום מסויים בעולם הזה הגשמי"׳,

און איז קיימת תמיד בלי שינויים

(אפילו ניט דער שינוי פון גניזה,

ווי דער ארון שנגנז׳" וכיו״ב/ ע״ד ווי א שופט און נביא איז קיים

(נצחי)

בכל דור

(אלס א סימן אויף גילוי אלקות בעולם באופן תמידי)

-וואם ממנה הושתת כל העולם כולו 2 ׳•׳.

און די ביידע ענינים אין אבן השתי׳ -

(א)

א נקודה אחת

(ב)

הכוללת הכל

(ממנה הושתת כל העולם)

- איז מרומז אויר אין די אותיות פון "שתי־ה״י"

(ועד״ז אין ווארט "ישת" פון "ישת חושך סתרו" כנ״ל)

: דער יו״ד באווייזט אויף נקודת הביטול

(קבלת עול)

- ע״ד דער עניז פון

ש״פ שופטים,

ז׳ אלול

"שופטיך",

און דער "שתה" באווייזט אויף התפשטות - מראה בצורת האותיות ש,

ת און ה - ע״ד דער ענין פון "יועציו".

ובהדגשה יתירה בשנה זו - הי׳ תהא שנת אראנו נפלאות,

וואט איז כולל אין זיך רוב האותיות פון "שתי־ה",

ובמקום פון דעם יו״ד

(ה׳שי״ת)

'■'■׳ קומט דער נ״א: און א הכנה צו שנה הבאה - הי׳ תהא שנת נפלאות בינה,

מיט דער מעלה פון בינה

(בחי׳ "יועציו" בערך לנקודת החכמה)

,

וואס שרשה איז העכער פון חכמה

(ראי׳,

אראנו)

4 '■׳.

און אין דעם יאר גופא - שטייט מען שויו בסיום השנה,

אין חודש אלול - דער חודש החשבון פון שנה שעברה און חודש ההכנה פון שנה הבאה.

און אין דעם חודש איז מען שוין דורך די ערשטע ז׳ ימים,

ז׳ ימי ההיקף 5 '■׳

(פון יום ראשון ביז יום השבת/ וועלכע זיינען כולל אלע ימי השנה

(שעברה והבאה)

- איז דאם נאכמער מתאים צו מאכן א חשבון צדק און די פאסיקע הכנות לשנה הבאה בנוגע צו דער עבודה הנ״ל פון "ואשיבה שופטיך כבראשונה ויועציך כבתחלה".

דערצו איז שוין אויך דורך דריי

(למעליותא)

גאנצע וואכן פון די "שבעה דנחמתא",

און מ׳האלט שוין בא דער הפטורה פון "אנכי אנכי הוא מנחמכם"*'■׳,

דער ענטפער פון דעם אויבערשטן 7 '■׳ אויף דער טענה פון אידן "ותאמר ציון עזבני אד׳ וה׳ שכחני״״'■׳,

ובסגנון אחר -"עד מתי"?! און דער אויבערשטער

ענטפערט אז "אנכי אנכי הוא מנחמכם׳/ כולל - די נחמה בכפליים

(אנכי אנכי)

פון דער גאולה האמיתית והשלימה.

יג.

ויהי רצון,

אז דורך דער עבודה בקיום "שופטים גו׳ תתן לך בכל שעריך",

באופן פון ״ואשיבה שופטיך גו״׳ הנ״ל -זאל דאם מקויים ווערן בפועל ממש,

אין "שעריך" בארץ ישראל,

און איו "שעריך" פון דעם ביהמ״ק השלישי,

וואם "טבעו בארץ שערי׳""",

און אידן דורך זייער עבודה שטעלן דאם צוריק אויף"*•׳,

און צוזאמען דערמיט איז דער בית המקדש עצמו

(וואם איז בנוי ומשוכלל למעלה׳ 4 ׳)

יורד מלמעלה למטה,

צוזאמען מיט דער קדש הקדשים און אבן השתי׳ שבו,

שממנה הושתת כל העולם כולו.

און שטייענדיק נאך חמשה עשר באב - שמזלו ארי׳ 42 ׳,

ר״ת

(אב)

אלול,

ראש השנה,

יוהכ״פ הושענא רבה 4 ׳ - איז מנהג ישראל צו ווינטשן יעדער איד און אלע אידן: א כתיבה וחתימה טובה 44 ׳,

וגמר חתימה טובה,

לשנה טובה ומתוקה,

בגשמיות וברוחניות וברוחניות ובגשמיות וגם יחד,

און דער אויבערשטער זאל ממלא זיין משאלות לבב כל אחד ואחת מישראל לטוב,

ובפרט - אין קיום בקשת ותביעת כל א׳ מישראל: "עד מתי"?! "השיבה שופטינו כבראשונה ויועצינו כבתחלה",

בגאולה האמיתית והשלימה ע״י משיח צדקנו,

ותיכף ומיד ממש.

ספר השיחות - ה׳תנש״א

Reader controls and commentary are loading.