א.
דעם שבת האט מען פארענדיקט דעם אכטן מאל לייענען פרשת שמיני דעם יאר - ווי ס׳איז מערערע מאל בא־ טאנט געווארן איו די לעצטע וואכן,
אז היינטיקער יאר לייענט מען פרשת שמיני
("ויהי ביום השמיני")
שמונה פעמים׳,
וואט דאס האט אין זיך די מעלה - כפתגם הידוע 2 : שמיני שמונה שמינה - א יאר ווען מ׳לייענט
(פרשת)
שמיני,
שמונה - אכט מאל,
וועט זיין שמינה,
א "פעטער" יאר אנגעפילט בגשמיות וברוחניות.
וואס דאס איז איינשטימיג מיט דעם כללות׳דיקן אויפטו פון דעם היינטיקן יאר - אויף וועלכן אידן גיבן דעם סימן און נאמען "הי׳ תהא שנת נפלאות אראנו" - א יאר אויסגעצייכנט דערמיט וואט ער איז "פעט" און אנגעפילט מיט נסים ונפלאות פון דעם אויבערשטן וואט קומען פאר לעיני כולם,
(אויך)
אלט הכנה צו די נסים ונפלאות פון דער גאולה האמיתית והשלימה וועלכע קומט תיכף ומיד ממש,
"כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות" 1 ■ - ווי געדעדט און אונטערשטראכן פיל מאל במשך דעם יאר,
ובפרט אין חודש ניסן,
מלשון נם 4 און "נסי נסים" 5 .
2)
דאה גם לקו״ש ח״ז ע׳ 297.
ספר השיחות תשמ״ח ח״ב ע 6 395.
ע׳ 413 ואילך.
דערצו איז דער שבת אויך:
(א)
דער ערשטער שבת נאך פסח,
ווען מ׳הויבט אן זאגף און לערגען , פרקי אבות בשנה זו
(בשבתות שבין פסח ועצרת")
,
אנהויכנדיק פון "משה קיבל תורה מסיני כו׳" , .
(ב)
דער לעצטער שבת פון חודש ניסן היי יאר
(שנת אראנו נפלאות/ און נאכמער - דעד סיום פון חודש ניסן
(וואס "הכל הולך אחר החיתום""׳)
,
ווארום דער שבת איז ערב ראש חודש אייר",
"מחר חודש".
(ג)
דער סיום פון דער צווייטער פול־ ער וואך פון ספירת העומר
("ארבעה עשר יום שהם שני שבועות לעומר"/ ווי דער אויפטו פון קביעות שנה זו,
אז ספירת העומר הויבט זיר אן "ממחרת השבת" 2, כפשוטו
(ווארום דער ערשטער טאג פסח איז געווען שבת)
,
וואס דאס טוט אויף אן
שם.
ספר השיחות - ה׳תנש״א
עילוי אין דעם ענין ותמימות פון ספירת העומר - ווי עם שטייט אין מדרשי■׳: "שבע שבתות תמימות תהיינה",
אימתי הן תמימות.
.
כשיבוא פסח בשבת ויתחילו לספור במוצאי שבת,
שאז השבתות הן תמימות",
"שמתחילות באחד בשבת ומסיימות בשבת" 4, .
און וויבאלד אז אין היינטיקער קביעות קומען צוזאמען די אלע זאכן אין דעם שבת -
(א)
קריאת שמיני בפעם השמינית,
(ב)
מחר חודש,
(ג)
סיום שבוע השני פון ספירת העומר,
(ד)
התחלת אמירת ולימוד פרקי אבות - דארף מען זאגן
(וויבאלד אז אלץ איז בהשגחה פרטית 5 ׳)
אז זיי האבן צווישן זיך א שייכות,
ועוד ועיקר -א שייכות מיט דעם ענין פון "אראנו נפלאות".
וכדלקמן.
ב.
דער עילוי פון "שמיני שמונה שמינה"-פאדערט הסברה:
"שמיני" איז
(אויר)
מלשון שומן
(כידוע דער פירושי" אין "ביום השמיני עצרת" 7 ׳)
.
און זייענדיק א פרשה בתורה,
פון וועלכע עם ווערט נמשך א הוראה ונתינת כח אויף כל השנה,
איז פארשטאנדיק אז פון קריאת פ׳ שמיני
(אפילו איין מאל)
ווערט נמשך "שמינה"
(פעטקייט)
על כל השנה.
שטעלט זיך די שאלה: וויבאלד אז ״שמיני״ אליין איז ענינו שומן - איז וואס פאר א עיקר חידוש קומט אין דעם צו דורך דעם מספר הקריאות,
אז מ׳לייענט
(די זעלבע פרשה און דעם זעלבן ענין פון)
שמיני שמונה פעמים•",
אז דוקא דעמולט זאגט מען אז עם וועט זיין "שמינה",
א "פעטער" יאר?!
קריאת שמיני שמונה פעמים איז טאקע מוסיף הדגשה אין דעם ענין פון "שמונה"
(שמינה)
,
אבער פון דעם לשון הפתגם איז משמע,
אז
(א יאר ווען)
"שמיני שמונה"
(מ׳לייענט שמיני שמונה פעמים)
האט אין זיך א חידוש לגבי שאר השנים
(ניט בלויז א תוספת הדגשה)
- אז
(דוקא דער יאר וועט זיין)
"שמינה׳"".
ג.
ויש לומר דער ביאור אין דעם:
די באזונדערע דערהויבנקייט פון "ויהי ביום השמיני"
(יום "שמיני למילואים"" 7 )
,
באשטייט אין דעם,
וואם אין דעם טאג האט זיך אנגעהויבן די השראת השכינה אין משכן - "היום ה׳ נראה אליכם,
להשרות שכינתו במעשה ידיכם"׳ 2 ,
ביז אז "וירא כל העם וירונו ויפלו על פניהם" 22 .
און דער כח אויף דעם איז געקומען
ש״פ שמיני,
מבה״וז וער״ח אייר
(אויד)
דורך דעם וואס דאס איז געווען ביום השמיני":
עניני העולם
(אויר שלימות העולם)
זיינען אויסגעשטעלט אין מספר שבע.
די וועלט איז באשאפן געווארן אין שבעת ימי בראשית
(זעקס טעג פון באשאף,
און שבת וואס האט אריינגעגעבן מנוחה אין וועלט",
שלימות הבריאה)
- די שבעת ימי ההיקף,
אין וועלכע ס׳איז אויסגע־ שטעלט זמן העולם וכללות סדר השתלשלות
(שבעת ימי הבנין,
שבע מדות/ ווייל די צאל שבעה ווייזט אויף דעם אור אלקי וואם איז זיר מתלבש אין דער בריאה: "שמיני" ווייזט אויף דעם אור אלקי וואם איז העכער פון התלבשות אין וועלט,
בחי׳ שומר את ההיקף שלמעלה מסדר השתלשלות.
וואס דערפאר איז "ביום השמיני" גע־ ווען די השראת השכינה אין משכן: הגם אז אויר פאר דעם זיינען געווען א ריבוי פרטי עבודות בשבעת ימי המילואים,
איז דאם נאד אלץ געווען פארבונדן מיט א גילוי אלקות וועלכער איז בערר הבריאה,
האט עס ניט געהאט דעם ענין צו אויפטאן דעם "ושכנתי בתוכם"",
גילוי השכינה אין משכן: דוקא כיום השמיני
(וואם "מספר זה מיוחד אליו ית׳״“)
האט
זיר אויפגעטאן דער גילוי אלקות שלמעלה מהבריאה אין דעם משכן - "היום ה׳ נראה אליכם,
להשרות שכינתו במעשה ידיכם".
דאס איז אויר די שייכות פון "שמיני" מיט ״שמינה״
(שמיני מלשון שומן)
- ווייל די המשכה אין אן אופן פון "שומן",
"פעט־ קייט״ - מער ווי ע״ד הרגיל מצד גדרי העולם - קומט דוקא פון שמיני,
שלמעלה מסדר השתלשלות.
ד.
תכלית הכוונה איז,
אז אויר דער אור וואס איז העכער פון השתלשלות
("שמיני")
זאל ניט בלייבן בהבדלה פון עולם,
נאר דאס זאל נמשד ווערן בגילוי אין וועלט,
איו אז אופן אז די וועלט,
מצד אירע גדרים,
זאל אויפנעמען דעם גילוי.
דאם הייסט,
אז עס זאל זיין דער חיבור פון ביידע ענינים: דער גילוי שלמעלה ממדידה והגבלה,
וואם דאם האט די מעלה אז דאס איז העכער פאר די הגבלות פון עולם - אין מדידה והגבלה,
וואם האט די מעלה אז דער מקבל ווערט דערצו א כלי צו אויפנעמען און קולט זיין דעם גילוי בפנימיות: עם ווערט דער חיבור פון בלי גבול און גבול.
[און נאכמער: דער סדר העבודה בזה איז מלמטה למעלה,
אז פון דער מדידה והגבלה פון עולם,
דערגרייבט מעז אויר צו
(אויפנעמען)
דעם אור שלמעלה מגדרי העולם,
כדלקמן ס״ו)
]
.
וואם אין דעם באשטייט דער חידוש פון גילוי אלקות אין משכן ומקז־ש
[און בתכלית השלימות - ווי עם וועט זיין אין בית המקדש השלישי]
- ווי עם האט זיר אויפגעטאן ״ביום השמיני״ - "
(ועשו לי מקדש)
ושכנתי בתוכם"",
השראת וגילוי השכינה,
שלמעלה מגדרי העולם
("לי"/ אין דעם משכן גשמי,
אין "מעשה ידיכם".
און פון משכן ווערט עם נמשר בכל
ספר השיחות - ה׳תנש״א
העולם
(ממנה אורה יוצאה לכל העולם")
.
ווי דאם איז געווען בגלוי אין ארון
(וועלכער איז ״עיקר החפץ במשכן״״ 2 )
-אז "מקום ארון אינו מן המדה״י 2 : אע״פ וואס דער ארון
(אין וועלכן עם זיינען געלעגן די שני לוחות הברית,
הכוללים כל התורה כולה" , ׳,
וואם אורייתא וקוב״ה כולא חדיי)
איז למעלה ממדידה והגבלה,
"אינו מן המדה",
האט דער מקום הארון געהאט א באשטימטע מדה
("אמתים רחצי ארכו גו׳״־י)
,
און דער מקום איז געווען ״אינו מן המדה״ - צוזאמען מיט דער מעלה פון בלי גבול אויר די מעלה פון גבול
(וואס קען אויפגענומען ווערן בגדרי התחתון)
.
און עד״ז קומט עם ארוים אין דער עבודה פון א אידן: בכללות זיינען פאראן צוויי אופני וסדרי עבודה - אן עבודה בצמצום ובמדידה והגבלה
(דקדושה)
,
און אן עבודה שלמעלה ממדידה והגבלה.
ויש בזה מה שאין בזה: די עבודה במדידה והגבלה איז בערך צו דרגת האדם,
ער זאל ווערן א כלי צו אויפנעמען אלקות בפנימיות מציאותו.
און די עבודה שלמעלה ממדידה והגבלה
("בכל מאדר"'■'■)
א
כלי אויר אויפנעמען אלקות שלמעלה מהגבלת האדם
("מאד" האמיתי)
; און די שלימות באשטייט פון חיבור ביידע עני־ נים אין עבודת האדם: אויר אין זיין עבודה שלמעלה מהגבלה האט ער די מעלה אז דאס ווערט נמשד בכלי ובפנימיות,
און אייר אין זיין עבודה שבהגבלה האט ער די מעלה פון "בכל מאדף׳.
ה.
עפ״ז וועט מען פארשטיין דער אויפטו פון "שמיני שמונה"
(קריאת שמיני שמונה פעמים)
,
וואם דעמולט איז דאם "שמינה":
דער אונטערשייד צווישן "שמיני" און "שמונה" איז: "שמיני" איז א מספר סידורי,
וואס קומט טאקע נאר זיבן פריערדיקע,
אבער דאס איז א באזונדערע אכטע -מציאות,
וועלכע איז מובדל בעיר פון די שבעה שקדמו לו.
"שמיני" איז ניט לגמרי או ענין לעצמו,
נאר דאם האט א שייכות
(און קומט בהמשר)
צו שבעה
(און נאב־ מער: שמיני איז שייר דוקא נאד דעם וואם עס זיינען פריער דא שבעה)
; אבער לאחרי וואס עם קומט ארויס דער ענין
(יום)
השמיני,
איז דאס
(אויר)
א באזונדער מציאות,
וואס איז נבדל פון די שבעה.
[ווי דאס איז בנדו״ד - "ויהי ביום השמיני",
דער יום שמיני למילואים,
וואם קומט נאד די שבעת ימי המילואים,
אבער דאס איז א באזונדער,
אכטער טאג,
וואם איז מובדל און העכער פון די פריערדיקע טעג -דער יום השמיני איז דער טאג ווען ס׳איז געווען א חידוש הכי עיקרי - די השראת השכינה אין משכן]
.
״שמונה״ - אכט - איז א מספר הכולל,
דאס איז כולל אלע אכט צוזאמען,
אויך די שבעה שקדמו לו 4, .
שמונה איז דער
ש״פ שמיני,
מבה״ח וער״ח אייר
טייטש אז מ׳האט אלע אכט צוזאמען.
ואדרבה: דער טאג הויבט זיי אלע אויף צו
(דער דרגא פון)
שמונה,
אז אלע זאכן
(אייר די ערשטע זיבן)
זיינען א חלק פון "שמונה".
ועפ״ז יש לומר אז "שמיני" און "שמונה" צוזאמען זיינען מרמז אויך אויף דעם כח צו מחבר זיין די צוויי ענינים הנ״ל אין דעה גילוי אלקות במשכן - בלי גבול און גבול: בכדי עס זאל זיין דער חיבור פון גבול און בלי גבול
(עולם און למעלה מעולם)
,
דארף אין בלי גבול
(דרגא השמינית)
עצמו זיין ביידע ענינים.
און דאס איז דער אונטערשייד צווישן "שמיני" און "שמונה": "שמיני" איז
(בעיקר)
דער ענין פון בלי גבול 5, ,
און "שמונה" איז ווי בלי גבול איז אין זיך כולל
(די מעלה פון)
גבול
(שבעה)
.
"שמיני" גייט בעיקר אויף דעם גילוי שלמעלה מהשתלשלות
(שומר את ההיקף)
,
און "שמונה" איז מדגיש ווי דער גילוי
(שלמעלה מהשתלשלות)
איז כולל און ווערט נמשך אויך אין די שבעת ימי הבנין פון סדר השתלשלות,
אין כל פרט ופרט - א׳,
ב׳,
ג׳,
ד׳,
ה׳,
ו׳,
ז׳ און דערנאר ח׳ - ווי זיי ווערן אלע אויפגע־ הויבן און ווערן "שמונה".
און דאס איז דער אויפטו פון דעם יאר ווען ״שמיני שמונה״ - אז "שמיני" שטייט
(אויר)
אין אן אופו פון "שמונה",
מ׳לייענט "שמיני" שמונה פעמים: ווען מ׳לייענט פ׳ שמיני נאר איין מאל
(אדער אפילו דריי מאל)
וכיו״ב,
באווייזט עס בעיקר אויף דער גילוי פון שמיני שלמעלה מעולם
(אפגעזונדערט פון שבעה)
; בשעת מ׳־ לייענט עם אבער שמונה פעמים,
איין
ימים",
"שלשה ימים" וכוי.
וראה תו״א מקץ לד,
ב.
סהמ״צ להצ׳צ כה,
א.
מאל,
א צווייטן מאל,
א דריטן מאל וכו׳ ביז - אן אכטן מאל
(בשבת זו)
,
וואס שמונה איז כולל אלע
(אויך די שבעה)
-דעמולט קומט ארויס דער גילוי פון ״שמעי״ אויר אין יעדערע פון די - און אין אלע - שבעה פרטים
(דרגות)
פון דער בריאה,
און דערנאד בתכלית השלימות -דעם אכטן מאל
(וואט דוקא דעמולט לייענט מעו
(אויר)
כל הפרשה כולה/ אזוי אז מ׳האט די שלימות פון "שמיני" שמונה פעמים - די מעלה פון "שמיני" צוזאמען מיט דער מעלה פון "שמונה",
וואס איז כולל אויר די שבעה*׳.
און דעריבער ווערט דויר דעם -"שמינה",
א "פעטער" יאר: די אמת׳ע שלי־ בעת פון שומן
("פעטקייט")
איז דוקא ווען מ׳האט דעם חיבור פון "שמיני" און "שמונה",
"שמיני" אין אן אופן פון "שמונה",
בלי גבול און גבול - וואס דאס באווייזט אז דאס קומט פון דעם עצם
(שלמעלה מבל״ג ומגבול/ וואס דאם איז דער ענין פון שומן
(ושמן/ דער תמצית און עסענץ"■ פון אלע ענינים,
וואס נעמט דורד אלע פרטים ופרטי פרטים - כידוע אז שומן איז "מפעפע בכולו״״י.
ו.
נאראועניואיןדעם:
דער אופן ווי מ׳דערגרייכט,
מ׳קומט
ספר השיחות - ה׳תנש״א
צו דעם גילוי פון "שמיני"
(שלמעלה מהגבלת העולם)
- איז דוקא דורך דער עבודה מלמטה למעלה אין מדידה והגבלה פון עולם,
אין די שבעה דרגות - א׳,
ב/ ג׳,
ד׳,
ה׳,
ו/ ז/ ביז מ׳דערגרייכט שמונה
[ווי דאם איז בפשטות - אז שמונה קומט דוקא דורך דעם וואט פריער זיינען דא שבעה]
.
והטעם לזה - ווייל דוקא דורך דער עבודה במדידה הגבלה ווערט מעז א כלי אויף צו קולט זיין העכערע גילויים,
ביז דער גילוי פון שמיני און שמונה.
וואם דערפון איז מובן אז די עבודה במדידה והגבלה איז פארבונדן
(בשרשו)
מיט גאר א הויכע דרגא
(העכער ווי דער שרש הכל״ג)
.
וע״ד ווי דאס איז אין "מקום ארון אינו מן המדה": דער "אינו מן המדה" איז געקומען דוקא דורך דעם וואס דער ארון האט געהאט א מדה".
וואלט דער ארון ניט געווען אין דער געגויער מדה וואס איז מפורש בתורה,
וואלט ניט געווען קדושת הארון בשלימות,
וועלכע איז כאשר ציווה ה׳ את משה.
דוגמא לדבר בקיום המצוות - אין מצות מעשר
(ש״מפריש אחד מעשרה מן הנשאר"")
: דער דין בא מעשר איז אז "אין מעשרין באומד אלא במדה או במשקל או במנין"׳ 4
[ניט ווי בא תרומה,
וואם "אין תורמין תרומה זו לא במדה ולא במשקל ולא במניף.
.
אלא אומד ומפריש בדעתו כו׳""!.
און נאכמער בא מעשר בהמה
(ש־
"מצות עשה להפריש אחד מעשרה כו׳" 44 / וואס א חלק פון גוף פעולת המצוה איז דער מנין: "מונין א׳ ב׳ ג׳ ד׳ ה׳ ו׳ ז׳ ח׳ ט׳,
והיוצא עשירי.
.
אומד הרי זה מעשר" ,4 ,
וכמ״ש" "העשירי יהי׳ קדש לה׳".
ד.
ה.
דער גילוי פון "עשירי יהי׳ קדש",
"קדש מלה בגרמי"׳ 47 ,
וואם איז בהבדלה ושלא בערך
(גרמי׳)
פון אלע ענינים -דערגרייכט מען דוקא דורך מנין
(עבודת)
האדם״ 4 ,
״מונין א׳ ב׳.
.
ט׳".
וי״ל שעד״ז איז דאם אויר בנוגע צו "ויהי ביום השמיני",
אז דער גילוי פון שמיני קומט נאך די שבעת ימי המילואים.
און דאם שטייט נאכמער בגלוי ובהדגשה בשנה זו ווען "שמיני שמונה",
מ׳לייענט שמיני שמונה פעמים,
פעם אחר פעם ביז
(מ׳ציילט)
שמונה פעמים" 4 ,
ווען מ׳האט בפועל ובגילוי "שמיני שמונה".
אזוי אז מ׳האט די מעלה פון קריאת פ׳ שמיני בכל השמונה פעמים - ובפרטיות: פעם הראשון - די מעלה פון פתיחת והתחלת הענין פון קריאת "ויהי ביום השמיני" בשנה זו: פעם השני - די מעלה פון כפליים לתושי׳״ 5 ; פעם השלישי - מעלת
ש״פ שמיני,
מבה״ת וער״ח אייר
החזקה׳ 5
[רואם איז בהדגשה בכלל בשנה זו,
כמדובר לעיל 52 ]
: פעם הרביעי - כנגד די ד׳ רגלי הכסא שלמעלה והשולחן,
וד׳ רגלי המרכבה,
וואט דורך דעם ווערט דער קיום חזק בעמידת השולחן 53 ; פעם החמישי - כנגד בחי׳ "החמישית לפרעה"* 5 ,
וואט "אתפריעו ואתגליין מיני׳ כל נהורין" 55 ; פעם הששי -
[נוסף אויף חזקה
(שלשה)
בכפליים,
אויך -]
די שלימות הבריאה
(שנבראה בששת ימים)
; פעם השביעי - די מעלה ושלימות פון "מנוחה" וואט קומט צו אין שלימות העולם
(ביום השביעי 4 ׳/ אזוי ^ז מ׳האט די שלימות פון אלע שבעת ימי בראשית
(אין וועלכע עם שטעלט זיך אוים סדר השתלשלות,
כג״ל ס״ג)
; ביז די שלימות בפעם השמיני - שלמעלה מסדר השתלשלות,
כנ״ל בארוכה.
ולהוסיף,
אז שמיני איז
(בכללות)
כולל אויך תשיעי ועשירי* 5 ; און דעריבער,
פון שמיני קומט מען דערנאך אויך צו תשיעי,
ג׳ פעמים חזקה,
וואט תשיעי ווערט א הכנה הכי קרובה - תיכף ומיד בלי הפסק - צו העשירי יהי׳ קדש
[משא״כ די פריערדיקע דרגות,
פון א׳ ביז ח׳,
אע״פ אז פון זיי ווערט אויפגעמאכט עשירי,
איז אבער דא א הפסק ביניהם^ כולל די שלימות פון גאולה וואס איז פארבונדן מיט עשירי
(כדלקמן סעיף יא)
.
ז.
דער כח צו ממשיך זיין די שכינה
למטה "ביום השמיני" איז געקומען דוקא דורך משה רבינוי 5 ,
ע״י תפלתו "ויהי נועם ה׳ אלקינו עלינו" 5 ,
יהי רצון שתשרה שכינה במעשה ידיכם״״ 5 - ווארוס משה,
האבנדיק אין זיך די ביידע ענינים פון בלי גבול און גבול•*,
איז דער ממוצע המחבר "בין ה׳ וביניכם"׳*,
וועלכער גיט דעם כח צו ממשיך זיין אלקות שלמעלה מעולם אין עולם
(ווי דאם איז געווען אין משכן)
.
ווי אונטערשטראבן אין התחלה פון פרקי אבות
(וואם מ׳הויבט אן לערנען דעם שבת פ׳ שמיני,
בנ״ל ס״א)
- "משה קיבל תורה מסיני ומסרה כו׳": משה איז דער מקבל התורה פון דעם אויבערשטן אליין
("ומסרה וכו׳",
און די משנה איז ממשיך אויסרעכענען דעם סדר המסורה פון קבלת התורה מדור לדורי*/ און דורך אים - קומט אן די תורה צו יעדער איד און אלע אידן
("תורה צוה לנו משה מורשה קהלת יעקב" 5 *)
:
וואס דורך תורה
(שקיבל משה מסיני)
- חכמתו ורצונו של הקב״ה**,
ואורייתא וקוב״ה כולא חד - דער ארון הברית מיט השם - ווערט די השראת השמנה
(אלקות
ספר השיחות - ה׳תנש״א
שלמעלה מהבריאה)
אין דעם משכן; און דורך תורה - האט א איד בכה צו ממשיך זיין אלקות אין וועלט,
ביז אויר אלקות שלמעלה מהבריאה.
און דער כח וואט משה האט אויף דעם קומט דערפון וואט "משה קיבל תורה מסיני"
(כידוע דער דיוק" וואט עם שטייט ״מסיני״ און ניט "מהקב״ה״“ וכיו״ב)
-וואס "סיני" איז "מכיך מכל טורייא" 67 ,
און משה האט מקבל געווען תורה "מסיני",
ער האט זיך אפגעלערנט "מסיני",
אז ער איז געווען בתכלית הביטול,
"מכיר מכל טורייא",
וואו נאר אן ענין פון גבהות
(אפילו)
דקדושה - איז ער געווען "מכיר" מזה,
"עניו מאד מכל האדם אשר על פני האדמה"" 6 ; און זייענדיק בטל בתכלית צו דעם אויבערשטן האט ער דעם כח צו זיין "קיבל תורה מסיני",
מקבל האמיתי,
וואס ווערט דער ממוצע המחבר צו איבערגעבן תורתו של הקב״ה צו אידן.
ח.
ובפרטיות יותר-יש לומר אז דער ענין
(דער חיבור פון בל״ג וגבול)
איז מרומז אויר בשמו של משה
[דער ערשט־ ער ווארט פון משנה וכל המסבתא: "משה קיבל תורה כו׳"]
:
משה איז ר״ת "משה שמאי הלל״י",
כנגד די ג׳ קוים,
קו הימין
(חסד/ קו השמאל
(גבורה)
און קו האמצעי
(תפארת)
: שמאי און הלל זיינען כנגד די ב׳ קוים פון שמאל וימין שבתורה
("מימינו אש דת למו"" 7 / וואס דערפאר איז בית שמאי מחמירים
און בית הלל מקילים,
"אלו אוסרים ואלו מתירין אלו פוסלים ואלו מכשירין"׳ 7 כידוע 71 ; און משה איז כנגד דעם קו האמצעי,
וועלכער איז כולל און מחבר ביידע קוים" 7 .
דער שרש פון בלי גבול און גבול למעלה איז - חסד און גבורה 74
[ובזה גופא - חסד וגבורה שבתורה,
"מימינו אש דת למו"]
: פון חסד ווערט נמשך די השפעה שלמעלה ממדידה והגבלה,
און פון גבורה
(וצמצום)
- די השפעה מצומצמת,
לפי הגבלת וכלי המקבלים; און משה - קו האמצעי
(וואס איז תכלית הביטול)
- איז כולל ומחבר ביידע קוים
(דערפאר איז דער סדר אז אין "משה" קומט פריער דער מ׳ - ר״ת משה
(קו האמצעי)
און דערנאך ש״ה,
ר״ת שמאי הלל,
שמאל וימין 75 )
.
און דער כח אויף דעם קומט דערפון וואם בא משה זיינען פאראן ביידע ענינים - כנרמז בשמו משה ע״ש "כי מן המים משיתיהו״״י: צוזאמען דערמיט וואס משה האט געהאט די מעלה פון גילוי
(חסד)
-"משיתיהו"
(וואם על שם זה בעיקר ווערט ער אנגערופן "משה"/ אז ער האט עובד געווען עבודתו בגילוי
(על היבשה/ האט ער אין זיך אויר די מעלה פון "מן המיס
(משיתיהו)
",
דער גילוי פון די ענינים נעלמים שבמים - דער גילוי כח ההעלם
ש״פ שמיני,
מבה״ח זער״ח אייר
וכח הגבול פון דעם אויבערשטן וואם שטייט אין גבורה,
ביז בחי׳ "ישת חושך סתרו" 7, ,
דער העלם העצמי שלמעלה
(וואט פון דעם קומט דער העלם פון עולם)
" 7 ,
כידוע אז מים
(מי הים)
,
וואם פארדעקט אוו באהאלט דאם וואט געפינט זיך בתוך הים,
איז מרמז אויף דעם כח ההעלם
(צמצום)
פון דעם אויבערשטוי 7 וואט דערפון קומט דער העלם והסתר פון טבע העולם וואם איז מסתיר אויף אלקות,
טבע מלשון "טובעו
(מכוסה ומוסתר)
בים סוף"*",
ואדרבה: דער שרש פון משה
(אויר ווי ער שטייט בגלוי בעולם)
איז "מן המים",
ע״ד המדובר לעיל אז דוקא דורך מדידה והגבלה
(וואס שרשו איז העכער פאר שרש הבל״ג)
קומט מען צו אויפנעמען אויך דעם גילוי הבל״ג.
און וויבאלד אז בא משה
(קו האמצעי)
איז געווען תכלית הביטול
(ע״ד "מכיך מכל טורייא")
איז ער מגלה די מעלה פון ביידע קוים,
ביז אז ער איז זיי כולל ומחבר - בלי גבול
("שמיני")
און גבול
("שמונה")
ושניהם יחד,
וואס דאס גיט דעם כח צו ממשיך זיין די השראת השכינה
(שלמעלה מעולם)
למטה בעולם - דער עניז פון "שמיני שמונה שמינה".
און פון משה ווערט נמשך דער כח אויף דעם צו יעדער איד - ובפרט אז בכל אחד מישראל איז דא בחי׳ משה
שבקרבו׳",
וואם פועל׳ט אויף זיין עבודה בפועל
(אז בא יעדער איד׳ן "יראה מילתא זוטרתי היא״ 7 ״)
- ווי ס׳איז געווען בזמן הקמת המשכן,
אז תפלת משה האט גע׳-פועל׳ט "תשרה שכינה במעשה ידיכם",
און "וירא כל העם וירונו ויפלו על פניהם" - ביטול בתכלית
(אריך פון "פניהם",
בחי׳ פנימיות האדם)
; און פון דור ההוא ווערט עם נמשך אין בל הדורות,
כידוע אז יעדער דור
(ובפרט דער דור שיצא ממצרים)
איז כולל אלע דורות שלפניו ושלאחריו , ".
ובפשטות - אז פון משה ווערט נמשך דער כח צו יעדער איד צו זיין בבחי׳ "משה קיבל תורה מסיני",
און אלם מקבל התורה זאל ער נתאחד ווערן
(ב״יחוד נפלא כו׳" 4 ")
מיט דער תורה און מיט דעם נותן התורה - ישראל אורייתא וקוב״ה כולא חד 4 ",
ביז באופן פון "והיו 5 " עיניך רואות את מוריך"""
(וואם מעין זה איז געווען בא מ״ת 7 ״)
.
און דורך דעם - זאל נתגלה ווערן די מעלה פון בלי גבול און פון גבול און פון שניהם יחד.
ספר השיחות - ה׳מש״א
ט.
עפ״ז וועט מען אויר פארשטיין די שייכות מיט דעם סיום פון "שני שבועות לעומר" בשבת זו
(פ׳ שמיני)
:
מיט דעם סיום פון "שני שבועות לעומר" ענדיקט זיך
(די עבודה אין)
די צוויי קוים פון חסד און גבורה
(בשבוע הראשון - חסד שבחסד ביז מלכות שבחסד,
און בשבוע השני - חסד שבגבורה ביז מלכות שבגבורה)
,
ד.
ה.
אז מ׳האט די שלימות פון ביידע ענינים,
חסד און גבורה - וואס אין די צוויי קוים
("מימינים ומשמאילים""*)
טיילן זיך בכללות , " כל העגינים" , ,
אנהוי־ בנדיק אין תורה
(מימינו אש גו׳)
,
"אלו אוסרים ואלו מתירין כו׳"
(כנ״ל בנוגע צו הלל ושמאי)
,
און דערפון ווערט עם נשתלשל אין עולם,
ובשרשו למעלה - דער קו הבלי גבול און דער קו ההעלם והגבול
(כנ״ל)
.
ובפרטיות - איז דער סיום פון "שני שבועות לעומר"
(חסד וגבורה)
מיט מלכות שבגבורה: נוסף צו דעם פירוש הפשוט בזה אז מלכות שבגבורה איז א פרט אין גבורה - איז אין דעם אויד דא דער רמזי , ,
אז פון גבורה ווערט נתגלה דער ענין המלכות - דער גילוי פון "ה׳ ימלוך לעולם ועד"",
"והי׳ ה׳ למלך על כל הארץ גו׳" 3, ,
"והיתה לה׳ המלוכה"",
בגאולה האמיתית והשלימה; ואדרבה -
גילוי מלכותו ית׳ אין אן אופן פון גבורה
(מלכות שבגבורה)
- תגבורת החיות 5, ,
ע״ד דער ענין פון "מחי׳ המתים" וואס קומט מבחי׳ "אתה גבור"• 5,
(בברכה שני׳ דתפילה,
כנגד גבורה 6, )
.
דאם הייסט - אז אין דעם שבת
(דער סיום פון "שמיני שמונה שמינה")
ווערט נתגלה די מעלה וואס איז דא אין גבורה
(דקדושה/ אין דעם ענין ההעלם והגבול - דער ענין המלכות - גאולה - שבגבורה".
ביז אז דאם ווערט נתגלה אפילו אין גבורה בפשטות,
אין דעם העלם והסתר פון עולם בכלל,
און פון גלות במיוחד -ווי דאס נעמט זיך מבחי׳ ישת חושך סתרו.
ביז אז עם ווערט נתגלה דער מלכות
(גאולה)
שבגבורה - דער גילוי פון קץ הגאולה
(וואם לבא לפומא לא גליא" , ,
שלמעלה מגדר גילוי)
,
וכידוע אז דורך אריינשטעלן דעם אל״ף פון אלופו של עולם אין גלות
(גולה)
- דורך "מעשינו ועבודתינו כל זמן משך הגלות" ,, וואם אין דעם איז ״תלוי״ ,, די גאולה - ווערט פון גלות גופא - גאולה״•׳.
ואדרבה - ווי־ באלד אז דאס קומט דורך דעם העלם והסתר פון גלות,
איז דער גילוי פון דער גאולה האמיתית והשלימה אין אן אופן
ש״פ שמיני,
מבה״ח וער״ח אייר
פון תגבורת החיות,
גאולה שאין אחרי׳ גלות , " , ,
,
,
ה׳ ימלוך לעולם ועד".
י.
עפ״ז יש לומר די שייכות פון דעם שבת מיט ״מחר חודש״ - וואם אין אזא קביעות,
וועז "שמיני שמונה שמינה",
און די ספירה בשבת זו איו דער סיום פון מלכות שבגבורה
(לאחרי וואס די ספירה האט זיד אנגעהויבן "ממחרת השבת" כפשוטו,
תמימות שבתמימות ע״ד "שמיני שמונה״)
- איז דער שבת אלעמאל ערב ראש חודש אייר:
דער ענין פון "מחר חודש" איז פאר־ שטאנדיק פון תוכן ההפטורה 2 " , - "ויאמר לו יהונתן מחר חודש ונפקדת כי יפקד מושבך"׳■" , : "ונפקדת" איז "לשון זכרון" און "יפקד" איז "לשון חסרון"•" , ,
און "ונפקדת כי יפקד מושבך" איז דער טייטש"" , - אז "כי",
דורך דעם וואם "יפקד מושבך",
"שיהי׳ מושבך
(של דוד)
חסרה שאתה יושב בה",
וועט זיין "ונפקדת",
"אבי יפקדך
(מלך שאול וועט דיר געדענ־ קעז)
וישאל היכן אתה".
וואס דאס איז דער קשר מיט "מחר חודש": בערב ראש חודש ווערט דער העלם והסתר הלבנה,
ביז אז ברגע שלפני המולד בלייבט ניט איבער אפילו א נקודה
("יפקד מושבך" פון דוד,
מלכות,
שרש הלבנה)
,
און דורך דעם ווערט דערנאך
(מחר -)
חודש,
מולד הלבנה מחדש
("ונפקדת")
5 " , .
וואס דאס איז ע״ד דער ענין הנ״ל פון
"מלכות שבגבורה""" , : דוקא דורך "יפקד מושבך",
דער העלם והסתר
(פון גבורה/ ווערט "ונפקדת",
דער זכרון וגילוי ענין המלכות
(בית דוד/ ביז די שלימות בזה -דוד מלכא משיחא בגאולה האמיתית והשלימה,
וואס גאולה איז פארבונדן מיט דעם ענין פון "ונפקדת",
ווי דער אויבער־ שטער האט געזאגט משה׳ן
(במצרים)
7 " , "פקוד פקדתי אתכם",
וואס "סימן זה מסור בידם מיעקב ומיוסף שבלשון זה הם נגאלים,
יעקב אמר•" , ואלקים פקוד יפקוד אתכם,
יוסף אמר להם , " , פקוד יפקוד אלקים אתכם"
(און "מכיון שתאמר להם לשון זה ישמעו לקולד")
"",
וכימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות בגאולה האמיתית והשלימה.
יא.
ע״פ הנ״ל איז אויך מובן די שייכות פון די אלע ענינים
["שמיני שמונה שמינה",
התחלת פרקי אבות,
סיום "שני שבועות לעומר",
און "מחר חודש"]
מיט דער גאולה האמיתית והשלימה,
וואם דארף שוין מיד קומען,
ובפרט שטייענדיק בשנת הי׳ תהא שנת אראנו נפלאות,
און אין איר גופא - בסיום חודש ניסן,
און אריינגייענדיק באלד אין חודש אייר:
אע״פ וואס מ׳געפינט זיך אין דעם העלם והסתר פון גלות - איז אדרבה: דוקא דורך דעם וואס "יפקד מושבך",
א איד
(וואס האט בחי׳ דוד שבו)
געפינט זיך ניט במקום מושבו האמיתי,
סמוך על שולחן אביו,
אין ארץ הקודש בירושלים עיר הקודש בביהמ״ק - איז דוקא דורך דעם ווערט "ונפקדת",
אז דער אויבער־
ספד השיחות - ה׳תנש״א
שסער "גיט זיר אפ אינגאנצו" מיט "גע־ דענקען" אידן,
"פקוד פקדתי אתכם",
און לייזט זיי אוים בגאולה האמיתית והשלימה ע״י משיח צדקנו: דוקא דורך דעם העלם הלבנה
(וישראל הדומין ומונין ללבנה׳")
ווערט דעו־ מולד הלבנה מחדש,
"שהם עתידין להתחדש כמותה""׳.
ועוד ועיקר: דורך "מעשינו ועבודתינו כל זמן משך הגלות" ברענגט מען די גאולה - ווארום הגם אז מ׳געפינט זיך אין דעם העלם והסתר פון גלות,
מיט די אלע מדידות והגבלות פארבונדן דערמיט
(וואס קומעז מבחי׳ גבורה)
,
דוקא אין דעם ליגט דער כח צו ברענגען די גאולה
(מלכות שבגבורה/ כנ״ל בארוכה.
וע״ד "כל המקיים את התורה מעוני סופו לקיימו מעושר״׳•״.
ועד״ז - דורך דער עבודה בעוני הגלות,
איו עני אלא בדעת•■",
באקומט מען די עשירות אמיתית בדעת און די עשירות בפשטות - בגאולה האמיתית והשלימה.
ועאכו״כ לאחרי וואס מ׳איז שוין דורך און "יוצא געווען" די אלע מדידות והגבלות פון "עוני"
(בדורות שלפני זה/ ארן איצטער האט מען חירות והרחבה בפשטות פון מלכות האומות,
און מ׳קען לער־ נען תורה און מקיים זיין מצוות מתוך מנוחת הנפש ומנוחת הגוף !און דערצו איז צוגעקומען בדורות האחרונים אויך דער עניו פון ״עושר״ בתורה - דורך די הדפסה והפצה פון א ריבוי ספרים וואס
(חלקם)
זיינען געווען גנוזים ביז איצטער!.
ומטעם זה
(די מעלה איו עבודה בזמן הגלות)
- וועט אויך אין דער גאולה זיין ביידע מעלות,
סיי מעלת הגאולה און סיי
מעלת הגלותי"
(די מעלה פון עבודה מתוך אתכפיא,
ומתוך מדידה והגבלה,
"מעוני")
.
וע״ד האמור לעיל בנוגע צו דער שלימות אין ״שמיני שמונה שמינה״ - דער חיבור פון מעלת הבל״ג ומעלת הגילוי והגבול וההעלם
[ועד״ז וועט דעמולט זיין אראנו נפלאות - סיי אין טבע און סיי אין נס,
כדלקמן]
.
יב.
דערפון האט מען אויר א הוראה בנוגע צו דער עבודה פון אידן,
ובענין שהזמן גרמא - צו ברענגען די גאולה האמיתית והשלימה:
א איד קען דאך טענה׳ן: וויבאלד אז ער איז א מדוד ומוגבל,
כולל מצד די הגבלות פון טבע העולם,
און חלק חשוב מהיום איז ער עסוק
(ע״פ תורה)
אין דברי רשות,
אכילה שתי׳ שינה,
און בפרט אין זמן הגלות ווען ס׳איז דא כמה מדידות והגבלות והעלמות אויף עבודת ה׳ כשלימות וכו׳ וכו׳ - האט ער לכאורה אפילו ניט דעם כח צו טאן אן עבודה קטנה יותר,
עאכו״כ ניט דעם כח צו ברענגען די גאולה האמיתית והשלימה?!
זאגט מען אים - אז ביאת המשיח איז "תלוי במעשינו ועבודתיגו כל זמן משך הגלות" דוקא,
און וויבאלד אז די גאולה איז נאך ניט געקומען איז דאס גופא א ראי׳ אז ס׳איז תלוי אין "מעשינו ועבודתי־ נו״פוןדעםאיצטיקןדור.
ואדרבה: דוקא דורך דער עבודה אין מדידות והגבלות און אין העלם והסתר
(וואס קומט פון גבורה)
- דוקא אין דעם ליגן כחות נפלאים,
וועלכע האבן דעם כח צו ברענגען די גאולה,
וכפס״ד ה־ רמב״ם•" אז דורך א מצוה אחת האט א איד בכח ל״הכריע את עצמו ואת כל
ש״פ שמיני,
מבה״ח ועד״ח אייר
העולם כולו לכף זכות וגרם לו ולהם תשועה והצלה".
און וויבאלד אז "אני נבראתי לשמש את קוני״ 7 ״ - יעדער איד,
אנשים נשים וטף,
און "איני מבקש כו׳ אלא לפי כחן"""
[און ניט נאר וואם "מבקש כו׳ לפי כחן",
נאר דער אויבערשטער איז אויך מסייע איו דער עבודה ו״הקב״ה עוזרו"*"]
- איז פארשטאנדיק אז יעדער איד האט די כחות צו טאן "מעשינו ועבודתינו" לשמש את קונו,
און טאן דאס כשלימות - ניט בלויז אלם א מסייע ועוזר צו א צווייטן,
נאר אז ער אליי! טוט די עבודה,
לפום שיעורא דילי׳,
כשלימות: ביז אז ער ווערט א ״שותף להקב״ה״ אין דער עבודה,
וואם א שותף אמיתי איז ניט בלויז מסייע וכיו״ב,
נאר ער איז א שותף אין אלע פרטים וענינים און אין אחריות הדבר וכר.
- וואס דאם איז אלץ בהוספה אויף דעם וואס א איד,
זייענדיק א "חלק אלוקה ממעל ממש"•",
"חלק הוי׳ עמו""׳,
האט ער די גרעסטע כחות צו אויפטאן די גרעסטע ענינים.
ביז אז ער האט דעם ציווי "קדושים תהיו כי קדוש אני"׳",
וכידוע דער פירושי" אין דעם אז "יכול כמוני""׳ בניחותא.
יג.
נוסף אויף כללות כח הנ״ל וואס יעדערער האט - קומט אין דעם אלעם צו
נאכמער כח מצד כללות השנה - שנת אראנו נפלאות:
וויבאלד אז "אראנו",
דער אויבער־ שטער אליין באווייזט נפלאות - ווערט אלץ אנטפלעקט: סיי די נפלאות כפשוטן אין די הנהגה נסית,
נסים גלויים ונפלאים,
סיי די נפלאות וואס זיינען דא
(באהאלטן)
אין דער הנהגה טבעית - כולל דער כח הפועל בנפעל - ווי דער אויבערשטער איז מהוה יעדער נברא מאין ליש בכל רגע ורגע מחדשי",
באופן נפלא,
ווארום "הוא לכדו בכחו ויכלתו לברוא יש מאין כו׳"•",
ביי אויר די נפלאות וואם זיינען דא אין דעם העלם והסתר פון עולם און גלות
(ביז - בחי׳ ישת חושד סתרו)
,
אז דוקא דורך דעם ווערט "ונפקדת".
ומעין גסים ונפלאות אלו האט מען שוין אנגעהויבן זען איצטער בשנת אראנו נפלאות
(כאטש מ׳איז נאד אין גלות)
,
ובפרט אין חודש אדר,
און נאכמער - אין חודש ניסן,
מלשון נס ונסי נסים,
און דער המשך דערפון אין חודש אייר.
ובהדגשה - שטייענדיק איצטער בסוף חודש ניסן,
הבא לאחרי חודש אדר,
און קרוב ממש צו תחלת חודש אייר: חודש אדר איז בכללות פארבונדן מיט נס פורים,
וואס איז א נס מלובש בטבע••".
און בחודש אדר איז "בריא 7 "
(תקיף"")
מזלי׳" וואס בריאות איז א ברכה אין טבע.
חודש ניסן זרז פארבונדן מיט נסים גלויים שלמעלה מדרך הטבע.
און דערפון קומט מען צו חודש אייר - ר״תי" אברהם יצחק
ספר השיתות - היתנש״א
יעקב רחל,
די ד׳ רגלי המרכבה
(גילוי אלקות שלמעלה מעולם)
,
און ר״ת"" "אני ה׳ רופאך"׳' 1 ,
אז די ברכה ווערט נמשך אין טבע העולם
(רופאך)
,
אבער אין אן אופן שלמעלה ממדידה והגבלה קומענ־ דיק פון "אני ה׳",
אז געפינענדיק זיר אין אן עולם און אין גלות וואו ס׳איז שייך א מצב של חסרון
("יפקד מושבך")
וואם דארף אנקומען צו רפואה - ווערט "אני ה׳ רופאך" באופן אז מלכתחילה "לא אשים עליך״••" - דער חיבור פון ביידע מעלות: נפלאות אין דעם העלם פון טבע און אין נסים.
ובפרט אז דער שבת איז אויך די ספירה פון "מלכות שבגבורה",
גילוי מלכא משיחא מתוך גבורת הגלות,
און שבת פ׳ שמיני,
ווען עם ווערט די שלימות פון ״שמיני שמונה שמינה״ - וואם איז פאר־ בוגדן במיוחד מיט משיח צדקנו - דער "כנור של ימות המשיח" איז פון "שמונה נימין" 2, - 1 ,
ווארום דעמולט וועט זיין דער גילוי פון אלקות שלמעלה מעולם,
די גאולה פון די מדידות והגבלות פון גדרי העולם,
און צוזאמען דערמיט ווי דאם ווערט נמשך אין עולם
("שמיני שמונה")
.
ביז אז דאם ברענגט גלייך דעם ענין פון תשיעי און פון עשירי יהי׳ קדש - די שלימות פון עשרה בגאולה האמיתית והשלימה
("עלי עשור" , ■'■׳/ "כגור של עשרה נימין" 2, ■׳
(שלמעלה מכנור של שמונה נימיו)
.
ובהדגשה יתירה - מצד דעם וואם
גלייך בתחלת חודש אייר,
בב׳ אייר,
איז דער יום הולדת פון דעם רבי׳ן מהר״ש,
וידוע הוראתו ונתינת כח שלו בענין ״מלכתחילה אריבער"" 1 - וואם ער איז דער דור הששי
(פון דעם בעש״ט^ חזקה בכפליים,
און דערפון קומט מען דערנאך צום דור השביעי,
דור השמיני,
ביז דורנו זה - דור התשיעי
(ג׳ פעמים ג׳ חזקה)
,
וואס ווערט די הכנה קרובה - בלי הפסק כלל - צו עשירי יהי׳ קדש בגאולה האמיתית והשלימה.
יד.
ובכל זה באקומט יעדערער נאב־ מער כח פון אתפשטותא דמשה 5 י • שבדורנו,
כ״ק מו״ח אדמו״ר נשיא דורנו,
ובפרט אז מ׳האט היינט געלייענט אין בית הכנסת שלו
[וואם איז א בית משולש: של מעשים טובים,
תורה,
און ועיקר - תפלה]
,
ווי אין אלע בתי כנסיות שבחו״ל בא אידן - דעם אכטן מאל פ׳ שמיני,
אזוי אז ס׳איז געווארן "שמיני שמונה שמינה",
און פון דעם בית תפלה ווערט נמשך דער כח אויר מחוץ לבית זה,
ביז בכל העולם כולו,
אויך אין א פינה נדחת
(בגשמיות וברוחניות)
בעולם,
כיז אז עס ווערט "ביתי בית תפלה יקרא לכל העמים״“׳,
צוזאמען מיט "מקבץ נדחי ישראל עוד אקבץ עליו לנקבציו"" ׳,
- ווי עם ווערט נתקיים מעין זה בזמנים אלו
(שנת נסים ושנת אראנו נפלאות)
-דער "מקבץ גדחי ישראל" פון מדינה ההיא בלי הגבלות
(ניט ווי ס׳איז געווען פריער אז בכדי ארויסגיין פון דארט׳ן האט מען געדארפט אנקומען צו א יחוס
ש״פ שמיני,
מבה״וז וער״ח אייר
מיוחד און א דרישה מיוחדת)
,
און זיי קו־ מען אן אין ארץ ישראל,
אויר אן הגבלות
(ניט ווי ס׳איז געווען בזמן לפני זה,
כידוע ומפורסם)
- וואם דאס איז צווישן די גילויים שלמעלה ממדידה והגבלה וואס קומען פאר נאך בסוף זמן הגלות.
טו.
ובפשטות:
יעדער איד,
אנשים נשים און אפילו טף,
האט די אחריות צו מוסיף זיין אין זיין עבודה צו ברענגעז משיח צדקנו בפועל ממש!
דערפון איז פארשטאנדיק,
אז עס האט קיין ארט ניט אז אנשטאט אליין טאו זאל מען זיך פארלאזן אויף אנדערע אדער ארויפלייגן די ארבעט אויף אנדערע -נאר דאס איז די עבודה פון כל אחד ואחת,
יעדערער דארף אליין טאן זיין עבודה "לשמש את קוני"
(צוליב וועלכע "אני נבראתי"/ און ס׳איז זיכער אז ער האט אויף דעם כחות
(ווארום "איני מבקש כו׳ אלאלפיכחן״כנ״ל)
.
און אין וואם באשטייט די עבודה -איז דאס אויר בפשטות: אין מוסיף זיין בתורה ובמצוות,
אין לימוד התורה - נגלה דתורה און פנימיות התורה,
און אין קיום המצוות בהידור,
כולל ובמיוחד בענין שהזמן גרמא -קיום המנהג
(ווי דער אלטער רבי שרייבט בסידורו)
צו זאגן
(און לערנען)
פרקי אבות
(נאר תפלת מנחה*")
בשבתות ביו פסח ועצרת,
ובכל שבתות הקיץ ״ן .
און נוסף צו אליין מוסיף זיין בזה -דארף מעו אויר משפיע זיין אויף אגדערע זיי זאלן מוסיף זיין
[ובפרט אויב ביי אים
(דער משפיע)
אליין האט פריער געפעלט אין שלימות קיום עבודתו,
דארף ער דאר מוסיף זיין בזה כפליים לתושי׳,
כולל דויד משפיע זיין אויף אנדערע אין דעם! וככללות העבודה פון הפצת התורה והיהדות והפצת המעינות חוצה וועלכע בדענגט במיוחד "אתי מר" דא מלכא משיחא״י■׳.
וכל זה - מתוף הצפי׳ והתשוקה וכו׳ חזקה צו דער גאולה״ 4, - "אחכה לו בכל ירם שיבוא" ,4, ,
ווי מ׳זאגט עם בכל יום בתפלה: "ותחזינה עינינו בשובר לציון ברחמים",
און
(בימי החול)
- "את צמח דוד עבדר מהרה תצמיח".
וכמדובר כמ״פ.
ויה״ר אז דורד די אלע החלטות טובות פון אידן בכל מקום שהם צו מוסיף זיין בעבודתם,
ועאכו״ב דויד קיום ההחלטות בפועל - זאל דאם שוין פועל זיין פעולתו,
און מיד,
און ברענגען די גאולה האמיתית והשלימה ע״י משיח צדקנו,
וכימי צאחר מארץ מצרים אראנו נפלאות,
ועוד ועיקר - תיכף ומיד חמש.
ספר השיחות - ה׳תנש״א