B"H
🏡

Ikar

משיחות ש״פ תולדות, מבה״ח ועד״ח בסלו ה׳תנש״א

- בקשר עם כינוס השלוחים העולמי -

א.

דער כינוס השלוחים העולמי,

פון די שלוחים שי׳ פון כ״ק מו״ח אדמו״ר נשיא דורנו,

בכל מרחבי תבל - הויבט זיך אן דעם שבח פ׳ תולדות,

און ווערט פארגעזעצט אין די קומענדיקע טעג פון פ׳ ויצא

(וועלכע מ׳הויבט אן לייענען בתפלת מנחה פון דעם שבת)

.

מ׳האט שוין גערעדט אין די פריער־ דיקע יארן■ די שייכות פון דעם כינוס השלוחים מיט די פרשיות בתורה

[וועלכע מ׳לייענט - בהשגחה פרטית,

און מיט וועלכע מ׳דארף,

לןבן״ 1 - אין דער צייט]

: דעם ערשטן מאל וואו עם רעדט זיך אין תורה וועגן שליחותי איז אין סיום פון פ׳ תולדות*

(דער שיעור חומש פון דעם שבת)

- "וישלח יצחק את יעקב וילך גו׳".

און דערנאד אין אנהויבס פ׳ ויצא 5 רעדט זיר וועגן קיום השליחות בפועל -"ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה".

וויבאלד אז די שליחות ווערט דער־ ציילט איו תורה

(ובפרט - אז וי איו די ערשטע שליחות בתורה)

,

תורה מלשון הוראה*,

א הוראה נצחית 7 צו אידן בכל

הזמנים ובכל המקומות,

ובפרט אז דאס איז א שליחות פון די אבות - הליכת יעקב אבינו בשליחות יצחק אבינו,

וואם ״מעשה אבות סימן לבנים״• - איז פאר-שטאנדיק,

אז פון שליחות יעקב בפרשיות אלו קען מען ארויסנעמען הוראות אין דער עבודה פון אידן בכלל,

ובמיוחד -בקשר מיט דעם ענין שהזמן גרמא — דער כינוס השלוחים העולמי און די עבודה פון די שלוחים פון יצחק שבדורנו

("וישלח יצחק״)

- כ״ק מו״ח אדמו״ר נשיא דורנו.

דערצו דארף אויר זיין א שייכות ולימוד פון דעם וואס דער כינוס השלוחים,

און קריאת פרשיות אלו בתורה,

איז בסמיכות צו

(ראש)

חודש כסלו,

ובשנה זו - בשבת מברכים וערב ראש חודש כסלו,

וועלכער האט א שייכות מיוחדת מיט דער עבודת השליחות שבדורנו,

ובפרט פון די שלוחים - הפצת התורה והיהדות,

ובמיוחד - הפצת המעינות חוצה,

וואם עיקר ענינה האט זיר אנגעהויבן בחודש בסלו -בי״ט כסלוי,

חג הגאולה פון דעם אלטן רבי׳ן

(דער ראש השנה פון חסידות"■/ און דערנאד

(בשנים שלאחרי זה)

- יו״ד כסלו,

חג הגאולה פון דעם מיטעלן רבי׳ן

(און ט׳ כסלו - יום הולדת ויום הילולא שלו/ און דאם האט אויר א שייכות מיט די ימי החנוכה

(בסיום חודש כסלו)

- וואס עיקרו איז דער נם השמן",

דער ענין פון

ש״פ תולדות,

מבה״ח וער״ח כסלו

(כינוס השלוחים)

״נר מצוה ותורה אור״״,

כולל ובמיוחד -פנימיות התורה

(שמן שבתורה")

.

ב.

אין דעם סיפור בתורה וועגן שליחות יעקב - זיינען פאראן כמה דיוקים:

א)

בסוף פרשתנו

(פ׳ תולדות)

שטייט שוין אז "וישמע יעקב אל אביו ואל אמו וילך פדנה ארם״״ - איז פארוואם שטייט נאכאמאל"

(בתחלת פ׳ ויצא)

"ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה"**.

ב)

פארוואם איז דער פסוק מדייק זאגן דעם שם המקום פון וואנעט איז געווען יציאת יעקב - "ויצא יעקב מבאר שבע".

ג)

דער דיוק הלשון "חרנה" און ניט "לחרן".

דאע״ם וואם רש״י שרייבט ב־ כ״מ",

אז "תיבה שצריכה למ״ד בתחלתה הטיל לה הכתוב ה״א בסופה",

איז אבער וויסנדיק דער תכלית הדיוק פון יעדן ווארט אין תורה,

דארף מען פארשטיין פארוואם עס שטייט דא אין פסוק "חרנה" און ניט "לחרף׳•׳.

ג.

וועט מען עם פארשטיין בהקדים א שאלה כללית אין דעם ענין:

יציאת יעקב פון באר שבע צו גיין אין חרן איז א ירידה גדולה ביותר: אוועקגיין פון ארץ ישראל,

ארץ מגורי אביוי׳,

קיין

חרן,

"חרון" אף של מקום

(בעולם")

",

צו לבן הארמי,

מיט די אלע ענינים בלתי רצויים פארבונדן דערמיט

(ווי דערציילט אין המשך הפרשה)

.

האט יעקב לכאורה געדארפט מאכן א געוואלד,

אז ער וויל ניט אוועקגיין פון ארץ מגורי אביו און גיין אין חרן,

"חרון אף של מקום״,

און זייענדיק א צדיק -וואם צדיק גרזר והקב״ה מקיים״ - וואלט ער דאס אויסגעפירט!

ואע״ם אז יצחק אביו האט אים דארט געשיקט "וקח לך משם אשה""

(און אויר רבקה אמו האט אים דארט געשיקט -״ברח לך אל לבן אחי חרנה״”)

- איז אבער הרבה דרכים למקום,

האט יעקב לכאורה געקענט אויספירן אז ער זאל ניט דארפן גיין קיק חרז",

נאר מ׳זאל צו אים ברענגען אן אשה"

(ע״ד ווי ס׳איז געווען בנוגע צו יצחק,

אז אברהם האט געשיקט אליעזר צו ברענגען אן אשה פאר יצחק׳ן")

.

נוסף לזה וואם אויר בנוגע צו יצחק קען מען פרעגן: פארוואם האט ער אים געהייסן גיק צו חרן - א ירידה גדולה בקתר - און ניט אז ער זאל בלייבן במקומו

(אדער במקום שנק בארץ ישראל און מ׳וועט אים דארט ברענגען אן אשה פק פדן ארם.

ספד השיחות - ה׳תנש״א

איז דער ביאור אין דעם":

די שליחות פון יעקב

("וישלח יצחק את יעקב")

צו גיין אין חרן דריקט אוים די כללות׳דיקע שליחות און סדר אין עבודת האדם - אז א מענטש זאל ניט בלייבן בארץ מגורי אביו,

וואו ער איז אויפגע־ האדעוועט געווארן,

אפילו אויב דאם איז א מקום פון קדושה,

נאר ער האט א שליחות ער זאל פון דארט אוועקניין

(ע״ד "יעזוב איש את אביו ואת אמו״”)

,

און ארויסגיין אין וועלט,

וואו עם איז א מצב פון "חרון אף של מקום",

"לקחת לו משם אשה",

און דארטן אויפשטעלן א בית בישראל,

און אויפטאן דעם בירור העולם,

"

(פרו ורבו סמלאו את הארץ וכבשוה"" 3 ,

ובלשון הידוע* 3 - מאכן א דירה לו יתברך בתחתונים.

ובכללות יותר: ס׳איז מבואר אין מפרשים 33 ,

אז "ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה" איז מרמז און גייט אויף דער שליחות כללית פון יעדער איד 33 ,

אלם שלוחו של הקב״ה - די שליחות פון ירידת הנשמה בגוף,

מאיגרא" רמה

("באר

שבע״)

לבירא עמיקתא

(״חרגה״)

- אין עוה״ז התחתון שאין תחתון למטה ממנו,

בכדי מאכן פאר דעם אויבערשטן א דירה דארט בתחתונים.

ד.

עפ״ז וועט מען פארשטיין פאר-וואם דער פסוק איז מפרט דעם מקום שמשם יצא - "מבאר שבע",

און דעם מקום שלשם הלך-"חרנה":

אין דעם ענין השליחות בכלל דארף זיין צוויי ענינים:

(א)

לכל לראש - די ידיעה והכרה פון דעם שליח אז ער איז שלוחו פון דעם משלח,

און ער איז בטל אליו

(עכ״פ במעשה שליחות זו/ און ער גייט מקיים זיין שליחותו בכח זה וואם דער משלח האט אים ממנה געווען אלם זיין שליח,

ושלוחו של אדם כמותו 33 .

(ב)

ולאידך גיסא: דער שליח דארף זיין א בר דעת" 3 בפני עצמו,

א באזונדער מציאות פון דעם משלח

(און זייענדיק א באזונדער מציאות איז ער זיך מבטל - ברצונו - צו דעם משלח/ וואט דוקא דעמולט קען ער מקיים ויין שליחותו 3 .

ועד״ז איז פארשטאנדיק בנוגע צו דער ערשטער שליחות פון א אידן - ירידת הנשמה בגוף - אז אין דעם זיינען פאראן די צוויי קצוות - מן הקצה אל הקצה,

ירידת הנשמה מאיגרא רמה לבירא עמיק־ תא: די נשמה איז יורד פון אן איגרא,

און אין איגרא גופא - איגרא רמה,

און זי איז יורד ניט למקום מישור,

נאר לבירא,

און אין בירא גופא - בירא עמיקתא,

ובזה גופא - "בור ריק אין בו מים"• 3 ,

און

ש״פ תולדות,

מבה״ח וער״ח כסלו

(כעוס השלוחים)

נאכמער - "נחשים" ועקרבים יש בו"":

לכל לראש דארף מען וויסן דעם ארט פון והמעט מ׳קומט - דער מקור ושרש הנשמה וואם נעמט זיר מלמעלה מעלה -"מבאר שבע"

(איגרא רמה/ בחי׳ בינה* 4 ,

דער מקור

(באר)

פון די שבע מדות,

די שבע קני המנורה

(אין וועלכע עס טיילו זיר אלע נשמות ישראל■ 4 / ולמעלה מזה יש לומר - אז "באר שבע" גייט אויף דעם שרש המדות - שרש הנשמה - ווי זיי זייגען למעלה ממוחין;

לאידר גיסא - באשטייט די שליחות איו דעם,

אז די נשמה איז יורד למטה מטה,

ביז איו א ירידה שלא בעיר - "וילר חרנה״

(וואם אמיתית ענין ההליכה איז -וועו עם איז שלא בערר/ אין עלמא דפרודא,

ביז אין עוה״ז התחתון שאין תחתון למטה ממנו בענין הסתר אורו ית" 4 ,

בירא עמיקתא,

א בור ריק שאין בו מים

(אבער ס׳איז ניטא קייז עגין הפכי/ ביז גאכמער - ״חרון אח של מקום״ - עוה״ז מלא קליפות וסט״א שהן נגד ה׳ ממש 15

(נחשים ועקרבים יש בו/ וועלכע איז שלא בערך צו ״באר שבע״ - שלא בערד סיי מצד דעם שליח,

אז זייענדיק א נשמה בגוף איז ער בגלוי "א צווייטער",

א באזונדער מציאות פון דעם משלח

(כביכול)

,

און סיי מצד דעם מקום השליחות,

אז דארט הערס זיר ניט אן די השפעה פון דעם

(מקום ה>משלח 16 - ווארום דוקא דעמולט קען מען אויספירן די שליחות בשלימותה,

צו מאכן א דירה בתחתונים,

אין די תחתונים ווי זיי שטייען במדריגתם אלם תחתונים 44 .

ויש לומר,

אז נוסף צו דעם עילוי אז דורד דעם ווערט א דירה בתחתונים

(מילוי הכוונה פון נתאווה הקב״ה/ קומט דויד דעם אויר ארויס דעם עילוי אין דעם גילוי התוקף פון כח המשלח: ווי-באלד דער שליח געפינט זיר אין "חרנה",

אין א מקום ומצב וואו מצ״ע הערט זיר כלל ניט אן

(ביז באופן - שלא בערד)

די השפעה פון דעם משלח

(ודמקום המשלח/ דארף דער שליח אגקומען מערער צו דעם תוקף וכח המשלח

(בה אז שלוחו של אדם העליון כמותו)

בכדי צו בייקומען דעם העלם והסתר; און דעריבער איז מובן,

אז דעמולט שטייט דער תוקף וכח המשלח בשלימות הגילוי - אז אפילו אין "חרגה" פירט זיד דורך

(ע״י השליח)

דער רצון המשלח,

דורך דעם וואם דער שליח,

זייענדיק מצ״ע א באזונדער מציאות,

און זייענדיק אין "חרנה",

בירא עמיקתא,

וואו עם הערט זיר ניט אן מצ״ע השפעת המשלח,

איז זיר מבטל צום משלח און הערט און פילט אז ער קומט "מבאר שבע״,

מאיגרארמה.

עבודת יוסף היא המשך לעבודת יעקב <,

אלה תולדות יעקב יוסף״ - שם לז,

מ המשכת ענינו של יעקב בבייע,

עד כמרים

(ראה םה״מ מלוקט חיג ע׳ רבד.

וש־נ)

.

ספר השיחות - ה׳תנש״א

ה.

עפ״ז ורעט מען פארשטיין דעם טעם פארוואם דא שטייט "הרנה" און ניט "לחרף: "

(ויצא יעקב מבאר שבע וילך)

לחרף איז

(מער)

מדגיש אז ס׳איז נאד דא א המשך ושייכות צו דער יציאה

(ומקום היציאה)

- אז זיין יציאה פון באר שבע זרז אין דער ריכטונג "לחרף; משא״ב "וילך חרגה" איז מער מדגיש ווי "חרף

(מקום השליחות)

איז א באזונדער מקום און ניט כ״כ א המשך

("ל־")

צו דער יציאה פון באר שבע.

ויש לומר,

אז דאם איז אויך מרומז אין דעם וואם "בה״א נברא העולם הזה" 45 ,

ווייל כשם ור אין דעם אות ה״א איז דער רגל השמאלי נפסק פון דעם רגל הימני און דעם גג 44 ,

אזוי איז אויר עולם הזה

(עשי׳)

נפסק - ״אף עשיתיו" 47 - פון די עולמות עליונים" 4 .

ולהוסיף נאכמער,

אז דער ה״א פון "חרגה" איז מרמז אויף דער ירידה בתוך חרן גופא,

ד.

ה.

אין דעם חלק הכי תחתון אין חרן עצמו.

ע״ד די ירידה אין בירא עמיקתא,

אין בירא עצמה - א בור עמוק.

ביז א בור שאין בו מים,

און נאך נידעריקער: ״חרון אף של מקום״ -נחשים ועקרבים יש בו - לבן הארמי.

און ווי עם האט זיך אויסגעוויזן בפועל,

אז הליכת יעקב אין "חרגה" בגלות לבן,

אה געווען פארבונדן מיט א ירידה גדולה ביותר - שלא בערך צו דעם מצב איו ״באר שבע״

(בבית יצחק אביו)

-האבנדיק צו טאן מיט לבן הארמי,

וועל־ כער האט זיך מיט אים געפירט ברמאות

("למה רמיתני"* 4 ^ ביז אז יעקב האט זיך באקלאגט אז במשך די יארן בא לבן "ביום אכלני חרב וקרח בלילה"" 5 ,

וואס מזה מובן אז דאס איז געווען פארבונדן מיט א ירידה רוחנית בעבודת יעקב 51 ,

ועד כדי כד איז געווען די ירידה - אז דאס האט זיך געצדגן עשרים שנה,

עשרים בגימטריא כתר",

א ירידה בדרגת כתר.

ולמרות כל זה האט יעקב עובד געווען עבודתו בא לבן אין חרן,

און האט דארט מקיים געווען שליחותו כשלימות

(אלס א מרכבה לה 55 / צו אויפשטעלן די י״ב שבטים,

ובאופן פון ״מטתו שלימה״ 54 - דער יסוד פון עם ישראל,

און בעבודת הבירורים

(צאן לבן)

55 ,

און דורך דעם ממשיך ומגלה זיין דעם רצון המשלח אריך אין "חרגה".

ש״פ תולדות,

מבה״ח וער״ח כסלו

(כינוס השלוחים)

45ו

דאם הייסט,

אז דורך ירידת יעקב "חרנה",

איז צוגעקומען אן עילוי אפילו לגבי זיין

(יעקב׳ס)

מצב זייענדיק בארץ מגורי אביו - ער איז נתעלה געווארן בדרגת כתר

(עשרים)

למעליותא,

שלמעלה מבחי׳ באר שבע

(מקור השבע מדות,

ביז למעלה ממוחין)

,

ובפשטות - הקמת י״ב שבטים,

ושלימות עבודת הבירורים בצאן לבן,

ביז אז אויר בא יעקב עצמו איז צוגעקומען דער עילוי - אז "ויפרוץ האיש מאד מאד"* 5 .

ו.

עפ״ז איז אויר פארשטאגדיק דער טעם פארוואם עם שטייט "ויצא יעקב מבאר שבע וילד חרבה" אע״פ וואס לפנ״ז

(בסוף פ׳ תולדות)

שטייט*׳ "וישמע יעקב אל אביו ואל אמו וילד פדנה ארם": אין סוף פ׳ תולדות הערט זיר אן ווי הליכת יעקב

("וילד פדנה ארם")

איז א המשר ותוצאה גלוי׳ פון.

וישמע יעקב אל אביו ואל אמו",

שליחות אביו ואמו.

ד.

ה.

אז אין דעם איז ניכר די השפעה פון דעם ציווי המשלח,

און במילא איז נאר ניט אזוי בהדגשה די ירידה למטה מטה בבירא עמיקתא; משא״כ בריש פ׳ ויצא קומט צו דער חידוש אז "ויצא יעקב מבאר שבע וילד חרנה״ - די יציאה לגמרי מבאר שבע,

וילך חרנה - א הליכה

(וירידה)

שלא בערך אין "חרנה",

אין "חרון אף של מקום" 57 ,

ווי דאם איז אפגעזונדערט פון ציווי המשלח

("וישלח יצחק",

און אפילו פון "וישמע יעקב גו׳")

.

ויש לומר דעם טעם אויף ביידע פסוקים - ווייל דער סדר העבודה איז מן הקל אל הכבד: פריער קומט דער ציווי השליחות - "וישלח יצחק"*,

דערנאר קבלת השליחות - "וישמע יעקב",

און הת־

חלת קיומה - "וילד"

(אבער נאך אלץ א המשך צו דעם ציווי וקבלת השליחות)

,

ביז - די יציאה וירידה בפועל - "ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה"

[און אויד לאחרי זה זיינען דא כמה דרגות: הבטחת הקב״ה ליעקב ער זאל מצליח זיין,

תפלת יעקב,

ביז - ביאתו לחרן בפועל,

און זיין עבודה דארטן]

.

ז.

ויש לומר דעם טעם פארוואסדוקא בא יעקב איז געווען די שליחות צו גיין און טאן עבודתו אין חרן,

און אויך - די עלי׳ וואם איז ביי אים ארויסגעקומען דורך דעם - ווייל בא יעקב

("בחיר שבאבות"• 5 )

איז געווען שלימות העבודה,

כידוע 55 אז יעקב איז מדת האמת

(תפארת)

- בריח התיכון המבריח מן הקצה אל הקצה,

אז ווי אלקות שטייט למעלה מעלה בבחי׳ "באר שבע" איז יעקב דאס ממשיך למטה מטה אין "חרנה״“.

ובכללות איז אין דעם באשטאנען די עבודה פון יעקב במשך כל ימי חייו

(אויד פאר און נאד זיין עבודה אין חרוx אנ־ הויבנדיק פון ווען ער איז געבארן גע־ ווארן - כמרומז בשמו "יעקב",

על שם ״וידוי* אוחזת בעקב עשו״״ - כידוע אז שם האדם גיט ארוים דער תוכן ומהות העבודה שלו:

ובהקדים השאלה: ווי קומט עם אז לידת יעקב אבינו זאל זיין פארבונדן דערמיט וואם "וידו אוחזת בעקב עשו".

ספר השיחות - ח׳תנש״א

און נאכמער,

אז,

אביו" קרא לו יעקב על שם אחיזת העקב",

און ראם איז שמו אשר יקראו לו בלשון הקודש,

דער שם וואס גיט ארויס תוכן עבודתו?!

איז דער ביאור אין דעם: עבודת יעקב איז באשטאנען אין דעם אז ער זאל מברר זיין און ממשיך זיין אלקות אויך אין די נידעריקסטע דרגות

(באופן פון מבריח מן הקצה אל הקצה)

.

דעריבער איז לידתו פארבונדן בגלוי דערמיט וואם,

וידו אוחזת בעקב עשו",

ועל שם זה ווערט ער אנגערופן,

יעקב",

יו״ד

(אותיות,

ידו״“)

עקב 44 ,

די המשכה פון יו״ד

(שרש הנשמה בחכמה דאצילות)

אין בחי׳ עקביים",

ביז אין,

עקב עשו".

אבער בכדי אז די עבודה זאל זיין כשלימות,

דארף פריער זיין די ירידה למטה - אז בגלוי זאל עשו זיין דער בכור,

און,

ואחרי כן יצא אחיו וידו אוחזת בעקב עשו",

און דערנאד זאל יעקב דארפן טאן זיין עבודה למטה בעוה״ז,

ביז אז ער זאל דארפן זיין אנגעטאן בלבושי המתברר,

בלבושי עשו,

ביז אז,

בא אחיך במרמה ויקח ברכתך״״ - א ירידה הכי גדולה בא יעקב עצמו,

וואט מדתו איז מדתהאמתיי,

און דערנאך האט ער יורד געוועז למטה יותר,

,

ויצא יעקב מבאר שבע וילך חתה",

בבית לבן הארמי

(און אויך דארטן

זאגט יעקב",

אם לרמא־ת הוא בא גם אני אחיו ברמאות",

א ירידה בגלוי לגבי מדת האמת מדתו של יעקב)

:

אבער די כוונה אין די אלע ירידות,

איז בכדי אויפטאן דעם בירור אויך למטה מטה,

און דורך דעם זאל ארויסקומען א גילוי הכי נעלה,

ביז דער גילוי פון שרשו של עשו - די אורות מרובים דתהו,

וועלכע זיינען,

גדולים מאד ולא יכלו להתלבש בתוך הכלים כר,

אבל מצד שרש שרשו במקיפים דתהו הרי האורות דתהו הם למעלה מהאורות דתיקוו״“ -שרשו של יעקב,

און דורך עבודת יעקב איז ער ממשיך די אורות מרובים דתהו אין די כלים מרובים דתיקוף 6 ,

אבער בזה גופא - איז דער בירור באופן של סדר מסודר

(פון עולם התיקון של יעקב/ אגהויבנדיק פון דעם בירור פון,

וידו אוחזת בעקב עשו"",

ער איז אוחז נאר אין,

עקב עשו"

(אין די דרגא הכי תחתונה פון די אורות דתהו/ און דערנאך איז ער עולה מדרגא לדרגא בעבודתו,

כולל אויך - אין דער עבודה פון בירור עשו,

,

מברה כיום את בכורתך לי״״,

און דערנאך - קבלת יעקב של ברכות יצחק לעשו,

דורך דעם וואם ער האט זיך אנגעטאן ב,

בגדי עשו בנה הגדול החמודות"׳ 7 ,

וואט דורך דעם איז נתגלה געווארן אז שמו יעקב איז על שם,

ויעקבני זה פעמים את בכורתי לקח והנה עתה לקח ברכתי׳" 7 ,

ש״פ תולדות,

מבוז״ח וער״ח כסלו

(כעוס השלוחים)

אבער דערנאך האט יעקב געדארפט אנטלויפן פון עשו,

ווייל עשו איז נאך ניט געווען מוכן לבירור,

און יעקב האט יורד געווען אין חרן,

צו אויפטאן די בירורים פון צאן לבן,

ביז אז דערנאך - לאחרי די עשרים שנה אין חרן - איז ער געגאנגען אויר מברר זיין עשו״,

ביז במקום עשו -"וישלח" יעקב מלאכים לפניו אל עשו אחיו ארצה שעיר גו׳,

ויצו אותם לאמר כה תאמרון לאדוני לעשו גו׳ עם לבן גרתי ואחר עד עתה" 75 ,

ביז אז לדעת יעקב איז עשו שוין דעמולט געווען מוכן לבירור,

און למעלה מזה - ער איז שוין געווען לאחרי הבירויר,

דערפאר האט ער דער־ נאך געזאגט "עד אשר אבוא אל אדוני שעירה",

בכדי מקבל זיין

(מ״אדוני")

די אורות מרובים

(אדוני)

דתהו,

פון בחי׳ שעירה,

בחי׳ שערות למעליותא•",

שערות הזקן פון די י״ג תיקוני דיקנא,

"לבושי׳ כתלג חיוור ושער רישא כעמר נקא""

(בחי׳ כתר"/ וועלכע זיינען א המשכה הכי נעלית שלמעלה ממוחין

(וואם קענען ניט נמשך ווערן מיידן דורך דער צמצום פון שערות,

מותרי מוחין/ און דאס זאל נמשך ווערן אין די כלים גדולים פון תיקון

(דרגת יעקב/ ביז אז עם זאל אויר מהפן זיין די ענינים בלתי רצויים וואם קומען ארויס דורך דער יניקת החיצונים פון שערות — אז דער "נגע גר בזקן״• 7

(וואס אין למטה - אין למטה מנגע* 7 )

ווערט נהפך צו ענג,

וואס אין

למעלה מענג"

(למעלה פון מוחין,

און אויך למעלה פון רצון וחפץ,

בחי׳ כתר)

".

ח.

דערפון איז פארשטאנדיק דער לימוד וואם יעדער איד נעמט ארויס פון שליחות יעקב אין חרן,

אז דער אויבער־ שטער האט אראפגעשיקט זיין

(דעם איד׳ם)

נשמה פון "באר שבע" דא למטה אין "חרנה",

צו מאכן א דירה לו יתברך בתחתונים,

און הגם אז דאם איז א ירידה הכי גדולה,

ביז שלא בערך,

דארף ער דערפון ניט נתפעל ווערן,

ווארום ער איז שלוחו של הקב״ה,

ושלוחו של אדם העליון*• כמותו*,

ביז "כמותו דהמשלח ממש"*•

(כביכול)

.

ואדרבה: וויבאלד אז ער געפינט זין־ אין "חרנה",

וואס דארט זעט מען ניט בגלוי די השפעה פון דעם משלח,

דארף ער נאכמער אנקומען,

ובמילא באקומט ער,

דעם תוקף וכח המשלח.

און דוקא דורך דער ירידה גדולה - ווערט אויפג־ עטאן אן עלי׳ הכי גדולה,

העכער פון דעם ארט

("באר שבע")

פון וואנעט זיין נשמה האט יורד געווען.

און דער לימוד שטייט נאכמער בהד־

ד״נגע• הוא היסך,

ענג* - זח״א בו,

רע״ב.

ח״ב רסה,

ב.

ודג

(רע״מ)

רעג,

א.

תקחז בהקדמה לב,

א)

.

תב״א

(נח,

א)

.

ספר השיחות - ה׳תנש״א

גשה בשעת אידן געפינען זיך אין גלותי*,

וראם אין דער שליחות פון ירידת הנשמה בגוף עצמה - איז דאם נאד א נידערי־ קערע ירידה,

"אוי להם לבנים שגלו מעל שולחן אביהם׳"*,

לא מיבעי אין דעם זמן פון רדיפות וגזירת המלבות בחושך הגלות,

נאר אפילו אין א זמן

(ווי איצטער)

ווען אידן געפינען זיך אין א מלכות של חסד,

און זיינען עובד עבודתם במנוחת הנפש ומנוחת הגוף - קומט עם אבער ניט צו דעם מצב אמיתי וואו אידן באלאנגען,

סמוך על שולחן אביהם,

ביז באופן אז,

והיו עיניך רואות את מוריך"",

ובמילא דארף מען דעמולט נאכמער אנקומעז צו דעם תוקף וכח המשלח,

וע״פ הכלל אז ירידה צורך עלי/ און וואט נידעריקער די ירידה,

אלץ העכער די עלי׳ הבאה עי״ז - איז פארשטאנדיק אז די ירידה אין גלות,

ברענגט צו נאך א העכערער עלי׳ וגילוי פון כח המשלח בא דעם שליח,

און אויך - א גרעסערער גילוי אין אלע ענינים,

בדוגמא ווי ס׳איז געווען בא גלות מצרים,

אז דאס האט גע־ בראכט צו דעם,

ואחרי כן יצאו ברכוש גדול"*•,

ועאכו״ב בגלות זה האחרון,

וועלכער ציט זיך שוין העכער ניינצן הונדערט יאר,

מיט דער איינציקער הסברה - אז דאם איז בכדי ברענגעו א,

רכוש גדול" שלא בערך כלל בגאולה

האמיתית והשלימה 7 *.

- ולהעיר,

אז איצטער,

לאחרי אזויפיל יאר אין גלות,

איז דאס שוין אויר קיין הסברה ניט,

ווארום מ׳האט שוין פון ליינג אן געקאנט האבן דעם,

רכוש גדול" העתיד.

ט.

ועפ״זישלומרדעסטעםפארוואס דוקא בדורות האחרונים אין גלות,

איז צוגעקומען דער חידוש בענין השליחות דורך רבותינו נשיאינו בכלל,

ובמיוחד -דורך כ״ק מו״ח אדמו״ר נשיא דורנו״ -אז "וישלח יצחק" שלוחים,

ער האט אריינ־ געגעבן א כח חדש זין כללות ענין השליחות פון יעדער אידן

(אלם שלוחו של הקב״ה/ דורך דעם וואם ער האט אנגע־ זאגט און געגעבן כח אז די שליחות פון יעדער איד בדורנו זה איז צו פאר־ שפרייטן תורה ויהדות און הפצת המעינות חוצה.

און האט געזאגט אז דערצו דארף מען אוועקגיין ממקומו ומצבו - "ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה",

און צו דערגרייכן אידן בכל מקום שהם.

ביז אז דאם האט זיר אויסגעדריקט בפועל - דורד דעם וואם צווישן אידן גופא זיינען דא די וועלכע האבן זוכה געווען און זיי זיינען אויסגעקליבן גע־ ווארן צו זיין שלוחים - וועלכע זיינען אינגאנצן איבערגעגעבן צו דער עבודה פון הפצת התורה והיהדות און הפצת המעינות חוצה,

ווי מ׳זעט איצטער דעם מצב בפועל,

אז בכל קצוי תבל זיינען פאראן שלוחים פון נשיא דורנו - וביניהם די שלוחים וועלכע האבן זיר איצטער צוזאמענגע-

ש״פ תולדות,

מבה״ח ועוית בסלו

(בעוס השלוחים)

קליבז אין דעם כינוס השלוחים העולמי -וועלכע זיינען זיך עוסק אין דער עבודה הנ״ל,

כולל אויר באופו פון שליח עושה שליח וכו׳ - באופן שהולד ומתפשט,

הולד ומוסיף ואור.

וע״פ הנ״ל יש לומר רעם טעם לזה,

ווייל וואס ווייטער און טיפער דער חושך הגלות - אלץ מער דארף מען אנקומען צו דער עבודת השליחות אין "חרנה",

צו דערגרייכן אידן בכל מקום שהם און זיי מעורר זיין אז זיי זאלן נאכמער צוגעבן אין אלע ענינים פון אידישקייט,

און הגם אז דאס איז פארבונדן מיט א ירידה לכאורה - די ירידה פון חושך הגלות בכלל,

און די ירידה פון די שלוחים צו אוועקגיין פון "באר שבע"

(ארץ מגורי אביו)

״וילך חרנה״ - איז דאם גופא באווייזט אבער,

אז וואס "ווייטער" - בכמות ובאיכות - מ׳געפינט זיר פון דעם משלח ומקום המשלח - אלץ מער דארף מען אנקומען,

און אלץ מער בא־ קומט מען,

דעם כח ותוקף המשלח,

און די אלע עילויים וואס קומעז צו דויד דער ירידה,

כנ״ל.

י.

עפ״ז וועט מעז אויר פארשטיין די שייכות פון דעם כינוס השלוחים העולמי

(און די פרשיות בתורה וואס מ׳לייענט בסמיכות לזה)

מיט חודש כסלו:

דער עיקר ענין פון,

יפוצו מעינותיר חוצה" וואס האט זיר אנגעהויבן בי״ט כסלו,

חג הגאולה פון דעם אלטן רביץי,

איז געקומען דורד דעם וואם פריער איז געווען א קטרוג אויף דעם גילוי החסידות באופן של חב״ד פון דעם אלטן רבי׳ן,

וואם דאס האט געבראכם צו דעם מאסר; אבער די כוונה אין דער ירידה איז געווען - אז דויד דעם זאל ארויסקומען א הוספה והרחבה,

ביז שלא בערר,

אין הפצת

המעינות חוצה,

ווי ס׳איז געווארן נאד דער גאולה בי״ט בסלו".

[ובדוגמא לזה - ולפני זה אויר בנם חנוכה,

נס השמן,

בסוף חודש כסלו - לאחרי שגברה מלכות יון הרשעה,

און לא מצאו אלא פך אחד של שמן•♦,

וואם דאס ווייזט אויף דעם גילוי פון פנימיות התורה,

שמן שבתורה - דוקא דורך דער ירידה בגלות]

.

וכידוע דער משל פון דעם אלטן רבי׳ן״ - אלם ענטפער אויף דער שאלה וקטרוג אויף דעם גילוי החסידות בהרחבה - פון א בן מלך וועלכער איז גע־ ווארן ניט געזונט,

און דער מלך הייסט דעם רופא - לאחרי וואם אלע אנדערע תרופות העלפן ניט - ער זאל צומאלן דעם אבן הכי יקרה בכתר המלך און דאם צומישן מיט וואסער,

און אריינגיסן דעם קינד אין מויל,

טאמער.

.

.

א טראפן וועט אריינגיין און אים ראטעוועז.

.

.

און אזוי - דור אחר דור גאך דעם אלמן רביץ,

אז ס׳איז צוגעקומען אין חושד הגלות - איז אלץ מער צוגעקומען אין דער גילוי פון פנימיות התורה דורך רבותינו נשיאינו,

ביז צו דער חידוש וואם איז צוגעקומען אין הפצת המעינות חוצה - אלם תוצאה פון דעם מאסר וגאולה פון י״ב־י״ג תמוז - לאחרי וואס כ״ק מו״ח אדמו״ר איז אנגעקומען אין חצי כדור התחתון.

ביז אז בדורנו זה,

ובפרט בשנים הכי אחרונות,

איז אין דעם צוגעקומען באופן שלמעלה ממדידה והגבלה — אז מ׳איז מבזבז אוצרות המלד וועלכע זיינען גע־

ספד השיחות - ה׳תנש״א

ווען גנוזים במשך הדורות",

און אפילו די יחידי סגולה וועלכע האבן דאס געהאט ברשותם - האבן ניט געהאט די מעגלעב־ קייט דאם אלץ צו מפרסם זיין און לערנזן באופן של הבנה והשגה פון חכמה בינה ודעת - וואם דורך דעם קומט צו א חידוש והוספה לגבי ווי די אוצרות פון פנימיות התורה זיינען מצד שרש הנשמה כו׳

(ע״ד דער עילוי וואם ווערט דורך דער עבודה אין חרנה לגבי דעם מצב אין "באר שבע")

: און איצטער איז מען מגלה די אוצרות

[ובמיוחד - פון תורת הצמח צדק,

וואס ב׳ שמותיו אלה זיינען שמו של משיח צדקנו",

וועלכער ילמד את כל העם כולו פנימיות התורה"]

,

און מ׳דרוקט זיי,

באופן אז יעדערער קען איו דעם לערנען באופן של חב״ד,

און מפיץ זיין די מעינות חוצה,

ביז אין חוצה שאין חוצה ממנה.

ויש לומר,

אז דער חידוש בגילוי פנימיות התורה בדורנו זה

(פארבונדן מיט חודש כסלו במיוחד)

איז פארבונדן - והא בהא תליא - מיט דעם חידוש אין עניו השליחות שבדורנו זה: לא זו בלבד וואם די יציאת השלוחים פון "באר שבע"

(ארץ מגורי אביו)

בכדי מפיץ זיין די מעינות חוצה בכל קצוי תבל,

רירט ניט אן ח״ו וח״ו דעם גילוי פון פנימיות התורה

(פון "באר שבע"/ נאר אדרבה ואדרבה: דורך דעם וואס די שלוחים פארן ארוים בשליחותם במקומות הרחוקים - בגשמיות וברוחניות - פון מקום המשלח - רופט דאס

נאכמער ארוים און דאם איז נאכמער מגלה די כחות פון דעם משלח,

כולל בעניננו - פון גילוי פנימיות התורה,

תורת חסידות חב״ד,

באופן פון יפוצו מעינותיך חוצה,

ביתר שאת וביתר עוז,

באופן אז מ׳איז מגלה די אוצרות כנ״ל.

יא.

צווישן די מאורעות בעולם

[וב־ שייכות אויר מיט פעולות השלוחים הנ״ל]

וואו מ׳זעט דוגמת ענין הנ״ל - איז דאס וואס די מדינה,

וועלכע האט "אריינ־ געזעצט" כ״ק מו״ח אדמו״ר צוליב זיין התעסקות אין הרבצת התורה והיהדות און הפצת המעינות חוצה,

און מ׳האט ארויס-געגעבן א גזר דין,

און דערנאך דעם פסק פון גלות אין קאסטראמא

[וואם צער גלות "שקול כמעט כצער מיתה"" ר״ל/ האט די זעלבע מדינה לאחרונה משנה געווען איר יחם מן הקצה אל הקצה,

און האט ארוים־ געלאזט - און לאזט ווייטער ארויס -הונדערטער טויזנטער אידן זיי זאלן קענען פארן וואו זיי ווילן,

כולל - אין ארצות הברית,

ביז אויך אין ארץ ישראל.

און נאכמער: די מדינה אליין איז מסייע בזה,

כולל - דורך הוצאות של ממון

(וועלכע ווערט - בחלק - צוזאמענגע־ קליבן פון די מסים פון כל תושבי מדינה ההיא)

.

און צווישן די וועלכע זיי האבן ארוים־ געלאזט און מיט א סיוע שלהם - זיינען אויך אידישע קינדער וועלכע זיינען גע׳־ ניזק׳ט געווארן פון דעם אויפריים אין טשערנאביל

(לפני כמה שנים)

- האט די מדינה זיר משתדל געווען און איז זיך משתדל,

ועל חשבונם,

זיי ארויספירען און היילן.

ביז ווי בשנה האחרונה - האט די מדינה געהאלפן זיי ארויסשיקן פון

95)

חינוך מצרה תי.

ש״פ תולדות,

מבה״ח וער״ח כסלו

(כינוס השלוחים)

דארטן און געלאזט פזורן אין ארץ הקודש,

און דארטן גופא - אין,

כפר חב״ד",

וואט דארטן איז מען זיך מטפל מיט זיי און מ׳איז זיך משתדל זיי אויטהיילן וכו׳-

וואם דאס אלעס באווייזט אויף דער עלי׳ פון בירא עמיקתא

(דמדינה ההיא,

וועלכע האט מנגד געווען צו חב״ד/ ביז צו א מצב פון חב־דיי,

ביז - כפר חב״ד,

וואם איז מרמז אויף דעם חידוש פון חסידות חב״ד,

צו ארויסברענגען פנימיות התורה און תורת החסידות איו פרטים ופרטי פרטים

(ע״ד ווי נבואת יחזקאל,

א בן כפר וועלכע איז מתאר דעם מרכבת המלך מיט אלע פרטים צוליב רוב ההתפעלות שלו בזה")

,

וואם הגם אז דאס קומט דורך דער ירידה אין גלות - קומט אבער צו דורך דעם אן עילוי אפילו לגבי דעם גילוי פון,

באר שבע"

(שקודם הירידה/ ביז דער גילוי העונג

(וואס אין למעלה מעונג,

תמורת אין למטה מנגעי 7 )

וואס קומט דורך לערנען פנימיות התורה ב־ חב״ד שבשכל.

[ולהוסיף הוראה ע״ד הרמז פון דעם וואס נבואת יחזקאל בן בוזי איז געווען בחוץ לארץ "על נהר כבר"": דורך דער ירידה איו חח לארץ,

און דארט גופא -על נהר כבריי,

וואס איז מרמז אויף די

קאלטקייט וואם דער יצר ווארפט אריין איינעם וואם הערט אן ענין נפלא בתורה אין פנימיות התורה,

און אנשטאט זיך צוהערן כדבעי און דערהערן דער חידוש אין דעם - זאגט ער: הע!,

כבר״ - איך האב דאס שוין אמאל - כבר - גע־ הערט!.

.

.

אויב ער וואלט עם טאקע געהערט,

וואלט ער איצט אויר דערהערט דעם חידוש בזה.

.

.

- איז דורך דער ירידה,

ווערט דער גילוי פון נבואת יחזקאל באופן של חב״ד,

בפרטים ופרטי פרטים.

וכמרומז גם בשמו יחזקאל - חזק א־ל,

בן בוזי - דער גילוי וביזה נאך מער פון ביזת הים

(עלמא דאתכסיא)

פון פנימיות התורה,

באופן פון,

בוז יבוזו לו"""]

.

יב.

פון די לימודים וואס מ׳קען ארויסנעמען פון המדובר לעיל בקשר מיט דעם כינוס השלוחים העולמי,

וועל־ כער קומט פאר בם׳,

וישלח יצחק את יעקב גו׳",

,

ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה",

און בשבת מברכים וערב ראש חודש כסלו:

לכל לראש - א חיזוק ועידוד צו יעדער שליח,

אז ניט קוקנדיק ווי ווייט ער געפינט זיך - בגשמיות אדער ברוחניות - פון מקום

(ודרגת)

המשלח,

האט ער מיט זיד דעם משלח,

און נאכמער שלוחו של אדם כמותו,

ביז כמותו דהמשלח ממש,

און האט די אלע כחות פון דעם משלח צו טאן זיין שליחות,

וביתר שאת וביתר עוז,

ואדרבה - וואס ווייטער ער איז פון מקום המשלח,

אלץ מער דארף ער און ער האט,

און ביז בפועל,

דעם תוקף פון דעם משלח,

און די אלע עילויים וואס קומען

שלח ו

(הובא בסרש״י שלח יד,

יח)

: יש ורץ שמגדלת גבירים ויש ארץ שמגדלת חלשים כז׳.

ספר השיחות - ה׳תנש״א

ארויס דורך דעו־ ?בודה אין,

הרנה",

און וואס טיפער דער "חרנה",

אלץ מער איז דער חידוש ווען דער שליח איז זיך מבטל צום משלח און דורך דעם - טוט ער דארט אויף רצון המשלח,

כג״ל.

דערצו האט מעז אויך דעם לימוד פון דעם "כינוס השלוחים העולמי",

אז דאס איז א כינוס והתאחדות פון אלע שלוחים יחד,

ניט קוקנדיק אויף די חילוקים ביניהם.

וכידוע* 18 די כמה דרגות וואם זיינען פאראן איו שליחות,

ובכללות מלמטה למעלה:

(א)

די מעשה השליח איז דך מתייחם צו דעם משלח,

אבער ניט דעם שליח׳ם כח תעשי׳ ושאר כחותיו.

(ב)

זיין כח העשי׳ איז בטל צום משלח,

אבער ניט שאר הכחות.

(ג)

כל מציאותו - אלע זייגע כחות,

זיין חפץ רצון שכל ומדות - זיינען אינגאנצן בטל צום משלח,

ביז

(ד)

אז ער איז "כמותו דהמשלח" און נאכמער

(ה)

"ממש".

אעפ״כ,

ווען עם קומט צום כינוס השלוחים,

דארפן זיך אלע שלוחים,

אלע סוגים שביניהם - סיי די שלוחים הכי עליונים,

סיי די שלוחים וואס זיינען לע״ע תחתונים יותר

(מאיזה סיבה שתהי׳)

-פאראיינציקן צוזאמען,

און מדגיש זיין די נקודה משותפת בין כל השלוחים,

אז זיי זיינען אלע שלוחים פון כ״ק מו״ח אדמו״ר נשיא דורנו,

און דורך דעם - ברענגט עם בא זיי נאכמער ארוים בגלוי זייער שליחות פון דעם משלח הכי ראשון,

דער אוי-בערשטער.

ואיש את רעהו יעזורו ואל אחיו יאמר חזק״׳ - יעדער שליח העלפט צו דעם צווייטן און די אנדערע שלוחים אין זייער עבודת השליחות,

ובכללות כולם

(בכל דרגות השליחות)

- אז יעדער שליח טוט כל התלוי בו צו מקיים זיין שליחותו אין הפצת התורה והיהדות והפצת המעינות חוצה,

כולל ובמיוחד בדורנו - באופן פון ביוה

(כנ״ל/ אז מ׳איז מפיץ די מעינות חוצה צו אלע אידן באופן שלמעלה ממדידה והגבלה,

וכידוע די הוראה פון דעם רבי׳ן

(מהורש״ב)

נ״ע"*,

אז איצטער דארף מעז ניט ווארטן אויף א סדר אין עבודה,

נאר - "חטוף ואכול חטוף ואישתי""׳.

און אין דעם קומט צו א לימוד נוסף פון דעם שיעור חומש פון ערב שבת זה: קודם שליחות יעקב - באקומט יעקב די ברכות פון יצחק,

אגהויבנדיק פון "ויתן לך" 5 "׳.

איז רש״י מפרש,

אז דער וא״ו המוסיף פון "ויתף

(אע״פ וואס דאס האט קיין המשך ניט צו דעם וואם שטייט פרי־ ער "ראה ריח בני גו׳")

קומט לערנען אז "יתן ויחזור ויתך.

דערפון איז די הוראה צו יעדער שליח

(וועלכער באקומט בפועל ברכת יצחק פון "ויתו לח)

: נאך איי־ דער ער גייט ארוים בשליחותו,

ועאכו״כ ווען ער קומט דארט אן - איז גלייך לאחרי וואם ער טראכט און פלאנירט זיין ערשטע פעולה וואס ער וועט געבן די אידן במקומו - "יתך

[רואם אויף דעם דארף ער ניט האבן א לימוד מיוחד,

ש״פ חולדות,

מבה״ח ועד״ח כסלו

(כעוס המלוחים)

ווארום דאס איז דער ענק פון א שליח: 15 טאן א פעולה של שליחות]

- טראכט ער גלייך,

ואדרבה ער הייבט אן מיט דעם וא״ו און ערשט דערנאך שטעלט אויס די תבנית צו ״ויחזור ויתן״ - צו טאן די ערשטע פעולה בזמן!

און זייענדיק א "כינוס השלוחים העולמי",

עולמי בפירושו זמן ומקום און נצחיות

(אייביק)

- האט מען דערפון דעם לימוד ונתינת כח צו דער עבודת השליחות פון יעדער איד און פון אלע אידן,

וועלכע זיינען אל ע שלוחים של הקב״ה.

יג.

ויהי רצון,

אז דער כינוס השלוחים זאל זיין א "כינוס לצדיקים הנאה להם והנאה לעולם"* 1 ,

ובפרט דורך דעם וואס מ׳וועט דערביי אננעמען החלטות טובות בנוגע צו מרחיב זיין די אלע פעולות בעבודת השליחות,

כולל - בענין "שליח עושה שליח״ד־!,

"אפילו מאה"

(שלוחים)

•• 1 ,

וועלבער איז כולל עד עולם" 1 .

ולהוסיף: בכדי עם זאל בלייבן א מזכרת נצח פון דעם כינוס - האט מען מציע געווען•• 1 אז מ׳זאל אפדרוקז א "ספר השלוחים",

מיט די תמונות פון אלע שלוחים שי׳ משתתפי הכינוס,

כולל - פון משפחתם ובני ביתם שי׳,

מיט די דברי תורה און דברי התעוררות והצעות וכו׳ וועלכע מ׳האט גערעדט בא דעם כינוס -

וואס בשעת מ׳וועט אריינקוקן אין דעם ספר וועט דאס נאכמער מעורר ומעודד זיין די שלוחים אין זייער עבודה.

ובנוגע לפועל: בהוספה אויף דעם "ספר השלוחים" וועלכער מ׳האט שוין ארויסגעגעבן

(וועלכער האט די בילדער נאר פון א חלק פון די שלוחים)

- וואלט געווען כדאי ארויסצוגעבן א ספר,

וועל־ כער וועט כולל ויין די בילדער פון אלע משתתפי הבינום,

ומה טוב - פון אל ע שלוחים

[וכאמור לעיל,

סיי די שלוחים בדרגא עליונה,

און סיי בדרגא יותר תחתונה]

,

צוזאמען מיט בני ביתם,

אויר קליינע קינדער

[ווייל דורך זעען זייערע בילדער אין דעם ספר וועט דאס זיי מעורר זיין צו גיין בדרך אביהם ואמם,

און ווערן שלוחים בפועל,

דורך ארוים־ ברענגען זייער כח השליחות מן הכח אל הפועל!

און מ׳זאל דאס ארויסגעבן בהקדים הכי אפשרי,

ומה טוב - עכ״פ צו י״ט כסלו.

יד.

ויה״ר אז דאם זאל נאכמער צו־ געבן אין דעם קיום השליחות בפועל,

בב׳ הקצוות: יעדער שליח איז א מציאות ובר דעת בפ״ע,

און נוצט אויס אלע זיינע עשר כחות צו מקיים זיין שליחותו,

און צוזא־ מען דערמיט - איז ער בטל צום משלח,

כ״קמו״חאדמו״ר.

און דורך דעם וואם א שליח נוצט אויס זיינע עשר כחות בקיום השליחות - איז ער מגלה בחי׳ משיח

(שליח בצירוף עשר)

בא און אין זיך,

און טוט אזוי אויד אויף ביי אנדערע אידן,

דורך מגלה זיין ווי זיי זיינען שלוחים און נוצן אויס זייערע עשר כחות הנפש בקיום שליחותם" 1 ,

ספר השיחות - ה׳תגש״א

כולל די שליחות - אז ער רעדט מיט זיך און מיט אנדערע בדברים היוצאים מן הלב,

אז אט שטייט בגילוי בחי׳ משיח שבו נפשו פנימה,

ועי״ז וואס מ׳רעדט דברים היוצאים מן הלב,

ווערט דאס נכנסים אל

הלב ופועלים פעולתם,

ביז אז דאם איז מגלה"׳ משיח הכללי,

יחידה הכללית 3 " - ביאת משיח צדקנו,

בגאולה האמיתית והשלימה,

תיכן* ומיד ממש.

ספר המחוזות - ה׳תנש״א

Reader controls and commentary are loading.