B"H
🏡

Ikar

משיחות ש״פ בא, ח׳ שבט ואור ליום ב׳, יו״ד שבט ה׳תש״ג

- יום בו ימלאו ארבעים שנה לנשיאות כ״ק אדמו״ר שליט״א -

א. ויהי בארבעים שנה בעשתי עשר חודשי בעשירי לחודש: היינטיקער יו״ד שבט

(תש״נ)

ווערט ארבעים שנה פון דעם יום ההסתלקות־הילולא פון כ״ק מו״ח אדמו״ר

(ביו״ד שבט תש״י),

ווען "כל מעשיו ותורתו ועבודתו אשר עבד בה כל ימי חייו" איז געשטאנען בגלוי און "פועל ישועות בקרב הארץ"־.

דער עילוי מיוחד פון ארבעים שנה -ווערט ערקלערט אין חז״ל: אין דעם שנת הארבעים אין מדבר האט משה רבינו גע־ זאגט אידן,

אז דעמולט איז "נתן ה 1 לכם לב לדעת ועינים לראות ואזנים לשמוע"׳.

לערנט דערפון אפ די גמרא*•,

אז בארבעין שנין איז "קאי איניש אדעתי׳ דרבי׳".

ד. ה. אז דעמולט קומט מען צו וויסן און פאר־ שטיין

(לדעת)

סוף דעתו ותבונתו 5 -פנימיות ועצמיות כוונתו* - פון רבי׳,

וב־ נדו״ד - פון דעם רבי׳ן נשיא דורנו,

כ״ק מו״ח אדמו״ר,

און פון "מעשיו ותורתו ועבודתו" - אזוי,

אז דעמולט הויבט זיר אן א נייער סדר און א נייע תקופה אין דעם פארשטיין אוו מקיים זיין מעשיו ותורתו ועבודתו פון נשיא דורנו,

באופן פון "לב לדעת ועינים לראות ואזנים לשמוע".

ב. ויש לומר אז אין דעם איז פאראן

אן ענין הכי כללי ועיקרי אין עבודת ה׳ -ווי פארשטאנדיק פון דעם וואם דער לימוד אין גמרא

(אז בארבעין שנין "קאי איניש אדעתי׳ דרבי׳")

איז פון דעם פסוק "נתן ה׳ לכם לב לדעת ועינים לראות ו־ אזנים לשמוע" וואם משה האט געזאגט די אידן בשנת הארבעים פון יציאת מצרים און מתן תורה

(וקודם כניסתם לארץ ישראל),

אז דעמולט ווערט בא זיי "לב לדעת וגו׳" אין דעם אויבטושטף און זיין הנהגה - "את" כל אשר עשה ה׳ לעיניכם בארץ מצרים גו׳ המסות הגדולות גו׳ האותות והמופתים הגדולים ההם":

יציאת מצרים און מתן תורה

(און דער־ נאך די כניסה לארץ)

זיינען די יסודות פון עם ישראל: בא יצי״מ זייגען אידן געווארן א פאלק פון דעם אויבערשטן - "ולקחתי אתכם לי לעם והייתי לכם לאלקים וידעתם כי אני ה׳ אלקיכם וגו׳״י,

און די שלימות דערפון האט זיד אויפגעטאן בא מתן תורה

(דער תכלית פון יצי״מ/ ווען דער אויבערשטער האט געגעבן זיין תורה צו אידן אין עולם הזה התחתון,

מיט דער כוונה אז זיי - געפינענדיק זיך למטה - זאלן לערנען און פארשטיין תורה און מקיים זיין אירע מצוות,

און דורך דעם

(אויך)

אויפטאן דעם בירור וזיכוך פון עולם הזה הגשמי - מאבן א דירה לו יתברך בתחתונים.

און די שלימות הכח לזה איז געגעבן

ספר השיחות - ה׳תש״ג

געווארן בשנת הארבעים

(פון יצי״מ ומ״ת/ לאחרי די עבודה פון אידן במשך די ארבעים שנה אין מדבר - וואס דעמולט איז,,

נתן ה׳ לכם לב לדעת ועינים לראות ואזנים לשמוע",

צו פארשטיין בדעת די אמיתית ושלימות הכוונה פון "דעתי׳ דרבי 3 " - דער אויבערשטער

(אין יצי״מ און מ״ת).

און ווי עם שטייט אין זהר״י,

אז "

(ולקחתי אתכם לי לעם והייתי לכם לאלקים)

וידעתם כי אני ה׳ אלקיכס וגו"׳ שנאמר במצרים - איז "פקודא דא קדמאה דכל פקודין..

למנדע לי׳ לקב״ה"

(בכדי אידן זאלן גלויבן "בכל אינון נסין וגבורן דעביד לון במצרים"/ און די שלימות בזה האט זיר אויסגעפירט בשנת הארבעים

(נאך יצי״מ/

וכמבואר שם,

אז אין ידיעת ה׳ זיינען פאראן צוויי ענינים: די ידיעה בדרך כלל

("וידעתם כי אני ה׳ אלקיכם")

- וואט דאס איז געזאגט געווארן בא יציאת מצרים

[און דאס האט זיך אויפגעטאן בגלוי בא מתן תורה - "אתה הראת לדעת כי ה׳ הוא האלקים""/ און די שלימות בזה - די ידיעה בדרך פרט,

וואם דאס איז געווען "לסוף מ׳ שנין דקא אשתדלנו בכל אינון פקודין דאורייתא דאוליף לון משה בו׳ כדין אוליף לון בדרך פרט,

הה״ד 4 י וידעת היום והשבות אל לבבך,

היום דייקא

(בשנת הארבעים)

מה דלא הוה רשו מקדמת דנא

(כמאחז״ל "קאי איניש אדעתי׳ דרבי׳ בארבעיז שנין",

און ברייגגט דעם פסוק "ולא נתן ה׳ לבם לב לדעת",

ע״ד "וידעת גו' והשבות אל לבבן""/ כי ה׳

הוא האלקים דא באורח פרט״ 5 ,

און די צוויי פסוקים

("וידעת גו׳" און "וידעתם גו"׳)

"כלה מלא חדא,

דא בכלל ודא בפרט".

קומט דערפון אויס,

אז דער ענין פון "נתן ה׳ לכם לב לדעת גו׳" בשנת הארבעים במדבר איז אן ענין כללי ועיקרי אין עבודת עם ישראל - זייענדיק די שלימות פון יציאת מצרים און מתן תורה,

ווען ס׳איז געווארן "לב לדעת" אין "דעתי׳ דרבי"׳

(דער אויבערשטער)

; און דערפאר זיינען אידן דעמולט - לאחרי די ארבעים שנה - געווארן גרייט צו ארייגגיין אין ארץ ישראל

("והבאתי אתכם אל הארץ גו׳" 6 ,

וואס שטייט בהמשך צו "והוצאתי אתכם מתחת סבלות מצרים גו׳ ולקחתי אתכם גו׳ וידעתם גו׳״)

- וואס דארטן פירט זיך דורך בפועל די כוונה פון יצי״מ ומ״ת

(מאכן די וועלט א דירה בתחתונים/ דורך קיום המצוות

(שרובן זיינען)

התלויות בארץ,

ביז בגין בית המקדש - די שלימות הכוונה פון מתן תורה

(השראת השכינה למטה).

ג. דערפון איז מובן,

אז אין דעם

("נתן ה׳ לכם לב לדעת גו"׳ וואס ווערט דער־ ציילט אין תורה,

תורה מלשון הוראה“)

איז פאראן א לימוד כללי אין דער עבודה פון אידן במשך כל הדורות

[כידוע אז בכל יום איז דא די עבודה פון יצי״מ

(מזכירי! יצי״מ בכל יוסי׳,

און חייב אדם

ש״פ בא,

ח׳ שבט ואור ליום ב׳ יז״ד שבט

ו26

לראות את עצמו כאילו הוא יצא מ־ מצרים"'),

ועד״ז מחן תורה

(כלשון הברכה נותן התורה "לשון" הוה/ און כניסה לארץ

(ארץ ע״ש שרצתה לעשות רצון קונה*■•)]

־

אז לאחרי וואם עס גייט דורך א תקופה פון ארבעים שנה אין דער עבודה פון א אידן

[ובפרט אין זמן הגלות פון "מדבר העמים""/ וועלכע איז בדוגמא צו דער הליכה ארבעים שנה במדבר ההוא],

באקומט ער דעם אמת׳ן,

שלימות׳דיקן פארשטאנד

(ידיעה אמיתית)

אין "דעתי׳ דרבי׳",

דער אויבערשטער

("וידעת היום והשבות אל לבבך כי ה׳ הוא האלקים גו"׳).

[און דערפון ווערט נשתלשל,

אז אזוי איז אויך ביי א רב ותלמיד כפשוטם

(בשר ודם),

אז בארבעין שנין איז "קאי איניש אדעתי׳ דרבי"׳].

און דער ענין איז נאכמער בהדגשה בדורנו זה,

וואס לויט אלע סימנים איז ער דרא דעקבתא דמשיחא ועקבתא דעקבתא דמשיחא,

דער דור האחרון פון גלות - אז לאחרי דער לעצטער תקופה פון ארבעים שנה

(זינט דער הילולא פון משה רבינו שבדורנו בשנת תש״י),

ווערט בא יעדערן פון דעם דור "קאי איניש אדעתי׳ דרבי"׳,

און מ׳גייט גלייך אריין אין ארץ ישראל,

בגאולה האמיתית והשלימה 7 .

ובפרט,

אז דאם איז ארבעים שנה פון דער הילולא פון א נשיא חב״ד,

וואם חכ״ד איז ענינו צו מבאר זיין פנימיות התורה איו חכמה בינה ודעת,

וואם דורך דעם ווערט די שלימות פון "דע את אלקי אביך

ועבדהו בלבב שלם״ 22 - דער "לב לדעת" אין "דעתי׳ דרבי"׳

("אלקי אביך").

ד. דער ביאור הענין אין דעם וועט מען פארשטיין לויט די דיוקי הלשונות אין דעם פסוק און מאחז״ל הנ״ל - כידוע דער תכלית הדיוק פון יעדער ווארט אין תורה:

אין דעם פסוק "נתן ה׳ לכם לב לדעת רעינים לראות ואזנים לשמוע״: 1)

וואם איז דער טעם אז מ׳דארף אנקומען דוקא צו א נתינה מה׳? 2)

וואס איז די הוספה פון ״לכם״? 3)

די דריי ענינים פון "לב לדעת,

ועינים לראות,

ואזנים לשמוע״.

4) דער סדר פון די דריי ענינים.

אין דעם מאחז״ל אז בארבעין שנין איז ״קאי איניש אדעתי׳ דרבי׳״: 1)

פארוואס שטייט דער לשון "קאי" און ניט "יודע" אדער "מבין" וכיו״ב

(א תואר וואס בא־ דייט א פארשטאנד)

- בהתאם צו דעם המשך ותוכן הענין: "אדעתי׳ דרבי"׳

(ידיעת התלמיד בתורת רבו),

און פון דעם מקור בכתוב: ״לב לדעת״? 2)

פארוואס שטייט דא דער לשון "איניש"

(און ניט תלמיד וכיו״ב/ ובפרט אז צווישן די פיר תוארים אויף א מענטשן באדייט "איניש" די נידעריקסטע דרגא -

(אנוש מלשון)

חלישות ופחיתות האדם 9 ׳ 2 ,

משא״כ בנדו״ד - רעדט זיך גאר וועגן מעלת התלמיד

(אז ער איז קאי אדעתי׳ דרבי׳)?!

ה. ויש לומר דער ביאור אין דעם -ע״פ ההקדמה הנ״ל,

אז דער פסוק ומא־ חז״ל גיבן ארויס אן ענין כללי אין עבודת ה׳ - אין דעם פארבונד פון אידן מיט "דעתי׳ דרבי׳"

(דער אויבערשטער/ וואס

ספר השיחות - ה׳תש״נ

טוט זיר אויף בשלימותה בארבעים שגה באך יצי״מ ומ״ת:

וויבאלד אז די כוונה פון

(יצי״מ און)

מתן תורה איז - דירה בתחתונים,

אז א איד למטה זאל פאראיינציקט ווערן מיט דעם אויבערשטן

(דורך לימוד התורה וקיום המצוות^ און איו תחתונים בכלל זאל נתגלה ווערן אלקות

(עליונים),

ביז ווערן א דירה לו יתברך - זרו פארשטאנדיק,

אז אין דעם דארפן זיין צוויי ענינים: גילוי אלקות מלמעלה,

און באופן אז דאס ווערט אויפגענומען ונקלט בתחתונים,

בגדרי התחתונים.

ועפ״ז יש לומר דעם ביאור אין דעם רעיא מהימנא הנ״ל,

אז די שלימות פון ידיעת ה׳ איז בשעת דאם קומט ארויס

(אויר)

בדרך פרט

("וידעת היום גו׳")

ווי עס האט זיך אויפגעטאן בשנת הארבעים,

נוסף אויר דער ידיעה בדרך כלל

("וידעתם גו׳")

וואט איז געווען אין יציאת מצרים:

דער מיטעלער רבי איז מבאר",

אז שלימות התבוננות באלקות איז - בשעת מ׳האט סיי די התבוננות כללית,

און טיי די התבוננות פרטית,

בפרטים ופרטי פרטים

[ע״ד ווי איו התבוננות התפלה: לכוון דרך כלל לפני מי אתה עומד ומתפלל,

און אויך לכוון בפירוש המלות דרך פרט בגדולת ה׳]

- ווארום יש בזה מה שאין בזה:

התבוננות כללית האט די מעלה אז דורך דעם קומט מען "לבחי׳ העומק בכלל שהיא בחי׳ עצמות אור האלקי בבחי׳ הכלל",

און די מעלה אין התבוננות פרטית איז "מצד עוצם הקירוב גלוי אור האלקי בנפשו יותר,

כי בהתבוננות דרך כלל יוכל להטעות א״ע עד שנדמה לו כי מאד קרוב אליו הדבר ובאמת מרחוק מאד ה׳

נראה לו בהיותו דרך כלל לבד,

משא״ב התבוננות דרך פרט,

שכל פרטי בהשגה בדבר פרטי,

יוקב ע בנפשו בבחי׳ הקירוב ביותר וממנו יבוא להשגת דבר פרטי העליון הימנו בהדרגה עד שיבוא לכלל ההשגה בכללות שאז מתאמת יותר בלתי הטעות א״ע כלל".

און דערפאר איז די שלימות בזה דוקא בשעת די התבוננות כללית קומט ארוים

(אויר)

איו פרטים,

ווייל "הגם שכל פרט בפ״ע אינו ענין אלקות בכללות ואינו רק בחי׳ טפל פרטי לבד,

אבל כאשר יתחבר כל העיון מכל הפרטים אל הכלל אז יוקבע יותר בנפש בחי׳ הכלל״.

לאידך גיסא - דארף מען אויך האבן די התבוננות כללית,

ווייל "מי שהוא מעמיק בכל לבו ובכל חפצו לעצמות האלקות דוקא הנה גם בעיונו בפרטיות יכוין הכל אל המח׳ הכללית דעצמות דוקא ולא יפול מכללות הכוונה כלל כו׳ מאחר שכל הפרטים אינם נמשכים והולכים רק אחר הכלל דוקא בו׳ כמ״ש" אליו ולא למדותיו,

רק כללות ענין ההתבוננות בפרטי מדותיו הוא רק כדי שיבוא לעצמותו ומהותו דוקא".

ויש לומר,

אז די צוויי דרגות אין התבוננות

(בכלל ובפרט)

זיינען בהתאם צו די צוויי עניגים הנ״ל: די התבוננות בדרך כלל ברענגט ארויס

(מער)

דעם גילוי אלקות מלמעלה,

און די התבוננות בדרך פרט - איז דאם מלביש אין די פרטים פון גדרי הנבראים

(תחתונים)

וועלכע טיילן זיר אויף פרטים ופרטי פרטים.

ועפ״ז איז אויר מובן,

וואס ידיעת ה׳ בדיר פרט

(וואט ווערט אויפגעטאן בשנת הארבעים)

באשטייט פון דעם יחוד הוי׳ אלקים

("וידעת גו׳ כי הוי׳ הוא האלקים",

״דא באורח פרט״)

״ - וואט דער תוכן

ש״פ בא,

ח׳ שבט ואזר ליזם ב׳ יז״ד שבט

כללי דערפון איז,

אז נוסף צו ידיעת ה׳ בכלל

("וידעתם כי אני הוי׳ גו׳"),

האט מעז אויר די ידיעה אז הוי׳ וואס איז ה עב ער פאר עולם

(ע״ד הכלל),

איז איין זאך מיט אלקים

(ל׳ רבים,

ע״ד הפרט)

בגימטריא הטבע 11 ,

דרגת אלקות וואם ווערט נתלבש און איז מחי׳ די וועלט".

ו,

ויש לומר אז דער ענין הנ״ל - ידיעת ה׳ וואס האט זיד אויפגעטאן בשנת הארבעים - דריקט זיר אויס אין די פרטי לשונות הכתוב "נתן ה׳ לכם לב לדעת ו-עינים לראות ואזנים לשמע"

(ומאחז״ל "קאי׳ איניש אדעתי׳ דרבי",

כדלקמן ס״ז):

וויבאלד אז דורך "נתן ה׳ לכם לב לדעת גו׳" ווערט די שלימות אין מתן תורה - איז מובן,

אז איו דעם זיינען דא ביידע קצוות וואם זיינען געווען בא מתן תורה: נתינת

(מתן)

התורה מלמעלה,

און א גילוי

פון שם הוי; שלמעלה מעלה פון שם אלקים שבו נברא העולם

(בראשית ברא אלקים),

און צוזאמען דערמיט איז די תורה געגעבן געווארן דוקא למטה,

ובאופן אז זי איז אינגאנצן אפגעגעבן ג־ ווארן צו אידן למטה

(ותורה לא בשמים היא׳י-),

אז אידן ווערן בעה״ב אויף תורה; און אויר דער גילוי אלקות בא מ״ת איז געווען באופן פון "אנכי הוי׳ אלקיך",

כחך וחיותן־ 12 ״•,

ראה אנכי נותן לפניכם -לפנימיותכם";

עד״ז איז אויך בנוגע צו דער שלימות הידיעה וואס ווערט בשנת הארבעים - אז דאס קומט דורך "נתן הוי׳ לכס"": א נתינה מלמעלה

(ובאופו פון כל הנותן בעין יפה נותן"/ פון שם הוי׳ דוקא,

ובאופן אז דאס ווערט אפגעגעבן ״לכס״ - אז דאס ווערט דער אייגנטום פון אידן למטה

(אין זייערע גדרים).

וויבאלד אז די כוונה איז,

אז די שלימות הידיעה זאל דורבנעמען דעם אדם למטה - דעריבער איז נוסף אויף דער נתינה כללית

("נתן ה׳ לכם"),

וואם איז כולל אלע פרטים ופרטי פרטים

(ע״ד ווי בא מתן תורה איז געגעבען געווארן בכללות כל התורה כולה,

אויך דאם וואס תלמיד ותיק עתיד לחדש 4 '•),

קומט די נתינה אראפ אויך אין פרטים

(וואס דורך דעם קומט צו שלימות אין דעם כלל,

ע״ד הנ״ל בנוגע צו התבוננות פרטית),

בהתאם צו פרטי כחות האדם,

וועלכע טיילן זיך

ספר השיחות - ה׳תש״ג

אין די דריי ענינים פון,,

לב לדעת,

עינים לראות,

אזנים לשמוע",

וואט זיי זיינען כנגד די ג׳ מוחין חב״ד: ״לראות״ - מוח החכמה,

וואט ענינה איז ראיית עין השכל.

״לשמוע״ - מוח הבינה,

שמיעה מלשון הבנה.

״לדעת״ - מוח הדעת 5 ?

און פון די מוחין,

ובפרט פון מוח הדעת - וועלכע איז דער שרש ומקור ה־ מדות

("לב לדעת",

מפתחא דכליל שית*׳-)

- ווערט עם נמשך אין די מדות שבלב

("וידעת גו׳ והשבות אל לבבך").

און דער־ פון קומט עם אראפ אין די שלשה לבושים - מחשבה דיבור ומעשה 15 -.

אזוי,

אז די שלימות הידיעה בה׳ וואט קומט צו בארבעים שנה,

נעמט ארום אלע כחות ולבושי האדם,

בפרטיוח,

וואט דורך דעם קומט צו אין דעם גאנצן כלל,

כנ״ל.

ז. אין דעם קומט צו נאכמער פירוש וביאור אין דעם מאחז״ל בתושבע״ם עה״פ ״קאי איניש אדעתי׳ דרבי״׳ - כידוע אז תושבע״ם איז "פירושה" פון תושב״כ״י:

דער "לב לדעת גו"׳ וואם מ׳באקומט בשנת הארבעים,

איז

(ניט נאר נאר א פרט אדער נאד א כלל אין דער ידיעה פון דעם תלמיד,

נאר)

אין אן אופן פון "קאי כו׳

אדעתי׳ דרבי"׳,

אז ער ווערט אינגאנצן איבערגעמאכט פון־דאם־ניי,

ער באקומט א נייעם שטעל אינגאנצן,

אזוי אז ער -זיין גאנצע מציאות

(ניט בלויז א טייל פון אים)

- שטייט און בלייבט קיים

(קאי)

אויף א נייעם יסוד לגמרי - אויף "דעתי׳ דרבי׳״יי.,

און וויבאלד אז ער

(כל מציאותו)

בא־ קומט א נייעם שמעל אויף א נייעם יסוד -דעריבער זיינען חז״ל מדייק "קאי איניש

(אדעתי׳ דרבי׳)",

אז

(ניט נאר זיין שכל ומדות,

נאר)

אויך די נידעריקטטע דרגות פון דעם מענטשן

(חלישות ופחיתות האדם)

"שטייען"

(קאי)

אויף "דעתי׳ דרבי"׳,

ווייל דאס איז מדגיש אז זיין גאנצע מציאות

(אפילו דער חלק הכי תחתון)

ווערט אוועקגעשטעלט מחדש

(ובדרך ממילא איז מובן אז אזוי איז אויך אין די דרגות עליונות יותר שבאדם)" 16 ׳.

ח. וחידוש גדול יותר - או דער "קאי איניש" איז "אדעתי־ דרבי"׳: דער נייער שטעל פון אידן

(בארבעים שנה)

איז ניט

(נאר)

אויף דער דרגא פון דעתו של הקב״ה וואט איז פארבונדן מיט בריאת העולם׳ 4

[וכ״ש ניט אויף דער דרגא פון דעת הנבראים,

וועלכע דער אויבער־ שטער האט באשאפן יש מאין אזוי ווי אלע אנדערע נבראים

(ד. ה. אז ס׳איז שלא

ש״פ בא,

ח׳ שבט ואור ליום ב׳ יו״ד שבט

בערך צו דעם בורא)],

נאר אויף "דעתי׳ דרבי׳",

דעת הקב״ה ווי ער שטייט אלם "רבי"׳,

העכער פאר דעת וואס איז שייך צו דער בריאה 18 •

("דעתי׳ דבורא" וכיו״ב)

- ווי דער אויבערשטער

(וואס לית מחשבה תפיסא בי׳ כללי*)

האט זיך

(כביכול)

מצמצם ומתלבש געווען אין דעת,

(ניט דעת וואם ממנה נברא העולם",

נאר שלמעלה מהבריאה)

ווי דאס שטייט בגלוי אין תורה 45 וועלכע איז חכמתו

(ורצונו)

של הקב״ה,

והוא וחכמתו אחד והוא ודעתו אחד* 4 ,

די תורה וועלכע דער אויבער־ שטער האט אפגעגעבן אידן בא מתן תורה,

ובשלימות - בשנת הארבעים ווען "קאי איניש אדעתי׳ דרבי"׳.

וואם דאס ברענגט ארויס תכלית שלימות הכוונה פון דעם חיבור ויחוד

(בא מ״ת)

פון אידן

(למטה)

מיטן אויבערשטן -אז א איד,

ווי ער שטייט למטה

(כולל בחי׳

"איניש" שבו)

איז ער "קאי אדעתי׳ דרבי"׳,

כל מציאותו - ועאכו״ב זיין שכל ודעת -איז געבויט און משיג "דעתי׳ דרבי"/ וואס דורך דעם

(ידיעת התורה,

חכמתו של הקב״ה)

ווערט ער נתאחד אין א "יחוד נפלא שאין יחוד כמוהו ולא כערכו נמצא כלל בגשמיות להיות לאחדים ומיוחדים ממש מכל צד ופנה" 47 .

ובלשון ההלכה: א איד איז מחוייב אין ידיעת ה׳ - "דע את אלקי אביך",

"וידעת גו׳ כי הוי׳ הוא האלקים",

וכנ״ל פון והר: "פקודא דא קדמאה לכל פקודין כו׳ ל־ מנדע לי׳ לקב״ה" בכלל ובפרט,

און די ידיעה אין דעם אויבערשטן דארף זיין נוסף אויף דער דרגא פון דעת הקב״ה וואס האט א שייכות מיט דער בריאה,

נאר

(אויך)

אין דער דרגא אין דעת וואם איז למעלה מהבריאה 22 ׳ 4 - ווי דאס איז בפשטות אין לימוד התורה בהבנה והשגה,

וואם תורה איז חכמתו של הקב״ה שלמעלה מהבריאה

(תורה קדמה לעולם" 4 /

וכמבואר אין רמב״ם בריש ספרו: "יסוד היסודות ועמוד החכמות לידע

(ניט נאר להאמין)

שיש שם מצוי ראשון כו"׳,

און ער איז דערנאך מבאר באריכות כו״כ פרטים אין ידיעת ה׳,

נוסף אויף דער ידיעה אין ה׳ וואם מ׳האט פון דעם אופן ווי דער אויבערשטער איז פארבונדן מיט

(מהוה זיין)

מציאות העולם

(מצוי ראשון שממנו נמצאו כל הנמצאים),

און דורך דער התבוננות אין "מעשה" 5 רבון העול־

ספר השיחות - ה׳תש״ג

מים",

"שמתוך כך אתה מכיר את מי שאמר והי׳ העולם"׳ 5 ,

(אויך)

אין אופן ידיעת ה׳ עצמו 52 ,

"הקב״ה מכיר אמתו ויודע אותה כמו שהיא,

ואינו יודע בדעה שהיא חוץ ממנו כמו שאנו יודעין כו׳ הבורא יתברך הוא ודעתו וחייו אחד כו׳ הוא היודע והוא הידוע והוא הדעה עצמה הכל אחד" 55 .

ביז ווי דער רמב״ם איז מסיים ספרו,

אז לע״ל וועט זיין "עסק כל העולם אלא לדעת את ה׳ בלבד,

ולפיכך יהיו ישראל חכמים גדולים ויודעים דברים הסתומים וישיגו דעת בוראם כפי כח האדם,

שנאמר 55 כי מלאה הארץ דעה את ה׳ כמים לים מכסים",

"דעה את הוי׳" בשלימותה 55 .

ט. מ׳דארף נאך פארשטיין: דער רמב״ם אליין שרייבט,

אז "אמיתת•׳ 5 הדבר אין דעתו של אדם מבין ולא יכולה להשיגו ולחקרו כמ״ש 52 החקר אלוקה תמצא",

"אמיתת המצאו של הקב״ד,

כו׳ אין כח בדעת האדם החי בו' להשיג אמיתת דבר זה על בוריו".

און אפילו בנוגע צו דעם ענין אז "הוא היודע וכו׳"

(כנ״ל),

שרייבט דער רמב״ם" 5 אז "דבר זה אין כח בפה לאומרו כו׳ ולא בלב האדם להכירו על בוריו״,

ובנוגע צו ״מעשה מרכבה״ - "אין כל דעת ודעת ראוי לסובלן" 34 ,

ואפילו בנוגע צו ״מעשה בראשית״ - "אין כל אדם יש לו דעת רחבה להשיג״״״.

- איז ווי זאגט מען אז "קאי איניש אדעחי׳ דרבי"׳

(הקב״ה)?!

און די קשיא איז אויף דעם רמב״ם עצמו: ער אליין איז מבאר אופן דעתו של הקב״ה

(און נאכמער: ער שרייבט אז ספרו איז "לקטן לגדול"),

וביחד עם זה שרייבט ער,

אז אין כח להשיג כו׳,

אין כל אדם יש לו דעת רחבה להשיג כו׳?! און ווי דער ראב״ד פרעגט אויף דברי הרמב״ם אין הל׳ תשובה ׳״,

"כשם שאין כח באדם להשיג ולמצוא אמתת הבורא כו׳ כך אין כח באדם להשיג ולמצוא דעתו של בורא כו׳ בי לא מחשבותי מחשבותיכם ולא דרכיכם דרכי 2 " כו׳ אין בנו כח לידע היאך ידע הקב״ה כו׳״ - פרעגט דער ראב״ד: "והוא החל בשאלות קושיות

הראשונים

(ע״ד מעשה מרכבה ומעשה בראשית)

שברמב״ם שייכים גם למצות ידיעת ה׳.

עיי״ש.

מאן

■1׳

ש״פ בא,

וו׳ שבט ואור ליום ב׳ יו״ד שבט

והניח הדבר בקושיא" והחזירו לאמונה,

וטוב הי׳ לו להגיח הדבר בתמימות התמימים".

ויש לומר הביאור בזה,

אז שניהם אמת: א איד - דורך זיין אמונה בה׳ - קען האבן און באקומט א ידיעה והכרה

(אויך)

אין דעם וואט "אין בנו כח לידע" בהשגת הנברא.

ובלשון החוקרים": תכלית הידיעה שלא נדעך.

והביאור:

די שלימות האמונה פון א אידן אין דעם אויבערשטן איז

(ניט באופן מקיף,

נאר)

- בשעת דאם נעמט אים אינגאנצן דורך בפנימיות

(אויך זיין שכל ודעת"),

ביז אז דאם ווערט זיין גאנצע מציאות,

[ע״ד ווי "מודה אני כו׳ שהחזרת בי נשמתי״,

אז א איד - אויר א קליין קינד -

איז מרגיש אז די נשמה וואט ״החזרת״ -הקב״ה

(וואט ער איז העבער פאר אלע ענינים)

איז "בי" און "נשמתי"

[ע״ד "נתן ה׳ לכם״]

- ניט באופן מקיף,

און אפילו ניט באופן פנימי אבער ווי א דבר נוטף,

און אפילו אויר ניט באופן אז נשמתו עיקר וגופו טפל - נאר באופן אז דאם איז "בי",

כל מציאותו,

אזוי אז ער איז מרגיש דעם חיות הנשמה**

(ביז - עצם החיות)

וואט איז בלתי מורגש מצ״ע,

און אזא הרגש וואט נעמט אים אינגאנצן דורך

(ניט ווי א הרגש פון דבר זולתו)

7 *-בתכלית ההת־ אמתות

(אזוי ווי די התאמתות דורך ראי׳)

"*].

און דורך דער אמונה אין אלקות וואט נעמט דורך כל מציאותו און ווערט נמשך אין דעת שלו - האט ער דעם כח עם זאל זיין "קאי אדעתי׳ דרבי"׳

(דעתו של הקב״ה)

- אז ביי אים ווערט נתאמת

(באופן של ראי׳)

ידיעתו של ה׳ שלמעלה מהשגת הנברא

(ואדרבה - די התאמתות איז למעלה פון דער התאמתות שע״י השכל סתם/ ביז נאכמער - אז ער קען דאס

(דעת ה׳)

פארשטיין בדעתו

(און ניט נאר בדרך שלילה)

- ווייל ער איז "קאי

(ניט אויף דעת הנברא,

ואפילו ניט אויף דעת הבורא וואט איז שייך ובערך צו דער בריאה,

גאהאדעתי׳ דרבי׳":

וויבאלד אז דער אויבערשטער

(שלמעלה מגדר דעת,

לית מחשבה תפיטא מכלל)

האט זיך מתלבש געווען

(לאחרי כמה צמצומים וכו׳)

בבחי׳ דעת

(דעתי׳ דרבי׳/ וואט דערפון ווערט באשאפן און

ספר השיחות - ה׳תש״ג

נשתלשל דעת האדם

(הנברא/ דעריבער האט א איד

(אלם א נשמה בגוף למטה)

בכח - דורך דעם וואט זיין אמונה ווערט נמשך בפנימיותו - צו פארשטיין און פאראיינציקט ווערן מיט דעת ה׳,

און דורך דעם - מיט דעם אויבערשטן אליין,

שהוא ודעתו חד הוא.

(און דורך דעם קומט אויר צו אין זיין ידיעה אלס א גברא,

אז אויך אין שכל הנברא זאל זיך אפלייגן אלקות,

סיי בחי׳ אלקות וואט איז שייך צו דער בריאה

(לידע שיש שם מצוי ראשון כו׳/ און אויך אלקות שלמעלה מהבריאה

(וויפל ט׳איז שייך בכח השגת האדם)].

י. דערפון קומט אוים,

אז נאך מתן תורה,

אין אנהויבס פון די ארבעים שנה איז געווען בגלוי לימוד התורה וידיעת ה׳

(בעיקר)

אין די דרגות וואט זינען שייך צו דער בריאה,

און דערנאד איז מען נתעלה געווארן אין דעם מלמטה למעלה,

ביז שנת הארבעים,

ווען "נתן ה׳ לכם לב לדעת גו׳",

"קאי איניש אדעתי׳ דרבי׳"-דעת ה׳.

עפ״ז איז מובן דעם טעם פארוואם דער "לב לדעת" האט געדארפט קומען דוקא דויד ״נתן ה״׳ - ווייל דער כח צו זיין "קאי אדעתי׳ דרבי"׳ קען ניט קומען דורר כח ושכל הנברא,

נאר דוקא דורר כח פון דעם אויבערשטן

("רבי"׳).

דערמיט וועט מען אויר פארשטיין פארוואם דער פסוק איז מקדים "לב לדעת" פאר "עינים לראות ואזנים לשמוע"

(חכמה ובינה),

אע״פ וואם בסדר המוחין קומט דעת נאר חכמה ובינה,

און אויר דער דיוק "דעוזי׳ דרבי"׳

(און ניט חכמה אדער בינה)

״ - ווייל בטוף הארבעים

שנה ווערט שלימות אין חכמה בינה דעת,

און שלימות הדעת איז - ניט ווי דעת שטייט במקומו

(תחת חכמה ובינה/ נאר ווי זי שטייט בדרגת הכתר" 7 ,

העכער פאר חכמה ובינה׳ 7 .

ובעבודה: ווי דעת שטייט בדרגת האמונה

(כתר/ ד.

ה. אז מ׳האט א ידיעה פנימית איו די ענינים

(טוכ״ע)

וואט בכלל דארפ׳ן אויף זיי האבן אמונה

(זייענדיק למעלה מהשגת הנברא/ און איז מחבר אמונה

(כתר)

מיט חכמה ובינה.

ולהוסיף,

אז אויר אין דעם המשר "ועינים לראות ואזנים לשמוע" איז מודגש דער חיבור פון די התאמתות שע״י ראי׳ מיט שכל האדם

(שמיעה והבנה).

בדוגמא ווי ס׳איז געווען בא מתן תורה - רואין את הנשמע ושומעיו את הנראה?

יא. בסגנון אחר: דער סדר פון די ארבעים שנה איז באופן פון כלל פרט כלל:

לכל לראש דער כלל הראשון - מתן תורה,

ווען ס׳איז געגעבן געווארן כל התורה

(כידוע אז נאכאמאל דאדף

(וועט)

מתן תורה ניט זיין 73 / דורך דעם אוי־ בערשטן וואס ער איז "כלל" הראשון,

הכולל הכל; דערנאך ווערט דאם נמשך אין פרטים - בדעת הנבראים,

און דורך זייער עבודה במשך די ארבעים שנה זיינען זיי עולה מלמטה למעלה ביז מ׳קומט צו דעם כלל בסוף הארבעים שנה,

נאך דער סיום פון אלע פרטים - וואס דעמולט דער־

ש״פ בא,

ח׳ שבט ואזר ליום ב׳ יו״ד שבט

גרייכט מען די העכסטע שלימות: קאי איניש אדעתי׳ דרבי׳,

דער חיבור ויחוד פון דעם כלל ופרט,

וואס דויד דעם קומט צו אפילו לגבי דעם כלל הראשון,

כפשטות הכתובים - אז דער "לב לדעת גו׳" האט אויפגעטאן א שלימות אין דער ידיעה והכרה אין אלע ענינים וואט האבן פא־ סירט במשך הארבעים שנה,

אגהויבנדיק פון די אותות ומופתים במצרים און מתן תורה בתחלת הארבעים שנה.

ויש לומר: בכדי עס זאל זיין דער יחוד פון אידן מיטן אויבערשטן,

מאכט דער אויבערשטער אז פון דעם כלל זאל זיין איו פרט

(בדוגמא צו ראי׳,

אז לאחרי וואם מ׳זעט א גאנצע זאר בכללותו,

קלייבט מען דערנאך פאנאנדער די פרטים),

די התלבשות פון עצמותו ית׳ אין חב״ד פון תורה

(חכמתו ורצונו של הקב״ה/ בכדי אז די נבראים זאלן קענען קומען מן הפרט אל הכלל

(בדוגמא צו שמיעה,

אז מ׳הערט פרט אחר פרט,

ביז מ׳קומט צו און מ׳האט דעם כלל^ און עס זאל זיין חיבור שניהם יחד.

ובפרטיות - זיינען דא ביידע ענינים

(ראי׳ ושמיעה)

אין דער עבודה פון א אידן בכל יום: תפלת הבוקר - איו דער כלל,

אז מ׳איז עומד לפני מלד מלכי המלכים הקב״ה,

און דערנאך דארף ער דאם ממשיך זיין אין פרטי העבודה במשך היום.

אזוי אויר אין תפלה עצמה: מודה אני לפניך כו׳ - איז דער כלל,

און דער־ נאד ווערט דאס נמשך אין די ברכות השחר,

ברכות פרטיות.

און אזוי איז אויך דא דער צווייטער סדר מלמטלמ״ע - מן הפרט אל הכלל: הודו,

פסוקי דזמרה,

ביז מ׳קומט צו תפלת העמידה,

כעבדא קמי׳ מרי׳ 74 ,

ביז צו סיום התפלה - "אך צדיקים

יודו לשמך ישבו ישרים את פניך" 75 ,

דער גילוי פון פנימיות עצמותו ית׳,

ובאופן אז דאם קומט בהתיישבות

(ישבו),

וואם דאס איז העכער פאר דעם כלל הראשון,

ווי־ באלד אז דאם קומט לאחרי אלע פרטים אין תפלה.

יב. ע״פ כל זה איז אויך פארשטאנדיק דער תוכן פון ארבעים שנה בתקופה זו

(שהתחלתה שנת תש״יx אז אין דעם זיינען פאראן די אלע ענינים הנ״ל: יעדער איד פון דעם דור דערגרייכט דעמולט צו "קאי איניש אדעתי׳ דרבי׳" פון כ״ק מו״ח אדמו״ר נשיא הדור

(וואס הנשיא הוא הכל 74 ),

אז זיין גאנצע מציאות ושכל ווערט אוועקגעשטעלט און שטייט אויף ״דעתי׳ דרבי״׳ - דורך דעם וואס מ׳־ לערנט זיין תורה,

וואם ער האט זיך אין דעם אריינגעגעבן

(ע״ד "אנא 77 נפשית כתבית יהבית"),

כידוע דער ווארט פון דעם פאטער פון דעם בעל ההילולא,

דער רבי

(מהורש״ב)

נ״עי 7 ,

קודם הסתלקותו: "איך גיי אין הימל,

די כתבים לאז איך אייך".

ד. ה. אז דורך די כתבים

(לערנען די כתבים כו׳),

אין וועלכע ער האט זיך "אריינגעגעבן",

"האט מעף אים ווי ער איז אין הימל,

ווארום נשיאי ישראל לא יעזובו צאן מרעיתם 45 .

ובפרט אז דער דור איז דער לעצטער דור איו גלות

(כנ״ל),

לאחרי וואס מ׳האט שוין פארענדיקט

(דורך "מעשינו ועבוד־ תינו"•" במשך די אלע טויזנטער יארן שלפני זה)

דער בירור פון אלע פרטים

[ניט

ספר השיחות - ה׳תש״נ

ווי בדורות שלפנ״ז,

וואם אויב די גאולה וואלט דעמולט געקומען וואלטן כמה ניצוצות פרטיות ניט נתברר געווארן

(באופן פרטי)׳".

וי״ל אז דערפאר האבן כמה צדיקים בדורות הקודמים ניט דוחק געווען את הקץ

(כאטש זיי האבן געהאט דעם כח לזה),

אע״פ וואם זיי האבן גע־ וואוסט דער גודל הצער פון גלות,

שכיני תא בגלותא וכו׳ - בכדי אז קיינע ניצוצות זאלן ניט ״פארלארן״ ווערן]

- איז שוין זיכער די העכסטע צייט,

אז עס זאל קומען דער כלל הכי גדול - די גאולה האמיתית והשלימה,

וביחד עם זה - א גאולה וואס לייזט אוים און הויבט אויף אלע פרטים און פרטי פרטים.

יג. דער ענין איז אויך בהדגשה אין דער פרשה פון דעם שבת וואם בענטשט דעם יום ההילולא - פ׳ בא,

וואס תוכנה איז: גאולת מצרים.

ווי דער פסוק זאגט־" "ויהי בעצם היום הזה יצאו כל צבאות הוי׳ מארץ מצרים":

די כלי אויף יציאת מצרים איז - דאם וואם אידן זיינען "צבאות השם",

וואס דער עגין פון אן איש צבא איז - תכלית הביטול,

ובאופן אז דאם נעמט דורך זיין גאנצע מציאות,

אזוי אז אויר ווען ער שלאפט איז אויף אים ניכר אז עם שלאפט א סאלדאט

(כפתגם כ״ק מו״ח אדמו״ר),

ד. ה. אז דאם איז א ביטול שלמעלה מטעם ודעת שלו

(דערפאר איז דאם פאראן אויך בשעת השינה ווען דער כח השכל איז ניט בגלוי)

- ע״ד מנפשי׳ ברעי".

און דער ביטול שלמעלה מטעם ודעת וואס נעמט דורך כל מציאותו - ע״ד המבואר לעיל בנוגע צו אמונה - נעמט עצמותו 1 ית׳,

שלמעלה מכל הגילויים,

כידוע דער פתגם 4 " אז די פשיטות פון אן איש פשוט איז פארבונדן מיט פשיטות העצמות.

וכמבואר אויך אין דעם מאמר ההילולא

(באתי לגני)"",

אז דער מלך איז מבזבז אלע זיינע אוצרות דוקא פאר די אנשי צבא,

וואס פירן דורך די מלחמה בפועל.

און דעריבער איז דאס

("צבאות השם")

געווען די כלי והכנה צו דעם העכסטן גילוי - נגלה עליהם מלך מלכי המלכים הקב״ה,

בכבודו ובעצמו,

וגאלם"",

וואם בכבודו ובעצמו איז פשיטות העצמות -העכער פאר עשר ספירות,

און פאר ספירות אין קץ,

און אפילו פאר ספירות ווי זיי זיינען נכלל בעצמותו ית׳

(ווארום זיי זיינען סו״ם א תואר כו׳).

און דאם ווערט נתגלה למטה מטה 7 ״ - אין גאולת מצרים.

און די שלימות דערפון איז ארויסגע־ קומען בגלוי ארבעים שנה נאך יצי״מ,

ווען ״קאי איניש אדעתי׳ דרבי״׳ - דורך דעם ביטול ואמונה פון אידן אין ה׳,

כנ״ל.

וכימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות""

(און נפלאות אפילו בערך די נפלאות בגאולת מצריפי״)

- אז אויך אין דעם

אל הרגל,

מפני מעלת הפשיטות שבו,

כדלקמן בפגים.

ש״פ בא,

ח׳ שבט ואזר ליזם ב׳ יז״ד שבט

סיום פון די ארבעים שנה,

ווערט די שלימות אין "קאי איניש אדעתי׳ דרבי׳",

ותיבף ומיד ממש ווערט די כניסה לארץ ישראל,

בגאולה האמיתית והשלימה.

יד. ע״פ הנ״ל האט מען דעם ענטפער אויף שאלת רבים - אין וואס דארף בא־ שטיין די עבודה מיוחדת פון ארבעים שנה זינט דער הילולא פון כ״ק מו״ח אדמו״ר נשיא דורנו:

די עבודה דארף באשטיין אין דעם,

אז מ׳דארף איצטער ווערן אינגאנצן א נייע מציאות - א מציאות חדשה וואם שטייט אויף א נייעם יסוד: קאי איניש אדעתי׳ דרבי׳.

ובפשטות - אז די אלע ענינים וואס דער בעל ההילולא האט געמאנט,

ובכלל - לימוד התורה בהתמדה ושקידה וקיום המצוות בהידור,

ובמיוחד - הפצת התורה והיהדות והפצת המעינות חוצה - דארף מען זיי אנהויבן איצטער טאן אויף א נייעם פארנעם,

מיט א נייעם שמעל - ניט לויט די השגות וואס מ׳האט געהאט ביז איצטער

(לויט דעת המקבל/ נאר לויט די השגות און פארנעם פון ״דעתי׳ דרבי״׳ -נשיא דורנו.

סיי בנוגע לימוד התורה

(ובפרט לימוד תורתו פון דעם בעל ההילולא)

- אז דאם דארף זיין

(ניט נאר מיט א תום׳ הבנה והשגה,

נאר בעיקר)

מיט א נייער שטעל און יסוד - מיוסד אויף דעם דרך הלימוד ופנימיות הכוונה פון "רבי׳": און סיי אין די הנהגות בהתאם צו די הוראות פון דעם בעל ההילולא - דארפן געטאן ווערן באופן כזה.

ס׳איז ניט גענוג אז מ׳זאל מוסיף זיין נאד א פרט אדער נאך א כלל,

אפילו א כלל גדול,

אין דער עבודה,

נאר עס דארף זיין ״קאי איניש״ - זיין גאנצע מציאות דארף זיך איבערשטעלן אויף "דעתי׳ ד

רבי"׳.

וביחד עם זה - דארף דאם אראפ־ קומען אין פרטים און פרטי פרטים - ובהתבוננות אפילו קלה קען זיכער יעדער־ ער אליין געפינען די פרטים וועלכע ער קעו אנהויבו טאו אלם א מציאות חדשה וועלכעך א י ז "ק אי אדעת י׳ דרבי"׳.

ובסגנון אחר: יעדערער דארף ווערן א נייער "מוסד",

אין זיין עבודה בתורה עבודה וגמ״ח,

וועלכע שטייט אויף א נייעם יסוד - "דעתי׳ דרבי"׳.

ולהוסיף,

אז שמו הראשון פון דעם בעל ההילולא איז ״יוסף״ - וואם מדתו איז יסוד".

און דאם נעמט דורך אלע פרטים - "כל השומע יצחק לי״יי

(שמו השני).

און אזוי דארף מען אויר פועל׳ן אין וועלט - אז עם ווערט נתגלה ווי ער איז "צדיק יסוד עולם""

(ועמך כולם צדיקים"),

כמאחז״ל" אז חייב

(יעדער)

אדם לומר בשבילי נברא העולם.

כולל אויר דורך דעם וואס מ׳שטעלט אויף בכל מקום בעולם נייע מוסדות פון תורה עבודה וגמילות חסדים,

דורכגענו־ מען מיט הפצת המעינות חוצה.

- ואפילו אין ערטער וואו עם זיינען פאראן מוסדות - זאל מען דארט אויפשטעלן נאך מוסדות

(ומה טוב - יעדער מוסד זאל אוים־ שטעלן עכ״ם נאך איין מוסד),

ועאכו״ב אין די ערטער וואו עס זיינען נאך לע״ע ניטא קיין מוסדות - זאל מען דארט אוים־ שטעלן א מוסד,

און מערערע מוסדות.

און מ׳האט די הבטחות וברכות פון דעם בעל

ספר השיחות - ה׳תש״ג

ההילולא,

בברכתו של הקב״ה,

אז מ׳וועט קענען דעקן די הוצאות בזה.

ובפרט אז בתור סיוע רוחני באקומט מזלן אויך א השתתפות פון קופת רבינו במספר ארבעים

(ולהעיר מ״ארבע מאות" שקל כסף עובר לסוחר" 49 ).

וויבאלד אז יעדער זאך הויבט זיך אן פון תורה - איז כדאי אז אין תורה עצמה זאל מען מאכן א ״מוסד״ חדש - דורך ארויסגעבן קובצי חידושי תורה,

בנגלה ובחסידות,

ובפרט בתורת כ״ק מו״ח אדמו״ר נשיא דורנו

[וואם אין דעם איז אויך דא די השתתפות והתאחדות פון יששכר וזבולון" - די לומדי תורה און די וואם דעקן די הוצאות אויף דער עריכה והוצאה לאור].

ס׳איז אויך כדאי,

אז אין דעם יום

ההילולא,

יו״ד שבט,

זאל מען מוסיף זיין אין תורה עבודה וגמ״ח איו די אלע מוסדות פון דעם בעל ההילולא,

ובגוגע ל־ גמ״ח וצדקה - מוסיף זיין בזה אין א מספר פון ארבעים.

ויה״ר אז גלייך ותיכף בא דעם סיום פון שנת הארבעים - זאל קומען די גאולה האמיתית והשלימה,

און עס וועט זיין די שלימות פון ״קאי איניש אדעתי׳ דרבי׳״ -לימוד תורתו של משיח מפיו של משיחי 50 ,

ביז תורה חדשה מאתי תצא 51 ,

ומלאה הארץ דעה את ה׳ כמים לים מכסים,

והיו עיניך רואות את מוריך 52 ,

והקיצו ורננו שוכני עפר""׳,

און דער בעל ההילולא פון יו״ד שבט בתוכם,

וכל זה - תיכף ומיד ממש.

ספר השיחות - ה׳תש״נ

Reader controls and commentary are loading.