א. דער כינוס השלוחים העולמי,
די שלוחים שי׳ פון כ״ק מו״ח אדמו״ר נשיא דורנו,
בכל מרחבי תבל - הויבט זיך אן דעם שבת,
פ׳ חיי שרה,
און ווערט פארגע־ זעצט אין די קומענדיקע טעג פון פ׳ תולדות
(וועלכע מ׳הויבט אן לייענען בתפלת מנחה פון דעם שבת).
וויבאלד אז יעדער זאך איז בהשגחה פרטית׳,
און א איד דארף
(דערפאר)
ארויסנעמען א הוראה פון יעדער זאך וואס ער זעט אדער הערט 2 ,
ועל אחת כמה וכמה פון פרשת השבוע וואט מ׳לייענט און מ׳לערנט אין דער צייט,
וכידוע די תורה
(פון דעם אלטן רבי׳ף)
אז מ׳דארף דערמיט לעבן - איז פארשטאנדיק,
אז פון די פרשיות בתורה דארף מען ארויס־ נעמען הוראות בקשר מיט דעם כינוס השלוחים,
און דעם תפקיד פון א שליח בכלל:
א גרויסער טייל פון היינטיקער פרשה
(חיי שרה)
4 רעדט זיר וועגן דער שליחות
(די ערשטע שליחות וועגן וועלכע עם רעדט זיך אין תורה ובאריכות הפרטים 5 )
וואם אברהם האט געשיקט אליעזר׳ן צו געפינען א שידוך פאר יצחק בנו,
און ווי ער האט דערנאר אויסגעפירט שליחותו בפועל - בנישואי יצחק ורבקה.
און דער המשך ותכלית דערפון בם׳ תולדות -"ואלה תולדות יצחק וגו"׳.
און הגם אז דאם רעדט זיך וועגן אן איין מאליקע שליחות וואם האט פאסירט גאר אמאל - איז וויבאלד דער סיפור שטייט אין תורה,
און נאך מיט אן אריכות הפרטים,
ביז אז "פרשה של אליעזר כפולה בתורה" 6 ,
תורה מלשון הוראה 7 ,
און התורה היא נצחית״ - איז פארשטאנדיק אז אין דעם איז דא א הוראה כללית ונצחית פאר יעדן אידן.
ב. וועט מען עס פארשטיין בהקדים השאלה בהאמור: פארוואס דערציילט די תורה,
און מיט אזא אריכות,
וועגן שליחות אליעזר - סיי בנוגע צו די פרטים ווי אברהם האט אים משביע געווען און גע־ שיקט
(וואו צו גיין,
די תנאים פון וואנעט ער זאל נעמען אן אשה וכו׳),
און סיי די אריכות בנוגע דעם אופן ווי אליעזר האט אויסגעפירט די שליחות בפועל,
ביז אז "פרשה של אליעזר כפולה בתורה"
(כנ״ל/ ובפרט אז לכאורה איז שליחות אליעזר נאר א הכנה
(וטפל)
צו דעם עיקר - נישו־ אי יצחק ורבקה 9 ?
ש״פ ח״ש,
מבה״ח כסלו,
כ״ז מרחשון
(כעוס השלוחים)
31ו
נאר דערפון גופא איז מובן,
ובמיוחד וויבאלד אז אלע ענינים אין תורה זיינען בתכלית הדיוק,
אז די אריכות הפרטים וועגן שליחות אליעזר איז
(ניט קיין פרט צדדי וואט איז נאר א הכנה
(מוכרחת)
צו תכלית ומטרת השליחות,
נאר)
אן עניו עיקרי וועלכע איז נוגע צו דעם עצם ה־ ענין פון נישואי יצחק ורבקה.
ג. ויש לומר הביאור בזה:
ס׳איז מבואר בכ״מ"׳,
אז די שליחות פון אליעזר צו מאכן דעם שידוך פון יצחק ורבקה איז אן ענין הכי כללי בתורה וועלכער שפיגלט אפ כללות עבודת האדם - די שליחות וואט יעדער איד האט צו מאכן א דירה לו יתברך בתחתונים".
רבקה האט זיך געפונען אין פדן ארם בא בתואל און לבן
(כשושנה בין החו־ חים"/ און שליחות אליעזר איז באשטאג־ ען אין איר פון דארט ארויסנעמען און איר ברענגען צו זיין אן אשה ליצחק.
וואט דאס איז מרמז און ווערט א תורה־הוראה וואט איז די עבודה פון בירור וזיכוך גשמיות העולם און איר מעלה זיין און פארוואנדלען אין קדושה - לעשות לו ית׳ דירה בתחתונים.
וכפשטות הענין: די נישואין פון יצחק
הטעם שהתורה מאריכה בסיפור זה עצמו ע״ד השליחות שאינו רק הכנה.
(ג) ועיקר: כיון שכל עניני התורה הם בתכלית הדיוק,
מסתבר לומר שאריכות הפרטים אודות שליחות אליעזר היא
(לא רק כדי ללמד ש״יפה שיחתו כו׳",
אלא גם)
ענין עיקרי שנוגע לעצם העניו,
כבפנים.
ורבקה - די ערשטע הכנה לנישואיו און נישואין וואט שטייט אין תורה - איז די כללות העבודה פון מאכן פאר דעם אוי־ בערשטן א דירה בתחתונים - אויפבויען א בית בישראל אין עולם הזה הגשמי,
מיט דער תכלית - "פרו ורבו ומלאו את הארץ וכבשוה"",
דער ענין פון "תולדות"
("ואלה תולדות יצחק"/ תולדות כפשוטן און אויר "תולדותיהן של צדיקים מעשים טובים"".
עפ״ז וועט מען אויך פארשטיין פאר־ וואט די תורה איז אזוי מאריך וועגן שליחות אליעזר - ווייל זי איז א קלארע לערנונג
(תורה אור)
אין דער כללות־ דיקער שליחות וואט יעדער איד האט צו מאכן א דירה בתחתונים; און דורך וויטן די פרטים פון שליחות אליעזר,
קען מען בעסער פארשטיין אין וואט באשטייט די עבודת השליחות פון יעדער איד.
און נאכמער: די שליחות וואט יעדער איד האט צו מאכן א דירה בתחתונים
(דוגמת שליחות אליעזר)
איז ניט
(נאר)
א הכנה
(און - טפלה)
צו תכלית השליחות
(די דירה בתחתונים בפועל,
דוגמת נישואי יצחק ורבקה/ נאר די שליחות גופא איז א חלק פון דעם עצם ענין פון מאכן די דירה בתחתונים,
כדלקמן.
ד. אין דער עבודה פון מאכן א "דירה בתחתונים" זיינען פאראן צוויי ענינים
(כלליים/ די הדגשה פון "דירה" און די הדגשה פון "תחתונים"":
"דירה
(בתחתונים)
" איז מדגיש אז דער גילוי אלקות דא למטה
(בתחתונים)
זאל זיין אין אזא אופן ווי א מענטש
(להבדיל)
געפינט זיך בא זיך אין זיין אייגענער
32 ו
ספר השיחות - ה׳תש״ג
דירה - וואו ער שטייט בגילוי ובהרחבה.
אזוי ווערט עולם הזה התחתון א דירה כביכול פאר דעם אויבערשטן ביז באופן פון "לא יכנף עוד מוריך"׳.
"(דירה)
בתחתונים" איז מדגיש,
אז דער גילוי אלקות דא למטה,
זאל זיין ניט באר מצד דעם וואס אלקות איז בגלוי,
נאר עס זאל זיין "בתחתונים" - אין די תחתונים,
אין זייער גדר ומהות.
און אין דעם באשטייט דער אויפטו פון דירה בתחתונים,
אז כאטש די וועלט מצד בריאתו איז אין א דרגא פון "תחתונים",
עולם מלשון העלם והסתר,
טוט מען אין איר אויף אז די "תחתונים",
פארבלייבנדיק אין זייער גדר ומהות
(גדרי התחתונים/ "אנערקענען" אלקות,
ביז אז די וועלט ווערט א דירה לו יתברך.
דערפון איז מובן,
אז אין דעם אופן ווי מ׳מאכט אויף די דירה בתחתונים דארפן אויך זיין די ביידע ענינים:
וויבאלד אז די דירה דארף זיין בתחתונים
(מצד גדרי התחתונים),
איז פאר־ שטאנדיק אז דאם דארף אויפגעמאכט ווערן
(ניט דורך דעם אויבערשטן אליין כביכול,
נאר אויך)
דורך שלוחו של הקב״ה
("מעשינו ועבודתינו" פון א איד),
וואם דער אויבערשטער האט געמאכט יעדער איד פאר זיין שליח דורך אראפ־ שיקן זיין גשמה דא למטה אין א גוף גשמי,
וואו דער שליח איז כביכול א צווייטער,
א באזונדער מציאות פון דעם משלח,
און דער
(באזונדערער -)
שליח זאל אויפ־ מאכן די דירה בתחתונים 17 .
צוזאמען דערמיט איז נוגע,
אז דער שליח זאל האבן די הכרה אז ער איז שלוחו של הקב״ה,
און ער גייט מקיים זיין שליחותו בכח זה וואס דער משלח האט
אים ממנה געווען אלם שליח ו״שלוחוי" של אדם
(העליון 8 )
כמותו״ - וואם דורך דעם קען ער אויפטאן אז עם זאל זיין א "דירה
(בתחתונים)",
א דירה לו יתברך,
כדלקמן.
עפ״ז וועט מען פארשטיין די אריכות הפרשה וועגן שליחות אליעזר,
וואס אין דעם זיינען דא
(בכללות)
צוויי ענינים:
(א) די אריכות ווי אליעזר האט מקיים געווען שליחותו בפועל,
ולפני זה -
(ב) ווי אברהם האט אים ממנה געווען אלם שליח און אים משביע געווען און אנגעזאגט אלע פרטים רואו ער זאל גיין וכו׳ - וואם די צוויי ענינים זיינען ביידע ענינים עיקריים אין דער שליחות פון מאכן א דירה בתחתונים
(נישואי יצחק ורבקה):
די עצם שליחות
(ואופן קיום השליחות)
פון א אידן,
איז
(ניט נאר א הכנה טפלה צו מילוי השליחות,
גאר דאם גופא איז)
נוגע אין דעם עצם ענין פון דירה בתחתונים,
בגדרי התחתונים" 7 .
און בכדי אז עם זאל זיין א "דירה לו יתברך
(בתחתונים)
" איז נוגע דער מינוי השליחות ע״י אברהם - אז דער שליח גייט מיט דעם כח
(השבעת)
המשלח,
און איז אינגאנצן בטל אליו
(אזוי ווי אן עבד לאדונו 11 / ושלוחו של אדם כמותו.
ה. קלערער פארשטיין דער צווייטען
ש״פ ח״ש,
מבה״ח כסלו,
כ״ז מרחשון
(כינוס השלוחים)
33 ו
ענין הנ״ל אין שליחות
(מינוי השליח ע״י המשלח)
איז פון דעם ענין השליחות ווי זי ווערט נשתלשל למטה
(בא בני אדם):
ס׳איז ידוע וואט עם שטייט אין אחרונים 22 אז איו שליחות זיינען פאראן כמה אופנים ומדריגות,
ומלמטה למעלה: א)
אויר בשעת עשיית השליחות איז דער שליח א מציאות בפני עצמו,
און די מעשה השליחות איז זיר מתייחס צו אים
(דעם שליח),
נאר וואם מיט זיין עשי׳ איז ער מוציא דעם משלח 12 .
ב) א העכערע מדריגה: די מעשה ועשי׳ גופא
(פון דעם שליח)
איז זיר מתייחס צום משלח.
דאס הייסט,
אז
(ניט דער שליח טוט עם,
נאר)
דער משלח טוט עס דודך אים
(אבער דער שליח אלייז - אין אלע זיינע אנדערע ענינים - איז א מציאות בפ״ע).
ג) נאך א העכערע מדריגה: ניט נאר די עשיית השליח און זיין כח המעשה,
נאר אויך דער שליח גופא - זיין גאנצע מציאות -איז דער מציאות המשלח,
ובלשון הידוע - שלוחו של אדם כמותו ממש 24 ,
כמותו דהמשלח ממש.
ביי א שליחות פון א בשר ודם זיינען שייך און דא אלע די דריי אופנים; אבער בנוגע דער שליחות פון יעדער איד,
אלם שלוחו של הקב״ה,
יש לומר אז דאס איז אין דעם דריטן
(העכסטן)
אופן,
אז ער איז
שלוחו של אדם
(העליון)
כמותו,
"כמותו דהמשלח ממש"
(כמבואר בלקו״ת ויקרא 25 ).
נאר בכדי דאם ארויסברענגען בגלוי - איז דאם תלוי אין דער עבודה פון א אידן: ער זאל פילן אז ער איז ניט א מציאות פאר זיך,
וועלכע איז זיר כופה צו מקיים זיין רצונו של הקב״ה
(אזוי ווי איינער וואם איז מוציא א צווייטן בברכה - כביכול),
און אפילו ניט באופן אז זיין מעשה ווערט מעשה של הקב״ה
(אבער ער בלייבט א מציאות פאר זיך),
נאר בכל מציאותו
(ביז וכולל - יעדער זאך וואס ער טוט)
איז ער שלוחו של הקב״ה,
לשמש את קונו 24 ,
כמותו דהמשלח ממש
[ממש אויך מלשון מישוש 27 ,
אז אויך ווי ער איז שייך און געפינט זיך אין עולם המישוש
(ובפרט - מצד זיין גוף הגשמי)
איז ער שלוחו של הקב״ה,
אז "מ׳טאפט" דאם אן מיטן
(חושה)
מישוש].
ועפ״ז איז מובן פארוואס ס׳איז אזוי נוגע אז דער משלח זאל ממנה זיין און געבן כחות דעם שליח - ווייל לולא זה איז ער ניט זיינער א שליח: דער עצם תואר שליח באדייט אז ער איז א באזוג־ דער מציאות,
א בר דעת בפני עצמו פון דעם משלח 28 .
און דעריבער דארף מען אנקומען צו א כח מיוחד - כח התורה -אז איינער זאל קענען ממנה זיין אז א צווייטער זאל פאר אים טאן א זאך בשלי-
34 ו
ספר השיחות - ה׳תש״נ
חותו
(ושלוחו של אדם כמותו),
אפילו אויף דעם ערשטן אופן
(אז ער איז
(נאר)
מוציא דעם משלח),
עאכו״ב אויף דעם צווייטן אופן
(אז מעשה השליח איז מעשה המשלח),
און זיכער אויף דעם דריטן אופן
(כמותו ממש).
ועד״ז איז אויך בנוגע צו א איד אלם שלוחו של הקב״ה,
אז דער אויבערשטער האט אים אראפגעשיקט אלם א נשמה בגוף באופן אז בגלוי שטייט ער אלם א מציאות
(שליח)
בפ״ע,
און דארף טאן זיין עבודה בכח עצמו
(מיט זיינע אייגענע כחות),
בקב שלו; און ניט קוקנדיק אויף דעם,
איז דער שליח זיך אינגאנצן מבטל צום משלח,
ביז אז ער ווערט כמותו דהמשלח ממשי 2 .
קומט אוים,
אז ביי א אידן דארף זיין א חיבור פון צוויי פארקערטע קצוות בקיום שליחותו צו מאכן א דירה בתחתונים: דער שליח דארף זיין א בר דעת,
ער דארף נוצן זיין שכל בכדי אויספירן די שליחות.
צוזאמען דערמיט דארף ער זיין אינגאנצן בטל צום משלח,
וויסנדיק אז ער גייט בכחו ובשליחותו מקיים זיין די שליחות,
ושלוחו של אדם כמותו.
ו. ע״פ הנ״ל וועט מען אויד פארשטיין דעם קשר פון תחלת הסדרה
(ושם כל הפרשה)
- ״ויהיו חיי שרה גו׳״ - מיט המשך הסדרה,
וועגן שליחות אליעזר צו אויפטאן נישואי יצחק ורבקה,
וואס תחלת הסדרה איז פארבונדן מיט המשכה.
נאכמער: שם כל הסדרה איז "חיי שרה",
וידוע אז דער שם
(הסדרה)
גיט ארויס דעם תוכן פון דער גאנצער סדרה.
ועפ״ז איז לכאורה ניט פארשטאנדיק״י: שליחות אליעזר
(אזוי ווי אלע מאורעות וועלכע רעדן זיר אין דער סדרה)
האט פאסירט ניט אין דער צייט פון "חיי שרה",
נאר לאחרי פטירתה - איז ווי קען מען אנרופן די גאנצע סדרה מיט דעם נאמען "חיי שרה"?!
האט מען גערעדט כמ״פ<* דער ביאור אין דעם,
ע״פ דברי חז״ליי• "מה זרעו בחיים אף הוא בחיים": ווען איז ניכר בגלוי און באשטעטיקט די שלימות פון ״חיי שרה״ - ווען די השפעה פון
(חיי)
שרה איז קענטיק
(אויר)
נאכן זמן פון איר לעבן בעלמא דין,
ווען אירע עניני טוב וקדושה ווערן נמשד
(אויר)
שפעטער,
כולל ווי עס האט זיר אויסגעדריקט אין נישואי יצחק ורבקה
(ע״י שליחות אליעזר)
- וואם אין דעם האט מען געזען די פעולה פון שרה׳ן אין יצחק בנה
(לידת יצחק און זיין חינור),
אז זיין הנהגה איז געווען בהתאם מיט
(סדר)
חיי שרה,
ביז אז ״ויביאה יצחק האהלה שרה אמו - והרי היא דוגמת שרה אמו״ 19 - - דוקא אין דעם האט זיר אויסגעדריקט די אמיתית און נצחיות פון "חיי שרה".
דאם איז א ביאור אויף דער שייכות כללית צווישן "חיי שרה" און המשר הסדרה: מ׳דארף נאד אויר פארשטיין די שייכות מיט דעם גאנצן פסוק "ויהיו חיי שרה מאה שנה ועשרים שנה ושבע שנים שני חיי שרה".
ויש לומר דעם ביאור אין דעם ע״פ המבואר אין חסידות",
אז די דריי ענינים
ש״פ ח״ש,
מבה״ח כסלו,
כ״ז מרחשון
(כינוס השלוחים)
פון "מאה שגה ועשרים שנה ושבע שנים"
(וואס "נכתב שנה בכל כלל וכלל לומר לר שכל אחד נדרש לעצמו" 35 )
זיינען מרמז און גייען אויף אלע כהות הנפש,
וועלכע טיילן זיד אין דריי סוגים: רצון ותענוג
(מאה שנה/ מוחין
(עשרים שנה)
און מדות
(שבע שנים)
: און דער סיום הכתוב "שני חיי שרה",
"כולן שויו לטובה" 35 ,
מרמז און באדייט ווי די אלע כחות ווערן דורכגענומען און פאראיינציקט מיט איין נקודה
(כולן שזין לטובה)
- דער ביטול פון יחידה שבנפש,
ביז עצם הנפש,
שלמעלה מהתחלקות
(פון מדות,
מוחין,
רצון ותענוג)
5 ? און צוזאמען דערמיט ווערט עם נמשך און נעמט דורך אלע כחות הנפש וכל פרטי מציאות האדם,
"מאה שנה ועשרים שנה ושבע שנים".
ז,
עפ״ז וועט מען פארשטיין די שייכות פון דעם אלעם מיט המשך הסדרה
(וועגן שליחות אליעזר בקשר מיט נישואי יצחק ורבקה):
בכדי א שליח
(א איד)
זאל אויספירן שליחותו בעולם צו מאכן א דירה לו ית׳ בתחתונים
(ווי אפגעשפיגלט אין שליחות אליעזר/ אז אין מציאות התחתונים
(לשון רבים)
זאל ווערן א דירה לו
(לשון יחיד)
צום אויבערשטן,
פאדערט זיך אז די צוויי קצוות הנ״ל זאלן זיין בא דעם שליח עצמו:
(א) מציאות השליח,
מיט אלע זיינע עשר כחות הנפש
(רצון ותענוג 35 ,
מוחין ומדות/
(ב) דער ביטול פון דעם שליח
(מיט אלע זיינע כחות)
צו דעם משלח,
וואס דאס פאראיינציקט אלע זיינע כחות צוליב איין מטרה - מקיים זיין רצון המשלח.
וואם דער כח לזה - קיום השליחות צו "חתונה מאכן יצחק׳ן"
(די עבודה פון עשיית דירה בתחתונים)
- קומט פון שרה,
וואם ביי איר איז געווען די שלימות פון די ביידע ענינים: "מאה שנה ועשרים שנה ושבע שנים",
די שלימות פון יעדערן פון די אלע עשר כחות,
און צוזאמען דערמיט ״שני חיי שרה״,
״כולן שוין לטובה״ - דער ביטול פון עצם הנפש,
וואס נעמט דורך איר גאנצע מציאות וכל הכחות.
און פון שרה אמנו ווערט נמשך דער בח אויף דעם צו יעדער איד 37 בעבודת שליחותו צו מאכן א דירה בתחתונים
(הנרמזת בשליחות אליעזר בנישואי יצחק ורבקה וועלכע קומט בהמשך צו "ויהיו חיי שרה וגו׳"/ דורך דעם וואם ער
(דער שליח)
נוצט אלע זיינע כחות
(אין מקיים זיין שליחותו/ און שטייט בתכלית הביטול" 3 צום רצון המשלח,
ביז אז ער איז כמותו דהמשלח ממש: און דורך דעם האט ער דעם כח צו אזוי אויך אויפטאן אין וועלט - אז אין תחתונים לשון רבים,
דער ריבוי הפרטים שבעולם
(וועלכע טיילט זיך בכללות אויף עשר,
עשרה מאמרות שנשתלשלו מעשר ספירות,
"מאה שנה ועשרים שנה ושבע שנים"/ זאל ווערן א דירה
(לשון יחיד)
לו יתברך,
ביז לו לעצמותו,
באופן אז בכל הפרטים דער־ הערט זיך די איין נקודה פון "אמיתת המצאו",
וואס מצד דעם איז "כולן שוין לטובה".
ח. ויש לומר אז דאס איז אויר מרומז
ספר השיחות - ה׳תש״ג
אין דעם ווארט "שליח״-כמדובר במ״א”,
אז "שליח" בצירוף עשר
(יו״ד)
איז בגימטריא
(און אותיות)
"משיח":
דורך דעם וואס א שליח נוצט אוים ויינע עשר כחות במילוי שליחותו
("מאה שנה ועשרים שנה ושבע שנים"),
איז ער מגלה דעם ניצוץ משיח שבו"•■,
וואם "משיח" באדייט די שלימות ופנימיות פון יעדער זאר,
ובלשון הקבלה - בחי׳ יחידה הכללית"■,
וועלכע איז למעלה מהת־ חלקות כו׳,
און דערפאר ווערט עם נמשך און נעמט דורך כל פרטי הדרגות
(אז "כולן שויו לטובה"),
כידוע אז יחידה איז בחי׳ שמן,
שמפעפע בכל דנו".
און דורך דעם איז ער אויר מגלה משיח צדקנו בכל העולם - די אמיתית ופנימיות פון כל העולם,
כפס״ד הרמב״ם" אז דורך א מצוה אחת האט מעז בכח צו מכריע זיין און ברענגען תשועה והצלה בכל העולם כולו.
ט. ע״פ הנ״ל וועט מען אויך פאר־ שטיין דעם המשך פון פ׳ תולדות צו פ׳ חיי שרה:
תכלית ענין הנישואין,
כולל נישואי יצחק ורבקה,
איז - "פרו ורבו ומלאו את הארץ וכבשוה״ - תולדות,
"ואלה תולדות יצחקגו׳״,
כנ״ל.(ס״ג)
ועד״ז אויר אין עבודת האדם: לאחרי וואס די תורה רעדט בם׳ חיי שרה וועגן דעם עצם שליחות
(אליעזר),
וואם דאם ברענגט צו נישואי יצחק ורבקה
(די עבודה פון מאכן א דירה בתחתונים/ קומט דערנאך פ׳ תולדות וואו עם רעדט זיך וועגן דעם תכלית פון שליחות האדם צו מאכן א דירה בתחתונים - אז דערפון זאל ארויסקומען "תולדות"
(גילוי כח הא״ם למטה),
תולדותיהן של צדיקים מעשים טובים,
און כולל אויר דעם פירוש הפנימי
(פון כ״ק מו״ח אדמו״ר")
אין "פרו ורבו"
(די ערשטע מצוה בתורה/ אז יעדער איד דארף "מאכן" נאך א איד,
דורך אים נאב־ מער מקרב זיין צו תורה ומצוות,
כמא־ חז״ל" "כל המלמד בן חבירו תורה מעלה עליו הכתוב כאילו ילדו,
שנאמו־“ ואלה תולדות בו"׳.
ובפשטות,
אז אין דער שליחות פון מאכן די דירה בתחתונים איז מען זיו ניט מסתפק מיט נאר מפרסם זיין אלקות אין וועלט,
גאר טאן כדרוש אז דערפון זאל ארויסקומען תולדות און פירות - כיז א פעולה נמשכת,
אזוי אז אויר די מקבלים
(אלע צו וועמען דער שליח דערגרייכט)
ווערן משפיעים און נושאי פירות,
טופח על מנת להטפיח,
עד אין סוף.
און אויך אין די פרטים פון דעם פסוק - "ואלה תודלות יצחק בן אברהם אברהם הוליד את יצחק״ - זיינען מרומז פרטי העניינים בקיום שליחות זו:
די "תולדות" דארפן שטיין אין אן אופן גלוי - ״ואלה״ - מראה באצבעו ואומר אלה
(זה)
: און אז זיי זייגען תולדות - א נייע זאך,
און ניכר ווי זיי זיינען "
(תולדות)
יצחק״,
כל השומע יצחק לי" _ מ י ט א
ש״פ ח״ש,
מבה״ח כסלו,
ב״ז מרחשון
(כינוס השלוחים)
37ו
צחוק ושמחה,
וואס דאם באווייזט אז דאס האט זיי איגגאנצן "דורכגענומען";
״ב! אברהם״ - מ׳זעט איז אים ווי ער איז בנו של אברהם
(ביז אז.
ואברהם הוליד את יצחק",
מ׳ועט בגלוי ווי "קלסתר פניו של יצחק דומה לאברהם"•/ אזוי אז "העידו הכל
(אפילו ליצני הדור)
אברהם הוליד את יצחק"/ על שם "כי אב המון גוים נתתיד״י 4 ,
אז ער איו משפיע אויף "המון גויס",
אז ניט קוקנדיק אויף דעם וואם ער איז פריער געווען "אברם"
(אב רם,
אפגעטיילט פון שאר בל העולם••/ ביז באופן פון אברם העברי,
אז ער איז געשטאנען מעבר אחד וכל העולם מעבר שני - מאכט ער אויף א דירה בתחתונים,
אז אויר בא "המון גוים" בכל העולם זאל זיך אנהערן ווי אברהם - א איד
(דער ערשטער איד)
- איז זייער "אב".
"תולדות" לשון רבים: זיך ניט באנו־ געגען מיט איין תולדה,
נאר עם דארף זיין א ריבוי "תולדות".
ובבללות טיילו זיך די תולדות אויר צוויי סוגים - "יעקב ועשו
(האמורים בפרשה)"",
די עבודה פון עשה טוב און סור מרע,
די צוויי ענינים אויף וועלכע עס טיילט זיך כללות העבודה פון מאכן א דירה בתחתונים.
און נאכמער: כשם ווי עשו איז געווען בגו של יצחק ורבקה - אזוי דארף אויך די עבודה פון "תולדות" זיין אין אן אופן חיובי - צו מברר זייו אויר "עשו",
וואם דאס גייט אויף די דברי רשות ועניגים גשמיים ותחתונים שבעולם
(נוסף אויף דער עבודה פון ״יעקב״ - "איש תם יושב אהלים״׳• - די עבודה אין עניני קדושה,
תורה ומצוות/ ווי יעקב האט דערנאר גע־ טאן דורכדעם וואם ער האט זיר אנגעטאן
בלבושי המתברר
(לבושי עשו),
ביו אז מ׳איז מגלה אין "עשו" למטה בעולם ווי ״עשו״ איז ״אמור בפרשה״ - די מעלה פון עשו
(הבכור)
ווי ער שטייט בשרשו
(אורות מרובים דתהו)",
ווי יעקב האט דערנאד געזאגט•• "אבוא אל אדוני שעירה",
טראכטנדיק אז עשו איז שוין אינגאנצן מבורר און גרייט צו דער גאולה 54 ,
כפירוש האמיתי אין "עשו" על שם "שהי׳ נעשה ונגמר מ׳ כבן שנים הרבה"••,
אז אלע ענינים זיינען ביי אים שוין אפגעטאן כשלימות ווי ער איז
(בפרשה)
בשרשו 4 •,
און ווי ס׳וועט נתגלה ווערן בגאולה העתידה.
ע״פ הנ״ל וועט מעו אויר פארשטיין המשד הפרשיות - לר לד,
וירא,
חיי שרה און דערנאד תולדות: לכל לראש דארף זיין די עבודה פון ביטול מדרגתו הקודמת - "לר לד מארצך וממולדתר ומבית אביד",
פון זיין פריערדיקן רצון,
שכל און מדות 7 •; און דאם ווערט דער כלי אויף דעם גילוי פון "וירא אליו ה׳",
ביז אז דאם קומט אראפ אין פרטים,
אין מציאות וגדרי האדם - "מאה שנה ועשרים שנה ושבע שנים""; און דערפון האט דער אדם
38ו
ספר השיחות - ה׳תש״נ
דעם כח צו ארויסגיין בשליחותו בעולם אויף מאכן א דירה בתחתונים,
ביז באופן פון "תולדות",
"יעקב ועשו",
מיט די אלע פרטים הנ״ל אין דעם עניו פון "תולדות".
י. ע״פ הנ״ל איז אויך פארשטאנדיק די שייכות און דער לימוד פון די פרשיות
(חיי שרה און תולדות)
בנוגע צו דעם כינוס השלוחים העולמי וואם קומט פאר אין די טעג:
בשעת עם קלייבן זיך צוזאמען מערע־ רע אידן,
וואם יעדערער פון זיי איז א שליח פון דעם אויבערשטן,
כמותו דד,
מ־ שלח ממש,
ועאכו״כ די שלוחים פון כ״ק מו״ח אדמו״ר וועלכע האבן זיך איצטער צוזאמענגעקליבן,
וואם בא זיי שטייט נאבמער בגלוי עבודת השליחות צו מאכן א דירה בתחתונים דורך הפצת התורה והיהדות און הפצת המעינות חוצה - איז פארשטאנדיק,
אז דעמולט קומט צו נאב־ מער תוקף אין דעם ענין השליחות בא יעדערן פון זיי,
און אין ביידע ענינים הנ״ל:
(א) דער תוקף המציאות פון יעדער שליח צו אויסנוצן זיינע עשר כחות פרטיים במילוי שליחותו הוא אין זיין מקום,
און
(ב) דער ביטול זיינער צו זיר אינגאנצן איבערגעבן צום משלח כ״ק מר׳ח אדמו״ר,
און ווערן כמותו דהמשלח ממש.
וואס דאס איז דער תוכן פון "כינוס השלוחים העולמי״ - א דבר והיפוכו: כינוס
(לשון יחיד)
איז דער טייטש,
אז עם זיינען פאראן מערערע מענטשן
("שלוחים" לשון רבים)
וועלכע קלייבן זיך צו־ זאמען.
ועאכו״ב ווען דאס איז א "כינוס השלוחים העולמי",
שלוחים וועלכע קומען פון דער גאנצער וועלט,
עולם מלשון העלם והסתר,
וועלכע טיילט זיו אויף א
ריבוי מקומות ופרטים,
ביז מן הקצה אל הקצה,
פון איין עק וועלט צון צווייטן: וביחד עם זה קלייבן זיי זיך צוזאמען אין איין "כינוס"
[ובפרט אין א בית הכנסת ובית המדרש,
מקום שמגדלין בו תורה תפלהי 5 ומעשים טובים! מיט איין מטרה - צו זיך צוזאמענרעדן,
"איש אח רעהו יעזרו ולאחיו יאמר חזק״י“,
און פאר־ שטארקן עבודתו בשליחותו פון איינציקן משלח - כ״ק מו״ח אדמו״ר,
בשליחותו פון דעם ערשטן משלח - דער אויבערשטער - צו פארשפרייטן אידישקייט,
תורה ומצוות און טוב ויושר בכל העולם כולו,
און צוזאמען דערמיט - אראפברענגען די נקודה ומטרה אחת בא יעדערן לפי שליחותו הפרטית,
אין זיין פרטיות׳דיקן מקום,
זמן און מצב,
און אויפטאן אז אין די אלע פרטי המקומות שבעולם
("עולמי")
זאל זיך אנהערן און אנזען בגלוי ווי דאס איז עולמו
(ל׳ יחיד)
של הקב״ה,
ה׳ אחד.
און דעם כח לזה באקומט מען דורך דעם וואם די שלוחים מכל מקום שבעולם
(יעדערער אלם א בא כח פון זיין ארט)
קלייבן זיך אלע צוזאמען און פאראיינ־ ציקן זיך אין איין כינוס
[און נאכמער בפרטיות - אז יעדערער קלייבט צוזאמען און פאראיינציקט אלע זיינע עשר כחות]
לשם מטרה אחת - מקיים זיין דעם רצון
ש״פ ח״ש,
מבה״ח כסלו,
כ״ו מרחשון
(כינוס השלוחים)
39ו
המשלח,
און דערפון נעמט מען די כהות צו דערנאך גיין מקיים זיין די שליחות •עדערער במקומו,
און דארט פאראיינ־ ציקן אלע מענטשן און אלע פרטי עניני העולם,
און דורך דעם - אלע מעגטשן בכל המקומות כולם בכל העולם בולו,
אין א נקודה אחת - א דירה לו יתברך בתחתונים׳".
יא. איו דעם אלעס קומט צו נאכמער הדגשה בשנה זו,
שנת הארבעים פון דער הסתלקות־הילולא
(תש״י־תש״ג)
פון דעם משלח,
כ״ק מו״ח אדמר׳ר נשיא דורנו:
יצחק איז געווען ארבעים שנה בשעת ער האט חתונה געהאט - "ויהי יצחק בן ארבעים שנה בקחתו את רבקה גו׳ לו לאשה״“.
ויש לומר אז אין דעם איז מרומז אז לאחרי ארבעים שגה קומט צו א שלימות אין דער עבודה בקיום השליחות צו מאכן א דירה בתחתונים
(רמז וענין נישואי יצחק ורבקה/ און דער טעם לזה איז מובן ע״פ מאחז״ל“ אז "לא קאי איניש אדעתי׳ דרבי׳ עד ארבעין שנין",
ווי עם שטייט" אז משה רבינו האט געזאגט אידן אז בשנת הארבעים אין מדבר "נתן ה׳ לבם לב לדעת ועינים לראות ואזנים לשמוע".
ועד״ז איז פארשטאנדיק בנוגע צו דעם שנת הארבעים פון שנת תש״י,
אז דעמולט קומט צו א שלימות אין די שלוחים און אין עבודת השליחות שלהם,
ווארום דעמולט ווערט בא זיי "קאי איניש אדעתי׳ דרבי׳״ ׳ אין דעת המשלח כ״ק מו״ח אדמו״ר,
און שלימות אין ביידע קצוות הנ״ל: שלימות
אין דער ביטול השליח צום משלח,
און דאס ווערט נמשך און נעמט דורך אלע כחות פון דעם שליח,
וועלכע דינען נכלל אין "לב לדעת עינים לראות ואזנים לשמוע" 65 ,
ביז אז אלע עניני העבודה
(בשליחות זו)
במשך די ארבעים שנה שעברו ווערן אויפגעהויבן צו די העכערע דרגא פון "קאי איניש אדעתי׳ דרבי"׳.
כמרומז אויך אין סיום פרשתנו
(לאחרי הסיפור וועגן שליחות אליעזר ונישואי יצחק ורבקה,
און גלייך פאר דעם וואס עם שטייט בפ 32 תולדות אז "ויהי יצחק בן ארבעים שנה גו׳״)
- "על פני כל אחיו נפל",
אז בערך צו דער דרגא פון "פני"
(וואס קומט צו בשנת הארבעים)
איז דער מצב שלפנ״ז באופן פון "נפל"
(ע״ד שבע יפול צדיק וקם 66 ),
ע״ד ווי עם שטייט 67 "וראית את אחורי ופני לא יראו",
אז בערך צו "פני" איז דאם "אחורי",
אע״פ וואם דער "אחורי" איז א דרגא הכי נעלית.
יב. דער לימוד דערפון בנוגע לפועל,
ובמיוחד - בקשר מיט דעם כינוס השלוחים העולמי:
לויט דאם אויבנערקלערטע איז פאר־ שטאנדיק,
אז דער עיקר מטרה פון דעם כינוס השלוחים דארף זיין - צו פאר־ שטארקן און נאך מער פארשפרייטן אהבת ואחדות ישראל,
אנהויבנדיק דורך דעם וואם דער כינוס ברענגט אריין נאב־ מער אהבה און אחדות צווישן די אלע משתתפי הכינוס,
אז צוזאמען דערמיט וואם זיי זיינען באזונדערע שלוחים,
אין באזונדערע ערטער,
מיט באזונדערע פרטים אין זייער עבודת השליחות
(ל׳ יחיד)
- פאראיינציקו זיי זיך אין אייו
40ו
ספר השיחות - ח׳תש״נ
כינוס,
לשם א מטרה אחת,
צו דורכרעדן זיך,
ואיש את אחיו יעזורו גו׳,
ווי מ׳קען נאכמער מוסיף זיין איו דער עבודה,
ובפרט בהתאם לשנת הארבעים,
און באופן כזה אז יעדערער זאל דאם קענען אראפברענגען אין שליחותו הפרטית,
כנ״ל.
און די אחדות באם "כינוס השלוחים העולמי" ווערט דערנאר נמשך אויר בשעת יעדער שליח קערט זיך צוריק למקומו,
דורך דעם וואס ער געדענקט און האט געגועים צו דעם זמן ווען מ׳איז אלע געווען צוזאמען,
געלערנט תורה,
גע־ דאוונט און אנגענומען החלטות טובות צו־ זאמען,
אזוי אז יעדער שליח פילט
(אויך זייענדיק במקומו)
אז ער שטייט צוזאמען - במחשבה דיבור ומעשה - מיט אלע שלוחים און מיט דעם משלח
(און דער הפסק ביניהם איז נאר אין מקום הגשמי).
און דאם גיט דעם שליח אויר נאכמער כח צו מחזק און מפיץ זיין אהבה ואחדות צווישן די אידן במקום שליחותו,
ביז -אריינברענגען
(הנאה לעולם")
אחדות אין אלע תושבי המקום,
אזוי אז כל העולם כולו ווערט פאראייגציקט
(באופן של "כינוס")
אין מקיים זיין דעם רצון פון דעם אויבערשטן,
אידן - דורך די תרי״ג מצוות,
און ניט־אידן - דורך די שבע מצוות בני נחי 6 .
ובכללות - אז דער "כינוס השלוחים העולמי" גיט יעדן שליח און אלע שלוחים נאכמער כח צו מקיים זיין שליחותם בעולם,
צו מגלה זיין ווי ער איז עולמו של הקב״ה; מיט דעם תכלית אז דאם ברענגט ארויס ״תולדות״ - באופן פון "פרו ורבו ומלאו את הארץ וכבשוה",
כולל ומתחיל
- צו "אויפמאכן" נאד א איד,
דורך המלמד תורה לבן חבירו כאילו ילדו,
ביז אז ער דערגרייכט און איז מברר אויר די וואם זיינעו נאר בדרגת "עשו",
"איש יודע ציד איש שדה״י 5 ,
און מאכט אויר פון זיי "תולדות יצחק"
[שמו של המשלח,
כ״ק מו״ח אדמו״ר,
"יוסף יצחק",
"יוסף לי ה׳ בן אחר" 76 ,
אז פון בחי׳ אחר מאכט מעז א "בן"]
38 •
יג. בכדי נאכמער פארשטארקן די אחדות גלוי׳ וממשית ותמידית צווישן די שלוחים - וואלט געווען כדאי צו אפ־ דרוקן א קובץ אלס א מזכרת נצח צו דעם "כינוס השלוחים העולמי",
און דער קובץ זאל כולל זיין: בילדער פון אלע משתתפי הכינוס,
כולל - פון משפחתם ובני ביתם; א מדור מיוחד פון חידושי תורה פון
(עכ״פ)
עטלעכע ממשתתפי הכינוס: נקודות פון די ענינים וועלכע מ׳האט ארומ־ גערעדט בעת דעם כינוס,
ובמיוחד - די החלטות טובות וואם מ׳האט דערביי אנ־ גענומען: ובקשר מיט שנת הארבעים -איז כדאי דארט אויר כולל זיין ענינים
(דברי תורה און החלטות)
פארבונדן מיט דעם שנת הארבעים,
ווען "קאי איגיש אדעתא דרבי׳".
דורך דעם וואם יעדער שליח,
און אויך זיין פרוי און קינדער”,
וועלן האבן דעם קובץ למזכרת נצח,
און דארט אריינ־ קוקז מזמן לזמן - וועט דאס נאכמער צוגעבז איז דער אחדות צווישן אלע משתתפים,
אוז אויר צוגעבן א תוספת חיזוק אין יעדער שליח׳ס עבודה במקומו הוא,
זעענדיק די בילדער און ליינענדיק די באשרייבונגען און דערמאנענדיק זיר
ש׳׳פ ח״ש,
מבה״ח כסלו,
כ״ז מרחשון
(כינוס השלוחים)
ו4ו
אויף דעם כינוס ווען מ׳איז אלע געווען צוזאמען,
כאיש אחד בלב אחד,
אלע שלוחים - מיט אייו מטרה: צו אויספירן שליחותם בתכלית השלימות.
יד. ומעניו לעניו - איו כאן המקום נאכאמאלי 39 דערמאנען וועגן די השתדלות
(כולל ובמיוחד - ע״י השלוחים)
צו מחוק זיין בכל מקום ומקום תקנת משה "להקהיל קהילות בכל שבת כו׳ ללמוד בהם תורה לרבים״ 40 ,
ומה טוב - אויך לערנען בכל מקום
(נוסף צו די שיעורים הקבועים בבל מקום לפי ענינו)
איין זעלבן ענין
(עכ״פ בקיצור בכמות)
אין פרשת השבוע,
בכדי נאכמער פאר־ שטארקן די אחדות כולם.
נאד אן ענין וואס גיט צו אין אחדות ישראל - איז דער סיום הרמב״ם וואם קומט פאר די טעג
(סיום מחזור הששי ללומדי ג׳ פרקים ליום,
און סיום מחזור שני ללומדי פרק א׳ ליום)
- וואם דורך דעם לימוד פאראיינציקן זיר אלע אידן
(וואס לערנען דעם זעלבן שיעור בכל יום),
און אן אחדות וואם קומט דורך לערנעז דעם זעלבן ענין אין תורה,
ובפרט איו ספר הרמב״ם,
וואם איז געשריבן פאר אלע אידו - "לקטו ולגדול"* 41 : און בשעת מ׳איז מסיים כל הספר כולו,
וועלכער איז "מקבץ לתורה שבעל פה כולה" 42 ,
איז דעמולט די אחדות נאד שטארקער.
ובפרט דורך דעם וואס מ׳מאכט א
"סיום הרמב״ם" ברבים,
און "ברוב עם הדרת מלך" 43 .
וואם דערפאר וועט יעד־ ערער זיכער זיך משתדל זיין צו משתתף זיין אין דעם סיום הרמב״ם וואס קומט פאר דא,
ביום ראשון בשבוע,
ועד״ז בכל מקום לפי ענינו׳ אוו זיר אויר משתדל זיין משפיע זיין אז אנדערע זאלן זיך אין דעם משתתף זיין,
ווייסנדיק אז אפילו ווען עם קומט צו איין מענטש צו א "רוב עם"
(כולל רבנים וחכמים ועסקנים,
חסידים ואנשי מעשה וכו׳),
קומט צו אין דעם "הדרת מלר" פון מלר מלכי המלכים הקב״ה כביכול,
און - אין כבוד הרמב״ם און כבוד התורה וכבוד הרבנים,
און דורף דעם - אין כבוד פון דעם אויבערשטן
(וואם די פסקי דינים בתורת ה׳ - דבר ה׳ זו הלכה - קומען אן צו אלע אידן דויד רבני ישראל).
ויהי רצון,
אז דאס אלץ זאל נאכמער צואיילן דעם זמן ווען עם וועט זיין "מלאה" הארץ דיעה את ה׳ כמים לים מכסים"
(כסיום הרמב״ם),
און
(כהתחלת הרמב״ם)
דער גילוי פון "אמיתת המצאו" בכל העולם כולו
(אין אלע נמצאים/
גאולה האמיתית והשלימה - וואס דעמולט וועט זיין די שלימות פון "ואלה תולדות יצחק",
וואם לע״ל יקרא ליצחק "בי אתה אבינו" 44 ,
שלימות גילוי הצחוק והשמחה פון דעם אויבערשטן אין דער דירה בתחתונים,
ותיכף ומיד ממש.
42ו
ספר השיחות - ה׳תש״נ