B"H
🏡

Ikar

משיחות ש״פ משפטים, מבה״ח וער״ח אדד, פ׳ שקלים, ה׳תשמ״ז

א. שבת מברכים חודש אדר צייכנט זיף אוים פון אנדערע שבתים פון יאר מיט צוויי זאכן:

א) ער בענטשט חודש אדר,

וואס זיין יום טוב׳דיקער אינהאלט איז — חג הפורים.

נאכמער: דער נס פורים האט א ווירקונג אויף דעם גאנצן חודש

(אנ־ הויבנדיק פון ראש חודש אדר),

ווי עם שטייט׳ "החודש אשר נהפך להם".

ב) מערסטע יארן

(ווי היי־יאר)

לייענט מען דעמולט פרשת שקלים? ווארום אין דער צייט פון בית המקדש איז יעדער איד געווען מחוייב געבו יעדן יאר א מחצית השקל פאר די קרבנות ציבורי,

און "באחד באדר משמיעין על השקלים" 4 ,

דעריבער האט מען גע־ לייענט פרשת שקלים,

כדי מודיע זיין צו ברענגען די שקלים.

און אלם זבר למקדש איז אזוי אויך געבליבן בזמן הזה 5 ,

אז מ׳לייענט פ׳ שקלים בשבת מברכים אדר.

ולהוסיף,

אז אויד — מעין עצם ענין פון נתינת מחצית השקל איז פאראן בזמן הזה

(אע״פ וואס דער ציווי איז בזמן שבית המקדש הי׳ קיים 5 )

— ווי מנהג ישראל 7 "ליתן קודם פורים מחצית מן המטבע הקבוע באותו מקום ובאותו זמן,

זכר למחצית השקל שהיו נותנין באדר"".

און די צוויי ענינים אין שבת מברכים אדר איז נאר שטארקער אונטער־ שטראכן היינטיקן יאר — ווען שבת מברכים אדר איז "מחר חודש",

ד. ה. אז פון שבת גייט מען גלייך אריין אין

(מוצאי שבת)

— ראש חודש אדר.

און נאכמער: שוין בתפלת המנחה פון שבת זאגט מען ניט קיין "צדקתך צדק״י ווייל מחר חודש.

און נאר פריער — זאגט מען אין דער הפטרה פון שבת די

(צוויי)

פסוקים פון הפטרת מחר חודש.

בא־ ווייזט עם,

אז שוין איו דעם שבת פ׳ שקלים,

הויבן זיר אן עניני חודש אדר.

ב. די צוויי אויבנדערמאנטע זאכן בשבת מברכים אדר

(פורים און פרשת שקלים)

— האבן צווישן זיך א שייכות,

ווי די גמרא זאגט 5 : "גלוי וידוע לפני מי שאמר והי׳ העולם שעתיד המן לשקול שקלים על ישראל לפיכך הקדים

ספר השיחות - ה׳תשמ״ז

שקליהן לשקליו דתנן באחד באדר משמיעין על השקלים כו׳".

דארף מען פארשטיין: וואם איז די שייכות אין אינהאלט צווישן "שקליהן" פון אידן בחודש אדר און יעדן יאר מיט "שקליו" של המן; און אין וואם בא־ שטייט דער כח פון די שקלים פון אידן צו מבטל זיין גזירת המן?

ויש לומר איינע פון די ערקלערונגען אין דעם — אז מחצית השקל און פורים ברענגעו ביידע ארוים דעם פנימיות׳-דיקן פארבונד צווישן דעם אויבערשטן מיט אידן,

און ספעציעל — מיט כביכול דעם אידישן גוף און אידישע גשמיות.

ג. וועט מען עם פארשטיין בהקדמה דער ביאור אין דעם אינהאלט פון גזירת המן און נס פורים:

ס׳איז באוואוסט דער אונטערשייד צווישן פורים און חנוכה,

אז די גזירה פון די יוונים איז געווען ניט אויף די גופים פון אידן,

נאר אויף זייערע נשמות און רוחניות — "להשכיחם תורתך ולהעבירם מחוקי רצונך"",

משא״כ גזירת המן הרשע איז געווען

(בעיקר)

אויף די גופים פון אידן,

"להשמיד 2 ׳ להרוג ולאבד את כל היהודים מנער ועד זקן טף ונשים"".

וואם דערפאר איז אויך דער אונטער־ שייד,

אז די גזירה פון די יוונים איז ניט

געווען אויף אלע אידן גלייך,

ווארום די גזירה איז ניט געווען אויף די גופים,

נאר אויף זייער דת,

האט זין־ דאם גע־ מאסטן לויט א אידן׳ם איבערגעגעבנ־ קייט צו "תורתך" און "חוקי רצונך",

משא״ב גזירת המן איז געווען אויף אלע אידן גלייך,

"כל היהודים מנער ועד זקן טף ונשים",

ווארום דאס איז געווען בכדי מאבד זיין זייערע גופים,

זייער עצם עקזיסטענץ אלם אידן ר״ל

(ניט קוקנדיק אויף די דרגא פון גילוי הנשמה),

וואם אין דעם זיינען אלע אידן גלייך.

און דעריבער איז די עצה אויף אראפ־ נעמען די גזירה געווען — "לך כנוס את כל היהודים" 4 ׳,

פאראיינציקן אידן,

און ניט נאר א גייסטיקע פאראיינציקונג ברוחניות,

נאר אויך ובעיקר — א גשמיות׳דיקע פאראייגציקונג פון די גופים,

מ׳זאל זיך צוזאמענקלייבן בפשטות,

און וצומו״ — דער גוף זאל ניט עסן,

מיעוט חלבו ודמו",

און פאר־ שטארקן פון־דאם־ניי קבלת התורה והמצוות אלם נשמות בגופים דוקא.

ד. ה. אז דער תוכן פון פורים איז — דער הצלה און נצחון פון דעם גוף פון א אידן,

און פון אלע אידן.

און דערפאר טיילט זיך אוים פורים פון חנוכה דערמיט וואס ער איז א "יום משתה ושמחה״ 7 ׳ — א סעודה ושמחה גשמית"׳,

וואס איז אויך פארבונדן מיט

ש״פ משפטים,

מבה״ח וער״ח אדר,

פ׳ שקלים

ו33

אן אחדות בגשמיות,

ווי באוואוסט אז אן אמת׳ע שמחה איז דוקא בשעת מ׳פרא־ וועט איר צוזאמען מיט אנדערעי? און אזוי אויר די אנדערע מצוות פון פורים זיינען פארבונדן ספעציעל מיט אחדות דורך דברים גשמיים — "משלוח מנות איש לרעהו ומתנות לאביונים""?

ד. ויש לומר בדרך אפשר דעם טעם אויף דעם

(וואט פורים באדייט דער הצלה און נצחון פון די גופים פון אידן)

— לויט דעם וואס די גמרא 21 זאגט אויפן פסוק 22 "קיימו וקבלו היהודים",

אז בימי הפורים "קיימו מה שקבלו כבר" בא מתן תורה:

דער אויפטו פון מתן תורה איז גע־ ווען

(חאטש אברהם זקן ויושב בישיבה,

און אזוי אויר יצחק ויעקב וכו׳ 22 )

: נתינת התורה דוקא למטה אין עולם הזה הגשמי צו נשמות בגופים 24 ,

און ניט אין

אז אופן אז מ׳האט אויפגעהויבן דעם תחתוז וגוף גשמי למעלה 25 ,

נאר דער אויבערשטער האט געוואלט דוקא "וירד ה׳ על הר סיני"" 2 ,

אראפגעבראכט תורה דוקא למטה 25 .

ביז אין אן אופן — אז תורה "לא בשמים היא" 27 ,

נאר למטה,

און דערפאר "כשמתכנסין מלאכי השרת לפני הקב״ה לומר אימתי ר״ה ואימתי יום הכפורים הקב״ה אומר להם לי אתם שואלים? אני ואתם נלך אצל בית דין של מטה"" 2 .

און ווי חז״ל זאגןי 18 ,

"קא מיפלגי במתיבתא דרקיעא בו׳ הקב״ה אומר כו׳ וכולהו מתיבתא דרקיעא אמרי כר,

מאן נוכח,

(פסק׳נען ניידע מתיכתות — הקב״ה און כולהו מתיבתא דרקיעא)

נוכח רבה בר נחמני",

א נשמה בגוף דוקא" 5 .

מתן תורה האט ארויסגעבראכט די תכלית הכוונה פון דעם אויבערשטן אין באשאפן די וועלט — בכדי אז א איד אלם א נשמה בגוף דא למטה בעוה״ז הגשמי התחתון שאין תחתון למטה ממנו,

זאל לערנעז תורה און מקיים זיין מצוות,

און מאכן א דירה לו יתברך בתחתונים 2 .

ספר השיחות - ה׳תשמ״ז

ובעומק יותר:

בא מתן תורה איז געווען די בחירה פון דעם אויבערשטן אין אידן 32 .

וואס די בחירה האט מען כלל ניט געדארפט בנוגע נשמות פון אידן — נאר דוקא בנוגע דעם גוף הגשמי פון אידן,

"ובנו בחרת מכל עם ולשון 33 הוא הגוף החומרי הנדמה בחומריותו לגופי אומות העולם" 34 .

ובפרט ע״פ המבואר בכמה מקומות 35 ,

אז דוקא דער גוף פון א אידן,

וואס בו בחר הקב״ה,

נעמט זיך און איז פאר־ בונדן דוקא מיט

(כביכול)

עצמותו ית׳,

וואט "מציאותו 36 הוא מעצמותו ואינו עלול מאיזה עילה שקדמה לו ח״ו" 32 .

וואס מצד דער בחירה אין דעם גוף הגשמי — זיינען אלע אידן גלייד: בנוגע צו דער גילוי פון דער נשמה אין גוף — טיילן זיך אידן,

איינער איז א צדיק גמור,

א צווייטער א צדיק שאינו גמור וכר.

משא״ב בנוגע צו בחירת עצמותו ית 27 אין דעם גוף הגשמי

("הנדמה בחומריותו לגופי כר״)

— זיינען אלע אידן גלייך ממש,

פון א תינוק שנולד ביז א גדול שבגדולים,

וע״ד מאחז״ל 38 "בין כך ובין כך אתם קרויים בנים".

און צוליב דער בחירה אין דעם גוף הגשמי פון אידן — האט דער אויבער־

35) ראה ספר השיחות תורת שלום ע׳ 11.

120. 122. שיחת פורים תער״ב — הועתקה במכתב כ״ק מו״ח אדמו־ר

(אגרות קודש שלו ח״ג ס ■ע תקנו ואילך).

ועוד.

שטער געגעבן אידן תורה ומצוות למטה בארץ

(בא מתן תורה)

— כידוע" דער סיפור וועגן דעם רבי׳ן

(מהורש״ב)

נ״ע,

אז ער האט אמאל פארקאטשעט דעם ארבל 40 און געוויזן אויף זיין האנט צו זיין זון,

כ״ק מו״ח אדמו״ר,

און געזאגט: זע ווי טייער א אידישער גוף איז,

אז צוליב אים האט מען אויסגעגאסן אזוי־ פיל תורה ומצוות* 4 .

און בימי הפורים,

ווען "קיימו מה שקבלו כבר" בא מתן תורה,

ווערט בא־ נייט בחירת עצמותו ית׳ אין דעם גוף הגשמי פון א אידן.

וי״ל אז דערפאר איז דער עיקר אונטערשטרייכונג בימי הפורים בנוגע צו דעם נצחון פון א נשמה בגוף בעוה״ז הגשמי,

וואט האט מבטל געווען גזירת המן אויף די גופים פון אידן 2 *.

ה. ענלעך דערצו איז דער אינ־ האלט פון די שקלים וואט אידן האבן געבראכט איו מדבר פאר די אדני המשכן 43 ,

און דערנאר — פאר די קרבנות ציבור:

ש״פ משפטים,

מבה״ח וער״ח אדר,

פ׳ שקלים

מ׳האט געגעבן מחצית השקל בכדי אויפטאו "לכפר על נפשותיכם" 4 / פאר "כל העובר על הפקודים" 45 ,

עובר על פקודי דאורייתא 46 .

ווי חז״לי 4 זאגן,

אז מחצית השקל איז געוועו א כפרה אויפן חטא העגל.

דער ענין פון "עובר על הפקודים"

(על פקודי דאורייתא)

איז שייר נאר ביי א נשמה בגוף גשמי וחומרי

(ניט ביי א נשמה למעלה),

און דאס רירט אן און איז פוגם אין דעם גוף הגשמי.

על אחת כמה וכמה דער חטא העגל — א חטא כללי,

וואס האט אנגערירט דעם גאנצן ענין פון מתן תורה

(לנשמות בגופים דוקא,

כנ״ל),

און די מקבלי התורה

(נשמות בגופים)

— כדברי חז״ל,

אז בא מתן תורה "פסקה זוהמתן"• 4 ,

און דורך דעם חטא העגל חזרה זוהמתן 4 ,

די זוהמא אין גופי בני אדם וואט איז גע־ קומען דורך דעם חטא עץ הדעת" 5 .

ד. ה. אז דער חטא העגל האט פוגם געווען אין דעם גילוי פון בחירת עצמותו ית׳ אין דעם גוף הגשמי פון אידן.

ועד כדי כך,

אז דאס האט אנגערירט אלע אידן 5 ,

פון א גדול שבגדולים ביו א קטן שבקטנים,

פון אז "עשיר",

ביז א ״דל״,

כולל — אין עני אלא בדעת ואין

עשיר אלא בדעת 52 ,

און ניט נאר בדור ההוא,

נאר בכל הדורות עד סוף כל הדורות — כמ״ש 42 "וביום פקדי ופקדתי עליהם חטאתם״ — "ותמיד תמיד כש־ אפקוד עליהם עונותיהם ופקדתי עליהם מעט מן העון הזה עם שאר העונות,

ואין פורענות באה על ישראל שאין בה קצת מפרעון עון העגל" 54 .

וואט דאם איז דאך א געוואלד־געשריי: צוליב א חטא וועלכע מ׳איז באגאנגען טויזנטער יארן צ וריק — ליידן אידן כל הדורות!...

קומט דערפון ארויס,

אז מצות מחצית השקל באדייט בעיקר די כפרה און תיקון אויף דעם פגם וזוהמא אין גוף הגשמי

(וואט איז געווארן דורכן חטא העגל).

און וויבאלד אז דער פגם פון חטא העגל האט אנגערירט די גופים פון אלע אידן,

פון אז ״עשיר״ ביז א ״דל״ — דעריבער איז מצות מחצית השקל אין אן אופן אז "העשיר לא ירבה והדל לא ימעיט".

און נאכמער: אין מצות מחצית השקל איז אונטערשטראכן די אחדות פון אלע אידן — און אז אחדות גשמית

(דורך א מטבע גשמית)

— ווארום יעדער איד ברענגט נאר א "מחצית" פוז א שקל,

און בכדי עם זאל ווערן א שקל שלם דארף ער אנקומעז צו נאך א אידן 55 .

ספר השיחות - ה׳תשמ״ז

און נאכמער: דורך די אחדות פון אידן ע״י נתינת מחצית השקל האט מען געמאכט די אדני המשכן,

דער יסוד פון דעם משכן.

ד. ה. אז די אחדות פון אידן האט 56 זיך אויסגעדריקט אין אויפ־ שטעלן א משכן גשמי בעוה״ז הגשמי,

"ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם" 57

(ווי מ׳גייט לייענעו אין תפלת המנחה פון דעם שבתx השראת השכינה למטה בעוה״ז הגשמי 58

[און אויך דערנאך — האט מען דורך די אחדות פון אידו

(ע״י מחצית השקל)

געקויפט די קרבנות ציבור,

וואם איז די עבודה עיקרית אין משכן ומקדש,

״בית..

מוכן להיות מקריבים בו הקרבנות״י 5 ].

ו. דערמיט,

י״ל,

איז פארשטאנדיק פארוואם די שקלים פון אידן האבן

, זריזיו מקדימי! למצוות*

(פסחים ד,.א)

וראה אגה*ק סכ״א בשלילת העני! לחכות בצדקה שהתנדבו.

לתת מדי שנה בשנה* לתתה "מדי שבת בשבתו ולפחות מדי חודש״ — היינו דוקא בי*ב

(נ״ה) • פעמים! ובכלל ע*ד גודל עניו הזריזות בעניו הצדקה,

ש״זריזותי׳ דאברהם אבינו ע*ה היא העומדת לעד לנו ולבנינו עד עולם כי העקדה עצמה אינה נחשבת כ״כ לנסיון גדול לערך מעלת א־א ע״ה בו",

ובהמשך האגה״ק שם: אך גם זאת מצאנו ראינו בעבודת הצדקה מעלה פרטיות גדולה אין ערוך אליי להיות מעשה הצדקה נעשית בפעמים רבות וכל המרבה ה״ז משובח ולא בפעם אי..

כמ״ש הרמב״ם ז*ל בפירוש המשנה ששנו חכמים ז״ל והכל לפי רוב המעשה

(נת׳ באוה״ת על מארז״ל ע׳ מא ואילך).

מבטל געווען

(די שקלים פון)

גזירת המן — ווייל דער אינהאלט פון נתינת מחצית השקל איז דער כפרה און תיקון אויף א פגם ח״ו,

כביכול אין גילוי בחירת עצמותו ית׳ אין דעם גוף הגשמי פון אידן וואס האט זיך אויפגעטאן בא מתן תורה: וואס דאס האט דערנאך גע־ געבן דעם כח צו זיך מתגבר זיין אויף גזירת המן אויף די גופים פון אידן

(ועד״ז דזרעו של המן "שבכל דור כו׳ והקב״ה מצילנו מידס״“),

ביז אז עם זאל זיין "קיימו מה שקבלו כבר",

א פאר־ שטארקונג נאכמער אין בחירת עצמותו ית׳ אין דעם גוף הגשמי פון אידן.

און אזוי אויך די גשמיות׳דיקע אחדות צווישן אידן,

"העשיר לא ירבה והדל לא ימעיט״,

בא מחצית השקל — האט גע־ געבן כח צו מבטל זיין גזירת המן,

דורך "כנוס את כל היהודים",

די גשמיות׳־ דיקע אחדות ובהדגשה בימי הפורים.

ז. לויט דעם אויבנדערמאנטן ביאור — קען מען אויך מבאר זיין א שייכות צווישן די צוויי ענינים אין שבת מברכים אדר

(פ׳ שקלים און פורים)

מיט פרשת השבוע — פ׳ משפטים■/

אויף "ואלה המשפטים" זאגט רש״י "מה ראשונים מסיני אף אלו מסיני".

ד. ה. אז די "משפטים" זיינען געגעבן געווארן בא מתן תורה ד.

ה. צו נשמות בגופים דוקא.

ווי מ׳זעט בפשטות דער תוכן פון די ״משפטים״ אין די פרשה — אז זיי רעדן אלע וועגן די הנהגה בגשמיות העולם.

עפ״ז י״ל וועט מען אויך פארשטיין פארוואס דער ערשטער פון די

ש״פ משפטים,

מבה״ח וער״ח אדר,

פ׳ שקלים

״משפטים״ איז — "כי 62 תקנה עבד עברי שש שנים יעבוד ובשביעית יצא לחפשי חנם".

וואם לכאורה איז דאם ניט פאר־ שטאנדיק: די מצוה פון עבד עברי איז א דבר בלתי רגיל כלל: דוקא בזמן הבית 63 ,

און דעמולט גופא — רעדט זיך עם וועגן א גנב

(א מיעוט דמיעוטא 64 צווישן בני ישראל,

וואם כל ישראל זיינען בחזקת כשרות 65 ),

און א גנב שנמכר בגניבתו ע״י בית־דין* 6 און דער־ נאר "אין לו".

ווערט די שאלה: פאר־ וואס הויבט אן די תורה מיט א מצוה בלתי רגילה כלל וכלל וקשורה בחטא וכוי — און ניט מיט אנדערע מצוות אין דער זעלבער פרשה וועלכע זיינען שלא בערך מער רגיל?

ויש לומר הביאור — ווייל דוקא די מצוה ברענגט ארויס דעם תוכן און תכלית פון אלע ״משפטים״ _

ווי עם דארף זיין די הנהגה פון א גוף הגשמי פון א אידן,

די טייערקייט פון דעם גוף הגשמי,

וואם דוקא צו אים זיינען אפגעגעבן געווארן אלע "משפטים" און גאגץ תורה ומצוות:

צווישן אידן גופא איז אז עבד עברי אויף גאר א נידעריקע דרגא — א גנב,

שנמכר בגניבתו.

ד. ה. אז ביי אים הערט זיד אן בעיקר זיין גוף הגשמי והחומרי,

און זיין נשמה שטייט בהעלם.

ובפנימיות הענינים: מצד זייער גוף ווערן אידן אנגערופן "עבד",

און מצד זייער נשמה ווערן זיי אנגערופן "בן" 6 .

האט מען געקענט מיינען,

אז א)

וואם דארף די תורה זיר פארנעמעו לכל לראש מיט אויסטייטשן דינים וועגן לכאורה אן "איינפאכו" וכו׳ עבד עברי — בעסער וואלט געווען צו אגהויבן און רעדן וועגן העכערע ובכלל — רוחניות׳דיקע ענינים,

ב) וויבאלד דאם רעדט זין־ וועגן א גנב שנמכר בגניבתו געמאכט פון אן אידן — אן עבד עברי — דארף מען ניט זיין זהיר בכבודו וכו׳.

זאגט אז תורה "כי תקנה עבד עברי" — די תורה רעדט דא ניט וועגן דעם עצם דין פון א גנב,

נאר וועגן די דינים ווי מ׳דארף זיר פירן אויב

("אם")

מ׳האט שוין געקויפט אן "עבד עברי": א)

ניט קוקנדיק אויף דעם וואס ער איז אן עבד עברי שנמכר בגניבתו — גיט זיר אפ די תורה צו אנזאגן די דינים ווי מ׳דארף זיר מיט אים פירן,

און ב)

ווי דארף מען זיר מיט אים פירן — מיט חסד ורחמים,

"שש שנים יעבוד ובשביעית יצא לחפשי חנם" 6 ,

"אם בגפו יבוא בגפו יצא וגו׳",

"ויצאה אשתו עמו",

"חייב במזונות אשתו ובניו" 69 ,

וכו׳.

וויבאלד דאס רעדט זיר וועגן דעם גוף הגשמי פון א אידן,

וואם דוקא אין אים איז געווען די בחירה פון עצמותו ית׳,

און דערפאר האט ער אפגעגעבן גאנץ תומ״צ,

און אין די בחירה איז ניט שייר שינויים — דאס איז גלייד ביי אלע אידן,

ניט קוקנדיק צי זיין נשמה שטייט בגלוי אד ער ניט.

און די טייערקייט פון א אידישן גוף זעט מען מער בגלוי דוקא ביי אן עבד עברי — וואם ביי אים שטייט די נשמה בהעלם,

און אעפ״כ זאגט אן תורה דייט־ לעך ווי מ׳דארף זיר מיט אים פירן בחסד

ספר השיחות - ה׳תשמ״ז

וברחמים.

און דאם גיט ארוים דער תוכן ותכלית פון גאנץ משפטים — דער בירור וזיכוך פון דעם גוף הגשמי וואט צוליב דעם איז געגעבן געווארן תורה ומצוות.

ח. דערפון האט מעז א לימוד נפלא אין די געוואלדיקע טייערקייט פון א אידישער גוף,

און פון יעדער אידישן גוף או אויסנאם,

וואט צוליב אים האט מען געגאסן אזויפיל תורה ומצוות

(בלשון פון דעם רבי׳ן נ״ע כנ״ל).

וואט דאם לערנט יעדערן,

אז ניט קוקנדיק אויף זיין אייגענער חיצוניות,

אדער די חיצוניות פון א צווייטן אידן,

ניט קוקנדיק צי ער איז א צדיק גמור ביי וועמען עם לייכט די נשמה בגלוי אדער ניט — האט יעדער איד אן אויסנאס,

פון א תינוק שנולד ביז א צדיק גמור" 7 ,

א גוף אין וועלכן דער אויבערשטער אליין האט בוחר געווען בבחירתו החפשית.

און נאכמער: די בחירה אין גוף ווירקט ופועל אויף דעם אידן 7 ,

ביז אז דאם ברענגט אז ער זאל מגלה זיין די בחירה אין זיין גוף,

דורך גילוי הגשמה,

דורך תורה ומצוות.

ויש לקשר זה אויר מימן שיעור רמב״ם פון דעם מוצאי שבת

(ראש חודש אדר)

: "לעולם 72 יעסוק אדם בתורה

(ומצוותי■ 7 )

אפילו שלא לשמה שמתוך שלא לשמה בא לשמה":

אין דער הלכה זיינען אונטער־ שטראכן צוויי זאכן:

א) "לעולם יעסוק אדם בתורה אפילו שלא לשמה",

ד. ה. אפילו ווען ער האלט נאך בא "שלא לשמה"

(און ס׳וועט נעמען נאך א משך זמן ביז ער וועט צו־ קומען צו "לשמה"),

ווי דאם איז בא קטנים 61 ׳ 7 — דארף ער זיר אויר עוסק זיין בתורה ומצוות — ווארום דאם רעדט זיך וועגן א איד,

וועלכער האט א גוף גשמי,

א גוף קדוש,

אין וועלכער דער אויבערשטער האט בוחר געווען

(אפילו אויב זיין נשמה לייכט נאך ניט בגוף),

און די נשמה וכוונה לשמה פון דער מצוה לייכט נאך ניט בגלוי.

און נאבמער: ב)

"שמתוך שלא לשמה בא לשמה": וויבאלד אז זיין עצם איז אלעמאל גאנץ,

ווי דער רמב״ם פטק׳נט” אז יעדער איד "רוצה להיות מישראל ורוצה הוא לעשות כל המצוות כו׳״ — ברענגט עט סוף טוף זיכער צו עבודה "לשמה".

ובפרט לויט דעם פירוש אין "מתוך שלא לשמה בא לשמה״ — אז דער "תוך" און פנימיות פון "שלא לשמה" איז "לשמה" 76 .

און דעריבער,

בשעת מ׳טרעפט א אידן וואט אויף אים זעט אוים אז ער איז נאך ניט שייך צו קיום המצוות בתכלית ההידור,

אדער ער איז גאר א תינוק

ש״פ משפטים,

מבה״ח וער״ח אדר,

פ׳ שקלים

שנשבה בין העכו״ם,

וואם ווייסט בכלל נאך ניט וועגן אל״ף־בי״ת פון אידיש־ קייט — טאר מען זיד ניט מייאש זיין פון אים און ניט פון קיין אידן ח״ו,

נאר מ׳דארף זיך מיט אים פארנעמען מיטן גאנצן שטורעם בכדי ביי אים מגלה זיין די טייערקייט פון זיין גוף הגשמי דורך מגלה זיין ביי אים זיין נשמה דורך לימוד התורה וקיום המצוות.

ט. ובנוגע לפועל:

שטייענדיק בשבת מברכים החודש אדר,

וואט זיין יום טוב תוכן איז חג הפורים,

און פ׳ שקלים,

און פ׳ משפטים — האט מען אן אנווייזונג און נתינת כח,

צו זיף אריינטראכטן וכדבעי 77 אין די טייערקייט פון יעדער איד,

"מנער ועד זקן טף ונשים*,

על מנת אז דאם זאל אים ברענגען צו משפיע זיין אויף די אידן אז זיי זאלן זיד שטארקן אין לימוד התורה און קיום המצוות.

כולל ובמיוחד — דעם פארשלאג און בקשה כפולה וועגן וועלכע מ׳האט גע־ שריבן אין די בריוו 7 ,

סיי אין דעם כללות׳דיקן אלגעמיינעם בריוו,

און טיי אין דעם בריוו צו די קינדער — אז מ׳זאל באשטימען דעם קומענדיקן יאר אלט א זמן געווידמעט ספעציעל צו מאכן יעדע אידישע היים — א "מקדש מעט* 79 ,

א בית תורה,

תפלה וגמילות חסדים,

און ספעציעל — דורך דעם וואם קינ־ דער,

אוז אויר ערוואקטענע,

זאלן האבן אן אייגענעם סידור,

חומש

(אדער אז אנדער ספר של תורה),

און

(להבדיל)

צדקה־פושקע.

און דארט אנשרייבן "להשם הארץ ומלואה",

און זיין נאמען.

ווי ערקלערט אויספירלעך אין די בריוו.

יו״ד.

וכפשוט: שטייענדיק אויף דעם שוועל פון חודש אדר — דארף מען טאן בהוספה ובזריזות וכדבעי אין אלע צוגרייטונגען צו "מבצע פורים": זען אז יעדער איד,

"מנער ועד זקן טף ונשים",

זאל וויסן און מקיים זיין די מצוות פון פורים: מקרא מגילה,

משלוח מנות איש לרעהו,

מתנות לאביונים,

שמחת פורים,

סעודת סורים וכר.

כולל כפשוט — דעם פנימיות׳דיקן אינהאלט פון פורים — "קיימו מה שקבלו בבר" בא מתן תורה,

א בא־ נייטער חיזוק אין אלע ענינים פון תורה ומצוות,

וועלכע טיילן זיר בכללות אויף "אורה ושמחה וששון ויקר"",

"אורה זו תורה כר ויקר אלו תפילין" ”.

יא. ויהי רצון,

אז די אלע זאכן זאלן נאכמער צואיילן דעם "מיסמך גאולה לגאולה" 7 *,

גאולת פורים לגאולת פסח,

דער רעדן איצט בשבת וועגן גאולת פורים זאל זיין בסמיכות ממש לגאולה העתידה,

וועלכע וועט זיין כימי צאתך מארץ מצרים",

ע״י משיח צדקנו,

ותיכף ומיד ממש — נאך אין דעם שבת מברכים אדר,

וועט מען בדרך ממילא פראוועו פורים און פסח אין ארץ הקודש,

אין ירושלים עיר הקודש,

בביהמ״ק השלישי,

ומתוך שמחה וטוב לבב.

ספר השיחות - ה׳תשמ״ז

Reader controls and commentary are loading.