B"H
🏡

Ikar

משיחות ש״פ בשלח, תמשה עשר בשבט, שבת שירה, ה׳תשמ״ז

א. אין דעם שבת זייבעו פאראן כמה ענינים מיוחדים: א)

חמשה עשר בחודש,

ווען "קיימא סיהרא באשלמותא״י,

ב) חמשה עשר בחודש שבט,

ראש השנה לאילנות? ג)

שבת שירה.

ד) אן עניו וואם איז נתגלה געווארן בדורנו -אבער אן ענין הכי קרוב אלינו דורנו זה 1 - דער שבת נאד עשירי בשבט,

דער יום ההסתלקות וההילולא פון כ״ק מו״ח אדמו״ר,

נשיא דורנו.

וויבאלד אז אלע זאכן זיינען בהשגחה פרטית/ און זיכער די זאכן פארבונדן מיט תורה און קביעות השנים והחדשים ע״פ התורה - איז פארשטאנדיק אז די אלע עגינים האבן צווישז זיד א שייכות; און וויבאלד אז א איד דארף פון יעדער זאד ארויטנעמען א לימוד און הוראה אין זיין עבודה לשמש את קונו 8 - דארף מען אויר ארויסנעמעז א הוראה פון די ענינים אין דעם שבת,

און פון דער שייכות ביניהם.

און די הוראה - אזוי ווי אלע הוראות פון תורה - דארף זיין פאר אלע אידן,

אנשים נשים וטף,

ביז קטני קטנים/

ווארום צו יעדערן פון זיי איז אפגעגעבן געווארן כל התורה כולה

(מיט אלע מנהגי ישראלי)

אלם א ירושה,

"מורשה" קהלת יעקב״י.

ב. וי״ל דער עגין אין דעם:

אין די אלע פיר ענינים בשבת זה -איז אונטערשטראכן אן עלי׳ ושלימות וחידוש שלא בערך וואס קומט צו אין עבודת האדם,

און ווי דאס איז פועל ומשפיע אויר אויף אנדערע,

ביז בכל העולם כולו,

אויך אויף אומות העולם"/ כדלקמן.

און וויבאלד אז די אלע פיר זאכן קו־ מעז צוזאמען - האט מען דערפון ארויס אויר דעם לימוד און הוראה ונתינת כח פון דעם טאג,

אז עם דארף צוקומען א

חכ״א ע׳ 489.

חי״ט ע׳ 612.

וש״נ>.

וכו נראה במעות סקו״ג - שהוא בנוגע לכאו״א מישראל ממש,

מגדול שבגדולים עד לקטן שבקטנים,

ואפילו בתינוק בו יומו שיעא זה עתה לאויר העולם

(ראה שו־ע אדה״ז או״ח הל׳ שבח סש״ל ס״ח.

וש״נ.

שיחת ש״פ וארא

(לעיל ע׳ 287 ואילח).

ש״פ בשלח,

ט״ו בשבט,

שבת שירה

חידוש אין עבודת כל אחד ואחת,

ובאופן אז ער

(זי)

איז דאם משפיע אויף דעם גאנצן ארוס.

ג. אנהויבנדיק פון דעם דבר הקרוב אלינו - דער שבת שלאחרי עשירי בשבט,

דער יום ההילולא פון כ״ק מו״ח אדמו״ר":

ס׳איז ידוע

(ווי דער אלטער רבי ער־ קלערט אין אגרת הקודש 2 ׳)

אז אין דעם יום ההילולא פון א צדיק ווערן נכלל און עם זיינען עולה למעלה "כל מעשיו ותורתו ועבודתו אשר עבד כל ימי חייו",

און זיי שטייען דעמולט בתכלית השלי־ מוח 3 ׳,

און צוזאמען דערמיט איז דאס אויך "מתגלה 4 ׳ ומאיר בבחי׳ גילוי מלמעלה למטה",

ביז אז דאם איו "פועל 5 ׳ ישועות בקרב הארץ",

בכל הארץ כולה,

ולכל לראש - צו אידן,

צו די וואס האבן געהאט א שייכות צו דעם צדיק,

די וואס גייען "בדרך ישרה אשר הורנו מדרכיו ונלכה באורחותיו נס״ו״“.

און דורך זיי - בכל הארץ כולה,

אויר צו אוה״ע.

און בשעת עם רעדט זיר וועגן א נשיא בישראל,

וואם "הנשיא הוא הכל" 7 ׳,

און

״בתר רישא גופא אזיל״*׳ - איז פאר־ שטאנדיק אז דעמולט ווערט נמשד א סיוע ונתינת כח צו כל אנשי הדורי׳,

ווארום א נשיא "לא יעזוב צאן מרעיתו"" 2 ,

ואדרבה

(ווי עם שטייט אין זהר׳ 2 )

- "אשתכח 22 בכולהו עלמיז

(אויד ב־ עוה״ז הגשמי 23 )

יתיר מבחיוהי",

ווארום "חיי 24 הצדיק אינם חיים בשריים כ״א חיים רוחניים שהם אמונה ויראה ואהבה כו׳,

והנה בהיות הצדיק חי על פני האדמה היו שלשה מדות אלו בתור כלי ולבוש שלהם בבחי׳ מקום גשמי כו׳,

אבל לאחר פטירתו כו׳ הואיל ואינה בתור כלי ולא בבחי׳ מקום גשמי כו׳ נקל מאד לתלמידיו לקבל חלקם מבחי׳ רוח רבם העצמות 25 שהם אמונתו ויראתו ואהבתו אשר עבד בהם את ה׳ כו׳".

און ביום ההילולא בכל שנה ושגה חזר׳ט זיר איבער די זעלבע זאד ווי ס׳איז געווען בפעם הראשונה

(כידוע דער פירוש" 2 עה״פי׳ "הימים האלה נזכרים ונעשים״/ ואדרבה - בכל שנה קומט צו או עלי׳ נוספת ויתירה אין

6ו3

ספר השיחות - ה׳תשמ״ז

(דער נשמה פון)

דעם בעל ההילולא -אן עלי׳ שלא בערך 28 ,

און דורך דעם -ווערט אויך אן עלי׳ שלא בערך בא כל הדור ובפרט בא כל ההולכים "בדרך ישרה אשר הורנו".

און נאכמער: "מה זרעו בחיים אף הוא בחיים"".

דורך דעם וואם זרעו זיינען בחיים,

און א חיים בהתאם צו חיי הצדיק - "חיים רוחניים שהן אמונה ויראה ואהבה" 24 - ווערט "אף הוא בחיים"

(ווייל "חיי הצדיק אינם חיים בשריים כ״א חיים רוחניים").

ד. ה. אז ס׳איז ניט בלויז וואס מ׳באקומט א השפעה פון דעם צדיק ובאופן של עלי׳ שלא בערך וכו׳,

ובכל שנה ושנה קומט אין דעם צו א הוספה - נאר "הוא בחיים" ממש,

און אין דעם גופא קומט צו אן עלי׳ שלא בערך משנה לשנה.

און בשעת עם קומט דער שבת של־

אחרי יום ההילולא - ווערט דעמולט דער "ויבולו"" 2 מלשון שלימות י 18 אין דעם שלימות גופא פון דעם יום ההילולא - תכלית השלימות שבתכלית השלי־ מות.

ד. דער לימוד דערפון צו כל אנשי דורנו:

פון דעם שבת שלאחרי יום ההילולא דעשירי בשבט בשנה זו - ווען די עבודה פון דעם בעל ההילולא שטייט בתכלית השליטות און דערפון ווערט נמשך צו כל אנשי הדור,

ביז באופן פון "מה זרעו בחיים אף הוא בחיים״ -

באקומט יעדער איד פון דעם דור,

אנשים נשים וטף,

כחות צו מוסיף זיין באופן חדש ושלא בערך אין זיין עבודה,

בלימוד התורה,

קיום המצוות בהידור,

ועבודת התפלה.

ובכללות - די שלשה עמודים שעליהם העולם עומד 22 ,

תורה עבודה

(תפלה)

וגמילות חסדים

(וועלכע זיינען כולל כל המצוות וכל עניני עבודה).

ובמיוחד אין דער עבודה המיוחדה פון דעם בעל ההילולא - הפצת התורה והיהדות בכלל,

און הפצת המעינות חוצה במיוחד,

ביז אין חוצה שאין חוצה ממנו,

כולל דורך מתרגם זיין חסידות בלשון עם ועם,

אזוי אז דאם זאלן קענען דערגרייכן צו אידן וואם פארשטייען דערוויילע ניט לשון הקודש,

און אויך - בנוגע די ענינים השייכים להם-צו אוה״ע 22 .

ש״פ בשלח,

ט״ו בשבט,

ש3ונ שירה

7ו3

ה. און אין דעם חידוש ושלימות העבודה וואס מ׳האט בשבת זה קומט צו נאד א הוספה - מצד די אנדערע דריי ענינים הנ״ל בשבת וה

חמשה עשר בחודש:

ישראל דומין און

(דערפאר)

מונין ללבנה*? כידוע אז דברי ימי ישראל בא־ שטייעו פון עליות וירידות בדוגמת הלבנה,

ביז אז "הם עתידים להתחדש כמותה" 5 ?

און דעריבער,

בשעת קיימא טיהרא באשלמותא

(בחמשה עשר בחודש/ דער אור הלבנה איז במילואו ובשלימותו -באווייזט עם אז דעמולט לייכט במילואו ובשלימותו דער אור פון עם ישראל וחיי כאר״א מישראל,

ובמיוחד - אין "נר מצוה ותורה אור"*?

וע״פ הכלל פון "מעליו בקודש״י? איז פארשטאנדיק אז אע״פ וואט בחדשים שלפג״ו איז שוין געוועו קיימא סיהרא באשלמותא

(בחמשה עשר בחודש)

-קומט צו אין דעם גופא אן עלי׳ ושלימות בכל חודש וחודש,

אזוי אויך בחודש זה,

לגבי כל החדשים שלפני זה.

און נוטף לזה וואט דער שלימות ומילוי איז דא בא אידן,

האט דאס א השפעה בכל העולם

(אויר אריח אוה״ע)

- ווי דער ענין איז בפשטות: בחמשה עשר בחודש ווערט די גאנצע ערד און אלע אירע באשעפענישן באלויכטן מיט

די פולע ליכט פון דער לבנה,

און יע־ דערער קען דאם זען בפשטות,

און גיין באנאכט מיטן אור הלבנה,

וכיו״ב.

נאכמער: ס׳איז ידוע אז דער אור הלבנה האט א השפעה איח עניני הארץ,

צמיחה כו׳ בשדות ובכרמים,

כמ״ש"■ "וממגד גרש ירחים",

"יש פירות שהלבנה מבשלתן כו׳י? און אויך: "הלבנה מניע יסוד המים שכן הימים והנחלים מתוספים בתוספת הלבנה כר""? איז דערפון מובן,

אז בשעת ס׳איז קיימא סיהרא בשלמותא,

איז נאד שטארקער די השפעת הלבנה אויו* צמיחה ובו׳ בכל עניני העולם,

אויד בא אוה״ע.

און אין עבודת האדם איז דער ענין בזה: די שלימות העבודה פון "נר מצוה ותורה אור" ביי א אידן

(קיימא סיהרא באשלמותא)

- דארף זיין ניט בלויז בנוגע לעצמו,

נאר ארך באלייכטן דעם גאנצן ארוס,

אנדערע אידן,

און חלקו בעולם,

ביז כל העולם כולו,

אויר אוה״ע,

כפס״ד ברור ברמב״סי* אז "צוה משה רבינו מפי הגבורה לכוח את כל באי העולם לקבל מצוות שנצטוו בני נח".

ו. חמשה עשר בשבט,

ראש חשנח לאילנות:

חמשה עשר בשבט איז א יו״ט בא אידן - מ׳זאגט דעמולט ניט קיין תחנון,

און דערצו איז אויד א מנהג ישראל צו עסן פירות האילן ביום זה וכו׳ 22 .

ספר השיחות - ה׳תשמ״ז

וואם איינער פון די ביאורים בזה איז - מיוסד אויפן פםוק 23 "כי האדם עץ השדה",

וכמובן פון דברי הגמרא אויה דעם פסוק" אז מ׳פארגלייכט א אידן

(א תלמיד חכם)

צו "עץ השדה" 45 .

דארף מען פארשטיין: ווי פאסט צו מתאר זיין מעלת האדם - מין המדבר -דערמיט וואם ער איז "עץ השדה",

אז ער האט די תכונות,

מעלות פון "צומח"?

אמת טאקע אז ביי אן אדם איז פא־ ראן" אויר דער ענין פון "צומח"

(ובפרט די צמיחה פון זיינע שערות צפרניו וכו׳),

אבער ביי אן אדם איז דאר פאראן א פיל גרעסערע מעלה - דער ענין פון "חי" ו״מדבר".

ועוד ועיקר: ניט איו צומח

(שבו)

באשטייט מעלת האדם - היינט ווי איז מתאים צו זאגן "האדם עץ השדה"?

ויש לומר הביאור בזה:

וויבאלד אח "כל מה שברא הקב״ה בעולמו לא ברא דבר אחד לבטלה" 44 ,

און "לא בראו אלא לכבודו"• 4 ,

מוז מען זאגן אז אין יערער בריאה שבעולם כולל חלק הצומח,

איז דא א מעלה ושלימות וואם שאר חלקי העולם,

כולל דעם מיז המדבר,

פארמאגן ניט

(מצד עצמם/ און פון די מעלה ושלימות דארפן אלע מקבל זיין אוו זיר אפלערנען.

איינע פון די מעלות אין מין הצומחי 4

(לגבי שאר המינים,

דומם,

חי ומדבר)

איז - אז ער וואקסט שטענדיק.

כשמו -"צומח",

על שם זה וואם כל משד זמן קיומו - איז ער צומח

[ע״ד ווי "חי" ווערט אנגערופן בשם "חי",

על שם זה וואם כל משד זמן קיומו איז ער חי,

ער באוועגט זיך"].

משא״כ

(מין החי און)

מין המדבר

(אן אדם)

ניט כל ימי חייו וואקסט ערי 5 : בא זיי איז דא 29 די ימי הגידול,

ימי העמידה,

וימי הזקנה.

נאד א מעלה ושלימות אין מין הצומח

(אילנות)

איז - אז דער גידול תמידי איז אין אן אופן אז ער איז נושא פיר ו ת

(ובאופן פון גילוי כח הא״ס")

כל משך זמן קיומו.

משא״כ בא מין המדבר,

איז דא א זמן ווען עם ווערט נפסק דער כח אריח הולדה בפועל.

און צוליב די מעלה ושלימות אין צומח

(עץ)

גלייכט מען צו אן אדם צו "עץ השדה": וויבאלד אז דער אדם איז אן "עולם קטן" 54 ,

איז פונקט ווי דער "עולם גדול" איז איינגעטיילט אין פיר סוגים,

דומם,

צומח,

חי און מדבר,

אזוי זיינען אויד באם אדם אויד ברוחניותו,

פאראן די פיר סוגים,

כולל צומח 55 .

ש״פ בשלח,

ט״ו בשבט,

שבת שירה

און איינער פון די ?נינים וועלכער ער איז מקבל פון צומח איז - דער כח אז בעבודה רוחנית שלו זאל ער שטטנ־ דיק וואקסן,

במשך כל ימי חייו

(סיי בימי גידול,

סיי בימי עמידה,

און סיי בימי זקנה)

וואקסן און שטייגן אלץ העכער און העכער,

כמאחז״ל "תלמידי חכמים אין להם מנוחה כר שנאמר ילכו מחיל אל חיל יראה אל אלקים בציון".

און וואקסן ניט בלויז פאר זיך אליין,

נאר אין אן אופן אז ער איז שטענדיק ״נושא פירות" - דורך לערנען און משפיע זיין אויף אנדערע,

וואם "כל המלמד את בן חבירו תורה מעלה עליו הכתוב כאילו ילדו" 54 ,

ביו אויך אויף אוה״ע

(וואס אויר זיי באקומען א השפעה פון אילנות ומין הצומח).

ואדרבה -בענין זה איז דא א מעלה ביי א זקן,

מצד דעם וואס "רוב שנים יודיעו חכמה" 5 .

ז. דערפון איז פארשטאנדיק דער לימוד פון חמשה עשר בשבט:

לויט דעם ביאור בנוגע צו ראש השנה בכלל" 5 ,

אז ער איז דער "ראש"

(קא9)

פון יאר וואט איז איז זיר כולל כל ימי השנה,

און פירט מיט זיי או אויר במקומם - איז פארשטאנדיק די זעלבע זאך בנוגע צו "ראש השנה לאילנות""

(בנוגע צו דעם ענין פון אילנות,

צומח)

- אז ער איז דער "ראש" פון די עבודה באופן פון צמיחה והליכה תמידית ונושא פירות במשך כל ימי השגה.

ד. ה. אז אין דעם טאג הויבט זיר אן א סדר חדש אין

עבודה פון "אדם עץ השדה" באופו פון הליכה מחיל אל חיל,

ובאופן פון "נושא פירות",

משפיע זיין אויף דעם ארום.

ד. ה. במשך כל השנה דארף זיין עבודה באופן פון "ילכו מחיל אל חיל",

און א)

א כח מיוחד לזה נעמט מען פון ר״ה לאילנות,

און ב)

ועיקר: בר״ה לאילנות בכל שנה ווערט נמשך א כח חדש אויף נתעלה ווערן צו א דרגא שלא בערך נעלית יותר ווי בשנה שלפנ״ז

(משא״ב די עליות במשך השנה זיינען בערך זה לזה).

און דער כח ווערט נמשך ביז ר״ה לאילנות בשנה הבאה,

וואם דעמולט בא־ קומט מען א נייעם כח צו נתעלה ווערן צו שלא בערך א העכערען שלב אין עבודת ההליכה מחיל אל חיל,

ועשיית פירות.

ח. שבת שירה:

שבת שירה ווערט אזוי אנגערופן על שם שירת הים וואם מ׳לייענט בשבת זה

(פ׳ בשלח״)

- די שירה וואם משה ובני ישראל האבן געזאגט אויף דעם נם פון קריעת ים סוף.

דער ענין פון קרי״ם האט אויפגעטאן א שלימות אין דער עבודה פון אידן -בידוע אז קרי״ס איז געווען די שלימות פון יציאת מצרים,

און א הכנה צו מתן תורה 41 .

ובלשון החסידות - אז קרי״ם האט אויפגעטאן דעם חיבור פון עלמא דאת־ גליא ועלמא דאתכסיא״.

ובעבודה -דער גילוי פון העלם ועצם הנשמה.

ספר השימות - ה׳תשמ״ז

און דערפאר איז שירת הים געווען אן עבודה הכי נעלית - "שיר ורצוא דבחי׳ יחידה שבנפש שזהו בעצמות הנשמה ממש" 65 .

און אויר אין דעם איז געווען די השפעה ניט בלויז צו אידן,

נאר אויך בכל העולם 64 ,

כידוע אז בשעת קרי״ם נבקעו כל מימות שבעולם 65 .

ובפרטיות יותר: בסיום השירה שטייט 66 "מקדש אדנ-י כוננו ידיד ה׳ ימלוך לעולם ועד".

וואס דאם גייט אויפן בית המקדש

(דלעתידי 6 )

- וידוע אז דער תכלית השלימות פון עבודת האדם און פון אלע ענינים און כל העולם כולו - איז דער בית המקדש

("מקדש אדג־י")

וואו ס׳איז דא "ושכנתי בתוכם" 68 ,

וכדלקמן.

און בשבת שירה בכל שנה ושנה -ווען מ׳לייענט מחדש שירת הים

(מיט א ברכה לפני׳ ולאחרי׳)

- חזר׳ט זיך איבער דער ענין פון שירת הים,

מיט דער שלימות אין עבודה וואם דאס בא-דייט.

ואדרבה - מצד "מעליו בקודש" איז דאס א שירה חדשה,

באופן חדש לגמרי בכל שנה ושנה.

ט. לויט דאם אויבנגעזאגטע איז פארשטאנדיק די שייכות פון די אלע

פיר ענינים אין דעם שבת,

און וואם יע־ דערער גיט צו אין דעם צווייטן:

אין אלע ענינים איז אונטערשטראכן אז היינט הויבט זיך אן א שנה חדשה און א תקופה חדשה וסדר חדש אין שלימות עבודת האדם - מצד דעם וואס ס׳איז: א)

דער שבת נאך א יום הילולא חדש,

ווען עס ווערט אן עלי׳ הדשה ושלא בערך אין דעם בעל ההילולא און

(דורך אים אין)

כל אנשי הדור,

ב) חמשה עשר בחודש - ווען עם ווערט א שלימות חדשה אין ישראל שדומיו ללבנה,

ג) חמשה עשר בשבט - ווען עם הויבט זיר אן א שגה חדשה אין צמיחה והליכה מחיל אל חיל׳ ח שבת שירה - א שירה חדשה,

וואם באדייט א שלימות חדשה אין עבודת

(בעלי)

השירי 6 ,

שפיכות הנפש,

נפש דבל וכללות עבודת האדם.

און אין די אלע ענינים איז אויר אוג־ טערשטראכן - אז נוסף צו דעם חידוש אין די אייגענע עבודה,

קומט אויר צו א השפעה צו אלע ארום,

כנ״ל.

ויש להוסיף א תוספת הדגשה בכל זה - מצד דעם חידוש בשנה זו,

וואם זי איז א שנת השמיטה,

"שבת לה"׳" 7 ,

און א שנה שהתחלתה וראשיתה איז מיט יו״ט של ראש השנה

(וואט פירט אן מיט כל השנה)

שחל להיות בשבת: ענינו פון שבת איז אן עלי׳

("ויבולו")

ושלימות חדשה בכל,

כולל דכל עניני העבודה.

ווארום דע־ מולט איז "כל מלאכתך עשוי׳""

(מלאכת

ש״פ בשלח,

ט״ו בשבט,

שבת שידה

ו32

האדמה בשנת השמיטה,

וכל מלאכה ביום השבת),

במילא האט ער א ריבוי זמן צו אויסנוצן אויף עבודת ה׳

(לימוד התורה,

עבודת התפלה וגמ״ח

(מצות))

־ 7 ,

ומתוך תענוג,

און באופן שלא בערך - ווי דער ערך פון שבת לגבי ימי החול.

עפ״ז איז מובן,

אז בשעת מ׳שמייט אין א שבת בשנה זו,

און נאד א שבת שלאחרי יום ההילולא,

וחמשה עשר בחודש,

וחמשה עשר בשבט,

ושבת שירה -איז א זמן המתאים אז עם זאל צוקומען א חידוש כללי בכל עניני העבודה.

און נאכמער - ס׳איז א הכרח אז עם זאל צוקומען א חידוש: היות אז ס׳איז אזא יאר און אזא טאג ווען מ׳גיט אידן אזוינע כחות חדשים,

וכל מה שברא הקב״ה לא ברא דבר אחד לבטלה,

איז אויב מ׳נוצט ניט אוים די כחות ח״ו -גייען זיי אוועק "לבטלה" ר״ל!

יו״ד.

ובכללות:

אנהויבגדיק פון היינטיקן טאג,

דער שבת גאך א יום הילולא חדש,

און ראש השנה לאילנות וכו׳ - זאל בא יעדער איד צוקומען א צמיחה והתגברות חדשה,

און באופן פון שלא בערך.

אין אלע ענינים פון זיין עבודה,

ובכללות - אין די שלשה עמודים

(וועלכע זיינען כולל כל עניני עבודה)

פון לימוד התורה,

תפלה,

און גמילות חסדים

(מצות)

- אז מ׳זאל אין די אלע זאכן מוסיף זיין ביתר שאת וביתר עוז מיט א שלימות חדשה.

און אין צוגאב צו דער הוספה און חידוש בא זיך אליין - אויך אין הפצת התורה והיהדות און הפצת המעינות חוצה ביי אנדערע אידן,

און אויך הפצת

שבע מצוות דבני נח בא די ניט־אידן מיט וועמען מ׳קומט אין בארירונג.

יא. בהוספה אויף דעם חידוש כללי הנ״ל - איז מתאים אז אין דער שנה ותקופה חדשה - זאל צוקומען אויר א דבר חדש ממש בעבודת כאו״א מ־ ישראל 73 .

בכדי וויסן אין וואם עם באשטייט די עבודה חדשה פון יעדער זמן - דארף מען זובען און לערנען

(אפלערנען)

אין תורה,

וואס זי איז "תורה אור",

א תורה וואם ווייזט אן ליכטיקע הוראות,

און אין תורה גופא - אין דעם חלק וואס מ׳לייענט אין דעם זמן

(התחלת תקופה זו)

- שירת הים:

בסיום וחתימת השירה שטייט“ "מקדש אדנ-י כוננו ידיך ה׳ ימלוך לעולם ועד".

"מקדש אדג־י"

(דער ביהמ״ק דלעתיד)

איז אז ענין כללי און תכלית השלימות פון אלע ענינים,

ועאכו״ב אין עבודת האדם - ווארום דער תוכן פון עבודת האדם דארף זיין "ועשו" לי מקדש ושכנתי בתוכם" 74 ,.

בתוכו לא נאמר אלא בתוכם,

בתוך כאו״א״”,

מאכן בא זיך,

אין זיך א כלי ומקום ראוי פאר השראת השכינה,

ובכללות יותר - גייט דאס אויף די עבודה פון מאכן א דירה לו יתברך בתחתונים 74 ,

וואם אין דעם בא־

ספד השיחות - ה׳תשמ״ז

שטייט דער תכלית וכוונה פון גאנץ בריאת העולם - נתאוה הקב״ה להיות לו יתברך דירה בתחתונים",

דורך תורה ומצוות,

תורה עבודה וגמילות חסדים.

און וויבאלד אז דאם איז אזא ענין כללי,

מוז מען זאגן אז דאם איז אן ענין נצחי בכל הזמנים ובכל המקומות" אויך בזמן הגלות לאחרי חורבן ביהמ״ק.

נוסף לזה וואם יעדער דבר חשוב דארף האבן א הכנה",

עאכו״ב דער ביהמ״ק

(השלישי)

- במילא מוזן אידן איצטער מאכן א הכנה מתאימה צו דעם ביהמ״ק השלישי.

און ניט בלויז א הכנה אז עם זאל ניט זיין "השוכן אתם בתוך טומאתם"",

נאר בטהרתם,

און נאכמער בקדושתם"",

יעדער איד "בתוכו" ווערט א מקום הראוי פאר בית המקדש,

בית קדושה׳"

(דורך דעם וואס ס׳איז דא די הכנה פון ״ויקחו לי 7 " - לשמי""" די י״ג״י

(ט״ו"")

דברים פארן משכן ומקדש)

- נאר נאכמער: מ׳מאכט אויר א הכנה וכלי פאר דעסי ביהמ״ק עצמו,

דורך בויען א מקדש מעט,

און "בית" מעין מקדש מעט זה.

דה נוסף על זה שכל התורה היא נצחית

(תניא רפי״ז.

ובכ״מ4 ועאכו״ב שירת הים בתושב״ב,

ועאכו״ב בעניו זה גופא שבו מודגש,

ה׳ ימליך לטולס ועד".

וואס דערפאר זאגן חז״ל,

אז לאחרי חורבן ביהמ״ק גיט מען אידן די מעג־ לעכקייט

[נוסף אויף טאן די עבודות פון ביהמ״ק

(בעבודה רוחנית)

- תפלות במקום קרבנות תקנום 4 "]:

"מיום שחרב בית המקדש אין לו להקב״ה בעולמו אלא ד׳ אמות של הלבה בלבד" 7 ".

"ואהי׳ להם למקדש מעט"" - אלו בתי כנסיות ובתי מדרשות""".

"והשמותי את מקדשיכם""",

מקדש מקדשי מקדשכם לרבות בתי כנסיות ובתי מדרשות״׳״.

״בית גדול*״ - בית שמגד־ לין בו תורה,

בית שמגדלין בו תפלה"".

ד. ה. אז דורך אויפשטעלן א ביהכנ״ם און ביהמ״ד בזמן הגלות - א בית

(דהיינו - לא אוהל אלא)

קבוע וואם איז ספעציעל געווידמעט צו תפלה,

אדער תורה - מאכט מעז אויף א "מקדש מעט",

וואם איז מעין דעם ביהמ״ק שחרב,

וועלכער איז מעין והכנה פון ביהמ״ק השלישי,

"מקדש אדנ-י",

ע״י שעושה תורתו

(שהיא במקום ביהמ״ק)

קבע - ״הקובע מקום לתורתו״״״ -"עי״ז ממשיך מבחי׳ דירת קבע של הקב״ה כביכול"",

ועד״ז בנוגע צו תפלה 4 ״ - "הקובע מקום לתפלתו" 7 ".

ש״פ בשלח,

ט״ו בשבט,

שבת שירה

ובפרטיות יותר - ווערט דאם אויפ־ געטאן דורך מאכן א בית קבוע פאר תורה,

תפלה און גמילות חסדים

(די שלשה עמודים שעליהם העולם עומד)

- "פי׳ העולם עומד שע״י שלשה עמודים דברים אלו ממשיכים דירת קבע של הקב״ה כו׳״”.

וואט דעריבער האט מען מציע גע־ ווען לאחרונה״ - אז מ׳זאל זיך ספעצ־ יעל משתדל זיין אויפשטעלן בכל מקום ומקום וואו עס געפינען זיך אידן א "מקדש מעט",

א בית תורה,

תפלה ו־ גמ״ח״״י,

ומה טוב - א בית פון אלע דריי זאכן צוזאמען,

וואט דעמולט איז יעדערער פון די דריי קוים מוסיף אין דעם צווייטן און דריטן.

ובפשטות: מ׳זאל האבן א בית קבוע וואו יעדער איד וואם געפינט זיר במקום זה זאל קענען דארט אריינגיין לערנען תורה,

מתפלל זיין להקב״ה,

און געבן גמ״ח וצדקה.

ונוסף לזה - זאל דאס אויך זיין א בית שממנה יוצאה אורה לכל הסביבה ולכל העולם כולו

(בדוגמת כביכול הביהמ״ק) 1 "׳,

דאס באלייכט די גאנצע שטאט מיט תורה עבודה וגמילות חסדים,

פאר אלע אידן ארום.

ביז אז דאם ווערט בדוגמת

(דעם ביהמ״ק -)

"ביתי בית תפלה יקרא לבל העמים״־״׳ - אז דאם איז משפיע אויך

אויף בני נח - בנוגע זייערע ז׳ מצוות

[בדוגמא ווי דער ביהמ״ק האט מגין גע־ ווען אויף די אוה״ענ״י].

און דערצו האט מען אויך מציע גע־ וועף״ 54 - אז נוסף לזה וואס מ׳שטעלט אויף א "מקדש אדנ-י" מעט כללי וציבורי - זאל יעדער איד,

אנשים נשים וטף,

דאם טאן בביתו הפרטי,

בחדרו הפרטי,

ברשותו הפרטית,

בד׳ אמות שלו הפרטיים: מאכן פון און אין זיי א "בית תורה,

תפלה וגמ״ח",

ד. ה. אז בכל יום ויום זאל דארטן זיין אן ענין פון לימוד התורה,

א תפלה לה׳,

און נתינת גמ״ח אדער צדקה 5 "׳.

און אויך - אין די אייגענע כחות הנפש,

ומחשבה דיבור ומעשה - אז ער מאכט א "מקדש אדנ-י",

א "בית" קבוע פון אלע זיינע כחות הנפש ומחשבה דיבור ומעשה שלו פאר תורה,

תפלה וגמילות חסדים"" 1 .

יב. ובהמשך לזה - איז מען מציע אן ענין חדש אויף וועלכע מ׳זאל באשטי־ מען דעם קומענדיקן יאר:

ביז איצטער איז דער עגין פון הקמת ״בית תורה,

תפלה וגמ״ח״ - געווען איין ענין צווישן א סך אנדערע ענינים של הוספה בתומ״צ.

שטייענדיק איצטער בא די התחלה

ספר השיחות - ה׳תשמ״ז

פון א שנה חדשה ותקופה חדשה

(כנ״ל),

און בשבת שירה,

ווען עם ווערט נתחדש מחדש דער ענין השירה,

א שירה חדשה

[דורך אלע אידן,

אנשים ונשים,

"משה אמר שירה לאנשים הוא אומר והם עונין אחריו,

ומרים אמרה שירה לנשים"""],

כולל דעם פסוק און עניו פון "מקדש אדנ-י כוננו ידיך״ -

איז כדאי ונכון ביותר,

אז מ׳זאל בא־ שטימען דעם קומענדיקן יאר אלם א זמן וואם זיין הויפט עבודה און עבודה עיקרית,

זאל זיין צו אויפשטעלן א "מקדש מעט",

בית תורה תפלה וגמ״ח בכל מקום ומקום,

יעדער איד אין ביתו וחדרו הפרטי וד׳ אמות שלו הפרטיים.

ד. ה. אז דאם זאל ניט זיין נאך א זאך צווישן אנדערע עניני עבודה,

נאר דאם זאל זיין די עבודה עיקרית ועבודה ראשית פון דעם קומענדיקן יאר.

ובלשון הידוע - מצוה דהוי "זהיר טפי"*"י,

ובלשון הקבלה והחסידות 9 ״׳ - דער "שער",

דורך וועלכע אלע אנדערע עניני תומ״צ זיינען דעמולט עולה"".

מובן ופשוט,

אז דער ענין

(דהוי זהיר טפי)

איז ניט ח״ו גורע פון שאר הענינים,

אדרבא מ׳דארף מוסיף זיין א התגברות חדשה אין אלע ענינים עבודה,

נאר אין דעם גופא דארף זיין די הדגשה מיוחדת בנוגע צו דעם ענין דהוי זהיר טפי.

ואדרבה: וויבאלד אז דאם ווערט דער "שער" אויף אלע אנדערע ענינים - איז יעדער הוספה וחידוש אין דעם "שער",

גיט צו א הוספה וחידוש אין אלע עניני עבודה.

יג. נאד א נקודה עיקרית אין דעם -בנוגע צו דעם תפקיד מיוחד פון אידי־ שע קינדער אין די עבודה:

בא שירת הים

(שבת שירה)

געפינט מען א שייכות מיוחדת מיט קליינע קינדער:

דער בעל ההילולא האט דערציילט בשבת פ׳ בשלח,

שבת שירה תש״ב״י,

אז דער מהר״ל מפראג

[וואס ער איז גע־ ווען א מייסד ומבסס ומפיץ פון מנהגי ישראל]

האט קובע געווועו א מנהג

- והלואי אז מ׳וואלט דאם איינגע־ פירט מחדש בכל קהילות ישראל איצט־ ער-

אז די וואך פרשת בשלח פלעגט ער הייסן אלע מלמדי דרדקי און אלע על־ טערן וואס האבן קליינע קינדער"׳ פארזאמלען די קינדער בשבת שירה אויפן שוהל־הויף,

און פלעגט הייסן די מלמדים דערציילן די קינדער דעם סיפור פון קריעת ים סוף,

ווי די פייגעלעד האבן געזונגען און געטאנצט בשעת משה און אלע אידן,

מענער און פרויען,

האבן געזונגען די שירה פון אז ישיר,

און די קליינע קינדערלעד,

האבן גע־ ריסן פירות פון די ים בוימערי" און

ש״פ בשלח,

ט״ו בשבט,

שבת שירה

געשפייזט די זינגענדיקע און טאנצנדי־ קע פייגעלעך.

דער מהר״ל פלעגט הייסן געבן די קליינע קינדער קאשע,

זיי זאלן ווארפן די הינער"׳ און פייגעלער,

א זכרון צו די ים פירות וואט די קליינע קינדערלעך האבן געשפייזט די פייגעלעך.

נאכדעם פלעגט דער מהר״ל בענטשן אלע קיב־ דערלעך,

אויר די עלטערן אז זיי זאלן דערציען זייערע קינדער לתורה חופה ומעשים טובים.

ע״כ.

ויש לומר ולקשר זה מיט דברי חז״ל 5 " אז "כשנגלה הקב״ה על הים

(בשעת קרי״ם)

הם הכירוהו תחלה,

שנאמר 4 " זה א־לי ואנוהו".

די קינדער וועלכע דער אויבערשטער האט גע־ שפייזט אין מצרים

("ויניקהו דבש מסלע ושמן מחלמיש צור" 7 ")

זיינען געווען די ערשטע צו דערקענען דעם אויבערשטן,

ווייל "ראו שכינתו כבר""".

און דער "הכירוהו" אין "נגלה הקב״ה על הים״ - איז געווען א גילוי הכי נעלה,

עד כדי כך אז ראתה שפחה על הים מה שלא ראו נביאים,

יחזקאל כו׳י".

און דאם האט געבראכט אז זיי

(די קינדער)

זאלן בריינגען צום זאגן -שירה "תחלה",

כדאיתא במדרש" 2 ׳ "מי

עוברת בים ובנה בידה ובוכה ופושטת ידה ונוסלת תפוח או רמון מתוך הים ונותנת לו כו".

אמר קילוס להקב״ה - התינוקות,

אותן שהי׳ פרעה מבקש להשליך ליאור שהם מכירין להקב״ה

(מצד דעם וואט דער אויבערשטער אליין האט זיי געשפייזט אין מצרים)

כו׳,

בחור אחד נאה ומשובח הי׳ יורד ועושה לנו כל צרכינו כו׳,

וכיון שבאו ישראל לים היו אותן התינוקות שם והם ראו להקב״ה בים התחילו אומרים לאבותיהם זהו אותו שהי׳ עושה לנו כל אותן הדברים כשהיינו במצרים כו׳".

יד. לויט דעם קומט אוים,

אז די קינדער׳ 2 ׳ זיינען געווען די ערשטע וועלכע האבן געבראכט צום זאגן שירת הים,

כולל דעם פסוק "מקדש אדנ-י כוננו ידיך".

און בשבת שירה בכל שנה ושנה -ווערט נתחדש אין דער שירה חדשה אויר דער עיקר,

אז די קינדער "הכירוהו תחלה",

און צום בריינגען זיגגען שירת הים "תחלה".

דעריבער איז א דבר המתאים ונכון -אז אין די עבודה במשך דעם קומענדיקן יאר פון אויפבויען א "מקדש

(אדנ-י)

מעט״ - זאל מעז לייגן א ספעציעלע הדגשה אז קינדער,

אינגעלעך און מיי-

ספר השיחות - ה׳תשמ״ז

דעלעך,

זאלן אין דעם נעמען א הויפט־ איינטייל:

יעדער אידיש קינד,

אן אינגעלע אדער א מיידעלע,

זאל מאכן פון זייערע ד׳ אמות,

פון זיין חדר,

זיין בעטל,

זיין טישל וכיר׳ב

[יעדער קינד האט דאך זיינע ד׳ אמות,

און ע״פ רוב,

ובפרט במדינה זו,

האט דאך יעדער קינד אויך א חדר,

עכ״פ א טישל וכיו״ב]

- א "בית קבוע",

בית תורה תפלה וגמ״ח,

וואו יע־ דער טאג לערנט ער דארט תורה,

זאגט א תפלה לה׳,

גיט צדקה,

אין א צדקה פושקע וכיו״ב,

און דערצו לאדט ער אויך איין זיינע חברים

(און מיידעלעך - זייערע חבר׳־ טעם)

צו זיד איו צימער,

און איז מיט זיי צוזאמען מקיים די אלע זאכן.

און איז אויר משפיע אויף זיי - אז זיי זאלן אויך אזוי טאן.

ויש להוסיף בזה

(ווי גערעדט אמאל בארוכה" 1 ):

בכדי צו צוגעבן אין דעם חיזוק און קביעות הדבר - זאל יעדער אידיש קינד האבן,

באקומען זיין אייגענעם סידור

(תפלה),

אייגענעם חומש

(אדער אן אנדער ספר של תורה),

און להבדיל,

אן אייגענע צדקה־פושקע

[און אנשרייבן דארט

(אויף דעם בלעטל וואם קומט נאך איידער עס הויבט זיר אן דער סידור)

"לה׳ הארץ ומלואה"" י

(אדער אין

א ר״ת - "לה״ו")

און זיין נאמען,

כמנהג ישראל].

וואם דאם וועט נאכמער צוגעבן אין זיין קביעות צו מקיים זיין די דריי עני-נים,

האבנדיק בא זיך זיין אייגענעם סידור אין וועלכן ער קען זאגן א תפלה,

אן אייגענעם חומש אין וועלכן ער קען לערנען אן ענין בתורה,

אדער לערנען אל״ף־בי״ת,

[כמנהג ישראל אז מ׳הויבט אן לערנעז מיט א קינד

(צום אפשערעניש,

אדער יעדער קינד לפום שיעורא דילי׳)

אל״ף־ בי״ת ניט בלויז פון א לוח וואו עס געפי־ נעז זיך נאר די אותיות אליין,

נאר פון די אותיות פון אל״ף־בי״ת ווי זיי זיינען געדרוקט אין א ספר של תורה,

אין וועלכן מ׳קען לערנען תורה; און בא חסידים איז געווען א מנהג - צו לער־ נען אל״ף־בי״ת פון דעם "שער־בלאט" פון ספר התניא 64 י.

און דערצו באדעקט

(שמירט)

מען נאך אן דברים מתוקים,

בכדי דער קינד זאל דאס א קוש טאן בגשמיות און עסן,

במילא - אויך א קוש טאו און ותורתך בתוך מעי“' ברוחניות].

און אן אייגענע צדקה־פושקע - אין וועלכע ער לייגט אדיין פון זיינע אייגענע געלט"׳

(וועלכע די עלטערן גיבן אים,

אדער ער באקומט אלס פרם פאר שקידה בתורה וכיו״ב).

ש״פ בשלח,

ט״ז בשבט,

שבת שידה

און אפילו ווען עם רעדט זיך וועגן גאר :א קליין קינד,

קודם שיתחיל לדבר,

אפילו א תינוק בן יומו - זיינען די הוראות הנ״ל שייר אויר צו אים

(סיי מאכן א "בית" תורה תפלה וגמ״ח,

און סיי האבן,

געבן אים אן אייגענעם סידור,

חומש און צדקה־^ושקעx ווייל ער האט שוין זיינע ד׳ אמות - דויד דעם וואס זיינע על־ טערן

(אדער ברידער אדער שוועסטער)

הענגען אויף לעבן אים "שיר המעלות" וכיו״ב

(תורה) 7 ",

און לערנען אן ענין אין תורה

(אין זיין חומש)

פאר אימי",

און זיינען מתפלל תפלות וברכות

(אין זיין סידור)

צוליב אים און אויף אים,

און גיבן צדקה לזכותו

(אין זיין צדקה־ פושקע).

און דורד דעם וואם מ׳איז זיר אין דעם משתדל "תחלה" מיט די קינדער

(בהתאם לזה וואס "הם הכירוהו תחלה")

- וועט אויר צוקומען אין דעם בא זייערע עלטערן,

"והשיב לב אבות על בנים - על ידי נניס״י",

ווי מ׳זעט במוחש אז ס׳איז לייכטער משפיע זיין אויר קינדער,

ווארום זיי כאפו זין■ צו צו ענינים חדשים מיט א התפעלות; און מ׳זעט אויר,

אז דורד זיי קומט צו אייר אין די התפעלות פון די עלטערן.

טו. ויה״ר אז דורד די הוספה אין ״מפי״ 1 עוללים ויונקים יסדת עוז״ -

״אין עוז אלא תורה״׳״ - וועט עם נאב־ מער ממהר זיין דעם "להשביח אויב ומתנקם",

"דידן נצח״״י אין אלע זאכן וועלכע זיינען "אויב ומתנקם",

ביז אין אן אופן אז עס בלייבט ניט איבער קיין שום רושם כלל פון א דבר המנגד,

און דאם ווערט אויפגעטאן בדיד שלום,

דורד "אין עוז אלא תורה",

וואס דרכי׳ דרכי נועם וכל נתיבותי׳ שלום" 1 ,

ובסיום המשניות - "לא מצא הקב״ה כלי מחזיק ברכה אלא השלום,

שנאמר"׳ ה׳ עוז

(אין עוז אלא תורה)

לעמו יתן ה׳ יברך את עמו בשלום",

ביז צו דער שלימות בזה - כולל הגליות מתכנסות בזכות המשניות 5 ״ -בגאולה האמיתית והשלימה,

כמ״ש 4 " "ואת רוח הטומאה אעביר מן הארץ",

און עם וועט זיין "ונגלה כבוד ה׳ וראו כל בשר יחדיר׳ 7 ".

און פון "זה א־לי ואנוהו" בשירת הים קומט מען צו "עתיד הקב״ה לעשות מחול לצדיקים וכל אחד ואחד מראה באצבעו שנאמר*" ואמר ביום ההוא הנה אלקיגו זה קוינו לו ויושיענו זה ה׳ קוינו לו נגילה ונשמחה בישועתו",

כסיום מסכת תענית

(דער גמר וסיום פון כל עניני תעניות וצומות און - סיבתם" 71 ).

328 ספר השיחות

בקיום היעוד "רצית"" ה׳ ארצך"׳",

"הראנו ה׳ חסדך וישעך תתן לנו",

"לשכון כבוד בארצנו",

"וארצנו תתן יבולה",

און מ׳וועט עסן פון די פירות שנשתבחה בהם ארץ ישראל,

און דארטן גופא - פון די "עצי ירושלים" 2 " אין ירושלים עיר הקודש,

און דארטן גופא - פון די פירות וואט וועלן וואקסן ב־

- ה׳תשמ״ז

ביהמ״ק השלישי,

כמאחז״לי■" "כשבנה שלמה ביהמ״ק צר בו כל מיני אילנות ובשעה שאילנות שבשדה עושים פירות אלו שבבית עושים פירות כר,

לעתיד לבוא הקב״ה חוזר אותם כר".

ובמהרה בימינו ממש,

ומתוך שמחה וטוב לבב.

ספר השיחות - ה׳חשמ״ז

Reader controls and commentary are loading.