א.
עס שטייט אין רמב״ם 1
(גענומען פון משנה און גמרא 2 ),
אז אין יעדן יו״ט לייענט מען "בענין המועד",
ווארום "משה תיקן להם לישראל שיהו קוראין בכל מועד ענינו".
און בהמשך צו דעם דין זאגט ער ווייטער "ומה הן קורין",
און ער רעכנט אויס וועלכע פרשה מען ליי־ ענט בכל יו״ט.
און ביים אויסרעכע־ נען די קריאות פון סוכות,
זאגט ער: "וביום טוב אחרון קורין כל הבכור ..
ולמחר 3
קורין וזאת הברכה".
איז דערפון פארשטאנדיק,
אז דאס וואס מען לייענט "וזאת הברכה" ביו״ט שני פון שמע״צ,
איז עס
[ניט בלויז בכדי צו פארבינדן "סוף כל המועדות" מיט "ברכת משה רבינו שבירך את ישראל״ 4 ,
צי "בכדי לסמוך שמחת התורה שזכו לסיימה לשמחת החג" 5 ,
אדער "כדי לסמוך ברכת המלך
(שלמה)
לברכת משה" 6
(וואס דאס זיינען זייטיקע טעמים),
נאר]
ווייל די פרשה איז "בענין המועד" 7 .
דארף מען פארשטיין: וואס איז די שייכות
(ברמז עכ״פ)
פון פרשת "וזאת הברכה" צום ענין פון שמיני עצרת?
ב.
וועגן די קרבנות פון סוכות און שמע״צ זאגט די גמרא 8 ,
אז די שבעים פרים וואס מען איז מקריב בסוכות זיינען "כנגד שבעים אומות" און דער "פר יחידי" וואס מען איז מקריב בשמע״צ איז "כנגד אומה יחידה".
דאס הייסט,
אז דער ענין פון שמע״צ איז,
וואס אין אים ווערט אויסגעדריקט און אנטפלעקט ווי אידן זיינען אויסגעטיילט לגמרי 9
פון אלע פעלקער — "אומה יחידה".
ועפ״ז האט מען געקענט מבאר זיין די שייכות פון "וזאת הברכה" צו שמע״צ 10
— ווייל אויך אין תחלת וראש הסדרה
(נאך דער הקדמה
(פון ערשטן פסוק)
"וזאת הברכה אשר ברך משה גו' לפני מותו")
ווערט דער-ציילט,
אז דער אויבערשטער האט כביכול אנגעבאטן די תורה צו די בני שעיר ובני ישמעאל 11
- וואס זיי זיינען דער כלל פון אלע שבעים אומות 12 ,
ווי דער לשון אין גמרא 13
"שהחזירה על כל אומה ולשון״ - און זיי האבן ניט גע-וואלט מקבל זיין די תורה,
און בלויז אידן זיינען די "אומה יחידה" וואס האבן מקבל געווען די תורה 14 .
אבער דער ביאור איז ניט מספיק: די הבדלה צווישן אידן מיט אוה״ע וואס האט זיך אויפגעטאן בשעת מ״ת,
איז דאך שיך צו שבועות מער ווי צו שמע״צ — קען מען דאך במילא ניט זאגן,
אז "הוי׳ מסיני בא וגו'" איז דער "ענין המועד" פון שמע״צ.
ג.
וועט מען עס פארשטיין בהקדים וואס אין סיום וחותם הסדרה — וואס הכל הולך אחר החיתום 15
— דער-ציילט די תורה כמה מעלות טובות און שבחים אויף משה רבינו,
און דער פסוק איז מסיים "אשר עשה משה לעיני כל ישראל",
וואס דאס גייט אויף שבירת הלוחות 16 .
ווערט באלד שווער : שבירת ה-לוחות איז דאך אן ענין בלתי רצוי
(ביז אז ביים וועלן מפליא זיין דעם היפך הטוב וואס איז במיתת צדיקים זאגט מען אז דאס איז קשה כיום שנשתברו בו הלוחות 17 ),
היינט פאר־ וואס רעכנט מען דאס צווישן די מעלות און שבחים פון משה׳ן?
— באווארנט עס רש״י און איז מוסיף "והסכימה דעת הקב״ה לדעתו שנאמר 18
אשר שברת יישר כחך ששברת".
ס׳איז אבער ניט פארשטאנדיק: משה האט צעבראכן די לוחות מצד דעם וואס ער האט געמאכט א ק״ו "ומה פסח שהוא אחד מתרי״ג מצות אמרה תורה 19
וכל בן נכר לא יאכל בו,
התורה כולה כאן וישראל מומרים,
על אחת כמה וכמה" 20 .
קומט דאך אויס,
אז דער שבח פון משה׳ן ביים צעברעכן די לוחות באשטייט אין דעם וואס ער האט זיך אנגענומען דעם כבוד פון תורה
(וואס ער האט זי ניט געוואלט געבן צו "מומרים"),
אבער בנוגע צו אידן — האט ער מיט זיין צעברעכן די לוחות לכאורה ארויס־ געוויזן זייער היפך המעלה וכו',
איז ווי קומט עם אז דער סיום וחותם פון פ׳ ״וזאת הברכה״ — וואס ענינה איז "אשר ברך משה גו' את בני ישראל"
(און אלס הקדמה דערצו האט משה דערמאנט זכותן של ישראל 21
וואס זיי זיינען געווען די איינ־ ציקע צו מקבל זיין די תורה)
— איז מיט אן ענין פון היפך מעלתן של ישראל,
ובפרט מיטן ענין פון שבירת הלוחות וואס איז געקומען בסיבת דעם וואס אידן זיינען דאן געווען " מומרים " און ניט ראוי צו תורה?
נוסף להנ״ל
(די תמי׳ — וואס פאר אן ארט האט שבירת הלוחות אין "וזאת הברכה" ),
איז אויך ניט פאר־ שטאנדיק,
וואס "לעיני כל ישראל" איז דער סיום וחותם פון גאנץ תורה שבכתב.
דלכאורה: דער ענין פון תורה איז דאך "דבר אל בני ישראל " 22
וואס דאס באווייזט אויך אז קדמו אפילו לתורה 23 ,
איז ווי קומט עס 24
אז תורה זאל מסיים זיין מיט אן ענין פון: 1)
היפך שבחן של ישראל,
2)
צוברעכן די לוחות פון "דבר ה׳ אל כל קהלכם"?
מוז מען דעריבער זאגן* 24 ,
אז די מעלה פון משה׳ן אין שבירת הלוחות — וואס מצד דער מעלה האט דער אויבערשטער געזאגט צו אים "יישר כחך ששברת״ — איז א מעלה אויך בנוגע אידן,
כדלקמן.
ד.
וועט מען עס פארשטיין בהקדים וואס דער יישר כח פארן צעברעכן די לוחות,
האט דער אויבערשטער געגעבן משה׳ן
(ניט אין זעלבן טאג,
אדער אויף מארגן — גלייך ווי משה איז צוריק ארויף אויפן בארג,
נאר)
מיט פערציג טעג נאך דער שבירת הלוחות: בעת דער אויבערשטער האט אים געזאגט ׳"פסל לך גו׳",
ערשט דאן האט ער אים געזאגט "הלוחות הראשונים אשר שברת — יישר כחך ששברת".
ולכאורה: פארוואס האט ער אים ניט געזאגט גלייך "יישר כחך"?
נאך מער פלא אין דעם: אויפן פסוק "אשר שברת 25
וואס איז גע־ זאגט געווארן פערציג טעג נאך שבירת הלוחות,
כנ״ל,
איז רש״י ניט מפרש "יישר כחך ששברת",
נאר אין סיום פרשת "וזאת הברכה"׳ געזאגט כמעט פערציג יאר שפעטער — דארט ערשט טייטשט רש״י אפ אז "אשר שברת"
(פון פאר פערציק יאר)
מיינט "יישר כחך ששברת".
און כאטש אז בפשטות איז דער טעם דערויף,
ווייל די הוכחה אזוי צו מפרש זיין
(ע״פ דרך הפשט)
האט רש״י ערשט ביי די ווערטער "לעיני כל ישראל 26
— וויבאלד אבער אז אלע ענינים פון תורה זיינען בדיוק,
איז דערפון גופא מובן,
אז דער "יישר כח" וואס דער אויבערשטער האט גע־ געבן משה׳ן בעת׳ן זאגן "פסל לך",
איז ערשט נתגלה געווארן בשעת "ויעל משה גו׳ אל הר נבו גו"׳.
ה.
איז דער ביאור אין דעם:
בנוגע צום חטא העגל זאגט די גמרא 27
"לא עשו ישראל את העגל אלא ליתן פתחון פה לבעלי תשובה",
אז דאס וואס דער אויבערשטער האט געמאכט אז דער יצה״ר זאל קענען שולט זיין אויף אידן אין איינריידן זיי צו מאכן דעם עגל,
איז עס צוליב דעם עילוי וואס איז צוגעקומען 28
אין תשובה
(ביטול החטא - ביז אז דער מענש ווערט במעלה יותר 29
ווי פארן חטא)
וואס איז ארויסגעקומען דורך דעם.
דערפון איז פארשטאנדיק אויך בנוגע שבירת הלוחות — דער מסובב פון חטא העגל — אז דער טעם דער־ פון
(בפנימיות)
איז,
בכדי אז דורכ־ דעם זאל צוקומען אן עילוי — אן עילוי אין
(תורה,)
די לוחות
(היפך השבירה — ביז נאך העכער פון די לוחות אשר שברת),
די לוחות שניות,
וואס זיי זיינען "כפלים לתושי׳" לגבי די לוחות ראשונות 30
[ויש לומר,
אז אויך די כוונה פון משה רבינו ביים צעברעכן די לוחות,
מאכנדיק דעם ק״ו אז וויבאלד "ישראל מומרים" קען מען זיי ניט געבן די תורה,
איז געווען
(ניט בלויז צוליב פארהיטן דעם כבוד התורה ,
נאר אויך)
בכדי צו פועל׳ן אויף אידן אז זיי זאלן תשובה טאן 31 .
וכמשל הבן 32
וואס פירט זיך אויף ניט ווי ס׳דארף צו זיין,
ביז אז "אביו דוחהו חוץ לביתו ואומר לו שאינו אביו״ — וואס דורך דעם דוקא ווערט נתגלה דער אהבת הבן לאביו,
ביז ער שרייט במר נפשו "שאינו רוצה ליפרד מאביו בשום אופן,
ומכש״כ כשלא יקרא בשם אביו".
ועפ״ז איז פארשטאנדיק דער דיוק ״ואשברם לעיניכם ״ 33
— און ווי דער פסוק איז מדגיש אויך בסיום פרשתנו ״ לעיני כל ישראל״ — ווייל די מעלה און שבח פון משה׳ן ביים צעברעכן די לוחות איז באשטאנען אין דעם וואס "נשאו לבו לשבור הלוחות לעיניהם " 34 ,
וואס דאס האט ביי זיי ארויסגערופן זיי זאלן תשובה טאן].
וואס דערמיט ווערט אויך מבואר ווי אזוי דער יום צום שבעה־עשר בתמוז,
דער טאג פון שבירת הלוחות 35 ,
וועט נהפך ווערן לששון ולשמחה 36
:
איצטער,
ווען מ׳זעט ווי שבירת הלוחות האט געבראכט דערצו אז "אומה ולשון שולטת בהם",
איז דער טאג פון שבירת הלוחות א יום תענית 35 .
משא״כ לע״ל,
וואס דעמאלט וועט נתגלה ווערן בשלימות די מעלה פון דער תשובה פון אידן אף חטא העגל,
וואס די תשובה האט זיך אג־ געהייבן 37
דורך " ואשברם לעיניכם"
(ועד״ז — אויך די מעלה פון די לוחות שניות 38 ),
דאן וועט שבעה־ עשר בתמוז יום שבירת הלוחות — זיין א יום ששון ושמחה.
און דאס איז דער טעם פארוואס "יישר כחך ששברת" שטייט ערשט ביי דעם ציווי אויף די לוחות שניות,
ביז אז בגילוי ,
אין פשוטו של מקרא
(עולם העשי׳),
קומט עס ארוים ערשט בסיום פון "וזאת הברכה",
ווען דער אויבערשטער האט באוויזן צו משה רבינו ״עד היום האחרון״ 39
- וןייל דאן דוקא ווערט נתגלה דער עילוי צו וועלכן אידן זיינען צוגעקומען דורך שבירת הלוחות.
ו.
ע״פ כל הנ״ל וועט מען אויך פארשטיין די שייכות פון פ׳ "וזאת הברכה" צום "ענין המועד" פון שמיני עצרת:
עם שטייט אין חסידות 40 ,
אז דער טעם אויפן קובע זיין "שמחת תורה" אין דעם טאג פון שמע״צ — כאטש לכאורה האט שמחת תורה געדארפט זיין בשבועות,
זמן מתן תורה — איז מצד דעם וואס די שמחה פון שמחת תורה איז אויף די לוחות שניות שניתנו ביום הכפורים
(וואס זייער שמחה איז גרעסער ווי די שמחה פון די לוחות ראשונות),
און שמע״צ איז דער "יום האחרון שאחר יוהכ״פ" 41 .
קומט דאך אויס,
אז "לעיני כל ישראל" וואס ברענגט ארויס די מעלה פון די לוחות שניות,
כנ״ל,
איז דער זעלבער ענין ווי שמחת תורה.
אבער אעפ״כ איז די התחלת הקריאה פון שמח״ת "
(וזאת הברכה גו׳)
הוי׳ מסיני בא גו׳" וואט רעדט וועגן די לוחות ראשונות — ווייל אויך דער ענין האט א שייכות צו שמחת תורה,
כדלקמן.
ז.
דער ביאור אין דעם:
דער חילוק צווישן צדיקים
(בחי׳ לוחות ראשונות ודרגת בנ״י אז)
און בעלי תשובה
(בחי׳ לוחות שניות ודרגת בנ״י אז)
איז,
אז א צדיק איז ענינו
(און מעלתו)
וואס ער פירט זיך ע״פ תורה.
משא״כ א בעל תשובה,
דערלאנגט העכער פון תורה 42 .
דערפון איז פארשטאנדיק,
אז מצד דעם ענין פון לוחות ראשונות זיינען אידן מקבל פון תורה,
אבער מצד דעם ענין פון לוחות שניות,
וואס עבודת התשובה איז מעורר און מגלה דעם שרש הנשמה וואט מחשבתן של ישראל
(וואס עלו במחשבה 43 )
איז קדמה לתורה* 43
— איז העכער פון תורה,
זיינען אידן משפיע אין תורה.
און דאס איז די שייכות פון התחלת וסיום הסדרה "וזאת הברכה" צו שמחת תורה: אין "שמחת תורה" זיינען פאראן צוויי
(פירושים און)
ענינים:
(א)
אידן פרייען זיך מיט תורה 44 ,
און דורך דעם קומט מען צו צו א העכערע דרגא,
(ב)
אידן זיינען משמח די תורה 45 .
און דאס זיינען די צוויי ענינים וואס מען לייענט בשמח״ת: צום אנ־ הייב — "הוי׳ מסיני בא גו׳",
אז אידן זיינען מקבל די תורה און מקבל פון תורה און פרייען זיך מיט איר; און דערנאך קומט מען צו צו דער העכערער דרגא — "לעיני כל ישראל",
אז אידן זיינען העכער פון תורה,
ביז אז זיי זיינען משפיע שמחה אין תורה 46 .
ח.
דער תכלית פון שמע״צ ושמח״ת — דער ״סוף כל המועדות״ 4
— איז דאך אז מען זאל מיטנעמען דעם כח פון כל המועדות אין דער עבודה פון תומ״צ במשך כל השנה,
אין דער עבודה פון ״ויעקב הלך לדרכו״ — איז אויך דער ענין מרומז אין "לעיני כל ישראל":
בשעת א איד גייט ארויס אין וועלט,
עולם פון לשון העלם והסתר 47 ,
קען ער זיך דערשרעקן 48 ,
טראכטנ־ דיק: ווי האב איך בכח צו קעגנ־ שטעלן זיך דעם חושך העולם און טאן די עבודה וואס פאדערט זיך פון מיר?
— אויף דעם קומט די הוראה,
אז אפילו אין אזא העלם והסתר ווי שבירת הלוחות האט דער אויבער־ שטער געזאגט "יישר כחך",
אז א איד האט בכח צו מאכן אויך דערפון אן עילוי,
ביז — אפילו א העכערן עילוי ווי ס׳איז געווען קודם השבירה,
און דערפאר אויך,
איז גלייך נאך "לעיני כל ישראל" לייענט מען "בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ": א איד דארף וויסן אז ער דארף כלל ניט נתפעל ווערן פון דעם העלם והסתר פון וועלט,
ווארום ווי־ באלד אז ישראל וקוב״ה כולא חד 49 ,
איז אין וועלכן מצב די וועלט זאל ניט זיין,
האט ער בכח צו "באשאפן" א נייע וועלט 50 ,
אזא וועלט וואו "וידע כל פעול כי אתה פעלתו וכו׳ הוי׳ אלקי ישראל מלך ומלכותו בכל משלה" 51 .
(משיחות שמח"ת ושבת בראשית תשי״א,
תשל״א)