א.
עס איז ידוע די תורה פון בעש״ט 1
אויפן פסוק 2
"ואנכי הסתר אסתיר פני ביום ההוא",
אז דער פירוש פון ״הסתר אסתיר״ — צוויי מאל הסתר — איז,
אז דער הסתר גופא איז פארבארגן.
ד.
ה.
אז דער פארשאעל איז אזוי גרויס,
אז מען פילא גארניט אז דאס איז א הסתר ביז אז עס קאן קומען ח"ו צו — ״שמים 3
חשך לאור".
וע"פ המבואר בלקו״ת 4
וועגן די ענינים וואס שטייען אין דער "תוכחה",
אז "לפי האמת אינם רק ברכות",
און דאס וואס זיי ווערן געזאגט אין אזא לשון וואס בחיצוניות קוקט עס אויס היפך הברכה,
איז עס דערפאר ווייל די ברכות קומען פון א גאר הויכן ארט,
"מבחי' סתום" — איז עפ״ז פארשטאנדיק בנוגע לענינינו — ביי "ואנכי הסתר אסתיר פני ביום ההוא״ — אז "לפי האמת" איז עס א ברכה נעלית.
ויתרה מזה: פון דעם גופא וואס בחיצוניות קוקט זי אויס ווי היפך הברכה בתכלית
[ווארום בעת מען ווייס אז ס'איז א "הסתר",
איז נאך צו האפן אז מ׳וועט זוכן עצות ווי צו פטור ווערן פון אים.
בשעת ס'איז אבער "הסתר אסתיר",
ביז אז מען נעמט אן דעם חשך פאר אור — איז מען דאך צופרידן מיטן מצב אין וועלכן מען געפינט זיך,
וואס דאס איז דאך היפך הברכה בתכלית],
איז מובן,
אז די ברכה איז א גרויסע ביותר,
וואס דערפאר קומט זי באופן סתום ביותר.
ב.
וועט מען עס פארשטיין בהקדים דעם מאמר פון אלאן רבי׳ן 5
אויפן פסוק 6
"אני ישנה ולבי ער",
אז אין בחי' ממכ״ע וואס ווערט אנגערופן "אני",
איז שייך בחי' "שינה".
משא"כ בחי' סוכ״ע — "ולבי",
איז אלע מאל "ער".
און ער איז דארט מבאר,
אז בשעת א איד איז "מדבק מחשבתו בתאות עוה״ז ..
ומבקש לקבל חיות מזה,
ושובק 7
החיות של ואתה מחי' את כולם דאיהו ממכ"ע",
ווערט ער נפרד מבחי' ממכ״ע; משא״כ פון בחינת סוכ״ע "אי אפשר להפרד בשום אופן",
ווייל די "רעותא דלבא" וואס קומט פון בחיי סוכ״ע
("ולבי"),
"ישנו בכל אדם".
און "אף שנראה לו שאין לו ואינו מרגיש בזה,
זהו בודאי שקר,
כי אע״ג 8
דאיהו לא חזי מזלי' חזי".
ולכאורה איז ניא פארשאאנדיק:
אויך בחית ממכ״ע,
וויבאלד אז "ואתה מחיי את כולם ",
איז ער דאך מחי' אויך אט־דעם וואס " שובק החיות של ואתה מחיי את כולם״ 9
— און פונדעסטוועגן זאגט מען,
אז וויבאלד דער מענטש איז ״רץ אחר פרנסתו״ 10
און " שובק החיות של ואתה מחי' את כולם",
איז ער
(מצד זיין הרגש)
" נפרד מבחיי ממכ״ע",
פארוואס-זשע זאגט מען בנוגע סוכ״ע — אז אויב אפילו "נראה לו שאין לו כו'״ — "אי אפשר להפרד בשו״א"?
דארף מען זאגן,
אז דאס וואס בנוגע רעותא דלבא זאגט דער אלטער רבי "ישנו בכל אדם",
מיינט עס ניט נאר מצד "מזלי׳",
נאר אויך מצד "איהו"
(מצד זיין הרגש).
ולכאורה,
וויבאלד אז "איהו לא חזי",
איז ער דאך מצד ״איהו״ טאקע נפרד ?
ג.
איז דער ביאור אין דעם:
בחי' ממכ״ע,
וויבאלד אז ער איז " ממלא ומחיי את כל העולמות כו'",
איז ענינו 11
אז די עולמות זיינען משיג די השפעה.
און דערפאר,
ווען איינער איז
("שובק" — )
ניט משיג אז זיין חיות איז פון אלקות,
הייסט עס,
אז דער אור אלקי געפינט זיך ביי אים באופן של העלם וסובב.
ובמילא קומט אויס,
אז דער וואס איז שובק דעם חיות אלקי — איז ער נפרד פון ממכ״ע 12 .
משא״כ סוכ״ע "שהוא למעלה מכל העולמות",
און דאס וואס ער געפינט זיך אין עולמות איז עס
( ניט ווייל זיי האבן א שייכות צו אים,
נאר)
מצד אים
(היות וואס ער איז בלי גבול,
איז ער פאראן אומעטום)
; און עד״ז רעותא דלבא וואס נעמט זיך פון בחי' סובב שבנפש
— איז ניט שייך אז דער העדר ההשגה זאל פועל'ן א שינוי אין בחי' סובב און אין רעו"ד.
און זיי זיינען פאראן — אין זייער גילוי — אויך דארט וואו מען איז זיי ניט מרגיש 13 .
און דערפאר זאגט ער אין מאמר "אף שנראה לו שאין לו ואינו מרגיש בזה זהו בודאי שקר״
(אז דאס — וואס "נראה לו שאין לו ואינו מרגיש״,
איז בודאי שקר)
— ווייל די רעותא דלבא ביי יעדער אידן,
וואס יעדער איד איז "מזליי חזי",
געפינט זיך אויך אין זיינע כחות הגלויים — אין דעם ארט וואס "נראה לו כו׳ ואינו מרגיש".
ד.
עס פאדערט זיך נאך אבער ביאור:
וויבאלד אז דאס וואס די רעו"ד געפינט זיך אויך אין דעם ארט וואו "נראה לו שאין לו ואינו מרגיש בזה",
איז עס דאך — מצד דער בחינה פון מזלי׳ וסובב,
וואס לגבי איר,
קען ניט משנה זיין דאס וואס דעם מענטשן זעט אויס אז ער האט ניט די רעו״ד און איז זי ניט מרגיש; אבער מצד ״נראה לו״ — דאס וואס ער זעט און וואס ער איז מרגיש ,
איז דאך — "נראה לו שאין לו ואינו מרגיש".
היינט פארוואס זאגט מען,
אז דאס וואס "נראה לו שאין לו ואינו מרגיש בזה זהו בודאי שקר"?
איז דער ביאור אין דעם — ע״ד המבואר 14
אז צמצום האט א מעלה אפ׳ן אור וואס דערפאר קען ער עם מצמצם זיין: אז דאס גופא וואס "נראה לו שאין כו׳",
נעמט זיך דאס פון א בחינה וואס איז נאך העכער פון דער בחינה "שישנו בכל אדם".
קומט אויס אז דער "נראה לו שאין לו כו׳" איז אין דעם זעט זיך גילוי פון א בחינה וואס איז נאך העכער פון סובב,
ניט איינמאל הסתר וסתים נאר צוויי מאל,
און דעריבער,
בשעת אט־דעם "נראה לו כו׳" נעמט דער מענטש אן פאר א דבר המעלים,
לייקנט ער דערמיט אויך אין דער סיבה ותוקף פון דעם ״נראה לו כו׳״ גופא — ער נעמט אן,
היפך ווי דאס איז מצד ענינו גופא.
און דערפאר זאגט דער אלטער רבי,
אז דאס גופא וואס ״נראה לו שאין לו כו׳״ — זהו בודאי שקר.
ה.
און דאס איז אויך דער ביאור אין דעם גודל הברכה פון "ואנכי הסתר אסתיר פני ביום ההוא": אויך דער "הסתיר אסתיר",
קומט פון "אנכי".
און וויבאלד אזוי,
איז דאך ניט בלויז וואס ער איז ניט מעלים אויף אלקות,
נאר אדרבה — בשעת מען איז זיך מתבונן אין דעם ענין ווי ער איז לאמיתתו,
ווערט גאר דורך אים נתגלה א סך א העכערער ענין ווי דורכן קו הגילוי.
ו.
און דאס איז אויך די שייכות פון דעם פסוק
(וענין)
"ואנכי הסתר אסתיר פני גו'"
(פון פ׳ וילך)
צו עשרת ימי תשובה — וואס פרשת וילך לייענט מען אלע מאל בסמיכות צו ר״ה
(וועלכער איז אויך 15 )
— דער ערשטער טאג פון "עשרת ימי תשובה״:
אט־דער ענין — אז דער "הסתר אסתיר" איז ניט מנגד אויף קדושה,
און אדרבה,
דוקא אין דעם זעט מען,
דורך דעם נעמט מען ״אנכי״ — דאס ווערט נתגלה דוקא דורך עבודת התשובה 16 ,
וואס תשובה פועל׳ט 17
אז אויך די זדונות ווערן נהפך לזכיות.
(משיחת ש״פ וילך
(שבת תשובה)
— ו' תשרי — תשכ"ה*)