B"H
🏡

Ikar

נצבים ב

א.

דער טעם פארוואס מען זאגט ניט ברכת חודש תשרי אין דעם שבת שלפניו,

אזוי ווי מ׳טוט דעם שבת פאר אלע אנדערע חדשים 1

— האט געזאגט דער אלטער רבי,

אז ער האט געהערט פון מגיד אין נאמען פון דעם בעש״ט 2 ,

וז״ל:

"החדש השביעי שהוא החדש הראשון לחדשי השנה,

הקב״ה בעצמו מברכו בשבת מברכים שהוא השבת האחרון דחודש אלול,

ובכח זה ישראל מברכים את החדשים י״א פעמים בשנה".

אין וואס באשטייט ברכתו של הקב״ה אין דעם "שבת מברכים" פון חודש תשרי — איז דער בעש״ט ממשיך:

"כתיב אתם נצבים היום,

דהיום קאי על ר״ה 3

שהוא יום הדין,

וכמ״ש 4

ויהי היום גו׳ ותרגם והוה יום דינא רבא,

ואתם נצבים קיימים ועומדים 5 ,

והיינו שזוכים בדין,

ובשבת שלפני ר״ה שהוא השבת האחרון דחדש אלול קורין אז פרשת אתם נצבים 6 ,

דזהו ברכתו של הקב״ה,

בשבת מברכים חדש השביעי שהוא המושבע והמשביע 7

ברוב טוב לכל ישראל על כל השנה".

ב.

פון דעם איז פארשטאנדיק,

אז אויך חודש תשרי,

כאטש "הקב״ה בעצמו מברכו",

ווערט אבער אויך די ברכה נמשך דורך אידן 8 ,

דורך דעם וואס אידן לייענען אין דעם "שבת מברכים חדש השביעי" פרשת אתם נצבים.

דער חילוק איז נאר,

וואס ביי די אנדערע חדשים,

קומט די ברכה גופא פון אידן,

אז אידן זאגן און בענטשן "יחדשהו הקב״ה כו׳ לחיים ולשלום לששון ולשמחה לישועה ולנחמה כו׳",

און ביי חודש תשרי איז די ברכה גופא ברכתו של הקב״ה,

אבער בכדי אז ברכתו של הקב״ה זאל נמשך ווערן למטה 9 ,

טוט זיך דאס אויף דורך דעם וואס אידן לייענען פרשת אתב נצבים.

ג.

בכדי צו פארשטיין וואס אויך ביי חודש תשרי דארף מען אנקומען צו דער עבודה פון אידן — הגם אז ״הקב״ה בעצמו מברכו״ — דארף מען פריער מבאר זיין דעם אויבנגעבראכטן לשון פון בעש״ט "החדש השביעי שהוא החדש הראשון לחדשי השגה כו"׳.

דלכאורה: דער לשון "ראשון גו׳ לחדשי השנה״ שטייט דאך אין פסוק 10

אויף חודש ניסן,

אבער חודש תשרי איז דער "חדש השביעי "

(ווי דער בעש״ט אליין זאגט עס דא גופא),

היינט פארוואס זאגט ער "

(החדש השביעי)

שהוא החדש הראשון לחדשי השנה"?

לערנענדיק בפשטות,

קען מען זאגן,

אז מיטן לשון "הראשון לחדשי השנה" מיינט ער די הדגשה

( ניט אין " לחדשי השנה",

נאר)

אין דעם ווארט "השנה״ 11

— און בנוגע צו "שנה" איז טאקע תשרי דער ראשון,

ווי די משנה זאגט 12

"באחד בתשרי ר״ה לשנים״,

און אויך אין לשון הפסוק 13

ווערט תשרי אנגערופן "ראשית השנה".

און דער טעם דערפון וואס דער בעש״ט ברענגט דא אז תשרי איז דער "ראשון ל

(חדשי ה)

שנה",

איז,

ווייל דערמיט איז ער מבאר דעם טעם פארוואס דוקא חודש תשרי איז "הקב״ה בעצמו מברכו": אז היות ווי ער איז דער "חדש הראשון לחדשי השנה",

דעריבער איז דעם ערשטן חודש בענטשט דער אויבערשטער אליין,

און די נאכקומענדע עלף חדשים בענטשן אידן מיט דעם כח וואס דער אויבערשטער האט געבענטשט

(אין אנהייבס)

— דעם ערשטן חודש.

אבער דער ביאור איז לכאורה ניט מספיק: וויבאלד אז דא רעדט זיך וועגן ברכת החודש ,

איז דאך דא נוגע

( ניט דער ענין פון "ראש השנה לשנים ",

נאר)

דער ענין פון "ראש השנה לחדשים ",

און וויבאלד אז "באחד בניסן ר״ה לחדשים" 14

איז אויב מען דארף אז דעם ערשטן חדש זאל בענטשן דער אויבערשטער

(וואס דוקא דורך דעם האבן אידן בכח צו בענטשן די נאכקומענדע עלף חדשים)

— האט געדארפט אויסקומען,

אז דער אויבערשטער זאל בענטשן חדש ניסן 15 ?

איז דערפון משמע,

אז מיטן לשון "שהוא החדש הראשון לחדשי השנה" מיינט טאקע דער בעש״ט

(אויך)

די הדגשה פון "ראשון לחדשי השנה",

אז דאס וואס דוקא חודש תשרי איז "הקב״ה בעצמו מברכו"

(און גיט כח צו אידן זיי זאלן בענטשן די אנדערע עלף חדשים),

איז עס מצד דעם וואס ער איז אמאל געווען דער "ראשון לחדשי השנה",

און ווי עס שטייט אין תרגום יונתן 16 ,

אז איידער דער אויבערשטער האט געזאגט "החדש הזה לכם" איז תשרי געווען דער " ירחא קדמאה".

ס׳איז אבער ניט פארשטאנדיק: איצטער איז דאך ניסן דער "ראשון לחדשי השנה" און תשרי איז דער שביעי — היינט פארוואס זאל איצטער זיין די התחלה

(און נתינת כח)

אויף ברכת החדשים פון חדש תשרי,

מצד דעם וואס אמאל איז ער געווען דער "ירחא קדמאה״?

ד.

דער אונטערשייד צווישן ניסן און תשרי באשטייט אין דעם,

וואס ניסן איז דער זמן פון אתערותא דלעילא און תשרי איז דער זמן פון אתערותא דלתתא 17 .

ועפ״ז איז נאך מער ניט מובן וואס דער חדש וועלכן "הקב״ה בעצמו מברכו" איז דוקא תשרי און ניט ניסן.

דלכאורה: דאס וואס "הקב״ה בעצמו מברכו" איז דאך דער ענין פון אתערותא דלעילא — האט עס דאך מער שייכות צו חדש ניסן.

היינט פארוואס איז דאס,

אז דער חדש וואס דער אויבערשטער בענטשט בעצמו איז גאר תשרי,

וואס ענינו איז אתערותא דלתתא ?

ה.

אט די תורה הנ״ל פון בעש״ט,

אז מען זאגט ניט ברכת חדש תשרי דערפאר וואס דער אויבערשטער אליין בענטשט אים,

איז

(ווי אלע ענינים פון פנימיות התורה)

מרומז אויך אין נגלה דתורה:

דער טעם — ע״פ נגלה — פארוואס מען זאגט ניט ברכת חדש תשרי איז: "דכתיב 18

בכסא ליום חגנו" 19 .

ולכאורה איז ניט פארשטאנדיק: ווען ר״ח תשרי וואלט געווען אויסגעטיילט פון אלע ראשי חדשים אין דעם ענין פון ר״ח ,

אז אין אלע אנדערע חדשים וואלט געווען דער ר״ח בגילוי און ר״ח תשרי איז מכוסה — וואלט דאן געווען אן ארט צו זאגן,

אז וויבאלד ר״ח תשרי איז "בכסא",

איז מען אים דעריבער ניט מגלה דורך זאגן ברכת החדש בשבת שלפניו;

וויבאלד אבער אז בנוגע צו ר״ח איז ניטא

(לכאורה)

קיין חילוק צווישן ר״ח תשרי און די אנדערע ראשי חדשים: יעדער ר״ח איז "החדש מתכסה",

און דער ווארט

( והחידוש )

"בכסא" אין פסוק

(וואס שטייט ביי ר״ח תשרי)

באציט זיך צו " ליום חגנו ",

צום חג וואס איז דעם ערשטן טאג אין תשרי,

ווי די גמרא זאגט 20

" חג שהחדש מתכסה בו״ _ איז וואס פאר אן ארט האט עס,

אז מען זאל ניט זאגן ברכת החדש צוליב דעם וואס דער חג — ראש השנה — איז אין דעם טאג "שהחדש מתכסה בו"?

נאר דער ביאור אין דעם איז,

אז אין דעם טעם "דכתיב בכסא ליום חגנו" איז מרומז דער טעם הנ״ל פון בעש״ט: ליום חגנו — ווערט נמשך פון בכסא .

די המשכה מלמעלה וואס קומט דורך אתערותא דלתתא,

קומט פון אזא ארט וואו עבודת הנבראים קען דערלאנגען; אבער בשעת "הקב״ה בעצמו מברך״ — אתערותא דלעילא מצד עצמה

(וואס איז העכער פון אתעדל״ע וואס ווערט נמשך דורך אתעדל״ת)

— דאן איז די המשכה פון בחי׳ "בכסא",

סתימא דכל סתימין.

ו.

אין דער תורה הנ״ל פון בעש״ט זאגט ער נאד אן ענין — נוסף להטעם פארוואס אידן זאגן ניט ברכת חדש תשרי ווייל "הקב״ה בעצמו מברכו" —

אז דאס וואס אידן בענטשן די אנדערע עלף חדשים,

איז עס מיט דעם כח וואס דער אויבערשטער בענטשט חדש תשרי — און אויך דער ענין איז מרומז אין נגלה:

עס שטייט אין פסיקתא 21

: "עד שלא יצאו ישראל ממצרים,

הי׳ הקב״ה יושב ומחשב חשבונות ..

ומחדש את החדשים,

כיון שיצאו ישראל ממצרים מסרן להם ..

מכאן ואילך הרי הם מסורין לכם".

איז פון דעם לשון "מסרן" און "מסורין" מוכח,

אז דאס וואס משיצאו ישראל ממצרים האט דער אויבערשטער אנגעזאגט אידן אז זיי זאלן מחדש ומקדש זיין די חדשים,

איז עס ניט א נייער ענין,

נאר אז ער האט זיי איבערגעגעבן דעם חידוש וואס "הי׳ הקב״ה מחדש את החדשים".

ד.

ה.

אז דאס וואס דער אויבערשטער האט פריער מקדש געווען את החדשים — אט דאס איז דער כח מיט וועלכן אידן האבן שפעטער מקדש געווען את החדשים.

דערפון איז פארשטאנדיק,

אז דאס זעלבע איז אויך בנוגע צו ברכת החדש בשבת שלפניו,

אז דאס וואס אידן האבן בכח צו בענטשן די חדשים,

איז עס מצד דעם וואס בתחלה

(דעם ערשטן חדש שבכל שנה)

בענטשט דער אויבערשטער דעם חדש.

ז.

לכאורה קען מען אויף דעם פרעגן: וועגן ברכת החדש שטייט,

אז "אין זה קידוש ב״ד אלא שמודיעים להעולם מתי ר״ח״ 19 .

נאך מער שטייט 22 ,

אז ברכת החדש איז אפילו ניט קיין זכר צו קידוש החדש.

היינט וואס פאר א ראי׳ קען מען ברענגען פון דעם וואס עס שטייט אין פסיקתא בנוגע צו קידוש החדש

(אז דער כח לקדש חדשים איז דערפון וואס דער אויבערשטער האט פריער מקדש געווען את החדשים)

אז אזוי איז עס אויך בנוגע צו ברכת החדש?

אבער דערפון וואס ברכת החדש האט מען מתקן געווען לאחר 23

ווי עס איז בטל געווארן קידוש החדש ובשייכות צו דעם,

איז פארשטאנדיק,

אז ברכת החדש האט א שייכות צו קידוש החדש.

דאס הייסט,

אז בזמן שהיו ב״ד מקדשין את החדש,

איז אין דעם וואס ב״ד פלעגט זאגן 24

"מקודש"

(און דער עם האט געענטפערט ״מקודש מקודש״) 25

— געווען כלול אויך דער ענין הברכה 26 ,

און לאחרי ווי קידוש החדש איז בטל געווארן,

האט מען מתקן געווען עס זאל זיין עכ״פ ברכת החדש.

אויך די שייכות פון ברכת החדש צו קידוש החדש זעט מען אין נגלה:

(א)

(לויט כמה מנהגים)

"מבקשין רחמים על החכמים בהכרזת ר״ח ..

מפני שהן היו מקדשין החדש" 27 .

(ב)

"נהגו לעמוד בשעת אמירת ר״ח ביום פלוני דוגמת קידוש החדש שהי׳ מעומד" 10 .

ה.

ע״פ הנ״ל אז ברכת החדש האט א שייכות צו קידוש החדש — געפינט מען נאך א רמז אין נגלה צו דעם וואס חדש תשרי איז "הקב״ה בעצמו מברכו":

בנוגע צו אלע אנדערע ראשי חדשים — חוץ ר״ה — זיינען פאראן דיעות 28 ,

אז אפילו ווען דער פאריקער חדש איז געווען א מלא,

האט מען געהאלטן ר״ח — בזמן שהיו מקדשין החדש ע״פ הראי׳ — בלויז איין טאג

(יום השלשים ואחד).

און אפילו לויט די דיעות אז אין אזא פאל האט מען געהאלטן צוויי טעג ר״ח 29

— איז אבער

(לפי כמה שיטות 30 )

דער ערשטער טאג ר״ח

(יום שלשים)

געווען בלויז מצד הספק — טאמער וועלן קומען עדים וואס דאן וועט מען דאך אט דעם טאג

(שלשים)

דארפן מקדש זיין.

משא״כ ביי ר״ה,

איז אפילו לאחר המנחה פון יום שלשים באלול,

וואס דאן האט מען שוין געוואוסט אויף זיכער אז מ׳וועט דעם יום השלשים ניט מקדש זיין,

איז דער דין אז "נוהגין אותו היום קדש ולמחר קדש״ 31

און

(נאכמער)

ביידע טעג זיינען א "קדושה אחת ״ 32 .

איז כשם ווי בנוגע צו קידוש החדש,

זעט מען דעם חילוק בדבר,

אז

(דוקא)

ביי ר״ה איז אפילו בעת ב״ד האט דעם יום השלשים ניט מקדש געווען,

איז אבער "נוהגין אותו היום קדש״ — מצד דעם וואס "מן הדין הי׳ הוא ראוי להיות יו״ט מן התורה" 33

(ד.

ה.

מצד דערויף וואס מן הדין — מצד למעלה איז ער ראוי; בסגנון אחר: מצד דעם וואס אין דעם טאג איז געווען דער מולד — וואס דאס איז מצד למעלה )

;

עד״ז איז אויך בנוגע צו ברכת החדש וואס איז בדוגמת קידוש החדש

(כנ״ל סעיף ז׳),

אז ר״ח תשרי דארף ניט אנקומען אז אידן זאלן אים בענטשן,

נאר "הקב״ה בעצמו מברכו".

ט.

אע״פ אז די קדושה פון ר״ה איז ניט תלוי

(אויף אזוי פיל)

אין ב״ד — וכנ״ל,

אז אויך ווען ב״ד האט ניט מקדש געווען דעם יום שלשים,

איז "נוהגין אותו היום קדש"

(עכ״פ מדרבנן)

— איז אבער די עצם מציאות פון ר״ה,

דאס וואס ער איז "ראש השנה"

(דער אנפאנג פון דעם נייעם יאר),

יע תלוי אין בית דין.

און ווי דער דין איז,

אז בשעת די עדים זיינען געקומען לאחרי המנחה — וואס דאן האט דער ב״ד זיי ניט מקבל געווען,

איז דער ערשטער טאג ר״ה געווען

(א חלק 34 )

פון חדש אלול 35

(כאטש אז "היו גומרים אותו באיסורו בקדושת יו״ט" 36 ),

ובמילא — פון דעם פריערדיקן יאר.

י.

איז דער ביאור אין דעם:

עס שטייט אין גמרא 37 ,

אז דער אויבערשטער זאגט צו אידן "אמרו לפני בר״ה כו׳ מלכיות כדי שתמליכוני עליכם".

וואס אין דעם זעט מען צוויי ענינים הפוכים 38

:

פון איין זייט איז פארשטאנדיק,

אז וויבאלד דעם "תמליכוני עליכם" דארף מען ערשט אויפטאן,

ד.

ה.

אז פאר דעם "תמליכוני" איז דער אויבערשטער

(כביכול)

ניט קיין מלך 39

— איז דאך לכאורה ניט שייך זאגן אז אידן זאלן דורך זייער עבודה קענען פועל׳ן אז דער אויבערשטער זאל ווערן א "מלך".

ווארום די עבודה פון "עם" קען אנרירן בלויז אין דער דרגא פון "מלך",

אבער צו עצמות וואס איז העכער פון ענין המלכות,

וואס פון דארטן דארף מען ערשט אויפטאן דעם רצון אויף מלוכה — האט דער " עם " קיין שייכות ניט.

וואס דערפאר זאגט מען בר״ה

(פאר תקיעות)

״ יבחר לנו גו׳״ — אז וויבאלד די המשכה שבר״ה איז "מצד העצמות ממש" 40 ,

דעריבער קומט זי "בלי שום התעוררות כלל" 40

נאר בבחירתו החפשית ;

אעפ״כ — מאידך גיסא: וויבאלד אז דער אויבערשטער זאגט " אמרו לפני כו׳ מלכיות כדי שתמליכוני עליכם",

אז דער "תמליכוני" ווערט דורך די אמירת פסוקי מלכיות פון אידן — איז דאך פארשטאנדיק,

אז אויך דער " יבחר לנו" שמצד העצמות קומט אבער מצד

(און דורך)

אידן.

נאר דאס גופא איז אין אן אופן פון בחירה חפשית.

יא.

און דאס איז דער ביאור פון די צוויי ענינים הנ״ל

(ס״ט)

וואס אין ר״ה:

מצד דעם ענין אין ר״ה וואס ער איז " תחלת מעשיך" וואס במילא איז דאך ניט שייך אז אימעצער זאל אויפטאן די המשכה פון ר״ה

(ווארום בר״ה ווערט דאך ערשט אויפגעטאן דער מציאות פון "מעשיך")

נאר זי קומט מצד "חפץ חסד"

[בדוגמת ווי ס׳איז געווען בתחלת הבריאה — וואס דערפאר הייסט ר״ה "זכרון ליום ראשון " 41 ]

איז די המשכת הקדושה

(דר״ה)

ניט תלוי

(אויף אזוי פיל)

אין

(ב״ד)

אידן;

אבער אעפ״כ,

וויבאלד אז דאס גופא וואס בר״ה איז דא דער "חפץ חסד" עס זאל זיין "תחלת מעשיך",

איז עס מצד די עבודה פון אידן

[וואס דערפאר איז דער טאג פון ר״ה נקבע געווארן אויף א׳ בתשרי

(ניט אויף כ״ה באלול),

יום ברוא אדם הראשון 42 ]

דעריבער איז דער עצם מציאות פון ר״ה

(אין וועמען עס ווערט נמשך די קדושה דר״ה)

תלוי אין

(ב״ד)

אידן.

יב.

כשם ווי ביי ר״ה — דער " זכרון ליום ראשון",

איז ניט געקוקט אויף דעם וואס די המשכה קומט מצד "חפץ חסד",

ווערט זי אבער אויפגעטאן דורך דער עבודה פון אידן כנ״ל;

עד״ז איז אויך בנוגע צום "יום ראשון״ ממש — כ״ה באלול,

אז הגם ס׳איז דאן ניט געווען שייך קיין אתערותא דלתתא

( — "ואדם אין לעבוד גו׳״ 43 )

פונדעסטוועגן,

וויבאלד אז "במי נמלך בנשמותיהם של צדיקים" 44 ,

קומט דאך במילא אויס,

אז אויך די המלכה

(ורצון)

וההמשכה בתחלת הבריאה זיינען געווען פארבוגדן מיט עבודה פון אידן 45 .

דער אונטערשייד איז נאר,

אז בר״ה — יום ברוא האדם,

איז די אתעדל״ת פאראן אויך בפועל 46 ,

בכ״ה באלול אבער,

איז עס בלויז וואס "עלה לפניו ית׳ התענוג שיתענג כבי׳ בעבודת הצדיקים"* 46 .

יג.

ע״פ כל הנ״ל,

וועט מען אויך פארשטיין דעם לשון פון בעש״ט

(בנוגע דעם חודש תשרי)

"שהוא החדש הראשון לחדשי השנה",

וואס דאס איז

(כנ״ל ס״ג)

דער טעם וואס דוקא חדש תשרי איז "הקב״ה בעצמו מברכו״:

דער חילוק צווישן די ערשטע פינף טעג פון די ששת ימי בראשית,

ווען די המשכה

(ב פועל )

איז געווען מצד חפץ חסד,

און דעם "יום הששי" 47 ,

(ראש השנה פון יענעם יאר),

ווען עס האט זיך אויפגעטאן דער ענין פון אתעדל״ת — איז ע״ד ווי דער חילוק צווישן די כ״ו דורות וואס זיינען געווען פאר מ״ת שהיו ניזונין בחסדו של הקב״ה 48 ,

און דעם זמן וואס פון מ״ת אן און שפעטער,

ווען אלע המשכות קומען דורך עבודה.

דערפון איז פארשטאנדיק אז דער זמן פון פאר ר״ה

(יום בריאת האדם),

איז

(בכל שנה ושנה)

— בנוגע די ענינים וועלכע זיינען פארבונדן מיט דער בריאת העולם מחדש ,

מיט שנה החדשה — בדוגמת דעם זמן וואס פאר מ״ת.

קען מען זאגן בדרך אפשר — אז דערפאר זאגט דא דער בעש״ט אז תשרי איז דער "חדש הראשון לחדשי השנה״ — ווייל אין דעם שבת וואס פאר ר״ה וואס איז בדוגמת דעם זמן פון פאר מ״ת 49 ,

איידער דער אויבערשטער האט געזאגט "החודש הזה לכם",

איז תשרי

(געווען)

דער "ירחא קדמאה ".

און דערמיט איז ער מרמז דעם טעם פארוואס ר״ח תשרי

(ר״ה)

איז "הקב״ה בעצמו מברכו״ — ווייל אין דעם זמן פון פאר ר״ה

(וואס איז בדוגמת דעם זמן וואס פאר "החודש הזה לכם")

איז די המשכה מצד "חפץ חסד",

כנ״ל.

יד.

אעפ״כ זאגט דא דער בעש״ט

(צוויי מאל)

אויך דעם לשון "חדש השביעי ״ — וואס דער ענין אז תשרי איז דער חדש השביעי — איז געווארן ערשט לאחרי ווי דער אויבערשטער האט געזאגט "החודש הזה לכם"

— דערמיט ווערט מרומז,

אז אויך אין דעם זמן וואס פאר ר״ה,

וואס די המשכה איז מצד "חפץ חסד",

איז פאראן דער ענין פון עבודה

(כנ״ל סי״ב)

;

און דערמיט איז ער מסביר דעם טעם פון דעם וואס "ברכתו של הקב״ה" קומט דורך דעם וואס אידן לייענען פרשת אתם נצבים 50 .

און דורך דעם וואס די המשכה שמלמעלה איז פארבונדן מיט דער עבודה פון אידן,

קומט צו א הוספה אין ברכתו של הקב״ה 51 ,

און דאס אלעס קומט אראפ אין א כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה,

אז דער חודש איז — כלשון הבעש״ט — "מושבע ומשביע ברוב טוב לכל ישראל על כל השנה".

(משיחות ש״פ נצו״י תשכ״ט ותש״ל)

Reader controls and commentary are loading.