B"H
🏡

Ikar

תצא א

א.

אויף די ווערטער "למען ייטב לך וגו׳״ — דער סיום פון פסוק ״שלח תשלח את האם וגו׳ ״ 1

— איז רש״י מפרש: "אם מצוה קלה שאין בה חסרון כיס אמרה תורה למען ייטב לך והארכת ימים 2 ,

ק״ו למתן שכרן של מצות חמורות".

זאגן מפרשים?

אז ביי רש״י׳ן איז דא קשה: ווי קומט עס אז דווקא ביי שילוח הקן,

וואס דאס איז דאך א מצוה קלה וכו׳,

ווערט צוגעזאגט אין דער תורה דער שכר פון "למען ייטב לך וגו'"?

דעריבער באווארנט רש״י,

אז אדרבה היא הנותנת: דער־ פאר האט די תורה אויסגעקליבן צו שרייבן דעם שכר דווקא ביי א מצוה קלה,

בכדי מען זאל פון איר ארויס־ לערנען מיט א ק״ו אויף אלע אנ־ דערע מצות וואס לגבי איר זיינען זיי ״חמורות״ — זייער קיום איז פארבונדן מיט מער שוועריקייטן 4

ווי דער קיום פון מצות שילוח הקן.

מען דארף אבער פארשטיין: דעם פירוש "אם מצוה קלה כו'" האט רש״י גענומען

(לכאורה)

פון ספרי און משנה 5 ,

און דארט ווערט געזאגט: ״מצוה קלה שהיא כאיסר כו׳״ — היינט ווי אזוי זאגט דא רש״י "מצוה קלה שאין בה חסרון כיס",

אז אין איר איז אינגאנצן ניטא קײן חסרון כיס ?

ס'איז שווער צו פארענטפערן און מחלק זיין,

אז דער ספרי און די משנה זינען מיוסד לויטן דרך פון הלכה אבער פרש״י עה״ת איז לויטן דרך הפשט,

און דערמיט וועט זין רעכט דער שינוי צווישן זיי — ווארום דא רעדט זיך דאך וועגן א בא• שטימטע מציאות ,

דאס געלט-ווערט פון דער אם,

וואו עס האט לכאורה קיין ארט ניט צו זאגן אז לויטן דרך ההלכה איז עס אנדערש ווי לויטן דרך הפשט.

איז בכן ניט מובן : ווי אזוי לערנט רש״י בפירושו,

אז ביי שילוח הקן איז לגמרי ניטא קיין חסרון כיס אין דער צייט ווען אין ספרי און אין משנה

(בפרט אויב זיי זיינען דער מקור לפירושו)

ווערט געזאגט אז ס׳איז דערבי יע פאראן חסרון כיס,

מער ניט וואס דאס באטרעפט בלויז ״כאיסר״ ?

ב.

דער טעם פארוואס רש״י מוז משנה זין פון ספרי און משנה און קען ניט שריבן "שהיא כאיסר",

איז פארשטאנדיק : אויב מען וועט זאגן אז שילוח הקן איז יע פארבונדן מיט א וועלכן־עס-איז חסרון כיס.

שטעלט זיך דאן די קשיא : פארוואס זאגט ניט די תורה "למען יטב לך וגו' " בי אזא מצוה וועלכע האט אינגאנצן ניט קין חסרון כיס ?

און דאס גופא איז מכריח צו זאגן

(ע״פ דרך הפשט),

אז שילוח הקן איז טאקע אזא מצוה וואס אין איר איז אינגאנצן ניטא קין חסרון כיס.

די קשיא אבער איז,

כנ״ל,

: ווי קען עס רש״י אזוי זאגן — ווי איז שיך אז אין אן ענין וואס האט צו טאן מיט א מציאות

(צי ביי שילוח הקן איז דא א חסרון כיס אדער ניט),

זאל רש״י אננעמען אנדערש ווי דער ספרי און די משנה?

אין אמתין איז די קשיא ניט בלויז מצד הספרי והמשנה,

נאר דא אויפן ארט גופא איז שווער: סיאיז דאך א דבר הפשוט אז אויך די ״אם״ האט א געוויסע געלט-ווערט,

ובמילא איז דאך לא ימלט אז דורך אוועקשיקן די "אם" זאל מען ניט אנווערן א ״דבר מועט״ 6

עכ״פ — און ווי זאגט רש״י אז שילוח הקן איז א מצוה שאין בה חסרון כיס ?

ג.

סיאיז דא א שאלה אין הלכה 7

,

צי "מניעת הריוח" ווערט פאררעכנט ווי "הפסד" אדער ניט.

ולכאורה,

לויט דער דיעה

(ע״פ הלכה)

אז מניעת הריוח ווערט אנגענומען אזוי ווי הפסד,

איז דא א סברא צו פאר-ענטפערן דעם שינוי צווישן רש״י און משנה וספרי :

בשעת א מענטש געפינט א "קן צפור" און שיקט אוועק די אם,

פאר• שאפט ער זיך ניט קיין הפסד דער• מיט,

וויבאלד די אם האט צו אים קינמאל ניט געהערט ; עס איז ניט מער ווי מניעת הריוח : ווען ניט דער ציווי "שלח תשלח את האם" וואלט ער זי געקענט צונעמען פאר זיך.

און דעריבער שטיט אין ספרי ומשנה "שהיא כאיסר",

ווייל לויטן דרך ההלכה ווערט אויך מניעת הריוח אנגענומען ווי חסרון כיס

(לויט איין דיעה).

אבער אין פרש״י

(דרך הפשט)

יוערט געזאגט " שאין בה חסרון כיס",

עס וועט ניט געמינערט ווערן פון דעם וואס עס געפינט זיך בא עס אין בייטל.

ווארום אינעם שכל פון א "בן חמש

(למקרא)

" 8

איז אפגעלייגט אז מניעת הריוח איז ניט גלייך צו הפסד.

ד.

אבער עס איז שווער אזוי פאר־ ענטפערן,

ווארום סוף־סוף איז עס דאך א קלארע זאך און אויך א קינד פילט עס בא זיך אז אויך מניעת הריוח פארנעמט אן ארט ביים מענ־ טשן.

און וויבאלד אזוי,

איז הדרא קושיא לדוכתא: פארוואס קלייבט

אויס די תורה אנצוזאגן דעם שכר "למען ייטב לך וגו׳ " ביי מצות שילוח הקן וואו ס׳איז דא עכ״פ מניעת הריוח

(כאיסר),

בעת דאס וואלט געווען לכאורה מער מתאים צו געזאגט ווערן ביי אזא מצוה וואו ס׳איז אפילו קיין מניעת הריוח ניט פאראן?

אבער די תורה זאגט דאך אן דעם שכר "למען ייטב לך וגו' " ביי מצות שילוח הקן — איז דאס גופא א הוכחה אז מיט "שאין בה חסרון כיס" אין פרש״י,

ווערט גע־ מיינט אזא אופן וואס דער מענטש ליידט דא ניט קיין שום שאדן,

אפילו ניט קיין מניעת הריוח 9 .

ה.

אויסער דער קשיא הנ״ל

(ווי איז שייך זאגן אז ביי שילוח הקן איז קיין חסרון כים ניטא — אפילו ניט מניעת הריוח),

איז נאך א זאך ניט מובן:

ביי מצות שילוח הקן פאדערט זיך א געוויסע פעולה — נעמען און אוועקשיקן די "אם"; ובפרט נאך,

אז מצד הטבע וויל דאך די מוטער ניט פארלאזן אירע קינדער,

און דערפאר איז דא מערסטנס נויטיק אפילו א געוויסע באמיאונג אין דער פעולה.

איז דאך שווער

(ע״ד קושיא הנ״ל)

: פארוואס האט די תורה ניט אויסגע־ קליבן בעסער אנצוזאגן דעם שכר "למען ייטב לך וגו'" ביי אזוינע מצות וואס זיי איז גאר גרינג צו מקיים זיין; אז ניט בלויז איז ביי זיי ניטא קיין חסרון כיס,

נאר אויך קיין פעולה

(ווי ביי שילוח הקן)

איז ביי זיי ניט נויטיק 10

— אזוי ווי מצות ק״ש למשל,

וואס זי איז נאר בדיבור?

ו.

נאך דעם שכר פון "למען ייטב לך והארכת ימים",

איז תורה מוסיף נאך א שכר: כי תבנה בית חדש וגו׳.

ווי רש״י טייטשט עס אויס": "אם קיימת מצות שילוח הקן,

סופך לבנות בית חדש ותקיים מצות מעקה 12

ש־ מצוה גוררת מצוה ותגיע לכרם ושדה 13

ולבגדים נאים 14 .

לכך נסמכו הפרשיות הללו".

אויך דער פירוש רש״י פאדערט הסבר: דאס וואס רש״י זאגט "ותגיע לכרם ושדה ולבגדים נאים",

לערנט ער אפ פון פסוק אין צוזאמענהאנג מיט זייערע מצות — "לא תזרע כרמך כלאים גו'" ; "לא תחרוש בשור ובחמור גו׳ ״ ; "לא תלבש שעטנז גו׳ " 15

— וועלכע שטייען דא אין דער פרשה

(גלייך נאך "כי תבנה בית חדש ועשית מעקה לגגך"),

בסמיכות צו מצות שילוח הקן.

איז ניט פארשטאנדיק: פארוואס זאגט רש״י בלויז "ותגיע לכרם ושדה ולבגדים נאים" און איז דערביי ניט מסיים "ותקיים מצות 16

לא תזרע כרמך כלאים,

לא תחרוש גו׳ לא תלבש שעטנז גו׳ ״ — אנדערש ווי ביי בית,

וואו נאכדעם ווי ער זאגט "סופך לבנות בית חדש" פירט ער אויס "ותקיים מצות מעקה שמצוה גוררת מצוה" 17 ?

אויך דארף מען פארשטיין: אין מדרש תנחומא דא

(מקור פרש״י זה)

איז ער מוסיף — פאר "לכך נסמכו כו׳״ — "תזכה למצות ציצית כו׳ לאשה ולבנים".

פארוואס איז דאס רש״י משמיט?

ז.

דער ביאור בכל הנ״ל:

עס ליגט אין טבע ה"אם",

אז אויך נאכדעם ווי מ׳שיקט זי אוועק פון די "בנים",

זאל זי זיך אומקערן צום קן נאכאמאל און ווידעראמאל.

ובמילא קומט אויס,

אז ביי מצות שילוח הקן איז אפילו קיין מניעת הריוח ניטא — היות אז עס ליגט בטבע האם אז זי זאל צוריקקומען.

ע״פ דרך ההלכה לערנט מען אפ פון לשון " שלח תשלח את האם",

אז נאך איר אומקערן זיך דארף מען איר ווידער אוועקשיקן און אזוי ביז אפילו מאה פעמים 18 .

משא״כ ע״ד הפשט,

איז אדרבה — אז ער האט איר

(איינמאל)

אוועקגעשיקט — איז מכאן ולהבא איז זי שוין:

(א)

ניט "בעודה על בני׳״,

(ב)

״מזומן״ — וואס רש״י האט ערשט מפרש געווען אז דאמאלס איז ניטא די מצוה שלח 19 .

און דעריבער זאגט די משנה און ספרי "שהיא כאיסר",

ווייל ער טאר זי ניט צונעמען אויך נאכן שפעטער־ דיקן צוריקקומען

(איידער "נטל את הבנים כו׳״)

— האט ער ניט דעם ״כאיסר״ 20 .

משא״כ אין דרך הפשט איז — כנ״ל — חל דער חיוב פון ״שלח תשלח את האם״ בלויז אײן מאל,

און דערפאר זאגט רש״י "שאין בה חסרון כיס".

ח.

דערמיט וועט זײן פארשטאנדיק אז בײ מצות שילוח הקן איז קײנמאל ניטא קײן נסיון : קײן שום חסרון כיס איז דאך ניטא דערבײ כנ״ל; אויך 21

איז בײ איר געווײנלעך ניט פאראן קײן אנדערע שוועריקײטן.

ובמילא קומט אויס,

אז דער קיום פון דער מצוה איז גרינגער ווי פון אלע אנדערע מצות.

בײ אלע אנדערע מצות איז שייד אז זײ זאלן אפטמאל זײן פארבונדן מיט שוועריקייטן.

אזוי ווי מצות ק״ש,

וואס הגם אז ע״פ הרגיל איז זי נאך גרינגער ווי שילוח הקן,

דער-מיט וואס זי איז נאר בדיבור — פונדעסטוועגן קען געמאלט זיין,

אז איר קיום זאל אנקומען שווער.

למשל: ווען ער איז דעמאלט טרוד און פאר• נומען מיט אן אנדער באשעפטיקונג,

פון וועלכע ס׳איז אים שווער זיך אפצורייסן און לײענען ק״ש 22 .

יתרה מזו : בא כמה מצות

(כולל אויך שילוח הקן,

לכאורה)

קען דאך זײן אז מצד טרחא אדער כבוד וכיו״ב זאל ער זײן "כובש עיניו כאלו אינו רואה״ — וואס די תורה דארף עס באווארענען — מיט עטליכע פסוקים פריער 23 .

מוז מען זאגן אז בײ שילוח הקן איז מען אין דער מצוה "שלח תשלח את האם״ מחוײב בלויז ווען ״את הבנים תקח לד״ — וכפשוטו של מק• רא אז סיבת החיוב פון "שלח" איז דער איסור "לא תקח האם על ה־ בנים ".

ובמילא,

בעת דער מענטש איז טרוד אין עפעס אנדערש,

אדער — זקן ואינו לפי כבודו 24 ,

דאן וועט ער זיד דאך אויך ניט באשעפטיקן מיט נעמען די ״בנים״ און ס׳איז בכן ניטא דער ציווי "שלח תשלח את האם״ ; און אויב,

ווידער,

ער פארנעמט זיך מיט "את הבנים תקח לך",

איז ער דאך ניט טרוד אין אנדערע זאכן און ס'איז דעריבער א מצוה קלה צו .

מקײם זײן — אן קײן שטעררבג פון זײטיקע טרדות און אויך אן חסרון כיס.

און דעריבער האט די תורה אויס־ געקליבן צו זאגן דעם שכר "למען ײטב לך וגו׳״ דוקא בײ מצות שילוח הקן,

ווארום ווען דאס וואלט געשטא• נען בײ אן אנדער מצוה וואלט מען געקענט מיינען,

אז די תורה האט ביי זיי צוגעזאגט דעם שכר "למען ייטב לך והארכת ימים" דערפאר וואס זייער קיום איז אפטמאל פארבונדן מיט שוועריקייטן,

ובמילא וואלט מען פון זיי ניט געקענט אפלערנען אז דער דאזיקער שכר איז אויך פאראן ביי שילוח הקן,

וויבאלד ס׳איז דארט קיינמאל ניטא אט די שוועריקייט.

דערפאר ווערט "למען ייטב לך וגו׳" געזאגט ביי שילוח הקן דוקא,

ווייל פון דעם קען מען יע אפלערנען מיט א ק״ו,

אויף אלע אנדערע מצות,

כנ״ל.

ט.

און דא זעט מען אויך ווי אזוי דער פירוש פון רש״י עה״ת,

לויט דרך הפשט,

איז פארבונדן אויך מיטן חלק ההלכה שבתורה:

ס׳איז דא א חקירה אין חוות יאיר 25

: צי אין דער מצוה פון שלח תשלח את האם איז מען מחוייב דוקא אין פאל ווען מ׳נעמט צו די בנים,

אדער די מצוה איז חל יעדער מאל ווען מ׳טרעפט א קן צפור — אויך ווען מ׳וויל די בנים ניט צונעמען.

זעט מען פון פרש״י דידן,

אז לויט לשון רש״י מצוה קלה

(סתם,

אן קיינע הגבלות)

און לויט תוכן פירושו איז מען מחוייב אין דער מצוה פון "שלח תשלח את האם" נאר דעמאלט ווען "את הבנים תקח לך",

כנ״ל ס״ח.

י.

ע״פ הנ״ל י״ל,

אז דאס וואס רש״י איז ממשיך ווייטער: "אם קיימת מצות שילוח הקן סופך לבנות בית חדש ותקיים מצות מעקה שמצוה גוררת מצוה",

מיינט ער צו זאגן אז נא "בית חדש" איז דא צוויי סארטן שכר: עיקר השכר

(ווי רובם ככולם 26

פון די יעודים שבתורה — יעודים גשמיים)

"סופך לבנות בית חדש",

און

(מצוה)

״גוררת מצוה״

(— "תקיים מצות מעקה").

און דער צווייטער סארט שכר

["גוררת מצוה"]

איז דוקא בא בית — ווייל מצות מעקה איז בדומה צו מצות שילוח הקן ; ד.

ה.

אז לויטן דרך הפשט,

איז דער קיום פון איין מצוה גורר בלויז אזא מצוה וועלכע איז ענלעך 27

צו דער ערשטער אפגעטאנענער מצוה.

און דערפאר ברענגט די מצוה שילוח הקן צו דער מצות מעקה,

ווייל מצות מעקה איז גלייך צו מצות שילוח הקן דערמיט,

וואס

(א)

אויך אין דער מצוה צו בויען א מעקה איז א איד מחוייב דוקא ווען ער בויט א בית חדש פאר זיך — גלייך צום חיוב פון שלח תשלח את האם,

וואס קומט דוקא בשעת "את הבנים תקח לך " ;

(ב)

דער טעם פון מצות מעקה איז

(ע״ד הפשט)

צו פארהיטן פון אכזריות: "ולא תשים דמים בביתך" 28

— און אויך אין שילוח הקן,

ע״פ דרך הפשט 29 ,

דריקט זיך אויס די פארמיידונג פון אכזריות.

עפ״ז איז פארשטאנדיק,

וואס רש״י זאגט ניט ״ותקײם מצות לא תזרע כרמך כלאים,

לא תחרוש בשור ובחמור,

לא תלבש שעטנז״ — ווײל די מצות האבן ניט אט-די באזונדערע ענלעכע קייט צו מצות שילוח הקן.

ובמילא בלײבט בײ זײ נאר דער שכר "תגיע לכרם ושדה ולבגדים נאים"

(בדוגמת ״סופך לבנת בית חדש").

און וויבאלד אז "ארבע כנפות" אין ״כסותך״ און ניט שלשה — איז ניטא אן דעם קײן שבח ושכר 30

— מוז מען זאגן

(ע״ד הפשט)

אז דער פוסק

(וכש״כ — "אשה" שלאחריו)

האבן שיון ניט קײן "סמיכות" לפרשת שילוח הקן.

יא.

לויט פרש״י,

וועט ווערן פאר שטאנדיק אויך דער סדר הפסוקים:

א "בית חדש" איז ניט פון אזא סוג הכרחיות אץ צרכי האדם ווי דאס זיינען כרם ושדה און בגדים נאים

(וכידוע 31 ,

אז אין די דריי סוגים פון מזון,

לבוש און בית 32 ,

איז די הכרחױת פון מוזן א גרעסערע ווי,

פון לבוש,

און דער הכרח פרן לברש איז מער ווי פון בית).

לפ״ז,

האט דאך "כי תבנה בית חדש" גע דארפט לכאררה שטײן נאך 33

"לא תזרע כרמך גו׳ לא תלבש שעטנז גו'",

וואס דאן וואלטן די פרטי השכר געווען אויסגעשטעלט אין א פארשטאנ־ דיקן סדר: אז אלס שכר פון דער מצוה וועט ער באקומען ניט בלויז מזון

(כרם ושדה)

און לבוש

(בגדים נאים),

נאר אויך בית חדש.

פארוואס־ זשע שטייט "כי תבנה בית חדש" פריער פאר כרם ושדה ובגדים נאים?

לויט פרש״י איז עס אבער פאר־ שטאנדיק בפשטות: וויבאלד אז די שייכות פון "כי תבנה בית חדש" צו מצות שילוח הקן איז אויך מצד דער מצוה פון ״ועשית מעקה לגגך״ — משא״כ די שייכות פון די אנדערע פסוקים איז בלויז וואס "תגיע לכרם ושדה ולבגדים נאים" און ניט מצד די מצות שבהם — מוז דאך דער פסוק "כי תבנה בית חדש ועשית מעקה לגגך" שטיין בסמיכות צו מצות שילוח הקן 34 .

יב.

פון די ענינים פון "יינה של תורה" אין פירוש רש״י דידן:

דער טעם הפנימי דערפון וואס בעת א ציווי שטייט בלשון "מקור" — אזוי ווי דער ציווי פון שילוח הקן וואס איז געזאגט געווארן מיטן לשון ״שלח״ — לערנט מען דערפון אפ ע״פ דרך ההלכה אז דאם מיינט "אפילו מאה פעמים":

עשי' מצד עצמה איז במדידה והגבלה.

און אזוי איז עס אפילו ווען די עשי׳ קומט מצד שכל ומדות,

וואס דאן ווערט עס געטאן מיט חיות — ווייל אויך שכל און מדות זיינען כחות מוגבלים.

בשעת אבער די עשי׳ קומט מצד רצון ועאכו״כ װען עס קומט מצד עצם הנפש,

ובדוגמא ווי דאס וואס א מענטש טוט בכדי צו ראטעווען זיך פון א סכנה ר״ל,

איז וויבאלד אז דער עצם הנפש איז דאך ניט מוגבל — איז הגם אז די עשי׳ קומט דורך דעם כח המעשה 35 ,

ווירקט אבער דער רצון אדער דער עצם הנפש אויך אויפן כח המעשה,

אז זיין פעולה זאל זיין אן הגבלות 36 .

און דאס איז דער טעם וואס א ציווי בלשון מקור באדייט "אפילו מאה פעמים":

סתם א ציווי איז פארבונדן בלויז מיטן כח המעשה

(ווארום דער אנזאג איז דאך — אז מען זאל טאן )

; משא״כ א ציווי בלשון מקור מיינט,

אז אין דער עשי׳ דארף זיך ארויסזאגן דער "מקור",

אז זי דארף ארויסשטאמען פון רצון ועצם הנפש וועלכע איז דער מקור פון אלע כחות.

און דעריבער איז עס "אפילו מאה פעמים",

ווייל מצד עצם הנפש פאלן אוועק אלע הגבלות 37 .

יג.

אבער פונדעסטוועגן,

הגם "שלח" איז א לשון "מקור",

מייגט עס ע״ד הפשט צו אוועקשיקן בלויז איין מאל — ווייל אין החלת העבודה

(ווען מען האלט נאך אין דער דרגא פון פשט,

פון א "בן חמש"),

אפילו ווען עס ווערט נתעורר דער "מקור",

דער רצון ועצם הנשמה,

ווערן נאך דערפון די כחות הגלויים ניט בא־ ווירקט אין אן אופן אז אויך זיי זאלן זיין אן הגבלות: מצד התעוררות עצם הנשמה איז ער טאקע מקיים מצות

(ניט ווי פאר דער התעוררות,

ווען ער האט כלל ניט געטראכט וועגן קיום המצות,

און אדרבה: מען האט געדאר־ פט באווארענען "תועבת ה׳ אלקיך" וואס רעדט זיך אין פריערדיקן פסוק 38

— פאר "כי יקרא קן צפור" 39 ),

אבער זיין קיום המצות איז נאך גאר בהתחלה ,

ביז — אז מצד דער התעוררות איז ער גרייט צו מקיים זיין בלויז א "מצוה קלה שאין בה חסרון כיס״ — וואו ער איז ניט מפסיד אפילו א דבר מועט — כאיסר.

אבער וויבאלד אז די התעוררות הרצון ועצם הנשמה איז ארויסגעקומען אין א פועל ממש,

איז "מצוה גוררת מצוה" און דער קיום פון מצות שילוח הקן,

וואס איז א מצוה קלה,

איז שוין גורר צום קיום פון מצות מעקה ביי וועלכער עס איז שוין יע דא א חסרון כים.

יד.

וי״ל אז דאס איז אויך דער טעם פנימי וואס "כי תבנה בית חדש" שטייט פאר "לא תזרע כרמך כלאים גו' לא תחרוש גו׳ לא תלבש שעטנז גו׳"

(אויך לויטן פירוש אז "מצוה גוררת מצוה״ מיינט — צו יעדערער פון אלע מצות)

:

אט די התעוררות הרצון ועצם הנשמה,

וואס צום אנהויב דריקט זי זיך אוים אינעם קיום פון בלויז א "מצוה קלה",

איז אויך נאכדעם ווי זי איז "גורר" ומעורר צו מקיים זיין אפילו מצות חמורות,

זיינען דאס אזעלכע מצות וועלכע זיינען אין דער בחינה פון "בית",

מקיף הרחוק,

וואס איז פארבונדן מיט יחידה; און לאחרי זה וואס בחי׳ יחידה באווירקט אים צו מקיים זיין די מצות וועלכע זיינען פארבונדן מיט בחי׳ "בית" אויך אפילו ווען ער האט דערביי א חסרון כים — דאן הויבט זיך ביי אים אן דער סדר העבודה מלמטה למעלה: פריער ״כרם ושדה״ — בחי׳ מזון,

און דערנאך ״בגדים נאים״ — בחי׳ לבוש

(מקיף הקרוב ).

טו.

און דאס איז אויך פארבונדן מיטן ענין פון חדש אלול

(וואס פרשת תצא לייענט מען אלע מאל בחדש אלול 40 )

:

די התעוררות התשובה פון חדש אלול איז — בנוגע מכאן ולהבא —

(בעיקר)

א הזזה כללית 41 ,

און דעריבער ווירקט זי מלכתחלה צו טאן בלויז א "מצוה קלה".

אבער וויבאלד אז די התעוררות איז אין אזא אופן וואס סוכ״ס ברענגט זי צום קיום פון אלע מצות — צוליב דעם אליין,

דורך דער התעוררות אליין — איז מען שוין 42

זוכה צו א כתיבה וחתימה טובה,

ווי דער פסוק זאגט אז צוליב מצות שילוח הקן אליין

(נאך איידער זי ברענגט צום קיום פון מצות מעקה)

וועט זיין "ייטב לך והארכת ימים",

וואס לויט פשוטו של מקרא — עולם המעשה — מיינט דער "ייטב לך והארכת ימים" פשוט אין עולם־הזה 26 ,

אז עס וועט זיין א שנה טובה ומתוקה אין אלע פרטים,

בבני,

חיי ומזוני,

ובכולם — רויחי.

(משיחת ש״פ תצא תשכ״ז)

Reader controls and commentary are loading.