B"H
🏡

Ikar

בלק א

א.

אין אנהויב פון דער סדרה איז רש״י מעתיק אלע ווערטער פון ערשטן פסוק "וירא בלק בן צפור את כל אשר עשה ישראל לאמורי" און איז מפרש "אמר אלו שני מלכים שהיינו בטוחים עליהם לא עמדו בפניהם אנו על אחת כמה ובמה,

לפיכך ויגר מואב".

זאגן מפרשים 1 ,

אז מיט זיין פירוש איז דא רש״י מחדש ,

אז דאס וואס דער פסוק דערציילט ווייטער "ויגר מואב",

איז עס ניט קיין ענין בפני עצמו,

נאר דאס קומט בהמשך צו ״וירא בלק גו׳״: ווען בלק האט געזען וואס אידן האבן געטאן לאמורי,

ווי אזוי זיי האבן מנצח געווען די צוויי מלכים סיחון ועוג מיט זייער פאלק,

האט בלק געמאכט דעם ק״ו — מה־ דאך די "שני מלכים שהיינו בטוחים עליהם לא עמדו בפניהם,

אנו על אחת כמה וכמה״,

און דעריבער — "ויגר מואב".

ס׳איז אבער ניט מובן:

א)

אויב מען זאל לערנען ווי דער קא סלקא דעתך,

אז מיט "ויגר מואב" הויבט זיך אן א באזונדער ענין און ניט ווי א תוצאה פון "וירא בלק" — האט דאך דאן דער גאנצער פסוק "וירא בלק" קיין פירוש ניט 2

: למאי נפקא־מינה צי בלק האט דאס יע געזען אדער ניט,

אויב דאס האט ניט געבראכט צו קיינע תוצאות?

— איז דאך דערפון פארשטאנדיק,

אויך אן פי׳ רש״י,

אז "וירא בלק גו׳" ווערט דערציילט אלס א סיבה צו ויגר מואב — היינט וואס איז רש״י מחדש מיט זיין פירוש "לפיכך ויגר מואב"?

ב)

אין די מערסטע פאלן וואו רש״י איז מפרש א פסוק,

איז ער פון אים מעתיק בלויז די ערשטע ווערטער 3

(און מרמז אויף די איבעריקע דורך ״וגו׳״ 4 )

— פארוואס באגנוגנט זיך ניט רש״י אין אונזער פסוק מיט מעתיק זיין בלויז די התחלה־ווערטער "וירא בלק",

נאר ער ברענגט אראפ אויך דעם גאנצן ווייטערדיקן המשך הפסוק,

ביז צום לעצטן ווארט "לאמורי"?

ג)

בכדי צו מסביר זיין דעם ק״ו פון בלק׳ן,

אז מה־דאך די "שני מלכים לא עמדו בפניהם" איז "אנו עאכו״כ",

איז לכאורה נוגע צו מדגיש זיין בעיקר די שטארקייט פון סיחון ועוג.

צוליב וואס דארף רש״י מוסיף זיין דעם פרט "שהיינו בטוחים עליהם"?

און אויך: ווי אזוי לערנט ער דאס ארויס פון פסוק,

וואו ס׳איז לכאורה ניטא קיין רמז אויף דעם?

ב.

איז דער ביאור בכל זה:

בשעת דער "בן חמש

(למקרא)

" לערנט די פסוקים "וירא בלק גו׳ ויגר מואב גו׳",

קומט ביי אים אויס בפשטות ,

אז "וירא גו׳" און "ויגר גו׳",

זיינען צוויי באזונדערע ענינים

(און ניט אז דער "וירא" האט גורם געווען דעם "ויגר")

:

ווארום אויסער דעם,

וואס דער פסוק גופא טייטשט אויס,

אז די מורא פון מואב פארן עם ישראל איז געווען — ״ כי רב הוא״ — מחמת דעם וואס אידן זיינען גרויסצאליק און מעכטיק — און דאס האט מואב געוואוסט אויך פאר מלחמת סיחון ועוג,

ווארום די אידן האבן דאך נאך פריער ארומגערינגלט ארץ מואב "כל דרומה ומזרחה" 5

;

איז אפילו את״ל,

אז דאן איז נאך מואב ניט געווען איבערצייגט אין דער גאנצער שטארקייט פון אידן,

און זיי האבן זיך דערוואוסט דערפון ערשט נאך דעם ווי זיי האבן געזען "את כל אשר עשה ישראל לאמורי״ 6

איז אבער סייווי שווער צוזאמענבינדן ביידע פסוקים אין איין המשך,

ווייל אין פשטות קומט אויס,

אז דער "ויגר מואב" איז געקומען דערפון וואס מואב האט געזען,

און ניט 7

דערפאר וואס "וירא בלק" 8

.

און מצד דער משמעות וואלט מען געדארפט איינלערנען,

אז די צוויי פסוקים "וירא בלק" און "ויגר מואב" ריידן וועגן צוויי פארשידענע פרטים 9

: דער ענין פון "ויגר מואב "

(די מורא פונעם פאלק )

וואס האט געשטאמט דערפון וואס " רב הוא",

מצד דעם ריבוי פון אידן,

האט זיך טאקע אנגעהויבן נאך פאר דער מלחמה מיט סיחון ועוג,

וכנ״ל,

אז דאס האבן די מואבים געזען נאך דאן ווען די אידן האבן ארומגערינגלט ארץ מואב,

און פון זינט דעמאלט איז זיי באפאלן א מורא פאר אידן,

נאר פונדעסטוועגן האט דאן דאס פאלק ניט געקענט פרואוון געפינען אן עצה דערצו,

ווייל אויף זייער מלך,

דארף מען זאגן,

האט דער ריבוי פון אידן ניט אנגעווארפן קיין מורא.

בשעת ס׳איז אבער פארגעקומען די מלחמה מיט סיחון ועוג,

און בלק

(מלך מואב)

האט דערזען "את כל אשר עשה ישראל לאמורי",

האט אויך ער אנגעהויבן צו שרעקן זיך פאר די אידן; ד.

ה.,

אז צום "ויגר מואב" איז אויך צוגעקומען דער "וירא בלק" און אויך זיין מורא 10

— האט מואב שוין דאן אפן אויסגעדריקט די מורא,

און "ויאמר מואב גו'",

זיי האבן געפרעגט אן עצה ביי זקני מדין וואס צו טאן,

און בלק האט געשיקט "מלאכים אל בלעם גו'";

און הגם אז דער פירוש איז ניט גלאטיק — ווארום אויב אזוי,

האט דער פסוק "ויגר מואב גו'" געדארפט

שטיין פארן 11

פסוק "וירא בלק גו׳" — פונדעסטוועגן,

לולא פירוש רש״י וואלט מען פארט גיכער איינגעלערנט אט־דעם פשטות׳דיקן פירוש

(אז "וירא בלק " און "ויגר מואב " זיינען צוויי באזוגדערע ענינים)

— דעריבער דארף רש״י מחדש זיין "וירא בלק כו׳ לפיכך ויגר מואב".

ג.

אבער עפ״ז בלייבט דאך די אויבנדערמאנטע קשיא: אויב אזוי,

האט דאך דער פסוק געדארפט זאגן,

"וירא מואב " און ניט "וירא בלק " — באווארנט דאס רש״י מיט די ווערטער "שהיינו בטוחים עליהם":

אט דער ענין,

אז די מלכי כנען האבן געצאלט מס צו סיחון ועוג בכדי צו פארהיטן זיי "שלא יעברו עליהם גייסות" 12 ,

איז געווען ניט קיין דבר מפורסם —

[ווי ס׳איז מובן פון דעם וואס רש״י זאגט פריער* 12 ,

אז בשעת די אידן האבן געשיקט שלוחים צו סיחון מיט די בקשה: "אעברה בארצך",

האט ער זיי געענטפערט "כל עצמי איני יושב כאן אלא לשמרם מפניכם ואתם אומרים כך״ — איז אויב מען זאל אננעמען אז דאס איז געווען א מפורסם׳דיקע זאך,

וואלטן די אידן מלכתחילה זיך ניט געוואנדן צו אים אז ער זאל זיי דורכלאזן

(אדער זיי וואלטן דאס לכל־הפחות באווארנט אין זייער שליחות צו אים: אז ניט געקוקט דערויף,

וואס ער איז א געדונגענער צו היטן "שלא יעברו וכו׳",

דארף ער פונדעסטוועגן דורכלאזן די אידן)

— איז עס דאך א באווייז,

אז דאס איז געווען אן ענין סודי,

וואס אויסער די מלכי כנען

(און מלך מואב)

האט מען ניט געוואוסט דערפון]

און דעריבער וואלטן די בני־מואב ניט באווירקט געווארן דערפון וואס זיי האבן געזען אז די אידן האבן איינגענומען סיחון ועוג,

און דאס וואלט ביי זיי ניט ארויסגערופן קיין באזונדערן צוגאב־פחד 13

— וויבאלד זיי האבן ניט געקענט וויסן אז מיט דער מפלה פון סיחון ועוג האבן זיי פארלארן די וואס מען איז געווען "בטוחים עליהם״; און אז די אידן זיינען גרויס און שטארק — דאס האבן זיי געוואוסט פון פריער,

דערפאר איז ביי זיי ניט צוגעקומען קיין חידוש ווען זיי האבן געזען "את כל אשר עשה ישראל לאמורי"

אבער בשעת בלק האט געהערט וואס די אידן האבן געטאן צו סיחון ועוג,

האט ער אין דעם "געזען" גאר עפעס אנדערש: ער האט געזען אז מען האט פארטיליקט די וואס "היינו בטוחים עליהם",

אז פון איצט אן איז מער ניטא אויף וועמען צו פארלאזן זיך 14 .

דעריבער האט בלק,

מחמת גרויס פחד,

מער ניט געקענט מעלים זיין אט דעם סוד פון זיינע אנשי המדינה און האט אויך זיי מגלה געווען,

וואס עס מיינט די מפלה פון סיחון ועוג — און "לפיכך ויגר מואב" 15 .

ד.

לכאורה איז פאראן אן ארט צו מסביר זיין די פסוקים "וירא בלק " און "ויגר מואב " על־דרך ווי רש״י זאגט פריער 16

בנוגע צו "וישלח מלאכים"

(צו מלך אדום און צו סיחון)

: אז דאס וואס אמאל שטייט "וישלח ישראל מלאכים" און אמאל שטייט אז משה האט זיי געשיקט,

איז דאס

(איינע און דאס זעלבע)

ווייל "משה הוא ישראל וישראל הם משה",

און דאס לערנט אונז אז "נשיא הדור הוא ככל הדור,

כי הנשיא הוא הכל".

און ענלעך דערצו וואלט מען לכאורה געקענט מבאר זיין אויך אין אונזער פרשה,

אז דאס וואס פריער שטייט "וירא בלק " און דערנאך "ויגר מואב ",

מיינט עס ניט אז פריער רעדט זיך וועגן בלק׳ן בדוקא און אזוי אויך שפעטער ניט דוקא וועגן פאלק

(מואב)

— נאר ביידע פסוקים ריידן וועגן בלק׳ן

(אדער ביידע וועגן מו־ אב׳ן)

און דער פסוק איז משנה דעם לשון נאר צוליב׳ן טעם,

וואס זייענדיק דער מלך

(נשיא)

פון מואב איז "בלק הוא מואב ומואב הם בלק".

אבער אין אמת׳ן קען מען אזוי ניט איינלערנען,

ווייל 17

דאס וואס "משה הוא ישראל וישראל הם משה" איז בלויז א הסבר ווי אזוי עס קען שטיין משה אנשטאט ישראל און ישראל אנשטאט משה; ס׳איז אבער א דבר פשוט,

אז עס דארף זיין אויך א טעם פארוואס דער פסוק זאגט "וישלח ישראל מלאכים אל סיחון"

(בשעת אז אין אמת׳ן האט זיי משה געשיקט 18 )

— ווארום דערמיט וויל דער פסוק באווארענען 19

ווי אזוי משה האט געקענט געבן דעם צוזאג

פאר אלע אידן,

אז "לא נטה בשדה ובכרם לא נשתה מי באר וגו׳",

ווייל די שליחות איז טאקע געקומען פון אלע אידן 20 .

[און דאס וואס ביי די שלוחים צום מלך אדום ווערט געזאגט "וישלח משה מלאכים״ 21

— הגם אז אויך דארט האט מען צוגעזאגט "לא נעבור בשדה ובכרם גו'" 22

- איז עס דערפאר וואס דא האט מען געזוכט אלערליי מיטלען צו פועל׳ן ביים מלך אדום 23 ,

ער זאל לאזן דורכגיין זיין לאנד 24 ,

און דעריבער זיינען די שלוחים געקומען בשמו של משה ,

מיינענדיק,

אז בעת מען וועט אים זאגן אז זיי זיינען שלוחים פון משה אליין,

וואס איז געגליכן צו א מלאך 25

,

וועט עס ארויסרופן א פחד ביים מלך אדום און ער וועט זיי דערלויבן דורכצוגיין זיין לאנד.

משא״כ בנוגע צו סיחון,

וואס אים איז מען ניט געווען אויסן צו שרעקן מיטן נאמען פון משה,

זיינען די שלוחים געקומען בשם ישראל,

בכדי עס זאל ביי עס נתקבל ווערן די הבטחה פון ״לא נטה גו׳״ 26

— און דעריבער שטייט דארט "וישלח ישראל מלאכים"].

אבער ווען עס וואלט ניט געווען דער טעם,

וואלט דער פסוק ניט געשריבן

(משה אנשטאט ישראל אדער)

ישראל אנשטאט משה בלויז צוליב דעם וואס "משה הוא ישראל וישראל הם משה".

און דערפון איז פארשטאנדיק בנוגע לעניננו: וויבאלד אז ביי "וירא" און "ויגר" איז ניטא קיין טעם אוועקצושטעלן בלק אנשטאט מואב און מואב אנשטאט בלק,

איז דעריבער מוכרח אז מיט "וירא בלק" ווערט געמיינט אויסשליסלעך בלק

(און ניט דאס פאלק),

און מיט "ויגר מואב" — דאס פאלק מואב

(און ניט בלק).

און דעריבער לערנט רש״י אז בלק האט געזען אזא זאך וואס אנדערע האבן ניט געזען,

אז די "שני מלכים שהיינו בטוחים עליהם לא עמדו בפניהם",

און ווען דער פאלק האט

זיך דערוואוסט אט דאס וואס "וירא בלק" איז "ויגר מואב",

כנ״ל ס״ג.

ה.

מיט זיין פירוש "שהיינו בטוחים עליהם" באווארנט רש״י נאך א קשיא:

לויט ווי מען לערנט בפשטות,

אז די מורא פון בלק׳ן איז געקומען בלויז דערפון וואס ער האט געזען ווי די אידן האבן באזיגט אזעלכע שטארקע מלכים ווי סיחון ועוג און ער האט געמאכט דעם ק״ו לגבי זיך,

קען מען פרעגן: אט דעם ק״ו האט ער דאך געקענט מאכן באלד נאכן נצחון פון די אידן איבער סיחון מלך האמורי׳

(נאך איידער זיי האבן מלחמה געהאלטן מיט עוג מלך הבשן)

— ווארום אויך סיחון מלך האמורי איז געווען זייער שטארק 27 ,

בדוגמת ווי עוג 28 ,

און אויב "סיחון לא עמד בפניהם אנו עאכו״כ״ — היינט פארוואס האט זיך ביי אים דערוועקט די מורא פאר אידן ערשט נאכדעם ווי זיי האבן מנצח געווען אויך עוג מלך הבשן?

אבער לויט דער הדגשה פון רש״י איז עס פארשטאנדיק בפשטות: ווייל כל זמן עוג איז נאך געווען בתקפו,

האט בלק ניט אזוי מורא געהאט,

האבנדיק לכה״פ איין שומר אויף וועמען צו פארלאזן זיך; אבער בעת ער האט אויסגעפונען אז ער האט שוין אינגאנצן ניט אויף וועמען צו בוטח זיין,

ווייל " שני מלכים שהיינו בטוחים עליהם לא עמדו בפניהם",

דאן האט זיך ערשט דערוועקט די שטארקע מורא.

ו.

ע״פ הנ״ל איז אויך פארשטאנדיק,

וואס רש״י איז מעתיק ניט בלויז די ווערטער "וירא בלק",

נאר אויך די נאכפאלגנדיקע ווערטער פון פסוק ביז צום לעצטן ווארט "לאמורי",

ווייל דער אויפטו פון פי׳ רש״י איז נוגע אויך צום טייטש פון "עשה" "לאמורי":

אויב מ׳זאל לערנען אז אין דעם וואס "עשה ישראל לאמורי" האט בלק׳ן געשראקן דאס וואס אידן זיינען שטארקער אויך פונעם אמורי — און וויבאלד אז

(כנ״ל ס״ה)

דעם פרט האט ער געקענט איינזעען גלייך נאך מלחמת סיחון נאך פאר דער מלחמה מיט עוג מלך הבשן — וואלט דעמאלט די סברא מחייב געווען צו לערנען אז דער "עשה" "לאמורי" מיינט כפשוטו ,

בלויז צו סיחון מלך האמורי — און די פרשיות זיינען שלא כסדרן 29 .

אבער לויט דער הסברה פון רש״י: "שהיינו בטוחים עליהם",

דארף מען איינלערנען אז מיטן "עשה" "לאמורי" ווערט געמיינט אויך צו עוג מלך הבשן — וויבאלד ער איז איינער פון " שני מלבים שהיינו בטוחים עליהם"

(ווארום אויך עוג הייסט אמאל "מלך האמורי״* 29 )

— און לויט דעם פירוש קומט אויס גאר גלאטיק,

אז די פרשיות זיינען אויסגעשטעלט כסדרן.

ז.

אויף דעם ביאור הנ״ל אין פרש״י,

אז מיט די ווערטער "שהיינו בטוחים עליהם" מיינט רש״י צו אנדייטן,

אז די הדגשה איז דא ניט די שטארקייט פון די שני מלכים,

נאר דער ענין פון "בטוחים עליהם" גופא

(וואס מואב האט אנגעוואוירן און זיך דעריבער געשראקן)

— איז לכאורה א קשיא פון דעם סיום אין פי' רש״י "אנו עאכו״כ״ 30

:

ס׳איז דאך א דבר המובן,

אז ווען מען זאגט א געוויסן ענין און מ׳איז דערנאך מוסיף א צווייטן ענין בדרך ״עאכו״כ״ קעגן ערשטן — מיינט עס דאך אז מיט זאגן דעם ערשטן ענין ה״קל" איז מען אויסן

(ניט זיין משמעות,

פאר זיך אליין,

נאר)

צו ארויסבאקומען דורך אים די גרעסערע וודאות אינעם צווייטן ענין ה״חמור״ —

איז אויב מען לערנט אז מיט "בטוחים עליהם" איז רש״י אויסן צו מבליט זיין די שטארקייט פון די מלכים — איז דאן פארשטאנדיק דער סיום "אנו עאכו״כ": מה־דאך סיחון ועוג וואס זיינען אזעלכע מעכטיקע מלכים,

ביז אז אויך אנדערע זיינען געווען "בטוחים עליהם" און דאך האבן אידן זיי מנצח געווען — איז עאכו״כ אז זיי וועלן מואב זיכער אייננעמען;

אבער לויטן ביאור הנ״ל,

אז בלק׳ס מורא איז געקומען מצד דעם גופא וואס עס זיינען מער ניטא די "שני מלכים שהיינו בטוחים עליהם״ — פאסט דאך ניט דא לכאורה דער סיום בדרך ק״ו "אנו עאכו״כ",

ס׳איז דאן איבערהויפט ניט נויטיק קיין קל־ וחומר.

ח.

איז דער ביאור אויף דעם,

אז מיטן לשון "אנו על אחת כמה וכמה" וויל רש״י פארענטפערן א קשיא וואס שטעלט זיך אין כללות הענין:

אין דער פריערדיקער סדרה 31

דערציילט רש״י,

אז אויך צו מואב האבן אידן געשיקט שלוחים,

מיט דער בקשה,

אז ער זאל זיי לאזן דורכגיין דורך זיין לאנד; און בשעת דער מלך מואב האט זיי דאס ניט נאכגעגעבן,

האבן די אידן ארומגערינגלט ארץ מואב — אבער דעם גבול פון מואב זיינען זיי ניט אריבערגעגאנגען.

און דא ווערט באלד קשה: וואס איז געווען די סיבה וואס מואב האט דערנאך אזוי מורא געהאט פאר די אידן,

וויבאלד מואב האט דאך שוין געזען אז די אידן ווילן ניט

(אריבערגיין דעם גבול און)

מלחמה האלטן מיט אים 32 ?

און די קשיא באווארנט רש״י מיט זיין לשון "אלו שני מלבים שהיינו בטוחים עליהם לא עמדו בפניהם,

אנו עאכו״כ ": בלק האט געטראכט אז דאס וואס די אידן האבן פריער אויסגעמיטן צו מלחמה האלטן מיט מואב,

איז עס

( ניט צוליבן 33

ציווי ה׳ "אל תצר את מואב ואל תתגר בם מלחמה" 34 ,

נאר)

דערפאר וואס זיי האבן מורא געהאט פאר דעם אויסגיינג פון א מלחמה איזו שתהי׳

(סיידן — בציווי מפורש פון ה׳)

וויסנדיק אז חרב

(ד.

ה.

אויך — נצחון המלחמה)

איז געגעבן געווארן

(צו עשו ויורשיו)

ניט צו יעקב ויורשיו 35

ובפרט אז סיחון ועוג וועלן אים קומען צו הילף — אבער איצט,

נאכדעם ווי די אידן האבן מלחמה געהאט און מנצח געווען די מלכים סיחון ועוג,

וועלן זיי שוין זיך ניט אפהאלטן פון דער מלחמה מיט מואב.

און דאס מיינט רש״י מיט "אלו שני מלכים ..

לא עמדו בפניהם אנו עאכו״כ",

אז אויב די שני מלכים שהיינו בטוחים עליהם זיינען ניט "געשטאנען"

(ניט געהאט קיין שטאנד,

קיין תפיסת מקום)

לגבי אידן; אז די אידן האבן זיך ניט גערעכנט מיט זיי און געהאט די ברייטקייט צו מלחמה האלטן מיט זיי — איז דאך עאכו״כ אז "אנו",

ווען מיר

(מואב)

זיינען געבליבן אליין

(און מיר האבן שוין ניט די מלכים שהיינו בטוחים עליהם),

וועלן מיר אוודאי ניט "שטיין" קעגן זיי,

און זיי וועלן זיכער מלחמת האלטן מיט אונז.

ט.

אין הנ״ל קען מען צוגעבן נאך א נקודה:

ווי געזאגט פריער

(ס״ג),

איז בעת בלק האט געזען ווי די אידן האבן דער׳הרג׳עט די "שני מלכים שהיינו בטוחים עליהם",

האט ער וועגן דעם דערציילט דעם פאלק,

און דאס האט געווירקט אז "ויגר מואב".

ולכאורה,

צוליב וואס האט ער געדארפט אלעמען דערציילן וועגן דעם: סייווי האבן זיי דאך אין דעם גארניט געקענט העלפן,

היינט צוליב וואס האט ער געדארפט מאכן דעם "ויגר" אין לאנד?

איז דער תירוץ אויף דעם,

אז בשעת "וירא בלק את כל אשר עשה ישראל לאמורי",

איז ער צעטומלט געווארן און ער האט זיך ניט געקענט באהערשן און זיך איינהאלטן אויף ניט צו ריידן וועגן דעם,

ווייל "הרשעים" הן ברשות לבם".

און דא זעט מען דעם חילוק צווישן בלק׳ן ביז,

להבדיל,

משה רבינו:

בלק האט גלייך מפרסם געווען די מורא זיינע,

ביז אז דער גאנצער פאלק האט מורא געהאט.

משא״כ משה רבינו,

אפילו בעת ער האט מורא געהאט פאר עוג׳ן "שמא תעמוד לו זכותו של אברהם״ 37 ,

איז ניט בלויז וואס ער האט וועגן דעם קיינעם ניט דערציילט,

נאר נאכמער: אפילו אויף אים אליין איז כלל ניט געווען קענטיק קיין מורא,

און ווי דער לשון אין גמרא 38 ,

אז ס׳איז געווען בלויז " בלבו ".

י.

און דאס איז אויך איינער פון די ענינים פון י״ב תמוז וועלכע זיי־ נען בשייכות צו עניני פ׳ חקת 39 .

ביי כ״ק מו״ח אדמו״ר,

דער "אתפשטותי׳ דמשה״ 40

פון אונזער דור,

געפינט מען א ספעציעלע הדגשה אויף אזא הנהגה ובקשר מיט דעם מאסר:

בעת דער רבי האט געזען אז עס זיינען דא קטרוגים ר״ל,

און ווי ער האט געזאגט "פאר תרפ״ז האב איך זיך שטארק געשראקן" 41 ,

איז אבער צוזאמען דערמיט,

איז ניט נאר וואס ער האט עס ניט ארויסגעוויזן,

נאר אדרבה,

אין דער זעלבער צייט

(און אפילו בשעת מען האט אים שוין ארעסטירט בפועל)

האט ער נאך מעודד געווען און געשטארקט את צאן מרעיתו,

אויף צו מוסיף זיין און פארשטארקן די ארבעט פון הרבצת התורה והחזקת היהדות,

אויך זייענדיק שוין אין שפאלערנע תפיסה און וויסנדיק קלאר די סכנה איומה פאר עם און פאר דער גאנצער ארבעט פון הפצת היהדות — האט ער בא זיך מחליט געווען ובלשונו: "אינני רשאי לחשוב מחשבות כאלו הפועלות נמיכת רוח" 42

; "להיות עז ותקיף,

בלי חת.

לדבר בשפה ברה כו׳״ 43

; ״ומחוייב הנני ..

שלא להבהל ושלא לפחוד,

למען אשר אוכל החזיק מעמדי שלא לסור ימין ושמאל,

מאת אשר החלטתי,

לבלי לתת את גאון יעקב למרמס" 44 ,

און ער האט עס דורכגעפירט בפועל 45

און דאס גופא האט מיטגע׳פועל׳ט צו בריינגען דעם "בידך נתתי אותו" 46 ,

אז מען איז ארויס מיט א נצחון גמור,

און אין אן אופן פון "ביד רמה" און "בריש גלי" 47 .

(משיחת ש״פ בלק תשכ״ה)

Reader controls and commentary are loading.