א.
אין אנהויב פון דער סדרה,
איז רש״י מעתיק פון פסוק די ווערטער "זאת חקת התורה",
און איז דערויף מפרש: "לפי שהשטן ואומה״ע מונין את ישראל לומר מה המצוה הזאת
(לכם 1 )
ומה טעם יש בה,
לפיכך כתב בה חקה,
גזירה היא מלפני אין לך רשות להרהר אחרי׳".
דארף מען פארשטיין:
א)
פון רש״י׳ס לשון " לפיכך כתב בה חקה" איז משמע,
אז רש״י איז דא אויסן
( ניט צו מבאר זיין דעם טייטש פון ווארט חקת — ווארום רש״י האט שוין דעם ווארט אפגעטייטשט פריער און אין מערערע ערטער 2
; און מ׳קען ניט זאגן,
אז וויבאלד דעם פי׳ הנ״ל האט ער געשריבן אין די פריערדיקע ספרים איז דעריבער נויטיק דאס צו איבער׳חזר׳ן נאכאמאל — ווארום אין דעם ספר במדבר גופא שטייט שוין פריער 3
דער ווארט "חקה" און רש״י איז אים דארט ניט מפרש.
וואס דער־ פון איז מובן,
אז רש״י פארלאזט זיך אז דער תלמיד האט ניט פארגעסן דעם טייטש פון חוקה פון איין ספר צום צווייטן 4
— נאר)
צו באווארענען די איבעריקייט פון ווארט חקת: עס האט דאך געקענט שטיין ״זאת התורה״ 5
— צוליב וואס "כתב בה חקה"?
איז עפ״ז ניט מובן: וויבאלד אז דעם פי׳ פון חקה ווייס שוין דער תלמיד,
האט דאך דא רש״י געדארפט זאגן בקיצור "לפי שאין בה טעם לפיכך כתב בה חקה כו׳",
בכדי צו פארענטפערן די שוועריקייט פון צוגעגעבענעם ווארט "חקת".
צוליב וואס די גאנצע אריכות הדברים "שהשטן ואומה״ע כו'" וועלכע זיינען שוין
(לכאורה)
פריער געזאגט געווארן — וכמה פעמים — בפירושו?
ב)
נאך שווערער איז די קשיא דערמיט וואס אין זיין פי׳ אויף אונזער פסוק זיינען פאראן שינויים אין לשון לגבי זיין פי׳ אין די פריערדיקע סדרות:
(א)
אין די פאריקע סדרות זאגט רש״י דעם לשון "יצר הרע" און אין אונזער פסוק "שטן";
(ב)
דארטן שרייבט ער "משיבין" 6
אדער "מקנטר" 7 ,
און אין אונזער פסוק — "מונין".
(ג)
אנשטאט דעם לשון "אי אתם רשאים להפטר" 8
וואס שטייט פריער — זאגט ער דא "אין לך רשות להרהר אחרי׳"?
ג)
פון רש״י׳ס פארענטפערן "לפיכך כתב בה חקה ",
איז מוכח כנ״ל,
אז די שוועריקייט איז באשטאנען נאר אין דער איבעריקייט פון ווארט "חקת" אין פסוק,
אבער בנוגע די ווערטער "זאת התורה",
איז ניטא קיין קשיא
(ווייל דעם לשון געפינט מען אין פילע ערטער 9 )
— פארוואס־זשע איז ער מעתיק פון פסוק ״זאת
(חקת)
התורה״?
ב.
איז דער ביאור אין דעם:
פון אט דעם לשון הפסוק " זאת הקת התורה " איז מוכח,
אז בלויז פרה אדומה איז די — ד.
ה.
די איינציקע — חוקה פון תורה".
ולכאורה זיינען פאראן נאך חוקים,
ווי רש״י זאגט פריער 2 ,
אז אויך "אכילת חזיר ולבישת שעטנז"
(און ער איז נאך מוסיף* 10
"וכיוצא בהם")
זיינען חוקים?
מוז מען דעריבער זאגן,
אז "חוקה" ווי געמיינט דא — איז נאר איינע פרה אדומה .
ד.
ה.
אין חוקים זיינען פאראן צוויי סוגים: א)
אזעלכע וואס בכללות זיינען זיי יא בגדר השכל,
נאר זיי האבן אויף זיך אויך קשיות און ניט אויסגעהאלטנקייט אין שכל.
ב)
אזעלכע וואס זיינען לגמרי ניט אין גדר השכל.
און דעריבער שטייט דא " זאת חקת התורה",
ווייל פרה אדומה איז טאקע די איינציקע חוקה פון
(גאנץ)
תורה 11 ,
פון אזא סוג וואס האט לחלוטין ניט קיין אנהאלט אין שכל 12 .
און דערפאר בעת רש״י ברענגט
(אין ספר ויקרא")
דוגמאות פון חוקים,
רעכנט ער אויס "אכילת חזיר ולבישת שעטנז וטהרת מי חטאת" און ער דערמאנט ניט פרה אדומה 14
— ווייל דער חק פון פרה אדומה איז לגמרי פון אן אנדער סוג 15
:
"טהרת מי חטאת"
(וואס קומט שוין לאחרי עשיית הפרה)
איז אן ענין וואס בכללותו איז עס מובן ע״פ שכל: כשם ווי די טהרה וואס קומט דורך טבילה במקוה געפינט מען ניט ערגעץ־וואו אז רש״י זאל עס אנרופן "חקה",
ווייל
(אין דרך הפשט 16 )
אין שכל איז פאראן אן ארט צו מסביר זיין,
אז וואסער
(מי מקוה)
איז בכח צו מטהר זיין אויך א לכלוך רוחני
(טומאה),
עד״ז קען אויך זיין דער הסבר שכלי בנוגע דער טהרה וואס קומט דורך " מי חטאת"; דער פלא און די אנדערשקייט ביי טהרת מי חטאת איז נאר אין דעם פרט 17 ,
וואס זיי זיינען מטהר דורך שפריצן א פאר טראפן פון די מי חטאת 18 ,
בעת ביי טבילה במקוה דארף ער טובל זיין כל גופו במים.
און וויבאלד אז טהרת מי חטאת בכלל האט אן ארט אין גדר השכל,
דערפאר ווערט עס ניט אויסגעטיילט פון אנדערע חוקים,
און ווערט נכלל אין "חקותי" לשון רבים,
וואו עס רעדט זיך וועגן דעם סוג חוקים וואס זיינען ניט אינגאנצן מופשט פון הבנת השכל.
משא״כ "פרה אדומה",
ד.
ה.
די עשיית הפרה,
איז אן ענין וואס האט לגמרי ניט קיין ארט אין שכל: ווי א קרבן קען זי ניט באטראכט ווערן,
ווייל
(א)
מען איז פון איר גארניט מקריב אויפן מזבח 19 ,
און
(ב)
די עשיית הפרה האט
(אין אלע 20
אירע פרטים)
געדארפט זיין דוקא "חוץ לשלש מחנות״ 21
— היפך פון קרבנות וואס זייער מקום איז דוקא "בפנים"; אויך איז זי
(פרה אדומה)
ניט בדומה צום ״שעיר המשתלח״ 22
— אין צוגאב צו דעם וואס דער שעיר איז תחילתו בפנים —
(וואס קען אויך מוסבר ווערן על פי שכל 23 ,
אז דורך אוועקשיקן דעם שעיר "אל ארץ גזירה" ווערן אויך אוועקגעשיקט "כל עוונותם" דערמיט וואס "ונשא השעיר עליו״ 24
)
ווייל,
אין היפך צו שעיר המשתלח,
איז די פרה אדומה שייך " לה'" 25
,
און דערפאר איז
(א)
"מצ-ותה בסגן" 26 ,
(ב)
"והזה אל נכח פני אהל מועד" 27 ,
און
(ג)
"קראה הכתוב חטאת לומר שהיא כקדשים" 28
.
קומט דאך במילא אויס,
אז פרה אדומה האט לגמרי קיין ארט ניט אין שכל.
און דערפאר ווערט זי ניט נכלל אין "חקותי" לשון רבים,
וועלכע מיינען אזעלכע חוקים וואס האבן עפעס יע אן ארט אין שכל.
ג.
עפ״ז וועט מען אויך פארשטיין,
וואס בשייכות צו דער חקה אין אונזער פסוק זאגט רש״י די לשונות "שטן",
"מונין" און "אין לך רשות להרהר אחרי״ — און ניט "יצה״ר",
"משיבין" און "אי אתם רשאין להפטר ",
די לשונות וועלכע רש״י נוצט ביי די חוקים פונעם אנדערן סוג:
ס׳איז מובן בפשטות — און אויך א "בן חמש
(למקרא)
" פארשטייט עס — אז דער מענטשלעכער שכל איז שלא בערך צו דעם אויבערשטנ׳ס שכל.
און דעריבער,
ווען עס האנדלט זיך וועגן א מצוה וואס דער מענטש האט אין איר לגמרי קיין באגריף ניט,
קען דער יצה״ר אים ניט איינריידן אז דערפון וואס מ׳קען די מצוה ניט נעמען מיט פארשטאנד פון א מענטשן איז א ראי׳ אז זי איז ח״ו ניט פון אויבערשטן — ווייל איפכא מסתברא: פארוואס זאל מען איבערהויפט אננעמען,
אז א מענטש קען גאר פארשטיין די ציוויים פון אויבערשטן?
אויף די מצות וואס האבן יע אן ארט אין שכל און צוזאמען דערמיט האבן זיי אויף זיך קשיות,
קענען דער יצה״ר און או״ה אפענטפערן — "משיבין",
און "אויפווייזן" אז זיי זיינען ח״ו ניט מפי הקב״ה 29
(ווארום ווי קען עס געמאלט זיין,
אז דער אויבערשטער האט אנגעזאגט ציוויים אין אזא "ניט אויסגעהאלטענעם" אופן אז דער מענטשלעכער שכל זאל זיי קענען באגרייפן 30
און גלייכצייטיק זאל ער האבן קשיות אויף זיי).
ובמילא — טענה׳ן זיי — דארף דער איד זיי ניט מקיים זיין — "להפטר״:
דאקעגן די מצוה פון פרה אדומה,
וואס איז לגמרי ניט מוגדר בשכל,
קען זי דורכן יצה״ר און או״ה ניט אפגעפרעגט ווערן,
כנ״ל.
די זאך וואס זיי קענען יא דא טאן איז " מונין את ישראל״ — זיי רייצן זיך,
דערצארענען די אידן 31 ,
טענה׳נדיק צו זיי: "מה המצוה הזאת ומה טעם יש בה״ — איר מוזט טאקע מקיים זיין די מצוה ווייל אזוי האט דער אויבערשטער אנגעזאגט; איר טוט אבער דערביי אן ענין וואס האט קיין אינהאלט
(וואס האט עפעס א שייכות צו א מענשן)
און קיין "טעם" ניט.
און דערמיט ווערט אויך רעכט וואס רש״י זאגט דעם לשון "שטן"
(און ניט יצה״ר 32 )
ווייל אט דער אויסדרוק איז בהתאם מיטן ענין פון "מונין כו׳"; דער באדייט פון ״שטן״ איז — שטערן און ענג מאכן ביים טאן א געוויסע זאך,
אבער ניט פולקאם מבטל זיין די זאך
(ווי מיר געפינען אין פסוק 33
"ויתיצב מלאך ה׳ בדרך לשטן לו",
וואס דארט איז דאך דער פשט,
אז דער מלאך האט בלויז ענג געמאכט בלעם ׳
ן און געמאכט שווער זיין וועג; אבער ניט אפגעהאלטן אים אינגאנצן פון צו גיין ווייטער אין זיין וועג 34 ).
און דערפאר איז רש״י אויך משנה בסיומו
(ניט "להפטר ממנה",
נאר)
: "אין לך רשות להרהר אחרי׳",
ווייל בנידון דידן איז גאר מלכתחילה קיין קס״ד ניטא אויף ״ליפטר ממנה״; ס׳איז ניט מער וואס היות "השטן ואו״ה מונין את ישראל" און טענה׳ן אז די מצוה האט ניט אין זיך קיין אינהאלט און קיין טעם — קען דאך געמאלט זיין אז דו זאלסט מחמת דעם נעמען "איבערטראכטן" וועגן דער מצוה — דערפאר זאגט מען אן "אין לך רשות להרהר אחרי"׳,
דו טארסט אין דעם ניט מהרהר זיין; נאר דו דארפסט אט די חקה מקיים זיין מיט חיות און בשמחה,
פונקט אזוי ווי די מצוות וועלכע דו באגרייפסט מיט דיין שכל.
און דער טעם הדבר איז — " גזירה היא מלפני": וויבאלד אז דער אויבערשטער אליין זאגט ביי דער מצוה אז זי איז א חקה
(גזירה),
דארף דאך דיר לחלוטין ניט ענג מאכן די טענה "מה המצוד,
ומה טעם",
ווייל אדרבה: ביים קיום פון דער מצוה,
איז דער תכלית השלימות 33
ווייל מען טוט זי נאר מצד דעם וואס דער אויבערשטער האט אזוי גוזר געווען.
ע״פ הנ״ל ווערט אויך פארשטאנדיק וואס רש״י איז מעתיק די ווערטער "זאת
(חקת)
התורה "
(הגם ער איז מפרש בלויז דעם ווארט "חקת"),
ווייל די ווערטער ״זאת ..
התורה" וואס פון זיי איז מוכח אז די חקה איז אנדערש פון אלע אנדערע חוקים
(כנ״ל ס״ב)
— זיי זיינען מכריח צו לערנען דא ״לפי שהשטן ..
מונין ..
אין לך רשות להרהר אחרי׳".
ד.
פון די ענינים ד״יינה של תורה" אין פרש״י שלפנינו:
עס רעדט זיך אין חסידות 36
אז חוקים איז פון לשון חקיקה.
אויך ווערט מבואר אין חסידות 37 ,
אז עס זיינען פאראן צוויי אופנים אין חקיקה: א)
איינגעקריצטע אותיות בכלל,
ווי אין אן אבן טוב למשל,
וואס
(הגם די אותיות זיינען מיני׳ ובי׳,
און ניט ווי אין אותיות הכתיבה וועלכע זיינען א צוגעגעבענע מציאות צום פארמעט אויף וועלכן מען שרייבט,
און די אותיות פארדעקן לגמרי דעם פארמעט וואס געפינט זיך אונטער זיי,
אעפ״כ איז)
וויבאלד אז אט די איינגעקריצטע אותיות האבן אינעם אבן א "מקום אחיזה",
האבן זיי א שייכות צו אותיות הכתיבה 38 ,
ווייל אויך זיי זיינען אביסל מעלים,
זיי פארטונקלען די לויטערקייט פונעם אבן טוב 39 .
ב)
אותיות החקוקות מעבר לעבר
(אזוי ווי די אותיות שבלוחות 40 ),
וואס זיי האבן אינגאנצן ניט קיין מקום אחיזה און זיינען לגמרי אפגעטיילט
(און העכער)
פון אותיות הכתיבה.
אין תורה זיינען דאך אלע ענינים בתכלית הדיוק.
איז וויבאלד דער ווארט חוקה האט אין זיך אויך דעם באדייט פון חקיקה,
מוז מען דאך זאגן,
אז אויך אין חוקים זיינען פאראן די צוויי אופנים הנ״ל וואס אין חקיקה.
שטעלט זיך די שאלה: וואו געפינט מען אין חוקים אט די צוויי אופנים?
אבער לויט פרש״י הנ״ל איז עס פארשטאנדיק: דער סוג חוקים וואס אויך אין שכל האט עס עפעס אן ארט,
איז בדוגמת אותיות החקוקות באבן טוב
(וואס אויך זיי שאפן א נתינת מקום פאר א צוגאב מציאות)
; און "זאת חקת התורה" וואס איז ניט בגדר השכל כלל ,
איז בדוגמת אותיות החקוקות מעבר לעבר
(וואס אויך זיי זיינען לגמרי מופשט פון יעדער נתינת מקום אויף מציאות).
ה.
קלערער וועט עס ווערן פארשטאנדיק דורך מבאר זיין די שייכות פון חוקים
(כפשוטם)
צו חקיקה 41
:
א איד,
בטבעו ,
וויל מקיים זיין דעם אויבערשטנס רצון 42 ,
און אט די טבע נעמט זיך פון זיין עצם הנשמה שלמעלה מהשכל.
און זי קומט בגלוי בעיקר ביים קיום פון חוקים.
ביים מקיים זיין די מצות פון עדות און משפטים,
האבנדיק דערביי א טעם שכלי ,
זאגט זיך ניט ארוים די פולע "ריינקייט" פון זיין רצון שמצד עצם הנשמה — ווייל דער שכל וואס ווערט דא צוגעגעבן — ובפרט אז שבל איז דאך א כח פנימי און פאראיינציגט זיך מיט׳ן נפש המשכלת — איז מעלים
(עכ״פ במקצת)
אויף זיין רצון עצמי; משא״כ ביים קיום פון חוקים,
וואו ס׳איז ניטא די הרכבה פון שכל וטעם — ווערט נתגלה די עצם הנשמה.
און דאס איז די שייכות פון חוקים צו חקיקה,
ווייל די מעלה פון חוקים אויף עדות ומשפטים איז בדוגמת יתרון החקיקה על הכתיבה: אותיות הכתיבה,
זייענדיק א צוגעגעבענע זאך צום קלף,
דעריבער פארדעקן זיי מיט זיך דעם אנגעשריבענעס פארמעט; משא״כ אותיות החקיקה,
זיי זיינען ניט קיין דבר נוסף אויפן אבן טוב,
ובמילא — זיינען זיי אויף אים ניט מעלים.
ועפ״ז איז אויך פארשטאנדיק,
ווי די צוויי סוגים הנ״ל אין חוקים זיינען בדומה צו די צוויי אופנים הנ״ל אין חקיקה:
וויבאלד אז שכל איז מעלים אויף עצם הנשמה,
איז דאך פארשטאנדיק אז ביים קיום פון די חוקים וועלכע האבן
(בכללות)
אן אחיזה אין הבנה שכלית,
איז אט־דער שכל עכ״פ עטוואס מעלים אויפן רצון עצמי,
און עס ווערט דא ניט נתגלה אויף אזוי פיל די עצם הנשמה — בדוגמת אותיות החקוקות באבן טוב,
וואס זיי פארטונקלען אביסל די לויטערקייט פונעם אב״ט — אין דעם ארט פון דער חקיקה לייכט ניט דער אבן טוב אויף אזוי פיל; אבער "זאת חקת התורה",
וואס איז לגמרי העכער פון שכל,
איז עס ווי אותיות החקוקות מעבר לעבר,
וואס ניט האבנדיק קיין מקום אחיזה — זיינען זיי ניט מעלים כלל.
ו.
דער יתרון פון חקיקה מעבר לעבר אויף חקיקה סתם,
איז ניט נאר בנוגע די אויסגעקריצטע אותיות פאר זיך
(אז ביי דער חקיקה מעבר לעבר האבן זיי ניט קיין מקום אחיזה כנ״ל),
נאר אויך בשייכות צום דבר הנחקק: ביי חקיקה סתם,
ווי ביי אותיות החקוקות באב״ט למשל,
ווערט דורכגעקריצט מיט די אותיות בלויז דער דרויסנדיקער חלק,
דער אויבערפלאך פונעם אבן; משא״כ ביי חקיקה מעבר לעבר,
ווערט דער גאנצער דבר הנחקק דורכגעדרונגען,
דורך און דורך,
פון דעם וואס מ׳איז אין אים חוקק.
און וויבאלד אז אין תורה איז אלץ בתכלית הדיוק,
דארף מען זאגן,
אז די שייכות פון "זאת חקת התורה" צו חקיקה מעבר לעבר איז ניט בלויז מצד דעם ענין הקב״ע גופא וואס אין קיום החוקה פון פרה אדומה — ניט האבנדיק קיין ארט אין שכל
(כנ״ל ס״ה),
נאר אויך מצד דעם אידן אין וועמען דער קב״ע איז חקוק,
אז די חקיקה פון "זאת חקת התורה" דערנעמט אים אין זיין גאנצע מציאות דורך און דורך.
ז.
דער ביאור אין דעם בדרך אפשר: דער אלטער רבי זאגט אין לקו״ת 43
אויפן פסוק זאת חקת התורה,
אז מצות פרה אדומה איז כללות התורה; און איז דארט מבאר,
אז דער חיבור פון ״רצוא״ און ״שוב״ — וואס דאס איז אן ענין עיקרי בכל המצות — דריקט זיך אויס ביי דער מצוה פון פרה אדומה אין אן אופן גלוי.
ולכאורה: לויט פרש״י אז מיטן לשון "זאת חקת התורה" מיינט דער פסוק צו מדגיש זיין אז פרה אדומה איז די איינציקע חקה פון גאנץ תורה — ובמילא,
אויך אויסגעטיילט פון אלע מצות התורה
(אפי׳ פון חוקים)
— היינט ווי איז עס מתאים מיטן פי׳ אז "זאת חקת התורה" ווייזט גאר אויף דער שייכות אירער
(און)
צו אלע מצות?
און הגם אז "שבעים פנים לתורה" 44
און "אלו ואלו דברי אלקים חיים" 45
— איז דאך אבער ידוע דער ווארט פון אלטן רבי׳ן גופא 46 ,
אז "פרש״י אויף חומש איז יינה של תורה"
(ומובן,
אז דער "יינה ש״ת" זאגט זיך אויס אין די פשטות פון פרש״י).
דעריבער איז מסתבר צו זאגן,
אז ניט בלויז זיינען די צוויי פירושים הנ״ל ניט סותר איינער צום צווייטן,
אדרבה,
זיי ווערן מבואר ומושלם איינער דורכן צווייטן: אט־דער ענין מיט וועלכן פרה אדומה טיילט זיך אויס פון אלע אנדערע מצות — לויטן פירוש פון "זאת חקת התורה" לפי פשוטו של מקרא — איז זי דערמיט גופא דער כלל פון אלע מצות שבתורה,
אזוי ווי דער פי׳ לויט פנימיות התורה,
כדלהלן סעיף ח׳.
ח.
אין דעם מאמר וואס דער רבי בעל השמחה והגאולה האט געזאגט אין טאג פון יב תמוז דשנת הגאולה 47 ,
איז מבואר דער ענין פון "עדות",
"משפטים" און "חוקים".
בעת ער איז מבאר אז חוקים זיינען ניט ע״פ טעם,
נאר גזה״כ — ברענגט ער דערויף א ראי׳: "וכדאיתא ברש״י
(ע״פ זאת חקת התורה)
לפי שהשטן ואו״ה מונין את ישראל ..
גזירה היא מלפני אין לך רשות להרהר אחרי׳" און גלייך נאכדעם איז ער ממשיך,
אז אויך דער קיום פון מצות שכליות דארפן זיין בקב״ע דוקא אזוי ווי חוקים.
ולכאורה: אויך פריער פאר פ׳ חקת זאגט רש״י וכמה פעמים אז חוקים זיינען א גזירת הכתוב — פארוואס ברענגט ער דוקא דעם פרש״י פון פ׳ חקת
(און איז נאך דערביי מציין אז דער פרש״י איז "ע״פ זאת חקת התורה")?
וואס איז דער טעם הפנימי פון דעם
— נוסף אף דעם שי״ל אז ער וויל ברענגען פון פרשת השבוע הסמוך לענין הגאולה.
און בריינגט במפורש די ווערטער "זאת חוקת התורה" וואס "מתרגמי׳ דא גזירת אורייתא" וואס איז מרמז אויף גזירה אויף תורה כמובא בספרים *47 .
דער ביאור אין דעם: דורך אראפברענגען דעם פירוש רש״י,
איז דער רבי אויסן צו ברענגען א ראי׳
(ניט בלויז צום ענין וואס איז דארט מבואר פריער אז חוקים זיינען א גזה״כ,
נאר)
אויך צו דעם וואס ער זאגט ווייטער,
אז אויך די מצות שכליות דארף מען מקיים זיין בקב״ע אזוי ווי חוקים:
וויבאלד אז די ווערטער "זאת חקת התורה" האבן אין זיך אויך דעם פי׳ אז מצות פרה אדומה איז "כללות התורה",
איז דערפון מוכח,
אז אלע מצות,
ד.
ה.
די פרטים ,
דארף מען מקיים זיין מיט קב״ע
(וואס איז העכער פון שכל לגמרי )
פונקט ווי מ׳איז מקיים דעם כלל — די חוקה פון פרה אדומה,
ווייל פרטים קומען ארויס פון
(און זיינען בדומה צו)
דעם כלל.
ט.
לכאורה קען מען פרעגן: די דריי סוגים הנ״ל — עדות,
משפטים און חוקים — זיינען דאך חלוקים ע״פ תורה ,
תורה אליין זאגט אז עס זיינען דא מצות וועלכע האבן ניט קיין טעם און תורה רופט זיי אן "חוקים",
און ס׳זיינען דא מצות וועלכע האבן יע א טעם און ווערן אנגערופן
(אין תורה )
"עדות" און "משפטים".
הייסט עס דאך: די תורה וויל אז די מצות וואס זיינען "עדות" זאל מען מקיים זיין אלס אזעלכע וואס זיינען מעיד אויף געוויסע ענינים 48 ,
און די מצות וועלכע זיינען "משפטים" זאל מען מקיים זיין מצד חיוב השכל 49
— איז ווי קען מען זאגן אז אלע מצות דארף מען מקיים זיין מצד קב״ע אזוי ווי חוקים?
איז דער הסבר אין דעם,
אז אויך דאס גופא,
וואס די מצות שכליות דארפן געטאן ווערן מצד הטעם,
דארף זיין בדרך קב״ע,
ד.
ה.
בלויז ווייל דער אויבערשטער האט גוזר געווען,
אז דער קיום פון די מצות זאל זיין מצד הטעם 50 .
און כשם ווי דאס איז אינעם אופן הקיום פון די מצות,
אזוי איז עס אויך בנוגע די מצות גופא: אויך דער רצון העליון וואס אין די מצות פון "עדות" און "משפטים" איז א רצון עצמי וואס איז העכער פון חכמה,
נאר
(אויך דאס איז)
"גזירה היא מלפני" אז דער רצון פון די מצות זאל זיך אויך אנטאן אין טעם ושכל.
און דאס איז דער טעם פנימי פון דעם וואס שטייט "זאת חקת התורה "
(הגם אז פרה אדומה איז דער כללות המצות — רצון העליון,
און תורה איז חכמה ),
בכדי צו מדגיש זיין אז
(ניט נאר מצד דעם ענין ה״מצוה" וואס אין עדות ומשפטים זיינען זיי א גזירה,
נאר)
אויך די תורה וואס אין זיי,
דאס וואס זיי זיינען געקומען אין חכמה ושכל
(ביז אויך דער שכל גופא),
נעמט זיך עס פון ״חקת״ — " גזירה היא מלפני".
יו״ד.
ס׳איז אבער נאך אלץ ניט מובן: ווי איז שייך אז דער שכל זאל זיין מצד קב״ע — שכל און קב״ע זיינען דאך צוויי הפכים?
אויף דעם קומט דער ענטפער "זאת חקת התורה",
אז דאס איז א "חקיקה מעבר לעבר" וואס דערנעמט דעם גאנצן מהות פון אידן דורך און דורך:
ווען אן ענין איז חקוק אין א מענטשן אין דער דוגמא ווי אותיות החקוקות באב״ט,
ד.
ה.
עס איז טאקע א חקיקה אין אים
(ניט ווי אותיות הכתיבה וואס זיינען געשריבן אריף דעם קלף)
אבער עס דערלאנגט ניט ביז זיין עצם ממש — דאן,
איז כשם ווי דער ענין הנחקק דערנעמט ניט זיין גאר טיפע פנימיות,
אזוי ווערט ער אויך ניט איינגעקארבט אין זיינע חיצוניות׳דיקע כחות.
אבער קב״ע,
וויבאלד ער איז חקוק ביי א אידן מעבר לעבר — ד.
ה.
אין זיין גאנצן עצם ,
דערפאר קומט ער אויך אין די כחות הכי חיצוניים,
ווייל אלע כחות פון מענטשן זיינען דאך שייך צו זיין עצם 51 .
און דאס מיינט "חקיקה מעבר לעבר": פון זיין טיפ-סטער פנימיות ביז צו זיין ווייטסטע חיצוניות 52 .
און דעריבער ווירקט דער קב״ע אויך אויפן כח השכל 53
(אז אין דעם פארשטאנד פון די מצות פון עדות און משפטים זאל זיך אנהערן ניט די מציאות השכל פאר זיך,
נאר ווי דאס איז מצד ״ גזירה היא מלפני״)
— ווייל דער עצם הנפש איז דאך כולל און ווירקט אין אלע כהות.
און דאס איז אויך מתאים דערמיט וואס די חקה פון פרה אדומה — וואס איז אויסגעטיילט פון אלע אנדערע חוקים — אנטהאלט אין זיך די צוויי הפכים פון "חוץ לשלש מחנות" און ״נכח פני אהל מועד״
(כנ״ל ס״ב)
: א איד מצד זיין עצם
(די בחינת החקיקה מעבר לעבר)
— אפילו ווען ער געפינט זיך "חוץ לשלש מחנות",
איז ער "מתכוון ורואה פתחו של היכל" 54 .
יא.
וי״ל אז דאס איז אויך די שייכות פון פ׳ חקת צו יב תמוז — חג הגאולה,
וואס דעריבער 55
לייענט מען איר
(בכו״ב שנים)
אין דעם שבת 56
וואס פאר יב תמוז,
ועכ״פ בסמיכות צו ג' תמוז וואס דאמאלס איז "חופשה ניתנה לו" עס האט זיך אנגעהייבן די גאולה,
ביז אז אויך אין מאמר וואס איז געזאגט געווארן דעם ערשטן יב תמוז — ווערט געבראכט די רש״י ע״פ זאת חקת התורה:
דער רבי בעל השמחה והגאולה,
איז געווען כל ימיו דורכגענומען מיט דער עבודה פון מס״נ בפועל,
און צוזאמען דערמיט — זיינען אלע זיינע ענינים געווען בתכלית ההתיישבות; און אפילו "העבודה הגדולה אשר עבדתי בהרבצת תורה וחיזוק הדת" 57 ,
צוליב וועלכער ס׳איז געקומען דער מאסר וואס פאר יב תמוז — כאטש די עבודה האט ניט געהאט קיין ארט ע״פ שכל,
אפילו ניט ע״פ שכל דקדושה,
און ס׳איז געקומען בגילוי מצד דער עבודה פון מס״נ בפוטל וועלכע איז העכער לגמרי פון מדידת השכל — איז זי אבער געווען אן עבודה מסודרת בתכלית
(כאטש בטבע האדם איז,
אז בעת ער שטייט אין א תנועה פון מס״נ — איז ביי אים ניטא דאן קיין ארט פאר "חשבונות" וכיו״ב),
און אזוי אויסגערעכנט און אויסגעשטעלט,
אז די הרבצת התורה וחיזוק הדת זאל זיין אין א וואס גרעסערן פארנעם.
און וויבאלד,
ווי רש״י זאגט אין היינטיקער סדרה 58 ,
"משה הוא ישראל וישראל הם משה,
לומר לך 59
שנשיא הדור הוא ככל הדור כי הנשיא הוא הכל״ — איז דאך פארשטאנדיק,
אז דעם כח גיט דער רבי צו אלע אידן,
ביז אפילו צו אזא וואס
(בלויז)
"בשם ישראל יכונה" 60
,
און בשעת מען וועט גיין אין דעם וועג וואס ער האט אויסגעטראטן פאר אונז,
האט מען די הבטחה,
אז "עס וועט מקויים ווערן אז יהי ה׳ אלקינו עמנו כאשר הי׳ עם אבותינו אל יעזבנו ואל יטשנו ולכל בני ישראל יהי׳ אור ברוחניות ובגשמיות" 61 .
(משיחת ש״פ חקת תשכ״ה)