B"H
🏡

Ikar

בהעלותך א

א.

אין פסוק "איש איש כי יהי׳ טמא לנפש או בדרך רחוקה גו׳" 1 ,

שטעלט זיך רש״י אויף די ווערטער ״או בדרך רחוקה״ און זאגט: "נקוד עליו,

לומר לא שרחוקה ודאי אלא שהי׳ חוץ לאסקופת העזרה כל זמן שחיטה".

פרעגט דערויף דער רמב״ן:

אין משנה 2

זיינען אין דעם פסוק פאראן צוויי דיעות: א)

אז דער מענטש געפינט זיך,

בתחלת זמן שחיטה 3 ,

אין אזא ארט וואס במשך כל זמן השחיטה קען ער פון דארט ניט קומען אין דער עזרה.

ב)

"מאסקופת העזרה ולחוץ",

כפירוש רש״י.

ולכאורה,

איז די ערשטע דיעה א סך נעענטער צו "פשוטו של מקרא" ווי די צווייטע דיעה — ווארום וויבאלד אז "חוץ לאסקופת העזרה" מיינט כל המקומות שמחוץ לאסקופת העזרה,

אויך לעבן דער עזרה ממש — איז דאך דאס בפשטות ניט "רחוקה".

האט דאך רש״י בפירושו עה״ת — וואו ער איז מפרש פשוטו של מקרא — געדארפט בעסער בוחר זיין דעם פירוש פון דער ערשטער דיעה?

און כאטש אז דער ווארט "רחוקה" איז "נקוד עליו",

וואס פון דעם איז א ראי׳ אז עס מיינט ניט רחוקה ממש — זאגט אבער דער רמב״ן,

אז אויך לויט דער ערשטער דיעה איז מובן דער ניקוד: וואלט זיך גערעדט וועגן דעם דרך גופא,

וואלט מען,

אויך לויט דער ערשטער דיעה,

זי ניט אנגערופן "דרך רחוקה"

(ווארום א מהלך פון א האלבן טאג איז ניט ״רחוקה״ 4 ).

וויבאלד אבער דער פסוק רופט דאס "דרך רחוקה" בלויז ביחס צום מענטש 5

בנוגע עשיית הפסח ,

אז ער געפינט זיך אין אזא ארט וואס במשך זמן השחיטה קען ער פון דארט ניט באווייזן צו קומען אין דער עזרה צו מקריב זיין דעם פסח — דעריבער איז ״נקוד עליו״.

בלייבט דאך די שאלה: פארוואס לערנט רש״י "מחוץ לאסקופת העזרה" 6 ,

וואס איז לכאורה גאר ווייט פון פירוש הפשוט 7

אין " בדרך רחוקה״ 8 ?

ב.

אמת טאקע אז אויך לויטן פי׳ "חוץ לאסקופת העזרה" קען מען ווי־עס־איז איינלערנען דעם לשון "רחוקה" — און ווי רש״י איז מדגיש "לא שרחוקה ודאי "

(ניט סתם "לא שרחוקה")

וואס ווייזט אז דער ריחוק איז ניט קיין געוויסער,

אבער ניט אז דער ניקוד איז שולל לגמרי דעם אינהאלט פון "רחוקה״ 9

(און ווי מפרשים זיינען מסביר״ 10

: אז בעת דער מענטש געפינט זיך מחוץ לאסקופת העזרה איז ער ״װײט״ פון הקרבת הפסח,

ווייל דאן איז ער אסור צו מקריב זיין דעם פסח),

איז דאך אבער מובן בפשטות,

אז אויך נאך דער נקודה,

וואס איז ממעט דעם אינהאלט פון דעם דאזיקן ווארט — דארף מען זען צו איינלערנען אז דער "מיעוט" זאל זיין וואס קלענער,

ד.

ה.

וואס ווייניקער ארויסצונעמען דעם ווארט פון זיין פשוט׳ן פירוש.

און וויבאלד אז די ערשטע דיעה איז נעענטער צו פשוטו של מקרא — האט דאך רש״י געדארפט ברענגען די דיעה?

ג.

די קשיא איז נאך שטארקער: די מעלה פון דער ערשטער דיעה אויף דער צווייטער,

איז ניט נאר אין לשון "דרך רחוקה",

נאר אויך מצד דעם דין "ועשה פסח לה׳ בחודש השני גו׳ ״ — בנוגע צו אזא וואס האט ניט מקריב געווען דעם פסח

(ראשון),

ווייל ער איז געווען טמא אדער בדרך רחוקה:

אויב "בדרך רחוקה" מיינט אן ארט וואס מען קען פון דארט ניט קומען

(במשך כל זמן השחיטה)

אין דער עזרה,

איז פארשטאנדיק וואס דער פסוק זאגט אז דוקא ווער ס׳איז געווען "טמא לנפש" אדער "בדרך רחוקה" קען ער מקריב זיין א פסח שני,

אבער "והאיש אשר הוא טהור ובדרך לא הי׳ וחדל לעשות הפסח ונכרתה הנפש ההיא מעמי ׳״ 11

און ער קען ניט מקריב זיין קיין פסח שני 12

: בשעת איינער איז געווען טהור און נאענט צו דער עזרה,

איז ער א מזיד; ווען איינער האט אבער ניט מקריב געווען דעם פסח ראשון ווייל ער האט ניט קיין מעגליכקייט דערצו,

זייענדיק "טמא לנפש" אדער "בדרך רחוקה",

איז

(כאטש ער האט געהאט א ברירה צו אנהויבן גיין אין דער עזרה פאר התחלת זמן שחיטה — וויבאלד אבער אז בהתחלת זמן שחיטה,

בעת עס פאנגט זיך אן דער חיוב* 12

פון הקרבת הפסח,

האט ער שוין ניט געקענט אנקומען אין דער עזרה 13 ,

איז)

ער אן אנוס,

און די תורה גיט אים אן אויסוועג צו מאכן א פסח שני.

אבער אויב "דרך רחוקה" מיינט ״חוץ לאסקופת העזרה״,

איז ניט מובן: אויך דער וואס איז געווען "בדרך רחוקה" האט געהאט א מעגליכקייט צו אריינגיין אין דער עזרה 14

— און נאך מער: ניט נאר איז ער ניט געווען קיין אנוס,

נאר עס האט זיך פון אים דערביי גארניט געפאדערט קיין ספעציעלע טרחא — מיט איין טראט וואלט ער שוין געווען אין דער עזרה ובתחילת זמן השחיטה — היינט מיט וואס איז ער אנדערש פון אזא וואס "בדרך לא הי׳" און איז געווען אין דער עזרה ?

ווען איינער געפינט זיך אין דער עזרה

(במשך זמן השחיטה)

בלויז איין רגע,

און במשך די גאנצע איבעריקע צייט איז ער ווייט פון דער עזרה,

קומט אים כרת פאר ניט מקריב זיין דעם פסח במועדו; און ווען איינער געפינט זיך לעבן דער עזרה ממש במשך כל זמן השחיטה און אין פארלויף פון א האלבן טאג האט ער זיך ניט "מטריח" געווען צו איבערטרעטן די שוועל פון דער עזרה — איז ניט נאר וואס עס קומט אים ניט קיין כרת,

נאר מען זוכט נאך פאר אים אן עצה,

צו מקריב זיין א פסח שני?

!

היינט וויבאלד אז סיי מצד לשון הכתוב "בדרך רחוקה" סיי מצד הבנת הענין,

איז גלאטיקער צו לערנען אז "בדרך רחוקה" מיינט א ווייטער ארט,

פארוואס לערנט רש״י "חוץ לאסקופת העזרה" 15 ?

ד.

נוסף צו דער שוועריקייט אין דעם גוף הפירוש פון רש״י,

זיינען ניט פארשטאנדיק אויך כמה דיוקים:

א)

די נקודה איז אויפן ווארט "רחוקה".

האט דאך רש״י געדארפט לכאורה ברענגען פון פסוק בלויז דעם ווארט — אדער לכל היותר,

אויך דעם ווארט "בדרך",

היות אז לפי פירושו "חוץ לאסקופת העזרה" בייט זיך אויך דער פשט פון ווארט "בדרך",

אז עס מיינט ניט כפשוטו,

איז פארוואס שטעלט זיך רש״י אויף די דריי ווערטער ״או בדרך רחוקה״?

ב)

דער לשון "ודאי" איז בניגוד צו "ספק".

איז דאך ניט מובן רש״י׳ס לשון ״לא שרחוקה ודאי״: ער האט געדארפט זאגן "לא שרחוקה ממש" 16

וכיו״ב — א לשון וואס ווייזט אז דער ריחוק איז גאר א קליינער.

אבער וואס פאסט דא דער לשון " ודאי " וואס איז פארבונדן

( ניט מיט א שיעור פון ריחוק,

נאר)

מיט די גדרים פון "ודאי" און "ספק"?

ג)

ווען רש״י איז מפרש "לא שרחוקה ודאי אלא שהי׳ חוץ לאסקופת העזרה",

איז ער מוסיף "כל זמן שחיטה".

ולכאורה,

אויב רש״י געפינט פאר נויטיק צו אויסטייטשן דעם זמן וועגן וועלכן דער פסוק רעדט,

ווייל ער איז חושש אז דער תלמיד וועט עס ניט וויסן מעצמו — האט לכאורה געפאסט ער זאל עס שטעלן אין א באזונדער דיבור המתחיל.

ווארום אויך לויטן פירוש "שרחוקה ודאי".

קען זיין א חשש אז דער תלמיד וועט ניט וויסן וועגן וועלכן זמן דא רעדט זיך.

וואס איז די שייכות פון די ווערטער "כל זמן שחיטה",

וועלכע זיינען מפרש דעם זמן ווען דער מענטש האט זיך געפונען "בדרך רחוקה",

מיט רש״י׳ס פי׳ וואס עס מיינט ״ בדרך רחוקה ״ 17 ?

די קשיא איז נאך גרעסער: אויב דעם תלמיד איז ניט קלאר ווען דער מענטש איז געווען "בדרך רחוקה",

איז דאך דער זעלבער ספק ביי אים אויך בנוגע צו ״טמא לנפש״ — האט במילא רש״י זיך געדארפט שטעלן אויף "כי יהי׳"

(די התחלה וואס איז כולל סיי "טמא לנפש" סיי "בדרך רחוקה")

און דארט מפרש זיין "כל זמן שחיטה״?

ה.

לאחרי ווי רש״י איז מפרש די נקודה אויפן ווארט רחוקה,

איז ער ממשיך — אין זעלבן דיבור: "פסח שני מצה וחמץ עמו בבית,

ואין שם יו״ט,

ואין איסור חמץ אלא עמו באכילתו".

איז דא לגמרי ניט מובן:

א)

רש״י בפירושו עה״ת קומט בלויז צו מפרש זיין פשטות הכתובים — איז וואס ברענגט דא רש״י דינים פון פסח שני

(און דוקא די דריי דינים 18 ).

וועלכע האבן לכאורה קיין שייכות ניט מיט

(הבנת)

פשטות הכתובים?

ב)

ווען רש״י געפינט פאר נויטיק צו ברענגען די דינים — האט ער עס געדארפט ברענגען אין די ווייטערדיקע פסוקים וואו עס שטייען די דינים פון פסח שני,

אבער ניט אין אונזער פסוק וואס רעדט גאר וועגן אזא וואס האט ניט מקריב געווען דעם פסח ראשון ,

און וואס ס׳האט דערצו געבראכט?

ג)

באזונדערס איז ניט פארשטאנדיק: אויב אפילו די דינים זיינען יע שייך צו ״או בדרך רחוקה״ — האט ער עס אבער געדארפט שרייבן אין א באזונדער דיבור.

פארוואס פארבינדט ער עס מיט זיין פירוש ״נקוד עליו כו״׳ ?

ד)

אין די דריי דינים גופא,

זיינען דער ערשטער און דריטער דין — "מצה וחמץ עמו בבית" און "אין איסור חמץ כו׳ ״ — ביידע וועגן דעם ענין פון חמץ.

האט דאך רש״י געדארפט שטעלן די ביידע דינים בסמיכות זל״ז,

פארוואס איז ער מפסיק צווישן די צוויי דינים מיטן דין "ואין שם יו״ט״ 19 ?

ו.

אויף דער לעצטער שאלה האט מען לכאורה געקענט ענטפערן,

אז דער סדר פון די דינים אין רש״י איז לויטן סדר הזמנים: "מצה וחמץ עמו בבית",

אז עס מעג זיין חמץ אין שטוב בעת שחיטת הפסח,

איז נוגע נאך פון בייטאג.

ניט ווי ביי פסח ראשון,

וואו עס טאר ניט זיין קיין חמץ פון זמן השחיטה 20

; "ואין שם יו״ט",

איז נוגע ערשט ווען עס ווערט נאכט ,

אנדערש פון פסח ראשון וואו עס ווערט יו״ט בתחילת הלילה; און "ואין איסור חמץ אלא עמו באכילתו",

איז נוגע ערשט בשעת אכילת הפסח,

וואס איז שוין א משך זמן ווי ס׳פאלט צו די נאכט.

מען קען אבער אזוי ניט ענטפערן: אויב רש״י וואלט אויסן געווען דא דעם דין פון איסור חמץ בעת אכילת פסח שני,

וואלט עס געהאט א שייכות מיטן זמן האכילה.

דא אבער,

איז רש״י מדגיש ניט דעם איסור חמץ באכילתו

(ווייל אין דערויף איז דאך פסח שני גלייך מיט פסח ראשון)

נאר אדרבה,

ער אונטערשטרייכט דא די שלילה " ואין איסור חמץ

( אלא עמו באכילתו)

",

אז אויסער באכילתו איז ניטא קיין איסור חמץ 21 .

און דער דין הויבט זיך דאך אויך אן גלייך בתחילת הלילה 22

— האט דאך רש״י געדארפט שרייבן דעם דין "ואין איסור חמץ כו'"

(וואס רעדט וועגן חמץ)

בסמיכות צו "מצה וחמץ עמו בבית"?

ז.

איז דער ביאור בכל הנ״ל:

די קשיא וואס איז דא בא רש״י׳ן אין אונזער פסוק,

וואס בכדי זי צו פארענטפערן שרייבט ער ניט בלויז ״נקוד עליו ..

חוץ לאסקופת העזרה כל זמן שחיטה",

נאר ער איז אויך מוסיף "פ״ש מצה וחמץ עמו בבית כו'" — דייט רש״י אליין אן דורך זיין מעתיק זיין

(פאר זיין פי׳)

די ווערטער "או בדרך רחוקה".

דער ווארט "או",

איז ניט שייך צו דעם תוכן פון "בדרך רחוקה" שלאחריו,

ער מאכט בלויז קלאר אז "בדרך רחוקה" איז ניט דער איינציקער ענין,

נאר ער איז איינער פון די דוגמאות אין פסוק

("או" פאסט דאך דוקא ווען עס איז פאראן לכל הפחות נאך איין דוגמא).

און דעריבער איז רש״י מעתיק אויך דעם װארט ״או״,

בכדי צו קלאר מאכן,

אז ער איז בעיקר אויסן

[ניט צו מסביר זיין דעם טעם הניקוד; אדער צו מפרש זיין אז "בדרך רחוקה״ דא מײנט ״שהי׳ חוץ לאסקופת העזרה",

נאר]

צו פארענטפערן:

װיבאלד אז דער פסוק רעכנט דא דוגמאות װאס בסיבתם האט מען ניט מקריב געװען דעם קרבן פסח,

איז פארװאס זאגט ער נאך ״טמא לנפש״

(וואס איז נוגע דא 23 ),

דוקא

(און נאר)

די דוגמא פון "בדרך רחוקה״ — עס זײנען דאך פאראן — וכדלקמן — נאך ענינים װעלכע זײנען מעכב עשיית הפסח?

(און ער פארענפערט די קשיא מיט זײן פי׳ "נקוד עליו כו׳ חוץ לאסקופת העזרה כו׳ מצה וחמץ עמו בבית כו׳ ״,

כדלהלן).

ח.

װעלכע ענינים — ע״פ דרך הפשט — זײנען מעכב עשיית הפסח: א)

טומאה.

ב)

הי׳ מחוץ לעזרה.

ג)

"חמצו קיים" בעת שחיטת הפסח.

[עס זיינען דא נאך צוויי ענינים המעכבים את הפסח:

(א)

"איש לפי אכלו תכסו״ 24 ,

און

(ב)

"כל ערל לא יאכל בו״ 23

— אבער די צוויי ענינים האבן ניט קיין שייכות צו אונזער פרשה: "איש לפי אכלו תכסו" איז געזאגט געווארן

(ע״פ דרך הפשט)

נאר ביי פסח מצרים,

ניט ביי פסח דורות 26

; און "כל ערל לא יאכל בו",

איז מעכב בלויז 27

- אכילת הפסח אבער ניט הקרבתו 28 ].

ווערט במילא די שאלה:

א)

דאס וואס א מענטש געפינט זיך מחוץ לעזרה,

קען דאך געמאלט זיין מצד כמה סיבות,

ניט בלויז ווייל ער איז ״בדרך רחוקה״ — איז פרעגן פון אזא וואס איז אין דער עזרה ניט געקומען במזיד — קען מען טאקע ניט.

ווארום אין פשטות הסברא,

איז ער טאקע דאן מחוייב כרת און קען ניט מקריב זיין קיין פסח שני 29

; די שאלה איז אבער: עס קענען דאך זיין כמה וכמה סיבות מצד וועלכע ער איז אן אנוס און קען ניט קומען אין דער עזרה — פארוואס זאגט דער פסוק דוקא די דוגמא פון "בדרך רחוקה"?

ב)

נאכמער: א גרעסערער חידוש איז אז ער איז בעזרה און פונדעסטוועגן "לא יוכל לעשות הפסח" ווייל ״חמצו קיים״: עס קענען דאך געמאלט זיין כמה וכמה אופנים וואס ער איז

(לאחרי התחלת זמן שחיטה)

אן אנוס ניט קענענדיק מבער זיין דעם חמץ דאן?

— עכ״פ — האט דער פסוק געדארפט בריינגען די דוגמא

( נוסף צו דעם ענלעכן ענין פון "דרך רחוקה"),

אז ער געפינט זיך אין דער עזרה אבער זיין חמץ געפינט זיך ב"דרך רחוקה",

במילא קען ער אים ניט מבער זיין 30 ?

איז אט די צװײ שאלות פארענטפערט רש״י מיט זײן פירוש "נקוד עליו כו׳״ און מיט ״מצה וחמץ עמו בבית כו׳ ״

[און היות אז די ערשטע קשיא

(פארװאס דער פסוק ברענגט ניט די דוגמא פון הי׳ מחוץ לעזרה בעת ער איז ניט געווען "בדרך רחוקה")

איז פון דעם פסוק גופא : פארוואס שטייט אין פסוק "בדרך רחוקה " דוקא; און די קשיא וועגן די דוגמא "חמצו קיים" שטעלט זיך פון אן אנדער פרשה — דערפאר שרייבט רש״י פריער "נקוד עליו כו'",

און ערשט דערנאך "פסח שני מצה וחמץ עמו בבית כו׳״ — לפי סדר הקושיות ]

:

מיטן פי׳ "נקוד עליו כו׳ אלא שהי׳ חוץ לאסקופת העזרה",

פארענטפערט ער וואס דער פסוק זאגט ניט קיינע אנדערע דוגמאות בנוגע צו "חוץ לעזרה",

ווארום לויט דעם פי׳,

מיינט דאך טאקע "בדרך רחוקה"

( ניט קיין ריחוק מקום,

נאר)

יעדער אופן פון "הי׳ חוץ לאסקופת העזרה"

(ביז אפילו אויב זיין ניט אריינקומען אין דער עזרה איז במזיד,

כנ״ל סעיף ג׳)

; און מיט די ווערטער "מצה וחמץ עמו בבית כו׳" ווערט פארענטפערט וואס דער פסוק ברענגט ניט די דוגמא פון "חמצו קיים",

כדלהלן.

ט.

אין פשוטו של מקרא,

קומט די פרשה "וידבר גו׳ איש איש כי יהי׳ טמא לנפש גו'" אלס אן ענטפער אויף דער שאלה פון די "אנשים אשר היו טמאים לנפש אדם — למה נגרע וגו׳".

אויף דעם איז געקומען דער ענטפער "איש איש כי יהי׳ טמא לנפש גו׳ ועשה פסח לה'",

אז זייער תקנה איז צו מקריב זיין א פסח שני.

נאר בשעת דער אויבערשטער האט גערעדט דעם דין פון "איש איש כי יהי׳ טמא לנפש",

האט ער דערביי מוסיף געווען אויך "או בדרך רחוקה" — כאטש דערויף האבן זיי ניט געפרעגט",

ווייל אויך דער פאל איז ענלעך צום פאל פון ״טמא לנפש״: ביידע פאלן זיינען אופנים וואו די סיבה המעכבת צו מקריב זיין דעם פסח ראשון איז בטל געווארן פאר דעם זמן פון הקרבת פסח שני; בשעת הקרבת פ״ש זיינען זיי שוין געווען טהור און האבן זיך געפונען אין דער עזרה.

און במילא האט ניט קיין ארט אריינצושטעלן אין דער פרשה דעם פאל פון "חמצו קיים",

ווייל דא דארף זיך ניט בייטן

(בטל ווערן)

די סיבה ומציאות בעת הקרבת פ״ש,

ווארום "פ״ש מצה וחמץ עמו בבית",

ער האט אויך איצט חמץ אין הויז

(עס האט זיך געביטן דער דין : ביי הקרבת פ״ר האט דער חמץ געשטערט צו דער הקרבה,

און ביים פסח שני שטערט עס ניט.

די מציאות אבער,

האט זיך ניט געביטן,

אויך איצט האט ער חמץ בבית).

יו״ד.

בשעת אבער רש״י זאגט אז "פסח שני מצה וחמץ עמו בבית",

שטעלט זיך גלייך די שאלה,

וואו איז דער מקור אויף דעם?

ואדרבה,

בהשקפה ראשונה איז גאר אין פשטות הכתובים פאראן דערצו א סתירה: מיט עטליכע פסוקים וױיטער 32

שטײט ״ ככל חקת הפסח יעשו אותו",

אז פסח שני האט אלע דינים פון פסח ראשון — הײנט פארװאס זאל מען זאגן,

אז בפסח שני מעג זיין חמץ בבית,

ניט ווי ביי פסח ראשון?

דערפאר איז רש״י מסביר — "ואין שם יו״ט": דאס איז דאך ברור ,

אז פ״ש איז ניט קיין יו״ט.

דערויף דארף רש״י ניט זוכן קיין הסבר,

דאס איז א דבר פשוט: פסח ראשון איז דער זמן פון יצי״מ — איז ער א יו״ט 33 .

פסח שני,

וואס איז "בחדש השני",

אין חדש אייר,

ניט אין דעם זמן פון יצי״מ — איז עס ניט קיין יו״ט.

און וויבאלד אז פסח שני איז ניט קיין יו״ט 34 ,

איז דאן ניטא קיין איסור חמץ 35 .

און נאכדעם ווי רש״י זאגט "ואין שם יו״ט" בכדי צו מסביר זיין דעם טעם פון "מצה וחמץ עמו בבית"

(וואס פאדערט זיך גלייך אויפן ארט),

באווארנט ער,

אז ס׳איז ניט קיין סתירה צו דעם דין וואס ער גייט גלייך זאגן — א פסוק ווייטער 36

— אז פונקט ווי בא פסח ראשון איז דער דין ״ומצות על מרורים יאכלוהו״* 36 ,

אזוי אויך דא איז "על מצות ומרורים יאכלוהו",

אז דעם פסח שני מוז מען עסן דוקא מיט מצה

(ניט מיט חמץ)

— ווייל "אין איסור חמץ אלא עמו באכילתו״: דער איסור חמץ בפסח שני איז בלויז "עמו

(מיטן קרבן פסח)

באכילתו" — אבער קיין שום אנדער איסור חמץ איז דאן ניטא.

יא.

לאחרי כל הנ״ל איז נאך ניט פארשטאנדיק

(כנ״ל ס״ד)

:

(א)

רש״י׳ס לשון "לא שרחוקה ודאי " און ניט "לא שרחוקה ממש ",

און

(ב)

צוליב וואס איז ער מוסיף "כל זמן שחיטה".

איז דער ביאור אין דעם:

דער טעם אויף דעם וואס אויב אימעצער איז ניט מקריב דעם פסח ווייל ער איז געווען

("טמא לנפש" אדער)

"בדרך רחוקה"

(ווי עס קוקט אויס בפשטות,

אן פירש״י)

— קען ער ברענגען א פסח שני,

איז עס מצד דעם וואס ער איז געווען אן אנוס ; און וויבאלד אזוי,

לייגט זיך בשכל צו זאגן אז דער שיעור הריחוק מעסט זיך

( ניט מיטן ריחוק השטח אליין,

נאר)

מיט דער כמות הזמן,

וויפל צייט ס׳איז געבליבן צו מקריב זיין דעם ק״פ: בתחלת זמן שחיטה איז דער שיעור א גרעסערער — אזא ווייטער שטח וואס מען קען ניט באווייזן צו אנקומען אין דער עזרה במשך א האלבן טאג; און וואס נעענטער עס ווערט צום סוף זמן השחיטה,

אלץ קלענער און קלענער ווערט דער שיעור.

לויט דעם איז דאך מוכרח,

אז דער פי׳ פון "בדרך רחוקה"

(אויך ווען ניט "נקוד עליו")

איז ניט אז די וועג איז א ווייטע בשטח — ווארום 37

אין דעם זמן הסמוך לשקיעת החמה איז דאך דער שיעור א גאר קליינער — נאר

(כפירוש הרמב״ן)

"שהיא רחוקה לו בעשיית הפסח 5 ,

לא רחוקה ממש".

און דערפאר,

בשעת רש״י וויל שולל זיין דעם פי׳ אז רחוקה מיינט וואס מען קען ניט אנקומען אין דער עזרה באצייטנס — קען ער ניט זאגן "לא שרחוקה ממש ",

ווארום אויך אן פרש״י ווייס מען אז ״לא רחוקה ממש״; נאר ער זאגט ״לא שרחוקה ודאי״:

לפי פירוש הנ״ל — אז "בדרך רחוקה" מיינט אז ער געפינט זיך אין אזא ארט פון וואנען ער קען ניט קומען אין דער עזרה מקריב זיין דעם ק״פ אין צייט — קומט אויס,

אז זיין "ריחוק" פון עשיית הפסח איז א וודאות׳דיקער : ס׳איז קלאר,

אן קיינע ספיקות,

אז ער וועט ניט מקריב זיין דעם פסח;

משא״כ לויט פי׳ רש״י "שהי׳ חוץ לאסקופת העזרה"

(אפילו באופן וואס ער קען יע אריינקומען אין דער עזרה אין צייט),

קומט אויס אז זיין "ריחוק" פון עשיית הפסח איז ניט קיין זיכערער: בעת ער געפינט זיך מחוץ לעזרה,

איז ער טאקע ״װײט״ פון עשיית הפסח,

ס׳איז אבער ניט קיין ריחוק ודאי ומוחלט — ווארום ער קען דאך בכל רגע אריינגיין אין דער עזרה און מאכן דעם פסח.

יב.

לאחרי ווי רש״י איז מפרש אז "בדרך רחוקה" מיינט

[ ניט "רחוקה ודאי",

נאר]

"חוץ לאסקופת העזרה",

קען זיין א סברא,

אז די מעגליכקייט "ועשה פסח לה׳ בחודש השני גו'" וואס די תורה גיט צו אזא וואס איז ניט מקריב דעם פסח ראשון ווייל "יהי׳

[טמא לנפש או]

בדרך רחוקה",

איז עס אפילו אין פאל ווען דעם רוב פון זמן השחיטה איז ער געווען אין דער עזרה,

און בלויז איין וויילע במשך זמן זה איז ער געווען מחוץ לעזרה:

— אויב מען לערנט אז "בדרך רחוקה״ מיינט ״רחוקה ודאי " — וואס דאן קומט אויס אז דער טעם פון דין "כי יהי׳ טמא לנפש או בדרך רחוקה גו׳ ועשה פסח לה׳" איז מחמת דעם וואס ער איז געווען אן אנוס

(כנ״ל ס״ג)

— איז מובן בפשטות,

אז אויב בתחלת זמן שחיטה איז ער געווען טהור "ובדרך לא הי׳" און דערנאך האט ער

(ברצונו)

זיך מטמא געווען אדער איז אוועקגעגאנגען "בדרך רחוקה",

קען ער דאן ניט מקריב זיין א פסח שני,

ווארום

(חאטש ס׳איז ניטא קיין חיוב צו מקריב זיין דעם פסח גלייך בהתחלת הזמן,

מ׳קען אים מקריב זיין ביז צו דער לעצטער מינוט — און דאן איז ער דאך געווען אן אנוס 38

— איז דאך אבער פארשטאנדיק,

אז)

דאס גופא וואס ער האט

( לאחרי התחלת זמן החיוב פון הקרבת הפסח)

געטאן א פעולה וועלכע שטערט צו מקריב זיין דעם פסח — איז דאס גופא א זדון 39

;

לויט פרש״י אבער "שהי׳ חוץ לאסקופת העזרה",

אז די תקנה צו מקריב זיין א פ״ש איז אפילו פאר דעם וואס איז געווען בקירוב מקום לעזרה און האט

(אן קײן ספעציעלער טרחא)

געהאט די מעגלעכקײט ארײנצוגײן אין דער עזרה און מקריב זיין דעם פסח — קומט דאך אויס,

אז דאס אויסטײלן דעם ״טמא לנפש או בדרך רחוקה" פון "האיש אשר הוא טהור ובדרך לא הי׳ ",

איז ניט מטעם אונס נאר ס׳איז א גזירת הכתוב — און וויבאלד אזוי,

קען מען דאך שוין זאגן אז "ועשה פסח לה׳ בחדש השני גו׳" איז אויך אפילו ווען "יהי׳

(טמא לנפש או)

בדרך רחוקה" בלויז איין רגע במשך זמן השחיטה,

— דערפאר טייטשט רש״י אויס "שהי׳ חוץ לאסקופת העזרה כל זמן שחיטה",

אז דער פסוק רעדט דוקא אין פאל ווען דעם גאנצן זמן שחיטה איז ער געווען

(טמא,

אדער)

"חוץ לאסקופת העזרה״; אויב אבער פריער איז ער געווען טהור און אין דער עזרה — וועט אים ניט העלפן וואס ער איז שפעטער געווען "טמא או בדרך רחוקה".

און פון דעם גופא וואס רש״י ברענגט קיין ראיות ניט צו זיין פי׳ "כל זמן שחיטה",

איז קענטיק אז ס׳איז אן ענין המובן מעצמו,

און עס פאדערט ניט קיין הוכחה 40 .

יג.

רוב דיני התורה זיינען מובן אויך ע״פ שכל — דינים שבתורה וועלכע זיינען "חוקים",

זיינען בלויז געציילטע* 40 .

און דעריבער,

איז אויך א דין וואס אינגאנצן ע״פ שכל קען מען אים ניט מסביר זיין — דארף מען געפינען — עכ״פ אויף פרטים פון עם — א הסבר שכלי.

עד כמה שאפשר,

בכדי ער זאל ניט בלייבן לגמרי א גזירת־הכתוב.

לייגט זיך דעריבער צו זאגן,

אז דאס וואס די תורה טיילט אויס דעם וואס איז געווען "בדרך רחוקה" פון דעם וואס איז ניט געווען "בדרך רחוקה",

איז עס דערפאר ווייל זייענדיק אין דער עזרה און אעפ״כ "וחדל לעשות הפסח״ — איז ער א מזיד אין עשיית הפסח גופא; משא״כ דער װאס איז געווען "בדרך רחוקה",

איז כאטש ער האט געהאט די ברירה אריינצוגיין אין דער עזרה,

וויבאלד אבער דער זדון איז אין א זייטיקער זאך — אין פארבלייבן מחוץ לעזרה,

אבער אין עשיית הפסח גופא איז ער אן אנוס,

מען קען דאך ניט מקריב זיין דעם פסח דארט וואו ער געפינט זיך — גיט מען דאן די תקנה פון מקריב זיין א פסח שני.

און היות אז לויט פרש״י "שהי׳ חוץ לאסקופת לעזרה",

איז "בדרך רחוקה" אן ענין פון אונס,

קומט דאך במילא אויס,

אז אויב בתחלת זמן שחיטה איז ער געווען אין דער עזרה און איז דערנאך ארויסגעגאנגען פון דארט — קען מען אים ניט אנרופן אנוס.

און דערפאר לערנט רש״י "שהי' חוץ ..

כל זמן שחיטה".

יד.

פון די ענינים פון "יינה של תורה״ אין פרש״י דידן —

כאמור לעיל

(סעיף ח׳),

איז ע״פ דרך הפשט פאראן דריי סיבות וועלכע זיינען מעכב עשיית הפסח: טומאה; הי׳ חוץ לעזרה; חמצו קיים.

דער ביאור אין דעם:

אין קרבנות זיינען בכללות פאראן דריי ענינים: א)

דער עצם ענין פון קרבנות,

וואס "קרבן לה׳" איז כשמו,

לשון קירוב 41

— דאס וואס א איד ווערט

(דורכן קרבן)

נתקרב צום אויבערשטן.

ב)

די העלאה מלמטה למעלה,

וואס דריקט זיך אויס

(בעיקר)

אין דעם חלק הקרבן וואס ווערט פארברענט און נכלל ועולה אין דעם אש שלמעלה.

ג)

די המשכה מלמעלה למטה וואס דריקט זיך אויס

(בעיקר)

אין דעם טייל קרבן וואס איז נאכל לכהנים אדער לבעלים — אז די קדושה פונעם קרבן ווערט נמשך צום מענטשן און אין א פנימיות,

ביז אז עס ווערט דם ובשר כבשרו 42 .

אין קרבן פסח — זיינען די דריי ענינים ביתר שאת:

דער "קירוב" ביי קרבן פסח איז ניט מדרגא לדרגא,

נאר בדרך דילוג

(ווי דער פי׳ — הפשוט — פונעם ווארט ״פסח״ 43 ).

ד.

ה.

אז דער איד וואס איז מקריב דעם פסח,

״שפרינגט״ און רייסט זיך אפ פון זיין מציאות לגמרי

(ניט ווי ביי א געוויינליכן קירוב,

וואס אויך לאחרי הקירוב — פארבלייבט ער במציאותו)

;

די העלאה מלמטה למעלה ביים פסח איז

(ניט נאר אין טייל וואס ווערט פארברענט ע״ג המזבח,

נאר)

אויך אינעם חלק הנאכל,

אז ער דארף זיין "צלי אש "

(ניט "מבושל במים" אדער בשאר משקין) 44 ,

וואס אש איז ענינו און ער ווייזט אויף העלאה מלמטה למעלה;

און אזוי אויך לאידך גיסא: די המשכה מלמעלה למטה וואס דריקט זיך אויס אין אכילת הקרבן,

איז ביים קרבן פסח מער ווי ביי אלע אנדערע קרבנות,

ווארום פסח איז דאך "לא בא מתחלתו אלא לאכילה" 45 .

און בכדי די דריי ענינים דורכצופירן,

פאדערט זיך אז א)

בעת עשיית הפסח זאל ער ניט האבן חמץ אין זיין רשות; ב)

ער זאל זיין טהור; ג)

ער זאל זיך געפינען אין דער עזרה:

חמץ ווייזט אויף התנשאות און גאוה 46 .

און וויבאלד אז אויף א בעל־גאוה זאגט דער אויבערשטער "אין אני והוא יכולין לדור״ 47

— דעריבער איז "חמץ" דער היפך פון דעם ענין ה״קירוב לה׳״ שבפסח;

טומאה ובפרט ״טמא לנפש״ — טומאת מת — איז דער היפך פון דעם ענין ההעלאה שבפסח.

טומאה איז ניט קיין זאך וואס מ׳קען אנטאפן

(אפילו ניט בשכל) 48

; אז א זאך ווערט טמא — זעט זיך ניט קיין שינוי אין זיין גשם 49 ,

ס׳איז אן ענין וואס איז

(ניט שייך און איז ניט ניכר אין גוף,

נאר ס׳איז א שינוי אין זיין רוחניות,

ס׳איז)

שייך צו דער נשמה 50

— זי ווערט נידריגער .

און דעריבער שטערט זי צו דעם ענין ההעלאה מלמטלמ״ע,

וועלכע דארף אן אידן אויפהויבן פון עולם הגשמי — לעולם הרוחני.

ובפרט טומאת מיתה,

וואס ענינה

(דמיתה)

איז דאך אז דער גוף איז אדרבא יורד ממדריגתו ווי ער איז געווען חי.

"הי׳ חוץ לעזרה",

וואס דאס איז דאך נוגע צום גוף

(ווארום דער דין בשייכות מיט "הי׳ חוץ לעזרה" איז דאך אפילו בעת ער האט א רצון חזק צו זיין אין דער עזרה,

ובמילא,

איז ער מצד הנפש אין דער עזרה 51 ,

אבער מצד הגוף איז ער מחוץ לעזרה),

איז דאס דער היפך פון ענין ההמשכה שבפסח — וואס דריקט זיך אויס.

אין אכילת הפסח — כפשוטה — ווערן א חלק פון בשר גוף הגשמי.

טו.

דאס איז אויך דער ביאור

(בדא״פ בפנימיות הענינים)

וואס די תקנה צו מאכן א פ״ש פאר א "טמא לנפש או בדרך רחוקה",

שטייט אין תושב״כ בפירוש; משא״כ ״חמצו קיים",

וואלט מצד תושב״כ אלײן געקענט זיין א סברא אז ער קען קיין פ״ש ניט מאכן,

און מ׳דארף אנקומען צו פרש״י

(תושבע״פ)

אז אויך ער האט די תקנה פון פסח שני:

וויבאלד אז חמץ איז דער היפך פון כללות ענין הפסח

(ניט ווי טומאה און דרך רחוקה וועלכע זיינען מנגד בלויז צו פרטי עניני הפסח — העלאה און המשכה),

קומט דאך במילא אויס,

אז דער ניט מבער זיין דעם חמץ

(במזיד)

— איז בדומה צו זדון בנוגע לעשיית הפסח גופא.

און דער וואס איז במזיד ניט מקריב דעם קרבן פסח — האט דאך ניט די עצה פון פסח שני,

כנ״ל סעיף ג׳.

טז.

דאס איז אבער מצד די מדריגה פון תשובה

(ענינו 52

של פסח שני)

ווי זי שטייט בגלוי אין תורה שבכתב

(בחי׳ עשי׳ 53 ).

קומט אבער תושבע״פ

(ווי זי שטייט בסמיכות צו תושב״כ — וואס דאס איז ענינו פון פרש״י,

וואס ער איז מפרש פשוטו של מקרא)

און זאגט,

אז אויך דער וואס איז געווען א מזיד בנוגע צו חמץ — וויבאלד אז זיין זדון איז פארט ניט געווען בנוגע צו עשיית הפסח עצמה,

האט אויך ער די תקנה צו מקריב זיין א פסח שני;

ביז אז עס קומט תושבע״פ

(ווי זי איז העכער פון תושב״כ)

און פסק׳נט אפ — עכ״פ לכמה פוסקים

(כנ״ל סעיף ג׳* 53 )

(מצד דעם ענין פון ״ערבים עלי דברי סופרים כו׳ ״ 54 ),

אז אפילו דער וואס זיין זדון איז געווען בנוגע צו עשיית הפסח עצמה — קען אויך ער מקריב זיין א פסח שני;

און נאך מער: עס איז פאראן א כלל 55

אז "האומר אחטא ואשוב כו׳ אין מספיקים בידו לעשות תשובה" און דער טעם איז "הואיל והתשובה גורמת לו לחטוא״ 56

[וי״ל 57

אז דאס איז בדוגמת "אין קטיגור נעשה סניגור" 58 ],

אבער בנדו״ד

(ולפוסקים הנ״ל)

געפינט מען ניט בשום מקום אז אויב איינער האט ניט מקריב געווען דעם קרבן פסח במועדו

(בזדון)

און פארלאזט זיך אויף דעם פסח שני — אז ס׳זאל אים ניט העלפן קיין פסח שני 59 ?

וואס דאס איז מתאים מיטן מאמר הידוע 60

פון כ״ק מו״ח אדמו״ר,

אז ענינו פון פסח שני איז: "עס איז ניטא קיין "פארפאלן",

מען קען אלע מאל פאריכטן".

(משיחות ש״פ בהעלותך ושלח תשכ״ו)

Reader controls and commentary are loading.