B"H
🏡

Ikar

חה"ש

א.

מיט חג השבועות זיינען פארבוגדן כמה ענינים:

דער ענין ותוכן עיקרי פון שבועות איז — דאס וואס ער איז

(ווי מען זאגט אין נוסח התפלה והקידוש)

"זמן מתן תורתנו"

[און אע״פ אז אינעם פסוק וואס רעדט וועגן דעם יו״ט שבועות ווערט אינגאנצן ניט דערמאנט דער ענין פון מתן תורה׳ עס שטייט בלויז 1

"תספרו חמישים יום וגו׳ וקראתם בעצם היום הזה מקרא קודש וגו'";

נאך מער; אין דער צייט ווען מ׳האט קובע געווען די חדשים על פי הראי',

האט דער יום החמישים לעומר

(וואס אין דעם טאג איז חג השבועות)

געקענט אויספאלן ניט אין דעם טאג פון מתן תורה,

ווי די גמרא זאגט 2

"פעמים חמשה פעמים ששה פעמים שבעה"

(און דאס וואס מיר זאגן אין שבועות "זמן מתן תורתנו" איז עס דערפאר וואס איצט איז די קביעות פון שבועות אלע מאל "בששה בסיון",

אין טאג פון מתן תורה 3 )

;

פונדעסטוועגן,

שטייט דאך אין ירושלמי 4

אז דער טעם וואס ביי די קרבנות פון עצרת שטייט ניט אין פסוק דער לשון "חטא"

(אזוי ווי ביי קרבנות פון די אנדערע יו״ט)

איז עס ווייל "מכיון שקיבלתם עליכם עול תורה מעלה אני עליכם כאילו לא חטאתם מימיכם".

איז דאך דערפון געדרונגען,

אז עצרת

(אין וואס פאר א קביעות ס׳זאל נאר זיין)

איז פארבונדן מיט קבלת התורה]

;

דערנאך,

מיט א סך דורות שפעטער,

איז אין שבועות צוגעקומען נאך אן ענין — די הסתלקות פון דוד המלך,

ווי עס שטייט אין ירושלמי 5

"דוד מת בעצרת".

והנה אין בבלי 6

שטייט אז הסתלקות דוד איז געווען בשבת.

ולכאורה לויט דעם כלל אז "לא בד״ו פסח" קען עצרת

(יום החמישים ואחד)

ניט זיין בשבת.

אעפ״כ איז לדעת כמה מפרשים 7

ניטא אין דעם קיין מחלוקת צווישן בבלי וירושלמי,

ווייל ווען מ׳איז קובע החודש על פי הראי׳ קען זיין פסח ביום וא״ו — ובמילא עצרת בשבת.

בימינו עצרת בשבת — איז שייך נאר בחו״ל ביו״ט שני של גליות — בז׳ בסיון 8 .

און נאך שפעטער בדורות האחרונים

(אין דעם זמן פון "ערב שבת נאך האלבן טאג" 9 ,

אין די זעקס

(טויזנטיאריקע)

"טעג" פון קיום העולם),

איז צוגעקומען נאך אן ענין אין שבועות — די הסתלקות פון בעש״ט

(אין דעם ערשטן טאג שבועות 10 ,

ששי בסיון).

ב.

אלץ וואס קומט פאר אין וועלט איז דאך בהשגחה פרטית 11

; און מכ״ש אזעלכע מאורעות און ענינים נעלים ווי מתן תורה,

צי די הסתלקות פון דוד המלך און פון בעש״ט

(וועלכע זיינען נוגע צו כלל ישראל און במשך כל הדורות)

— איז במילא פארשטאנדיק,

אז אט די דריי ענינים,

וויבאלד זיי זיינען געווען אין דעם זעלבן טאג 12 ,

האבן זיי צווישן זיך א נקודה משותפת* 12 .

דאס הייסט,

אז דער עילוי וואס האט זיך אויפגעטאן בשעת מתן תורה,

איז דערנאך געקומען לידי גילוי

(יותר)

דירך דוד המלך 13 ,

און דערנאך — נאך מער בגילוי — דורך דעם בעש״ט.

ג.

וועט מען עם פארשטיין בהקדים וואס עס שטייס איז מדרש 14

(בנוגע צום אויפטו פון מ״ת)

: "אמר דוד,

אע״פ שגזר הקב״ה השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם ..

כשבקש ליתן התורה בטל גזירה ראשונה ואמר התחונים יעלו לעליונים והעליונים ירדו לתחתונים ואני המתחיל שנאמר 15

וירד הוי׳ על הר סיני וכתיב 16

ואל משה אמר עלה אל הוי׳".

פון דעם וואס דער מדרש איז מקדים "התחתונים יעלו לעליונים" פאר ״והעליונים ירדו לתחתונים״ — אע״פ אז דער "וירד הוי׳ על הר סיני" איז געווען פאר דעם "עלה אל הוי׳" 17 ,

און ווי דער מדרש גופא זאגט "ואני המתחיל״ — איז פארשטאנדיק,

אז דער עיקר כוונה פון ביטול הגזירה איז דער ענין פון "התחתונים יעלו לעליונים"

(וואס האט זיך אנגעפאנגען בפועל ערשט נאך מתן תורה)

; עס איז נאר,

וואס בכדי די "תחתונים" זאלן קענען עולה זיין,

האט געדארפט זיין פריער דער "וירד הוי׳ על הר סיני״ — "ואני המתחיל".

ד.

און דאס איז דער ביאור השייכות צווישן די ערשטע צוויי ענינים פון שבועות — מתן תורה אוז הסתלקות דוד המלך 18 .

בשעת מ״ת האט זיך אויפגעטאן

(בפועל ובעיקר)

דער ענין פון "העליונים ירדו לתחתונים",

און דער ענין איז געווען בשעת מ״ת בתכלית השליטות .

וואס דאס איז דער אויפטו פון דער "ירידה"

(און גילוי אלקות)

מלמעלה למטה וואס איז געווען בשעת מ״ת לגבי דעם גילוי אלקות וואס איז געווען פאר מ״ת: דער גילוי אלקות וואס איז נמשך געווארן אין וועלט פאר מ״ת,

(אויך דער גילוי וואס די אבות האבן ממשיך געווען,

אנהויבנדיק פון אברהם אבינו וואס ער איז געווען דער וואס "התחיל להאיר" 19 ),

איז געווען ברוחניות און האט ניט דורכגענומען די ״גשמיות״ פון וועלט;

משא״כ דער "וירד הוי׳ על הר סיני" וואס איז געווען בשעת מ״ת,

האט דורכגענומען אויך די גשמיות פון וועלט,

ווי עס שטייט אין מדרש 20

אז בשעת מ״ת "צפור לא צווח,

עוף לא פרח כו׳",

ביז אז "הקול שהי׳ יוצא מפי הקב״ה לא הי׳ לקולו בת קול": מצד דעם וואס דער "קול" איז נקלט געווארן און האט זיך איינגעזאפט אין אלע נבראים,

האט ער במילא ניט געהאט קיין ווידערקלאנג

(״בת־קול״) 21 ,

און פון דאמאלס אן — איז תורה לא בשמים היא 22

נאר דוקא למטה בעוה״ז הגשמי.

אבער לאחרי כל זה,

איז בשעת מ״ת געווען בפועל בלויז די המשכה וירידה מלמעלה למטה.

אבער דער "התחתונים יעלו לעליונים",

דער זיכוך און עלי׳ פון וועלט גופא,

דאס האט זיך אנגעהויבן נאך מ״ת דורך דער עבודה פון אידן,

וואס זיי זיינען מזכך די גשמיות פון וועלט און מאכן זי פאר א כלי צו אלקות

(און בשעת מ״ת איז נמשך געווארן דער כח אויף דער עבודה),

און כשם ווי דער ענין פון "העליונים ירדו לתחתונים",

אע״פ אז ער האט זיך אנגעהויבן דורך אברהם אבינו,

האט עס אבער גענומען א משך זמן פון כמה דורות,

ביז ער איז געקומען בתכלית השלימות בשעת מתן תורה

(דורך משה רבינו וואס ער איז דער "שביעי" און "כל השביעין חביבין״ 23 )

;

עד״ז איז אויך בנוגע צו "התחתונים יעלו לעליונים" וואס האט זיך אנגעפאנגען גלייך לאחרי מתן תורה,

אז די העלאה האט גענומען א משך פון א סך דורות,

און זי איז נשלם געווארן דורך דוד המלך

(וואס אויך ער ווערט אנגערופן "שביעי" 24 ),

און נאך מער בגילוי — דורך שלמה המלך 25 ,

וואס דאן איז געווען "קיימא סיהרא באשלימותא" 26 ,

דער תכלית השלימות פון לבנה

(ספירת המלכות),

וואס איר ענין איז — העלאה מלמטה למעלה.

ה.

פון די ענינים עיקרים וואס האבן זיך אויפגעטאן דורך דוד המלך,

זיינען געווען: א)

מלכות

(דער ענין פון מלוכה)

— וואס אויסער דעם וואס ער איז געווען דער ערשטער וואס איז געווען א מלך אויף אלע אידן

(משא״כ שאול) 27 ,

איז אים אויך געגעבן געווארן די מלוכה אויף אייביק,

אז "לא תכרת המלוכה מזרע דוד לעולם" 28 .

ב)

דער ענין פון בית המקדש — וואס הגם אז בפועל האט שלמה המלך געבויט דעם ביהמ״ק,

זיינען אבער אלע נויטיקע זאכן פאר בנין ביהמ״ק

(ביז אויך דער ציור התבנית פון ביהמ״ק)

צוגעגרייט געווארן דורך דוד המלך 29 ,

ביז אז דער ביהמ״ק ווערט אנגערופן על שמו של דוד 20 .

און אט די צוויי זאכן — מלכות בית דוד און בית המקדש 21

— דריקן אויס דעם תכלית השלימות פון "התחתונים יעלו לעליונים",

כדלקמן.

ו.

ס׳איז שוין אמאל גערעט געווארן באריכות 32 ,

אז די שייכות און פארבונד פון די אנשי המדינה מיטן מלך איז ניט בלויז בנוגע די פרטים וואס האבן צו טאן מיט מלוכה

(ווי דאס איז,

ע״ד דוגמא,

דער פארבונד צווישן א תלמיד מיט זיין רב,

וואס דריקט זיך אויס

(בעיקר)

בלויז אין ענינים פון תורה),

נאר אז זייער גאנצע מציאות איז אונטערגעווארפן צום מלך.

וואס דאס איז דער טעם פונעם דין,

אז ווען עמיצער פאלגט ניט אויס דעם ציווי פון א מלך ישראל — וואס פאר א ציווי דאס זאל ניט זיין

(אפילו ווען דאס האט ניט קיין אפענע שייכות צום ענין המלוכה,

ווי,

למשל,

"שילך למקום פלוני" אדער "שלא יצא מביתו"),

איז ער חייב מיתה 33

- ווייל וויבאלד אז די גאנצע מציאות פון יעדער איינעם פון די אנשי המדינה איז פארבונדן מיטן מלך,

איז דאך במילא ניט שייך צו זאגן אויף קיין פרט

(וואס האט נאר צו טאן מיט זיין מציאות),

אז דער פרט האט ניט קיין פארבינדונג מיטן מלך.

און דערפאר איז דער פסק הלכה,

אז "כל המורד במלך ישראל" איז חייב מיתה ,

ווייל מלוכה רירט אן אין זיין עצם מציאות .

און היות אז דער ביטול,

וואס דארף זיין צו א מלך ישראל,

נעמט זיך דערפון וואס דער מלך איז בטל צו מלכות שמים

[און דורך דעם וואס אידן זיינען בטל צום מלך,

ווערט אין זיי נמשך דער ביטול צום מלך מלכי המלכים] 34 ,

קומט דאך במילא אויס,

ובמכש״כ,

אז דער ביטול פון אידן צום אויבערשטן

(דורך זייער ביטול צום מלך)

אין אין אן אופן וואס איז נוגע זייער עצם מציאות .

ז.

עפ״ז איז פארשטאנדיק,

אז דער ביטול צו אלקות,

וואס האט זיך אויפגעטאן ביי אידן דורך דוד המלך

(עיקר בחינת המלכות),

האט אין זיך א מעלה לגבי דעם ביטול וואס מצד

(מתן)

תורה.

ווארום אין די ציוויים פון תורה

(ניט ווי ביי די ציוויים פון א מלך,

כנ״ל)

זיינען פאראן חילוקים: פאראן טאקע ציוויים וואס ווען מען איז עובר אויף זיי איז מען חייב מיתה; אבער פאראן א סך ציוויים וואס אויף זייער עובר זיין קומט ניט קיין מיתה —

(וואס דערפון איז פארשטאנדיק,

אז אויך דער חיוב מיתה וואס איז יע דא ביי די אנדערע ציוויים,

קומט עס ניט מצד ענין ה״ציווי" וואס אין זיי,

נאר צוליב דער הארבקייט וואס איז דא אין די ענינים פרטים אויף וועלכע מ׳ווערט נצטווה)

;

און וויבאלד אז ביים עובר זיין ח״ו אויף א ציווי פון דעם צווייטן סוג ציוויי התורה,

איז ער ניט חייב מיתה,

עס פארבלייבט זיין מציאות,

קומט דאך במילא אויס,

אז אויך ווען ער איז מקיים די ציוויים פון תורה,

איז דער קיום כאילו ווי א צוגעגעבענע זאך צו זיין מציאות.

משא״כ דער ביטול צו אלקות וואס ווערט דורכן ביטול צום מלך,

(וואס דאן,

איז אויך דער לימוד התורה וקיום המצות אין אן אופן פון קבלת עול מלכות שמים — העכער ווי זיי

זיינען מצד תורה עצמה).

איז אין אן אופן,

אז אט דער ביטול איז זיין גאנצע מציאות,

כנ״ל.

און דער טעם דערפון איז: תורה איז המשכה מלמעלה למטה — און דעריבער איז זי כאילו ווי א "צוגעגעבענע" זאך,

היות אז זי קומט מצד דעם "מעלה" און ניט מצד דעם "מטה" גופא; משא״כ מלכות קומט מצד דעם ״עם״

(״מטה״)

— "שום 23

תשים עליך מלך",

און דעריבער איז זי די מציאות פון דעם "עם" גופא.

ח.

דער ענין פון "התחתונים יעלו לעליונים" וואס האט זיך אויפגעטאן דורך דוד המלך,

האט זיך אויסגעדריקט אויך אין דעם "בית המקדש",

וואס ווערט גערופן

(כנ״ל ס״ה)

על שמו של דוד:

דער אויפטו פון ביהמ״ק איז ניט בלויז וואס אין אים איז געווען השראת השכינה

(ווי איין זאך איז שורה אין א צווייטער),

נאר ער גופא,

ד.

ה.

די דברים גשמיים פון וועלכע דער בית המקדש איז געבויט געווארן — זיינען געווען א "מקדש" צום אויבערשטן.

און אע״פ אז אויך אין משכן איז געווען עד״ז,

האט אבער דער משכן ניט דורכגענומען דעם "מקום" וואו ער איז געשטאנען 36 ,

וואס דערפאר איז ניט פארבליבן קיין קדושה אויף אט דעם ארט 37

; משא״כ דער ביהמ״ק,

איז דאך אויך נאכן חורבן פארבליבן די קדושה אין דעם מקום המקדש 38 .

ט.

עס האט זיך מערערע מאל גערעדט בנוגע די צוויי קוין — המשכה מלמעלה למטה און העלאה מלמטה למעלה — אז אין יעדערן פון זיי איז פאראן א מעלה לגבי דעם צווייטן 39 .

און דעריבער באשטייט דער תכלית העילוי אין ״להוי כדין וכדין" 40

— אז עס זאלן זיין ביידע ענינים צוזאמען.

און הגם אז דאס וועט ערשט זיין

(בגילוי)

לע״ל 39

— איז אבער ביי מתן תורה שוין געגעבן געווארן דער כח אויך אויף דעם ענין 41 .

ווארום וויבאלד אז דעמאלט איז נתבטל געווארן די "גזירה" וואס טיילט אפ צווישן "עליונים" און "תחתונים",

איז דאך במילא געגעבן געווארן דער כח

(ניט נאר אז "העליונים ירדו לתחתונים" און אז "התחתונים יעלו לעליונים"׳ נאר אויך)

אז די ירידת העליונים און די העלאת התחתונים זאלן קומען צוזאמען.

עס איז נאר,

וואס בגלוי איז דאן געווען בלויז דער ענין פון "העליונים ירדו לתחתונים",

און די אנדערע צוויי ענינים ווערן נתגלה שפעטער; דער ענין פון "התחתונים יעלו לעליונים" — דורך דוד המלך

(כנ״ל)

; און דער יחוד פון ביידע ענינים צוזאמען וועט זיך אויפטאן

(בעיקר)

לעתיד לבוא

(וואס דאן וועט זיין דער "להוי כדין וכדין"),

און אלס א הכנה און כלי צו דעם — דורך תורת הבעש״ט 42

(וכידוע 43

אז "יפוצו מעינותיך חוצה" איז א הכנה און כלי צום "קא אתי מר").

ווארום דער אויפטו פון דעם בעש״ט איז געווען,

אז ער האט מגלה געווען ניט בלויז די

(רזין ורזי דרזין פון)

"עשרת הדברות " פון מתן תורה,

וואס זיינען העכער פון וועלט,

נאר אויך די "עשרה מאמרות " שבהם נברא העולם :

ביז דעם בעש״ט זיינען די "עשרה מאמרות" "געשטאנען" אין די נבראים אין אן אופן פון העלם והסתר,

און דער בעש״ט האט זיי ארויסגעבראכט לגילוי באופן אז אלע זאלן וויסן,

אז די אמיתית המציאות פון יעדער נברא איז

( ניט דער נברא גופא,

נאר)

דער דבר הוי׳ וואס איז אים מהווה בכל רגע ורגע מאין ואפס המוחלט 44 .

און דער גילוי פון די עשרה מאמרות

(דער אלקות וואס אין וועלט )

מיינט דאך — דער זיכוך און העלאה פון דעם מטה ; אבער ביחד עם זה,

האט ער דעם ענין גופא מגלה געווען אין אן אופן פון תורה

(א פירוש אויף א פסוק 45 )

— המשכה מלמעלה למטה.

און דעריבער איז דער לימוד און די הפצה פון תורת הבעש״ט

(וואס איז בדוגמת 46

פון "להוי כדין וכדין" וואס וועט זיין לעתיד)

א הכנה און א כלי צו ביאת המשיח,

וואס אויך ביי אים וועט זיין די הכנה אין ביידע ענינים — ״הוגה בתורה ..

כדוד אביו" 47 ,

יבוא ויגאלנו בקרוב ממש.

(משיחת חגה״ש תשכ״ז)

Reader controls and commentary are loading.