B"H
🏡

Ikar

בהר ב

א.

אין די שבתים וואס צווישן פסח און שבועות לערנט 1

מען פרקי אבות,

יעדן שבת א פרק 2 .

און וויבאלד אז אלע ענינים פון תורה זיינען בתכלית הדיוק

(ובמכ״ש פון דעם וואס אפילו עניני העולם זיי־ נען ניט באקראי ח״ו,

נאר בהשגחה פרטית),

איז מובן,

אז דער פרק וואס מען לערנט אין דעם באשטימטן שבת,

האט א שייכות אויך צו דער סדרה וואס מען לייענט דעמאלט.

פון די משניות פון היינטיקן פרק

(ד׳),

וואס מ׳געפינט אין זייער תוכן א שייכות מיוחדת צו דער היינטיקער פ׳

(בהר),

איז די משנה 3

: ״ר״מ אומר הוי ממעט בעסק ועסוק בתורה כו׳ ",

וואס איר סיום איז "ואם עמלת בתורה הרבה 4

יש שכר הרבה ליתן לך״ — בדוגמא צום סיום הסדרה "אני הוי

(וואס דאס מיינט,

ווי רש״י זאגט. 5 )

— נאמן לשלם שכר".

די הבטחה פון שכר פאר לימוד התורה וקיום המצות אין אלגעמיין,

געפינט מען אין כמה וכמה סדרות התורה און אין כו״כ משניות

(אויך אין מס׳ אבות 6 ).

אבער דער חידוש וואס איז דא אינעם סיום פון היינטיקער

סדרה,

באשטייט אין דעם וואס " נאמן לשלם שכר": דער אויפטו פון פסוק איז דא

( ניט דער צוזאג אז ס׳קומט אים שכר פאר שמירת שבת און יראת המקדש,

נאר)

אז דער אוי־ בערשטער איז "נאמן" צו באצאלן,

און ניט פארמיידן ח״ו,

דעם שכר וואס עס קומט אט־די וואס דערפילן די דער־ מאנטע ציוויים* 6 .

על דרך זה איז אויך אין סיום משנה הנ״ל: ר״מ איז דא מחדש

(ניט אז פארן עמל בתורה הרבה קומט א סך שכר,

נאר)

אז " יש שכר הרבה ליתן לך".

ד.

ה.,

דער מענטש קען דאך טראכטן: אמת טאקע אים קומט א סך שכר פאר דער גרויסער הארע־ וואניע; עס קען אבער געמאלט זיין ער זאל דאס ניט באקומען אין פולן,

ווייל ס׳איז גאר ניט בנמצא אזויפיל שכר צו געבן אים — איז ר״מ מדגיש און באווארנט " יש שכר הרבה וכו׳",

אז ער איז פאראן אין דער גרויסער מאס,

און במילא איז דער מענטש פארזיכערט צו באקומען דעם ״שכר הרבה״ 7 .

דארף מען פארשטײן 8

: װאס איז דא דער ״חידוש״

(הן אין פסוק)

אז דער אויבערשטער איז א ״נאמן״ צו באלוינען דעם מענטשן דאס װאס אים קומט,

און

(הן אין דער משנה)

אז דער אויבערשטער האט דעם גענוגנ־ דיקן שכר הרבה צו באצאלן דעם מענטשן װיפל אים קומט ?

ב.

דער פסוק ״את שבתותי תש־ מורו גו׳ אני ה' ״ שטייט אויך אין א פריערדיקער סדרה 9 ,

און דארט איז רש״י 10

ניט מפרש ״נאמן לשלם שכר״,

װי בײ דעם פסוק שבפרשתנו.

דערפון איז פארשטאנדיק,

אז די בא־ װארעניש,

אז דער אויבערשטער איז ״נאמן לשלם שכר",

פאדערט זיך בלויז בײ דעם פסוק ״את שבתותי תשמורו גו״' — װעלכער קומט בהמשך צום פריערדיקן פסוק ״לא תעשו לכם אלילים" און װאס בײדע ציוויים זײנען געזאגט געװארן בשייכות צו א אידן ״הנמכר לנכרי.

בנוגע אידן בכלל,

איז כשם ווי כלפי זיי איז ניטא קײן חידוש מיוחד אין דעם ציווי גופא,

אווי איז אויך דערביי ניטא קיין חדוש אז דער אוי־ בערשטער האט און ער וועט געבן דעם גאנצן שכר פאר אויספירן דעם ציווי.

משא״כ ביי א נמכר לעכו״ם,

וואס אים דארף די תורה באזונדערס אנ־ זאגן "לא תעשו לכם אלילים גו׳ את שבתותי תשמורו גו׳ ״ — ווארום אלולי הציווי,

וואלט אזא איינער גע־ קענט טראכטן ביי זיך "הואיל ורבי עובד ע״ז אף אני כמותו,

הואיל ורבי מחלל שבת אף אני כמותו״ 11

האט דא אויך געקענט זיין אן ארט צו מיינען,

אז זייענדיק א "נמכר ל־ עכו״ם" איז ניטא קיין שכר הרבה אום צו געבן אים שכר פאר די ציוויים; דערפאר דארף מען זאגן,

אז מיט "אני ה׳ " מיינט דא דער פסוק צו מדגיש זיין,

אז אויך בנוגע צו אים איז דער אויבערשטער נאמן לשלם שכר.

און אין זעלבן אופן איז אויך דער אויפטו פון דער משנה "ואם עמלת בתורה הרבה יש שכר הרבה ליתן לך״: מיט " יש שכר הרבה כו׳ " ווערט ניט געמיינט בנוגע צו עמל בתורה בכלל

(ווארום דאן איז עס קיין חידוש ניט),

נאר בשייכות צו "עמלת בתורה הרבה" פון א סוג מיוחד וועגן וועלכן עס רעדט זיך במשנתנו — פון א בעל עסק:

בתחלת המשנה ווערט געזאגט "הוי ממעט בעסק ועסוק בתורה",

אז אויך א בעל עסק — אזא וואס ע״פ דין מעג ביי אים זיין* 11

מלאכתו קבע און תורתו עראי 12

— זאל ממעט זיין אין ״עסק״

(אײגענע באשעפטיקונג)

און זיך עוסק זיין אין תורה.

און ביי דעם "עמלת בתורה הרבה" פון דעם בעל עסק,

וואס דאס איז דאך געטאן לפנים משורת הדין,

איז ר״מ מחדש אז "יש שכר הרבה ליתן לך".

איז עס אבער שווער צו פארשטיין,

און אין ביידע פאלן קען מען פרעגן אז איפכא מסתברא: אויב ביי שמירת שבת וכו׳ פון סתם א אידן,

פון א בן־ חורין,

און ביי לימוד התורה פון א יושב אוהל

(וועלכע זיינען ניט פארבונ־ דען מיט ״עמלת״ — מיט א באזונדער באמיאונג — ניט צו נארן זיך,

אדער צו טאן ״במדת חסידות ואהבת התורה״* 12 )

איז א דבר פשוט אז זיי האבן און וועלן באקומען שכר מלא — איז דאך מכל שכן אז אין פאל ווען א נמכר לעכו״ם איז שומר דעם שבת כהלכה

(טראץ דעם וואס ער האט א סלקא דעתך — אין תורה — אז "הואיל ורבי מחלל שבת אף אני כמותו")

און ווען א בעל־עסק איז עמל "בתורה הרבה" דורך ממעט זיין אין זיין "עסק"

(הגם ער איז דאס ניט מחוייב ע״פ דין),

דארף דאך אוודאי זיין פשוט אז זיי קומט און זיי זיינען געזיכערט מיטן פולן שכר ! ווי קומט עס,

וואס דווקא ביי זיי איז נויטיק צו באווארענען אז "נאמן לשלם שכר" און אז "יש שכר הרבה ליתן לך״ ?

ג.

אויך דארף מען פארשטיין: פאר־ וואס זאל זיין א סברא 13

"הואיל ורבי עובד ע״ז אף אני כמותו"?

בנוגע חילול שבת,

קען מען עס מסביר זיין: היות אז ע״פ תורה איז ער משועבד לרבו ",

ער איז מחוייב צו ארבעטן פאר אים,

און וויבאלד אז ביי רבו איז ניטא דער ענין פון שבת און ס׳איז א טאג גלייך מיט אנדערע טעג 15 ,

קען מען דערפון במילא א־ רויסנעמען א טעות׳דיקע מסקנא,

אז דער חיוב צו ארבעטן איז פאר אים גילטיק אויך שבת.

[און נאך מער: וויבאלד ער מעג

(לפי הטעות)

און דארף ארבעטן בשבת בשביל רבו,

איז שוין פון אים נפקע געווארן אינגאנצן" דער חיוב פון שמירת שבת* 16

— "אף אני כמותו״ — אז ער מעג שוין מחלל שבת זיין אויך אין פאל ווען ס׳איז ניט נוגע צו עבודת רבו].

אויך בנוגע גילוי עריות קען זיין אן ענליכע הסברה: וויבאלד אז "להוליד וולדות" איז א טייל פון עבודת העבד לרבו — וואס דערפאר ווערט געזאגט ביי אן עבד עברי הנמכר לישראל אז "רבו מוסר לו שפחה כנענית להוליד ממנה עבדים״ 17

— איז דע־ ריבער,

וויבאלד דער ישראל הנמכר לעכו״ם מעג און דארף 18

נעמען א שפחה כנענית להוליד ממנה עבדים 19 ,

קען זיך אפלייגן,

אז ביי אים ווערט נפקע דער גאנצער איסור פון גילוי עריות

(די עריות וואס אידן זיינען אויסגעטיילט פון ב״נ 20 ),

און אזוי ווי רבו — ״אף אני כמותו״ — איז ער ניט מוזהר אויף די עריות וואס זיינען מותר לב״נ 24 .

אנדערש איז אבער ביי ע״ז:

(א)

ווייל אויך אויף רבו איז חל דער איסור פון צו דינען ע״ז,

ווארום ס׳איז דאך איינע פון די ז׳ מצות ב״נ 22 ,

און

(ב)

ווייל דאס איז א זאך וואס האט לגמרי ניט צו טאן מיט עבודת רבו.

און וויבאלד אזוי,

פארוואס זאל זיין א וועלכע־ניט־איז נתינת מקום צו מיינען,

אז ער זאל אויך מעגן דינען ע״ז ?

ד.

וועט מען עס פארשטיין,

דורך מקדים זיין וואס דער זהר זאגט

(אין אנפאנג פון היינטיקער סדרה 23 )

בנוגע אן עבד עברי הנמכר לישראל ,

אז עבדים זיינען פטור פון "עול מלכותא דלעילא" און דערפאר זיינען זיי אויך "פטורין מן המצות".

און דערמיט איז דער זהר מבאר דעם פי׳ פון "ובשביעית יצא לחפשי חנם " 24 ,

אז זייענדיק אן עבד

(וואס פארן זמן פון ״יצא לחפשי״ 25 ),

איז ״כל מה דעביד חנם הוא — בלא עול מלכות שמים".

ובדוגמת מ״ש 26

"זכרנו את הדגה אשר נאכל במצרים חנם",

אז בעת די אידן זיינען געווען בשעבוד אין מצרים,

איז אויף זיי ניט געווען דער ״עול דלעילא״ — עס איז געווען אינעם אופן פון "חנם".

אין דעם איז אבער ניט מובן:

דאס וואס דער זהר זאגט,

אז עבדים זיינען פטורין פון "עול מלכותא דל־ עילא",

קען מען דאס מסביר זיין,

אז זייענדיק אונטערגעווארפן דעם עול פון א בו״ד,

איז במילא ניט בגדר אז צו דער זעלבער צייט זאלן זיי גופא אויף זיך טראגן

(בשלמות)

אויך דעם עול פון מלכות שמים

[און דאס איז מתאים מיטן מאמר רז״ל 27

"אזן ששמעה כו׳ כי לי בנ״י עבדים ולא עבדים לעבדים והלך זה וקנה אדון לעצמו",

אז דערמיט וואס ער מאכט זיך פארשקלאפט צו אן אנדער "אדון",

ער ווערט אן "עבד לעבדים",

ווערט פון אים אפגעטאן

(כביכול)

די עבדות צום אויבערשטן 28 ],

ווען עס רעדט זיך אבער וועגן קיום המצוות אין פועל ממש,

איז דאך אן עבד עברי,

אפילו אזא וואס איז נמכר לעכו״ם ,

מחוייב צו מקיים זיין אלע מצות — ווארום "הואיל ורבי כו׳ אף אני כמותו" איז דאך ניט מער ווי א קס״ד וואס תורה איז עס שולל " שלא יאמר״; און אויך דער קס״ד איז בלויז בנוגע צו געציילטע מצות

(ג״ע,

ע״ז און חילול שבת),

אבער ניט אין באצוג צו כל המצות 29

— הייט וואס איז דער פשט פון דעם וואס דער זהר זאגט,

אז אן עבד עברי הנמכר לישראל איז פטור מן המצות ?

!

אויך דארף מען פארשטיין דאס וואס אין זהר ווערט פארגליכן דער "שש שנים תזרע שדך גו׳"

(וואס פאר דעם "ושבתה הארץ" אין שנה השביעית)

צו די "שש שנים יעבוד" פון אן עבד

(וואס פאר "ובשביעית יצא לחפשי"),

ולכאו׳,

וואס פאר א דמיון איז דאס: אמת טאקע אד אין די שש שנים,

ווען מ׳איז פארנומען מיט עבודת האדמה,

האט מען ניט אזויפיל צייט זיך אפצוגעבן מיט לימוד התורה און עבודת ה' ווי אין שנת השביעית,

וואס דאן איז ״ושבתה הארץ שבת לה׳״ 30

; פונדעסטוועגן איז דאך דער איד אויך במשך די שש שנים ניט אונטערגע־ ווארפן קיין עול פון א בו״ד,

ער איז דאן ניט קיין ״עבד לעבדים״ — איז אין וואס קען עס פארגליכן ווערן צום פאל פון "שש שנים יעבוד",

וואס דורבן ״קנה אדון לעצמו" ווערט ער

(כביכול)

פטור פון עול מלכות שמים?

ה.

וועט עס ווערן פארשטאנדיק,

פון דעם וואס דער זהר איז דארט ממשיך ומבאר דעם ענין פון עול מלכות שמים מיט א משל — און דער אלטער רבי ברענגט עס אין תניא 31

— "כהאי תורא דיהבין עלי' עול בקד־ מיתא בגין לאפקא מיני׳ טב לעלמא..

ה״נ איצטריך לי׳ לב״נ לקבלא עלי׳ עומ״ש 32

בקדמיתא ..

ואי האי לא אשתכח גבי׳ לא שריא בי׳ קדושה".

ולכאורה,

וואס ווערט דא אויפגע־ קלערט און מבואר דורך געבן דעם משל ״בהאי תורא כו׳ ״ — און בפרט אז דערפון וואס דער אלטער רבי איז מעתיק דעם משל אין תניא

(אע״פ אז ער איז משמיט כו״כ ענינים שבזהר שם),

איז דאך מובן,

אז דערמיט ווערט מבואר אן ענין עיקרי אין דעם ענין פון קבלת עול מלכות שמים?

איז דער ביאור אין דעם:

דער חידוש וואס דער אלטער רבי טוט אויף אין דעם פרק וואו ער ברענגט דעם משל פון זהר — און וואס דערמיט גופא איז ער אים מפרש — איז דאך

(ניט אז א איד דארף בכלל האבן קבעומ״ש — דאס איז א דבר הפשוט: וויבאלד אז דער שרש צו שס״ה ל״ת איז יראת ה׳ 33 ,

איז דאך מובן אז א איד איז מוכרח אין יראה — קב״ע — בכדי ער זאל זיין אויס־ געהיט אין שס״ה ל״ת — נאר)

אז ״אע״פ שהיראה היא שרש לסור מרע והאהבה לועשה טוב,

אעפ״כ לא די לעורר האהבה לבדה לועשה טוב ולפחות צריך לעורר תחלה היראה כו" 34 ,

אז אויך צוליב "ועשה טוב" פאדערט זיך קבלת עומ״ש.

דערפאר איז ער אויך דא מעתיק דעם משל "בהאי תורא דיהבין עלי׳ עול בקדמיתא בגין לאפקא מיני׳ טב לעלמא",

וואס פון דעם משל איז מובן,

אז אויך צוליב "ועשה טוב" מוז זיין קב״ע: אזוי ווי "האי תורא" אז דאס וואס "יהבין עלי׳ עול בקדמיתא" איז עס

(ניט בלויז בכדי צו פארהיטן ער זאל ניט שטויסן און ניט מזיק זיין,

נאר אויך)

"בגין לאפקא מיני׳ טב לעלמא" ,

אזוי איז אויך דאס וואס ״ב״נ אצטריך לקבל עלי׳ עומ״ש בקדמיתא",

איז עס

(ניט בלויז בכדי צו באווארע־ נען ער זאל זיין א סור מרע,

נאר אויך)

ווייל "אי האי לא אשתכח גבי׳ לא שריא בי׳ קדושה": אויך די "השראת הקדושה״ — דער "גילוי והמשכת אוא״ס ב״ה למטה" 35 ,

וואס קומט דורך מ״ע — קען ביי אים זיין דוקא ווען דער קיום המ״ע איז

(אויך)

מצד קבלת עול 36 .

ו.

מען קען נאך אבער פרעגן: דער אלטער רבי איז דאך מעתיק דעם לשון פון נמשל אין זהר "ואי האי לא אשתכח גבי׳ לא שריא בי׳ קדושה",

וואס אויך פון דעם אליין איז שוין קלאר,

אז אויך צוליב השראת הקדושה וואס קומט דורך קיום מצות עשה פאדערט זיך קב״ע — וואס דארף ער אויך ברענגען דעם משל ״כהאי תורא כו״׳ ?

וועט דאס ווערן פארשטאנדיק נאכן מבאר זיין דעם ל׳ פון אלטן רבי׳ן "כי אף שהיראה היא שרש לסור מרע והאהבה לועשה טוב,

אעפ״כ לא די כו"׳: לכאו׳ איז דאך דא נויטיק בלויז צו באווארענען בנוגע צו "ועשה טוב",

אז הגם דער שרש פון ועשה טוב איז אהבה,

פונדעסטוועגן איז ״לא די״ מיט אהבה אליין און מ׳דארף

(אפילו צוליב ועשה טוב)

מעורר זיין אויך יראה.

אבער וואס איז דא נוגע די באווארעניש פון די ווערטער "אף שהיראה היא שרש לסור מרע״?

נאר דער הסבר אין דעם איז,

אז מיט אט־די ווערטער גיט דער אלטער רבי קלאר צו פארשטיין װאס עס ווערט געמיינט דערמיט אז יראה און קב״ע זיינען נויטיק אויך ביי דער עבודה פון "ועשה טוב":

ווען ער וואלט דא דערמאנט בלויז דעם פרט פון אהבה און "ועשה טוב",

וואלט מען דאן געקענט מיינען,

אז דא רעדט זיך וועגן א פאל וואו עס פעלט איבערהויפט דער ענין פון קב״ע ויראה ; און מ׳וואלט במילא איינגעלערנט,

אז פארוואס איז "לא די לעורר האהבה לבדה לועשה טוב" און מ׳מוז אנקומען צו קב״ע — ביז אז "ואי האי לא אש־ תכח גבי׳ לא שריא בי׳ קדושה״ — ווייל דער העדר הקב״ע איז סותר צו השראת הקדושה.

ווארום 37

בעת אז איינער האט ניט קיין קב״ע,

איז ער דאך ניט בטל צום אויבערשטן,

קען דעריבער אין אים גיט דין קיין השראת הקדושה,

ווייל "אין הקב״ה שורה אלא על דבר שבטל אצלו ית׳ " 38 .

דערפאר גיט ער אויך צו די ווערטער "שהיראה היא שרש לםו״מ״׳ אז כאטש ביי אים פעלט ניט די יראה אלס א שרש צו סור מרע ; עס איז נאר וואס זיין עבודה פון ועשה טוב ווערט געטאן מצד התעוררות האהבה לבדה און ניט מצד קב״ע — פונדעסטוועגן איז דאס ניט גענוג און אויך אין זיין "ועשה טוב" איז "אי האי

(קב״ע)

לא אשתכח גבי׳ לא שריא בי׳ קדושה" 39 .

און בכדי צו מאכן נאכמער קלאר דעם פי׳ פון "ואי האי לא אשתכח גבי׳ כו׳ ״ — אז דאס מיינט

(ניט נאר דעם אופן פון העדר הקב״ע וואו דאס איז פשוט סותר צו השראת הקדושה,

נאר אויך),

אז צוליב דער השראת הקדושה גופא פאדערט זיך קב״ע — איז דער אלטער רבי מעתיק דעם משל "כהאי תורא כו׳ " אין וועלכן אט־דער ענין ווערט ארויסגע־ בראכט און קלאר אונטערגעשטראכן,

אז דאס וואס "יהבין עלי׳ עול בקדמי־ תא" איז עס " בגין לאפקא מיני׳ טב לעלמא".

און דערמיט ווערט אויך פארשטאנ־ דיק וואס דער זהר זאגט אז עבדים פטורין מן המצות: דער עיקר ענין פון מצות איז כשמם,

מצוה מל׳ ציווי,

אז זייער קיום איז מצד דעם באפעל .

און וויבאלד אז זיי זיינען פטורין פון עומ״ש,

זיינען זיי במילא פטור פון ״מצות״ — לשון ציווי .

ז.

דער טעם וואס צו דער השראת הקדושה גופא איז נחוץ דער קבלת עומ״ש אויך אין קו פון ועשה טוב,

און בשעת דאס קומט בלויז מצד אהבה איז עס ניט ממשיך השראת הקדושה

(הגם אז ס׳איז דא ביי אים קב״ע אינעם קו פון סור מרע)

:

נברא האט קיין שום ערך ניט לגבי בורא.

און דערפאר,

ווען דער קיום המצות איז בלויז מצד אהבה,

וואס דאס איז א הרגש וועלכער איז פאר־ בונדן מיט דער מציאות האוהב 40 ,

מציאות הנברא,

דערפאר קען דער קיום המצות

(מיט אהבה — ענינו דהנברא)

ניט דערגרייכן צו "גילוי והמשכת אוא״ס ב״ה"

(גילוי הבורא)

— וויבאלד אז בורא איז באין ערוך העכער פון נברא.

דוקא ווען דער קיום המצות איז מצד קבעומ״ש,

וואס קב״ע איז פארבונדן

(ניט מיט זיין מציאות,

נאר)

מיט מציאות ה״מלך" 40 ,

דעמאלט האט די מצוה אין זיך,

כביכול,

דעם כח פון "בורא" און קען במילא פועל זיין "השראת הקדושה".

זאת ועוד יותר: דער גדר פון אן "עבד" איז,

אז ער איז אינגאנצן קנוי לרבו 41

; און אויב ער שפירט אין זיך עפעס פון זיין אייגענער מציאות,

איז דאס היפך פון עבדות.

און דערי־ בער,

ווען זיין קיום המצות

(פון ועשה טוב)

איז "באהבה לבדה",

קומט אויס אז דאס גופא וואס ביי אים איז דא א הרגש פון אהבה

(וועלכע איז פאר־ בונדן מיט זיין מציאות והתפשטות),

איז עס אין סתירה צום ענין פון קב״ע

(כאטש אז ביי אים איז דא דער קב״ע בנוגע צו סור מרע און ער האט מורא "שלא למרוד במלכותו ית׳ ")

ובמילא — צו השראת הקדושה.

און דערפאר מוז אויך דער ועשה טוב

(ווי אויך די אהבה וואס איז דער "שרש לועשה טוב"),

זיין דורכגעדרונגען מיט קב״ע

(אז אויך זיין אהבת ה׳ זאל קומען מצד דעם ציווי "ואהבת את ה׳ אלקיך״ 42 )

— אזוי ווי אן עבד וואס האט ניט קיין מציאות פאר זיך אויסער מציאות האדון.

ח.

ע״פ הנ״ל וועט מען אויך פארשטיין דעם פארגלייך פון די "שש שנים תזרע גו׳"

(בשייכות לשמיטה)

צו די ״שש שנים יעבוד״ פון אן עבד:

מצד דער פולשטענדיקער אפהײנגיקייט און איבערגעגעבנקייט פון אן עבד לגבי זיין אדון,

אז כל מציאותו איז קנוי לרבו,

איז כשם ווי ס׳איז ניט שייך אז דער עבד זאל האבן אייגענע רצונות

(ביז אפי׳ ניט קיין אהבה צום אדון כנ״ל,

סיידן אז מיט דער אהבה גופא פירט ער אויס א ציווי פון אדון)

— אזוי איז אויך לאידך גיסא ניט זיין זאך צו באזארגן זיך זיינע הצטרכות: אויפן אדון ליגט א חיוב צו שפייזן און באזארגן זיין עבד מיט אלעם נויטיקן 43

— דער עבד אליין דארף זיך פאר דעם ניט זארגן ווייל ער איז א טייל פון נכסי האדון.

דערפאר פארגלייכט דער זהר די "שש שנים תזרע גר " צו די "שש שנים יעבוד" פון אן עבד וואס איז פטור פון עומ״ש: וויבאלד במשך די "שש שנים" זאגט דער אויבערשטער צו א אידן "תזרע שדך" און "תזמור כרמך",

אז דער איד אליין זאל זיך זארגן פאר זיין פרנסה

[און הגם אז די צמיחה פונעם "תזרע" און "תזמור" קומט דאך אויס־ שליסלעך מצד דעם " וברכך ה ,

אלקיך בכל אשר תעשה" 44 ,

וויבאלד אבער די ברכה פון אויבערשטן איז פארט אנגעטאן און ווערט אויסגעדריקט דווקא "בכל אשר תעשה"

(און בפרט,

אז מצד דעם העלם והסתר קען נאך זיין א מקום לטעות אז "כחי ועוצם ידי עשה לי את החיל הזה״ 45 )

— ניט ווי בשנה השביעית ווען דער "וצויתי את ברכתי גו׳ " 46

איז בגילוי און ניט מלובש אין לבושי הטבע

(ווארום מצד הטבע איז וויבאלד אז ״ לא נזרע ולא נאסוף גו׳ ״,

קען אויפ־ קומען די שאלה

(ביז אז אפילו תורה גיט אן ארט אויף דער שאלה)

"וכי תאמרו מה נאכל״ 47 )]

קומט דאך אויס,

אז אין די "שש שנים" בדוגמא צו די "שש שנים יעבוד" האט דער אויבערשטער אראפ־ גענומען כביכול זיין אדנות פון דעם אידן און אים אריינגעשטעלט ברשות עצמו,

אז ער אליין דארף ארבעטן פאר זיין פרנסה 48

— כאטש אז אן אדון איז מחוייב לזון את עבדו — ווייל די אדנות איז ניט בגילוי.

ט.

הגם אז אין די "שש שנים" איז דער "וברכך ה׳ אלקיך" מלובש און נעלם אינעם "כל אשר תעשה",

אין לבושי הטבע,

אעפ״ב,

וויבאלד אז אויף אידן ווערט געזאגט "כי חלק הוי ' עמו" " ,

אז זיי זיינען א חלק פון הוי׳

(הי׳ הוה ויהי׳ כאחד 50 )

שלמעלה מהטבע — דערפאר זיינען ביי זיי די לבושי הטבע ניט מעלים אויף אזויפיל אפילו אין משך פון די "שש שנים" ווען תורה זאגט אז עס דארף זיין "תזרע״ און ״תזמור״; ד.

ה.,

אז אויך אין טבע דערהערן אידן דעם למעלה מהטבע.

וואס דאס איז דער חילוק צווישן דער השפעה מלמעלה צו אידן,

און די השפעה צו אוה״ע,

להבדיל: די אומות העולם,

וויבאלד זיי זיינען מקבל זייער השפעה פון די כוכבים ומזלות

(און פון די ע׳ שרים)

"אשר חלק ה׳ גו׳ לכל העמים״ 51

— לגבי זיי איז טאקע טבע א העלם והסתר באמת.

[וואס דאס איז דער טעם וואס ב״נ זיינען ניט מוזהר אויף "שיתוף" 52

— הגם אז די כו״מ זיינען ביים אויבערשטן נאר " כגרזן ביד החוצב" — ווייל מחמת דעם וואס " חלק ה׳ להם",

גיט עס אן ארט אז לגבי די ב״נ זאלן די כו״מ

(און שרים)

אויס־ קוקן עכ״פ ווי שותפים וואס האבן

(כביכול)

א דיעה אין דער השפעה אלקית 53 ].

משא״כ אידן זיינען מוזהר על השיתוף.

ווארום הגם אז אויך די השפעה צו אידן קומט אין אן אופן פון "ממגד תבואות שמש גו׳ ״ 54

— הערט זיך אבער ביי זיי בגילוי ווי דער שמש וירח וכו׳ זיינען נאר כגרזן ביד החוצב,

און אז די השפעה קומט פון אובערשטן.

יו״ד.

עפ״ז וועט מען אויך פאר־ שטיין ווי עס קען זיין א ס״ד "הואיל ורבי עובד ע״ז אף אני כמותו״:

וויבאלד אז די השפעת הפרנסה צום עבד קומט אינגאנצן דורך זיין אדון — וכנ״ל אז ער איז מחוייב ע״פ תורה לזון את עבדו

(ביז אז אויב דער עבד אליין טוט עס פאר זיך,

איז עס גאר היפך ענין העבדות,

כנ״ל)

— ובמילא קען דאך ביי אים אויפקומען א סברא "הואיל ורבי עובד ע״ז": וויבאלד עס זיינען דא ענינים פון ע״ז אין וועלכע "רבי" איז מותר

(כנ״ל דער ענין השיתוף אויף וואס זיין אדון איז ניט מוזהר,

ווייל לגבי אים זיינען די כו״מ טאקע כאילו ווי שותפים),

און היות אז זיין השפעה קומט ע״י רבו — איז "אף אני כמותו",

אז אויך די השפעה צו אים קומט

(ע״י רבו ו)

כאילו דורכן שיתוף פון די כו״מ — עבודה זרה.

און דאס איז דער אויפטו אינעם אנזאג פון תורה "לא תעשו לכם אלילים גו'",

אז א איד,

אין וועלכן מצב ער זאל ניט שטיין — איז ער "חלק הוי׳ ״: דער חילוק איז נאר בנוגע העלם וגילוי,

אז בשנה השביעית איז ״וצויתי את ברכתי״ בתכלית הגילוי; אין די "שש שנים" איז דער "וברכך ה׳ אלקיך" מלובש און נעלם אין "בכל אשר תעשה״; און ביי א נמכר לעכו״ם איז די ברכת ה׳ מלובש אין נאך א גרעבערן לבוש,

ביז אז זיין פרנסה

(בגילוי)

קומט דורך ארבעט פאר א גוי

(און אפי׳ נאך נידעריקער דערפון — א ״נמכר לעקר״ — דורך ווערן א חוטב עצים און שואב מים פאר ע״ז 55 ).

דאס איז אבער נאר א לבוש חיצוני,

בפנימיותו אבער איז די השפעה פון ה׳ 56

שלמע׳ מהטבע 57 .

יא.

ע״פ הנ״ל וועט אויך פאר־ שטאנדיק ווערן,

וואס דוקא ביי דעם קיום הציווי פון "לא תעשו לכם אלילים גו׳" און ״את שבתותי תש־ מורו גו׳ ״,

װאו עס רעדט זיך װעגן א ״נמכר לעכו״ם״,

דארף דער פסוק מחדש זיין ״אני הוי׳ — נאמן לשלם שכר״:

דער שכר פון מצות איז

(ניט קײן זײטיגע זאך,

מיט װעלכער מען בא־ לוינט דעם מענטשן פאר דער מצוה װאס ער האט געטאן,

נאר)

א די־ רעקטע תוצאה פון די מצוה גופא 58 .

און װי דער אלטער רבי זאגט 59

״כי הגורם שכר המצוה הוא המצות בעצמה".

אבער אין שכר המצות גופא זײ־ נען פאראן צווי ענינים: א)

דער ווערן פון דער מציאות פון דעם שכר,

וואס ווערט געשאפן דורך דער עשיית המצוה.

און ב)

דער תשלום השכר,

די באלוינונג וואס ווערט גע־ צאלט און קומט אן צום מענטשן.

בנוגע אלע מצות איז א דבר פשוט,

אז: א)

דורך קיום המצוה ווערט אויפגעטאן

(למעלה)

שכר המצוה.

ב)

דער שכר קומט אן צום אדם המקיים את המצוה.

בעת עס רעדט זיך אבער וועגן דעם ציווי "לא תעשו לכם אלילים גו' את שבתותי תשמרו" וואס איז געזאגט געיוארן צו א נמכר לעכו״ם; צו אזא וואס בגילוי שטייט ער אין א מצב פון "אני כמותו",

אז ער איז מקבל זיין השפעה דורך רבו

(און ניט פון הוי׳ שלמעלה מהטבע)

קען ער דעריבער טראכטן ביי זיך: וויבאלד אז תורה זאגט מיר אן "לא תעשו לכם אלילים גו׳ את שבתותי תשמרו",

איז טאקע א זי ־ כערע זאך אז דורך מיין מקיים זיין אט־די מצוה,

וועט זיך אויפטאן דער ענין פון שכר; ס׳איז אבער דא אן ארט צו אננעמען,

אז דער דאזיגער שכר זאל מיר ניט ״אפגעצאלט״ ווערן,

זאל מיר ניט דערגרייכן .

ווארום וויבאלד אז לויט מיין מצב איז "אני כמותו",

היינט ווי איז מעגליך אז דער שכר וואס טוט זיך אויף דורך ניט דינען ע״ז און שמירת שבת

(וואס דאס איז דער גילוי פון הוי׳ שלמעלה מהטבע וועלכער איז שייך דווקא צו אידן)

זאל אנקומען צו מיר ,

און נאך בגילו?

אויף דעם זאגט דער פסוק "אני ה׳ — נאמן לשלם שכר": מצד דער מדריגה פון ה׳ אליין,

וואס אויך ה׳ איז בלויז א שם

(אע״פ וואס צװישן שמות גופא איז ער דער שם העצם,

שם המפורש 60 ,

שם המיוחד וכו׳ 61 ),

קען ער טאקע ניט נמשך ווערן בגלוי צו אזא אידן וואס נמכר לעכו״ם.

און דער־ פאר איז מצד תורה פאראן אן ארט אויפן ס״ד "הואיל ורבי כו׳ אף אני כמותו״ — כאטש אז "חלק ה׳ עמו" — ווייל ביי דעם אידן וואס נמכר לעכו״ם,

איז דער שם הוי׳ ניט מאיר בגילוי.

אבער דורך דעם וואס ער איז מקיים דעם ציווי

(וואס מצות דער־ לאנגען אין עצמות)

לא תעשו גו׳ את שבתותי תשמרו,

דאס רירט אן אין " אני הוי׳ ".

און וויבאלד אז מצד דעם "אני",

מצד עצמות,

איז ניטא קיין הגבלות — קומט דעריבער דער שכר אן אויך צו דעם נמכר לעכו״ם.

יב.

עד״ז איז אויך בנוגע צו דער הבטחה ״יש שכר הרבה ליתן לך״׳ װאס ר״מ זאגט דעם אידן וואס איז "ממעט בעסק" און אנשטאט דעם איז ער זיך עוסק בתורה — אז וויבאלד ער שטייט אין אזא דרגא וואס מצד מעמדו ומצבו איז ע״פ שו״ע איז ער א בעל־עסק 62

(און אויך די הוראת המשנה איז ניט ער זאל אויפהערן זיין א בעל־עסק און ווערן א יושב אוהל,

נאר ער זאל בלויז ממעט זיין בעסק)

; ער שטייט ניט אין דער דרגא פון די "עושין רצונו של מקום" וועגן וועלכע עס רעדט די גמרא אין ברכות,

וואס זייער עבודה איז בכל מאדך",

וועלכע זיינען אינגאנצן איבערגעגעבן צו תורה און זייער פרנסה ווערט זיי נמשך אין אן אופן שלמעלה מהטבע 64

(בדוגמת "ועמדו זרים ורעו צאנכם" וואס וועט זיין לע״ל)

קען ער טראכטן ביי זיך,

אז דער "מל בתורה ": א)

האט ניט קיין "שכר״ — א מסובב בגדר שכר — ווייל עס איז העכער פון דעם 65 ,

ב)

עס קען צו עם במעמדו ומצבו ניט דערגרייכן,

ווייל דאס איז לגמרי הע־ העכער פון דעם,

העכער פאר "זמן און מקום״ 66 .

זאגט ר׳ מאיר : א)

"יש שכר הרבה " ב)

"ליתן לך",

ווארום מצד עצמות,

וואס ער איז ניט מוגדר אין קיינע הגדרות ח״ו,

ניט אין גדר פון גבול און אויך ניט אין גדר פון בל״ג,

איז פאראן דער "שכר הרבה" און עס איז אויך "ליתן לך".

(משיחת ש"פ בהו"ב תשכ"ד וש"פ עקב תשכ"ח)

Reader controls and commentary are loading.