B"H
🏡

Ikar

אמור א

א.

בתחילת הסדרה,

וואו דער פסוק זאגט אז כהנים טארן זיך ניט מטמא זיין,

שטייט "אמור אל הכהנים גו׳ ואמרת אליהם".

זאגט די גמרא 1 ,

און רש״י ברענגט עס בפירושו על התורה: "אמור ואמרת להזהיר גדולים על הקטנים״,

אז די צוויטע אמירה איז אן אזהרה אז גדולים 2

זאלן ניט מטמא זיין קיין נהנים קטנים 3 .

אט דעם דין אז מען טאר ניט בידים געבן קיין איסור צו קטנים,

זאגט די תורה 4

ביי נאך צוויי איסורים: ביי אכילת שרצים און ביי אכילת דם,

און פון די דריי איסורים — שרצים,

דם און טומאת כהנים — לערנט מען אפ אויף אלע איסורים אז גדולים זיינען מוזהר על הקטנים.

פארוואס דארף שטיין דער דין ביי די אלע דריי זאכן?

זאגט די גמרא 5

אז פון שרצים אליין קען מען ניט אפלערנען ווייל ,

איסורן במשהו"

(זייער איסור א־ז הארבער פון אנדערע איסורים דערמיט וואס ער האט ניט קיין שיעור און אויך א משהו שרץ האט דעם פולן איסור)

; פון דם אליין קען מען ניט אפלערנען וױיל ס׳איז אן איסור כרת; און פון ביידע צוזאמען — שרצים מיט דם — קען מען ניט אפלערנען ודיל "איסורן שוה בכל"

(זיי זיינען פארבאטן צו אלע אידן גלייך)

; פון טומאת כהנים אליין קען מען ניט אפלערנען וויל כהנים "ריבה בהם מצות יתרות"

(מ׳האט זיי אנגעזאגט אויף א סך מער מצות ווי אלע אידן).

פון אלע דריי זאכן צוזאמען אבער — לערנט מען אפ,

מיט א "צד השוה",

אז ביי אלע איסורים זיינען גדולים מוזהר על הקטנים.

דארף מען פארשטיין: צווישן די איסורים אויף וועלכע אלע אידן זיינען מוזהר

(״שוה בכל״)

זײנען דאך אויך פאראן איסורים וועלכע האבן ניט קיין ספעציעלע חומרא,

ווי אכילת נבילה למשל,

וואס האט ניט קיין כרת און איר איסור איז אויך ניט במשהו

(נאר בכזית,

ווי אנדערע מאכלות אסורות).

היינט פארוואס האט די תורה אויסגעקליבן צו אנזאגן גדולים על הקטנים דווקא ביי שרצים און דם וועלכע האבן א חומרא מיוחדת — וואס מאכט נויטיק אז דער דין זאל שטיין דריי מאל: איין מאל ביי כהנים און צוויי מאל ביי איסורים וועלכע זיינען שוה בכל; ווען דער דין שטייט ביי אכילת נבילה וכדומה,

וואלט מען פון דעם אפלערנען אויף אלע איסורים וועלכע זיינען שוה בכל 6 ,

און דאן וואלט געווען גענוג אז דער דין זאל שטיין בלויז צוויי מאל 7 ?

מוז מען זאגן * 7 ,

אז די תורה האט געשריבן דעם דין ביי אט די דריי איסורים ווייל די חומרות וועלכע זיי פארמאגן — משהו,

כרת,

שוה בכל און ריבה בהם מצות יתירות — זיי זיינען דער עיקר טעם פון דעם דין "להזהיר גדולים על קטנים" 8 .

ב.

דער טעם פון דעם וואס די תורה איז מזהיר גדולים על הקטנים,

איז עס מצד דעם וואס די גדולים האבן א שייכות צו די קטנים.

ווארום אויב זיי וואלטן צווישן זיך ניט געהאט קיין שום שייכות,

וואלט די תורה ניט אנגעזאגט די גדולים וועגן אזעלכע וואס האבן ניט קיין שייכות צו זיי.

שטעלט זיך דא די שאלה: די "קטנים" אויף וועלכע די גדולים זיינען מוזהר זיינען דאך אפילו אזעלכע קטנים וואס זיינען ניט בני הבנה כלל 9

.

טא וואס פאר א שייכות האבן זיי צו די "גדולים" וואס צוליב איר זיינען עס די גדולים מוזהר אויף די קטנים?

איז די שייכות וואס מען געפינט צווישן זיי און דווקא א שייכות עיקרית — די נקודת היהדות 10 ,

וואס אין דעם זיינען אלע אידן גלייך.

ג.

אויף כו״כ ענינים פון קדושה איז דאך פאראן א משל פון עניני העולם — געפינט מען טאקע עד״ז אויך בנוגע צום חיות פון נפש החיונית,

אז אין דער נקודת החיות איז ניטא קיין חילוק צווישן א גדול און א קטן.

דער חילוק וואס איז יא דא צווישן א גדול און א קטן איז אין דעם התפשטות החיות,

אין זיין גילוי 11 ,

אין דעם חיות פרטי,

וואס איז אויסגעמאסטן און מצוייר לויט דעם גוף וועלכן ער באלעבט א.

ז.

וו.

אין זיי איז שייך צו מאכן אן אונטערשייד צווישן איין גוף מיט א צווייטן,

און אזוי אויך אין איין און דעם זעלבן גוף,

צווישן איין אבר מיט א צווייטן,

און אין דעם — גלייך ביים געבורט און אין די תקופות נאכדעם.

אין נקודת החיות אבער,

וועלכע איז ניט מצוייר לויטן גוף — איז כשם ווי ס׳איז ניט שייך צו זאגן אז אין איין אבר געפינט זיך די נקודה מער ווי אין א צווייטן,

אפילו אין עקביים

(וואס האבן ניט אין זיך דעם גילוי החיות 12 )

געפינט זיך די נקודת החיות 13

בכל תקפה פונקט ווי אין מוח ולב — אזוי איז אויך ניט שייך צו זאגן אז אין איין גוף זאל זי זיך געפינען מער ווי אין א צווייטן.

וכידוע 14

אז די זעלבע נפש וואס באלעבט דעם גוף פון א תינוק בן יומו קען באלעבן דעם גוף פון עוג מלך הבשן.

און אזוי ווי דאס איז אין נפש החיונית,

אזוי איז עס אויך אין נפש האלקית: דער חילוק צווישן איין איד מיט א צווייטן איז בלויז אין די כחות הגלויים,

אבער אין נקודת היהדות זיינען אלע גלייך 13 .

ד.

עפ״י הנ״ל וועט מען פארשטיין די שייכות פון די אויבנדערמאנטע פיר חומרות — משהו,

כרת,

שוה בכל און ריבה בהם מצות יתירות — צו דעם דין "להזהיר גדולים על הקטנים":

אין מצות

(און אזוי אויך אין איסורים)

זיינען דא דריי ענינים: די מצוה ,

דער מענטש וואס איז מקיים די מצוה,

און דער פארבונד פון דעם מענטשן מיט דער מצוה.

און אין דעם קישור גופא זיינען דא צוויי ענינים:

(א)

וואס דער מענטש איז נצטווה געווארן אויף דער מצוה,

(ב)

די פעולה וואס עס שאפט זיך אין דעם מענטשן דורך מקיים זיין די מצוה,

אדער דורך ח״ו עובר זיין אויף דעם איסור.

און די פיר חומרות הנ״ל דריקן אויס די חומרות פון יעדערן פון די פיר ענינים:

״איסורן במשהו״ — די חומרא אין דעם איסור .

אז דער איסור — די קליפה 16

— וואס געפינט זיך אין די זאכן וועלכע זיינען אסור במשהו איז די נקודה עצמית פון דער קליפה 17 ,

וואס דעריבער דארף זי ניט האבן קיין שיעור פון א געװיסער כמות און זי געפינט זיך בכל תקפה אויך אין א משהו

(בדוגמת נקודת החיות וואס געפינט זיך בכל תקפה אויך אין א משהו פון דעם גוף פון א תינוק בן יומו).

״ריבה בהן מצות יתירות״ — די חומרא אין דעם מענטשן .

אז די נקודת היהדות שבו איז אין אים מאיר בגילוי,

וואס דערפאר איז ריבה ביי אים מצות יתירות.

ויתירה מזו: אמיתית תואר ריבוי — ווייזט אויף בלי גבול.

ווארום א מספר מוגבל קען הייסן ריבוי נאר לגבי א מספר וואס איז קלענער פון אים; לגבי א מספר גרעסער פון אים איז ער גאר א מיעוט.

און וויבאלד אז תורה ,

וואס זי איז דא אין אלע דרגות,

זאגט "ריבה בהם מצות יתרות",

איז דאך מובן אז אין וועלכע דרגא מען זאל נאר ניט ריידן,

איז עס א ריבוי 18

פון מצות יתרות,

ווייל קדושת כהן פון ישראל

(וואס די מצות דריקן דאס אויס)

איז באופן פון ויבדל להקדישו 19

— ניט אן ענין פון ערך ריבוי ומיעוט.

ווייל די נקודת היהדות האט ניט קיין מדידה.

"שוה בכל״ — די נקודה פון דעם ציווי,

אז אין דעם ציווי איז מאיר די נקודה עצמית פון דעם אויבערשטנ׳ס ציווים,

וואס דערפאר קומט דער ציווי שווה צו אלע אידן,

ווייל עס פאדערן זיך ניט צו אים קיין כלים מיוחדים

(בדוגמת נקודת החיות וואס געפינט זיך אויך אין עקב).

כרת — די נקודה פון פעולת האיסור,

אז ער שניידט אפ,

ר״ל,

דעם גאנצן חיות,

כללות הנפש פון זיין שרש,

ניט ווי אנדערע איסורים וואס זיינען פוגם און רייסן איבער בלויז חבלים פרטים 20 .

ה.

אעפ״י אז דער דין "להזהיר גדולים על הקטנים" איז מצד דער נקודה פון דעם מענטשן

(אין וועלכן עס גלייכן זיך אויס גדולים און קטנים),

און די נקודה פון דעם מענטשן דריקט זיך אויס אין דער חומרא "ריבה בהן מצות יתרות",

איז אבער מובן אז אויך די חומרות ״שוה בכל״ און "כרת" וועלכע דריקן אויס די נקודה פון דעם קישור צווישן דעם מענטשן מיט דער מצוה אדער איסור,

און אפילו די חומרא פון "משהו" וועלכע דריקט אויס די נקודה פון דעם איסור גופא,

זיינען פארבונדן אויך מיט דער נקודה פון דעם מענטשן :

אן איסור וואס דארף האבן א שיעור מסויים,

מצד דעם וואס אין אים איז דא נאר די התפשטות הקליפה,

רירט אן

(בגלוי)

בלויז אין התפשטות הנפש.

אן איסור וואס איז אבער במשהו,

מצד דעם וואס אין אים געפינט זיך די נקודה פון קליפה,

רירט ער אן אין נקודת הנפש 21 .

און וויבאלד אז יעדער איינע פון די פיר חומרות דריקט אויס די נקודת הנפש,

שטעלט אוועק חזרה דעם דין "להזהיר גדולים על הקטנים" דוקא ביי אזוינע איסורים וועלכע האבן אין זיך איינע פון די פיר חומרות,

בכדי צו מסביר זיין דערמיט דעם טעם פון דעם דאזיקן דין,

אז דאס וואס גדולים זיינען מוזהר על הקטנים איז עס מצד דער נקודת הנפש וועלכע איז גלייך בגדולים ובקטנים 22 .

ו.

עפ״י הנ״ל וועט מען אויך פארשטיין דעם לשון " להזהיר גדולים על הקטנים״ 23

:

דורך דעם וואס די "גדולים" זיינען ניט אפגעזונדערט פאר זיך נאר זיי פארנעמען זיך מיט די "קטנים" 24 ,

קומט צו אן עילוי אין די גדולים: כל זמן זיי פארבלייבן אין זייער ציור איז ניט קוקנדיק

וואס תורה רופט זיי אן מיטן תואר "גדולים",

איז זייער גדלות אן אויסגעמאסטענע,

א גדלות פון כחות הגלויים,

בעת אבער זיי גייען ארויס פון זייער ציור און זיי פארנעמען זיך מיט די קטנים,

איז אין זיי מאיר די נקודה עצמית וואס איז העכער פון כחות הגלויים,

און דאן באקומען זיי אן אמת׳ע גדלות * 24 ,

א גדלות בלתי מוגבלת.

און דעריבער שטייט דער לשון " להזהיר גדולים על הקטנים",

ווייל "להזהיר" איז אויך פון לשון זוהר 25

ואור.

דורך זייער שייכות מיט די קטנים ווערט אין זיי נמשך א תוספות אור 26 .

ז.

עפי״ז וועט מען אויך פארשטיין וואס דעם דין "להזהיר גדולים על הקטנים" דייט אן דער פסוק דורך זאגן א לשון כפול ״אמור ואמרת״ 27

:

כפל איז — בכו״כ מקומות — פירושו 28

ניט צוויי מאל אזויפיל — נאר שלא בערך,

ע״ד כפלים לתושי׳ 29 .

עס ווייזט אויף אן אור וואס איז העכער פון מדידה והגבלה

(וואס דערפאר געפינט מען ביי תשובה,

אז זי באדארף

זיין כפול 30 ,

ווייל ענין התשובה איז למעלה מהגבלה).

און דעריבער דייט אן דער פסוק דעם דין "להזהיר גדולים על הקטנים" דורך כפל הלשון,

ווייל דורכן אפגעבן זיך פון די גדולים מיט די קטנים,

ווערט נתגלה די נקודת הנפש וואס איז העכער פון מדידה והגבלה.

נאך אן ענין אין דעם: עס שטייט אין תניא 31

אז די גאולה

(הפרטית פון יעדער אידן,

וועלכע ברענגט צו די גאולה הכללית)

איז גילוי נקודת פנימיות הלב,

און וויבאלד אז דער אפגעבן זיך פון די גדולים מיט די קטנים ברענגט צו גילוי הנקודה כנ״ל,

איז דאך מובן אז עס ברענגט אויך צו דער גאולה.

און אויך מצד דעם איז שייך דער ענין פון "להזהיר גדולים על הקטנים" צו כפל,

ווי עס שטייט אין מדרש 32

אז אותיות כפולות זיינען שייך און רומז אף דער גאולה.

(משיחת ש״פ אמור תשכ״ד)

Reader controls and commentary are loading.