א.
דער לעצטער פסוק פון דער סדרה איז: "להבדיל בין הטמא ובין הטהור ובין החי׳ הנאכלת ובין החי׳ אשר לא תאכל".
שטעלט זיך רש״י
(אין צווייטן דיבור)
אויף "בין הטמא ובין הטהור" און איז מפרש 1
: ״צריך לומר בין חמור לפרה 2
והלא כבר מפורשים * 2
הם,
אלא בין טמאה לך לטהורה לך,
בין נשחט חציו של קנה לנשחט רובו".
דערנאך שטעלט זיך רש״י אויף "ובין החי׳ הנאכלת״ און זאגט 1
: "צריך לומר בין צבי לערוד והלא כבר מפורשים הם,
אלא בין שנולדו בה סימני טריפה כשרה לנולדו בה סימני טריפה פסולה".
דארף מען פארשטיין:
א)
אין בהמות וחיות טהורות
(וועלכע מען מעג עסן)
אח אזוי אויך אין בהמות וחיות טמאות
(וועלכע זיינען "לא תאכל"),
זיינען דאך פאראן פיל מינים — אויסער חמור און פרה,
צבי און ערוד.
היינט פארוואס זאגט רש״י
(אין דער ס״ד)
אז דער פסוק מיינט דוקא די פיר מינים ?
אמת טאקע פרש״י דא — איז גענומען פון תורת כהנים אפן פסוק — אבער,
ווי שוין גערעדט פילע מאל איז רש״י מעתיק פון פירושי חז״ל נאר דאס וואס עס איז שייך צום פארשטיין פשוטו של מקרא און — בסגנון ו
(שינוי)
לשון וואס איז שייך צו דעם 3 .
ב)
(אפילו אויב שוין יע דוקא די פיר מינים)
פון וואנעט איז געדרונגען אז דער ערשטער האלבער פסוק — "בין הטמא ובין הטהור״ — מיינט "בין חמור לפרה",
און דער צווייטער האלבער פסוק — "בין החי׳ הנאכלת גו׳ ״ — מיינט "בין צבי לערוד״; וואס פאר א משמעות איז דא פאראן אז "טמא" און "טהור" ריידן וועגן חמור און פרה,
און "נאכלת" און "לא תאכל" באדייטן צבי און ערוד?
ג)
די זעלבע קשיא איז אויך אין רש״י׳ס מסקנא אז דער ערשטער האלבער פסוק רעדט וועגן "נשחט חציו של קנה כו׳ ״ און דער אנדער האלבער פסוק — וועגן ״נולדו בה סימני טריפה כו׳ ״: וואו ליגט אין ,
׳בין הטמא גו'" אז דערמיט ווערט געמיינט דער חילוק "בין נשחט חציו של קנה כו׳ ",
און וואו איז קענטיק אז ,
׳בין החי׳ :הנאכלת גו׳ " האט עפעס צו טאן מיט ,
נולדו בה סימני טריפה כו׳ " ?
ב.
איז דער ביאור אין דעם:
אין ערשטן האלבן פסוק שטייט סתם: ,
׳בין הטמא ובין הטהור",
ניט דערמאנענדיק דעם ווארט חי׳ וואס קומט ערשט אין צווייטן האלבן פסוק.
איז דערפון ממילא מובן,
אז דער צווייטער טייל פסוק רעדט וועגן חיות,
דער ערשטער האלבער פסוק אבער — רעדט וועגן דבר המצוי — דבר הכתוב בהווה — בהמות.
[און הגם אז "בהמה בכלל חי׳" 4 ,
מיינט עס דאך ניט אז אומעטום ווערט אין דעם ווארט חי׳ נכלל אויך דער מין בהמה — עס מיינט בלויז,
אז דער ל׳ חי׳ שיקט זיך אויך אויף דעם מין בהמה.
און דאס איז אין פאל וואו מען מוז אזוי לערנען.
אבער דארט וואו ס׳איז גלאטיק צו לערנען אז עס מיינט בלויז דעם מין חי' און ניט מין הבהמה,
איז דאן בהמה ניט בכלל חי׳ 5 .
אזוי אויך אין אונזער פסוק,
דארף מען אננעמען אז "חי׳ " מיינט בלויז דעם מין חי׳.
ווארום אויב חי׳ דא וואלט אריעגענומען אויך דעם בהמה־מין,
וואלט דער ווארט חי׳ דעמאלט געדארפט שטיין גלייך אין אנהייב פון דעם פסוק].
און דעריבער שרייבט רש״י אז אין ערשטן האלבן פסוק וואלט מען געטייטשט "בין חמור לפרה״: צוויי סארטן בהמה; און אין אנדער האלבן פסוק — "בין צבי לערוד": צוויי סארטן חי׳.
ג.
וואס מען קלייבט אויס דוקא די פיר מינים — חמור און פרה,
צבי און ערוד — איז מובן בפשטות:
דער לשון הכתוב " להבדיל
(בין הטמא ובין הטהור גו׳)
״ — צו אונטערשיידן — פאסט נאר דארט וואו ס׳איז דא א געוויסע ענליכקייט צווישן די זאכן וועלכע מען וויל פאנאנדערטיילן — זאכן וועלכע זיינען אינגאנצן פאדשידן און האבן ניט צווישן זיך קיין שום דמיון,
פאדערט זיך ניט צווישן זיי קיין הבדלה — בלשון רש״י* 5
: שהרי מובדלין וניכרין הם.
פון דעם איז פארשטאנדיק בפשטות,
אז דער באגריף ״להבדיל״ — סיי צווישן א טמא׳דיקע בהמה און א טהור׳דיקע
(אין ערשטן האלבן פסוק)
און סיי צווישן חי׳ הנאכלת און אשר לא תאכל
(אין צווייטן האלבן פסוק)
— לייגט זיך בשייכות צו אזוינע בהמות און חיות וועלכע האבן א געוויסע ענליכקייט צווישן זיך.
און דערפאר זאגט אן די תורה,
אז מען זאל מאבן א הבדל צווישן זיי.
דערפון איז פארשטאנדיק אז אלס ביישפיל דארף זיין א בהמה
(וחי׳)
טהורה וואס עס איז דא א בהמה
(וחי׳)
טמאה זייער ענליך צו איר.
און אויב עס זיינען דא מערערע אזוינע — דארף עס זיין בהווה ,
די וועלכע זיינען מער מצוי.
איז בעת עס רעדט זיך וועגן א הבדל בין מיני בהמה וואס האבן א געוויסע ענליכקייט איינער צום צווייטן,
און טראץ דעם איז איינער טמא און דער צווייטער טהור,
זיינען די צוויי מינים חמור און פרה,
די פאסיקסטע דערצו: זיי זיינען פון די בהמות הכי מצויות 6
און זיי האבן צווישן זיך א געוויסע גלייכקייט און געמיינשאפט,
און דערפאר בייט מען איינע אויף די אנדערע
(וכל׳ המשנה 7
: ״המחליף פהה בחמור״ — די משנה האט אנגעכאפט אט־די מציאות ווייל "דברו חכמים בהוה״* 7 ).
און אויף דעם ווארנט מען ״להבדיל״ — חמור איז טמא און פרה 8
איז טהור.
און בעת מען רעדט וועגן חיות — זיינען עס צבי און ערוד,
וויילע פון חיות הנאכלות איז צבי די חי׳ הכי מצוי׳
— ווי מ׳זעט עס דערפון וואס אז דער פסוק וויל זאגן אז מען מעג א בעשטימטע בהמה עסן אויפ׳ן זעלבן אופן ווי א חי׳,
איז דער ביישפיל * 8
״כצבי וכאיל״ —
און ערוד איז ענליך צו צבי.
— ערוד דא מיינט רש״י דעם ערוד וואס ווערט דערמאנט אין תנ״ך און אין משנה 9 ,
און אויף וועלכן דער רמב״ם זאגט 10
"וערוד הוא פרא לימוד מדבר",
ס׳איז א חי׳ וואס לויפט שנעל 11
ווי א צבי.
און דערפאר מוז אויך זיין אן עני ליכקייט צווישן זיי אין דעם געבוי פון זייערע קערפערם
(ומבואר בחובת הלבבות 12
אז דעם מבנה הגוף פון יעדער בעל חי,
האט דער אויבערשטער באשאפן בהתאם לצרכי גופו).
און ווייל צבי און ערוד גלייכן זיך אויס
(סיי אין זייער תכונה פון לויפן שנעל * 12
און סיי)
אין זייער אויסזען,
דערפאר פאדערט זיך צו מאכן דוקא צווישן זיי א הבדל — ,
׳להבדיל" 13 .
ד.
דאס איז א הסבר אין דער ס״ד פון פי׳ רש״י.
דער ביאור אין פירש״י בהמסקנא: פון וואנעט נעמט רש״י אז "טמא" און "טהור" לאזט הערן דעם חילוק פון "נשחט חציו של קנה כו׳ ",
און אז ״חי׳ הנאכלת גו׳ ״ — דעם חילוק פון ״נולדו בה סימני טריפה כו׳ ״ ?
איז דער ביאור אין דעם:
דעם ל׳ "טמא" בנוגע צו איסור אכילה ,
געפינט מען בנוגע די מינים פון בע״ח וואס זיינען אסור באכילה.
אבער מיני בע״ח וואס זיינען מותר באכילה — ווערן זיי אנגערופן נאר "טהורים".
אפילו די חלקים אין זיי וועלכע זיינען אסור באכילה
(אבר מן החי; דם; גיד הנשה; ועוד)
ווערן ניט אנגערופן "טמאים".
שטעלט זיך במילא די שאלה: וויבאלד אז מיטן "להבדיל בין הטמא ובין הטהור" מיינט דער פסוק
( ניט בין חמור לפרת,
נאר)
די ענינים פון איסור והיתר וואס אין א בהמה טהורה גופא — פארוואס נוצט ער דעם לשון "טמא" און "טהור" 14 ?
דעריבער לערנט רש״י "בין טמאה לך לטהורה לך ",
אז די טומאה און טהרה דא מיינט מען טומאה וטהרה כפשוטה און
(ניט די בהמה מצ״ע 15
,
נאר)
— ביחס צום מענטשן ,
מיינענדיק דערמיט דעם דין וואס שטייט פריער אין דער סדרה 16 ,
אז נבלת בהמה טהורה איז מטמא דעם מענטשן וואס רירט איר אן אדער וואס איז איר נושא.
און דערפאר איז רש״י מפרש "בין נשחט כו׳ ",
ווייל די זאך וואס מאכט אט־דעם אונטערשייד צי די בהמה איז ״טמאה״ אדער ״טהורה״ — איז דער אופן פון איר מיתה ושחיטה: בשעת אז "נשחט חציו של קנה" איז עס כאילו ווי ס׳וואלט קיין שחיטה ניט געווען — וויבאלד דאס איז א שחיטה פסולה,
האט עס דאן א דין פון נבילה 17 ,
ובמילא איז זי מטמא ; אויב אבער "נשחט רובו״ — א שחיטה כשרה,
איז זי ניט מטמא.
דער דין פון "הנוגע בנבלתה יטמא גו׳ " שטייט דוקא ביי "וכי ימות" ניט ביי נשחטה 18 .
בעת עס קומט אבער צום צווייטן האלבן פסוק וואו עס שטייט "הנאכלת" און ״לא תאכל״ — וואס װײזט אז דא רעדט זיך בלויז היתר ואיסור אכילה
( ניט בנוגע טומאה וטהרה)
— לערנט רש״י "בין שנולדו בה סימני טריפה כו׳",
ווייל "סימני טריפה" האבן צו טאן מיט איסור אכילה און ניט מיט טומאה: אויך ווען "נולדו בה סימני טריפה פסולה",
אויב נאר די שחיטה איז געווען א כשר׳ע — איז זי ניט מטמא 19 .
ח.
פון די "ענינים מופלאים" אין הלכה וואס אין אונזער רש״י 20
:
דער דין איז,
אז ביי א בהמה דארף זיין די שחיטה פון ביידע סימנים: דעם קנה מיטן וושט; ד.
ה.
מ׳דארף שעכטן דעם רוב פון יעדן פון די צוויי סימנים.
ווען מ׳האט אבער בלויז געשאכטן א העלפט פון איינעם פון די סימנים,
אפילו ווען דעם צווייטן סימן האט מען איבערגעשניטן אינגאנצן,
איז די שחיטה א פסול׳ע 21 .
פרעגט זיך די שאלה: וויבאלד אז אין ביידע סימנים — סיי דעם קנה סיי דעם וושט — דארף זיין דוקא א שחיטה פון רוב הסימן,
היינט פארוואס כאפט רש״י אן בלויז איין סימן: "בין נשחט חציו של קנה כו' " 22 ?
רש״י האט דאך לכאו׳ געדארפט שרייבן "סימן",
א לשון וואס זאל כולל זיין סיי דעם קנה סיי דעם וושט 23 ?
איז דער ביאור אין דעם: בשעת עס איז דא א נקב כל שהוא אין וושט במקום הראוי לשחיטה,
איז די בהמה א נבילה מחיים און עס העלפט איר מער ניט קיין שחיטה.
ובמילא,
אויב מען שניידט דעם וושט ווייניקער ווי רוב — באקומט די בהמה דעם דין פון נבילה גלייך ביים סאמע אנהויב פון דער שחיטה 24 .
ווארום באלד ביים אנהויבן שניידן דעם וושט ווערט שוין געמאכט אין אים א נקב,
און דורך א נקב כל שהוא אין וושט ווערט די בהמה נבילה 25 .
און דערפאר קען מען ניט זאגן אז "להבדיל בין הטמא ובין הטהור" מיינט ״בין נשחט חציו של וושט לנשחט רובו״; וויבאלד אז דער דין "טמא" קומט באלד ביים ערשטן משהו פון ניקוב וושט
(און דאס וואס דערנאך איז ער ממשיך די שחיטה ביז ״חציו״ — איז לא מעלה ולא מוריד),
און "טהור" איז שייך ערשט ביי רובו — פאסט ניט אויף דעם דער לשון "להבדיל",
היות אז צווישן "משהו" און "רוב" אין א ווייטער מהלך 26 ,
און דער לשון ״להבדיל״ — פאנאנדערשיידן — פאסט זיך דוקא ביי אזעלכע זאכן וואס זיינען זייער שטארק ענליך און נאענט.
דוקא ביים קנה,
וואס כל זמן ס׳ווערט ניט איבערגעהאקט דער רוב פון קנה איז די בהמה נאך אלץ טהור און עס העלפט איר שחיטה 27 ,
און די טומאה וואס איז דא ביי "נשחט חציו של קנה" איז צוליב ניט פארענדיקן אט־דעם משהו מער פון חציו מיט א כשר׳ער שחיטה — אויף דעם גאר קליינעם אונטערשייד צווישן טומאה און טהרה לייגט זיך דער לשון "להבדיל".
ו.
נאך אן ענין פון הלכה וואס איז פאראן אין דעם פירוש רש״י:
ס׳איז דא א כלל 28
"אי אפשר לצמצם".
ובמילא,
אויב ס׳איז נשחט חציו של קנה,
קען מען דאך ניט פעסטשטעלן אויף זיכער אז דאס איז טאקע ניט מער ווי חציו; עס קען דאך זיין אז דא איז געווען איין האר מער ווי האלב 29 ,
נאר מ׳קען עס ניט באמערקן 30 .
פרעגט זיך די קשיא: פארװאס פסק׳נט אפ תורה "להבדיל בין הטמא גו׳ ״ — אז נשחט חציו של קנה איז טמא,
עס קען דאך זיין אז עס איז דא געווען א כשר׳ע שחיטה,
מיט איין האר מער ווי חציו,
און וויבאלד דאס הייסט שוין דאן א רוב סימן דארף דאך זיין די בהמה טהור ?
די קשיא אבער,
קען מען פרעגן בלויז לויט די שיטות 31
וועלכע האלטן אז דער דין "ספיקא דאורייתא לחומרא" 32
איז נאר מדרבנן; מדאורייתא איז א ספק מותר,
נאר די רבנן האבן מחמיר געווען אז ספיקא דאורייתא זאל זיין לחומרא.
קען מען דאן פרעגן: ווי אזוי זאגט תורה אז ״נשחט חציו״ איז טמא — אין דער צייט אז תורה איז עס מתיר צוליבן ספק וואס מוז זיך שאפן אין אזא פאל,
ניט קענענדיק באשטימען גענוי מיט דער מענטשליכער מאס צי ס׳איז טאקע פונקט העלפט אדער א האר מער ?
משא״כ לויט די דיעות 33
וואס האלטן אז ספיקא דאורייתא לחומרא איז מן התורה,
איז ניט שייך צו פרעגן קושיא הנ״ל — ווארום וויבאלד אז אט־דער ספק דאורייתא,
צי נשחט חציו אדער רובו,
איז מן התורה לחומרא,
במילא קומט אויס אז אין אזא פאל פסק׳נט תורה אז סייווי איז עס טמא.
ז.
בנוגע צו שיטת רש״י
(דבי׳ עסקינן)
אין ענין פון ספיקא דאורייתא — וואלט מען געקענט לכאורה מוכיח זיין,
פון זיין פירוש אויף גמרא,
אז ער האלט אז ספיקא דאורייתא איז מן התורה לקולא: די גמרא 34
ברענגט א ברייתא "שתי קדרות אחת של חולין ואחת של תרומה ולפניהם שתי מדוכות אחת של חולין ואחת של תרומה ונפלו אלו לתוך אלו מותרין"
(צו א זר)
ווייל מען נעמט אן אז "תרומה לתוך התרומה נפלה וחולין לתוך חולין נפלו".
פרעגט דארט די גמרא: היינט אויב מען וועט זאגן אז אכילת תרומה
(כזית בכדי אכילת פרס)
איז דאורייתא,
ווי קען מען דאן אננעמען אז "תרומה לתוך תרומה נפלה כו׳ " און דעריבער זאל מען מעגן עסן די קדרה של חולין — עס קען דאך זיין אז אין דער קדירה של חולין איז אריינגעפאלן די תרומה?
איז רש״י מפרש די גמרא׳ס קשיא: ״ותלינן לקולא בעון מיתה״ — ד.
ה.
ווי קען מען ביי ספק תרומה תולה זיין לקולא וויבאלד דא האנדלט זיך וועגן "עון מיתה" פון תרומה לזר?
פון אט־די ווערטער אין פרש״י,
קען מען לכאורה ארויסדרינגען אז ער האלט 35
: דוקא דארט וואו ס׳איז דא אן עון מיתה איז ספיקא דאורייתא מן התורה לחומרא,
אין פאל אבער וואו ס׳איז ניטא קיין עון מיתה — איז ספיקא דאורייתא לקולא
(מה״ת).
אבער מען געפינט אין א סך ערטער 36
וואו רש״י זאגט בפירוש ,
אז ספיקא דאורייתא איז לחומרא מן התורה.
מוז מען דעריבער איינלערנען,
אז דאס וואס רש״י איז מוסיף ביים פאל פון שתי קדרות כו׳ אז מען קען ניט מתיר זיין די קדרה של חולין מצד הספק מחמת דעם וואס תרומה איז א "עון מיתה״ — און ער באנוגנט זיך ניט מיטן אלגעמיינעם טעם וואס ספיקא דאורייתא איז לחומרא — איז עס מצד דער סברא וואס די קדרה של חולין האט א חזקת היתר 37
; און ווען תרומה לזר וואלט ניט געווען קיין איסור מיתה,
וואלט מען דאן געקענט זאגן אז די חזקת היתר פון דער קדירה של חולין וועגט איבער דעם ספק דאורייתא — לצד היתר.
— אין אזא פאל אבער וואו אין דעם ספק דאורייתא איז ניטא קיין חזקת היתר,
האלט רש״י אז ספיקא דאורייתא מן התורה לחומרא.
און עאכו״כ אז רש״י האלט אזוי אין אונזער פאל,
ביי נשחט חציו של קנה: ווארום ניט בלויז איז דא ניטא קיין חזקת היתר,
נאר אדרבה: די בהמה האט אויף זיך בחיי׳ א חזקת איסור 38
— איז דאך אוודאי אז בעת ס׳ווערט נולד א ספק אין דער שחיטה,
איז ספיקא דאורייתא לחומרא מן התורה.
ח.
פון "יינה של תורה" וואס אין אונזער פירוש רש״י:
מ׳האט שוין כמה פעמים גערעדט 39 ,
אז דער נאמען פון א סדרה באציט זיך אויף אלע פרשיות און פסוקים וואס אט־די סדרה אנטהאלט אין זיך,
ביז צום לעצטן ווארט; ד.
ה.
דער תוכן און אינ-האלט פון דער גאנצער סדרה,
איז אנגעדייטעט אין איר נאמען
(ועאכו״כ סיומה — וואס נעוץ 40
תחלתן בסופן וסופן בתחלתן).
קען מען פרעגן: וואס פאר א שייכות האבן די ווערטער און דער ענין פון "להבדיל בין הטמא ובין הטהור" צו דעם נאמען ״שמיני״?
ואדרבא: שמיני איז א מספר מקודש 41 ,
און מצד דער מעלה וואס איז דא אין ״שמיני״
(אויך — ביינה של תורה — מלשון שמן 42 )
האט דער דאזיקער טאג גענומען עשר עטרות 43
— היינט בשעת דא רעדט זיך וועגן אזא הויכער מדריגה וואס אויף איר שטייט "לא יגורך רע" 44 ,
ווי קומט אהין אן ענין פון טומאה — וואס דערפאר פאדערט זיך די הבדלה "בין הטמא ובין הטהור״ ?
דער ביאור אין דעם איז: בעת עס האנדלט זיך וועגן דער אנטשיידונג פון טמא און טהור וואס באשטייט בלויז אין א משהו פון א חוט השערה,
וואס מצד דעם קען זיך אויסדוכטן אז דער טמא איז גאר טהור,
און דאך זאל מען מבדיל זיין צווישן אים און דעם טהור — פעסטשטעלן אז ער איז טמא און מדהה זיין אים — דערויף דארף מען האבן א נתינת כח מיוחד דוקא,
פון דער הויכער מדריגה פון ״שמיני״:
בעת מען האלט בלויז ביי "שבעת ימי הבנין״ 45
,
בחי׳ השתלשלות,
איז שווער צו פאנאנדערקלייבן זיך ווי געהעריק און אנטשיידן אין אזא ספק וואו עס איז נוגע א האר,
א חוט השערה.
אדרבה: דער יצה״ר איז דאך א "קלוגינקער",
טוט ער זיך אן אין א "זיידענע זופיצע",
אין אן איצטלא דקדרשה ״ 46 ,
אין טענה׳ט צום מענטשן:
היות אז יעדער זאך וואס דער אייבערשטער איז מזמין א מענטשן איז עס דאך בכדי דער מענטש זאל מברר זיין דעם ניצוץ אלקי וואס געפינט זיך אין דער זאך,
היינט ווי האסטו דאס רעכט — טענה׳ט דער יצה״ר — ניט צו באנוצן זיך מיט דעם מאכל און מדחה זיין דעם ניצוץ אלקי וואס אין אים ?
אי,
ס׳איז א ספק,
טאמער אפשר איז עס גאר א דבר האסור,
איז ווער הייסט דיר חושש זיין וועגן אזעלכע זאכן! בכלל — טענה״ט דער יצה״ר — אז מען שעכט א בהמה איז עס א שחיטה כשרה; רוב שחיטות זיינען כשירות,
איז וואס דארפסטו חושש זיין,
און צוליב אט־דעם חשש מדחה זיין 47
דעם ניצוץ אלקי וואס אין דער זאך?
בעת א איד האט אבער די בחינה פון "שמיני" שלמעלה מהשתלשלות,
ער האט דעם ריכטיקן ווילן ניט אפצוטרעטן ח״ו אויף קיין האר פון דעם רצון העליון,
און אט־דער ווילן איז מיט א תוקף וואס איז העכער פון הגבלות השכל — דאן לאזט מען זיך ניט אפנארן פון די פיתויי היצר,
ווייל אויפן רצון עצמי פון א אידן
(שלמעלה מהשתלשלות שבנפש)
קען דער נה״ב ניט מעלים זיין 48 .
(און על דרך ווי ס׳איז ידוע 49
אין דעם ענין פון תשובה,
אז אויף א ספק חטא איז די תשובה א שווערערע און א טיפערע ווי אויף א וודאי חטא,
וואס דערפאר איז חטאת בת דנקא
(דוקא 50 ,
אדער נאך ווייניקער 51 )
ואשם בי שתים 52
(צוויי סלעים — 48 דנקא׳ס 53 )
— אזוי איז אויך בנוגע מען זאל לכתחילה ניט קומען צום איסור,
אז אויף צו אפהיטן זיך פון א ספק איסור 54 ,
בפרט אזא ספק ביי וועלכן מען דארף האבן דעם ״להבדיל״ — מוז מען אנקומען צו בחינת "שמיני").
און דאס איז אויך דער המשך פון פרשת שמיני צו דער סדרה וואס נאך איר — ״אשה כי תזריע וילדה זכר״: דורך דעם וואס מען איז מעורר דעם "שמיני" שבנפש,
וואס אין אים איז ניטא קיין שינויים,
און אפילו ווען אין שכל קומט אויס ניט ווי דאס איז לויטן רצון העליון,
שטייט מען פארט מיט א תוקף כו׳ — דאן קומט מען צו דער בחינה פון ״וילדה זכר״ 55
,
שיר חדש לשון זכר 56 ,
וואס דאס וועט זיין אין דער גאולה העתידה,
גאולה שאין אחרי׳ גלות
(למעלה משינויים),
אין דער גאולה האמיתית והשלימה,
בביאת משיח צדקנו,
בקרוב ממש.
(משיחת ש״פ שמיני תשכ״ה)