B"H
🏡

Ikar

שמיני א

א.

אין פסוק "ואת הכוס ואת השלך ואת הינשוף״ 1

שטעלט זיך רש״י פריער אויפן ווארט "השלך" און איז מפרש: "פירשו רבותינו 2

זה השולה דגים מן הים.

וזהו שתרגם אונקלוס ושלינונא",

און נאכדעם איז ער מפרש די אנדערע צוויי מינים,

"כוס" און "ינשוף"

(כדלקמן ס״ב).

דארף מען פארשטיין:

א)

אין פסוק שטייט דאך "הכוס" פאר ״השלך״ — פארוואס איז רש״י משנה זייער סדר אין זיין פירוש און פארטייטשט דעם ווארט "כוס" ערשט נאך זיין פירוש אויף "השלך" 3 ?

ב)

בעת רש״י זאגט דעם אפ־ טייטש פון די אנדערע מיני עופות אין פרשה

(אויך ביי "כוס וינשוף" וואס אין דעם פסוק גופא)

ברענגט ער ניט קיין מקור צו זיינע פירושים.

פארוואס דוקא דא,

ביי "השלך",

שרייבט ער "פירשו רבותינו" און איז נאך מוסיף "וזהו שתרגם אונקלוס כו׳" און באגנוגנט זיך ניט בלויז מיטן זאגן דעם פירוש אליין: ״זה השולה וכו'״ ?

ג)

די תמי׳ איז נאך גרעסער: ווען רש״י ברענגט פון תרגום אונקלוס א ראי׳ צו זיינעם א פירוש

(צוליב דעם וואס דער פירוש איז ניט אזוי גלא־ טיק),

זאגט ער דעם לשון "וכן תרגם" וכיו״ב.

פארוואס זאגט ער אין אונזער פסוק דעם לשון "וזהו שתרגם כו׳" וואס דערפון איז משמע אז ער איז גאר אויסן

(ניט צו ברענגען א ראי׳ פון תרגום אונקלוס,

נאר)

צו מפרש זיין דעם תרגום — און דאס איז לגמרי ניט מובן: רש״י האט דאך געשריבן זיין פירוש אויף חומש און ניט אויף תרגום אונקלום?

ד)

אויף צו וויסן וואס עם מיינט "שלך",

וואלט געווען לכאורה גענוג ווען רש״י זאגט "השולה דגים "

(און ״דגים״ געפינען זיך דאך אין ים)

— אזוי ווי דער תרגום אונקלוס 4

פאר־ טייטשט: ״ושלינונא״ — צוליב וואס דארף רש״י צוגעבן אז ער איז "שולה" די דגים "מן הים"?

ב.

נאכדעם ווי רש״י טייטשט אפ דעם ווארט "השלך",

זאגט ער וויי־ טער: ״כוס וינשוף — הם צואיטוש הצועקים בלילה ויש להם לסתות כאדם.

ועוד אחר דומה לו שקורין ייב״ץ".

לערנענדיק דעם פירוש פון רש״י בהשקפה ראשונה,

קומט אויס,

אז די ווערטער "ועוד אחר דומה לו כו׳" קומען בהמשך צום סאמע אנהויב פונעם פירוש ״הם צואיטוש כו׳״ — ד.

ה.

אז ריידנדיק וועגן ביידע מיני עופות׳ "כוס וינשוף" איז רש״י מפרש: ״הם״

(די צוויי עופות זיינען — איינער פון זיי איז)

"צואיטוש כו' ועוד אחר דומה לו

(און דער צוויי־ טער פון זיי,

וואס איז ענליך צום צואיטוש)

שקורין ייבץ".

און דאס וואס רש״י זאגט אויך ביי "צואיטוש" לשון רבים,

" הצועקים כו׳ ויש להם כו׳ ״ — הגם אז ער רעדט דא וועגן בלויז איין מין עוף

(״כוס״ אדער ״ינשוף״)

— איז דאס דערפאר וואס,

אנדערש ווי ביי אנדע־ רע מינים,

ווערט וועגן מין "צואיטוש" גערעדט אין א לשון רבים

(אזוי ווי מען געפינט אין לשון קודש,

לדוגמא,

אז ביי געוויסע מינים פון זאכן,

ווי למשל מים,

ווערט גענוצט נאר לשון רבים).

און מהאי טעמא רופט רש״י אן אויך דעם נאמען פונעם מין: "צואי־ טוש"

(און ניט "צואיט")

מיטן צוגאב פון אות שי״ן ביים סוף פונעם־ נאמען וואס ווייזט

(אין דער פראנצויזישער שפראך)

אויף לשון רבים

(אזוי ווי אין אידיש און ענגליש)

— ווייל ביי דעם מין באנוצט מען אלע מאל א לשון וואס באציט זיך צו די עופות אלס רבים.

ג.

אבער אין אמת׳ן קען מען אזוי ניט לערנען,

ווייל

(לבד זאת וואס רש״י גופא,

אין זיין פירוש אויף ש״ס,

פארטייטשט דעם זעלבן מין אין א ל׳ יחיד: ״ציאיט״ 5

אדער ״צואיטה״ 6 )

ביים סיום פון דעם פירוש גופא זאגט רש״י אז דער צווייטער מין,

"ייבץ",

איז "דומה לו "

(צו "צואיטוש")

בלשון יחיד — קען מען דאך שוין ניט אננעמען אז אויף צואיטא פאסט דוקא דער לשון רבים: און ס׳איז אויך שווער צו זאגן,

אז אין זעלבן פירוש זאל רש״י פריער ריידן וועגן דעם מין בלשון רבים און באלד דערנאך — בלשון יחיד.

איז דערפון מוכח,

אז מיט זיין פירוש "הם צו׳איטוש הצועקים בלילה ויש להם לסתות כאדם"

(בלשון רבים)

מיינט רש״י צו מפרש זיין ביידע מינים אז סיי "כוס" און סיי "ינשוף" זיינען דאס די פייגל וואס רופן זיך "צואיטוש" 7

ד.

ה.

הגם אז אין פראנ־ צויזיש ווערן ביידע מינים באצייכנט מיט איין אלגעמיינעם נאמען,

פונ-דעסטוועגן צעטיילט זיי דער פסוק דורך צורי באזונדערע נעמען — ״כוס״ און ״ינשוף״ — ווייל אין לשון־קודש איז ניטא אזא נאמען וואס זאל זיי כולל זיין צוזאמען.

אבער היות ס׳איז שווער צו זאגן אז אין לשון־קודש זאל ניט זיין קיין שם כללי פאר ביידע סארטן צואיטוש 8

(וועלכע האבן א געמיינזאמקייט צווישן זיך וואס דערפאר רופן זיי זיך מיט איין נאמען אין פראנצויזיש)

— דעריבער איז רש״י מוסיף

(לרווחא דמילתא)

נאך א פירוש: "ועוד אחר דומה לו שקורין ייבץ": אז היות ווי אויך דער מין ייבץ איז ענליך צו צואיטא,

קען מען זאגן׳ אז איינער פון די צוויי,

"כוס" אדער "ינשוף",

איז א נאמען פאר

(אלע סארטן)

"צואיטא",

און דער צווייטער איז "ייבץ" 9 .

ד.

ס׳איז אבער ניט מובן: וויבאלד ס׳איז גלאטיקער צו זאגן,

כנ״ל,

אז מיט די צוויי נעמען איז דער פסוק אויסן צוויי באזונדערע מינים

(און ניט אזעלכע וואס קענען באצייכנט ווערן ווי צוויי אפצווייגן פון דעם זעלבן מין גופא)

— פארוואס׳זשע לערנט רש״י בתחילת

(עיקר)

פירושו אז "כוס" און "ינשוף" זיינען ביידע נכלל אין דעם מין צואיטא?

דעריבער מוז מען לערנען,

אז די ווערטער "כוס" און "ינשוף" טראגן אין זיך א געוויסע באדייטונג וואס ווייזט אז דערמיט ווערט געמיינט דער מין "צואיטא"

[וואס מצד דעם איז אפילו אין זיין צווייטן פירוש,

אז איינער פון זיי מיינט ייבץ איז רש״י מדגיש "דומה לו" 10 ,

אז דאס וואס מען קען זאגן אז "כוס" צי "ינשוף" מיינט ייבץ איז עס דערפאר ווייל ער איז דומה צו צואיטא].

דארף מען פארשטיין: וואו ליגט אין די ווערטער "כוס" און "ינשוף" די אנדייטונג אויפן מין "צואיטא"?

ה.

לכאורה האט מען געקענט מסביר זיין: דאס וואס רש״י לערנט

(בתחילת פירושו)

אז "כוס" און "ינשוף" זיינען ביידע "צואיטה",

איז עס דערפאר וואס אזוי האט ער געהערט פון רבותיו.

און וויבאלד אז בנוגע צו וויסן וועלכער עוף ווערט אנגערופן מיט א בעשטימטן נאמען איז ניט שייך צו זאגן סברות,

און דער איינ־ ציקער מקור אויף דעם איז בלויז "מסורה",

דערפאר שרייבט רש״י בתחילת פירושו

(וואס דאם איז דער עיקר פון זיין פירוש)

אז ביידע זיי־ נען "צואיטוש".

און אפילו נאכדעם ווי רש״י לערנט ווייטער,

אז עם קען זיין אז איינער פון זיי איז "ייבץ"

(ווי עס לייגט זיך ע״פ שכל אז די צוויי ווערטער פון פסוק זיינען צוויי באזונדערע מינים),

איז ער פונדעסטוועגן מוסיף "דומה לו",

ווייל בכדי צו קענען לערנען אז "כוס" אדער "ינשוף" איז "ייבץ"

( אנדערש ווי ער האט געהערט פון זיין רבי׳ן אז ביידע זיינען צואיטוש)

איז זיך רש״י סומך אויף דעם וואס ייבץ איז ענליך צו צואיטה,

און מצד דער ענליכקייט צווישן זיי,

האט מען אויך דעם צווייטן מין־״ייבץ" אנגענומען ווי "צואיטה"

(ד.

ה.

אז אויך דער צווייטער פירוש איז באגרינדעט אויף דער מסורה).

אבער דער הסבר האלט ניט אויס.

ווייל איז זיין פירוש על הש״ס 11

זאגט רש״י קלאר,

אז "קריא"

(דער תרגום פון "כוס")

איז "ייבץ",

און "קפופא"

(דער תרגום פון "ינשוף")

איז ״צואיטא״ — און ס׳איז דאך פארשטנאדיק,

אז אויך זיינע פירושים אין ש״ס

(בנוגע נעמען־ווערטער)

האט ער מקבל געווען מרבותיו.

איז במילא שווער צו פארשטיין פארוואס אין זיין פירוש אויף חומש נעמט ער אן

(בתחילת ועיקר פירושו)

אז ביידע,

סיי "כוס"

(קריא)

און סיי "ינשוף"

(קפו־ פא)

זיינען צואיטוש — אנדערש ווי בפירושו על הש״ס?

ו.

אויך ביים טייטש פון "תנשמת" 12

(אין א פסוק ווייטער)

געפינט מען,

אז בפירושו על התורה איז רש״י משנה לגבי פירושו על הש״ס;

אין זיין פירוש אויף גמרא 13

זאגט רש״י צוויי טייטשן אויף תנשמת: צום ערשטן פארטייטשט ער אז דאס מיינט "ציאיט" און דערנאך זאגט ער "ולי נראה שקורין קלבא שוריץ" 14

; בפירושו על התורה זאגט ער בפשיטות : "התנשמת היא קלבא שוריץ כו׳ " און דעם פירוש פון "ציאיט" דערמאנט ער אינגאנצן ניט

(אפילו ניט אלס א צווייטן פירוש),

טראץ דעם וואס ער איז דער ערשטער בפירושו על הש״ס.

ס׳איז אבער דא א חילוק צווישן זיי: דא,

ביים פירוש אויף תנשמת,

איז פארשטאנדיק דער טעם פונעם שינוי: הגם ביי רש״י אליין קומט אויס

("נראה לי")

אז תנשמת איז "קלבא שוריץ",

וויל ער אבער בפירושו על הש״ס,

וואס איז נוגע להלכה,

ניט בויען אינגאנצן

(אדער אפילו באופן עיקרי)

אויף דעם פשט וואס אים געפעלט און ער ברענגט דערפאר לכל לראש דעם פירוש ששמע מרבו 15 .

(און מהאי טעמא גופא,

ווייל ס׳איז נוגע להלכה,

ברענגט ער אויך זיין פירוש: ווארום כשם ווי ער מוז זיך רעכענען מיטן פירוש ששמע מרבו,

אזוי טאר ער אויך ניט מעלים זיין דעם פירוש וואס ביי אים קומט אויס 16 .

ניט מער,

וואם בנוגע להלכה וועגט ביי אים איבער דער פירוש וואס ער האט מקבל געווען מרבותיו,

און דער־ פאר איז זיין פירוש — דער צווייטער).

משא״כ אין זיין פירוש על התורה,

וואו ער לערנט איין די פסוקים על דרך הפשט,

האלט ער ניט אז ער דארף איינלערנען לויט דעם וואס ער האט מקבל געווען פון זיין רבי׳ן,

ווען אים אליין איז "נראה" אז דער פשט איז באופן אחר — און ברענגט דערפאר נאר זיין פירוש 17 .

אבער בנוגע דעם טייטש פון "כוס וינשוף",

וואס אויך מצד השכל לייגט זיך צו זאגן כנ״ל,

אז די צוויי נע־ מען זיינען צוויי באזונדערע מינים,

בלייבט די קשיא הנ״ל: פארוואס לערנט ער בתחילת

(עיקר)

פירושו "הם צואיטוש",

און ניט ווי בפירושו על הש״ס אז "כוס" איז א באזוג־ דערער מין

(ייבץ)?

נאך מער תמי: אפילו זיין צוויי־ טער פירוש

(אין חומש)

גלייכט זיך ניט אויס מיט זיין פירוש אויף ש״ס: בפירושו על הש״ס זאגט רש״י באופן ברור אז כוס

(קריא)

איז יבנץ,

און ינשוף

(קפופא)

איז צואיטה; אבער אין זיין

(צווייטן)

פירוש אויף חומש זאגט ער בלויז אז איינער פון די צוויי

(כוס וינשוף)

איז יבנץ און דער צווייטער איז צואיטה,

ניט זאגנדיק דערביי ווער איז וואס.

ז.

נאך א זאך דארף מען דא פארשטיין:

אין די פירושים פון רש״י ביי די נעמען פון די עופות אין חומש,

זיי־ נען פאראן דריי אופנים 18

ווי ער פארטייטשט זיי: ס׳זיינען דא נעמען פון עופות וואס רש״י פארטייטשט זיי בלויז אויף פראנצויזיש

( ניט אנגעבנדיק קיין סימנים צו דערקענען זיי),

אווי ווי ביי "נץ" וואו ער גיט בלויז דעם פראנצויזישן נאמען "איש־ פרויר"; ביי אנדערע פון די עופות זאגט ער,

פארקערט,

בלויז זייערע דערקענונג־סימנים און ניט ווי זיי רופן זיך אין פראנצויזיש — ווי ביי "שלך": "השולה דגים מן הים"; און פאראן א פאל וואו ער פארטייטשט די נעמען פון די עופות דורך ביידע וועגן,

ווי ביי "כוס וינשוף": "הם צואיטוש״ און ער גיט אויך צו — "הצועקים בלילה ויש להם לסתות כאדם".

בנוגע די ערשטע צוויי אופנים קען מען זאגן,

אז רש״י נוצט זיך מיט די "בלעז״־ווערטער בלויז 19

אין פאל וואו דורך אויסמאלן די סימנים פו־ נעם פויגל,

וועט דער "בן חמש למקרא" נאך ניט וויסן גענוי וואס פאר א פויגל דאס איז.

אבער בנוגע דעם דריטן אופן

(וואו רש״י איז מפרש דעם מין עוף דורך ביידע מיטלען — דורך זיין פראנ־ צויזישן נאמען און אויך דורך זיין אייגנארטיקער תכונה — אזוי ווי למשל ביי כוס וינשוף)

פאדערט זיך ביאור: וויבאלד רש״י נעמט אן אז מ׳מוז אנקומען צום טייטש אויף פראנצויזיש

("צואיטוש")

איז פאר־ וואס דארף ער נאך נוסף לזה אויך צוגעבן דעם אפטייטש "הצועקים בלילה כו׳״ — אויב דער לעז־ווארט איז גענוג ביי "נץ",

למשל,

פארוואס זאל עס ניט מספיק זיין ביי "כוס וינשוף״ ?

ח.

איז דער ביאור בכל זה:

עפ״י דרך הפשט לייגט זיך צו זאגן,

אז דער נאמען פון יעדער זאך ווייזט אויף איר תכונה.

ווי דער אבן עזרא

(וואס אויך זיין פירוש איז לויט דרך הפשט — נאר ניט דער דרך הפשט פון רש״י)

איז מבאר ביי אלע שמות העופות,

ווי אזוי דער נאמען דריקט אויס די אייגנשאפט,

אויסזען

(אד״ג)

פון דעם עוף.

און דערפאר איז פאר זיין פירוש אז "שלך" איז "השולה דגים כו׳",

דארף רש״י מקדים זיין "פירשו רבותינו" — ווארום אלולא זאת,

וואלט די סברא נוטה געווען צו לערנען ווי דער אבן עזרא זאגט,

אז שלך איז א פייגל וואס "מנהג תולדתו להשליך ילדיו״:

היות אז דער ווארט "שלך" איז נעענטער

(גלייכנדיק זיך מיט אלע אותיות)

צום לשון השלכה ווי צום לשון שולה

(ובפרט אז אין באדייט איז השלכה מלמעלה למטה,

דער היפוך פון ״שולה״ — מלמטה למעלה)

דערפאר זאגט רש״י "פירשו רבותינו זה השולה דגים כו׳"׳,

אז אזוי האבן מפרש געווען "רבותינו" ,

ד.

ה.

וויבאלד ס׳איז ניט קיין ענין פון דרש,

נאר

(פירשו)

א טייטש וואס רבותינו האבן אונז געלערנט,

איז דאך ניט שייך צו בוחר זיין אין אן אנדער פירוש וואס איז מער לפי דרך הפשט,

וכנ״ל ס״ה,

אז בנוגע א טייטש דארף מען מפרש זיין כפי המסורה.

ט.

פרעגט דער תלמיד א שאלה: כשם ווי ביים שלך איז דא די תכונה צו "שולה" זיין דגים,

אזוי איז דאך אויך ביי אנדערע עופות טורפות פא־ ראן די תכונה צו ״שולה״ זיין — אן אנדער מין טרף — היינט פארוואס זאל מען דוקא דעם שולה־דגים אנרופן מיטן נאמען שלך?

צוליב דעם איז רש״י מוסיף "השולה דגים מן הים" : אלע עופות הטורפות זיינען שולה בלויז זאכן וואס זיינען אויבנאויף.

משא״כ דער פייגל,

וויבאלד ער איז שולה דגים פון דער טיפעניש 20

־ פון ים,

וואס די תכונה פון ארויפהויבן און ארויסציען

("שולה")

איז ביי אים אין א בולט׳ן און גרויסן אופן

(ניט ווי ביי די אנדערע עופות וואס זייער "שולה" זיין דעם טרף איז פון דער יבשה,

אדער אפילו פון ים אבער פון אויבנאויף),

דערי־ בער איז דוקא פאר אים צוגעפאסט דער נאמען "שלך".

י.

עפ״ז וועט מען אויך פאר־ שטיין,

וואם רש״י איז ממשיך "וזהו שתרגם אונקלוס ושלינונא",

ווייל פון דעם ברענגט ער א ראי׳ אז ס׳איז שייך אנצורופן דעם פייגל מיטן נא־ מען ״שלך״ פון לשון ״שולה״ — הגם אז אין דער כללות התכונה פון "שולה" איז ער ניט אויסגעטיילט פון אנדערע פייגלאך:

פון דעם וואס דער נאמען פון דעם פויגל בלשון ארמי איז שלי נונא — ווארום אונקלוס מיט זיין מתרגם זיין "ושלינונא" מיינט דאך דא ניט מפרש ומבאר זיין די תכונות פון דעם פויגל — ער איז בלויז מתרגם

(ווי רש״י איז מדייק "וזהו שתרגם כו׳"),

ער זעצט איבער זיין נאמען אין לשון ארמי: ד.

ה.

אז דער פויגל ווערט גערופן על שם וואם ער איז שולה 21 ,

לייגט זיך דעריבער צו זאגן׳ אז אויך דער נאמען "שלך"

(בלשון קדש)

איז מצד דעם וואס ער איז שולה ,

כנ״ל.

און דערפאר זאגט רש״י דעם לשון "וזהו שתרגם כו׳",

ווייל זיין ראי׳ פון תרגום אז אויף "שלך" פאסט דער לשון "שולה",

איז טאקע דורך מפרש זיין דעם תרגום 22

: דורך זיין ביאור אז דאס וואס אונקלוס איז מתרגם "ושלינונא" איז עס אז דער־ פאר הייסט דער פייגל מיט דעם נא־ מען מצד דעם וואס ער איז שולה — דערפון קומט ארויס די ראי׳,

אז דאס איז אויך דער טעם פון דעם נאמען "שלך"

(אין לשון קדש),

כנ״ל.

יא.

ע״פ הנ״ל,

אז רש״י זוכט צו מפרש זיין ווי די שמות העופות ווייזן אויף זייער ענין,

וועט מען אויך פאר־ שטיין דעם טעם וואס לאחרי ווי רש״י איז מפרש אז "כוס וינשוף" זיינען "צואיטוש",

איז ער מוסיף "שהם צועקים בלילה ויש להם לסתות כאדם" — הגם אז דער תלמיד פארשטייט פראנצויזיש 23

— ווייל דערמיט איז ער מרמז ווי די תכונות פון "צואיטוש" זיינען מרומז אין די נעמען "כוס" און "ינשוף":

״כוס״ איז פון לשון ״מכוסה״ 24

— ווייזט עם אויף עפעס א שייכות מיט לילה

(היפך פון אור,

יום),

ווען אלץ איז פארדעקט מיט דער פינסטערניש פון נאכט; און אזוי אויך ביי "ינשוף" וואס דער נאמען גופא,

מלשון ״נשף״ 25 ,

ווייזט אויף לילה 24

— און זייער שייכות מיט לילה,

לערנט רש״י,

באשטייט אין דעם וואס זיי זיינען עס די "צואיטוש הצועקים בלילה ".

אבער דערמיט אליין איז זיך רש״י ניט מסתפק.

ווארום ס׳זיינען דא נאך מינים פייגל מיט דער תכונה וואס האט א באזונדער שייכות מיט לילה — אזוי ווי "תנשמת" וואס איז "פורחת בלילה״ 26

— מוז מען זאגן,

אז דאס וואס "צואיטוש" הייסן "כוס" און "ינשוף" איז

(ניט בלויז דער־ פאר וואס אט די נעמען ווייזן אויף "לילה",

נאר)

אויך צוליב נאך תכונות פון די דאזיקע פייגלעך וואס זיינען מרומז אין "כוס וינשוף".

— און דאס איז וואס רש״י איז מוסיף "ויש להם לסתות כאדם": אויך דער ענין איז מרומז אין זייערע נע־ מען,

ווייל דערמיט וואס זייערע באקן זיינען בולט׳ע,

פולע,

אזוי ווי ביי א מענטשן

(און ניט קיין איינגעפאלענע ווי ביי אנדערע עופות)

איז מתאים צו פארגלייכן זיי צו א "כוס",

וואס קען ארייננעמען אין זיך וואסער אדער אנדערע משקאות;

און אזוי אויך בנוגע "ינשוף": דער תלמיד האט שוין געלערנט אין א פריערדיקער סדרה 27 ,

אז "נשיפה" מיינט בלאזן — און ביים בלאזן ווערן דאך די באקן פול און בולט — און דאס איז דער אנדייט פון נאמען "ינשוף" אויף צואיטוש וואס האבן "לסתות כאדם".

אבער מיטן ענין פון "ויש להם לסתות כאדם" אליין באגנוגנט זיך ניט רש״י,

ווייל דאס וואס "יש להם לסתות כאדם" האט ניט צו טאן מיט דער תכונה,

נאר מיטן געשטאלט פון די פייגל — און ס׳איז מסתבר צו זאגן אז דער נאמען זאל אויסדריקן די תכונה,

וואס איז מער עיקר־זאך ווי דער אויסזען

(און ווי מען זעט טאקע ביי "שלך" וואס צייגט אויף דער תכונה פון ״ השולה דגים״)

— דערפאר נעמט אן רש״י אלס ערשטן פרט דעם ענין פון "הצועקים בלילה" וואס דאם איז די תכונה פון צואיטוש; נאר היות אז דאס איז נאך ניט מספיק,

כנ״ל,

איז ער דעריבער מוסיף "ויש להם לסתות כאדם".

יב.

אבער דא פרעגט דער תלמיד א שאלה 28

: פון דעם אליין וואס איין פייגל הייסט "כוס" און אייגע "ינשוף" איז דאך משמע,

אז דער חילוק צווישן די צוויי מינים פייגל דריקט זיך אויס אין דעם חילוק צווישן זייערע נעמען.

אבער לפי הנ״ל אז די צוויי נעמען

(סיי "כוס" סיי "ינשוף")

ווייזן ביידע אויף דער זעלבער תכונה

("צועקים בלילה")

און אויף דעם זעלבן אויסזען

("לסתות כאדם״)

— דאס הייסט,

אז די נעמען ווייזן בלויז אויף די תכונות כלליות פון צואיטוש,

אבער ניט אויף די תכונות פרטיות אין וועלכע עס איז אפגעטיילט איין סארט צואיט פון דעם צווייטן — היינט פארוואס הייסט פארט איין צואיט מיטן נאמען "כוס" און דער צווייטער מיטן נאמען "ינשוף" ?

דעריבער איז רש״י מוסיף "ועוד אחר דומה לו שקורין ייבץ",

אז ס׳איז דא נאך א פייגל וואס איז בלויז דומה

( ענליך אין געשטאלט 29 )

צו צואיט,

ד.

ה.

אז זי האט בלויז "לסתות כאדם" 30 ,

זי איז אבער ניט צועק בלילה 31

— ובמילא קען מען זאגן,

אז דער חילוק צווישן "כוס" און "ינשוף" איז,

אז איינער פון זיי ווייזט אויך 32

אויף דער תכונה פון "צועק בלילה" און ווערט גערופן "צואיטה"; און איינער פון זיי ווייזט בלויז אויף דעם ענין פון "לסתות כאדם" און ער איז דער נאמען פאר "ייבץ".

אבער ער האט ניט קיין הוכחה

(עפ״י דרך הפשט 33 )

וועלכער איז כוס און וועלכער איז ינשוף" 34 .

אבער דעם פשט זאגט רש״י בלויז אלס א צווייטן פירוש,

ווייל לויט דעם פשט וועט דאך אויסקומען אז איינער פון די צוויי נעמען ווייזט בלויז אויף דעם געשטאלט פון דער פייגל און ניט אויף איר תכונה — און אין שכל לייגט זיך צו זאגן,

כנ״ל,

אז בשעת א זאך ווערט גערופן מיט א נאמען וואס באצייכנט עפעס אין דער זאך,

ווערט עס צום אלעם ערשטן געטאן בשייכות דער תכונה פון דער זאך — דערפאר נעמט רש״י אן בתחלת ועיקר פירושו "הם צו־ איטוש",

וואס לויט דעם קומט אויס אז די נעמען "כוס וינשוף" ווייזן אויף די תכונה,

די תכונה פון "הצועקים בלילה",

כנ״ל.

און דאס איז אויך די הסברה וואס רש״י איז מקדים זיין פירוש אויף "השלך" איידער ער איז מפרש "כוס" — ווייל זיין פי׳ אין ״השלך — זה השולה דגים"

(אז דער נאמען "שלך" איז צוליב דער תכונה פון די פויגל)

איז מוכיח,

אז מסתם איז אזוי אויך ביי די אנדערע שמות העופות.

וואס מצד דעם איז מסתבר

(כפי׳ הא׳)

אז כוס וינשוף הם צואיטוש,

כנ״ל.

יג.

פון די ענינים פון "יינה של תורה" אין פירוש רש״י דידן:בנוגע צו שלך,

זאגט די גמרא 2

: ר׳ יוחנן כי הוה חזי שלך אמר משפטיך" 35

תהום רבה.

טייטשט רש״י: ומשפטיך אף בתהום רבה שזמנת שלך לשפוט ולעשות נקמתך בדגת הים להמית המזומנים למות.

און פון דער גמרא האט דער אלטער רבי געבראכט א ראי׳ 36

צו שיטת הבעש״ט אז אלע ענינים זיינען בהשגחה פרטית — ניט ווי די וואס זאגן אז השגח״פ איז נאר במין האדם 37

— ווארום מען זעט דאך,

אז אויך אויף דגים איז פאראן א דין ומשפט פרטי ,

און דער אויבערשטער איז מזמין דעם שלך ער זאל כאפן די דגים

(פרטים)

אויף וועלכע ס׳איז אפגע׳פסק׳נט געווארן דער דין שלמעלה.

און אט דעם ענין איז רש״י מרמז מיט די ווערטער "פירשו רבותינו זה השולה דגים מן הים",

כדלקמן.

יד.

ס׳איז ידוע 38 ,

אז דער ווארט "טבע" איז פון לשון "טבעו 39

בים סוף".

און דער פירוש בזה איז: כשם ווי די זאכן וואס זיינען פארטרונקען אין ים,

זיינען זיי דאך פאראן דארט בשלימות,

ס׳איז נאר — וואס מען זעט זיי ניט

(מצד דערויף וואס דער ים איז אויף זיי מעלים)

; אזוי איז אויך דער ענין פון "טבע": אויך אין אים איז פאראן אלקות,

וכנ״ל אז אלע מאורעות וואס אין וועלט בכל פרטיהם ופרטי פרטיהם זיינען בהשגחה פרטית פונעם אויבערשטן,

נאר וואס דען — די לבושי הטבע זיינען

(לויט׳ן רצון הבורא געמאכט אזוי אז זיי זיינען)

מעלים אויף דעם חיות אלקי,

אז מען זאל אים ניט זען בגלוי .

און דאס איז דער רמז אין לשון רש״י ״השלך — פירשו רבותינו זה השולה דגים מן הים",

אז דאס וואס "פירשו רבותינו" 40

בנוגע צו "שלך" — דער פירוש וואס "רבותינו" זאגן בשייכות מיט אים "משפטיך תהום רבה",

דאס 41

("זה")

איז וואס נעמט ארויס

("השולה")

די "דגים" פון זיי־ ער העלם והסתר — "ים":

אלולא די גמרא הנ״ל וועגן "שלך",

וואלט מען געקענט מיינען אז די הנהגה ביי דגים איז בדרך מקרה ח״ו

[און ווי ס׳איז לכאורה משמע פון לשון הגמרא 42

"מה דגים שבים כל הגדול מחבירו בולע כו׳"]

; און דער פירוש הנ״ל פון רבותינו בנוגע צו "שלך",

נעמט ארויס די דגים פון דעם העלם הים און ווייזט אז זייער הנהגה איז בהשגחה פרטית.

און דערפון לערנט מען אפ אויך בנוגע צו אלע אנדערע בעלי חיים 43 ,

און אויך בנוגע צו צומח און אפילו בנוגע צו דומם 44

— אז אלע זייערע ענינים זיינען בהשגחה פרטית .

(משיחות ש״פ שמיני ואחו״ק תשכ״ח)

Reader controls and commentary are loading.