B"H
🏡

Ikar

חה"פ

א.

אין יעדן יום־טוב זיינען דאך פאראן ענינים מיוחדים,

מיט וועלכע דער יו״ט טיילט זיך אויס פון אלע אנדערע ימים־טובים.

וואס אזוי איז דאס,

כמובן,

אויך בנוגע צום יו״ט פסח — ווי זיין קביעות זאל ניט זיין.

ובפרט אין אזא יאר

(ווי בשנה זו)

ווען די קביעות פון פסח איז בשבת,

איז נאך מער קענטיק,

ווי פסח איז אויסגעטיילט פון אלע אנדערע ימים טובים,

כדלהלן.

די גמרא 1

זאגט אז דאס וואם "יו״ט של ר״ה שחל להיות בשבת" בלאזט מען ניט קיין שופר איז עס,

ווייל "הכל חייבין בתקיעת שופר ואין הכל בקיאין ..

גזירה שמא יטלנו בידו ויוליכנו אצל הבקי ללמוד ויעבירנו ד׳ אמות ברה״ר".

און די גמרא איז דארט מסיים 2

: "והיינו טעמא דלולב והיינו טעמא דמגילה",

אז דאס וואס סוכות שחל להיות בשבת בענטשט מען ניט קיין לולב יענעם טאג און פורים שחל להיות בשבת לייענט מען ניט די מגילה יענעם טאג,

איז עס אויך מצד דעם זעלבן טעם — שמא יעבירנו.

פרעגן אין דעם אחרונים 3

: לפ״ז האט דאך לכאורה געדארפט אויס־ קומען,

אז אויר בפסח שחל להיות בשבת האט מען געדארפט גוזר זיין אז מ׳זאל ניט עסן קיין מצה ומרור,

ניט טרינקען די ד׳ כוסות און ניט זאגן די הגדה

(ובפרט אז ביי מצה ומרור ושתיית ד׳ כוסות זיינען פאראן כו״כ פרטי דינים — מער ווי ביי שופר און מגילה; און עאכו״כ ביי לולב,

וואס די ניט־בקיאות איז בנוגע צו "נענועו או ברכתו״ 4 )?

ב.

צווישן די תירוצים אויף דער שאלה הנ״ל ענטפערט מען 5

;

בפסח זיינען ארומגעגאנגען בקיאים אין די הייזער פון די ניט בקיאים בכדי צו פראווען פאר זיי דעם סדר און זאגן די הגדה 6 .

איז במילא בפסח ניטא דער חשש "שמא ילך אצל הבקי ללמוד": ער דארף ניט גיין צום בקי ווארום דער בקי וועט קומען צו עם אין שטוב 7 .

דער תירוץ איז אבער ניט מובן:

א)

עס זיינען געוויס פאראן אזעלכע וואס שעמען זיך אויסצוזאגן אז זיי זיינען עמי־הארץ וועלכע ווייסן ניט די דינים

(ובפרט אזעלכע וואס זאגן די הגדה וכו׳ קענען זיי יא),

און צו די מענטשן וועלן קיין בקיאים ניט קומען.

בלייבט דאך ביי זיי דער חשש אז זיי וועלן גיין בחשאי צו א בקי ללמוד?

ב)

לפ״ז קומט דאך אויס,

אז אין פשטות,

איז אויך דא פאראן דער חשש און מ׳דארף גוזר זיין,

נאד מצד דעם וואס ב״ד פלעגט שיקן שלוחים כו׳ האט מען בפועל די גזירה.

ניט געדארפט.

אבער אזא זאך איז דאך א חידוש — און אזא חידוש האט געדארפט שטיין אין גמרא אדער,

עכ״פ,

אין ראשונים.

ובפועל ווערט אין ער־ געץ ניט דערמאנט די קשיא און דער טעם הנ״ל,

נאר אין אחרונים!

ג.

נאך א תירוץ שטייט אין אחרונים 8

:

די גזירת חכמים אז בר״ה וסוכות שחל בשבת זאל מען ניט בלאזן קיין שופר און ניט נעמען קיין לולב,

איז ניט קיין עקירה לגמרי פון מצות תקיעת שופר ונטילת לולב — היות אז אויך בשבת קען מען לערנען די הלכות פון די מצות און כל העוסק בתורת עולה כאילו 9

הקריב עולה.

און דעריבער האט מען ניט גע־ מאכט די גזירה בפסח,

ווארום אין די מצות פון פסח זיינען מחוייב אויך נשים 10 ,

און וויבאלד אז נשים זיינען פטור פון תלמוד תורה 11 ,

קומט דאך במילא אויס.

אז אויב מען וועט גוזר זיין די גזירה,

וועט מען ביי נשים עוקר זיין די מצות לגמרי.

[ועפ״ז קען מען זאגן,

אז דאס וואס אין גמרא און ראשונים שטייט ניט דער "חידוש" אז בפסח שחל בשבת איז ניטא די גזירה דרבה,

איז עס דערפאר וואס מלכתחילה איז די גזירה

(אויך דארט וואו די גזירה איז פאראן)

בלויז באופן וואס די גזירה איז ניט עוקר די מצוה לגמרי ,

און דארט וואו די מצוה ווערט נעקר — איז מובן מעצמו אז דאן איז די גזירה ניטא].

אבער אויך דער תירוץ איז ניט מובן: ווארום לפ״ז האט דאך גע־ דארפט שטיין — אין שו״ע אדער עכ״פ אין אנדערע פוסקים — אז בר״ה וסוכות שחל בשבת איז א חיוב צו לערנען די הלכות פון שופר 12

ולולב ?

ד.

לכאורה האט מען געקענט פרעגן נאך א קשיא אויפן דערמאנטן תירוץ: אויך אין מקרא מגילה זיינען נשים מחוייב 13 ,

און פונדעסטוועגן האט מען אויף מקרא מגילה יא גע־ מאכט די גזירה דרבה!

אין אמת׳ן איז עס אבער קיין קשיא ניט.

ווייל

[נוסף לזה וואם י״ל 14 ,

אז די מצוה צו לייענען די מגילה איז געווען לאחרי ווי מ׳האט גוזר געווען די גזירה דרבה 15 ,

ובמילא איז די תקנה פון מקרא מגילה מלכתחלה 16

געווען באופן אז ווען פורים וועט חל זיין בשבת,

זאל מען דאן לייענען די מגילה בחול 17

;

איז אויסער דעם: אפילו לדעת רש״י 18 ,

אז לכתחלה איז "י״ד הוקבע לפרזים"

(אפילו כשחל בשבת),

און די "חכמי ישראל שאחר כגסת הגדולה" האבן מתקן געווען אז כשחל פורים בשבת זאל מען לייענען בחול]

וויבאלד מקרא מגילה איז בלויז מדרבנן,

קעגען במילא די חכמים עוקר זיין די מצוה לגמרי 19

— ווא־ רום "הם אמרו והם אמרו" 20 .

משא״כ שופר ולולב,

וויבאלד זיי זיינען מדאורייתא,

איז אויב מען זאל ניט קע־ נען מקיים זיין די מצות עכ״פ דורך דעם עסק בתורת שופר ולולב — וואלטן די חכמים דאם טאקע ניט עוקר געווען.

און דעריבער האט מען ניט גוזר געווען די גזירה אויף אכילת מצה

(א מצות עשה מן התורה) 21 ,

ווייל אכילת מצה איז דאך א חיוב אויך אויף נשים,

כנ״ל,

און אויב מ׳זאל אויך דא מאכן די גזירה,

וועט מען דערמיט ביי זיי עוקר זיין לגמרי א מצות עשה מן התורה .

עס בלייבט נאך אבער שווער

(כנ״ל ס״ג)

: דערפון וואם ס׳שטייט ניט אין ערגעץ אז בר״ה ובסוכות שחל בשבת איז פאראן א חיוב צו לערנען הל׳ שופר ולולב,

איז לכאורה מוכרח אז מצד דעם חשש "שמא יעבירנו כו׳" האט מען עוקר געווען א מ״ע מה״ת.

היינט פארוואס האט מען ניט געמאכט די זעלבע גזירה אויך בשייכות מיט אכילת מצה וכו׳ בפסח שחל בשבת?

ה.

וועט מען עס פארשטיין

(ע״ד החסידות)

בהקדים די קשיא וואס ווערט געבראכט בכמה דרושי חסידות אויף דעם וואס ר״ה שחל להיות בשבת אין תוקעין: ווי אזוי האבן די חז״ל דוחה געווען א מ״ע מדאורייתא צוליב דעם חשש "שמא יעבירנו כו׳"?

און חסידות איז פון דעם מכריח,

אז בר״ה שחל להיות בשבת דארף מען צו שופר ניט אנקומען ,

ווייל די ענינים וואס ווערן נמשך דורך תקיעת שופר

(לאחרי חורבן בית ראשון),

ווערן זיי בשבת נמשך מצד עצמו.

ולכאורה איז ניט מובן: ס׳איז דאך א כלל 22

אז "יש כח ביד חכמים לעקור דבר מן התורה",

היינט וואם איז די קשיא "איך 23

דחו" אדער "איך 24

הי׳ כח ביד חכמים לעקור" 25 ?

נאר דער ביאור אין דעם איז:

דער אויבערשטער איז שטענדיק מהוה די בריאה מאין ליש 26

און די כוונת הבריאה איז בשביל ישראל ובשביל התורה 27

— קען במילא ניט זיין קיין מציאות אין דער בריאה

(אויך ניט בקביעות הזמנים)

וואס זאל שטערן צו תומ״צ

(אז דער מענטש זאל ניט קענען מקיים זיין א מצוה וואס ער דארף מקיים זיין — אפילו ווען ער וועט איר וועלן מקיים זיין).

און היות אז אויך בשבת איז

(לויטן ס״ד)

דא דער חיוב פון מצות תקיעת שופר,

קען דאך ניט זיין אז מען זאל דארפן חושש זיין פאר "שמא יעבירנו" — ווארום דאן וועט דאך אויסקומען אז דער אויבערשטער האט איינגע־ שטעלט די בריאה אין אזא אופן אז עס זאל מוזן פעלן די מצוה פון תקיעת שופר בר״ה שחל בשבת

(און וויבאלד אז דאם קען דאך ניט זיין,

איז בהכרח צו זאגן אז ס׳איז ניטא וואם צו חושש זיין "שמא יעבירנו").

און פון דעם וואס חז״ל האבן דעם חשש יע אנגענומען,

און צוליב אים גוזר געווען אז בר״ה שחל בשבת זאל מען ניט תוקע זיין בשופר 28 ,

איז חסידות מכריח אז בר״ה שחל בשבת דארף מען צו תקיעת שופר ניט אנקומען" 29 ,

כנ״ל.

ו.

דערפון איז פארשטאנדיק בנוגע לעניננו — אז דאס וואס בפסח שחל בשבת האבן די חכמים ניט גוזר גע־ ווען די גזירה דרבה,

איז עס מצד דעם וואס די ענינים וועלכע ווערן נמשך דורך אכילת מצה וכו׳ ווערן ניט נמשך בשבת מצד עצמו.

און ווי־ באלד אז אויך בשבת דארף מען אנ־ קומען צו אכילת מצה וכר — איז דערפון גופא א ראי׳ אז דא איז ניטא וואם צו חושש זיין "שמא יעבירנו כר " 30 .

דא זעט מען אויך דעם עילוי פון פסח

(און די מצות וואס זיינען מיט אים פארבונדן)

לגבי אנדערע ימים טובים

(מיט זייערע מצות),

אז אין דעם יו״ט איז ניטא וואס צו חושש זיין אפילו פאר ענינים פון שוגג 31 .

דער טעם דערויף:

א חטא בשוגג קומט דורך התגברות נפש הבהמית 32 ,

און וויבאלד אז בפסח איז ״לא הספיק להחמיץ״ — ס׳איז ניטא קיין נתינת מקום 33

פאר חמץ

(זה היצה״ר 34 ),

זיינען במילא אלע אידן,

אפילו די "הדיוטים וקלי הדעת״ 35 ,

אין א מדריגה וואס ״לא 36

יאונה לצדיק כל און",

און אפילו בענינים ניט פון אכילה 37 .

(משיחות ליל ב׳ דחה״פ ואחש״פ תשכ״ה)

Reader controls and commentary are loading.