א.
אין פסוק נפש כי תחטא ומעלה מעל בה׳ וכחש בעמיתו בפקדון או בתשומת יד וגו' 1
בריינגט רש״י די ווערטער "נפש כי תחטא" און איז מפרש — ״אמר ר׳ עקיבא 2
מה 3
ת״ל ומעלה מעל בה׳,
לפי שכל המלוה והלוה והנושא והנותן אינו עושה אלא בעדים ובשטר לפיכך בזמן שהוא מכחש מכחש בעדים ובשטר,
אבל המפקיד אצל חבירו ואינו 4
רוצה שתדע בו נשמה אלא שלישי שביניהם,
לפיכך כשהוא מכחש מכחש בשלישי שביניהם".
בפשטות — איז דער ביאור אין דעם פירוש 5
: דאס וואס "ומעלה מעל בה׳" הייסט דוקא דער וואס פארלייקנט א פקדון — און ניט ווען ער פארלייקנט א מלוה,
הגם אז אויך דא,
פונקט ווי ביי פקדון,
ווייס דאך דער אויבערשטער אז ער האט געליען געלט —
ווייל ווען איינער גיט דעם צווייטן א פקדון צו באהאלטן אין אן אופן וואס "אינו רוצה שתדע בו נשמה",
אן עדות און אן שטר,
און די איינציקע באווארעניש איז,
נאר וואס דער מפקיד ונפקד פארלאזן זיך אויף דעם וואס דער אויבערשטער ווייס דערפון,
און זיי נעמען אים אריין כביכול פאר אן עדות אויפן פקדון
[און ווי דער תלמיד האט שוין געהאט געלערנט אין ספר בראשית 6 ,
אז לבן האט געזאגט צו יעקב׳ן: "אין איש עמנו ראה אלקים עד ביני ובינך״]
— איז דעריבער,
דערמיט וואס ער פארלייקנט דעם פקדון,
איז עס במילא א פארלייקענונג אין דעם איינציקן "עד" צווישן זיי — אין דעם אויבערשטן.
און דערמיט איז פארשטאנדיק 7
וואס רש״י באנוצט דא א לשון מיוחד — "שלישי שביניהם"
(און זאגט ניט קלאר: ״הקב״ה״,
אדער ״ה׳״ — כלשון הכתוב)
— ווייל מיט דעם וויל ער מפרש און מדגיש זיין,
אז דאס וואס "וכחש גו׳ בפקדון" הייסט "מעל בה ׳",
איז צוליב דעם וואס דער מפקיד ונפקד האבן כביכול אריינגעגומען דעם אויבערשטן ווי א "שלישי ביניהם",
ד.
ה.
פאר אן עדות,
און במילא איז דאס א "מעל בה׳" ווי א הכחשה אין דעם עד פון פקדון.
לויט דעם איז אבער שווער:
בשעת דער פסוק טייטשט אויס וועמען ער מיינט מיט "נפש כי תחטא ומעלה מעל בה׳",
זאגט ער
(ניט נאר)
"וכחש בעמיתו בפקדון
(נאר אויך גלייך נאכדעם)
או — בתשומת יד ",
וואס מיינט
(ווי רש״י איז מפרש)
"ששם בידו ממון להתעסק או במלוה" — איז ווי שטימט עס מיט דעם וואס רש״י זאגט אז ביים פאל פון "המלוה והלוה והנושא והנותן" איז ער מכחש ניט אין אויבערשטן,
נאר "בעדים ובשטר" 8 ?
מפרשים לערנען איין 9 ,
אז "או בתשומת יד" באציט זיך ניט צו "ומעלה מעל בה׳ ",
נאר ווי נאך א פרט וואס קומט בהמשך בלויז צו "וכחש בעמיתו".
ס׳איז אבער שווער אזוי צו לערנען,
ווארום פון פשטות לשון הכתוב איז משמע,
כנ״ל,
אז דער כלל פון "וכחש בעמיתו״ גופא
(מיט אלע זיינע פרטים: סיי "פקדון" און סיי "תשומת יד" און אזוי אויך "גזל" וכו׳)
איז אן אפטייטש פון "נפש כי תחטא ומעלה מעל בה׳".
ב.
נוסף צו דער שאלה הנ״ל
(ווי שטימט רש״י׳ס פירוש,
אז "ומעלה מעל בה׳" איז בלויז ביי "וכחש ב־ פקדון",
מיט פשטות לשון הכתוב),
זיינען פאראן אויך כמה תמיהות בנוגע דעם לשון פון רש״י:
א)
רש״י איז דאך דא ניט אויסן צו מפרש זיין די ווערטער "נפש כי תחטא",
נאר,
ווי ער אליין באווארנט: ״מה ת״ל ומעלה מעל בה'" — איז אינגאגצן ניט מובן 10
: דווקא די ווער־ טער "נפש כי תחטא" איז ער מעתיק און שטעלט זיך אויף זיי,
בעת אז די ווערטער "ומעלה מעל בה׳ " ברענגט ער אינגאנצן ניט אראפ און איז זיי ניט מרמז אפילו דורך צושטעלן א ״וגו׳ ״ ?
ב)
ס׳איז ידוע,
אז רש״י בפירושיו לויט מאמרי רז״ל,
דערמאנט ניט דעם נאמען פון בעל המאמר,
סיידן עס קומט צו דורכדעם א תוספות ביאור אין דעם געזאגטן פירוש.
דארף מען פארשטיין: וואס פאר א תוספות הבנה קומט צו אין דעם פירוש "מה ת״ל ומעלה מעל בה׳",
דורך דער ידיעה אז דאס האט געזאגט ר׳ עקיבא?
ג)
בכדי צו פארשטיין מיט וואס דא ווערט דער "מעל בה׳",
וואלט גענוג געווען דער הסבר אז "המפקיד אצל חבירו כו׳ מכחש בשלישי שביניהם" — צוליב וואס דארף רש״י מאריך זיין און געבן צו פארשטיין דורך דעם פארגלייך פון "כל המלוה כו׳ מכחש בעדים ובשטר"?
ד)
ווען צוויי מענטשן האבן א משא ומתן צווישן זיך און זיי ציען צו נאך עמעצן ווי אן עדות — א באשטעטיקונג און פארזיכערונג אויף דער זאך — איז דאך ניט שייך צו אנרופן יענעם ווי דער "שלישי" צווישן זיי: ער ווערט צווישן זיי בלויז א פארמיטלער וואס באשטעטיקט און איז מברר דעם משא־ומתן צווישן זיי,
אבער ניט אזא וואס קען גערעכנט ווערן צוזאמען מיט זיי,
ווי א דריטער — ניט נעמענדיק קיין שום אנטייל אין משא־ומתן גופא.
דארף מען דעריבער פארשטיין,
וואס רש״י רופט דא אן דעם אויבערשטן אלס " שלישי שביניהם"
(ניט "אחד" אדער "זה")
: הן אמת,
אז דער מפקיד ונפקד האבן זיך פארלאזט אויפן אויבערשטן אז ער וועט זיין אן עדות צווישן זיי — זיי האבן דאך אבער אים ניט אריינגענומען ווי א דריטן
(שותף)
בשייכות צום פקדון גופא — היינט פארוואס זאל ער הייסן מיטן נאמען "שלישי"?
ג.
אויסער די אויבנגעזאגטע שאלות אין פירש״י דא על אתר,
איז אויך פאראן א שוועריקייט מצד א פריערדיקן פירש״י:
אויפן פסוק "נפש כי תמעול מעל גו׳ מקדשי ה׳" 11
זאגט רש״י "אין מעילה בכל מקום אלא שינוי".
דארף מען פארשטיין: וואס פאר א שינוי איז דא ביי "וכחש בעמיתו",
וואס צוליב דעם זאגט דערויף דער פסוק ״ ומעלה מעל בה׳ ״ 12 ?
מפרשים זיינען מסביר 13 ,
אז אט די פארלייקענונג גופא,
דאס וואס ער וויל צונעמען פאר זיך א זאך וואס געהערט צו א צווייטן — שטעלט עס מיט זיך פאר א שינוי רשות.
ס׳איז אבער ניט מובן: אין פסוק שטייט דאך "ומעלה מעל בה ׳",
ד.
ה.
אז די מעילה
(וואס לויט רש״י׳ס פי׳ ווערט עס אומעטום געמיינט שינוי)
דארף דא געטייטשט ווערן ווי א שינוי אין רשות פון אויבערשטן
(אזוי ווי ביי "כי תמעול מעל גו׳ מקדשי ה׳",
וואו מ׳נעמט אריבער די זאך פון רשות הקדש אין רשות חולין).
אבער לויט די מפרשים הנ״ל באשטייט דאך דער "מעל" נאר אין שינוי רשות פון איין מענשן צום צווייטן?
ד.
איז דער ביאור בכל הנ״ל:
די שאלה
(עיקרית)
וואס שטעלט זיך דא ביי רש״י בנוגע דעם ענין פון "ומעלה מעל בה"׳ איז
( ניט מחמת די דאזיקע ווערטער גופא,
נאר)
מצד די ווערטער "נפש כי תחטא" וואס שטייען פאר דעם:
ווען עס וואלט געשטאנען בלויז "ומעלה מעל בה׳",
וואלט מען געקענט
(בדוחק עכ״פ)
לערנען* 13 ,
אז יעדער פאל פון עובר זיין אויפן אויבערשטנס רצון
(ובפרט,
דאס שווערן פאלש אין אויבערשטנס נאמען)
רופט אן די תורה ווי א "מעל בה׳"
(ואין מעילה ..
אלא שינוי),
ווייל דערמיט ווייזט ער אז ער פארבייט דעם אויבערשטן אויף,
להבדיל,
א וואכעדיקע זאך,
ד.
ה.
ער רעכנט זיך ניט מיט זיין חשיבות,
נאר ווי עס וואלט געווען,
להבדיל,
א וואכעדיגע זאך.
וויבאלד אבער אז פריער שטייט שוין אין פסוק "נפש כי תחטא ",
ווערט במילא שווער: צוליב וואס זאגט דער פסוק סיי "תחטא" און סיי "ומעלה מעל בה׳" וואס לפי הנ״ל איז עס דאך היינו הך?
און דערפאר שטעלט זיך רש״י
(ניט אויף די ווערטער "ומעלה מעל בה׳" גופא,
נאר)
אויף די ווערטער "נפש כי תחטא" און פרעגט,
"מה תלמוד לומר ומעלה מעל בה׳״ — וויבאלד עס שטייט שוין "נפש כי תחטא" איז "מה ת״ל ומעלה מעל בה׳" 14,
צוליב וואס* 14
זאגט דער פסוק ביידע לשונות 15 .
און אויף דעם ענטפערט רש״י* 15
"לפי שכל המלוה כו׳ אבל המפקיד כו׳״,
אז די צוויי לשונות — "כי תחטא״ און ״ומעלה מעל בה׳״ — באציען זיך צו די ווייטערדיקע צוויי פרטים:
"כי תחטא" ווערט געזאגט בשייכות צו "וכחש בתשומת יד וגו׳",
וואו ס׳האנדלט זיך אין געלט אויף עסק אדער מלוה — און וויבאלד אז דא איז ער נאר "מכחש בעדים ובשטר",
איז עס סתם א ״חטא״ — ניט קיין ענין פון "מעל בה׳"; און דעם לשון "ומעלה מעל בה׳" זאגט דער פסוק אין באצוג צו "וכחש בפקדון",
ווייל דער וואס פארלייקנט א פקדון איז "מכחש בשלישי שביניהם".
ועפ״ז ווערט פארשטאנדיק וואס רש״י איז מאריך און דערמאנט אויך דעם פרט פון "המלוה כו׳",
ווייל דערמיט איז ער מפרש די ווערטער "נפש כי תחטא"* 15 .
ה.
אבער לויט דעם שטעלט זיך די קשיא: דער לשון "כי תחטא" שטייט דאך פאר "ומעלה מעל בה׳",
היינט פארוואס קומען דערנאך זייערע אויסטייטשונגען אין א סדר הפוך — פריער "בפקדון"
(בהמשך צו "ומעלה מעל בה׳")
און דערנאך "בתשומת יד וגו׳״
(— "נפש כי תחטא")?
אט די שאלה באווארנט רש״י מיט איין אות: דער לשון אין ספרא איז "המפקיד אצל חבירו אינו רוצה שתדע בו נשמה",
אבער אין פירש״י ווערט געזאגט 16
"ואינו רוצה כו׳":
מיט דעם וא״ו,
וואס רש״י איז מוסיף,
איז ער מדגיש אין א קלארן אופן אז אויך ביי פקדון קען געמאלט זיין מען זאל געבן צו באהאלטן בעדים ובשטר,
און דעריבער 17
שטייט פקדון פריער פאר מלוה,
ווייל ביי "וכחש בפקדון" איז פאראן
(אויך)
א פאל וואס באציט זיך צו "נפש כי תחטא" — און וויבאלד "פקדון" טייטשט אפ ביידע לשונות ואויך "ומעלה מעל בה׳"),
דערפאר קומט ער פאר וכחש בתשומת גר,
פאר מלוה וואס איז געוויינטליך "בשטר ובעדים".
ו.
דעם ביאור לשון הכתוב "ומעלה מעל בה׳״ — וואס דערפון איז משמע
(כנ״ל ס״ג)
אז דורכן פארלייקענען דעם פקדון,
איז ער משנה
(און נעמט ארוים)
דעם פקדון פון רשותו של הקב״ה — דריקט רש״י אויס דורכן לשון " שלישי שביניהם":
דורך דעם וואס ער זאגט אז דער אויבערשטער איז א "שלישי",
א דריטער צום מפקיד ונפקד,
מאכט רש״י קלאר אז דא האנדלט זיך ניט בלויז אין דעם וואס דער מפקיד ונפקד האבן געמאכט דעם אויבערשטן פאר אן עדות אויפן פקדון
(ווארום כנ״ל סוף ס״ב,
דערמיט וואס איינער איז בלויז אן עדות אויך- אן עסק — הייסט ער נאך ניט קיין ״שלישי״)
; דא ווערט אויך געמיינט דעם אויבערשטנס בעל-הבתי׳שקייט אויפן פקדון,
און דערפאר טאקע ווערט ער גערופן ״שלישי״ — ער איז דער דריטער בעה״ב:
איין בעה״ב איז דער מפקיד,
וואס צו אים געהערט דער פקדון; דער צווייטער "בעה״ב" ווערט דער נפקד* 17 ,
ווייל ברשותו געפינט זיך דער פקדון ובפרט ווען ער איז וכחש ,
ער פארלייקנט דעם פקדון איז ער בפועל דער בעה״ב אויפן פקדון; און דער דריטער בעה״ב איז דער אויבערשטער — ער איז דער אמת׳ער בעה״ב פון דעם פקדון,
ווארום ס׳איז דאך ״לה׳ 18
הארץ ומלואה".
און דאס איז דער פירוש פון "מכחש בשלישי שביניהם": דאס וואס דער חפץ געהערט צום מפקיד,
איז עס דאך דערפאר וואס דער אויבערשטער
(דער אמת׳ער בעה״ב פון דער גאנ־ צער וועלט)
האט אים דאס געגעבן 19
; איז בשעת אז דער נפקד פארלייקנט דעם פקדון און וויל פון אים צונעמען דעם חפץ,
הייסט עס א פארלייקענונג אין דער בעה״ב׳שקייט פון אויבערשטן — "מכחש בשלישי שביניהם",
און דעריבער הייסט עס "ומעלה מעל בה׳" — אז דורך זיין פארלייקענען דאס,
קומט במילא אויס כאילו ער נעמט ארויס כביכול דעם פקדון פון רשותו של הקב״ה.
און הגם אז לפ״ז קומט אויס אז אויך ביים פארלייקענען א מלוה איז דא דער ענין פון "מכחש" אין דעם אויבערשטנס בעל־הבתי׳שקייט אויפן געלט — ווארום דער אויבערשטער האט עס דאך געגעבן צום מלוה — איז אבער פארט ניט דומה:
ביי מלוה,
וויבאלד אז "כל המלוה כו׳ אינו עושה אלא בעדים ובשטר",
האט ער דא ניט פארבונדן די הלואה,
אין אן אופן מיוחד,
מיט דער בעל־ הבתי׳שקייט פון אויבערשטן; משא״כ ביי א פקדון,
וואו "אינו רוצה שתדע בו נשמה אלא שלישי שביניהם",
האט ער דאך אין דעם זיך באזונדערס פארלאזן אויפן "שלישי שביניהם",
ד.
ה.
דער מפקיד האט געגלויבט דעם נפקד נאר דערפאר וואס ער האט גערעכנט אז דער נפקד וועט ניט גיין קעגן דער בעל־הבתי׳שקייט פון אויבערשטן,
און פארלייקענדיק דעם פקדון איז ער דעריבער "מכחש בשלישי שביניהם" און איז "מועל בה׳".
ז.
לאחר כל זה פאדערט זיך נאך ביאור אין דעם: ווען איינער פארלייקנט דעם צווייטנ׳ס פקדון,
איז אמת טאקע אז ער טוט א זאך וואס איז קעגן דעם אויבערשטנס רצון,
אבער סוכ״ס בלייבט דאך דער חפץ — אויך נאך דער פארלייקענונג — אין רשות פון דעם אויבערשטן — היינט פארוואס הייסט עס פארט א "מעל בה׳",
א שינוי אין רשותו של הקב״ה?
אמת,
קיין שטארקע קשיא איז עס טאקע ניט,
ווארום ווי געזאגט,
גייט ער דא אנטקעגן דעם אויבערשטנס סדר אין בעל־הבתי׳שקייט,
און דאס הייסט במילא כאילו ער וואלט ארויסגענומען א זאך פון אויבערשטנס רשות — אבער דאך איז עס ניט אזוי גלאטיק.
דעריבער באווארנט דאס טאקע רש״י — אבער בלויז אין א רמז׳דיקן אופן — דורך צוגעבן דעם נאמען פון דעם בעל המאמר ר' עקיבא :
דער טעם וואס ביום הראשון פלעגן די לויים אין ביהמ״ק זאגן דעם מזמור "לה׳ הארץ ומלואה",
זאגט
(ר״י משום)
ר׳ עקיבא "על שם שקנה והקנה" 20 .
און רש״י איז מפרש אויף דעם: "כלומר,
קונה כדי להקנות".
און וויבאלד אז
(לויט ר״ע )
דאס וואס דער אויבערשטער האט "קונה" געווען די וועלט איז
( נאר )
״ כדי להקנות״ — אז דעם אויבערשטנס בעל־הבתי׳שקייט גופא אויף אט דעם חפץ,
איז כביכול אפהענגיק אין דעם וואס ער גיט עס און מאכט עס געהערן צו איש פלוני — קומט דאך במילא אויס,
לויט ר׳ עקיבא ,
אז ווען איינער לאזט ניט צו דעם "להקנות",
איז ער גורע כביכול
(אויך)
אין דעם "קונה" פון הקב״ה.
ח.
עס האט זיך פריער
(סוס״ו)
גערעדט,
אז דאס וואס "וכחש בעמיתו" ווערט אין פסוק איינגעטיילט אין צוויי אופנים: "נפש כי תחטא" און ״ומעלה .
מעל בה״׳ — הגם אז אין יעדער אופן איז עס א "מעל" אין אויבערשטן
(צוגעמענדיק די זאך פון דעם וואס אים האט דער אוי־ בערשטער געגעבן,
מאכט ער דאך דערמיט כביכול א שינוי ברשותו של הקב״ה כנ״ל)
— איז עס דערפאר וואס בעת ער פארלאזט זיך מלכתחילה אויף עדים און שטר,
איז ער ניט "מכחש" אפענערהייט אין דעם "שלישי שביניהם"
(ווי דאס איז אין פאל פון "וכחש בפקדון" וואו ער האט מלכתחילה זיך פארלאזט אויפן שלישי שביניהם און ס׳איז דעריבער אן אפענערע הכחשה אין דעם אויבערשטן),
און דערפאר איז דא
(בגלוי)
בלויז אן ענין פון "כי תחטא",
אבער ניט "ומעלה מעל בה׳".
דערפון איז פארשטאנדיק,
אז דער חילוק צווישן "נפש כי תחטא" און "ומעלה מעל בה׳" איז נאר בשייכות צו גילוי,
ד.
ה.
אז ביי "נפש כי תחטא" איז די מעילה בה׳ ניט אזוי קענטיק בגלוי׳ אבער בפנימיות איז די מעילה דא אויך ביי "כי תחטא",
— און דאס מיינט בא יעדער חטא,
אפילו אזא וואס איז בלויז "חטא" פון לשון חסרון 21
׳ ווען איינער
(טוט ניט קיין עבירה,
נאר ער)
פארפעלט עפעס אין זיין עבודה,
און אפילו ווען דאס פארפעלטע איז גאר א "קלייניקייט"
( בדוגמא ווי דער "נפש כי תחטא" כפשוטו,
וואס רעדט זיך אפילו ווען ער פארלייקנט בלויז א שוה פרוטה)
;
דאס מיינט,
אז הגם דאס זעט אויס בלויו ווי סתם א חטא
(אבער ניט קיין ענין פון כפירה ר״ל וח״ו)
— איז עס בפנימיות אן ענין פון "מכחש בשלישי שביניהם",
דוגמת אן ענין פון כפירה ר״ל 22
; און נאך מער: ס׳איז אויך א מעילה בה׳ — ער איז דורך דעם משנה כביכול אין רשותו של הקב״ה.
— דורך זיין ניט אויספירן דעם תפקיד המוטל עליו צו מאכן פון זיין חלק בעולם א דירה לו ית׳,
נעמט ער ארויס כביכול אט דעם חלק פון רשותו של הקב״ה.
ט.
דאס וואס די תורה האט אריינגעשטעלט די הוראה פון "נפש כי תחטא ומעלה מעל בה׳"
(וכביאור הנ״ל)
דווקא ביי "וכחש בעמיתו ",
איז עס בכדי צו אונטערשטרייכן,
אז דאס איז אזוי
(אויך)
בנוגע צו ענינים שבין אדם לחבירו
(און ניט נאר בנוגע צו בין אדם למקום)
:
מען זאל קיין טעות ניט האבן און מיינען,
אז ביי ענינים שבין אדם למקום,
איז פארשטאנדיק אז יעדער פרט "רירט" אן אין די בעל־הבתי׳שקייט פון אויבערשטן; בנוגע צו בין אדם לחבירו אבער,
כאטש אז די ציוויים אויף דעם זיינען טאקע פון אויבערשטן — עס איז דאך אבער בכדי צו פארהיטן "חבירו",
איז אפילו ווען ער זאל אים בא׳עולה׳נען,
רירט עס אן בעיקר א מענטשן אבער ניט דעם אויבערשטן —
זאגט דעריבער די תורה קלאר,
אז "נפש כי תחטא",
איז הגם אז דאס איז אין אן אופן וואס בחיצוניות איז עס שייך נאר צו " עמיתו "
( ניט צום אויבערשטן ח״ו),
פונדעסטוועגן איז עס שוין אן ענין פון ״ומעלה מעל בה״׳ 23
; און אפילו ווען ער האט בלויז "פארפעלט״
(״חטא — לשון חסרון")
צו טאן זיין חבר א טובה,
וכיו״ב — איז עס,
בפנימיות,
שוין אן ענין פון "מעל בה׳",
כנ״ל.
י.
עס איז דאך אבער "אין לך דבר העומד בפני התשובה״ 24
—
איז די פרשה דעריבער מסיים: "וכפר עליו גו׳ ונסלח לו" 25 .
אז ניט קוקנדיק אויף דעם וואס ער איז געווען אין א מצב פון "נפש כי תחטא"
(וואס דאס אליין איז שוין בפנימיות א "מעל בה׳",
כנ״ל),
און אפילו ווען ס׳איז געווען ביי אים בגלוי דער "ומעלה מעל בה"׳,
איז ווי נאר ער טוט תשובה,
איז "וכפר גו׳ ונסלח לו",
און אזוי אויך בכללות: ונפש כי תחטא — ווערט
(״מפני חטאינו)
— גלינו",
איז ישראל עושין תשובה ומיד הן נגאלין" 26 ,
בביאת משיח צדקנו,
בקרוב ממש ובעגלא דידן׳ 27 .
(משיחת ש״פ ויקרא תש״ל)