B"H
🏡

Ikar

פורים

א.

ס׳איז ידוע 1

דער פירוש פון בעל־שם־טוב אויף "הקורא את המגילה למפרע לא יצא״ 2

: ווען איינער לייענט די מגילה און ער מיינט אז דער סיפור וואס ווערט דארט דערציילט האט פאסירט

(נאר)

אמאל ,

"למפרע",

און ניט איצטער איז דער נס,

איז — "לא יצא".

דער תכלית פון קריאת המגילה איז אפצולערנען זיך פון איר ווי א איד דארף זיך פירן איצטער .

דאס איז אזוי בנוגע אלע ענינים

(און פסוקים 3 )

פון דער מגילה,

אז מען דארף זיי לייענען ניט אין אן אופן פון "למפרע".

על אחת כמה וכמה בנוגע דעם כללות הסיפור פון דער מגילה,

און מכ״ש בשייכות מיטן פסוק וואס איז מבאר דעם נאמען "פורים"

— ווארום וויבאלד אז דער נאמען פון א זאך ווייזט אויף איר מהות 4 ,

הייסט עס דאך,

אז דער פסוק איז מבאר דעם מהות פון "פורים",

וואס דאס איז די נקודה העיקרית פון דער מגילה —

איז אין דעם פאראן א הוראה נצחית בכל זמן ובכל מקום,

סיי פארן כלל ישראל און סיי פאר יעדער אידן אלס יחיד.

ב.

דער פסוק 5

זאגט "על כן קראו לימים האלה פורים — על שם הפור".

איז אין דעם ניט מובן:

דער ווארט "פור" איז ניט קיין לשון־קודש׳דיקער ווארט,

נאר לשון פרסי 6 .

און ווען דער פסוק 7

זאגט "הפיל פור" איז ער מוסיף "הוא הגורל",

וואס דערמיט פארטייטשט ער דעם ווארט "פור" אין לשון־קודש,

אין וועלכן די מגילה איז געשריבן.

איז ניט מובן: פארוואס הייסט דער יו״ט 8

"פורים"

("על שם הפור")

אין לשון פרסי און ניט "גורלות"

("על שם הגורל")

אויף לשון־קודש,

ווי אלע ימים־טובים

(אויך חנוכה — א יו״ט מדרבנן)

וואס ווערן גערופן בלשון־הקודש ?

אויך איז ניט פארשטאנדיק: דער נאמען פון יו״ט האט דאך געדארפט אויסדריקן

(ווי אין אלע אנדערע יו״ט)

דעם נס און הצלה

(פון גזירת המן).

אבער דער נאמען "פורים" "על שם הפור" ווייזט גאר אויפן היפך דערפון,

אויף דעם "פור" וואס המן הרשע האט געווארפן מיט דער כוונה "להומם ולאבדם" — ח״ו היל״ת?

ג.

נאך אן ענין איז פאראן אין מגילת אסתר וואס איז פארבונדן מיט כללות המגילה,

און דאס איז — וואס אין דער גאנצער מגילה ווערט ניט דערמאנט דעם אויבערשטנס נאמען,

אנדערש פון אלע אנדערע כתבי הקודש וואו אין יעדן ספר ווערט דערמאנט דעם אויבערשטנס נאמען כמה וכמה פעמים.

וואס דאס ווייזט אויף א העלם והסתר גדול ביותר 9

:

בכלל,

יעדער איד,

אפילו ווען ער רעדט 10

בעניני הרשות,

איז "שם שמים שגור 11

בפיו 12 .

און ווער רעדט ווען עס קומט צו שרייבן

("מעשה רבה"),

איז דאך איינגעפירט בכל תפוצות ישראל

(וואס "מנהג ישראל תורה הוא״ 13 ),

אז אפילו ווען מ׳שרייבט א בריוו וועגן עניני חול,

פאנגט מען אים אן מיט "ב״ה"

(אדער כיו״ב)

[ווארום וויבאלד אז "מלא כל הארץ כבודו״ 14

און ״לית אתר פנוי מיני״* 14 ,

איז דעריבער אפגעלייגט ביי א אידן בפשיטות ,

אז וועגן וואס עס זאל זיך ניט האנדלען,

איז דאס פארבונדן מיטן אויבערשטן 15 ],

— און דא איז די גאנצע מגילה,

איינע פון די כ״ד כתבי הקודש ,

וואס אין איר ווערט ניט דערמאנט "שם שמים" קיין איין מאל 16

!

ד.

ווי דערמאנט פריער

(סעי׳ א׳),

ווערט דער תוכן פון יעדער זאך אנגעוויזן אין זיין נאמען.

און אויך דער העלם והסתר פון דער מגילה,

ווערט אנגעוויזן אין איר נאמען:

דער שם המגילה איז "מגילת אסתר " 17

(אדער "אסתר" 18 ),

און אסתר ווייזט דאך אויף דעם ענין פון הסתר 19 ,

און נאך מער — אויף א דאפלטן הסתר,

ווי די גמרא 20

זאגט: "אסתר מן התורה מנין ואנכי 21

הסתר אסתיר ",

צוויי מאל הסתר 22 .

אבער לאידך גיסא,

ווייזט דער נאמען " מגילת אסתר"

(ובפרט ווי זי ווערט אויך גערופן 23

"מגילה" סתם)

אויף גילוי — "מגילה" פון לשון גילוי 24 .

און פונקט ווי אין דער מגילה זעט מען צוויי ענינים הפכיים — העלם און גילוי,

אזוי זעט מען עס אויך אין דעם יו״ט פורים: פון איין זייט הייסט דער יו״ט מיטן נאמען פורים — וואס איז א לשון פרסי און וואס ווערט גערופן על שם אן ענין וואס איז פארבונדן מיט דער גזירה — ווייזט עס אז דער יו״ט איז פארבונדן מיט אן ענין פון העלם והסתר; ולאידך גיסא,

זיינען די ימי הפורים ימי משתה ושמחה,

א סך מער ווי אנדערע ימים טובים,

ביז צו א שמחה גדולה ביותר למעלה מכל מדידה והגבלה,

אין אן אופן פון ״עד דלא ידע כו׳" 25 .

ה.

צו פארשטיין דאס,

דארף מען פריער מקדים זיין איין הוראה

(פון פילע אנדערע)

פון כללות סיפור המגילה און פון פורים

(א הוראה וואס איז מובנת גאר אין פשטות) 26

:

אין דער צייט פון גזירת המן,

האבן אידן געהאט גאר חשוב׳ע פארשטייער אין דער מלוכה: מרדכי איז געווען א ״יושב בשער המלך״ 27 ,

און דערצו האט ער געראטעוועט דעם מלך׳ס לעבן 28

; און אסתר איז געווען א מלכה,

ובפרט אז "ותשא חן וחסד לפניו״ 29 .

איז לכאורה,

בעת מען האט זיך דערוואוסט פון דער גזירה,

האט מען לכל לראש געדארפט נוצן אט די פארשטייער זיי זאלן זיך משתדל זיין ביים מלך אחשורוש צו מבטל זיין די גזירה.

דערציילט אבער די מגילה,

אז די ערשטע פעולה וואס מרדכי האט געטאן איז געווען — "וילבש שק ואפר ויצא בתוך העיר": ער האט זיך גענומען צו תשובה און גערופן אלע אידן זיי זאלן תשובה טאן 30 .

און ערשט לאחרי זה האט ער געשיקט אסתר׳ן "לבא אל המלך להתחנן לו ולבקש מלפניו על עמה״ 31

;

און אויך אסתר האט זיך געפירט אין דעם זעלבן סדר: בשעת זי האט געדארפט גיין אל המלך,

האט זי צום אלעם ערשטן איבערגעגעבן צו מרדכי 32

— "לך כנוס את כל היהודים גו׳ וצומו עלי ואל תאכלו ואל תשתו שלשת ימים לילה ויום",

און דערמיט האט זי זיך נאך ניט באגנוגנט,

נאר זי האט מוסיף געווען "גם אני גו' אצום כן".

ולכאורה: זי האט דאך דאן געדארפט אנקומען צו מציאת חן בעיני אחשורוש — ובפרט אז איר קומען אל חצר המלך הפנימית איז געווען "לא כדת״ 32

און פארבונדן מיט סכנת נפשות ממש — "אחת דתו להמית" 33

— און ס׳האט זיך געפאדערט א נשיאת חן ביחוד

(ווייל ״ואני לא נקראתי..

זה שלושים יום״ 32 )

— היינט ווי איז ביי איר רעכט געווען 34

צו פאסטן דריי מעל״ע נאכאנאנד 35 ,

א זאך וואס ברענגט

(ע״פ טבע 36 )

צו פארלירן דעם חן?

ו.

נאר דער ביאור איז דא בפשטות : מרדכי ואסתר האבן געוואוסט קלאר,

אז די גזירה אויף אידן איז ניט "ממנהג העולם אירע לנו וצרה זו נקרה נקרית",

נאר "בגלל מעשיהם הרעים הורע להן" 37 ,

און היות ווי דאס איז א דבר פשוט,

אז מען קען ניט מבטל באמת זיין דעם "מסובב"

(די גזירה)

כל זמן מען נעמט ניט אראפ די ״סיבה״

(די מעשים רעים)

— איז זייער ערשטע פעולה געווען — רופן אידן צו תשובה און גוזר זיין תענית

[און ניט סתם גערופן צו תשובה,

נאר אויסגעטייטשט קלאר דעם חטא אויף וועלכן מען דארף תשובה טאן,

ווי עס שטייט אין מדרש 38

אויפן פסוק "צומו עלי ואל תאכלו ואל תשתו": "אתם צמים על שאכלתם ושתיתם מסעודתו של אחשורוש"].

און לאחרי ווי דורך תשובה האט מען אראפגענומען די סיבת הגזירה,

און דער אויבערשטער וויל דאך דעם "בכל אשר תעשה" 29 ,

מען זאל טאן עפעס אויך אין דרכי הטבע,

איז מען דעמאלט געגאנגען צו אחשורוש׳ן אפצושרייען די גזירה.

און ווייל דער גיין צו אחשורוש׳ן איז געווען ניט מער ווי א לבוש

(בכדי די הצלה מלמעלה זאל האבן אן אחיזה אין טבע),

אבער די סיבה פון דער הצלה איז תשובה און תענית,

איז שוין פארשטאנדיק,

אז דעם עיקר אכט האט מען געלייגט ניט אויפן לבוש נאר אויף דער סיבה 40 .

ז.

די הוראה דערפון איז מובן בפשטות:

בעת עס קומט אן עת צרה ר״ל,

זיינען פאראן אזוינע וואס מיינען אז די ערשטע און עיקר ארבעט דארף זיין צו זוכן השתדלות אין דרכי הטבע — דערציילט אונז די מגילה,

אז דאס איז א שפעטערדיקע זאך: די ערשטע פעולה דארף זיין צו שטארקן דעם פארבונד מיטן אויבערשטן דורך לערנען זיין תורה און מקיים זיין מצותיו,

און ערשט דאן,

זוכן פאר דער הצלה א לבוש אין טבע.

און אויב מ׳וועט אזוי טאן,

איז וועלכן לבוש טבעי מען וועט נאר מאכן,

וועט זיך אין אים אנטאן די הצלה הניסית שלמעלה מהטבע.

און פונקט ווי דאס איז בנוגע כלל ישראל,

איז עס אזוי אויך לגבי יעדן אידישן יחיד: א איד דארף וויסן 41

אז ער איז פארבונדן מיטן אויבערשטן,

וואס ער איז ניט באגרענעצט ח״ו אין חוקי הטבע 42 .

עס דארף טאקע אויך זיין דער "בכל אשר תעשה" אין וואס עס זאל זיך אנטאן דער "וברכך הוי׳ אלקיך" 29 ,

אבער היות אז דער "תעשה" וואס דער מענטש טוט איז ניט מער ווי א לבוש,

איז דעריבער מובן בפשטות,

אז דער עיקר השתדלות דארף זיין ניט אין דעם לבוש 43 ,

נאר אין דעם באקומען די ברכה פון אויבערשטן,

וואס דאס טוט מען דורך לימוד התורה וקיום המצות.

אבער אויב מען "פארבייגט" דעם עיקר צוליב שטארקן דעם לבוש,

איז דאס ענלעך צו איינעם וואס גייט אין באנק ארויסצונעמען געלט ווען ער האט ניט קיין טשעק מיט וואס דאס געלט צו באקומען אדער דער טשעק איז פון אזא וואס האט ניט קיין רעכנונג אין באנק.

— די ערשטע זאך דארף ער זיך באווארענען מיט א "טשעק",

און אז דער "טשעק" זאל זיין ניט פון "בורות נשברים אשר לא יכילו המים" 44 ,

נאר,

להבדיל,

פון דעם וואס "לי הכסף ולי הזהב׳ 45 ,

און לאחרי ווי ער האט שוין דעם "טשעק",

זאגט אים דער אויבערשטער אז ער זאל אים "אויסבייטן" בלבוש טבעי דורך "בכל אשר תעשה".

ח.

קען מען מיינען,

אז כל הנ״ל איז נאר אין א זמן ווען ס׳איז מאיר אלקות בגילוי; אבער בזמן הגלות,

ובפרט בעקבתא דמשיחא,

ווען ס׳איז א "חושך כפול ומכופל",

איז וויבאלד אז דער אויבערשטער אליין האט געמאכט דעם "חושך",

איז עס א הסתר אמיתי ח״ו,

אז די השפעה מלמעלה

(פון ענינים גשמיים)

איז איבערגעגעבן געווארן

(ברצונו ית׳)

צו חוקי הטבע 46 ,

אויף דעם קומט דער ענטפער,

אז אויך בזמן פורים זיינען אידן געווען אין גלות,

"מפוזר ומפורד בין העמים" 47 ,

און דער מצב איז געווען אויך לאחר הנס,

ווי די גמרא 48

זאגט "אכתי עבדי אחשורוש אנן"; און אעפ״כ איז אויך דעמאלט געקומען די הצלה

(ניט דורך דרכי הטבע,

נאר)

דורך "צומו עלי גו׳ שלשת ימים",

דורך אומקערן זיך צום אויבערשטן.

ט.

און דאס איז די הוראה פון דעם וואס דער יו״ט הייסט מיטן נאמען "פורים"

(בלשון פרסי,

און וואס ווייזט אויף דער גזירה,

כנ״ל ס״ב),

און אויך דערפון וואס אין דער מגילה ווערט ניט דערמאנט

(בגלוי 49 )

שם־שמים — ווייל אין דעם באשטייט דער אויפטו פון "פורים" און "מגילת אסתר״:

אז דאס וואס אידן זיינען ניט אונטערגעווארפן צו חוקי הטבע,

איז עס ניט בלויז בנוגע למילי דשמיא,

זייערע ענינים רוחניים

(ווי הצלחה אין לימוד התורה אליבא דאמת,

וואס דארף האבן סייעתא דשמיא וואס קומט דורך יראת שמים),

אדער אפילו אין משא ומתן ווען דער מסחר ווערט געפירט צווישן אידן — ווייל צווישן זיך איז דאך ״לא 50

שינו את לשונם וכו׳ ״ —

נאר אויך אין עניני מסחר וואס א איד פירט מיט א ניט־אידן,

להבדיל,

ווען ער מוז צו אים ריידן בלשון פרסי,

און היות אז "הלכה בידוע שעשו שונא ליעקב" 51 ,

איז דאך מעגלעך אז דער גוי זאל זוכן קעגן אים פארשידענע עצות און תחבולות — ״הפיל פור״ ; און אפילו ווען ער שטייט אין אזא מצב ווען ס׳איז דא א חשש 52

אז אנשטאט דערמאנען שם־שמים וועט דער גוי דערמאנען,

להבדיל,

שם ע״ז 53 .

קען ער דאך מיינען: וויבאלד אז דער גוי איז יע אונטערגעווארפן צו חוקי הטבע; און די השפעה צום אידן גייט דאך לכאורה צוזאמען מיט דער השפעה צום גוי

(ווארום זיי האנדלען צוזאמען),

איז במילא אויך דער איד אונטערגעווארפן צו טבע 54

אויף דעם איז די הוראה פון "פורים" און "מגילת אסתר",

אז אויך בעת א איד האט צו טאן מיט "פורים" בלשון פרסי און "אסתר" מלשון הסתר אסתיר,

דארף ער וויסן אז אין דעם איז דא דער למעלה מהטבע: דער "פור" איז "הוא הגורל",

וואס גורל איז ענינו למעלה מהשתלשלות 55

און אין דעם "הסתר אסתיר" איז דא דער "אנכי" 56 ,

וואס איז העכער פון אלע שמות 57 ,

אפילו פון שם הוי׳ 58 .

י.

און בשעת א איד לייענט "מגילת אסתר״ — אז אויך די ענינים פון "אסתר"

(דער הסתר כפול,

"הסתר אסתיר")

לייענט ער

(און נעמט אויף)

אלס "מגילה" פון לשון גילוי,

ווייל ער ווייס אז אויך דער "פור"

(ביז צום "פור" וואס המן האט געווארפן)

איז ״הוא הגורל״ — און

(דאס אלעס איז)

ניט "למפרע" נאר עס איז בא אים איצט,

דאן קומט ער צום תכלית הגילוי — מגילה סתם,

וואס ברענגט צו א שמחה גדולה ביותר ביז אין אן אופן פון "עד דלא ידע כו׳",

א שמחה בלתי מוגבלת,

און דורך דעם,

איז סומכין גאולה לגאולה 59 ,

אז פון דער גאולה דפורים קומט מען צו דער גאולה העתידה

(וואס איז בדוגמא 60

צו דער גאולה פון יציאת מצרים),

וואס דאן וועט זיין "ולילה כיום יאיר״ 61 ,

אז אויך דער חושך פון "לילה" וועט לייכטן

(כנ״ל בענין "מגילת אסתר",

אז אויך דער הסתר ווערט גילוי),

בביאת משיח צדקנו,

יבוא ויגאלנו בקרוב ממש.

(משיחת פורים תשכ״ו)

Reader controls and commentary are loading.