B"H
🏡

Ikar

תצוה א

א.

אין פסוק "ואתה הקרב אליך את אהרן אחיך גו׳ לכהנו לי" 1 ,

שטעלט זיך רש״י אויף די ווערטער "ואתה הקרב אליך" און איז מפרש: "לאחר שתגמור מלאכת המשכן".

דארף מען פארשטיין:

א)

פון וואנעט נעמט עס רש״י אז דער ציווי למשה צו מאכן אהרן ובניו פאר כהנים מיינט,

אז ער זאל דאס טאן

( ניט גלייך,

נאר)

"לאחר שתגמור מלאכת המשכן"?

די קשיא איז נאך שטארקער: דעם ציווי "ועשית בגדי קדש גו'" פון קומענדיקן פסוק,

און אזוי אויך דעם ציווי "ואתה תדבר אל כל חכמי לב גו'" וואס שטייט מיט א פסוק ווייטער ,

האט דאך משה געדארפט טאן פריער

(ווארום דאס איז דאך א חלק פון מלאכת המשכן).

היינט פארוואס זאל מען לערנען אז דער ציווי "ואתה הקרב אליך" איז אנדערש פון די אנדערע ציוויים; אז זיין קיום זאל זיין שפעטער ,

ערשט "לאחר שתגמור מלאכת המשכן" 2 ?

ב)

מיט זיין פירוש "לאחר שתגמור כו׳",

איז דאך רש״י נאר מפרש ווען עס זאל זיין דער "הקרב".

פארוואס איז ער מעתיק

(פארן פירוש)

נוסף אויף דעם ווארט "הקרב" אויך די ווערטער "ואתה" 3

און "אליך"?

איז משמע דערפון אז רש״י׳ס הוכחה צו מפרש זיין "לאחר שתגמור מלאכת המשכן" איז טאקע פון די ווערטער — " ואתה הקרב אליך ".

ב.

מפרשים זאגן,

אז רש״י מוז לערנען אז דער קיום הציווי "ואתה הקרב אליך" קומט " לאחר שתגמור כו'״ — ווייל די הקרבה פון אהרן ובניו "לכהנו לי" איז געווען דורך די בגדי כהונה

(ווי עס שטייט מיט צוויי פסוקים ווייטער 5

"ועשו את בגדי אהרן לקדשו לכהנו לי")

; ווי אויך דורך דעם חינוך אין די ימי המילואים

(ווי עס שטייט ווייטער אין דער סדרה 6

— "וזה הדבר אשר תעשה גו׳ לקדש אותם לכהן לי״)

— און דאס איז דאך געווען ערשט לאחר גמר מלאכת המשכן 7 .

ס׳איז אבער שווער אזוי צו זאגן.

ווייל

[נוסף לזה וואס דאס פארענטפערט ניט די קשיא: פארוואס איז רש״י מעתיק אויך דעם ווארט "אליך" 8 ]

לויט רש״י׳ס שיטה,

איז דער "לכהנו לי" פון אונזער פסוק און דער "לכהנו לי" ביי עשיית בגדי כהונה

(און אזוי אויך דער "לכהן לי" פון פרשת המילואים),

זיינען צוויי באזונדערע ענינים,

וכדלקמן.

ג.

אויף די ווערטער "לקדשו לכהנו לי" וואס שטייען ביי "ועשו את בגדי אהרן" 5 ,

איז רש״י מפרש: "לקדשו להכניסו בכהונה ע״י הבגדים שיהא כהן לי ולשון כהונה שירות הוא.

שנטריאה בלעז".

זאגן מפרשים 9 ,

אז רש״י איז דא מפרש צוויי ענינים: א)

אז "לקדשו" און "לכהנו לי" זיינען ניט קיין צוויי ענינים,

נאר "לכהנו לי" איז דער אפטייטש פון "לקדשו" 10 .

ב)

אז "לכהנו לי" מיינט ניט צו מאכן אים פאר א כהן

(שם התואר )

— ווארום "לשון כהונה שירות הוא",

און דערויף לייגט זיך ניט דער אויסשפראך "צו מאכן אים פאר א משרת״ — נאר דער פירוש איז ״להכניסו בכהונה״,

אריינבריינגען עם אין

(דער פעולה פון)

כהונה

(שירות).

און די מפרשים זיינען מבאר אז דעם פירוש פון "לכהנו לי" זאגט רש״י ערשט אין פסוק "ואתה תדבר גו׳״ — כאטש דער זעלבער לשון שטייט שוין פריער אין פסוק "ואתה הקרב אליך״ — ווייל דער עיקר וואס רש״י וויל דא זאגן איז ניט דעם פירוש פון "לכהנו לי",

נאר אז דאס איז איין ענין מיט "לקדשו": אז אין וואס באשטייט דער ״לקדשו״ — אין "להכניסו בכהונה": און זאגנדיק דעם לשון "להכניסו בכהונה"

(וואס דאס איז דער טייטש פון "לכהנו לי"),

איז רש״י מוסיף "ולשון כהונה שירות הוא",

וואס דערמיט באווייזט ער אז "לכהנו לי" מיינט ניט מאכן אים פאר א כהן,

נאר "להכניסו בכהונה",

כנ״ל.

ס׳איז אבער ניט מובן:

א)

דערפון גופא וואס רש״י דארף מוסיף זיין "ולשון כהונה שירות הוא",

בכדי צו באווייזן אז "לכהנו לי" מיינט "להכניסו בכהונה",

איז דאך מוכח,

אז ער נעמט עס אן פאר א חידוש 11

— האט ער במילא געדארפט זאגן דעם פירוש "להכניסו בכהונה" מיט דער הוכחה "ולשון כהונה שירות הוא" ביי די ווערטער "לכהנו לי" וואס שטייען פריער — בכדי דער תלמיד זאל ניט האבן קיין טעות 12

אין דעם פירוש פון די ווערטער ווען ער לערנט זיי צום ערשטן מאל?

ב)

אמת טאקע אז "לשון כהונה שירות הוא״ — איז דאך אבער דער ווארט "כהן" אומעטום א שם התואר אויפן מענטשן 13 .

היינט פארוואס זאל מען ניט לערנען 14

אז "לכהנו

(לי)

" מיינט — צו מאכן אים 15

פאר א כהן 16 ?

איז דערפון מוכח,

אז די ווערטער "לכהנו לי" כשלעצמם,

קען מען טאקע אויך טייטשן צו מאכן אים פאר א כהן 17 .

און דערפאר איז רש״י ניט מפרש "לכהנו לי" אין פסוק "ואתה הקרב אליך",

ווארום דארט איז דער פירוש פון די ווערטער כפשוטם .

און דאס וואס ווייטער דארף רש״י יע מפרש זיין אז "לכהנו לי" מיינט "להכניסו בכהונה כו' שירות הוא כו'",

איז עס מצד דעם ווייל דאס שטייט צוזאמען מיט "לקדשו",

כדלקמן.

ד.

אין "לקדשו לכהנו לי" וואס שטייט ביי "ועשו את בגדי אהרן" איז רש״י׳ן שווער:

אויך אין פסוק "ואתה הקרב אליך גו' לכהנו לי" איז שוין משה נצטווה געווארן צו מאכן אהרן ובניו פאר כהנים — און דארט פארבינדט ניט דער פסוק דעם "לכהנו לי" מיט עשיית בגדי כהונה.

ד.

ה.

אז אויך אן די בגדים האט משה

(געקענט און)

געמאכט זיי פאר כהנים.

היינט וואס איז דער פירוש פון "ועשו את בגדי אהרן גו' לכהנו לי",

אז בכדי צו מאכן אהרן׳ען פאר א כהן האט מען געמוזט האבן די בגדים?

בדוחק האט מען געקענט פארענטפערן,

אז אויך "ואתה הקרב גו' לכהנו לי" פון אונזער פסוק מיינט אז דאס זאל זיין דורך די בגדים.

נאר צום ערשטן זאגט דער פסוק דעם עצם הענין

(אז ער זאל מאכן אהרן ובניו פאר כהנים),

און דערנאך,

ווען ער רעדט וועגן דעם ציווי אויף עשיית בגדי כהונה,

איז ער מפרש ווי אזוי דער ענין ווערט אויפגעטאן,

אז דער "לכהנו לי" ווערט דורך די בגדים.

רש״י וויל אבער אזוי ניט לערנען

[נוסף לזה וואס דאס איז א "דוחק"].

ווייל אויב שפעטער איז דער פסוק מפרש בלויז ווי אזוי עס ווערט אויפגעטאן דער "לכהנו לי",

אבער דער "לכהנו לי" גופא איז דא דער זעלבער ווי אין פריערדיקן פסוק,

האט דאן דער פסוק דא געדארפט שרייבן דעם זעלבן לשון ווי פריער.

פארוואס־זשע שטייט ביים ציווי ואתה הקרב בלויז "לכהנו לי" און ביי בגדי כהונה שטייט " לקדשו לכהנו לי"?

איז דערפון געדרונגען,

אז דורך די בגדים טוט זיך אויף א נייע,

א גרעסערע זאך ווי דורך "הקרב גו׳ לכהנו לי".

דעריבער איז רש״י מפרש "לקדשו להכניסו בכהונה ע״י הבגדים כו׳",

אז דורך די בגדים 18

טוט זיך אויף — " לקדשו להכניסו בכהונה",

כדלקמן.

ה.

כאמור לעיל

(ס״ג),

איז דער ווארט "כהן"

( ניט קיין שם ע״ש הפעולה 19

וואס זאל מיינען: דער וואס איז משרת ,

נאר)

א שם התואר וואס באצייכנט א געוויסן סוג מענטשן וואס האבן אין זיך א געוויסע מעלה צוליב וועלכע זיי זיינען שייך צו כהונה,

שירות

(ער איז א משרת )

: לאחרי ווי אהרן ובניו זיינען נמשח געווארן לכהונה,

ווערן זיי און זייערע קינדער עד סוף כל הדורות גערופן מיטן נאמען ״כהנים״,

און פאר דעם — האט מען די בכורים גערופן "כהנים".

און כשם ווי דער נאמען "כהנים" פאר זרעו של אהרן איז ניט קיין שם הפעולה,

נאר א שם התואר והמעלה

[וואס דערפאר ווערן אלע בני אהרן גערופן "כהנים",

אויך די וואס זיינען ניט נתחנך געווארן 20

לעבודה 21 ,

און אפילו אזעלכע וואס זיינען פסול צו עבודה 22 ],

אזוי איז אויך דער פריערדיקער נאמען "כהנים" פאר בכורים געווען א שם התואר והמעלה 23 .

און דאס איז דער חילוק פון "לכהנו לי" וואס שטייט ביי "ואתה הקרב אליך" צו " לקדשו לכהנו לי" וואס ווערט אויפגעטאן דורך "בגדי אהרן": צום ערשטן איז משה נצטווה געווארן צו אויסטיילן אהרן ובניו פון אלע אנדערע אידן 24

און מאכן זיי פאר

(א סוג פון)

כהנים; און דערנאך איז ער אנגעזאגט געווארן " לקדשו לכהנו לי",

אז

(לאחרי ווי זיי וועלן שוין זיין "כהנים" 25 ),

זאל ער זיי

(דורך די בגדים 18 )

הייליקן און אריינברענגען אין כהונה 26 ,

אין "שירות",

ד.

ה.

אריינפירן זיי אין דער עבודה פון כהונה.

ו.

ע״פ הנ״ל,

אז דער פירוש פון "לכהנו לי" אין פסוק "ואתה הקרב אליך" איז צו מאכן אהרן ובניו פאר כהנים — ניט ווי "לקדשו לכהנו לי" ביי די בגדים

[ועד״ז " לקדש אותם לכהן לי" וואס שטייט ביי די מילואים]

וואס מיינט אריינפירן זיי אין דער עבודה פון כהונה,

איז פארשטאנדיק,

אז מצד דעם "הקרב גו׳ לכהנו לי" אליין,

האט מען געקענט לערנען אז משה איז נצטווה געווארן צו מאכן זיי גלייך פאר כהנים: און רש״י׳ס הכרח צו לערנען "לאחר שתגמור מלאכת המשכן" איז פונעם לשון " ואתה הקרב אליך ",

און ווי דער דיוק לעיל ס״א.

איז דער ביאור אין דעם:

פארוואס שטייט ביים ציווי צו משה׳ן

(ער זאל מאכן אהרן ובניו פאר כהנים)

" ואתה הקרב אליך" 27

,

אז משה זאל זיי דערנעענטערן צו זיך — איז עס ווייל משה איז שוין דאן געווען א כהן 28 .

און דערפאר האט עם דער אויבערשטער געזאגט "ואתה הקרב אליך את אהרן ואת בניו גו׳ לכהנו לי",

אז ער זאל דערנענטערן אהרן ובניו צו זיך ,

אז אויך זיי זאלן זיין כהנים 29 .

ס׳איז אבער נאך ניט מובן:

א)

אויך ווען עס זאל ניט שטיין " ואתה הקרב אליך ",

נאר בלויז "לכהנו לי",

וואלט לכאורה געווען קלאר דער פירוש פון ציווי.

צוליב וואס איז דער פסוק מדגיש " ואתה הקרב אליך ״ ?

ב)

די קשיא איז נאך שטארקער: די מעלה המיוחדת פון משה׳ן איז דאך באשטאנען

( ניט אין דעם ענין הכהונה,

נאר)

אין אנדערע ענינים,

צו וועלכע כהנים האבן לכאורה קיין שייכות ניט.

[און ווי געלערנט פריער אין פרשת יתרו 30 ,

אז בלויז משה האט געקענט עולה זיין בהר,

אבער "הכהנים גו׳ יתקדשו גו׳"].

איז פארוואס זאל אויף "לכהנו לי" געזאגט ווערן " ואתה הקרב אליך ",

וואס ווייזט אז דורך זייער ווערן כהנים וועלן זיי ווערן נאענט צו מדריגת משה ?

דערויף איז רש״י מפרש "לאחר שתגמור מלאכת המשכן":

ווען אהרן ובניו וואלטן געווארן כהנים פארן גמר מלאכת המשכן,

אפילו אויב זיי וואלטן מקריב געווען קרבנות

(ווי די בכורים וואס האבן געטאן די עבודה,

כאטש ביי זיי איז ניט געווען קיין בגדי כהונה),

וואלט טאקע דערויף ניט געקענט געזאגט ווערן " ואתה הקרב אליך ",

ווארום אויך די ״כהנים הנגשים אל ה׳ — להקריב קרבנות" 31

זיינען געווען א "מחיצה לעצמם" און האבן ניט געטארט צוגיין

(ניט נאר צום ארט וואו משה איז געשטאנען,

נאר)

אפילו צום ארט וואו אהרן איז געשטאנען 32 .

אבער "לאחר שתגמור מלאכת המשכן",

וואס די כהנים וועלכע טוען די עבודה גייען דאך אריין אין משכן,

אין דעם ארט וואו משה פלעגט אריינגיין הערן דעם דיבור השם 33

; איז הגם אז צום ווערן ראוי צו טאן די עבודה בפועל האט מען געמוזט אנקומען צו די בגדי כהונה

(כנ״ל ס״ה),

וויבאלד אבער אז אויך דער "לכהנו לי" פאר דעם איז דאך ענינו ומעלתו 34

צו טאן די עבודה אין משכן

(מער ניט וואס ס׳האט געפעלט דער ענין בפועל — ובדוגמת כהנים איצטער ,

אדער — איידער זיי זיינען נתחנך געווארן לעבודה),

ווערט דערפאר געזאגט אויף דעם " ואתה הקרב אליך ".

ז.

ע״פ הנ״ל,

אז אויך דער "לכהנו לי״ — וואס מיינט דער עצם ענין הכהונה — איז געווארן ערשט "לאחר שתגמור מלאכת המשכן",

וועט ווערן פארענטפערט א קשיא בדין:

דער דין איז,

אז א כהן ששימש לע״ז טאר ניט משמש זיין אין מקדש 33 .

ווערט דא די שאלה: אהרן האט דאך געבויט א מזבח פאר דעם עגל 36

[וואס שיטת רש"י 37

איז,

אז ביים בויען א מזבח פאר דעם אויבערשטן דארף זיין "תחלת עשייתו לשמי",

און לויט דעם קומט אויס,

אז דאס בויען א מזבח איז אן ענין פון "שימש" 38 ].

איז אמת טאקע,

אז אהרן׳ס כוונה ביי "ויבן מזבח" איז געווען בכדי "לדחותם" 39 ,

אבער בפועל האט ער דאך געבויט דעם מזבח "לפניו",

פאר דעם עגל — היינט ווי האט ער דערנאך געמעגט טאן די עבודה אין משכן 40 ?

אבער לפי הנ״ל,

אז אהרן ובניו זיינען געווארן כהנים ערשט לאחרי גמר מלאכת המשכן,

ווערט עס פארענטפערט בפשטות: דער דין פון כהן ששימש לע״ז כו׳ איז דוקא אויב אין דער צייט ששימש איז ער געווען א כהן,

און וויבאלד אז בעת׳ן בויען דעם "מזבח לפניו" איז נאך אהרן קיין כהן ניט געווען,

איז ער ניט געווען אין כלל פון " כהן ששימש כו׳".

ח.

פון די ענינים פון "יינה של תורה" וואס אין דעם פרש״י:

כשם ווי משה רבינו,

כאטש ער איז געווען דער רועה פון אלע אידן פון זיין דור,

און אויך פון אלע שפעטערדיקע דורות 41 ,

איז ער פונדעסטוועגן נצטווה געווארן "ואתה הקרב אליך את אהרן גו׳ מתוך בני ישראל לכהנו לי״ — "מתוך בני ישראל" גופא האט ער

(ע״פ ציווי ה׳)

דערנענטערט צו זיך אהרן ובניו,

אז זיי זאלן טאן

(שפעטער,

נאכן נתחנך ווערן בכהונה)

די עבודה אין משכן פאר אלע 42

אידן,

עד״ז איז אויך ביי "אתפשטותי׳ דמשה שבכל דרא ודרא" 43 ,

די נשיאי ישראל 44

פון יעדן דור,

ביז צו כ״ק מו״ח אדמו״ר נשיא דורנו,

אז הגם ענינו של נשיא איז צו משפיע זיין פאר אלע אידן 45 ,

ובלשון רש״י 46

"הנשיא הוא הכל"

[וואס דערפאר ווערן זיי אנגערופן " ראשי אלפי ישראל",

בדוגמת א ראש,

וואס ער איז משפיע חיות צו אלע אברים,

ביז אפילו צו צפרנים 47 ],

איז אבער פאראן די הנהגה פון "ואתה הקרב אליך גו׳ מתוך בני ישראל",

אז צו די וואס גייען "בדרך ישרה אשר הורנו מדרכיו כו׳" 48

האט דער רבי זיך אפגעגעבן ביחוד 49 ,

ער האט זיי מקרב געווען און דערהויבן ביז " אליך ",

געגעבן זיי זיינע כחות און זיי אריינגענומען אין דעם "חיל ה׳" 59 ,

בכדי זיי זאלן מפיץ זיין תורתו וכו׳ צו אלע אידן

(ווי די כהנים,

וואס דורך "הקרב אליך ",

האבן זיי באקומען דעם כח פון משה׳ן צו טאן די עבודה פאר כל ישראל).

און וויבאלד אז אלע ענינים זיינען בהשגחה פרטית,

ובמיוחד ווען עס האנדלט זיך וועגן בני ישראל,

און די השגחה פרטית האט אויסדערוויילט אט די אידן צו ווערן דעם רבי׳נס תלמידים וכו׳,

מיט וועלכע ער דארף זיך אפגעבן ביחוד ע״פ תורה 51

,

קומט דאך במילא אויס,

אז דער "ואתה הקרב אליך" איז ע״פ ציווי ה׳

(בדוגמת "ואתה הקרב" ביי משה רבינו).

ט.

זיינען אבער פאראן אזעלכע וואס טענה׳ן,

אז זיי האלטן נאך פאר דער עבודה פון "בגדי כהונה" און ״חינוך למילואים״ — ובפרט אז "ידע אינש בנפשי׳",

און ס׳קען זיין אז ער איז דורכגעפאלן אין כו״כ ענינים און האט זיך ניט געפירט ווי עס פאסט פאר א תלמיד פון א נשיא ישראל — היינט ווי קען ער האבן א שייכות וקירוב צו משה שבדורו,

בעת ער איז ר״ל "מחולל מן הכהונה"?

אויף דעם זאגט רש״י,

אז אפילו א כהן וואס בפועל קען ער איצטער ניט טאן די עבודה

[צי ווייל אים פעלט דער חינוך לכהונה,

אדער ווייל ער איז א "בעל מום" צי א "חלל"],

איז ער סיי ווי א כהן,

און משה גיט אים זיינע כחות,

ווארום אויך לגבי אים שטייט " ואתה הקרב אליך ".

— ווערן אויס ״כהן״ קען ער ניט; דאס איז לגמרי ניט תלוי אין זיין בחירה.

זיין בחירה באשטייט נאר אין דעם,

צי ער זאל ממלא זיין תפקידו,

אדער ח״ו ניט.

אבער זיין תפקיד ליגט אויף עם!

ובמילא האט ער דעם זכות און די אחריות צו

[מתקן זיין זיינע "מומים",

אראפנעמען דעם "חילול",

אנטאן די "בגדי כהונה" וכו׳,

און]

טאן די עבודה — ביז צו טאן די עבודה פאר אלע אידן,

דורך ברענגען צו זיי דעם אור פון תומ״צ צוזאמען מיטן מאור שבתורה,

און מאכן אויך זיי פאר "כהנים".

י.

דער יצה״ר איז דאך אבער א "קלוגינקער" 52 ,

טוט ער זיך אן אין אן איצטלא פון "ענוה" און הויבט אן איינ׳טענה׳ן: דו זאגסט דאך אליין אז דו האסט נאך גענוג ארבעט מיט זיך אליין — סיי אין "סור מרע",

אויסהיילן די מומים און באפרייען זיך פון חילול: און סיי אין "ועשה טוב",

אנטאן די בגדי כהונה און נתחנך ווערן לכהונה — איז אויב "סמוך לפלטין שלך לא כבשת" 53 ,

היינט ווי קענסטו טראכטן וועגן א צווייטן אידן?

ווי וועסטו — וויסנדיק ווער דו ביסט — קענען פועל זיין אויף עם?

!

דערויף זאגט רש״י "לאחר שתגמור מלאכת המשכן": משה רבינו האט שוין פארענדיקט די מלאכת המשכן פאר יעדער אידן און אויפגעטאן דעם "ושכנתי בתוכם,

בתוך כאו״א מישראל" 54

; וואס מען מאנט פון דיר איז אויפצוטאן אין דעם צווייטן אידן ניט א נייעם ענין,

נאר מגלה זיין דעם "משכן" וואס איז שוין פארטיק בתוכו

(און אויך דאס,

דעם גילוי המשכן,

דארפסטו טאן ניט מיט דיינע כחות נאר בכחו של משה,

כנ״ל ס״ח).

און דעריבער איז א דבר ברור,

אז אויב נאר דו וועסט זיך ניט לאזן פארפירן פון די פיתויי היצר און טאן דיין תפקיד,

וועסטו זיכער מצליח זיין,

אין דיין ארבעט,

ביז צום מגלה זיין דעם משכן דאקרי מקדש 55

וואס ביי יעדער אידן.

וואס דאס וועט ממהר זיין און מקרב זיין דעם גילוי פון דעם מקדש

(הכללי)

כפשוטו

(דער בית המקדש השלישי),

וואס אויך דער מקדש איז שוין פארטיק און ער דארף בלויז אראפקומען און נתגלה ווערן למטה 56 ,

בביאת משיח צדקנו,

בקרוב ממש.

(משיחת ש״פ תצוה תשכ״ז)

Reader controls and commentary are loading.