א.
אין פסוק "ראשית בכורי אדמתך גו׳ לא תבשל גדי בחלב אמו" 1
שטעלט זיך רש״י
(אין צווייטן דיבור)
אויף "לא תבשל גדי" און איז מפרש: "אף עגל וכבש בכלל גדי שאין גדי אלא לשון ולד רך ממה שאתה מוצא בכמה מקומות שכתב גדי והוצרך לפרש אחריו עזים את 2
גדי העזים 3
שני גדיי עזים 4
ללמדך שכל מקום שנאמר גדי סתם אף עגל וכבש במשמע 5 .
ובשלשה מקומות 6
נכתב בתורה אחד לאיסור אכילה ואחד לאיסור הנאה ואחד לאיסור בישול" 7
.
איז אין דעם ניט מובן: דער סיום פון רש״י׳ס פירוש "ובשלשה מקומות נכתב בתורה כו'" האט לכאורה קיין שייכות ניט צום אנהויב פון זיין פירוש "אף עגל וכבש בכלל גדי כו'".
וואלט דאך מער געפאסט אז רש״י זאל שרייבן די צוויי ענינים
("אף עגל וכבש כו'" און "ובשלשה מקומות כו׳")
אין צווי באזונדערע דיבור־המתחיל׳ס,
און פאר דעם ענין "ובשלשה מקומות כו'" זאל ער נאכאמאל מעתיק זיין די ווערטער ״לא תבשל גדי״ — ווי דרכו של רש״י אין אנדערע ערטער ביי ענלעכע פאלן?
די קשיא איז נאך שטארקער: די צווי ענינים הנ״ל,
איז ניט נאר וואס זיי טיילן זיך אויס אין זייער תוכן,
נאר זיי באציען זיך אויף באזונדערע ווער־ טער פון פסוק: דער טייל פון פירוש ״אף עגל וכבש כו'״ טייטשט אפ נאר דעם ווארט "גדי",
און ס׳איז לכאורה ניט נויטיק
(צוליב דעם טייל פון זיין פירוש)
צו מעתיק זיין אויך די ווער־ טער ״לא תבשל״; דאקעגן פארן צווייטן טייל פון זיין פירוש "ובשלשה מקומות כו'",
וואו ער איז מפרש וואס די כללות האזהרה חזר׳ט זיך איבער דריי מאל,
נויטיקט זיך צו מעתיק זיין בלויז "לא תבשל".
ובמילא ווערט דאך די קשיא
(ניט נאר פארוואס ביידע ענינים זיינען אין זעלבן דיבור,
נאר אויך —)
פארוואס שרייבט רש״י ביידע ענינים אויף אלע דריי ווערטער "לא תבשל גדי" ?
אויך איז ניט מובן דער סדר ווי רש״י ברענגט די צורי ענינים: ווי־ באלד אז מיט זיין פירוש "ובשלשה מקומות כו'" באווארנט ער צוליב וואס עס דארף בכלל שטיין די אזהרה "לא תבשל גו׳״; דאקעגן מיט זיין זאגן "אף עגל וכבש כו"׳ איז ער בלויז מפרש דעם ווארט "גדי",
האט ער דאך געדארפט מקדים זיין "ובשלשה מקומות כו׳״ פאר ״אף עגל וכבש כו'" 8
— פארוואס שטעלט רש״י די צווי ענינים בסדר הפוך?
ב.
בנוגע דעם סדר ווי רש״י שרייבט די צוויי ענינים — דעם פי׳ "ובשלשה מקומות כו"׳ נאך דעם פי׳ "אף עגל וכבש בכלל גדי כו״׳ — קען מען מבאר זיין:
לויט רש״י׳ס פירוש "אחד לאיסור אכילה וא׳ לאיסור הנאה וא׳ לאיסור בישול" מוז מען זאגן,
אז דאס וואס אויך אין די צוויי ערטער וואו די תורה אסר׳ט אכילה און הנאה שטייט דער לשון "לא תבשל",
איז עס מצד דעם וואס בישול איז די התחלה וועלכע ברענגט צו אכילה און הנאה: ווען א מענטש קאכט א דבר מאכל,
טוט ער דאס בכדי צו עסן אים אדער צוליב הנאה האבן פון אים אויף אן אנדער וועג: געבן דאס עסן זיין קינד,
פאר־ קויפן א.
ז.
וו.
און דערפאר זאגט אן די תורה דעם איסור אכילה און הנאת מיטן לשון ״לא תבשל״ — ווייל דאס איז בדוגמת* 8
ווי דער "בן חמש
(למקרא)
" ווייס,
אז בשעת ער גייט טאן א ניט־גוטע זאך,
שרייט אים דער מלמד: גיי ניט — אעפ״י אז דעם מלמד ארט
(ניט דער גיין,
נאר)
די פעולה וועלכע ער גרייט זיך צו טאן 9 .
(ע״ד ווי מען געפינט אין אן אנדער ארט 10 ,
אז די אזהרה ניט צו עסן קיין קדשים,
זאגט דער פסוק מיטן לשון "בכל קודש לא תגע״ — וױיל דאס אנרירן א דבר מאכל איז די התחלה וואס ברענגט צו אכילה).
ס׳איז דאך אבער מובן,
אז אפטייטשן ״תבשל״ — אכילה אדער הנאה,
איז דאס ניט "פשוטו של מקרא" אין דעם "מקרא"
(פסוק)
מצד עצמו,
נאר וויל ס׳איז ניטא קיין אנדער ברירה 11
מחמת אן אנדער ענין.
ובפרשתנו אויב דער פירוש פון "תבשל" זאל זיין כפשוטו,
וועט דער ציווי "לא תבשל גדי בחלב אמו" אין צוויי ערטער זיין איבעריק״ : ווען מען זאל אבער קענען איינלערנען אן אנדער פירוש וועלכער זאל מסביר זיין וואס דער לאו דארף שטיין בג׳ מקומות,
וואלט מען געלערנט אז "תבשל" אין אלע דריי ערטער איז כפשוטו.
און דעריבער שרייבט רש״י זיין פי׳ "ובשלשה מקומות כו׳ אחד לאיסור אכילה כו׳" נאך זיין פירוש "אף עגל וכבש כו'" ובהמשך אחד:
וואלט מען אנגענומען אז "גדי" מיינט בלויז "גדי עזים",
קען מען דאן מסביר זיין די "שלשה מקומות" א סך גלאטיקער: דער ערשטער "לא תבשל גדי גו"׳ אסר׳ט גדי עזים,
דער צוויי־ טער — עגל וכבש 13
(וועלכע זיינען אמנאענטסטן צו ״גדי״ — דערמיט וואס אויך זיי זיינען א ולד רך פון מין הבהמה 14 ),
און דער דריטער — ולד רך פון מין החי׳ 15 .
און כאטש אז לויט דעם פירוש איז אין צוויי ערטער דער ווארט "גדי" ניט כפשוטו ממש — איז אבער מובן,
אז ס׳איז פיל גלאטיקער צו זאגן אז דער פסוק רופט אן "ולד רך " פון אן עגל וכו׳ מיטן לשון "גדי" דערפאר וואס ער האט די זעלבע תכונה
(אייגענ־ שאפט) 16
ווי דאס פלייש פון א גדי וואס צייכנט זיך אויס מיט דעם וואס ס׳איז ווייך,
איידער צו זאגן,
אז דער פסוק אסר׳ט אכילה און הנאה מיטן לשון ״לא תבשל״ — דערפאר וואס דער צוועק פון בישול איז אכילה אדער הנאה.
אבער — לאחרי ווי מיר ווייסן,
ווי רש״י איז מפרש "אף עגל וכבש בכלל גדי" און מען קען שוין ניט זאגן אז אין די אנדערע צוויי ערטער קומען צו נאך פרטים אין דעם ענין פון "גדי" — ווארום "גדי" מיינט שוין יעדן ולד רך פון מין הבהמה 17 ,
בלייבט איצט צו מרבה זיין נאר איין זאך: ולד רך פון מין החי׳,
און איבעריקע פסוקים זיינען דאך פאראן צווי 18
— מוז מען לערנען,
אז די דריי לאוין קומען אסר׳ן
(ניט דריי פרטים אין "גדי",
נאר)
דריי פרטים אין ״לא תבשל״: אכילה,
הנאה און בישול.
ג.
עס בלייבט נאך אבער אלץ שווער: אין פיל ערטער שרייבט רש״י זיין פירוש אויף א ווארט וואס שטייט שפע־ טער אין פסוק פריער ווי ער איז מפרש א ווארט וואס שטייט אין פסוק פאר דעם.
און דאס איז אין א פאל וואו דער פירוש אויפן פריערדיקן ווארט ווערט מוכרח
(אדער פארשטאנדיק)
ערשט נאך זיין פירוש אויפן שפעטערדיקן ווארט.
אבער אויך אין אזא פאל,
אויב נאר די צוױי פירושים זיינען פארשידענע ענינים
(מער ניט וואס איינער איז מכריח דעם צווייטן),
טיילט זיי רש״י אויס אין צוויי באזונדערע דיבורים.
און אויב רש״י שרייבט יע צוויי ענינים אין איין און דעם זעלבן דיבור,
איז עס א בא־ ווייז אז די פארבינדונג צווישן זיי בא־ שטייט
(ניט בלויז אין דעם וואס איינער איז מכריח אדער ער איז א סיבה אויפן צווייטן,
נאר)
אויך אין זייער תוכן,
ד.
ה.
אז דער אינהאלט
(א טייל פון עם,
אדער אינגאנצן)
פון די ביידע ענינים איז דער זעלבער,
און דעריבער קומען זיי אין איין המשך.
איז עפי״ז ניט מובן: וואס איז די נקודה המשותפת אין דעם תוכן פון די צוויי ענינים — "אף עגל ובבש בכלל גדי" צו פארטייטשן דעם ווארט "גדי",
און "ובשלשה מקומות כו׳" צו מפרש זיין דעם טעם וואס דער לאו שטייט דריי מאל — וואס צוליב זייער משותף׳־ דיקן אינהאלט שרייבט זיי רש״י אין דעם זעלביקן דיבור
(ובפרט אז דער ערשטער חלק איז נאר אויפן ווארט ״גדי״ — ניט אויף "לא תבשל")?
ד.
נוסף אויף דער שוועריקייט הנ״ל
(וואס איז די תוכן׳דיקע שייכות פון "ובשלשה מקומות נכתב בתורה כו"׳ צו התחלת הפירוש "אף עגל וכבש כו'"),
איז ניט מובן אויך דער גוף הפירוש "ובשלשה מקומות כו׳":
אין פאל ווען א קשיא אויף א פסוק קומט מצד אן אנדער פסוק,
איז דרכו של רש״י צו באווארענען די קשיא ביים צווייטן פסוק — ניט ביים ערשטן.
ווארום בעת׳ן לערנען דעם ערשטן פסוק ווערט נאך ביים תלמיד ניט געשאפן קיין קשיא,
וועלכע מ׳זאל דארפן פארענטפערן.
על אחת כמה וכמה דארטן וואו די קשיא איז
(ניט מצד א סתירה פון איין פסוק אויפן צווייטן,
נאר)
מצד דעם וואס איין זאך שטייט צוויי אדער מערערע מאל — איז דאך מובן בפשטות,
אז עס האט ניט קיין ארט צו מפרש זיין און דערציילן אין ערשטן פסוק דעם חידוש וואס ווערט אויפגעטאן נאר מצד דעם וואס א צווייטער פסוק,
וואס קומט
(א סך)
שפעטער איז,
לכאורה,
איברריג 19 .
איז דאך זייער שווער וואס רש״י שרייבט דא ״ובג׳ מקומות כו"׳: וואס איו איצט אין אונזער פסוק נוגע צו מפרש זיין די חידושים וואס קומען ארויס נאר מצד די ווייטערדיקע צוויי פסוקים 20 ?
ב)
לויט דער פשטות לשון הפסוק "לא תבשל גו'" וואלט געדארפט אויס־ קומען,
אז ווען עס שטייט בלויז איין מאל וואלט עס געמיינט דעם איסור בישול׳ "לא תבשל"; ווען "לא תבשל" שטייט נאך צוויי מאל,
איז מען מרבה
(אויסער בישול)
אויך איסור אכילה — פון צווייטן מאל און איסור הנאה — פון דריטן מאל.
אבער רש״י׳ס לשון איז "אחד לאיסור אכילה וא׳ לאיסור הנאה וא' לאיסור בישול״ 21
— וויסנדיק אז אין פרש״י איז אויך דער סדר בדיוק,
קומט דער־ פון ארויס,
אז דער ערשטער "לא תבשל" גייט אויף איסור אכילה,
דער צוויי־ טער — אויף איסור הנאה,
און ערשט דער דריטער גייט אויף איסור בישול! איז מוכח דערפון,
אז דאס וואס "לא תבשל״ מיינט בישול כפשוטו — איז אזא חידוש גדול אז מען זאגט אים נאר נאכדעם ווי ס׳איז ניטא קיין שום אנדער ברירה
(ווייל אכילה און הנאה ווייס מען שוין פון די פריערדיקע צוויי פסוקים)
! פון וואנעט נעמט עס רש״י ?
דער פלא איז נאך גרעסער: דער רמב״ם אין ספר המצות שלו 22
און דער חינוך בספרו 23
— וואס זיינען ביידע הלכה ־ספרים — זיינען מפרש 24
אז "לא תבשל" פין פ׳ משפטים מיינט,
כפשוטו,
איסור בישול,
און "לא תבשל" פון פ׳ תשא און פ׳ ראה — וויבאלד זיי זיינען געזאגט געווארן ״פעם שני״׳ — גיי־ ען זיי אויף איסור אכילה און איסור הנאה.
און רש״י,
וואס איז מפרש פשוטו של מקרא,
לערנט גאר אז די ערשטע צוויי אזהרות זיינען אויף איסור אכילה והנאה,
און ערשט די דריטע — זאגט אן דעם איסור בישול!
ה.
איז דער ביאור אין דעם: רש״י מיט זיין פירוש "ובג׳ מקומות כו'" איז אויסן צו פארענטפערן א דבר תמוה וואס שטעלט זיך באלד איז אונזער פסוק "לא תבשל גדי":
מען געפינט ניט אין ערגעץ בתורה
(ופשיטא — לויט די ידיעות און וואס עס זעט א בן חמש למקרא)
אז א זאך זאל זיין אסור בבישול: געוויסע זאכן זיינען אסור באכילה,
אנדערע זאכן זיי־ נען אסור בהנאה — אבער קיין שום אנדער זאך איז ניט אסור בבישול 25 .
פארוואס זאל עפעס "גדי בחלב אמו" זיק אסור בבישול 26 ?
דערפאר איז רש״י מבאר גלייך דא "ובג׳ מקומות נכתב בתורה אחד לאיסור אכילה כו׳",
אז אונזער פסוק אסר׳ט טאקע ניט קיין בישול,
נאר ער איז אן אזהרה אויף איסור אכילה 27 .
נאר בכדי צו קענען איינלערנען אזא פירוש לפי דרך רש״י — פשוטו של מקרא,
מוז רש״י מבאר זיין ״ובג׳ מקומות כו׳״:
ווען "לא תבשל" וואלט געשטאנען בלויז איין מאל,
וואלט מען געמוזט לער־ נען אז ער מיינט איסור בישול כפשוטו,
טראץ דעם וואס מען געפינט ניט ער־ געץ־וואו אן ענלעכן איסור.
ווארום אעפ״י אז עס איז א חידוש גדול — ווארום ״לא מצאתי לו חבר״ — קיין שום זאך איז ניט אסור בבישול — מען קען אבער ניט טייטשן תבשל — אכילה.
וויבאלד אבער אז "בג׳ מקומות נכתב בתורה״,
וואס בפשטות — איז עס ניט "להרבות בלאוין" נאר דאס זיינען דריי אזהרות אויף דריי באזונדערע עני־ נים 28 ,
און היות ווי אין צוויי ערטער מוז מען ארויסנעמען דעם "לא תבשל" פון זיין משמעות כפשוטה און פאר־ טייטשן אז ער מיינט
(ניט תבשל ווי עס בלייבט ביים בישול,
נאר דאס וואס עס קומט גלייך נאכדעם,
וואס צוליב דעם קאכט ער —)
אכילה און הנאה.
און אלע דריי זאכן זיינען אסור — בישול אכילה והנאה,
איז מסתבר צו זאגן,
אז דער ערש־ טער "לא תבשל" מיינט אכילה,
וואס אן איסור אכילה איז גאר ניט קיין חידוש — דער ערשטער איסור בתורה איז ״לא תאכל ממנו״
(פון עץ הדעת) 29 ,
[און כאטש אז ביים איסור אכילה פון "גדי בחלב אמו" איז אויך דא א חידוש מצד דעם וואס יעדערער פון זיי
("גדי" און "חלב")
פאר זיך איז דאך מותר באכילה 30
— איז אבער דער חידוש קיין נייעס ניט אפילו ביי א בן חמש למקרא,
ווארום ער ווייס שוין וועגן דעם איסור שעטנז 31 ]
;
מיטן צווייטן "לא תבשל" איז די תורה מוסיף מער איסור אין "גדי בחלב אמו״ — איסור הנאה; און דער איסור בישול — וועלכער איז א חידוש גדול ביותר
(א סוג איסור וואס איז פאראן נאר ביי ״גדי בחלב אמו״)
— לערנט מען אפ ערשט פון דריטן מאל.
ו.
לכאורה קען מען דערויף פרעגן: סוף כל סוף איז דאך אויך לויט פירוש רש״י בפשוטו של מקרא — בשר בחלב אסור בבישול,
היינט וואס קומט אונז ארויס
(עס זאל זיין ווייניגער חידוש)
דורכן מפרש זיין אז דער ערש־ טער
(און צווייטער)
לא תבשל מיינט ניט איסור בישול?
וואס מאכט עס אונז גרינגער אויב די גזירת הכתוב שטייט ניט אין פ׳ משפטים נאר אין פ׳ ראה?
אין אמת׳ן איז עס אבער פארשטאנדיק: ווען מ׳לערנט אז "לא תבשל" מיינט נאר בישול
(עכ״פ — מען ווייס נאך ניט וועגן איסור אכילה והנאה)
— איז עס טאקע דאן א חידוש גדול ביותר.
אנדערש איז אבער ווען מיר ווייסן
(שוין)
אז בשר בחלב איז אסור באכילה ובהנאה; דאן קען מען שוין פארשטיין דעם איסור בישול אין דעם,
די הסברה בפשטות : דער איסור בישול ביי בשר בחלב איז א תוצאה פון איסור אכילה והנאה: דער איסור אכילה והנאה איז אזוי הארב
(ביי בשר בחלב),
ביז אז מצד אים האט די תורה גע׳אסר׳ט אויך דעם בישול פון בשר בחלב — ווייל ער קען ברענ־ גען צו אכילה והנאה 32 .
דוגמא לדבר פון פריער שוין: אז חוה האט דערהערט אז "מפרי עץ הגן נאכל ומפרי העץ אשר בתוך הגן
(און פונ־ דעסטוועגן)
אמר אלקים לא תאכלו ממנו" — איז ביי איר געווען בפשיטות 33
אז דער ציווי איז אויך
(כולל)
"ולא תגעו בו" 34 .
און דאס איז א ביאור נוסף אויף דעם וואס רש״י לערנט דעם איסור בישול ביי בשר בחלב ערשט אין דעם דריטן ״לא תבשל״ — הגם דאס איז ניט בהתאם צום פשוט׳ן טייטש — ווייל
(אויסער דעם וואס די סברא איז מחייב צו אפשטופן אן איסור וואס אנטהאלט מער חידוש אויף אלץ שפעטער,
כנ״ל סעיף ה׳)
— דער איסור פון בישול ווערט פארשטאנדיק און האט אן ארט דוקא נאך דעם און מצד דעם וואס בשר בחלב איז אסור באכילה ובהנאה* 34 .
ז.
עפ״י הנ״ל וועט מען אויך פאר־ שטיין די שייכות פון סיום דברי רש״י "ובשלשה מקומות נכתב בתורה אחד לאיסור אכילה כו׳" צו התחלת פירושו "אף עגל וכבש בכלל גדי כו׳":
מיטן פירוש "אף עגל וכבש בכלל גדי" איז רש״י אויסן
(ניט בלויז צו מפרש זיין דעם טייטש פון "גדי" נאר)
אויך צו באווארענען א שאלה וואס שטעלט זיך אין די ווערטער "לא תבשל גדי" — אויף וועלכע ער שטעלט זיך: מיט וואס איז ״גדי״ אויסגעטיילט פון אנדערע סארטן בהמות אז דוקא אויף אים איז דא דער איסור "לא תבשל בחלב אמו" ?
בכלל געפינט מען ניט בתורה חילוקים — בנוגע צו איסורים וכיוצא בו — פון איין בהמה צו א צווייטער און אויף אזוי פיל איז דאס פשוט,
אז דערפאר איז רש״י מפרש
(אן קיין שום ראיות אויף דעם)
אז ״יגח שור״ — מיינט "אחד שור ואחד כל בהמה וחי׳ ועוף" 35 .
אין דאס באווארנט רש״י מיט זיין פירוש "אף עגל וכבש בכלל גדי"* 35 ,
אז דער איסור "לא תבשל גו׳" איז טאקע אויך אויף עגל וכבש 36 .
[און כאטש אז אויך לויט פירוש רש״י ווערט נכלל אין ״גדי״ בלויז ולד רך 37
און נאר)
פון בהמות
(ניט פון חיות) 38
— קען מען ניט פרעגן: מיט וואס איז ולד רך פון בהמות אנדערש פון אלע אנדערע סארטן — ווייל וויבאלד אז דער איסור לא תבשל
(אין דעם פסוק)
איז כפשוטו 30
״בחלב אמו״ 40
,
איז פאר־ שטאנדיק אז דער טעם האיסור איז מצד אכזריות 41
בבעלי חיים
(וא״כ מכש״כ שאסור צער שלהם) 42 ,
ובמילא איז שוין מובן פארוואס דער איסור גייט אן דוקא ביי ״גדי״ — ווייל דער ״בישול״
(כולל אלע דריי פרטים: אכילה,
הנאה און בישול)
פון א יונגן ולד אין זיין מוטערס מילך,
איז מער אכזריות ווי פון אן עלטערן,
און ביי א יונגן ולד גופא איז עס מער אין דעם מין הבהמה 42 ,
וואס זיינען מער ברשות פון דעם מענטשן ווי חיות״,
און — בכלל — שוואכער פון זיי א.
ז.
וו.].
ועפי״ז קומט אויס,
אז ביידע ענינים וואס רש״י שרייבט איןסזיין פירוש אויף ״לא תבשל גדי״ — "אף עגל וכבש בכלל גדי" אין וועלכן ער איז מסביר דעם טעם האיסור דוקא ביי "גדי",
און "ובשלשה מקומות כו׳ לאיסור אכילה כו׳" וואו ער איז מסביר דעם טעם פון איסור לא תבשל — האבן אין זיך א נקודה משותפת: דורך ביידע ענינים ברענגט ער ארויס אז דער איסור "לא תבשל גדי" איז ניט קיין גזירת הכתוב וואס איז כלל וכלל ניט מובן,
נאר עס האט א הסברה אויך אין שכל.
ח.
אין פירוש רש״י איז דאך אויך פאראן ״יינה של תורה״ 45
— איז איינע פון די הוראות וואס מען קען אפלערנען פון דער רש״י :
די איינציקע זאך וואס די תורה האט גע׳אסר׳ט בבישול — איז גדי בחלב אמו.
ועפ״י האמור לעיל — איז דער טעם — לשלול אכזריות וצער פון בעלי חיים,
וואס פון דעם זעט מען אויף וויפל ס׳איז חמור דער איסור פון צער בעלי חיים 46
: טראץ דעם וואס דער ענין פון צער בע״ח דירעקט,
איז א טעם צו אסר׳ן גדי בחלב אמו נאר באכילה
(אדער אויך בהנאה),
האט עס די תורה גע׳אסר׳ט אויך בבישול,
דערפאר וואס דערפון קען ארויסקומען אכילה 47 .
און פון דעם דארף מען זיך אפלער־ נען אויף וויפל מען דארף זיין געהיט בכל המיני זהירות ניט גורם זיין ח״ו קיין צער צו א צוױיטן אידן.
ווארום מה דאך ביי בעלי חיים האט די תורה מקפיד געווען אזוי פיל אויף זייער צער,
היינט מכל שכן בנוגע צו מענטשן,
ובשייכות צו אידן בפרט
(דער עם הנבחר — בחרתנו מכל העמים)
— על אחת כמה וכמה.
(משיחת ש״פ תשא תשכ״ח)