א.
ס׳איז ידוע אז בעת ההסתלקות קומען זיך צוזאמען " כל מעשיו ותורתו ועבודתו אשר עבד כל ימי חייו" 1 .
דערפון איז פארשטאנדיק,
אז אין דעם מאמר ד״ה באתי לגני וואס דער רבי בעל ההילולא האט ארויסגעגעבן צו זיין יום ההסתלקות
[ובפרט אין דער התחלה וסיום פון מאמר — וואס דער תוכן פון יעדער ענין זעט זיך אן מער בגילוי אין זיין התחלה 2
וסיום 3 ]
קומט צום אויסדרוק א נקודה עיקרית פון כל עמלו,
וואס ער האט געהארעוועט בחיים חיותו בעלמא דין.
פון די נקודות העיקריות פון דער עבודה פון בעל ההילולא — וואס דאס האט ער אויך געמאנט פון די אלע וואס הולכים בדרכיו אשר הורנו,
זיינען:
א)
צו פארשפרייטן תומ״צ — כולל אויך דעם מאור שבתורה — בכל מקום ומקום",
אויך אין אזעלכע ער־ טער וואס זיינען
(בגילוי)
גאר קיין כלים ניט צו תומ״צ בכלל,
און על אחת כו״כ ניט קיין כלים צו חסידות.
ב)
אז די ארבעט פון הפצת התורה ומצות וכו׳ זאל מען טאן מיט דער גרעסטער זריזות.
און אט־די צוויי נקודות ווייזט ער אן אין דער התחלה וסיום פון דעם מאמר.
ב.
אין אנהויב פון מאמר ברענגט דער רבי בעל ההילולא דעם מאמר המדרש 5
אויפן פסוק 6
באתי לגני אחותי כלה: "לגן אין כתיב כאן אלא לגני לגנוני למקום שהי׳ עיקרי בתח־ לה דעיקר שכינה בתחתונים היתה",
ד.
ה.
אז די השראת השכינה בתחתונים וואס איז געווען בעת הקמת המשכן
(וואס דערויף זאגט דער אויבערשטער "באתי לגני")
איז שוין געווען בתחילת הבריאה
(און ניט ווי דער מ״ד 7
אז "דבר חידוש הוא").
מער ניט וואס דורכן חטא עה״ד והחטאים שלאחריו איז — "פסק",
און דערנאך,
בעת הקמת המשכן,
"חזר לכמות שהי׳".
און אין דעם סיום המאמר ברענגט ער דעם מדרש 8
"אין אדם שליט לומר המתינו לי עד שאעשה חשבו־ נותי ועד שאצוה לביתי כו"׳,
וואס דעריבער טאר מען ניט אפלייגן אויף שפעטער די ארבעט וואס מען האט צו טאן,
ווארום "מי הוא היודע עתו וזמנו".
מיטן ברענגען בתחלת וסיום המאמר אט־די צוויי מדרשים,
ווייזט ער אן די צוויי נקודות הנ״ל: מיטן מדרש בסיום המאמר ווייזט ער אן,
אז די ארבעט דארף געטאן ווערן בזריזות; און מיטן מדרש בתחילת המאמר ווייזט ער אן אין וואס עס דארף בא־ שטיין די ארבעט גופא: פארשפרייטן תומ״צ בכל מקום ומקום,
כדלקמן.
ג.
בשעת א איד באטראכט זיך אין דעם מצב פון דער וועלט,
וואס עוה״ז איז דאך
(ווי דער אלטער רבי זאגט")
" מלא קליפות וסט״א",
ד.
ה.
אז יעדער נקודה פון עוה״ז איז פול מיט קליפות: ביז אז דער נאמען פון עוה״ז — וואס דער נאמען פון יעדער זאך ווייזט אויף איר מהות 10
— איז ״עולם הקליפות וסט״א" 11 ,
קען ער ביי זיך טראכטן:
וויבאלד אז דער אויבערשטער האט באשאפן די וועלט אויף אזא אופן אז זי זאל זיין "עולם הקליפות",
איז דאך ניט שייך אז איך זאל זי קענען איבערמאכן.
און וויבאלד אזוי — וועל איך זיך אפזונדערן פון וועלט און זיין אפגעשלאסן אין די ד׳ אמות פון תורה און תפלה און ניט האבן צו טאן מיט וועלט!
אויף דעם איז דער רבי מסביר גלייך בתחלת המאמר,
אז אדרבה: דאס וואס די וועלט איז אן עולם הקליפות איז עס
[ ניט אן ענין וואס מצד דעם עצם מהות פון עוה״ז איז מוכרח אזוי,
נאר ס׳איז]
א צוגעקומענע זאך,
אן ענין וואס איז ניתוסף געווארן
( לאחרי הבריאה)
דורכן חטא עה״ד וכו׳; אבער מצד איר עצם מהות,
איז גאר פאראן א מעלה אין עוה״ז לגבי די עולמות עליונים,
ווארום עיקר שכינה איז דוקא בתחתונים היתה .
קען מען אבער נאך אלץ טענה׳ן: אמת טאקע,
אז בתחילת הבריאה איז געווען אנדערש; אבער איצטער איז דאך די וועלט "פול" מיט קליפות ״והרשעים גוברים 11
בו"?
אויף דעם קומט דער הסבר ווייטער אין מאמר,
אז דער תכלית הכוונה אין בריאת והתהוות העולמות איז דאס וואס ״נתאוה 12
הקב״ה להיות לו ית׳ דירה בתחתונים",
און היות אז די כוונה וועט דאך זיכער דורכגעפירט ווערן
[ווארום וויבאלד אז די מציאות הבריאה איז באשאפן געווארן
(און זי ווערט באשאפן בכל רגע ורגע 13
)
צוליב דער כוונה,
איז דאך ניט שייך אז די עניני הבריאה,
מעשה בני אדם
(חטא עה״ד וכו׳),
זאלן האבן כח 14
צו מנגד זיין און ניט צולאזן ח״ו די אויספירונג פון דער כוונה]
און סוכ״ס וועט די וועלט ווערן א דירה לו ית׳ — קומט דאך אויס אז דער איצטיקער שינוי אין וועלט,
אט־דאס וואס זי איז אן "עולם הקליפות",
איז א "שינוי החוזר לברייתו"
(ווארום סוכ״ס וועט דאך קומען א צייט ווען "ואת רוח הטומאה אעביר מן הארץ״ 15
ווי ס׳איז געווען קודם החטא),
און "שינוי החוזר לברייתו לא שמי׳ שינוי" 16 ,
הייסט עס דאך אז בפנימיות איז אויך איצטער די וועלט א "דירה לו ית׳״ 17 .
ובפרט אז דער שינוי
(איז ניט נאר אז ער קען חוזר זיין לברייתו נאר ער)
וועט זיכער חוזר זיין לברייתו,
כנ״ל.
און וויבאלד אז דער גילוי לעתיד וועט זיין אין אן אופן פון " מלאה 18
הארץ דיעה את הוי׳ כמים לים מכסים" 19
און "וידע כל פעול כי אתה פעלתו"* 19 ,
קומט ממילא אויס,
אז אויך איצטער
(בפנימיות)
איז אזוי אין יעדער נקודה פון וועלט,
אויך אפילו דארטן וואו עס זעט זיך אן כאילו א התנגדות צו אלקות,
צו זיין א דירה לו ית׳.
און דעריבער דארף מען מפיץ זיין יהדות בכל מקום ומקום ,
בכדי צו מגלה זיין דעם טוב וואס איז דא אין יעדן ארט.
ד.
דעם מאמר האט דאך דער רבי ארויסגעגעבן צו יום הסתלקותו — איז די הוראה הנ״ל אין אנפאנג פון מאמר 20
פארבונדן אויך מיט דעם ענין פון הסתלקות:
לאחרי ווי די נשמה ווערט נסתלק פון גוף,
ווערט דער גוף נפסד 21 .
און דא קומט אויף די שאלה: וואס איז דער תכלית פון דער גאנצער עבודה,
וואס א איד הארעוועט אפ במשך כל ימי חייו אויף אויסצואיידלען זיין גוף 22 ,
אויב לאחרי הסתלקותו ווערט ער נפסד?
און די קשיא איז נאך שטארקער: דאס וואס דער גוף ווערט נפסד
(בצאת הנפש מן הגוף)
איז עס דאך
( ניט קיין ענין וואס ווערט אין אים נתחדש ,
נאר)
כמ״ש 23
"עפר אתה ואל עפר תשוב"
(אז מצד דעם וואס אויך איצטער איז ״עפר אתה״ — דעריבער "ואל עפר תשוב "),
און היות אז "שינוי החוזר לברייתו לא שמי׳ שינוי",
איז ער דאך במילא ניט קיין מציאות אמיתי אויך איידער ער איז ״שב לעפרו״ — און וויבאלד אזוי,
קומט דאך אויס לכאורה אז די עבודה פון תומ״צ איז פארבונדן מיט אן ענין וואס איז
(אויך בעת העבודה)
ניט קיין מציאות אמיתי ח״ו?
!
און הגם אז דער "עצם לוז"
(וואס בלייבט איבער פון גוף)
ווערט קײנ־ מאל ניט נפסד 24 ,
און אויך אויף דער תחי׳ פון כללות הגוף שטייט 25
" יחיו מתיך"
(און ניט "יברא"),
ווייל דער אופן התחי׳ וועט זיין
(ניט אז עס וועט באשאפן ווערן א נייער גוף 26 ,
נאר)
אז דער גוף וועט נבנה ווערן פון דעם עצם לוז 27
— וויבאלד אבער אז דער גוף מצד עצמו איז "עפר אתה",
און דאס וואס עס מאנט זיך מצד זיין ענין איז "ואל עפר תשוב",
קומט דאך במילא אויס אז דאס גופא וואס
(דער אופן התחי׳ וועט זיין ניט בדרך בריאה חדשה,
נאר אז)
ער וועט נבנה ווערן פון דעם עצם לוז,
איז עס אן ענין פון "בריאה" חדשה 28
— ווארום דער גדר הגוף מצד ענינו איז ״עפר״ 29 ?
ה.
אויף דעם איז דער ענטפער,
אז פארקערט: וויבאלד אז "עיקר שכינה בתחתונים היתה",
וואס דער־ פאר איז "ובנו בחרת" דוקא אין דעם גוף הגשמי 30 ,
איז במילא דער גוף א מציאות אמיתי וואס אין אים איז קיין הפסד ניט שייך.
און דער שינוי וואס איז אין אים געווארן דורך
(דעם חטא עה״ד און דער "מסובב" פון אים —)
"ואל עפר תשוב",
איז בלויז אין זיין חיצוניות,
ניט אין זיין עצם מהות.
ווארום מעשה בני אדם קען ניט משנה זיין ח״ו
(וכנ״ל ס״ג)
די בחירת העצמות ,
וואס ער האט בוחר געווען אין א אידישן גוף.
און דאס גופא איז דער ביאור דערויף וואס דער "עצם לוז"
[האט ניט נהנה געווען פון דעם עץ הדעת 31
און]
ווערט קיינמאל ניט נפסד — ווייל ער איז די "עצמיות" פון גוף 32 ,
און אין עצמיות
(פון גוף)
איז ניט שייך קיין
(חטא און)
הפסד.
און וויבאלד אז "ובנו בחרת" איז דאך אויך אין כללות הגוף,
איז דער־ פון פארשטאנדיק אז בפנימיות איז אויך אין כללות הגוף ניט שייך קיין הפסד 33 .
און דאס וואס ער וועט לע״ל נבנה ווערן פונעם ״עצם לוז״ — איז עס מצד זיין ענין גופא,
ווייל אין אים איז דא די בחירת העצמות.
ולפי זה קומט אויס,
אז אדרבא מצד דעם וואס "שינוי החוזר לברייתו לא שמי׳ שינוי",
איז ער אויך איצטער א מציאות אמיתי.
ו.
דער יצה״ר איז דאך אבער אן "אומן במלאכתו" 34 ,
איז לאחרי ווי מען שלאגט אפ זיין "טענה"
(אז מען קען ח״ו ניט אויפטאן מיטן גוף און מיט וועלט)
דורך דער הסברה,
אז בפנימיות זיינען זיי גאר טוב און קדושה און די עבודה איז בלויז צו ארויסברענגען דעם טוב וואס אין זיי בפנימיות אל הגילוי,
הויבט ער אן איינצו׳טענה׳ן מיטן מענטשן לאידך גיסא:
בפנימיות זיינען דאך דער גוף און עוה״ז טוב אויך קודם העבודה; ואפילו בנוגע צו "גילוי",
איז דאך אויך א זיכערע זאך
(כנ״ל)
אז סוכ״ס דורך דעם אידן אדער דורך אן אנדער אידן וועלן זיי ווערן א ״דירה לו ית׳״ — היינט וואס האסט דו וואס צו קאכן זיך אין דיין עבודה פון תומ״צ בכדי צו מברר זיין און מזכך זיין דעם גוף און חלקו בעולם; ובפרט — וואס איז אזוי דער ״געװאלד״ אויב דו וועסט עס אפלייגן אויף א וויילע שפעטער?
אויף דעם איז דער רבי בעל ההילולא מסביר אין סיום פון דעם מאמר אז א)
עס איז דא דער ענין פון "אעשה חשבונותי",
"אצוה לביתי",
און ווי באוואוסט דער ענטפער פון אלטן רבי׳ן 35
״דו האסט אלץ דערציילט וואס דו דארפסט,
און אויף וואס דארף מען דיך,
זאגסטו גארניט",
ב)
"מי הוא היודע עתו וזמנו":
יעדער ענין שבעולם איז אויסגע־ שטעלט פון פריער,
דורך וועמען די זאך זאל נתברר ווערן 36
; אזוי איז אויך אויסגעשטעלט אין וואס פאר א זמן דער בירור זאל געטאן ווערן.
און במילא איז דאך רעכט אז דורכן אפלייגן אויף שפעטער,
זאל ער ח״ו פארלירן זיין חשבון און בית וכו׳ 37 .
און דעריבער מוז די עבודה געטאן ווערן בזריזות,
ניט פארלירן קיין איין רגע אין דער ארבעט פון הפצת תומ״צ בכלל און הפצת מעינות החסידות במיוחד — בכל מקום ומקום,
און דאס דארף געטאן ווערן בשמחה וחפץ וכו׳
(וואס במילא קומט זריזות 38
— ובלשון הרמב״ם
(בנוגע ימות המשיח)
נתאוו 39
,
צוגרייטן די גאנצע וועלט צום קיום היעוד 19
"מלאה הארץ דיעה את הוי׳ כמים לים מכסים",
בקרוב ממש.
(משיחת יו״ד שבט וש״פ בשלח תשכ״ט)