B"H
🏡

Ikar

שמות א

א.

בתחילת הסדרה שטעלט זיך רש״י אויף די ווערטער "ואלה שמות בני ישראל" און איז מפרש: "אעפ״י שמנאן בחייהן בשמותם,

חזר ומנאן במיתתן 1 ,

להודיע חיבתן,

שנמשלו לכוכבים שמוציאן ומכניסן במספר ובשמותם שנאמר 2

המוציא במספר צבאם לכולם בשם יקרא״ — אז כאטש ביי זייער לעבן האט מען זיי שוין געציילט מיט׳ן נאמען 3 ,

ציילט ער זיי ווידער א מאל ביי זייער טויט,

בכדי צו מודיע זיין

(און ארויסווייזן)

זייער ליבשאפט; ווייל זיי זיינען געגליכן צו שטערן וואס דער אויבערשטער פירט זיי ארויס און ברענגט זיי אריין מיט א צאל און מיט א נאמען,

ווי עס שטייט "המוציא במספר צבאם לכולם בשם יקרא".

ווי מען לערנט אין פשטות 4 ,

איז מיט׳ן "חזר ומנאן" מיינט רש״י

(ניט די ״בני ישראל״ — יעקב׳ס זין — ווארום זייער צאל באזונדער שטייט גארניט אין פסוק,

ניט אין אונזער פרשה און ניט אין פרשת ויגש 5

— נאר)

די "יוצאי ירך יעקב"

(אריינגערעכנט יעקב׳ס אייניקלעך און אוראייניקלעך)

וואס זיינען געקומען קיין מצרים,

וואס זיי אלע ווערן געציילט סיי אין פרשת ויגש און סיי אין אונזער פרשה — "כל הנפש לבית יעקב הבאה מצרימה שבעים",

און "ויהי כל נפש יוצאי ירך יעקב שבעים נפש".

און דערויף זאגט רש״י,

אז דער טעם פון דעם וואס זיי ווערן דא געציילט א צווייטן מאל איז "להודיע חיבתן כו׳ ".

ועפי״ז איז אויך פארשטאנדיק וואס ביי "חזר ומנאן במיתתן" איז רש״י משמיט דעם ווארט ״בשמותם״ — ער שרייבט עס בלויז ביי "מנאן בחייהן" — ווייל אין אונזער פרשה ווערן ניט אויסגערעכנט די נעמען פון אלע שבעים נפש.

ב.

לויט דעם איז אבער מוקשה דער גאנצער פירוש רש״י,

מתחילתו ועד סופו:

א)

וויבאלד אז רש״י קומט מפרש זיין דאס וואס דער פסוק חזר׳ט איבער נאך אמאל די צאל פון "כל נפש יוצאי ירך יעקב"

(און ניט דאס וואס עס ווערן אויסגערעכנט די נעמען פון די שבטים),

האט זיך דאך רש״י געדארפט שטעלן אויף דעם פסוק "ויהי גו׳ שבעים נפש",

און ניט אויף "ואלה שמות בני ישראל"?

ב)

די שוועריקייט אין אונזער פרשה קומט דאך מצד דעם וואס די יוצאי ירך יעקב זיינען שוין איין מאל געציילט געווארן אין פרשת ויגש,

און ניט מצד די שמות וועלכע ווערן דארט אויסגערעכנט.

טא צוליב וואס איז רש״י מוסיף צום "אעפ״י שמנאן בחייהן" אויך דאס ווארט "בשמותם"?

ג)

וועגן כוכבים זאגט רש״י "שמוציאן ומכניסן במספר ובשמותם״ — אז סיי זייער הכנסה סיי זייער הוצאה איז מיט ביידע זאכן: "במספר ובשמותם".

און כפי המובן בפשטות,

איז "מוציאן" א דוגמא אויף "מנאן בחייהן" און "מכניסן" א דוגמא אויף "מנאן במיתתן".

איז וויבאלד אז די נעמען פון "כל נפש יוצאי ירך יעקב" ווערן ניט דערמאנט אין אונזער פרשה,

דער "מנאן במיתתן" איז ניט "בשמותם",

טא וואס ברענגט רש״י אז די כוכבים איז דער אויבערשטער מכנים בשמותם?

[מפרשים 6

ווילן לערנען,

אז דער דמיון פון די שבעים נפש צו די כוכבים איז בלויז אין "מוציאן

(ומכניסן 7 )

במספר",

און "ובשמותם" איז רש״י מוסיף בלויז אגב אורחא,

ווייל אין פסוק

(פון וועלכן רש״י ברענגט א ראי׳ אז "מוציאן ומכניסן במספר")

שטייט אויך "בשם יקרא".

אבער מובן אז דאס איז א דוחק גדול: אפילו ווען רש״י וואלט דא געדארפט ברענגען אויך דעם ווארט "בשם" פון יענעם פסוק,

וואלט ער צוליב דעם ניט געשריבן אן איבעריקן ווארט בפירושו — ובפרט אז ס׳איז ניט סתם א ווארט נאר אזא ווארט וואס ברענגט אריין א גאנצן ענין

(אז דער אויבערשטער איז מוציא ומכנים די כוכבים אויך בשמותם)

; ועאכו״כ,

אז לויטן פירוש הנ״ל — האט רש״י בכלל ניט געדארפט ברענגען דעם ווארט "בשם" פון יענעם פסוק,

כדלהלן].

ד)

שוין גערעדט פיל מאל — און ווי מען זעט עס בכמה וכמה מקומות אין פירש״י — אז בעת רש״י ברענגט א פסוק צי א מאמר רז״ל,

איז ער מעתיק בלויז יענע ווערטער וועלכע פאדערן זיך לפירושו,

אבער די אנדערע ווערטער פון פסוק צי מאמר איז ער משמיט.

האט דאך רש״י לפי״ז געדארפט ברענגען בלויז די ווערטער "המוציא במספר צבאם גו׳ יקרא"

[וואס יעדער איינציקער ווארט פון זיי איז נוגע לפירושו: ״המוציא״ — צוליב ״מוציאן״,

״במספר״ — צוליב דעם ענין המספר,

״צבאם״ — אז דא רעדט זיך וועגן כוכבים,

און ״יקרא״ — צוליב דעם "מכניסן"

(ווארום אז מען רופט אימעצן,

מיינט מען דאך דערמיט אז יענער זאל קומען צום קורא — "מכניסן" 8 )].

צוליב וואס איז ער מעתיק אויך די ווערטער "לכולם בשם",

ובפרט אז אין דעם נמשל

(שבעים נפש)

איז ניט בשם?

ג.

לכאורה האט מען געקענט איינלערנען,

אז רש״י מיט זיין פירוש "להודיע חיבתן שנמשלו לכוכבים כו׳" קומט באווארענען ביידע זאכן: סיי וואס דער פסוק חזר׳ט איבער נאך אמאל די צאל

(פון די "יוצאי ירך יעקב״)

— "חזר ומנאן",

און אויך וואס דער פסוק חזר׳ט איבער נאך אמאל די שמות

(פון "בני ישראל")

: פונקט ווי כוכבים איז "מוציאן ומכניסן במספר ובשמותם",

אזוי ווערן אויך די "בני ישראל" בחייהן ובמיתתן געציילט אנרופנדיק זיי ביים נאמען.

(און דאס וואס בלויז די שבטים ווערן געציילט בשמותם און ניט זייערע קינדער,

איז עס ווייל אין חיבה זיינען פאראן כמה מדריגות,

און די חיבה צו שבעים נפש איז ניט אזוי גרויס 9

ווי צו "בני ישראל").

ועפי״ז וואלט לכאורה געשטימט דער גאנצער פירש״י: רש״י שטעלט זיך אויף "ואלה שמות בני ישראל" און ניט אויף "שבעים נפש"

(כאטש ער איז מפרש אויך דעם "חזר ומנ אן"),

ווייל דאס איז תחילת הענין

(און ווי מיר געפינען בכמה מקומות וואו רש״י שטעלט זיך אויף די ערשטע ווערטער פון א פסוק צי א פרשה,

כאטש זיין פירוש איז ניט בלויז אויף די ווערטער אויף וועלכע ער שטעלט זיך נאר אויפן גאנצן פסוק צי פרשה)

און דאס וואס רש״י איז מוסיף "בשמותם" ביי "מנאן בחייהן" און ביי די כוכבים,

איז ווייל דאס איז נוגע צו דער קשיא אין דעם תירוץ בשייכות צו די שמות

(בני ישראל)

: ואעפ״כ איז רש״י משמיט דעם ווארט "בשמותם" ביי "חזר ומנאן במיתתן",

ווארום דער רוב פון די מנויים ווערן געציילט ניט בשמותם.

ד.

אין אמת׳ן קען מען אבער אזוי ניט לערנען.

ווייל

א)

דער פארגלייך "שנמשלו לכוכבים כו׳" באציט זיך דאך צו די וואס "חזר ומנאן",

וואס לפי פירוש הנ״ל זיינען דאס אלע שבעים נפש.

און וויבאלד אז די כוכבים — אלע כוכבים 10

— איז דער אויבערשטער ניט בלויז מוציא נאר אויך מכניס במספר ובשמותם,

איז מובן אז די אלע וואס "חזר ומנאן",

אויף וועלכע רש״י זאגט "שנמשלו לכוכבים",

זיינען נמנים בשמותם ניט נאר בחייהן נאר אויך במיתתן.

ב)

ווען רש״י איז מפרש א גאנצן פסוק צי א פרשה,

און ער איז מעתיק פון חומש בתחילת דיבורו דעם אנהויב פון דעם פסוק צי פון דער פרשה,

איז דרכו של רש״י צו מעתיק זיין בלויז די ערשטע ווערטער ממש,

און ניט מער.

איז אויב רש״י וואלט דא מפרש געווען אויך די ווערטער "שבעים נפש" און געוואלט אנצייכענען בתחילת דיבורו די ערשטע ווערטער פון עטלעכע פסוקים,

וואלט ער געשריבן נאר "ואלה שמות"

(אדער גאר "ואלה" אליין)

און ניט געבראכט אויך די ווערטער "בני ישראל".

ובפרט אז מיט "בני ישראל" ווערט אונטערגעשטראכן אז דא ווערן געמיינט די בני יעקב

("ראובן גו'")

און ניט די "שבעים נפש" וועלכע רש״י קומט מפרש זיין.

ג)

פון רש״י׳ס פירוש ווייטער אין פרשת וארא 11

איז מובן אז ער לערנט אז אין פסוק "וימת יוסף וכל אחיו גו" רעדט זיך וועגן מיתת השבטים,

און ניט וועגן מיתת כל השבעים נפש.

— און דאס איז דאך מוכרח ובפשטות — ווארום יוכבד איז דאך איינע פון זיי און זי האט געלעבט פילע יארן נאכדעם.

קען מען דאך ניט זאגן,

אז מיט "חזר ומנאן במיתתן" זאל מען מיינען דעם מנין פון די שבעים נפש.

ה.

פון כל הנ״ל איז קלאר אז רש״י איז דא מפרש בלויז דעם טעם פון דעם וואס די בני ישראל

(יעקב׳ס זין)

ווערן דא נאך אמאל נמנה בשמותם,

אבער דער מנין "שבעים נפש" פון "כל נפש יוצאי ירך יעקב" איז ניט מוקשה רש״י׳ן.

און רש״י נעמט אן אז דאס איז מובן נאר בפשטות,

ביז אז דער "בן חמש למקרא" וועט עס אליין פארשטיין:

ווייטער אין פסוק דערציילט ער בדרך חידוש "ובני ישראל פרו וישרצו וירבו ויעצמו במאד מאד".

און אויף דעם איז דער פסוק מקדים,

אז בעת זייער קומען קיין מצרים זיינען זיי געווען בלויז שבעים נפש,

און דער נאך האבן זיי זיך אזוי שטארק פארמערט,

ביז אז "ותמלא הארץ אותם" 12 .

ואעפ״י אז אין פרשת ויגש 13

שטייט שוין "כל הנפש לבית יעקב הבאה מצרימה שבעים",

וויבאלד אבער אז אין צווישן איז דער פסוק מפסיק מיט אנדעדע ענינים,

חזר׳ט ער עס דא איבער נאך אמאל,

ווייל ס׳איז נוגע צום "פרו וישרצו גו׳" 14 .

דאס וואס רש״י׳ן איז קשה איז דער "ואלה שמות בני ישראל" אויף וואס ער שטעלט זיך: וויבאלד אז דער עצם סיפור פון ביאת בני ישראל למצרים שטייט שוין פריער אין פ ,

ויגש

(און דארט ווערן טאקע אויסגערעכנט די נעמען פון אלע באי מצרים — ווייל ביים סיפור "ויבאו מצרימה יעקב וכל זרעו אתו" 15

וויל דער פסוק דערציילן ווער עס זיינען געווען די באי מצרים),

און אין אונזער פרשה קומט דער ענין בלויז אלס הקדמה צו ״פרו וישרצו גו׳״ כנ״ל 16 ,

איז דאך דא ניט נוגע אויסצורעכענען נאך אמאל די נעמען פון די "בני ישראל",

פונקט ווי ס׳איז ניט נויטיק אויסצורעכענען נאך אמאל די נעמען פון די אנדערע באי מצרים?

אויף דעם איז רש״י מפרש: "אעפ״י שמנאן בחייהן בשמותם חזר ומנאן במיתתן״ — אז דער טעם פון דעם וואס די בני ישראל ווערן ווידעראמאל געציילט אינעם זעלבן אופן

(בשמותם 17 )

ווי מנאן בחייהן איז עס "להודיע חיבתן שנמשלו לכוכבים שמוציאן ומכניסן במספר ובשמותם".

און וויבאלד אז דאס גייט בלויז אויף די בני יעקב

(כנ״ל סוף סעיף ד׳),

דעריבער ווערן דוקא זיי נמנה בשמותם.

ו.

עפי״ז שטעלט זיך אבער די קשיא: לפי ביאור הנ״ל קומט אויס אז רש״י איז דא מפרש בלויז דעם טעם פון דעם וואס דער פסוק רעכנט אויס די נעמען פון "בני ישראל",

און ניט פון זייער צאל — ווארום דער מנין פון יעקב׳ס זין באזונדער ווערט גארניט דערמאנט אין דער פרשה

(און בנוגע צו דעם וואס זיי ווערן געציילט צווישן אלע "שבעים נפש",

איז עס מלכתחילה קיין קשיא ניט,

און מען מוז סיי ווי לערנען אז דער מספר קומט אלס הקדמה צו פרו וישרצו גו׳,

און ניט צוליב "להודיע חיבתן",

וויבאלד אז ביי די שבעים נפש איז עס ניט במיתתן),

טא פארוואס זאגט רש״י "חזר ומנאן" 18

,

און אויך ביי די כוכבים זאגט ער "שמוציאן ומכניסן במספר כו׳״?

איז דער ביאור אין דעם:

בשעת דער פסוק דערציילט אז די "יוצאי ירך יעקב" וואס זיינען געקומען קיין מצרים זיינען געווען "שבעים נפש",

רעכנט ער זיי ניט ווי א זאך פאר זיך,

ער רעכנט זיי בלויז אלס די "בתים" פון די "בני ישראל": די "באים מצרימה" זיינען דא די "בני ישראל": ראובן,

שמעון וגו׳.

נאר אזוי ווי יעדערער פון זיי איז געקומען מיט "ביתו",

זיינען זיי אין סך־הכל — שבעים נפש.

שטעלט זיך דאך די שאלה: וויבאלד אז אין אונזער פרשה איז נוגע דער מספר "שבעים נפש" בכדי דורך דעם ארויסצוברענגען בהדגשה וואס "פרו וישרצו גו׳"

(דאס וואס בתחילה זיינען זיי געווען נאר צוועלף,

ברענגט כלל ניט ארויס דעם "פרו וישרצו" וואס איז געווען אין מצרים,

וויבאלד אז קומענדיק קיין מצרים,

נאך בין החומות 19 ,

זיינען זיי שוין געווען שבעים נפש),

האט דאך דער פסוק געדארפט זאגן בקיצור אז די באי מצרים זיינען געווען שבעים נפש,

און ניט דערמאנען כלל די שבטים בפני עצמם

(אפילו שלא בפירוט שמותיהן).

פון דעם וואס דער פסוק רעדט וועגן ,

כל נפש יוצאי ירך יעקב" אלס די בתים פון די שבטים,

ער איז מונה הייסט עס

(ניט די שבעים נפש גופא נאר)

די צוועלף שבטים "איש וביתו",

איז דאך א ראי׳ אז דא איז נוגע צו ציילן זיי ביחוד.

דעריבער זאגט רש״י אז סיי דער מנאן סיי דער בשמותם איז עס "להודיע חיבתן" אזוי ווי כוכבים וואס מכניסן במספר ובשמותם.

ז.

נאך דעם ווי רש״י איז מפרש דעם טעם פון "חזר ומנאן במיתתן" אז דאס איז "להודיע חיבתן",

איז ער מוסיף: "שנמשלו לכוכבים שמוציאן ומכניסן במספר ובשמותם כו׳".

ווי מען לערנט די רש״י בהשקפה ראשונה,

מיינט עס אז רש״י וויל ברענגען א ראי׳ פון כוכבים,

אז דברים החביבים איז מען מוציא און מכנים במספר ובשם.

עפי״ז איז אבער ניט מובן רש״י׳ס לשון ״שנמשלו לכוכבים״: וויבאלד אז פון כוכבים וויל רש״י ברענגען א ראי׳ אז דברים חביבים איז מען מוציא ומכניס במספר ובשם,

האט ער דאך געדארפט זאגן "וכמו כוכבים שמוציאן כו׳",

וואס איז דא נוגע אז בני ישראל זיינען געגליכן צו כוכבים: אויך ווען זיי וואלטן ניט געווען געגליכן צו כוכבים נאר צו אן אנדער דבר חביב וואלט געווען גוט די ראי׳ אז הודעת החיבה דריקט זיך אויס דורך מספר און שם?

— ובפרט אז לויט פרש״י במגלת אסתר

(ו,

יג)

זיינען אידן אין דער צייט "כאשר יענו אותו״ — ניט נמשלו ככוכבים נאר כעפר.

מוז מען זאגן,

אז מיט׳ן "שנמשלו לכוכבים" מיינט רש״י

(ניט בלויז א ראי׳ נאר אויך)

א טעם: ווייל אידן זיינען ״נמשלו לכוכבים״ — אין זיי זיינען דא די זעלבע אייגנשאפטן וואס זיינען דא אין כוכבים,

דעריבער איז די הודעת החיבה צו זיי דורך מנין און שם,

אזוי ווי כוכבים וואס "מוציאן ומכניסן במספר ובשמותם״.

— וע״פ הנ״ל אז במיתתן מיינט נאר פון די בני ישראל,

איז דאס געווען פאר דעם ויקם מלך חדש גו׳ וכאשר יענו — איז דאמאלס נמשלו לכוכבים.

ח.

דער ביאור אין דעם איז:

חיבה דריקט זיך אויס סיי דורך מנין און סיי דורך קריאה בשם.

און דער "בן חמש למקרא" ווייס שוין די ביידע זאכן פון זיין אייגענעם לעבן,

ביז אז רש״י דארף עס אים גאר ניט מפרש זיין.

א קינד ווייס אז די זאכן וועלכע זיינען אים טייער און ליב,

וויל ער וויסן זייער גענויע צאל,

מצד דעם וואס יעדע איינע האט ביי אים א חשיבות און חביבות מיוחדת 20 .

אויך אז קריאה בשם דריקט אויס חיבה ווייס דער "בן חמש למקרא",

ווארום ער זעט אז זיין פאטער און מוטער,

מצד חיבה צו אים,

האלטן זיי אין איין דערמאנען זיין נאמען.

וואס דורך דעם דריקט זיך אויס זייער אהבה צו אים.

— וואס דערמיט איז אויך מבואר וואס רש״י בריינגט בכ״מ 21

דעם ענין פון קריאת השם און ערקלערט ניט וואס איז די חשיבות אין דעם.

ועוד — וואס רש״י שטעלט זיך ניט אויף ויאמר אליו אברהם 22

— פארענטפערן: מאי קמ״ל? 23

וויבאלד אבער אז אויך איין ענין — מנין אליין און שם אליין — דריקט אויס חיבה,

טא פארוואס איז דא דער "להודיע חיבתן" סיי דורך מנאן סיי דורך בשמותם?

קיין קשיא איז עס טאקע ניט: ווייל יעדער פעולה נוספת דריקט אויס מער חיבה 24

.

דאך איז רש״י מוסיף ביאור: "שנמשלו לכוכבים",

דורך די ווערטער איז ער מסביר

(כפי האמת — כאטש אז אויך אן דעם הסבר איז עס קיין קשיא ניט,

כנ״ל),

אז יעדער איינער פון די צוויי ענינים — מנין און שם — דריקט אויס א באזונדער ענין פון חיבה.

ט.

מספר און שם דריקן אויס צוויי באזונדערע

(היפך׳דיגע)

ענינים פון די זאכן וועלכע ווערן געציילט און נקראים בשם:

מספר דריקט אויס די נקודה פון די דברים הנמנים,

אין וועלכע זיי זיינען אלע בשוה.

דאס וואס כמה וכמה זאכן ווערן געציילט צוזאמען,

אין זעלבן מספר,

איז עס דאך מצד דער נקודה המשותפת שבהם

(ווייל זאכן וועלכע האבן ניט צווישן זיך קיין נקודה משותפת 25 ,

קענען דאך ניט אריינגערעכנט ווערן אין זעלבן חשבון).

דאקעגן ״שם״ דריקט אויס די נקודה אין וועלכע יעדער איינער פון די נקראים בשם איז אפגעטיילט פון דעם צווייטן.

וואס דעריבער האט יעדערער א באזונדער נאמען 26 .

און דאס איז רש״י מסביר מיט "שנמשלו לכוכבים": אין כוכבים זיינען דא צוויי ענינים:

א)

די נקודה המשותפת שבהם,

וואס יעדערער פון זיי איז א כוכב.

און מצד דער גרויסקייט און חשיבות פון יעדער כוכב אלס כוכב,

ווערט ער נמנה במספר.

ב)

יעדער כוכב האט אין זיך אן ענין אין וועלכן ער טיילט זיך אויס פון די אנדערע כוכבים — ווי דער בן חמש למקרא האט עס שוין געלערנט פון דער דוגמא אויף די עלף שבטים — אחד עשר כוכבים 27 .

[און ווי ערקלערט בכ״מ,

אז דורך יעדער כוכב ווערט נשפע א באזונדער השפעה אין וועלט,

מתאים לפי ענינו״ 28 ].

און מצד דער חשיבות פון דעם באזונדערן ענין,

ווערט יעדערער גערופן מיט א באזונדער שם.

און דאס מיינט רש״י מיט "נמשלו לכוכבים",

אז אויך אין אידן זיינען דא די צוויי ענינים: די נקודת היהדות וואס איז גלייך ביי אלע אידן

[דער חלק אלקה ממעל ממש],

זיי זיינען בני יעקב שהקב״ה קראו א־ל 29 ,

און די באזונדערע מעלה וואס איז פאראן אין יעדער אידן באזונדער.

און דערפאר דארף זיך אויסדריקן די הודעת החיבה צו אידן דורך ביידע זאכן: דורך ״מנאן״ װערט ארויסגעוויזן די חיבה צו יעדער אידן מצד זיין נקודת היהדות,

און דורך "בשמותם" ווערט ארויסגעוויזן די חיבה צו יעדער אידן מצד זיין באזונדערע מעלה.

יו״ד.

אין פירש״י איז דאך פאראן אויך ״יינה של תורה״ 30

— איז אין דעם וואס דער "להודיע חיבתן" דריקט זיך אויס דורך "מנאן בשמותם",

פאראן א געשמאקער ענין פון פנימיות התורה.

(וואס לויט דעם ביאור וועלן ווערן פארשטאנדיק כמה דיוקים וואס אין פשטות זיינען זיי ניט אזוי גלאטיק).

״מנין״ און ״שם״ װײזן בײדע אויפן עצם,

וואס איז העכער פון ציורים:

אין "מנין" ווערן דאך אלע געציילט גלייך,

דער גדול שבגדולים איז ניט מער פון איינס און דער פחות שבפחותים איז ניט ווייניקער פון איינס,

ווייל דער גדול שבגדולים ביז דעם פחות שבפחותים איז מצד עצם הנשמה זיינען זיי "כולן מתאימות ואב אחד לכולנה" 31 .

און אויך "שם" איז פארבונדן מיטן עצם וואס איז העכער פון כחות הגלויים 32 ,

וואס דעריבער ווערט דער מענטש גערופן מיטן זעלבן נאמען במשך כל ימי חייו,

טראץ די פארשידענע ענטוויקלונגען וואס קומען פאר אין זיינע כחות הגלויים במשך די יארן פון זיין לעבן.

וויבאלד אבער אז די עבודה פון אן אידן דארף זיין מיט זיינע כחות הגלויים,

און דער נתינת כח צו די כחות הגלויים,

אז זיי זאלן קענען טאן זייער עבודה,

קומט דוקא דורך דעם וואס עס לייכט אין זיי זייער עצם,

(כדלהלן סעיף יד),

דארף דעריבער זיין דער "להודיע חיבתן",

אז די חיבה שמצד העצם,

וואס איז העכער פון גילוי,

זאל ווערן להודיע — שטיין בהתגלות.

און דער גילוי החיבה שמצד העצם,

קומט דורכן "מנאן בשמותם": דורך דעם וואס מען ציילט זיי און מען רופט אן ביים נאמען בגלוי,

קומט דער עצם

(וואס מיט אים איז פארבונדן דער מנין און שם כנ״ל)

אין א גילוי׳דיקן אויסדריק.

יא.

ס׳איז דאך ידוע אז די אהבה עצמית פון עלטערן צו זייערע קינדער ווערט נשתלשל און זי איז,

כביכול,

בדוגמת די אהבה עצמית פון אויבערשטן צו אידן 33

— איז דער גילוי החיבה עצמית שלמעלה וואס קומט

דורך קריאה בשם,

איז פאראן דוגמתה אויך אין אהבת וחיבת ההורים לבנם: די חבה וואס עלטערן דריקן אויס צו זייערע קינדער דורך דערמאנען זיי ביים נאמען

(ובפרט נאך דורך פארציעהן דעם נאמען אדער דורך געבן א צונאמען),

איז פיל טיפער פון דער חיבה וואס דריקט זיך אויס דורך געבן אים א מתנה,

ריידן צו אים דברי אהבה,

און אפילו — דורך חיבוק ונישוק.

ווייל* נתינת מתנה און ריידן דברי אהבה איז תלוי לויטן גיל און הבנה פון דעם קינד: ווען מ׳זאל געבן אן ערוואקסענעם קינד א מתנה וואס פאסט זיך פאר א קליין קינד,

וועט עס ניט נאר ניט אויסדריקן קיין חיבה,

נאר דאס וועט אויסדריקן היפך החיבה: און אזוי אויך לאידך גיסא: געבן א קליין קינד א מתנה וואס פאסט פאר אן ערוואקסענעם,

וועט ניט זיין קיין אויסדרוק פון חיבה 34 .

און אזוי איז עס אויך בנוגע דברי אהבה: דוקא ווען די דברי אהבה זיינען לפי ערך הגיל וההבנה של הבן,

דריקן זיי אויס די חיבה.

און וויבאלד אז מתנה און דברי אהבה — די כלים דורך וועלכע מען באווייזט די חיבה — זיינען אויסגעמאסטן לויט די יארן און פארשטאנד פון דעם בן,

איז דאך מובן,

אז אויך די חיבה וועלכע דריקט זיך אויס דורך די כלים,

איז אן אויסגעמאסטענע.

ובמילא איז עס ניט די אהבה עצמית צום עצם הבן,

וועלכע איז ניט מדוד לויט זיין שכל וכו'.

אפילו די אהבה וחיבה וואס דריקט זיך אויס דורך חיבוק ונישוק,

וואס זיי

(חיבוק ונישוק)

זיינען שייך סיי צו א קליינעם סיי צו אן ערוואקסענעם — פונדעסטוועגן,

פון דעם וואס חיבוק ונישוק זיינען שייך דוקא בעת דער אהוב איז בסמיכות ובקירוב מקום צום אוהב,

איז א ראי׳ אז זיי דריקן נאך ניט אויס די אהבה עצמית ממש,

וועלכע איז ניט מדוד ומוגבל אין מקום.

נאך מער: דער ביטוי החיבה דורך חיבוק ונישוק איז שייך דוקא ווען דער אהוב איז וואך

(און ס׳איז ניט שייך אויסדריקן צו אימעצן חיבה דורך האלדזן און קושן אים בעת ער שלאפט).

וואס פון דעם זעט מען נאך מער אז די אהבה דערביי איז ניט דער עצם האהבה ממש,

ווארום אין "עצם" איז ניטא קיין חילוק צווישן ער און ישן.

משא״כ די אהבה וואס דריקט זיך אויס דורך הזכרת השם,

זעט מען דאך במוחש אז אין דעם זיינען ניטא קיין מדידות והגבלות: ס׳איז קיין נפק״מ ניט צי דער אהוב געפינט זיך בקירוב מקום צי בריחוק מקום,

און מכ״ש אז אין דעם איז קיין נפק״מ ביטא צי דער בן איז א חכם

(אין וועלכן מצב דער בן זאל נאר ניט זיין,

דריקט מען אויס די חיבה צו אים דורך אנרופן אים מיטן זעלבן נאמען)

— ווייל דורך הזכרת השם דריקט זיך אויס די אהבה עצמית וואס איז פארבונדן מיטן עצם הבן,

העכער פון ציורים.

יב.

אעפ״י אז ביידע — מנין און שם — זיינען פארבונדן מיטן עצם שלמעלה מהתחלקות,

פונדעסטוועגן,

איז דא אן אונטערשייד צווישן זיי:

אין ״מנין״ שיידט זיך ניט אפ איינער פון א צווייטן; יעדער איינער פון די נמנים ווערט געציילט אלס איינס.

דאקעגן ביי "שם",

האט דאך יעדער איינער זיין באזונדערן נאמען.

דער העדר ההתחלקות שבשם איז בלויז ביי דעם זעלבן מענטשן גופא,

אז במשך כל שנותיו

(גם מלשון שינוי)

הייסט ער מיטן זעלבן נאמען.

ס׳איז אבער דא א התחלקות פון איינעם ביז א צווייטן.

פון דעם איז מובן אז ״מנין״ װײזט אויף די מדריגה אין נשמה ווי זי איז העכער פון צו זיין פארבונדן מיט א גוף פרטי,

וואס אין דער מדריגה זיינען אלע נשמות גלייך: "כולן מתאימות ואב אחד לכולנה" 31 .

און שם ווייזט אויף די מדריגה פון נשמה ווי זי ווערט נתלבש אין א גוף פרטי.

וכידוע 35

אז א נשמה למעלה האט ניט קיין נאמען.

ערשט ווען זי איז יורד למטה אין גוף,

באקומט זי א נאמען.

און דאס איז דער פירוש פון "מנאן ב שמותם״ — אז אין ״שמותם״ — הארת הנשמה שבגוף — דארף זיין דער ״מנאן״ — גילוי עצם הנשמה.

יג.

עפ״י הנ״ל וועט ווערן פארשטאנדיק א דיוק,

וואס עפ״י פשטות איז ער ניט אינגאנצן גלאטיק:

וויבאלד אז דער טעם פון "חזר ומנאן

(בשמותם)

" איז עס מצד דעם וואס אין דער פרשה שטייט "וימת יוסף וכל אחיו" און מצד חיבתן איז ער מכניסן במספר ובשמותם,

האבן דאך זייערע שמות און זייער צאל געדארפט אויסגערעכנט ווערן אין פסוק "וימת".

פארוואס שטייט דארט "יוסף וכל אחיו" און עס רעכענען זיך ניט אויס ניט זייערע שמות און ניט זייער מנין?

אמת טאקע אז אויך תחילת הפרשה — וואו עס ווערן יע אויסגערעכנט זייערע נעמען

("ואלה שמות גו׳")

און זייער מנין

(אריינגערעכנט אינעם צאל פון די ״שבעים נפש״,

כנ״ל)

— קומט בהמשך צו די ווייטערדיקע פסוקים

("וימת יוסף וכל אחיו גו׳ ובני ישראל פרו וישרצו גו'"),

פונדעסטוועגן,

האט דאך לכאורה געדארפט שטיין זייער מנין און שם ביי "וימת"

(מכניסן)

גופא,

און ניט ביי "הבאים מצרימה" וואס

(קומט נאר בסמיכות צום וימת,

און דער באים גופא)

איז געווען בחייהן 36 ?

איז קיין קשיא איז עס טאקע ניט: מצד דעם "להודיע חיבתן" אליין וואלט די תורה זיי ניט מונה געווען און אויך ניט אויסגערעכנט זייערע שמות.

נאר בשעת דער פסוק איז סייווי מונה אלע באי מצרים,

איז ער מונה די שבטים ביחוד,

און איז זיי מונה בפירוט שמותיהן,

להודיע חיבתן.

[וואס עפי״ז איז מבואר וואס רש״י איז מדייק "מנאן ב שמותן״ — ער ציילט זיי ביי זייערע נעמען

(ניט ווי ביי כוכבים וואס דער מספר מיטן שם זיינען צוויי ענינים ווי רש״י זאגט "במספר ו בשמותם"),

ווייל דער גאנצער ענין פון "שמותם" ביי די שבטים איז ניט קיין ענין בפני עצמו,

ער איז בלויז אן אופן אין דעם ״מנאן״: בשעת אז דער פסוק ציילט זיי שוין

(און אויך דאס,

זייער מנין,

קומט מצד דעם וואס ער ציילט אלע באי מצרים),

ציילט ער זיי בשמותם]

אבער עס פאדערט ביאור: פארוואס זאל דער "בשמותם"

(וואס דאס אליין,

אויך ווען עס קומט בפני עצמו איז עס אן אויסדרוק פון חיבה),

זיין פארבונדן מיט׳ן ״מנאן״ דוקא,

און אפילו דער ״מנאן״ פון די שבטים איז ניט קיין ענין פאר זיך להודיע חיבתן 37 ,

ער קומט דוקא ביי דעם מנין "שבעים נפש" פון אלע באי מצרים?

ועפי״ז איז אויך פארשטאנדיק דער טעם פון דעם וואס "מנאן בשמותם" קומט דוקא ביי דעם ענין פון "הבאים מצרימה",

ווייל די נויטיקייט פון דעם "להודיע חיבתן" איז צוליב די ״שמות 38

בני ישראל הבאים מצרימה 39

— צוליב די הארת הנשמה וועלכע קומט אין די "מצרים" פון גוף ונה״ב,

ביז אין גלות כפשוטו 40 .

אז דורכן ״מנאן בשמותם״ — דורך דעם וואס אין דער הארה וועלכע געפינט זיך אין "מצרים",

איז מאיר די עצם הנשמה וועלכע איז ניט געקומען אין ״מצרים״ — האט אויך זי דעם כח אויף ניט נתפעל ווערן פון די העלמות והסתרים של הגוף ונה״ב 41 ,

און אדרבה,

דורכפירן איר תפקיד,

אויף מברר זיין דעם גוף ונה״ב וחלקו בעולם,

מאכן זיי פאר א כלי צו אלקות 42 .

טו.

כשם ווי עצם הנשמה טוט אויף אין הארת הנשמה שבגוף,

אזוי אויך לאידך גיסא: די הארת הנשמה שבגוף טוט אויף אין עצם הנשמה.

וכידוע 43

אז די עלי׳ וואס עס ווערט אין דער נשמה ע״י ירידתה למטה איז ניט בלויז אין דער הארת הנשמה,

נאר דורך די עבודה פון הארת הנשמה שבגוף

(מצד דעם וואס זי איז פארבונדן מיטן עצם הנשמה,

ביז אז אין דער הארה איז מקושר דער גאנצער עצם 44 ),

ווערט אן עלי׳ אויך אין עצם הנשמה.

און דאס איז דער ענין פון "מנאן בשמותם״ — דער פארבונד פון מנין

(עצם הנשמה)

מיט שם

(הארת הנשמה שבגוף)

— סיי בחייהן סיי במיתתן:

בכדי אז די הארת הנשמה זאל האבן דעם כח דורכפירן איר תפקיד בעת זי געפינט זיך אין גוף — בחייהן — מוז אין איר מאיר זיין דער ״מנאן״ — דער עצם הנשמה.

און דורכן "מנאן בשמותם בחייהן",

וואס דער עצם הנשמה גיט א נתינת כח אין דער הארת הנשמה אויף דורכפירן איר תפקיד בעלמא דין,

איז בשעת עס קומט "במיתתן",

ווען די הארת הנשמה פארענדיקט איר תפקיד — "חזר ומנאן

(בשמותם)

",

אז די הארת הנשמה טוט אויף אז עלי' אין דעם עצם הנשמה.

(משיחת ש״פ שמות תשכ״ה)

Reader controls and commentary are loading.