א.
בתחילת הסדרה שטעלט זיך רש״י אויף די ווערטער "ויהי 1
מקץ",
און איז מפרש: "כתרגומו מסוף.
וכל לשון קץ סוף הוא".
דארף מען פארשטיין:
א)
רש״י איז דאך מפרש נאר דעם ווארט "מקץ",
פארוואס איז ער מעתיק אויך דעם ווארט "ויהי"?
ב)
וואס איז דא אזוי שווער צו טייטשן אז "מקץ" מיינט "מסוף",
וואס צוליב דעם דארף רש״י ניט גאר אפטייטשן דעם ווארט,
נאר ער דארף נאך צו דעם אויך ברענגען ראיות — פריער זאגט ער "כתרגומו",
אז אויך דער תרגום
(אונקלוס וואס איז קרוב צו פשוטו של מקרא 2 )
טייטשט אזוי: און דערנאך איז ער נאך מוסיף א צווייטע ראי׳ 3
פון דעם וואס "כל לשון קץ סוף הוא״ — לכאורה איז זיין פירוש זייער א גלאטיקער און דארף צו זיך ניט האבן קיין ראיות 4 ?
ג)
די קשיא איז נאך שטארקער: דער ווארט "מקץ" ווערט דערמאנט אויך פריער אין חומש — "ויהי מקץ ימים" 5 ,
"ויהי מקץ ארבעים יום" 6
און ״מקץ עשר שנים״ 7
— איז אויב דער ווארט "מקץ" פאדערט ביאור,
האט דאך אים רש״י געדארפט מפרש זיין ביים ערשטן מאל.
פארוואס ווארט ער מיטן מפרש זיין דעם ווארט ביז אונזער פסוק,
און דארף ערשט ברענגען ראיות צו דעם 8 ?
איז דערפון געדרונגען,
אז טראץ דעם וואס עס איז פשוט ,
אז אין אלגעמיין איז דער טייטש.
פון ווארט ״מקץ״ — "מסוף",
און דערפאר דארף עס טאקע רש״י ניט מפרש זיין אין די פריערדיקע ערטער וואו דער ווארט איז פאראן — איז אבער אין אונזער פסוק בפשטות פאראן א געוויסע שוועריקייט אזוי צו טייטשן,
און מצד דעם האט מען לכאורה בעסער געדארפט לערנען "מקץ" אין אונזער פסוק אויף אן אנדער אופן
— דעריבער דארף רש״י מחדש זיין,
אז אויך אין אונזער פסוק איז דער טייטש פון "מקץ" דער זעלבער ווי אומעטום,
און ער דארף אויף דעם אויך ברענגען ראיות.
מען דארף אבער דאס גופא פארשטיין: מיט וואס איז דער ווארט "מקץ" פון אונזער פסוק אנדערש ווי דער זעלבער ווארט אין די אנדערע ערטער?
ב.
איז דער ביאור אין דעם:
ווען תורה זאגט אויף א געוויסער פאסירונג,
אז זי איז געקומען ” מקץ ”
(פון א באשטימטן זמן)
פון א פריערדיקער פאסירונג,
ווייזט עס אז דער צווייטער מאורע איז געקומען
[ניט בלויז נאך דעם ערשטן אין זמן,
נאר אויך]
אלס א תוצאה פון דעם ערשטן מאורע.
ד.
ה.
אז די ערשטע פאסירונג ברענגט די צווייטע
[ווי מ׳זעט עס אין דעם לשון "מקץ" פון אלע פריערדערמאנטע פסוקים: "וקין הי׳ עובד אדמה" האט געבראכט דערצו אז "ויבא קין מפרי האדמה מנחה לה'״; "נראו ראשי ההרים" האט גע׳פועל׳ט אז "ויפתח נח את חלון התבה"; און דאס וואס אברהם אבינו איז געווען "עשר שנים בארץ כנען",
איז געווען די סיבה 9
אויף דעם וואס ער האט גענומען הגר׳ן]
— וואס דערפאר זאגט מען "מקץ",
אז דער ווייטערדיקער מאורע איז קץ — די ענדע און דער אויספיר פון דעם פריערדיקן .
אין אונזער פסוק איז אבער לכאורה ניט שייך צו זאגן אז דער "קץ" וסיום פון דעם פריערדערציילטן ענין איז דאס וואס "ופרעה חולם גו׳ וידבר 10
שר המשקים גו׳״ — ווייל אדרבה : וויבאלד אז דער פריערדיקער מאורע ענדיגט זיך באופן אז " ולא זכר שר המשקים את יוסף וישכחהו " 11 ,
הייסט עס דאך אז דאס וואס האט פאסירט מיטן שר המשקים האט זיך שוין לגמרי פארענדיקט פריער,
און עס האט ניט געבראכט קיין ווייטערדיקע תוצאות 12
(מער ניט וואס לאחרי ווי "ופרעה חולם גו'" און ער האט דערציילט זיין חלום צו אלע חרטומי וחכמי מצרים "ואין פותר אותם לפרעה",
דאס האט געבראכט אז "וידבר שר המשקים גו'" 13 .
אבער דער ענין לעצמו האט ניט געפירט צו קיין ווייטערדיקע תוצאות).
און מצד דעם וואלט מען לכאורה געדארפט לערנען אז דער פירוש פון "מקץ" אין אונזער פסוק איז ניט "מסוף"
[נאר "מתחילה",
כדלקמן סעיף ג׳].
דעריבער דארף רש״י מפרש זיין,
און מוז אויך ברענגען ראיות דערצו,
אז אויך "מקץ" פון אונזער פסוק מיינט "מסוף".
ועפ״ז איז אויך פארשטאנדיק וואס רש״י שטעלט זיך אויף די ווערטער ״ ויהי מקץ״ — הגם אז זיין פירוש איז נאר אויפן ווארט ״מקץ״ — ווייל די גאנצע זאך וואס איז מכריח דעם פירוש אין "מקץ" פון אונזער פסוק,
איז
(ניט דער ווארט "מקץ" גופא,
נאר)
די שוועריקייט אין ” ויהי מקץ ”: דער גאנצער מאורע "ופרעה חולם וגו׳" וואס איז דאן פארגעקומען — "ויהי",
איז לכאורה ניט דער "קץ" פון דעם ענין וואס ווערט דערציילט פריער.
ג.
דער אבן עזרא
[וואס אויך ער לערנט פשוטו של מקרא]
זאגט 14 ,
אז דער ווארט "קץ" קען מיינען ניט בלויז "סוף" נאר אויך "תחילה".
ועפ״ז האט מען געקענט לערנען,
אז "מקץ שנתים ימים" מיינט
(ניט דער סוף,
נאר)
דער אנהויב פון "שנתים ימים" 15 .
און דער פירוש הכתוב איז: בתחילה פון די צוויי יאר איז געווען דער חלום פרעה: דערנאך האט פרעה גערופן יוסף׳ן וכו׳ און נאך די צוויי יאר האבן זיך אנגעהויבן די שבע שני שבע און די שבע שני רעב.
ואע״פ אז אט דער פירוש איז,
כמובן,
א גרויסער דוחק
(ובפרט אז פון פסוק ” וממהר האלקים לעשותו" 16
איז משמע אז די שבע שני שבע האבן זיך אנגעהויבן במהירות — גלייך נאך פרעה׳ס חלום)
— איז דאס אבער אלץ גלאטיקער ווי צו לערנען אז "מקץ" דא מיינט "מסוף",
בשעת אז דער "ופרעה חולם גו'" איז ניט דער "קץ" און תוצאה פון דעם וואס ווערט דערציילט פריער.
וואס דעריבער דארף רש״י ברענגען א ראי׳ צו זיין פירוש,
אז "מקץ" דא מיינט " מסוף ".
ד.
מען דארף נאך אבער פארשטיין:
אמת טאקע אז אין אונזער פסוק איז שווער צו לערנען אז "מקץ" מיינט ״מסוף״ — וויבאלד אבער אז לויט שיטת רש״י איז "כל לשון קץ סוף הוא",
קען מען דאך שוין במילא ניט זאגן אז "מקץ" אין אונזער פסוק זאל מיינען "תחלה",
אנדערש ווי "מקץ" אומעטום .
היינט פארוואס דארף רש״י בריינגען א ראי׳ אויך פון תרגום ?
איז דער ביאור אין דעם:
דער טעם וואס לויטן אבן עזרא קען דער ווארט "קץ" מיינען "פעם ראש פעם סוף",
איז ווייל ער נעמט אן אז דער ווארט "קץ" איז פון לשון "קצה",
א ברעג.
און דעריבער קען דאס מיינען סיי "ראש" סיי "סוף",
ווייל ביידע זיינען "קצוות" 17 .
דערפון איז פארשטאנדיק אז אויך לויט שיטת רש״י אז דער ווארט "קץ" אומעטוס מיינט "סוף",
איז ניט קיין ראי׳ מוכרחת 15
אז ער קען ניט מיינען אויך "תחלה".
ווארום מען קען דאך זאגן אז דאס וואס "קץ" אומעטום באדייט "סוף",
מיינט עס ניט אז דער טייטש פון "קץ" איז "סוף",
נאר ווייל סוף איז א ברעג .
און וויבאלד אזוי,
קען דאך דאס מיינען אויך "תחלה".
דעריבער דארף רש״י אנקומען צו "כתרגומו" 19 .
ה.
פון די ענינים פון "יינה של תורה" אין פרש״י דידן:
אין "ויהי מקץ שנתים ימים" זיינען פאראן צוויי ענינים הפכיים:
(א)
פון איין זייט איז דאס דער קץ און סוף וסיום פון דעם זמן ווען יוסף איז געווען אין בית האסורים
(גלות פון יוסף),
וואס דאן איז די שווערסטע און נידעריקסטע צייט פון יוסף׳ס זיין אין גלות.
וע״ד הידוע 20
וואס כ״ק מו״ח אדמו״ר האט געזאגט בנוגע דעם זמן פון עקבתא דעקבתא דמשיחא,
אז פארטאג איז דער חושך גרעסער.
(ב)
פון דער אנדער זייט איז דוקא אין יענעם זמן דער "קץ" און התחלה פון גאולת יוסף 21 .
און מצד די צוויי ענינים הנ״ל,
זיינען פאראן צוויי פירושים" אויך אין פנימיות התורה: צי דער "קץ" פון אונזער פסוק ווייזט אויף דעם "קץ דשמאלא" 23
אדער אויפן "קץ 24
הימין״ 25 .
ו.
און אט דעם ענין איז רש״י מרמז בפירושו אויף "ויהי מקץ":
כאמור לעיל
(סעיף ב־ג),
קען מען לערנען אין "מקץ שנתים ימים" צוויי פירושים:
א)
די תחילה
(און ראש 26 )
פון די "שנתים ימים" וועלכע קומען שפעטער .
וואס דאס מיינט אז דאן האט זיך אנגעפאנגען גאולת יוסף — מתאים צום פירוש הפנימי — "קץ הימין" 27 .
ב)
דער סוף פון די שנתים ימים וואס זיינען געווען פריער .
אז דאן איז געווען דער סוף הגלות,
ובפנימיות — "קץ דשמאלא" 25 .
און אויך דאס איז רש״י מרמז מיט זיין זאגן ״ כתרגומו מסוף״ — ווייל תרגום
(לשון ארמי)
איז מרמז 29
אויף דעם ענין הגלות.
ז.
נאך אן ענין איז רש״י מרמז אין זיין פירוש:
וויבאלד אז אלע פירושים פון איין און דעם זעלבן פסוק האבן א שייכות צווישן זיך 3
°״ איז פארשטאנדיק אז די צוויי דערמאנטע פירושים
(כאטש זיי זיינען צוויי הפכים),
האבן זיי צווישן זיך א שייכות:
דורך דעם בירור און העלאה פון די ניצוצות הקדושה וועלכע געפינען זיך אין "קץ דשמאלא",
קומט מען צום "קץ הימין" 31 .
און דאס איז רש״י מרמז בסיום פירושו " וכל לשון קץ סוף הוא",
אז אין "סוף" איז פאראן "כל לשון קץ"
[וואס אין דעם איז כלול אויך דער ענין פון "תחלה" כפירוש הראב״ע
(ווארום ס׳איז דאך "אלו ואלו דברי אלקים חיים" 32 )
ביז צום "קץ הימין" וואס שטייט אין סוף דניאל],
ווייל דורכן "סוף",
דורך דעם בירור פון "קץ דשמאלא",
וועט מען קומען צום "קץ הימין",
אין דער גאולה העתידה דורך משיח צדקנו,
יבוא ויגאלנו בקרוב ממש.
(משיחת ש״פ מקץ תשכ״ה)