B"H
🏡

Ikar

אמור א

א.

ביים פסוק "זנתה תמר כלתך גו׳ הוציאוה ותשרף" 1

שטעלט זיך רש״י צום ענדע אויף ״ותשרף״ און זאגט 2

: "אמר אפרים מקשאה משום ר׳ מאיר בתו של שם היתה שהוא כהן לפיכך 3

דנוה בשריפה".

איז אין דעם ניט מובן:א)

דער דין אז א בת כהן שזינתה קומט איר דערפאר שריפה,

ווערט ערשט דערמאנט אין פרשת אמור 4

אבער קודם זמן הציווי

(אפילו לאחרי מ״ת 5 )

האט פאר דעם ניט געקומט קיין שריפה — היינט ווי האט מען תמר׳ן פאר׳משפט לויט דעם דין,

מיט אזויפיל זמן פריער?

ב)

אפילו נאכדעם ווי דער דין איז שוין אנגעזאגט געווארן,

איז ער חל דוקא ווען "זנתה מן האירוסין או מן הנשואין" און "הכל מודים שלא דיבר הכתוב ב­פנוי׳״ 6

; אבער תמר איז דאך דאן געווען א פנוי׳,

ווייל דאס האט פאסירט לאחרי מיתת בעלה 7 ?

ב.

פאראן מפרשים וואס לערנען,

אז אין יענע דורות האט זיך געפירט אז א שומרת יבם שזינתה האט מען דן געווען לשריפה,

ווייל א שומרת יבם האט זיך דאן גערעכנט ווי אן אשת איש 8 .

אין רש״י קען מען אבער ניט אײנלערנען אז דאס וואס מען האט תמר׳ן דן געווען לשריפה ווי א בת כהן שזינתה,

איז עס מחמת דעם וואס אלס שומרת יבם,

האט זי אויף זיך געהאט דעם גדר פון אן אשת איש 9

- ווייל

א)

אין פירוש רש״י ווערט אין ערגעץ ניט דערמאנט אז א שומרת יבם איז ווען עס איז פאררעכנט געווארן ווי אן אשת איש.

ב)

לויט פירש״י איז מוכרח אז תמר האט איבערהויפט ניט געהאט אויף זיך דעם דין פון שומרת יבם,

כדלהלן.

ג.

ס׳איז שױן אמאל גערעדט געװארן באריכות,

אז איינער פון די טעמים וואס אין זיין פירוש אויף "וכל בנותיו" 10

באנוגנט זיך ניט רש״י מיט דעת ר׳ יהודה אז "בנותיו" מיינט כפשוטו,

יעקב׳ס טעכטער ,

נאר ברענגט אויך די דעה פון ר׳ נחמי' אז עס מיינט "כלותיו"

(אעפ״י אז אין פשטות איז דער טייטש בנותיו: טעכטער)

איז — ווייל לויטן פירוש פון ר׳ יהודה׳ן איז מוכרח אז די שבטים האבן חתונה געהאט מיט זייערע שװעסטער 11

(מן האב ,

וואס זיינען מותר לבני נח 13 ),

און אין פשטות לייגט זיך צו זאגן אז די שבטים,

בחיי יעקב עכ״פ,

האבן געהיט כל התורה עד שלא ניתנה 13 .

יתרה מזה בנוגע איסור יבמה לשוק: וויבאלד מען געפינט בנוגע צו מצות יבום אז בכללות האט יהודה אפגעהיט די מצוה — ווארום ער האט דאך געזאגט צו אונן "בא אל אשת אחיך ויבם אותה גו׳ 14 ,

איז די סברא פשוטה אויך מחייב אז ער האט זיך אפגעהיט

(אפי׳ לדעת ר׳ יהודה)

אויך אין דעם לאו "לא תהי׳ אשת המת החוצה לאיש זר",

וויבאלד אט־די שלילה וואקסט ארויס פון דעם חיוב אז "יבמה יבא עלי׳ גו" 15 .

איז דאך אויב אזוי קשה וואס רש״י טייטשט 16

אז "ולא יסף עוד לדעתה" מיינט

(לויט פירוש הב׳)

״לא פסק": ווי קען מען זאגן אז יהודה האט דערנאך גענומען תמר׳ן — זי איז דאך געווען א שומרת יבם לשלה 17 ,

וועלכער איז געווען מבאי מצריים?

אפילו אז מען וועט איינלערנען,

אז לויט ר׳ יהודה׳ן האט טאקע יהודה ניט אפגעהיט דעם איסור יבמה לשוק

(און מען וועט מחלק זיין צווישן דער עשה "יבמה יבא עלי׳" און דעם לאו "לא תהי׳ אשת המת החוצה גו׳״: אדער מען וועט אױס טייטשן,

אז מיטן זאגן "ויבם אותה" איז יהודה ניט געווען אויסן דעם קיום פון מצות יבום,

נאר וױיל אזוי איז דעמאלט געווען דער מנהג 18 ),

וואס עפי״ז וואלט מען געקענט פארענטפערן אז דער פי׳ ״לא פסק״ קומט אויס נאר אליבא דר׳ יהודה,

דאקעגן לויט ר׳ נחמי׳ וועט "לא יסף" געטייטשט ווערן,

ווי רש״י לערנט אין זיין ערשטן פירוש: ״לא הוסיף" 19

וועט אבער נאך אלץ בלייבן שווער 20

: לדעת ר׳ נחמי׳ אז די שבטים האבן

(דעמאלט)

יע מקיים געווען כל התורה עד שלא ניתנה,

קומט דאך אויס אז איך שיהי׳ האט יהודה פריער עובר געווען אויף אן איסור במעשה תמר

(ס׳איז בלויז וואס דער איסור איז באגאנגען געווארן בשוגג,

ווייל "לא ידע כי כלתו היא״ 21 )

— און ווי איז שייך צו זאגן

(א)

אז מען זאל אים מלמעלה 22

דערפירן צו דעם 23

:

(ב)

און אז דוד המלך וכו׳ ביז צו מלך המשיח זאלן ארויסקומען פון א ביאה וועלכע איז אסור — לויט דער הנהגה וואס מ׳האט אויף זיך גענומען 24 ?

נאר דער ביאור אויף דעם איז,

אז עפ״י דרך הפשט איז אין דעם גאנצן ענין מלכתחילה קיין קשיא ניטא: דער איסור פון "לא תהי׳ אשת המת החוצה גו׳" קומט ארויס ווי געזאגט,

ווי א תוצאה פונעם אנזאג "יבמה יבא עלי׳".

אשר ע״כ בנדו״ד

(איז אע״פ אז מ׳וועט זאגן אז די שבטים האבן מחמיר געווען וקיימו כל התורה כולה)

האט אבער שלה תמר׳ן ניט געטארט מייבם זיין מצד דעם וואס "מוחזקת היא זו שימותו אנשי" 25 ,

איז בדרך ממילא בטל דער גאנצער ענין פון יבמה לשוק; און מצד דער זעלבער סיבה איז זי אויך ניט געווען אונטער־געווארפן דעם ענין פון חליצה — ווייל דער גאנצע ענין פון חליצה

(אויך עפ"י דרך הפשט)

איז דוקא גילטיג אין פאל ווען " לא יחפוץ האיש לקחת את יבמתו" 26 ,

אבער ניט בשעת ער טאר איר ניט מייבם זיין 27 .

ד.

לכאורה קען מען נאך אבער אלץ פרעגן א קשיא

(לדעת ר׳ נחמי׳)

: תמר איז דאך געווען כלתו של יהודה — איז דאך דערין געווען דער איסור פון "ערות כלתך לא תגלה" 28 ?

דער אמת אבער איז,

אז בנדו״ד איז ניט שייך

(עפ״י דרך הפשט)

דער איסור פון כלתו 29

:

א)

אויף "ערות אשת אביך" 30

זאגט רש״י ״לרבות לאחר מיתה״ — איז וויבאלד אז מען דארף האבן א ספעציעלן ריבוי צו אסר׳ן אשת האב אויך לאחר מיתתו של האב,

איז דערפון מוכח אז — לשיטת רש״י ובפרט בלימוד ע״ד הפשט — איז ביי אנדערע ענלעכע עריות — ובכללם אויך ״אשת בנך״ — פאלט אוועק דער איסור לאחר מיתה.

און היות אז תמר איז געווען אן אלמנה,

איז זי במילא ניט געווען אסור צו יהודה׳ן מצד אשת בנו.

ב)

אפילו אויב מען זאל זאגן 31 ,

אז פון אשת אב לערנט מען אפ דעם איסור לאחר מיתה אויך בנוגע אלע אנדערע איסורי עריות 32

— איז אבער דער איסור פון "כלתך" אנדערש ווי די איבעריקע: וויבאלד דער פסוק איז מבאר דעם טעם האיסור 33

מצד " תבל עשו — מבלבלין זרע האב בזרע הבן״ 34

איז מסתבר,

אז לאחר מיתת הבן

(אדער ווען גרשה 35 )

ווען ס׳איז מער ניטא דער חשש פון אט־דעם טעם,

פון בלבול — איז זי מותר לאביו.

ג)

נאך מער: אפילו את״ל אז בכלל — איז אויך לאחרי מיתה פאראן דער טעם האיסור,

ווייל אויך מצד זרע הבן פון אמאל הייסט עס שפעטער "תבל" 36

לגבי דעם אב — איז עס אבער ניט שייך כלל בנדו״ד: וויבאלד ער ואונן האבן משחית געווען את זרעם 37 ,

פאסט דא ניט דער גאנצער ענין פון "תבל".

ה.

עפ״י הנ״ל

(סעיף ג׳),

אז תמר האט ניט געהאט א דין פון שומרת יבם,

קומט דאך אויס אז

(ניט בלויז האט זי ניט עובר געווען אויף אן איסור מיתה — ווארום זי איז דאך געווען א פנוי׳ — נאר)

זי האט בכלל ניט עובר געווען אויף קיין שום איסור,

אפילו ניט א איסור לאו.

אם כן ווערט די קשיא נאך שטארקער: פארוואס האט מען איר פארט דן געווען בשריפה?

וועט מען עס פארשטיין בהקדם וואס עס ווערט דערציילט אין דער פריערדיקער סדרה 38 ,

אז שמעון ולוי האבן גע׳הרג׳עט "את חמור ואת שכם בנו" און אויך "כל זכר" פון דער שטאט שכם.

ולכאורה: ווי אזוי האבן זיי עס געמעגט טאן — ס׳איז דאך אן איסור פון שפיכת דמים

(וואס אויך ב״נ זיינען מצווה אויף דעם 39 )?

מוז מען זאגן,

אז דאס וואס ׳׳האומות גדרו עצמן מן העריות״ 40

איז געווען אנגענומען אויף אזא אופן,

אז דער וואס וועט ברעכן אט־דעם גדר וועט אים דערפאר קומען אן עונש פון מיתה.

און דערפאר האט שכם׳ען געקומט מיתה עפ״י דין 41

— ווייל די הגדרה האט געהאט א תוקף עפ״י דין" 42 .

[נאך מער געפינט מען: אויך ווען א יחיד האט אויף זיך מקבל געווען א געוויסן ענין אויף אן אופן אז אויב ער וועט עס ניט אויספירן זאל אים

(אדער אזא וואס איז לגמרי ברשותו)

קומען מיתה,

איז מוכרח מפשטות הכתובים אז די קבלה האט געהאט א תוקף עפ״י דין.

און דאס איז דער הסבר וואס ראובן האט געזאגט 43

"את שני בני תמית אם לא אביאנו אליך"

(און אויך יעקב האט דאס אפגעפרעגט בלויז מיטן נימוק 44

״וכי בניו הם ולא בני״ — און ניט אז די הבטחה איז אויף א זאך שאסור לעשותו)

— ווייל

(לויטן דרך הפשט),

האט מען פאר מ״ת געקענט באקרעפטיגן די קבלה פון א געוויסע זאך — ביז צו מחייב זיין זיך,

אדער די קינדער,

עפ״י דין מיטן עונש פון מיתה פארן ניט דורכפירן אט־די קבלה 45 ].

ועפי״ז קען מען אזוי אויך זאגן בנוגע צו תמר׳ן,

אז דאס וואס מען האט זי דן געווען לשריפה,

איז עס געווען

(ניט צוליב דעם איסור הפסוק "ובת איש כהן גו׳" פון פ׳ אמור 46 ,

נאר)

דערפאר וואס דער דעמאלטיקער גדר בנוגע א בת כהן 47

איז געווען אנגענומען באופן כזה,

אז אויב זי וועט מזנה זיין זאל איר דערפאר קומען שריפה 48 .

ו.

מען דארף נאך אבער פארשטיין: אויב אלס א בת כהן שזינתה האט תמר'ן דאן יע געקומט שריפה,

פארוואס האט איר מער ניט געקומט דער עונש נאך דעם וואס יהודה האט מודיע געווען "ממני היא מעוברת" 49 ?

דער ביאור איז: אויף "הכזונה יעשה את אחותינו" 50

זאגט רש״י: "הכזונה — הפקר" 51 .

וואס דער פירוש דערפון איז,

אז "זונה" הייסט דוקא אזא וואס איז זיך מפקיר צו זנות.

(און דעריבער שטייט ביי דינה׳ן "הכזונה",

מיט א כ״ף הדמיון,

ווייל ביי איר האט דאס פאסירט בדרך אונס).

פון דעם איז מובן בנוגע לעניננו: בשעת מען האט זיך דערוואוסט אז תמר איז מעוברת,

האט מען אנגענומען אז ״ זנתה תמר גו׳ הרה לזנונים ״ 1 .

אבער ווען יהודה האט צו וויסן געגעבן אז " ממני היא מעוברת",

האט מען איינגעזעהן אז זי איז ניט קיין מופקרת,

האט איר ניט געקומט קיין עונש 52 .

ז.

שוין גערעדט פיל מאל,

אז ווען רש״י איז מעתיק א פירוש פון חז״ל אין גמרא אדער מדרש,

ברענגט ער ניט אראפ דעם נאמען פון בעל המאמר אפילו דאן ווען אין גמרא אדער מדרש ווערט ער יע אנגעגעבן — סיידן אין פאל וואס דורך דעם ווערט פארענפערט א געוויסע שוועריקייט אין דעם פירוש

(נאר ווייל די שוועריקייט איז ניט קיין הארבע,

ניט מוכרח בדרך לימוד פשוטו של מקרא — געפינט ניט רש״י פאר נויטיק צו באווארענען דאס בפירוש און באנוגנט זיך בלויז מיט א רמז אויף׳ן תירוץ דורך אנגעבן דעם נאמען פון בעל המאמר).

וואס איז די שוועריקייט אדער די ניט־גלאטיקייט אין אונזער פסוק,

וואס ווערט פארענטפערט דורך דעם וויסן אז דעם פירוש האט געזאגט אפרים מקשאה משום ר' מאיר ?

די מעשה פון יהודה ותמר האט פאסירט

(לכה״פ)

נאענט צו זיבעציק יאר לאחרי מיתת שם 53 .

דערצו האט שוין תמר ביז דאן צווי מאל חתונה געהאט — וואס דורך נשואין ווערט נפסק דער קשר מיט בית אבי׳ 54

(וואס דערפאר ווערט זי אין פסוק אין ערגעץ ניט דערמאנט אלס בתו של שם,

נאר ווי כלתו של יהודה).

היינט ווי אזוי האט מען זי דן געווען בשריפה מחמת דעם וואס "בתו של שם היתה"?

דעם ענטפער אויף דעם איז רש״י מרמז דערמיט,

וואס אט דעם פירוש האט געזאגט אפרים מקשאה משום ר׳ מאיר:

מיר געפינען שיטת אפרים מקשאה משום ר׳ מאיר 55

(דעם טעם וואס דוקא עובדי׳ האט געזאגט די נבואה פון מפלת אדום,

ווייל)

: "עובדי׳ גר אדומי הי׳" און דערפאר איז דוקא דורך אים געזאגט געווארן די נבואה וועגן מפלת אדום ווייל "מיני׳ ובי׳ אבא ניזיל 56

בי׳ נרגא"

(פון וואלד גופא קומט דאס הענטל צו דער האק,

אויף צו האקן — דעם וואלד).

איז דא ניט פארשטאנדיק: עובדי׳ איז געווען בזמן שבית המקדש ראשון הי׳ קיים,

און די מפלה פון אדום

(וואס ווערט אנגעזאגט בנבואת עובדי׳)

וועט ערשט זיין

(בקרוב ממש)

בימי המשיח — אין דער צייט פון "ועלו מושיעים בהר ציון לשפוט את הר עשו והיתה לה׳ המלוכה״ 57

— היינט אין וואס באשטייט דער צוזאמענבונד צווישן עובדי׳,

וואס איז לאנג אמאל געווען אן אדומי,

צו דעם זמן און מצב של אדום מיט אזױפיל יארן שפעטער,

לע״ל?

דערפון האט מען א באווייז,

אז אפרים מקשאה משום ר׳ מאיר האלט: טראץ דעם לענגערן ריחוק הזמן מיט די פילצאליקע ענדערונגען דורך דער צייט — בלייבט עס נאך אלץ דער זעלבער

ענין 58 .

נאך א מאמר איז פאראן פון אפרים מקשאה משמי׳ דר׳ מאיר 59

(דער טעם פארוואס אברהם האט צוזאמען מיט די "חמאה וחלב ובן הבקר" 60

ניט געבראכט אויך לחם צו די מלאכים כאטש ער האט געזאגט צו שרה׳ן "לושי ועשי עוגות" 61 )

: "אברהם אבינו אוכל חולין בטהרה הי׳,

ושרה אמנו אותו היום פרסה נדה".

שטעלט זיך די שאלה: פון לשון " א״א אוכל חולין בטהרה הי׳" גופא,

איז מוכח אז אכילת חולין בטהרה איז א הידור וואס בלױז אברהם האט אים אפגעהיט,

דאקעגן די אורחים זיינען דאך ניט מחוייב צו זיין קיין מהדרים; ובפרט אז אברהם האט זיי אנגענומען אלס עובדי ע״ז 62

— האט ער — אלס מכניס אורח בהידור ביותר — זיי געדארפט געבן עסן דעם לחם אויך 63 ?

מוז מען זאגן,

אז אפרים מקשאה משמי׳ דר״מ האלט: בשעת אימעצער געפינט זיך ביים אנדערן אין הויז,

מוז ער זיך פירן לויט אלע חומרות והידורים ווי דער בעל הבית — אפילו ווען מצד עצמו איז דער אורח ווייט פון אזא הנהגה.

במילא איז פארשטאנדיק דער טעם וואס אברהם האט ניט געגעבן די אורחים פונעם לחם,

ווייל זייענדיק דאן בביתו

(של אברהם)

,

האבן אויך זיי געדארפט זיין אפגעהיט צו עסן חולין בטהרה 64 .

און דורך אט־די צוױי מאמרים פון אפרים מקשאה משום ר״מ,

ווערט פארשטאנדיק פארוואס מען האט תמר׳ן דן געווען לשריפה:

א)

ווייל זי איז,

ניט געקוקט אויפן ריחוק הזמן און שינוי מצבה,

נאך אלץ פארבליבן — בתו של שם און האט אויך איצט א שייכות צו אים.

ב)

און נאכמער: וויבאלד יהודה האט איר אנגעזאגט 65

״שבי אלמנה בית אביך " און זי האט אים געפאלגט,

האט זי בכן זיך געדארפט פירן בהסכם צו בית אבי׳ — ווי א בת כהן.

ח.

עס איז שוין פיל מאל גערעדט געווארן,

אז פירש״י עה״ת — כאטש עיקר ענינו איז פשוטו של מקרא — אנטהאלט עס אין זיך אויך ענינים פון הלכה,

און

(מכ״ש 66 )

ענינים פון פנימיות התורה,

ובלשון רבותינו: "יינה של תורה" 67 .

און אזוי אויך דא: דערמיט וואס רש״י שרייבט אז דעם פירוש "בתו של שם היתה כו׳" האט געזאגט אפרים מקשאה משום ר׳ מאיר,

ווערט פארשטאנדיק אן ענין אין הלכה און אן ענין אין פנימיות התורה.

ט.

דער אלטער רבי פסק׳נט להלכה 68

"שלא נאמר את אבי׳ היא מחללת אלא כשזינתה בעדים והתראה וכשהעידו בפני סנהדרין 69 .

לפי״ז קומט אויף די קשיא: ווי אזוי האט מען תמר׳ן דן געווען לשריפה ווי א בת כהן?

אט־דער עונש קומט איר דאך נאר צוליב דעם וואס ״את אבי׳ היא מחללת״ 70

— און ביי תמר'ן זיינען דאך ניט געווען קיין עדים והתראה און ניט קיין העדאה בפני סנהדרין 71 ?

אט די שוועריקייט באווארנט רש״י דערמיט וואס ער גיט צו די ווערטער ״אמר אפרים מקשאה משום ר״מ״: וױיל אפרים מקשאה גייט לשיטתו,

אז אויך ווען די שייכות את א גאר ווייטע

(אין מציאות,

זמן אדער ענין),

בלייבט אלץ א צובונד ושייכות — און דעריבער אפילו ווען זינתה שלא בעדים כו׳ איז פארט "אבי׳ היא מחללת",

און דערפאר איז דער פסק דין "הוציאוה ותשרף".

יו״ד.

אויפן פסוק "הוציאוה ותשרף" שטייט אין זהר 72

"בשלהובי טיהרא בגלותא".

אז דורך ירידת הנשמה

(וועלכע ווערט אנגערופן "בת איש כהן" 73 )

אין גלות — " הוציאוה בגלותא",

ועד״ז דורך איר ירידה למטה אין גוף

(אפילו בזמן הבית),

ווערט זי נתעורר "בשלהובי טיהרא״ — ״ותשרף״,

מיט רשפי אש האהבה צום אויבערשטן 74 ,

וואס ווערט אנגערופן "כהן" 75 .

איז דאך ניט מובן: וויבאלד אז די נשמה שטייט שוין אין א מצב פון "הוציאוה",

זי איז ארויס פון בית אבי',

טא ווי קען זי נתעורר ווערן מיט אן אהבה ברשפי אש?

אויף דעם איז דער ביאור: ״אפרים מקשאה משום ר״מ״ — וויבאלד די נשמה נעמט זיך פון אויבערשטן,

איז וואס פארא ירידות ושינויים זי זאל ניט דורכגיין,

ביז צו "הוציאוה",

פארבלייבט זי אלעמאל א "בת כהן",

און ביי איר טוט זיך אויף דער "ותשרף".

ועפי״ז איז אויך פארשטאנדיק דער דיוק ל׳ הכתוב "ויאמר יהודה הוציאוה ותשרף":

די נשמה שלמטה שטייט דאך פארט אין א מצב פון ״הוציאוה — בגלותא",

און בכדי עס זאל זיך ביי איר אויפטאן דער ״ותשרף״ דארף אין איר נתגלה ווערן עצם הנשמה וואס איז ניט מיטגעגאנגען אין גלות 76

— מוז מען דעריבער אנקומען צו בחי׳ יהודה,

די עבודה פון הודאה 77

וקבלת עול וואס רירט אן אין עצם הנשמה 78

און איז זי ממשיך און מגלה אויך אין דער נשמה שבגוף.

יא.

דערמיט וועלן אויך פארשטאנדיק ווערן די צוויי ״סברות הפוכות" וואס זיינען געווען בנוגע צו תמר'ן: לכתחילה האט מען אנגענומען אז מצד דעם וואס "זנתה תמר כלתך" דארף זיין ״הוציאוה״,

וכפירוש הזהר — בגלותא; און דערנאך איז אין צוזאמענהאנג מיט אט־דער מעשה תמר גופא,

ארויס א בת־קול "ממני ומאתי יצאו הדברים כו׳ להעמיד מלכים בישראל" 79 ,

אז דאס איז גאר געווען בכדי עס זאל געבארן ווערן פרץ וכו׳ ביז משיח,

וואס ענינו איז גאולה .

נאר דער ביאור איז: די גאנצע כוונה פון גלות וואט איז געקומען "מפני חטאינו״ 80

— איז בכדי אז דורכן בירור פון חשך הגלות זאל ארויסקומען דער יתרון האור אין דער גאולה העתידה.

און דעריבער,

הגם אז בתחילת הענין ווערט טאקע די פעולה פון תמר׳ן באטראכט אלס חסרון,

וואס זיין תוצאה דארף זיין "הוציאוה בגלותא",

איז אבער שפעטער,

נאכן "ויאמר יהודה הוציאוה ותשרף״ — נאך דער עבודה פון

(יהודה)

הודאה וואס האט גע׳פועל׳ט אז דורכן גלות

(הוציאוה)

ווערט "הצמאון והאהבה בחילא יתיר״ 74

(״ותשרף״)

— ווערט דאן נתגלה אז "ממני ומאתי יצאו הדב­רים כו׳ להעמיד מלכים בישראל",

אז אין דעם איז דא מלכתחילה א כוונה עליונה,

עס זאל דערפון ארויסקומען פרץ וכו׳ ביז צו דעם "עלה הפורץ לפניהם" 81

וואס וועט פורץ זיין אלע גדרים

(אפילו די גדרים וואס זיינען געווען בזמן הבית,

ועד״ז — קודם ירידת הנשמה למטה),

יבוא ויגאלנו בקרוב ממש.

(משיחת ש"פ מקץ וש"פ וארא תשכ"ח)

Reader controls and commentary are loading.