B"H
🏡

Ikar

חנוכה א

א.

ס׳איז ידוע 1

וואס דער אלטער רבי האט געזאגט בנוגע דעם טאג פון יט כסלו,

אז "זה היום יוקבע למועד תמידי בישראל".

בהשקפה ראשונה קומט אויס,

אז מיטן אויסשפראך "יוקבע למועד תמידי" האט דער אלטער רבי געמיינט צו באטאנען,

אז דער טאג פון יט כסלו וועט זיין באשטימט אלס א מועד בכל שנה ושנה.

עס איז אבער שווער אזוי צו זאגן,

ווייל אפילו אן דעם ווארט " תמידי " וואלט מען פון די ווערטער "יוקבע למועד" אליין פארשטאנען,

אז דאס מיינט א מועד וואס וועט זיך איבער׳חזר׳ן בכל שנה ושנה

[ווארום א מועד וואס זיין קיום ציט זיך נאר א זמן מסוים און דערנאך ווערט ער בטל — פאסט ניט אויף אים דער לשון יוקבע ,

וכידוע 2

אז קבוע לא בטל.

און ווי מען זעט עס אויך דערפון וואס די גמרא זאגט 3

בנוגע חנוכה: "לשנה אחרת קבעום ועשאום ימים טובים בהלל והודאה״ — אז דורך דעם וואס "קבעום" זיינען די ימי חנוכה פארבליבן א יו״ט בכל שנה ושנה,

(ביז אז אפילו לעתיד לבוא,

ווען "כל המועדים בטלים",

וועט חנוכה

(און פורים)

ניט בטל ווערן 4 )].

מוז מען זאגן,

אז מיט דער הדגשה פון "מועד תמידי "

(א שטענדיקער מועד),

איז ער אויסן צו זאגן,

אז דער מועד פון יט כסלו וועט נמשך ווערן תמיד ,

שטענדיק ,

אין אלע טעג פון יאר,

(און דער פירוש פון " יוקבע למועד תמידי" איז,

אז דער ענין וואס יט כסלו ווערט נמשך ווי א מועד תמידי,

אין כל ימי השנה,

וועט זיין אין אן אופן פון קביעות,

ד.

ה.

אז אלע יארן איז יעדן יאר באזונדער וועט דער מועד פון יט כסלו נמשך ווערן אין אלע טעג פון דעם יאר).

און דאס מיינט ניט בלויז דאס וואס דער מועד פון יט כסלו האט א ווירקונג אויף כל ימי השנה

(ווארום היות אז ״בו..

יתעוררו אלפי לבבות בישראל בתשובה ועבודה שבלב" 1 ,

זיינען דאך געוויס פאראן תוצאות פון דער התעוררות וועלכע דריקן זיך אויס אין דער הנהגה בפועל אין משך פון כל ימי השנה)

;

[וואס עד״ז איז ביי יעדער יו״ט; פון דעם אור וואס ווערט נמשך ביו״ט,

נעמען אידן מיט אור אויף א גאנץ יאר 5

; און אזוי איז אויך ביים קיום פון יעדער מצוה,

אז דער זיכוך,

די אויסאיידלונג,

וואס די מצוה פועל׳ט אין דעם מענטשן וואס טוט זי,

פארבלייבט און ווירקט אויך נאך דער עשיית המצוה 6 ]

דער אויסדרוק "תמידי" זאגט נאך מער: אז דער יט־כסלו־מועד גופא,

ווערט נמשך 7

בכל ימי השנה 8 .

ב.

מצות דרבנן זיינען "יוצאות ונמשכות ממצות התורה" 9 .

דערפון איז פארשטאנדיק,

אז די מצות התורה האבן אוודאי אין זיך אזעלכע ענינים וואס פארבלייבן און ציען זיך שטענדיק.

געפינט מען טאקע,

אז חגה״פ װערט נמשך בכל ימי השנה 10 .

וכידוע 11

דער טעם וואס דער אלטער רבי האט אין דער הגדה פון זיין סידור ניט אריינגעשטעלט

(די פסקא)

"חסל סידור פסח",

ווייל פסח ענדיקט זיך ניט און ער ציט זיך אויך אין אלע ווייטערדיקע טעג — ניט ווי ביי אלע מועדים,

ביי וועלכע עס בלייבט לייכטן בלויז זייער הארה אין שאר ימות השנה 12 .

יט כסלו איז דאך דער מועד פון התגלות החסידות

(ווי באוואוסט 13

אז דעמאלט האט זיך אויפגעטאן דער עיקר פון ״יפוצו מעינותיך 14

חוצה" 15 )

— און וויבאלד אז "חסידות איז דער זעלביקער ענין ממש פון יציאת מצרים" 16 ,

דעריבער איז דער מועד פון יט כסלו בדומה צו חג הפסח,

און אויך ער ווערט נמשך שטענדיק.

ג.

אלע ענינים פון פנימיות התורה געפינט מען

(ברמז עכ״פ)

אויך אין נגלה דתורה.

איז אויך אט־דער ענין,

אז יציאת מצרים

(דער תוכן עיקרי פון חג הפסח — זמן חרותנו,

און אויך — פון יט כסלו)

ציט זיך אין אן אופן תמידי,

שטייט אויך אין נגלה ובפירוש :

אויף

(זכירת)

יציאת מצרים ווערט געזאגט אין נגלה 17 ,

אז דאס איז א "יסוד גדול ועמוד חזק בתורתנו ובאמונתנו".

פארשטייט מען דערפון אז

(אין צוגאב דערצו וואס "בא לנו מצות רבות על זה מצות עשה ומל״ת" און וואס "אנו אומרים לעולם בברכותינו ובתפילתינו זכר ליצי״מ״ 17 ,

איז נאך מער —)

אין יעדער מצוה וואס א איד טוט,

און אויך אין אלע זיינע אייגענע צרכים וואס ווערן געטאן "לשם שמים" אדער אין אן אופן פון "בכל דרכיך דעהו" 18 ,

איז דא דער אויסדרוק און גרונטיקע השפעה פון יציאת מצרים,

זייענדיק דער "יסוד" וואס האלט אויף די אלע פרטי ה״בנין" פון תורה

(ומצותי׳)

ואמונה.

און היות אז שטענדיק ,

בכל רגע ורגע,

דארף א איד דינען דעם אויבערשטן,

צי דורך לימוד התורה וקיום המצות אדער דורך דעם קיום ציווי התורה "וכל מעשיך יהיו לשם שמים" און ״בכל דרכיך דעהו״ 18

— קומט דאך במילא אויס אז אויך יצי״מ,

זייענדיק דער יסוד צו עבודת ה,

דארף זיין נמשך באופן תמידי.

ד.

נוסף להנ״ל וואס יצי״מ שטעלט מיט זיך פאר דעם שטענדיקן "יסוד" און ״עמוד״ פון קיום התומ״צ — איז אויך יצי״מ גופא א שטענדיקער ענין,

און אויך דער ענין שטייט בפירוש אין נגלה:

אויף דער גאולה פון יצי״מ שטײט 19

"אשר גאלנו וגאל את אבותינו",

אז דאס וואס מיר זיינען איצט — אין די אלע יארן וואס נאך יצי״מ — אין א מצב פון חירות,

קומט

(ניט ווי א במילא׳דיקע תוצאה פון דעם וואס "גאל את אבותינו" בשנת ב׳ אלפים תמ״ח,

נאר)

מצד דעם וואס "גאלנו",

וואס דער אויבערשטער לייזט אונז אויס פון מצרים 20

: און דאס וואס מיר זאגן זכר ליצי״מ — איז דאס ווייל די גאולה וועלכע איז פארגעקומען בשנת ב״א תמ״ח ווערט נמשך און ציט זיך אויך איצט.

און "אילו לא הוציא הקב״ה את אבותינו ממצרים״ — ווען די גאולה וואס "הוציא את אבותינו" וואלט ניט נמשך געווארן אויך איצטער 21

— "הרי אנו ובנינו ובני בנינו משועבדים היינו לפרעה במצרים".

און דאס איז בדוגמא צום נס פון קריעת ים סוף,

אז דער "רוח קדים עזה" וואס האט אויפגעטאן דעם "ויבקעו המים",

האט געדארפט שטיין אין זיין פעולה "כל הלילה" 22

; און גלייך ווי ער איז נפסק געווארן,

איז ״וישב הים ..

לאיתנו — לתקפו הראשון" 23 .

ה.

מען דארף אבער פארשטיין דעם פארגלייך ודוגמא:

בשלמא קריעת ים סוף,

וויבאלד די עצם ערשיינונג פון וואסער וואס שטייען ווי א חומה איז דער היפך פון טבע המים,

איז מובן אז אט־דער שינוי הטבע קען עקזיסטירן בלויז מצד דעם כח אלקי וואס האט זיך אנגעטאן אין דעם "רוח קדים" און אויפגעטאן אט־דעם שינוי.

און דעריבער,

ווי נאר דער "רוח קדים" איז אריבער,

איז נתבטל געווארן* 23

דער שינוי הטבע און דער ים האט זיך אומגעקערט "לאיתנו״ 24

;

אבער יציאת מצרים — וויבאלד די זאך פון חירות גופא איז ניט קיין שינוי הטבע

(דער נס,

שינוי הטבע,

וואס איז געווען ביי יצי״מ איז בלויז באשטאנען אין דער רגע היציאה פון גלות מצרים,

ווארום ע״פ טבע איז אפילו עבד אחד אין יכול לברוח משם 25 ,

אבער נאך דער רגע היציאה און באפרייאונג,

איז ע״פ טבע בלייבט מען א באפרייטער 26 ),

דארף דאך לכאורה אויסקומען אז נאך דער רגע וואס "הוציאנו מעבדות לחירות" וואלט מען געדארפט פארבלייבן אין דעם חירות־צושטאנד אויך אן די שטענדיקע המשכה פון יצי״מ 27 .

צוליב וואס דארף מען האבן דעם ״גאלנו״ — אז יצי״מ דארף נמשך ווערן אויך איצט?

ו.

איז דער ביאור אין דעם:

ס׳איז ידוע,

אז גלות מצרים איז דער שרש צו אלע שפעטערדיקע גליות 28 .

פון דעם איז מובן,

אז ער איז אויך געווען דער שווערסטער גלות — שווערער

(בכמה ענינים)

אפילו פון דעם איצטיקן,

לעצטן,

גלות 29 .

וואס דאס איז דער טעם פון דעם וואס אויך בזמן הגלות פראווען מיר דעם יו״ט פסח פון "זמן חירותינו" און מיר זאגן הלל אויף דעם וואס מיר זיינען געווארן אויס "עבדי פרעה״ 30

— כאטש אז ״השתא עבדין" 31

— ווייל די עבדות און שעבוד פון איצטיקן גלות איז ניט בערך צו דעם שעבוד פון גלות מצרים.

נאך מער: דורך יציאת מצרים האט זיך אויפגעטאן אז ס׳זאל שוין מער ניט זיין קיין אפשריות און נתינת מקום אויף אזא סארט גלות ווי גלות מצרים.

ווארום נאך יציאת מצרים,

ווען אידן זיינען געווארן "עבדי ה׳" 30 ,

קען שוין מער ניט געמאלט זיין זיי זאלן זיך אמאל ווידער געפינען אין אזא שווערן שעבוד צו ווערן "עבדי פרעה״ 32 .

און ווי עס שטייט אין זהר אויף "וירא ישראל את מצרים מת על שפת הים" 33 ,

אז אידן האבן געזען מיתת שרו של מצרים.

און בשעת ס׳איז נתבטל געווארן דער שר של מצרים למעלה,

איז שוין במילא אויך למטה אוועקגענומען געווארן יעדער נתינת מקום ואפשריות פאר א גלות בדומה צום גלות מצרים — "לא תוסיפו לראותם עוד עד עולם" 34 .

ועפ״ז איז מובן,

אז ניט נאר די יציאה פון מצרים איז געווען א שינוי הטבע,

נאר אויך דער עצם מציאות פון דעם חירות — וואס אידן שטייען אין אזא מצב אז פרעה און מצרים קען צו זיי ניט האבן קיין צוטריט — איז אן ענין ניסי וואס האט ניט קיין ארט אין טבע כדלהלן.

ז.

אלע ענינים למטה האבן א שרש למעלה.

שטייט אין חסידות 35

אז אויך למעלה איז דא דער ענין פון "מצרים": "כל סדר ההשתלשלות נקרא בשם מצרים בחי׳ מיצר וגבול".

און וויבאלד אז מצד סדר ההשתלשלות איז פאראן א נתינת מקום אויך צום צד ההיפך,

איז דעריבער "במצרים,

בחי׳ סדר השתלשלות,

יכול להיות בית עבדים".

און דער מציאות החירות אין וועלכן אידן געפינען זיך — אז ס׳איז ניטא קיין מעגלעכקייט זיי זאלן זיין "בבחי׳ עבדים",

איז עס מצד דעם וואס " הוצאתיך מארץ מצרים" — וואס דער אויבערשטער האט ארויסגענומען אידן פון די מצרים פון סדר השתלשלות און אויפגעהויבן זיי צו דער מדריגה פון למעלה מהשתלשלות.

און דאס איז די הסברה אויף דעם וואס אויך דער עצם מציאות החירות איז אן ענין ניסי שלמעלה מהטבע,

ווארום וויבאלד אז אזא סארט חירות

(אין וועלכן ס׳איז ניטא קיין נתינת מקום כלל אויף שעבוד מצרים)

קומט מצד דער מדריגה פון למעלה מהשתלשלות,

איז דאך פארשטאנדיק,

אז דער חיבור פונעם מיצר וגבול פון עוה״ז הגשמי

(וואו אידן געפינען זיך)

מיטן בלי גבול פון למעלה מהשתלשלות

(וואס איז א סך א גרעסערער פלא פון "פילא בקופא דמחטא״ 36 )

— איז אן ענין ניסי וואס איז לגמרי העכער און איז היפך פון טבע.

און דערפאר מוז די פעולה פון יציאת מצרים נמשך ווערן נאכאנאנד,

אויך איצט,

און ווען די פעולה זאל נפסק ווערן ח״ו וואלט ווידער געווען דער מצב פון "משועבדים היינו לפרעה במצרים"

(די אפשריות אויף שעבוד מצרים 37 )

— ווייל ביי יעדן חיבור פון ב׳ הפכים,

מוז אט די פעולה,

וואס האט אויפגעטאן דעם חיבור,

זיין א פעולה נמשכת 38 .

ח.

פון דעם איז פארשטאנדיק אז די שייכות פון יצי״מ מיט קיום התומ״צ איז א צווייענדיקע: פון איין זייט,

איז

(זכירת)

יציאת מצרים דער יסוד וואס האלט אויף אלע פרטי התומ״צ

(כנ״ל סעיף ג׳)

; און לאידך גיסא: קיום התומ״צ ברענגט צו יציאת מצרים.

ווארום וויבאלד אז "על מנת כן הוצאתיך״ 39 ,

אז יצי״מ איז תלוי אין דעם תנאי פון קיום התומ״צ,

מוז מען דאך שטענדיק אנקומען צום קיום התומ״צ דורך וועלכן עס קומט פאר דער שטענדיקער "הוצאתיך".

ט.

פון דעם איז פארשטאנדיק אויך בנוגע צו יט כסלו — דער זמן פון התגלות החסידות וואס איז דער זעלבער ענין ווי יצי״מ,

כנ״ל סעיף ב׳ — אז אויך אין אים זיינען פאראן אלע דריי ענינים הנ״ל ווי אין יצי״מ כפשוטה:

א)

די פעולה פון גילוי החסידות וואס האט זיך אויפגעטאן בי״ט כסלו תקנ״ט,

איז א פעולה נמשכת.

ווארום היות אז דער נס פון יט כסלו האט זיך אויסגעדריקט ניט בלויז אין דער יציאה פון אלטן רבי׳ן און תורת החסידות ממאסר לחירות,

נאר אויך אין דעם וואס חסידות געפינט זיך שפעטער אין א מצב של חירות וגילוי אין וועלט

— ווייל מצד סדר ההשתלשלות,

איז ניטא קיין נתינת מקום אז דער מיצר וגבול פון וועלט,

ביז אין "חוצה" און אין דעם ווייטסטן "חוצה",

זאל ווערן אן ארט פאר די ״מעינות״ פון רזין דאורייתא און רזין דרזין,

און נאך אין אן אופן פון גילוי והפצה ,

אזוי אז דער חיבור פון די צוויי הפכים

(״מעינותיך״ און "חוצה")

איז אן ענין ניסי שלמעלה מהטבע —

מוז דעריבער די פעולה זיין א פעולה נמשכת.

און דערפאר איז דער טאג פון יט כסלו — וואס בכל שנה ושנה איז אין דעם טאג חוזר וניעור 40

דער ענין וואס האט זיך אויפגעטאן בי״ט כסלו הראשון — א "מועד תמידי" וואס ווערט נמשך בכל ימי השנה,

בדוגמת חג הפסח.

ב)

דער עניו החסידות איז א "יסוד גדול" און אן "עמוד חזק" וואס האלט אויף און פארשטארקט אלע ענינים פון תומ״צ און אויך עשיית דברי הרשות לשם שמים — ביז דעם אופן פון בכל דרכיך דעהו; וואס בשעת ער טוט זיי מיטן הרגש און חיות פון חסידות,

זיינען זיי באופן אחר לגמרי.

וואס דאס איז אויך איינער פון די טעמים וואס חסידות ווערט באצייכנט מיטן נאמען "מעינותיך" 41

:

אזוי ווי וואסער איז א זאך אין וועלכן ס׳איז אפהענגיק דער גשמיות׳דיקער קיום האדם; ביז אז אויך די מינים פון צומח און חי וואס מיט זיי שפייזט זיך דער מענטש,

מוז זייער קיום אנקומען צו וואסער — און די אלע וואסערן קומען דאך פון

(תהום דורך)

די מעינות

— אזוי זיינען אויך די מעינות פון תורת החסידות: אין זיי איז תלוי דער קיום

(הרוחני)

פון דעם מענטש.

ג)

בכדי די פעולה פון גילוי החסידות,

וואס האט זיך אנגעפאנגען בי״ט כסלו הראשון,

זאל נמשך ווערן

(און ס׳זאל פועל זיין בפנימיות)

בתמידות — איז דאס תלוי אין דער "עבודה בפועל" פון תורת החסידות: אט די עבודה בפועל,

וואס א איד פירט זיך אויף ווי חסידות מאנט,

סיי בנוגע לעצמו,

סיי בנוגע לזולתו; ער איז מפיץ די מעינות החסידות אין זיין אייגענעם "חוצה",

בכל כחות נפשו ואברי גופו,

און אויך אין דעם דרויסנדיקן "חוצה"

— דאס גופא איז מעורר און ממשיך דעם גילוי וואס האט זיך אויפגעטאן בי״ט כסלו הראשון,

אז עס ווערט נמשך דער כח אויף דער עבודה פון ״יפוצו מעינותיך חוצה״ — ובכל שנה ושנה ווערט נמשך דער כח ביתר שאת ויתר עז 42

— וואס זי וועט ברענגען דעם ״קאתי מר״ 43

דא מלכא משיחא,

בקרוב ממש.

(משיחות חגה״פ תשכ״ד וי״ט־כ׳ כסלו תשכ״ז)

Reader controls and commentary are loading.