א.
ווי ס׳איז שוין מערערע מאל גערעדט געווארן,
באווארנט רש״י,
בפירושו על התורה,
אלע קשיות וועלכע זיינען שווער אין פשטות הכתובים
(און אין פאל ווען רש״י האט ניט קיין תירוץ
(לויטן דרך הפשט)
אויף א געוויסע קשיא,
זאגט ער דאן "איני יודע" 1
וכדומה).
און אויב ס׳זיינען דא קשיות וואס רש״י באווארנט זיי ניט,
איז עס מצד דעם ווייל ער נעמט אן אז די תירוצים אויף זיי זיינען אזוי פשוט צו פארשטיין,
אז דער "בן חמש למקרא" וועט זיך אליין כאפן אויף זיי.
עפי״ז איז ניט מובן: אין היינטיקע סדרה איז לכאורה פאראן אן ענין תמוה,
אויף וועלכע עס מאטערן זיך כמה מפרשים און ספרים.
און אין פירש״י געפינט מען ניט קיין שום ביאור און באווארעניש אויף דעם:
אין אונזער סדרה ווערט דערציילט,
אז יעקב האט חתונה געהאט מיט לאה און רחל,
און דערנאך אויך מיט בלהה און זלפה — וואס זיי אלע זיינען געווען בנות לבן 2 .
שטעלט זיך דערביי די קשיא: די אבות האבן דאך מקיים געווען כל התורה כולה עד שלא ניתנה — און רש״י זאגט עס בפירוש בנוגע יעקב׳ן 3 ,
דבי׳ עסקינן — היינט ווי האט ער געמעגט נעמען פיר שוועסטער,
וויבאלד דאס איז פארווערט געווארן דורכן לאו 4
"ואשה אל אחותה לא תקח"?
און כאטש אז בעת דער בן חמש למקרא לערנט די פרשה ויצא,
ווייס ער נאך ניט וועגן דעם לאו — וואס ווערט ערשט אנגעזאגט אין א ווייטערדיקן ארט אין תורה — געפינט מען אבער ניט אויך אין די ווייטערדיקע סדרות אז רש״י זאל אט די קשיא באווארענען.
אמת טאקע אז אין ספרים זיינען פאראן כמה תירוצים אויף דער קשיא — מען קען אבער ניט זאגן אז רש״י באטראכט אט די תירוצים ווי אזעלכע לייכטע און פשוט׳ע ביז אז ער געפינט ניט פאר נויטיק זיי צו דערמאנען — ווייל,
א)
בספרים הנ״ל געפינט מען כמה חילוקי דיעות,
מחלוקות וכו׳ וכו׳ — גארניט פשוט אפילו בדרך הגמרא וכו׳.
ב)
ועיקר: די תירוצים שבספרים הנ״ל זיינען לויטן דרך הפשט ניט אויסגעהאלטן,
כדלהלן 5 .
ב.
דער רמב״ן 6
פארענטפערט די קשיא; אז די אבות האבן געהיט די תרי״ג מצות נאר זייענדיק אין ארץ ישראל,
און יעקב האט גענומען שתי
(ארבע)
אחיות ווען ער איז געווען אין חרן.
לויט רש״י׳ן אבער קען מען דעם תירוץ ניט אננעמען,
ווייל כנ"ל זאגט רש״י בפירוש 3
אז
(אויך)
אין דער צייט ווען יעקב איז געווען ביי לבן הרשע
(אין חרן)
האט ער געהיט די תרי״ג מצות.
נאך א תירוץ איז דא,
אז יעקב האט זיי גענומען עפ״י הדיבור,
בכדי להעמיד י״ב שבטים 7 .
אבער אויך דער תירוץ איז לפי דרך הפשט ניט אויסגעהאלטן און במילא אויך ניט בהתאם מיטן דרך פון רש״י: ווייל
(כאטש ס׳איז מובן בפשטות 8 ,
אז בשעת ס׳איז דא א הוראה מפורשת פון אויבערשטן צו טאן א געוויסן ענין,
מוז מען אים טאן אפילו אין פאל ווען ער איז ניט בהסכם מיט א מצוה ואפילו — נגד א מצוה שנצטוו ,
אבער)
מען געפינט ניט אין ערגעץ אז יעקב איז נצטווה געווארן פון דעם אויבערשטן צו נעמען רחל,
בלהה און זלפה 9 .
ואדרבה,
פון פשטות הכתובים איז מוכח,
אז דאס וואס יעקב האט שפעטער גענומען רחל׳ען איז געווען א תוצאה פון דעם וואס ער האט זי געוואלט נעמען נאך פריער
(איידער ער האט גענומען לאה׳ן)
; און אזוי אויך בשייכות צו זיין נעמען בלהה און זלפה,
ווערט דאך געזאגט 10
: ״ ותתן גו׳ לאשה״ — ניט מצד הדיבור.
ג.
אין ספרים איז דא א חקירה: צי די אבות,
פאר מ״ת,
זיינען לגמרי ארויס פון כלל בני נח,
ד.
ה.
אויך להקל,
אדער נאר להחמיר 11 .
און לויט דער שיטה אז יצאו מכלל בני נח אויך להקל,
פארענטפערט מען קושיא הנ״ל 12 ,
אז וויבאלד רחל ולאה
(און אזוי אויך בלהה און זלפה)
האבן זיך געוויס מגייר געווען איידער זיי האבן חתונה געהאט פאר יעקב׳ן.
האבן זיי — דורך זייער גירות — ניט געהאט מער דעם גדר פון אחיות,
ווארום "גר 13
שנתגייר כקטן שנולד דמי".
ס׳איז אבער מובן,
אז לפי דרך הפשט איז אויך דער תירוץ ניט מספיק:
א)
לפי פשטות הכתובים איז אין ערגעץ ניט אנגעדייט,
אז פאר מ״ת האבן די אידן געהאט אן אנדער דין ווי די בני נח 14
(אויסער המפורש אז זיי זיינען געווען מחוייב במצות מילה ועוד)
; ווארום דאס וואס די אבות האבן געהיט תרי״ג מצות 15
איז בלויז געווען א חומרא וואס זיי אליין האבן אויף זיך מקבל געווען.
[און נאך מער: די קבלה האט ניט מחייב געווען את זרעם אחריהם,
אז אויך זיי זאלן היטן תרי״ג מצות,
ווי דאס איז מוכרח פון "ויקח עמרם את יוכבד דודתו" 16 ].
און וויבאלד ס׳איז ניט געווען דער אלגעמיינער גדר וואס זאל אויסטיילן די אידן,
אלס אידן,
פון די בני נח,
איז דאך במילא אויך ניט געווען שייך דער גאנצער ענין פון גירות *16 .
[אפילו את״ל אז דאס גופא,
וואס זיי האבן אויף זיך מקבל געווען צו היטן תרי״ג מצות,
האט זיך גערעכנט ווי גירות — לייגט זיך אבער ניט אויפן שכל צו זאגן,
אז אט די קבלה,
וואס שטעלט מיט זיך פאר אן ענין של חומרא ,
זאל זי גלייכצייטיק מיט־ברענגען דעם דין פון "גר שנתגייר כקטן שנולד",
וואס זיין תוכן איז קולא .
(און כאטש אז בפועל איז אין דעם פאל קיין קולא ניט געווען,
ווייל בני נח זיינען מותר בשתי אחיות,
וויבאלד אבער אז דער תוכן פון דעם דין "גר שנתגייר כקטן שנולד" איז אן ענין של קולא,
איז שווער צו זאגן אז אויף זיי האט זיך געלייגט דער דין אפילו בנוגע צו א דין וואס איז ניט קולא 17 )].
ב)
מען געפינט ניט בפרש״י על התורה ער זאל בריינגען דעם דין אז גר שנתגייר כקטן שנולד דמי *17 .
ופשיטא אז
ג)
לויט פשטות הכתובים געפינט מען ניט ערגעץ־וואו אין דער תורה אז א גר זאל דורך זיין גירות אנגענומען ווערן ווי א קטן שנולד.
ואדרבה: ס׳איז היפך המוחש — היינו היפך דרך הפשט.
(און ווי ס׳איז משמע אויך פון דעם וואס דער אויבערשטער האט געזאגט צו אברהם אבינו 18
: "ואתה תבא אל אבותיך גו׳",
אז תרח ווערט אין דער תורה באצייכנט ווי אביו של אברהם אויך נאכדעם ווי אברהם האט זיך מגייר געווען 19 ,
און אז עשייתו תשובה איז א בשורה צו אברהם׳ן.
ועוד ועיקר — אז אברהם איז " תבא אל אבותיך").
ד)
דער איסור פון אחות אשתו איז ניט מצד דעם גדר פון סתם קרובה׳שאפט,
ווי אנדערע עריות של קרובים,
נאר דאס האט צוטאן מיט פארהיטן פון צעשטערן דעם יחס פון אהבה טבעית שבין אחיות 20
: וויבאלד אז שוועסטער האבן א נאטירלעכע אהבה איינע צו דער צווייטער,
טאר מען דעריבער ניט נעמען קיין צוויי שוועסטער און דורך דעם גורם זיין אז זיי זאלן ווערן צרות און שונאות זו לזו 21 .
לפי״ז קומט אויס
(עפ״י דרך הפשט)
אז אפילו אויב אויך פאר מ״ת איז ביי זיי פאראן דער דין פון "גר שנתגייר כקטן שנולד" לגבי אלע אנדערע עריות,
האט אבער ביי זיי געמוזט זיין אן אויסנאם בנוגע אחות אשתו — וויבאלד אז אויך ביי שתי אחיות שנתגיירו איז דא די אהבה טבעית 22 ,
טאר מען ניט פאראורזאכן אז זיי זאלן ווערן "זו צרה לזו״ 23 .
ד.
נאר דער ביאור אין דעם איז 24
: דאס וואס די אבות האבן אויף זיך מקבל געווען צו היטן כל התורה טרם שניתנה איז עס,
כאמור לעיל,
געווען א חומרא ,
און א הוספה אין פרומקייט מצד האבות,
וואס דערפאר ווערט עס גערעכנט פאר א זכות מיוחדת וכמש״נ 25
: עקב גו׳ משמרתי וגו׳.
ובמילא איז פארשטאנדיק,
אז בשעת דער קיום פון א געוויסער מצוה,
שלא נצטוו עלי׳ איז געווען אין סתירה צו א מצוה אויף וועלכער זיי זיינען יע נצטווה געווארן,
האבן זיי דאן די ניט־אנגעזאגטע מצוה,
ניט מקיים געווען.
ווארום ס׳איז פשוט וברור,
אז אן ענין פון חומרא און הידור קען ניט דוחה זיין א דבר של ציווי וחיוב.
אין אנדערע ווערטער: אין דעם פאל באשטייט קיום התורה אין — ניט טאן דעם הידור וחומרא
(ווייל ער איז בסתירה צו א ציווי שנצטווה).
וואס דאס איז בפשטות 26
דער טעם וואס אברהם האט ניט מקיים געווען די מצות מילה איידער ער איז דערויף נצטווה געווארן
(וואס דאס איז בסתירה לכאורה צו דעם וואס עס שטייט 6
"וישמור משמרתי וגו׳" 27 )
:
אויף "ואך את דמכם לנפשותיכם אדרוש" 28
זאגט רש״י אז "דמכם" מיינט "השופך דם עצמו",
וואס לויטן דרך הפשט ווערט דערמיט געמיינט,
אז א מענטש טאר ניט פארגיסן זיין אייגן בלוט,
אפילו ווען דאס דערפירט ניט צו היפך החיים 29
(וכדוגמת "דמו לא תאכלו" 30
וואס שטייט אין פריערדיקן פסוק בנוגע דם בהמה,
וואו רש״י זאגט בפירוש אז דאס מיינט "דם מן החי "),
און אפילו ניט לידי חולי.
איז מהאי טעמא האט אברהם ניט געטארט זיך מל זיין כל זמן שלא נצטווה,
ווייל דאן וואלט עס געווען פארבונדן מיטן איסור פון שפיכת דמים,
וואס ווערט פאראורזאכט דורך זיין מל זיין זיך
(ובפרט אז דאס ברענגט לידי חולי 31
און מ׳קען קומען אויך לידי סכנה 32 )
— דאקעגן לאחר שנצטווה על המילה,
איז דער ציווי מפורש פון מילה דוחה דעם איסור פון ש״ד *32 .
ה.
אויסער די מצות אויף וועלכע די ב״נ זיינען נצטווה געווארן,
זיינען אויך געווען כמה ענינים והגדרות וואס זיי — אלע ב״נ — האבן אליין אויף זיך אנגענומען.
ווי רש״י זאגט 33
: "שהאומות גדרו עצמן מן העריות ע״י המבול" מיינענדיק דערמיט,
אז זיי האבן זיך מגדיר געווען אויך פון אזוינע עריות אויף וועלכע זיי זיינען ניט נצטווה געווארן.
און דערמיט ווערט אויך מבואר אין פשטות וואס רש״י זאגט במ״א 34
: "שלא יהא הדבר מפורסם לכל ויאמרו לא קיים אברם את כבוד אביו״ — הגם אז אויף כיבוד אב איז מען ערשט נצטווה געווארן במרה 35
— ווייל כיבוד אב איז געווען פון די עניני זהירות און הנהגות טובות וואס זיי אליין האבן גענומען אויף זיך 36 .
נאך מער: די ענינים וואס מען האט אויף זיי קיין ציווי ניט געהאט נאר ״גדרו עצמן״ וכיו״ב — האבן זיי נאכן אננעמען זיי אויף זיך באקומען א תוקף עפ״י דיני ב״נ
(וע״פ תורה)
און מען איז נענש געווארן ביים עובר זיין אויף זיי סיי בידי שמים 37
סיי בידי אדם 38 .
וואס דערפון איז מובן בפשטות,
אז אויב ביים מקיים זיין א געוויסע מצוה וואס די אבות האבן אויף זיך מקבל געווען וואלטן זיי דורך דעם געדארפט סותר זיין א הגדרה או ענין טוב וואס אלע בני נח האבן אויף זיך מקבל געווען — טארן די אבות ניט מקיים זיין זייער חומרא וקבלה,
היות אז די ענינים וואס אלע האבן מקבל געווען אויף זיר האבן אין זיך מער הארבקייט ווי דאס וואס נאר די אבות האבן אויף זיך מקבל געווען.
ו.
פון די זהירות׳ן וואס זיינען דעמאלט געווען אנגענומען ביי די אומות איז געווען — צו אפהיטן זיר פון אפנארן איינער דעם אנדערן.
וכדמוכח פון דעם וואס יעקב האט גע׳טענה׳ט צו לבן׳ען "ולמה רמיתני 39 ,
ביז אפילו לבן
(הרמאי 40 )
האט געמוזט פארענטפערן זיך מיט דער בארעכטיקונג,
אז ״לא יעשה כן במקומינו גו׳" 41 .
ועפי״ז איז פארשטאנדיק וואס יעקב האט גענומען רחל׳ען 42
— טראץ דעם איסור פון "ואשה אל אחותה לא תקח" — ווייל יעקב האט פריער צוגעזאגט חתונה צו האבן מיט רחל׳ען און האט איר אפילו געגעבן סימנים בשייכות דערמיט 43 ,
איז אויב ער וואלט איר ניט דערפילט דעם צוזאג,
וואלט ער דאך דערמיט באגאנגען רמי׳
[ובפרט נאך,
אז ווי א תוצאה דערפון וואלט אויך געווען דער חשש אז זי זאל אריינפאלן בגורלו של עשו,
א זאך וואס וואלט איר גורם געווען א געוואלדיקן צער 44 ].
במילא איז מובן,
אז די חומרא פון אפהיטן דעם לאו "ואשה אל אחותה לא תקח",
אויף וועלכן ס׳איז דאן ניט געווען קיין ציווי,
האט ניט געקענט דוחה זיין דעם איסור פון רמי׳ 45 .
ז.
איינע פון די הוראות דערפון פאר יעדן אידן איז מובנת גאר אין פשטות: בשעת אימעצער וויל מחמיר זיין אויף זיך און אפהיטן הידורים,
דארף ער צום אלעם ערשטן באווארענען אז דאס זאל ניט זיין אויפן חשבון פון אנדערע.
ואדרבה: מען געפינט אז דאס וואס דער אויבערשטער האט מחבב געווען אברהם אבינו — ידעתיו
(לשון חיבה) 46
— איז געווען בעיקר
(ניט צוליב דעם וואס ער האט מקיים געווען כל התורה כולה עד שלא ניתנה,
נאר)
"למען אשר
(לפי שהוא)
יצוה את בניו ואת ביתו אחריו ושמרו דרך הוי׳ לעשות צדקה ומשפט " 46
— וואס די אידן בני אברהם וועלן לדורותיהם טאן צדקה איינער מיטן צווייטן,
און אין אן אופן פון ״משפט״,
ווי חסידות 47
טייטשט — אז מען דארף זיך "משפט׳ן" וויפל עס קומט זיך — און ס׳איז דאך "ידע איניש בנפשי׳״ — און די איבעריקע אפגעבן דעם צווייטן.
וכשם ווי דאס איז בגשמיות,
אזוי איז עס ברוחניות: בשעת ס׳איז דא א איד וואס ווייס ניט פון אידישקייט און מען דארף אים געבן צדקה ברוחניות,
דערציילן אים און ווייזן אים די וועג פון אידישקייט וכו',
האט א צווייטער איד,
וואס קען דאס אויפטאן,
קיין רעכט ניט צו טענה׳ן אז ער וועט בעסער אט די צייט פארנוצן פאר זיך אויף צו שטייגן אליין אין תורה ועבודה — נאר ער דארף זיך אליין משפט׳ן: מיט וואס איז ער דאס וויכטיקער און שענער פון יענעם,
אז ער דארף האבן כל מיני הידורים ברוחניות,
אויפן חשבון פון דעם וואס ער וועט פארמיידן פון א צווייטן אידן די ענינים הכי מוכרחים?
ח.
אין היינטיקער סדרה ווערט דערציילט וועגן דער עבודה וואס יעקב האט געטאן מיט די "מקלות",
וואס די עבודת יעקב איז געווען בדוגמת מצות תפלין 48 ,
איז כאן המקום צו מעורר זיין נאך אמאל וועגן פארשטארקן דעם ענין פון "מבצע תפלין״ — צו משתדל זיין זיך בכל מיני השתדלות אז נאך א איד און נאך א איד זאל לייגן תפלין.
ובפרט אז במצב ההוה,
איז עס ניט נאר צדקה ברוחניות,
נאר אויך צדקה בגשמיות — ווייל יעדער הוספה אין הנחת תפלין איז מוסיף אין דעם "ויראו ממך" 49
— און אין דעם "וטרף זרוע אף קדקוד" 50 ,
אז בזכות הנחת תפלין וועט פאלן א פחד אויף אלע שונאי ישראל און אידן וועלן מנצח זיין.
און דאס איז דאך אויך א הכנה צו ביאת משיח צדקנו,
וואס לאחרי ביאתו און דורך אים 51
וועט זיין קץ הגלות,
און דערנאך — ווי דער רמב״ם זאגט עס קלאר און דייטליך — וועט זיך אנהויבן די אתחלתא דגאולה און דערנאך די גאולה האמיתית והשלימה,
און דערנאך און דורך משיח׳ן דוקא — קיבוץ גליות,
בקרוב ממש בעגלא דידן.
(משיחת ש״פ מקץ תשכ״ח)