B"H
🏡

Ikar

עמוד 112

א.

אין תחלת הסדרה,

שטעלט זיך רש״י אויף די ווערטער "ואלה תולדות יצחק" און איז מפרש: "יעקב ועשו האמורים בפרשה" 1 .

זאגן מפרשים אז רש״י׳ן איז דא שווער אין ״ואלה תולדות יצחק״,

ווייל: די פסוקים וואס קומען גלייך נאך דעם 2

רעדן גאר וועגן מאורעות וואס האבן פאסירט ביי יצחק׳ן,

אבער ניט וועגן זיינע תולדות — דעריבער זאגט רש״י אז פונדעסטוועגן,

ווערט מיט "תולדות יצחק" געמיינט

[ ניט די פאסירונגען וואס שטייען גלייך נאך דעם 3 ,

נאר]

"יעקב ועשו האמורים בפרשה" 4

: כאטש אז זיי ווערן דערמאנט ערשט מיט עטלעכע פסוקים שפעטער,

וויבאלד אבער זיי זיינען ״אמורים בפרשה״ — אין דער פרשה,

קען זיך באציען צו זיי דער פסוק "ואלה תולדות יצחק".

ועפ״ז איז אויך פארשטאנדיק דיוק לשון רש״י "האמורים בפרשה " און ניט "האמורים למטה "

(כלשון הרמב״ן)

— ווייל דער לשון "האמורים למטה " פאסט אויך אויף א זאך וואס ווערט געזאגט אין א פסוק ווייטער אדער אפילו אין זעלבן פסוק.

איז דעריבער רש״י מדייק "האמורים בפרשה" 5

אז כאטש יעקב ועשו זיינען נאר "אמורים בפרשה"

(אין עטלעכע פסוקים ווייטער 6 ),

פונדעסטוועגן ווערן זיי געמיינט מיט "תולדות יצחק".

ב.

מען דארף נאך אבער פארשטיין:

א)

אויפן פסוק "אלה תולדות יעקב" 7

זאגט רש״י "ואלה של תולדות יעקב,

אלה ישוביהם וגלגוליהם כו׳".

ווערט דאך די שאלה: וויבאלד אז רש״י נעמט אן,

אז מיטן ווארט "תולדות" קענען געמיינט ווערן אויך די מאורעות פון א מענטשן

(ישוביהם וגלגוליהם),

האט דאך רש״י געקענט לערנען אז אויך מיט "תולדות יצחק" ווערן געמיינט זיינע מאורעות 3

וואס שטייען בסמיכות צו "ואלה תולדות יצחק" 8 .

פון וואנען נעמט ער אז "תולדות" דא מיינט קינדער,

וואס מצד דעם מוז ער לערנען אז "תולדות יצחק" זיינען עס "יעקב ועשו" וואס שטייען ערשט שפעטער?

ב)

צו זיין פירוש אז די ווערטער "תולדות יצחק" באציען זיך

[ניט צו מאורעות וואס שטייען גלייך נאך דעם,

נאר]

צו "יעקב ועשו",

איז דאך לכאורה נויטיק צו מעתיק זיין נאר די ווערטער "תולדות יצחק".

פארוואס איז רש״י מעתיק אויך דעם ווארט ״ואלה״?

ג)

״האמורים בפרשה״ — איז עשו געבארן געווארן פאר יעקב׳ן,

האט דאך רש״י געדארפט שרייבן ״עשו ויעקב״ 9

— פריער עשו און דערנאך יעקב 10 .

און ווי דער רמב״ן 11

(וואס אויך ער לערנט "תולדות יצחק" אויף יצחק׳ס קינדער וואס ווערן אויסגערעכנט שפעטער)

זאגט טאקע דעם לשון "עשו ויעקב".

פארוואס שרייבט רש״י "יעקב ועשו" 12 ?

ג.

די ערשטע צוויי קשיות הנ״ל

[וואס רש״י וויל ניט לערנען אז "תולדות" דא מיינט מאורעות,

און וואס ער איז מעתיק אויך דעם ווארט "ואלה"],

האט מען געקענט לכאורה פארענטפערן איינע מיט דער צווייטער — אז ער איז מעתיק דעם ווארט "ואלה" דערפאר וואס דער ווארט איז מכריח אז מיט "תולדות יצחק" ווערט געמיינט זיינע קינדער און ניט די מאורעות זיינע:

דאס ווארט "ואלה"

(מיט א וא״ו — המוסיף)

איז "מוסיף על הראשונים" 13 .

דאס הייסט,

אז "ואלה תולדות יצחק" קומט בהמשך צו "ואלה תולדות ישמעאל" וואס שטייט פריער 1 .

קען מען במילא ניט זאגן אז "תולדות יצחק" מיינט זיינע מאורעות — ווארום מיט "תולדות ישמעאל" ווערן דאך געמיינט ניט זיינע מאורעות,

נאר ווי דער פסוק אליין איז מפרש — " בני ישמעאל",

מוז מען דעריבער לערנען,

אז אויך "תולדות יצחק" מיינט זיינע קינדער 15

.

ד.

ס׳איז אבער ניט מובן: דער כלל "ואלה מוסיף על הראשונים"

(אז דאס שפעטער־דערציילטע קומט ווי א הוספה צו פריער)

מיינט דאך,

אז די ביידע ענינים — דאס פריערדיקע און דאס שפעטערדיקע — האבן אן ענלעכקייט צווישן זיך

(ווייל אויב די צוויי זאכן האבן צווישן זיך ניט קיין גלייכקייט,

איז דאך איינע ניט קיין "הוספה",

צוגאב צו דער אנדערער,

נאר ס׳איז א באזונדער זאך).

און וויבאלד אזוי,

איז דאך אויך לויטן פירוש אז "תולדות יצחק" מיינט זיינע קינדער,

איז שווער דער לשון "ואלה"

(בוא״ו המוסיף)

* 15

: די "תולדות ישמעאל" זיינען אלע געווען רשעים 16 ,

אבער אין די "תולדות יצחק" איז דאך געווען אויך יעקב וואס ער איז געווען א צדיק?

ובפרט לויט׳ן סדר בפרש״י,

אז דער ערשטער פון די ״תולדות יצחק״ — דער נאענסטער צו די "תולדות ישמעאל" איז יעקב.

אין מדרש 17

שטייט,

"ולכך תולדת יצחק חסר,

להוציא יעקב מכלל הרשעים".

אבער אין דרך הפשט מוז מען לערנען 18 ,

אז דער ״ואלה״ — ל׳ רבים — באציט זיך צו ביידע תולדות,

אויך צו יעקב׳ן.

איז דאך שווער: וואס איז דער דמיון צווישן יעקב׳ן מיט די בני ישמעאל?

ואפילו אויב מען וועט שוין יע געפינען א דמיון צווישן זיי — איז דאך אבער פארשטאנדיק בפשטות,

אז די עיקר ענלעכקייט צווישן "תולדות יצחק" מיט "תולדות ישמעאל"

(וואס צוליב דעם שטייט "ואלה")

איז מצד עשו׳ן.

ווערט דאך דערמיט שטארקער די דריטע שאלה

(דלעיל ס״ב),

וואס אין דעם פירוש הכתוב "ואלה תולדות יצחק" איז רש״י מקדים יעקב׳ן פאר עשו׳ן.

ה.

לכאורה קען מען זאגן,

אז רש״י איז מקדים יעקב׳ן מצד דעם וואס ער איז געווען א צדיק.

ובדוגמת פרש״י אויפ׳ן פסוק "את שם את חם ואת יפת" 19

— אע״פ אז יפת איז געווען דער עלטסטער 20 ,

ווייל "בתחלה אתה דורש את שהוא צדיק" 21 .

אין אמת׳ן אבער זעט מען,

אז אפילו אין יענעם פסוק גופא רעכנט ער חם פאר יפת — כאטש יפת איז חשוב׳ער פון חם 22 .

איז דאך דערפון געדרונגען 23 ,

אז דאס וואס שם שטייט פריער,

איז עס

(ניט דערפאר וואס אין דעם פסוק רעכנט ער זיי כפי סדר חשיבותם,

נאר)

מצד א טעם מיוחד 24

— אבער בכלל ווערן מענטשן גערעכנט

(אפילו אין יענעם פסוק גופא)

כסדר תולדותם 25 .

און דעריבער איז גלייך נאך שם שטייט חם — וועלכער איז געווען אינגער פון שם 26 ,

בכדי צו שטעלן עכ״פ חם׳ען גלייך נאך שם — כסדר שנולדו 27 .

און וויבאלד אז אין רוב ערטער

(סיידן וואו עס איז דא א ספעציעלער טעם)

ווערן מענטשן גערעכנט כפי סדר תולדותם

[און ווי מען געפינט בנוגע ״תולדות יצחק״ גופא — "ובני יצחק עשו וישראל" 28

: פריער עשו און דערנאך 29

ישראל

(יעקב) 30 ],

איז דאך דערפון פארשטאנדיק,

אז אויב אין פסוק וואלטן געווען אויסגעטייטשט די תולדות יצחק בפירוש,

וואלט געשטאנען "ואלה תולדות יצחק עשו ויעקב".

און וויבאלד אז רש״י איז דא כאילו משלים דעם לשון הכתוב — האט אויך ער געדארפט שרייבן " עשו ויעקב".

ו.

דעם ביאור בכל הנ״ל וועט מען פארשטיין בהקדים דיוק לשון רש״י הנ״ל

(סעיף ב׳)

אויפן פסוק "אלה תולדות יעקב״ — "ואלה של תולדות יעקב,

אלה ישוביהם וגלגוליהם".

דלכאורה:

(א)

די ווערטער "אלה תולדות יעקב" שטייען דאך בפירוש אין פסוק.

האט ער דאך געדארפט שרייבן אין זיין פירוש בלויז "אלה ישוביהם וגלגוליהם כו׳״ — צוליב וואס שרייבט רש״י "אלה של תולדות יעקב"?

(ב)

ווען רש״י חזר׳ט עס שוין איבער — פארוואס שרייבט ער

(בשינוי מל׳ הכתוב)

"ואלה של תולדות יעקב"?

איז דער ביאור אין דעם,

אז מיט די ווערטער "ואלה של תולדות יעקב",

איז רש״י מפרש דעם פסוק: אז די תורה דערציילט דא

[ניט וועגן זאכן וואס האבן פאסירט מיט יעקב׳ן — וואס דאן וואלט אויסגעקומען אז "תולדות יעקב" דא מיינט מאורעות וכדומה — נאר]

זאכן " של " וואס האבן פאסירט מיט ״ תולדות יעקב״ — מיט זיינע קינדער.

ווייל דער פירוש פון "תולדות" אומעטום,

אויך דא,

איז פשוטו כמשמעו 31 .

ז.

עפ״ז איז פארשטאנדיק,

אז דאס וואס רש״י איז דא מעתיק אויך דאס ווארט "ואלה",

איז עס

[ ניט בכדי צו ברענגען א ראי׳ אז "תולדות יצחק" מיינט זיינע קינדער — ווארום אויף דעם דארף מען כלל קיין ראי׳ ניט 32

— נאר]

בכדי צו מדגיש זיין די צוגעפאסטקייט פון דעם ווארט "ואלה" דא,

וואס ווייזט בדרך כלל* 32

אז די שפעטער־דערציילטע זיינען בדומה צו די פריער־דערציילטע 33

:

וואס איז דער דמיון צווישן "תולדות יצחק"

(וואס מיינען אויך יעקב׳ן)

מיט די ״תולדות ישמעאל״?

דאס באווארנט ער מיט זיין לשון "יעקב ועשו",

דורך וועלכן ער דייט אן,

אז דער דמיון פון "תולדות יצחק" איז

( ניט צו די "תולדות ישמעאל ",

נאר)

צו "תולדות אברהם ",

וואס ווערן דערמאנט אין פסוק "

(ויקברו אותו)

יצחק וישמעאל בניו" 34

:

כשם ווי ביי אברהם׳ען זיינען געווען צוויי זין

(וואס זיינען פארבליבן ביי אים 35 ),

און דער עלטערער איז געווען א רשע 36

און דער אינגערער א צדיק — אזוי איז אויך געווען* 36

ביי "תולדות יצחק" 37 .

און היות אז דעם לעצטן מאל וואו דער פסוק דערמאנט אט־די בני אברהם — און וואס די פרשה "ואלה תולדות יצחק"

(ואלה בוא״ו המוסיף)

קומט בהמשך צו דעם פסוק — רעכנט ער יצחק׳ן

(דעם אינגערן און צדיק)

פאר ישמעאל׳ן,

דעריבער רעכנט רש״י

(לויט דעם פי׳ ואלה — ענליך)

אויך ביי די "תולדות יצחק" יעקב׳ן פאר עשו.

ח.

לכאורה קען מען אויף דעם פרעגן:

א)

פאר דער פרשה "ואלה תולדות יצחק",

רעדט זיך ניט וועגן תולדות אברהם,

נאר וועגן תולדות ישמעאל.

איז ווי קען מען זאגן

(ובפרט בפשוטו של מקרא)

אז "ואלה תולדות יצחק" קומט בהמשך צו דער פרשה שלפני פני׳

(תולדות אברהם)

און ניט צו דער פרשה שלפני׳

(תולדות ישמעאל)?

ב)

אפילו אין דער פרשה שלפני פני׳,

ווערן יצחק וישמעאל דערמאנט בלויז דרך אגב,

אז זיי האבן מקבר געווען אברהם׳ען — אבער ניט אז דארט ווערן גערעכנט די "תולדות אברהם".

איז ווי קען מען דאס זאגן,

אז ״ואלה תולדות יצחק״ — וואו עס קומט דער עיקר הסיפור וועגן "תולדות יצחק״ — קומט בהמשך צו "יצחק וישמעאל בניו",

וואס זיי ווערן דארט בלויז דערמאנט און דאס אויך בלויז דרך אגב ?

איז דער ביאור אין דעם: מען געפינט בכמה מקומות,

אז צוויי פסוקים

(ועד״ז פרשיות)

וואס הויבן זיך ביידע אן מיט א וא״ו,

קומען ביידע בהמשך צום פסוק

(אדער פרשה)

וואס פאר זיי ביידן 38

.

אין אנדערע ווערטער: די ביידע פסוקים

(פרשיות)

צוזאמען זיינען א ביאור אויפ׳ן פסוק

(פרשה)

שלפניהם .

און אזוי איז עס אויך בנדו״ד,

אז די פרשה "ואלה תולדות יצחק" צוזאמען מיט דער פריערדיקער פרשה "ואלה תולדות ישמעאל" וואס אויך זי הויבט זיך אן מיט "ואלה"

(בוא״ו),

קומען ביידע בהמשך צו א פרשה וואס פאר זיי ביידן — די פרשה "ויוסף אברהם ויקח אשה גו׳" 39 ,

וכדלקמן.

ט.

דער תכלית פון נשואין איז — להוליד תולדות 40 .

דערפון איז פארשטאנדיק,

אז דער תוכן און דער אויספיר פון פרשת "ויוסף אברהם",

באשטייט אין די תולדות פון אברהם'ען און אז דער פסוק "ויוסף אברהם ויקח אשה" איז נאר א הקדמה צו " ותלד לו" 41 .

לויט דעם פארשטייט מען,

אז אויך "יצחק וישמעאל בניו" וואס ווערן דערמאנט אין דער פרשה פון "ויוסף אברהם",

איז נוגע

[ניט בלויז צו "ויקברו אותו",

נאר אויך]

צום תוכן פון דער פרשה,

צו תולדות אברהם.

און דער המשך הפרשה איז: בתחלת הפרשה רעכנט ער אויס די בני קטורה וואס אברהם האט געבארן נאך ישמעאל און יצחק; דערנאך טיילט ער אפ די "בני הפלגשים"

(וואס אין זיי איז נכלל אויך ישמעאל 42 )

פון יצחק׳ן — אז זיי אלעמען האט אברהם אוועקגעשיקט פון זיך "מעל יצחק בנו" 43

; און גלייך נאך דעם איז ער ממשיך,

אז אעפ״כ איז אויך ישמעאל פארבליבן ביי אברהם׳ען

(ווייל ער האט זיך שפעטער צוריקגעקערט צו אים)

— "ויקברו אותו יצחק וישמעאל בניו"

(אבער פונדעסטוועגן איז ער אויך דאן ניט גלייך צו יצחק׳ן — "ויברך אלקים את יצחק בנו" 44 ).

ובהמשך צו די צוויי סוגים אין תולדות אברהם פון יענער פרשה

[די בני קטורה וועלכע אברהם האט פון זיך אוועקגעשיקט אויף שטענדיק,

און יצחק וישמעאל וועלכע זיינען בסוף ימיו פון אברהם׳ען געווען מיט אים]

— קומען די צוויי פרשיות "ואלה תולדות ישמעאל" און "ואלה תולדות יצחק": די "תולדות ישמעאל" וועלכע זיינען אלע געווען רשעים,

זיינען בדומה צו די בני קטורה; און די "תולדות יצחק — יעקב ועשו",

זיינען בדומה צו "יצחק וישמעאל",

כנ״ל ס״ז.

י.

מען דארף נאך אבער פארשטיין: אמת טאקע,

אז בכדי צו מדמה זיין דעם סדר פון תולדות יצחק צו תולדות אברהם דארף מען מקדים זיין יעקב׳ן פאר עשו׳ן — ווי אזוי קען מען אים אבער מקדים זיין?

עשו איז דאך געבארן געווארן פאר יעקב׳ן,

און דער סדר אומעטום איז צו רעכענען די תולדות לויט זייער עלטער

(וכנ״ל סעיף ה׳)

— איז ווי קען מען זאגן ״תולדות יצחק,

יעקב ועשו״?

איז דאס אין אמת׳ן קיין קשיא ניט: רש״י אליין ברענגט ווייטער 45

א "מדרש אגדה" 46

וואס דרש׳נט דעם פסוק "לפי פשוטו ",

אז "יעקב נוצר מטיפה ראשונה ועשו מן השני׳".

ד.

ה.

אז בלויז ווען רבקה האט זיי געבארן איז עשו געווען פריער,

אבער ביי דער יצירה איז יעקב געווען דער בכור,

און ווי רש״י זאגט "צא ולמד משפופרת" אז "יעקב נוצר ראשונה".

און דעריבער,

אין אונזער פסוק וואו עס רעדט זיך וועגן "תולדות יצחק ",

קען מען שטעלן יעקב׳ן פריער,

ווייל אין יצירה — וואס קומט פון פאטער

(יצחק),

איז יעקב נוצר ראשונה.

נאר צוליב דעם אליין וואלט נאך רש״י ניט מקדים געווען יעקב׳ן,

ווייל אין פסוק שטייט דאך " תולדות יצחק" — און אין לידה ,

איז עשו געווען דער ערשטער 12

; דאס וואס יעקב נוצר מטיפה ראשונה איז בלויז א נתינת מקום,

אז מ׳זאל אים קענען מקדים זיין,

אבער ניט אז צוליב דעם זאל מען זיין מוכרח אים שרייבן פריער.

נאר דער טעם פון רש״י צו זאגן "יעקב ועשו" איז כנ״ל,

בכדי צו מדגיש זיין דעם וא״ו פון "ואלה".

יא.

פון די ענינים פון "יינה של תורה״ אין פירוש רש״י דידן —

ווי דערמאנט פריער

(סעיף א׳ וב׳),

איז אין רמב״ן שטייט " עשו ויעקב האמורים למטה ",

און אין רש״י שטייט " יעקב ועשו האמורים בפרשה".

איז די צוויי חילוקים — זיינען תלוי זה בזה:

ס׳איז ידוע 47

בנוגע צו דעם וואס אין לידה איז געווען עשו דער בכור און אין יצירה איז יעקב געקומען פריער און געווען דער בכור,

אז יעקב און עשו זיינען אויך מרמז אויפן יצר טוב און יצה״ר.

איז אין דער לידה — התגלות ,

קומט 48

דער יצה״ר פריער,

און אין דער יצירה — שרש — איז דער יצר טוב פריער.

און אזוי איז עס אויך בנוגע דעם שרש פון יעקב ועשו — ווי ערקלערט אין קבלה און חסידות — אז דאס איז תהו און תיקון,

איז אין השתלשלות — גילוי,

איז תהו קדם לתיקון,

אבער

(בשורש און)

אין דער כוונה פנימית וואס העכער פון השתלשלות — איז תיקון קדם 49 .

און דעריבער,

בעת מען רעדט וועגן "למטה",

אין וועלט,

איז מען מקדים עשו׳ן

(וכלשון הרמב״ן 50 ).

בשעת מען רעדט אבער וועגן "בפרשה",

ווי ס׳איז אין

(און מצד)

תורה — וואס אורייתא וקוב״ה כולא חד 51 ,

איז מען מקדים יעקב׳ן

(וכלשון רש״י)

— ווארום אין פנימית הכוונה איז דאך "ואוהב את יעקב ואת עשו שנאתי" 52 ,

און במי חפץ 53

במעשיהן של צדיקים דוקא.

(משיחת ש״פ תולדות תשכ״ז)

Reader controls and commentary are loading.