B"H
🏡

Ikar

עמוד 68

א.

דער רמב״ם 1

בשעת ער רעכנט אויס די מצות וועלכע זיינען געווען פאר מ״ת — ביי אדה״ר,

נח,

אברהם,

יצחק,

יעקב און עמרם — שרייבט ער: "ויצחק הפריש מעשר".

און דער ראב״ד קריגט אויף אים און זאגט אז אברהם הפריש מעשר.

זאגן מפרשים 2 ,

אז דער מקור פון רמב״ם׳ס דיעה איז דער פסוק 3

"וימצא בשנה ההיא מאה שערים",

וואס רז״ל 4

זיינען מפרש אז "מדד אותה מפני המעשרות".

און דער מקור לדעת הראב״ד איז פון דעם בפירושן פסוק 5

"ויתן לו מעשר מכל" 6 .

שטעלט זיך די קשיא: וויבאלד אז מען געפינט שוין מעשר ביי אברהם׳ען,

איז פארוואס זאגט דער רמב״ם " ויצחק הפריש מעשר"?

[פאראן מפרשים וואס לערנען אז "ויתן לו מעשר מכל" מיינט ניט אז אברהם האט געגעבן מעשר צו מלכי צדק׳ן 7 ,

נאר אז מלכי צדק האט געגעבן מעשר צו אברהם׳ען 8 ,

װאס דאן איז אברהם געווארן דער כהן".

דאס פארענטפערט אבער נאר וואס דער רמב״ם זאגט ניט "אברהם הפריש מעשר".

ס׳איז אבער קיין תירוץ ניט אויף דעם וואס ער זאגט " ויצחק הפריש מעשר": וויבאלד אז אויך שוין פאר יצחק׳ן האט מען אפגעשיידט מעשר 10 ,

איז ווי קען מען עס רעכענען צווישן די מצות וועלכע זיינען נתחדש געווארן דורך יצחק׳ן?].

מפרשים ענטפערן 11 ,

אז היות ווי מדאורייתא גייען אן מעשרות נאר ביי גידולי קרקע,

איז מוכרח אז "ויתן לו מעשר מכל" וואס שטייט ביי אברהם׳ען,

איז געווען ניט מצד מצות מעשר.

דער תירוץ איז אבער ניט גלאטיק מצד לשון הרמב״ם עכ״פ: וויבאלד אז אברהם אבינו האט מקיים געווען אויך מצות דרבנן 12 ,

און מדרבנן עכ״פ 13

איז דא א חיוב גמור 14

צו געבן מעשר פון אלע פארדינסטן 15 ,

לייגט זיך דאך צו זאגן אז דאס וואט ער האט געגעבן "מעשר מכל",

האט ער עס געטאן אלס די מצות מעשר דרבנן

(נאר ניט בתור מצוה וחיוב לזרעו אחריו).

וויבאלד אזוי,

איז דאד מפורש בתורה אז אברהם הפריש מעשר

(עכ״פ בעצמו — כנ״ל).

האט דער רמב״ם שרייבענדיק " ויצחק הפריש מעשר" געדארפט אנדייטן דעם חילוק פון אברהם׳ען בזה?

דער ביאור אין דעם איז: מיט ״ויתן לו מעשר מכל" וואס ווערט דערמאנט נאר דא,

ווערט געמיינט — לדעת הרמב״ם 16

— אז אברהם האט געגעבן מעשר פון דעם שלל המלחמה וועגן וועלכער עס רעדט זיך דא.

און וויבאלד אז אויסער פון דעם שלל וואס ער האט גענומען במלחמה,

געפינט מען ניט אז אברהם זאל האבן געגעבן מעשר,

איז מסתבר צו זאגן אז אט דער מעשר איז געווען בדוגמת מצות תרומת המכס 17

פון דעם שבי ומלקוח וואס מ׳האט גענומען במלחמת מדין,

וואס די מצוה איז ניט 18

נוהג לדורות.

און דערפאר זאגט דער רמב״ם "ויצחק הפריש מעשר",

ווייל יצחק איז דער ערשטער ביי וועמען מען געפינט אז ער האט אפגשיידט דעם סארט מעשר וואס איז געווארן א מצוה לדורות 19 .

און כאטש אז "קיים אברהם אבינו כל התורה כולה עד שלא ניתנה״ 20

— זעט מען דאך אבער,

אז דער רמב״ם רעכנט דא נאר יענע מצות וואס וועגן זיי ווערט דערציילט בפירוש אין תורה 21 .

ב.

דער חילוק און אויפטו פון די עבודות

(און מצות)

וועלכע שטייען אין תורה ביי יעדן פון די אבות בפירוש,

לגבי דעם וואס קיימו כל התורה י״ל:

א)

די ענינים וואס שטייען בפירוש,

האט יעדערער פון די אבות זיי געטאן מצד זיין ענין.

ד.

ה.

אז די עבודות וואס זיינען מפורש ביי אברהם׳ען זײנען זײ פון קו החסד — מדתו של "אברהם אוהבי"; די עבודות וואס שטייען בפירוש ביי יצחק׳ן זיינען פון קו הגבורה — מדתו של יצחק

(פחד יצחק)

; און די עבודות המפורשות ביי יעקב׳ן זיינען פון קו התפארת — מדתו של יעקב 22 .

משא״כ די אנדערע מצות

(וועלכע שטייען ניט בפירוש),

האבן די אבות מקיים געווען מצד דעם ענין ההתכללות וואס אלע ספירות זיינען כלולות זו מזו 23 .

ב)

די מצות וואס שטייען ביי די אבות בפירוש,

זיי

(בעיקר 24 )

זיינען דער "סימן לבנים" ונתינת כח צו די מצות וואס מיר זיינען מקיים לאחרי מ״ת 25 .

וואס דערפאר ציילט דער רמב״ם ביי אברהם׳ען בלויז מצות מילה און תפלת שחרית — כאטש ער האט מקיים געווען כל התורה כנ״ל — ווייל דוקא די מצות זיינען אויך איצטער זיך מתיחס צו אברהם׳ען

(הגם מקיים זיינען מיר זיי מצד דעם וואס ניתנו למשה מסיני — ניט מצד אברהם׳ען 26 )

— דערמיט וואס ער האט אויף זיי געגעבן די נתינת כח.

ג.

פון כל הנ״ל זיינען פארשטאנדיק צוויי קעגנגעזעצטע ענינים אין "ויתן לו מעשר מכל" וואס תורה דערציילט אויף אברהם׳ען:

א)

אז די נתינת מעשר איז פון קו החסד.

וואס דערמיט איז זי אנדערש פון אונזער הפרשת מעשר וואס שטאמט פון דעם וואס " יצחק הפריש מעשר" וואס

(ככל מעשי יצחק)

איז זי פון קו הגבורה.

ב)

ואעפי״כ,

איז אויך דער מעשר וואס אברהם האט געגעבן,

גיט א געוויסן כח אויף דער מצוה פון הפרשת מעשר וואס מיר זיינען מקיים איצטער,

כאטש אז דער עיקר הנתינת כח אויף דער מצוה איז פון יצחק׳ס הפרשת מעשר.

(ווארום וויבאלד אז אלע

(מצות)

מעשה האבות וואס תורה דערציילט,

זיינען סימן לבנים ,

א נתינת כח צו אונזערע מצות,

און תרומת המכס איז דאך ניט נוהג לדורות,

דארף מען זאגן אז "ויתן לו מעשר מכל" איז א נתינת כח ניט נאר אף א איינמאליגן ענין פון מלחמת מדין און אויף וועלכן עס איז בשעת מעשה געקומען א ציווי מפורש ומפורט,

נאר

(אויך)

אויף אונזער מעשר — הנוהג לדורות).

ד.

דער ביאור בכל הנ״ל איז:

די אלגעמיינע באדייטונג פון מצות מעשר וואס מען דארף געבן צום לוי

(און עד״ז מעשר כספים וואס מען דארף געבן אויף צדקה)

איז — "לה׳ 27

הארץ ומלואה",

אז אלץ וואס א איד פארמאגט געהערט צום אויבערשטן.

און דעריבער דארף ער צום אלעם ערשטן אפגעבן א צענטל — און דער צענטל דארף זיין מן המובחר 28

— צום לוי וואס "הוי׳ הוא נחלתו" 29 ,

און ערשט נאך דעם,

נוצט ער די אנדערע טיילן פאר זיינע אייגענע צוועקן.

די הוראה אבער איז ניט נאר פון מצות מעשר וועלכע מען דארף געבן צום לוי ,

נאר אויך פון מתנות כהונה .

ווי דער חינוך איז מאריך ביי דער מצוה פון בכור 30

— די ערשטע

(וואס שטייט אין תורה)

פון די כ״ד מתנות כהונה — אז דאס איז "למען דעת שהכל שלו".

ס׳איז דאך אבער זעלבסטפארשטענדלעך אז אין מעשר איז דא א הוראה מיוחדת וואס איז ניטא אין מתנות כהונה.

וועט מען עס פארשטיין פון די צוויי קעגנזאצן וועלכע זיינען דא אין דער דאזיקער מצוה:

פון איין זייט זיינען אין מעשר ניט באשטימט קיין גענויע פירות וכדומה — אז דוקא זיי זאל מען דארפן מפריש זיין אלס מעשר און געבן צום לוי

(ניט ווי ביי רוב מתנות כהונה 31

וואס מלכתחילה,

נאך פאר דער נתינה לכהן,

זיינען שוין באשטימט געווארן גענויע

(טיילן פון)

זאכן,

וואס דוקא זיי דארף מען געבן צום כהן).

וואס דאס וויזט,

אז יעדער פרי — וועלכע ס׳זאל ניט זיין

(אויך די וואס ער איז דערנאך מפריש),

געהערט זי

(פריער)

לחלוטין צו די בעלים.

ולאידך גיסא: אויך פאר דער הפרשה איז שוין אויסגעשטעלט א באשטימטער סכום — א צענטל,

ניט מער און ניט ווייניקער,

״אין מעשרין באומד״ 32

— וואס מען דארף געבן צום לוי

(ניט ווי תרומה למשל 33 ,

וואס מדאורייתא האט זי בכלל ניט קיין שיעור,

מען גיט וויפל די בעלים ווילן,

און אפילו מדרבנן,

דארף מען עס געבן באומד 34 ,

ווי דער מענטש שאצש עס אפ).

פון דעם איז מובן אז אין מצות מעשר ווערט ספעציעל אונטערשטראכן דער געדאנק פון "לה׳ הארץ ומלואה" מער ווי אין מתנות כהונה 35

: אז דעם אויבערשטנס בעל־הבית׳שקייט איז אויך אויף דעם אייגנטום וואס געהערט לכאורה אינגאנצן צום מענטשן,

און דאס — אין דער צייט ווען ער געהערט צום מענטשן

(קודם ההפרשה)

; און ניט בלויז אן אלגעמיינע בעה״ב׳שקייט

(אזוי ווי ביי תרומה און דאס גלייכן),

נאר — באופן קבוע ומדוד.

ה.

עפי״ז איז פארשטאנדיק די שייכות פון מעשר צו יצחק׳ס עבודה דוקא:

דער חילוק צווישן דער עבודה פון אברהם׳ען

(קו החסד)

און דער עבודה פון יצחק׳ן

(קו הגבורה)

איז 36

:

אברהם׳ס עבודה איז באשטאנען און המשכה מלמעלה למטה.

ד.

ה.

ער האט ממשיך געווען דעם "מעלה" אין דעם "מטה",

אבער די מציאות פון דעם "מטה" איז ״געבליבן״ למטה ניט אויפגעהויבן.

דאקעגן יצחק׳ס עבודה איז געווען "העלאה מלמטה למעלה",

ער האט אויפגעהויבן דעם מטה און געמאכט אים גופא — מצד זיין ענין — פאר א כלי צו אלקות.

און ווי גערעדט אמאל באריכות 37

דעם טעם וואס יצחק האט זיך פארנומען מיט חפירת בארות,

ווייל דער אינהאלט פון דעם איז: ניט אריינגיסן,

ברענגען מים חיים פון אן אנדער ארט,

נאר אנטפלעקן און ארויפהויבן די מים חיים וואס געפינען זיך אונטן אין דער ערד במקום הבאר .

און דעריבער איז מעשר שייך בעיקר צו יצחק׳ן,

ווייל אויך דער ענין פון מעשר אונטערשטרייכט אז דער אייגנטום פון מענטשן ווי ער איז מצד עצמו

(נאך איידער מען איז מקיים אין אים די מצוה פון הפרשת מעשר)

איז שייך צום אויבערשטן.

עס איז מער ניט,

אז קודם ההפרשה איז די דאזיקע שייכות בהעלם,

און די הפרשה איז מגלה 38

(דעם אויבערשטנס חלק אין זיין אייגנטום)

וואס איז געווען פון פריער

(בדוגמת חפירת בארות,

וואס די חפירה איז מגלה די מים חיים וואס זיינען געווען במקום הבאר פון פריער).

און דאס איז אויך דער טעם וואס מעשר גיט מען צו א לוי,

ווייל אויך לוי איז ענינו העלאה מלמטה למעלה,

בחינת יצחק 39

(ניט ווי כהן וואס ענינו איז המשכה מלמעלה למטה).

ו.

עפ״י הנ״ל וועט מען אויך פארשטיין דעם טעם וואם דער מעשר של אברהם איז געווען בלויז פון מלחמה־שלל,

בדוגמת תרומת המכס ביי מלחמת מדין:

ביי א מלחמה פון צוויי צדדים,

אפילו ווען איין צד איז פיל שטארקער פון צווייטן,

קען מען קיינמאל ניט זיין זיכער ווער עס וועט מנצח זיין.

וואס דערפאר האט מען געזאגט צו בן הדד מלך ארם ״אל יתהלל חוגר כמפתח״ 40

— כאטש אז ארם איז געווען פיל שטארקער

(עפ״י טבע)

פון אידן

(וואס דערפאר האט ער זיך בארימט אז ער וועט מנצח זיין)

— ווייל לפעמים קען דער שוואכערער צד זיך שטארקן און מנצח זיין.

וואס דעריבער איז אלע מאל ווען מען זיגט אין א מלחמה,

אפילו ווען ס׳איז מנצח דער שטארקערער צד,

דארף דער מנצח אפגעבן א ספעציעלן שבח והודי׳ צום אויבערשטן.

עאכו״כ אין פאל ווען דער נצחון איז למעלה מהטבע לגמרי,

אזוי ווי אין דער מלחמה פון אברהם אבינו,

ווען געציילטע מענטשן

(אדער בלויז צוויי מענטשן 41 )

האבן באזיגט פיר שטארקע מלכים 42 ,

און עד״ז אויך ביי מלחמת מדין,

וואס כאטש עס האבן זיך אין איר באטייליקט "שנים עשר אלף חלוצי צבא" 43

— איז די מלחמה געפירט געווארן למעלה מדרך הטבע,

ווייל בדרך הטבע,

איז לא ימלט אז עס זאל ניט שאטן עפעס אויך דעם צד וואם קומט ארויס בנצחון גמור,

און דא,

במלחמת מדין,

שטייט ״ולא נפקד ממנו איש״ 44

— קומט דאך אין אזא פאל גאר א ספעציעלער שבח והודי׳ צום אויבערשטן 45 .

און דאס איז די שייכות פון נתינת מעשר פון שלל מלחמה צו דער עבודה פון אברהם׳ען — המשכת אלקות מלמעלה למטה 46

: וויבאלד אז דעם שלל האט ער באקומען דורך א נס ,

איז דאך דאס ביי אים מלכתחילה

(ניט קיין ענין פון וועלט נאר)

אלקות.

הן אמת אז אויך בשעת מען דאנקט דעם אויבערשטן און מען איז אים משבח פאר א נס,

ווייזט מען דערמיט אז דער אויבערשטער איז א בעל הבית אויך אויף טבע 47

און פירט אן מיט איר 48

[ובפרט נאך ווען דער נס איז מלובש אין טבע 49

— אזוי ווי דער נס וואס איז געווען ביי אברהם אבינו,

וואס ער האט מלחמה געהאט מיט די מלכים],

קומט אבער דער גילוי מצד המשכת האור שלמעלה מהטבע,

ניט מצד הטבע עצמו.

און דעריבער איו דאס מתאים מיט עבודתו של אברהם אבינו "ויקרא גו׳ א־ל עולם",

וואס זיין אויסרופן א־ל עולם — אז וועלט איז אלקות 50 ,

איז עס ביי אים געווען

(ניט מצד "עולם" גופא,

נאר)

בדרך מלמעלה למטה 51.

און דעריבער זאגט דער רמב״ם אז דער מעשר וואס מיר שיידן אפ,

וואס ענינו איז אז דעם מענטשנס אייגנטום מצד עצמו געהערט צום אויבערשטן,

שטאמט ער ניט פון הפרשת מעשר של אברהם אבינו,

נאר פון דעם וואס "יצחק הפריש מעשר",

וואס זיין אפמעסטן די תבואה בכדי צו וויסן וויפל מעשר צו געבן,

איז דאך געווען נאך איידער ער האט געוואוסט וועגן דעם נס אז ס׳איז אויסגעוואקסן הונדערט מאל מער וויפל מען האט גערעכנט.

ואעפי״כ דערציילט אונז תורה אויך וועגן "ויתן לו מעשר מכל" פון אברהם׳ען,

ווייל פון דעם נעמט מען ארויס א ספעציעלע הוראה און נתינת כח אין אונזער נתינת מעשר,

וואס מען קען דאס ניט ארויסלערנען פון נתינת מעשר דיצחק.

ז.

וועט מען עס פארשטיין בהקדים וואס עס שטייט אין פרקי דר״א 52

אויפן פסוק ויזרע יצחק: "וכי יצחק זרע דגן ח״ו,

אלא לקח את כל מעשר ממונו וזרע צדקה לעניים כד״א זרעו לכם לצדקה".

וואס איז אזוי דער וואונדער "וכי יצחק זרע דגן ח״ו?

איז מען מסביר 53

: אזוי ווי די אבות זיינען געווען רועי צאן און האבן געוואנדערט פון איין ארט צום צווייטן,

און זייען דגן קען מען דאך נאר ווען מען געפינט זיך בקביעות אויף איין ארט,

דערפאר איז דער פדר״א מכריח אז "ויזרע יצחק" מיינט ניט "זרע דגן",

נאר "זרע צדקה".

לויט דעם ביאור איז אבער ניט מובן: א)

ס׳איז טאקע דא א הכרח אז יצחק האט ניט געזייט קיין דגן,

וואס איז אבער דערביי אזוי דער געוואלד ביז מ׳זאל דערויף זאגן ״חס ושלום״ 54 ?

ב)

אין מדרש און אין פירש״י 4

אז יצחק האט יע געזייט דגן.

איז דאס פאר זיך אליין — קיין פלא ניט,

ווייל מען געפינט במדרשי חז״ל אין א סך ערטער כמה דיעות חלוקות.

ס׳איז אבער דא א כלל אז עס קענען ניט זיין קיין סברות הפוכות לגמרי 55 .

היינט ווי איז שייך אז לפי דעת המדרש ורש״י האט יצחק יע געזייט דגן,

און לדעת הפדר״א איז עס אזוי ווייט אפגעפרעגט ביז צום זאגן "וכי יצחק זרע דגן חס ושלום "?

נאר דער ביאור אין דעם איז: אויך לויט פרדר״א איז דער פירוש פון "ויזרע יצחק" כפשוטו אז יצחק האט געזייט דגן

(ווארום "אין מקרא יוצא מידי פשוטו״ 56 ).

און מיטן זאגן "וכי יצחק זרע דגן ח״ו אלא כו׳ זרע צדקה" מיינט ער ארויסצוברענגען דעם תוכן און פנימיות פון דעם ״ויזרע״:

אויף די אבות שטייט "הן הן המרכבה 57

שכל אבריהם כולם היו קדושים ומובדלים מעניני עוה״ז..

כל ימיהם 58

״.

איז דעריבער חס ושלום צו זאגן אז דער "ויזרע" ביי יצחק׳ן איז געווען אין תוכן אן ענין פון זריעת דגן 59 .

דערפאר זאגט דער פרדר״א אז "ויזרע יצחק",

וואס בחיצוניות האט ער טאקע געזייט דגן,

איז אין תוך גענומען דאס געווען "זרע צדקה": יצחק האט געדארפט מתקן זיין מעשרות,

און וויבאלד אז מצות מעשר מן התורה איז דוקא פון תבואה און דוקא פון אייגענע תבואה 60 ,

האט ער דעריבער געזייט דגן צוליב מפריש זיין מעשר.

איז עס בכן ניט קיין ענין פון "זרע דגן" נאר ״זרע צדקה״ 61

— "ולא נעשו מרכבה רק לרצון העליון לבדו ״ 58 .

ח.

עפ״י הנ״ל איז פארשטאנדיק די מעלה פון דעם מעשר וואס אברהם האט געגעבן אויף דעם מעשר וואס יצחק האט געגעבן:

דער רכוש וואס אברהם האט געפאנגען בעת דער מלחמה,

איז אויך אין תוכן געווען

(בגילוי 62 )

א גשמיות׳דיקער רכוש.

און דעריבער בשעת אברהם האט געגעבן פון דעם רכוש מעשר צו שם׳ען וואס ער איז געווען "כהן לא־ל עליון " 63 ,

האט ער דערמיט ארויסגעוויזן אז אויך גשמיות׳דיקע ענינים געהערן צום אויבערשטן.

משא״כ ביי יצחק׳ן,

וויבאלד אז מלכתחילה איז זיין זריעה ניט געווען קיין ענין פון "זרע דגן",

איז דאך דורך נתינת מעשר פון דעם סארט דגן ווערט ניט אויסגעדריקט אז אויך גשמיות"דיקע ענינים געהערן צום אויבערשטן.

[ובדוגמת הענין שישנו אין "וכל מעשיך לשם שמים" און "בכל דרכיך דעהו" 64

אויף קיום המצות בדברים גשמיים: דעם דבר גשמי מיט וועלכן מען איז מקיים א מצוה נוצט אים דער מענטש מלכתחילה צוליב דעם קיום המצווה דריקט זיך במילא דא ניט אויס אז גשמיות ממש איז אלקות.

משא״כ די עבודה פון "וכל מעשי ך לשם שמים" און "בכל דרכי ך דעהו",

באווייזט אז אויך זיינע פריוואטע מעשים און דרכים זיינען "לשם שמים" און אין אן אופן פון "דעהו"].

און דאס איז ניט קיין סתירה להנ״ל

(סעיף ה־ו)

אז דוקא יצחק׳ס מעשר דריקט אויס אז אויך וועלט איז אלקות — ווייל אדרבה: דאס איז דער ענין פון "העלאה מלמטה למעלה",

עבודתו של יצחק,

כדלהלן.

ט.

ביי "העלאה מלמטה למעלה",

ווערט אויפגעהויבן דער מטה גופא,

דאס איז אבער אין א תנועה פון העלאה : ער ווערט אויפגעהויבן און גייט ארויס פון זיין נידעריקייט: משא״כ ביי "המשכה מלמעלה למטה",

כאטש די המשכת אלקות אין דעם ״מטה״ איז מלמעלה — ניט מצד אים אליין,

קומט אבער די המשכה אין אים ווי ער געפינט זיך למטה 65 .

און דעריבער,

כאטש אז דער רכוש פון וועלכן יצחק האט געגעבן מעשר איז געווען א נאטירלעכער רכוש

(בידיעתו של יצחק)

און פון דעם מטה האט ער געמאכט א מצוה,

האט ער עם אבער געטאן אין אן אופן פון העלאה ,

אז דער רכוש איז ארויס פון זיין "מטה" און האט זיך אויפגעהויבן צו דער מצוה,

ביז אז דאס איז געווארן זיין גאנצער אינהאלט 66 .

משא״כ ביי דעם מעשר וואס אברהם האט געגעבן,

כאטש אז דער שלל איז געקומען מצד המשכה מלמעלה ,

— דורך דעם נס וואס איז דערביי געווען,

איז אבער די מצוה נמשך געווארן אין דעם רכוש ווי ער איז פארבליבן אין זיין אינהאלט — מטה.

יו״ד.

און דאס איז אויך דער טעם וואס אויף מצות מעשר ווי זי איז געגעבן געווארן צו אונז לאחרי מ״ת דארף מען האבן א נתינת כח

(ניט נאר פון הפרשת מעשר דיצחק,

נאר)

אויך פון הפרשת מעשר דאברהם 67

:

מצות מעשר באדייט דאך,

אז אויך דעם מענטשנס פריוואטע ענינים וועלכע ער טוט מצד טבעו 68

— וואס אויך לאחרי העבודה פון "לשם שמים" און ״דעהו״ פארבלייבן זײ ״מעשי ך ״ און ״דרכי ך ״ 69

— דארפן זיי זיין דורכגעדרונגען מיט אלקות

(וכמובן בפשטות פון דעם וואס פון יעדער רכוש וואס א איד האט,

אויך ווען ער איז אויסן די "גשמיות" דערפון,

דארף ער געבן דערפון א צענטל צום אויבערשטן),

דארף מען דעריבער נעמען דעם כח דערויף פון אברהם׳ען װאס האט געגעבן מעשר פון א רכוש וואס "ענינו" איז "גשמיות".

יא.

נוסף לזה: אויף מצות מעשר שטייט 70

"עשר בשביל שתתעשר",

די כוונה אין נתינת מעשר — בכדי צו ווייזן ווי דורך דער מצוה ווערט מען רייך.

און דער אויבערשטער בעט "ובחנוני נא בזאת"

(טראץ דעם לאו "לא 71

תנסו") 72 ,

ווייל די כוונה ביי מצות מעשר איז צו ארויסווייזן דעם עושר וואם מען באקומט דורך דער מצוה.

און וויבאלד אז די כוונה פון מעשר איז צו באווייזן די השפעה וואט ווערט נמשך מלמעלה דורך קיום המצות,

דעריבער איז זי שייך צו אברהם׳ען וואס זיין ענין איז געווען "ויקרא שם בשם הוי׳ א־ל עולם" כנ״ל,

ארויסרופן און מודיע זיין אז דער אויבערשטער איז דער וואס פירט אן מיט דער גאנצער וועלט און גיט צו יעדן איינעם כל צרכיו בחסד 73 .

(משיחות ש״פ תולדות,

י״ט כסלו וש״פ מקץ תשכ״ה)

Reader controls and commentary are loading.