B"H
🏡

Ikar

עמוד 1087

א.

די גמרא זאגט 1 ,

אז דעם ספר דברים האט משה רבינו געזאגט "מפי עצמו".

זאגט אויף דעם תוספות: "וברוח הקדש".

אין רוח הקודש זיינען פאראן א סך מדריגות.

אויף משה רבינו שטייט 2 ,

"ולא קם נביא עוד בישראל כמשה",

איז מובן,

אז דער רוח הקודש פון משה רבינו איז געווען בתכלית המעלה; דערצו איז דאך ספר דברים,

משנה תורה,

א חלק פון תורה שבכתב איז דאך זיכער אז דאס וואס משה האט געזאגט משנה תורה "מפי עצמו",

מיינט עס ניט צו זאגן אז ס'איז ניט געווען מפי הגבורה חס ושלום 3 ,

ווארום דער רמב"ם פסק'נט 4

דאך,

אז אויב עמעצער זאגט וועגן איין ווארט פון דער תורה,

אז משה רבינו האט דעם ווארט געזאגט פון זיך אליין – איז ער א "כופר",

און מכל־שכן אז ס'איז ניט שייך צו זאגן וועגן א גאנצן ספר פון תורה שבכתב,

אז משה האט אים געזאגט פון זיך אליין.

מוז מען זאגן,

אז "מפי עצמו" מיינט,

אז משה רבינו האט דעם ספר דברים געזאגט מיט רוח הקודש,

ווי אלקות האט זיך אנגעטאן און איז געווארן פאראיינציקט מיט משה'ן,

וכמאמר 5

"שכינה מדברת מתוך גרונו של משה",

וואס דעריבער האט משה געזאגט 6

"ונתתי מטר גו' ונתתי עשב גו'"

(איך וועל געבן כו'),

ווייל דאס האט די שכינה גערעדט פון זיין האלז.

דער חילוק צווישן משנה תורה און די פריערדיקע פיר ספרים איז בלויז אין דעם אופן ווי אזוי זיי זיינען אנטפלעקט געווארן דורך משה רבינו צו אונז: די פיר ספרים,

כאטש אויך זיי זיינען צו אונז געקומען דורך משה'ן

(נאר "אנכי ולא יהיה לך – מפי הגבורה שמענום",

אבער אויף אלע אנדערע תרי"א מצוות שטייט: "תורה צוה לנו משה",

תורה בגימטריא תרי"א) 7 ,

האט זיי אבער משה איבערגעגעבן נאר ווי א שליח 8 ,

מה שאין כן משנה תורה האט משה רבינו אונז איבערגעגעבן ווי ער וואלט עס געזאגט "מפי עצמו",

ניט ווי א שליח,

ווייל די שכינה האט זיך אנגעטאן אין זיין השגה און זיך פאראיינציקט מיט אים,

און גערעדט "מתוך גרונו של משה" 9 .

און על דרך זה איז עס אויך בנוגע אלע חידושי תורה וואס זיינען צו אונז נתגלה געווארן דורך די תנאים ואמוראים און די אלע תלמידי חכמים שבכל דור ודור – וואס זיי ווערן אנגערופן מיטן נאמען "משה" 10

– אז "כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש בתורה הכל נתן למשה מסיני" 11 ,

אז אלע חידושי תורה פון די תלמידי חכמים זיינען געגעבן געווארן צו משה'ן פון דעם אויבערשטן און זיינען דבר הוי' ממש 12 .

ס'איז נאר וואס דער דבר הוי' האט זיך אנגעטאן אין זייער השגה

(ומובן,

אז עס זיינען פאראן כמה חילוקים אין דעם אופן ההתלבשות,

אבער דאס איז אלץ דבר הוי' ממש).

דערפון איז פארשטאנדיק,

אז כשם ווי אין משנה תורה זיינען ניט נאר צוגעקומען נייע ענינים,

נאר עס זיינען אויך ערקלערט געווארן א סך ענינים פון די פריערדיקע ספרים,

וואס אן משנה תורה וואלט מען אויך די ענינים ניט געוואוסט,

אזוי איז עס אויך בנוגע די חידושים און תקנות שבכל דור ודור,

אז אויב מ'היט ניט אפ די תקנות וכו' פון "אתפשטותא דמשה בכל דרא ודרא" 13 ,

איז ניט נאר וואס עס פעלט אין די תקנות וכו' אליין,

וואס זיי זיינען דאך דבר הוי' ממש,

נאר עס פעלט אויך אין די פריערדיקע.

און ווי עס שטייט אין מכילתא אויפן פסוק 14

"ויאמינו בהוי' ובמשה עבדו",

אז דער וואס גלויבט אין רועה נאמן איז כאלו ווי ער גלויבט אין הוי',

און דער וואס רעדט אויף רועה נאמן איז כאלו ווי ער רעדט אויפן אויבערשטן.

ב.

משנה תורה איז געזאגט געווארן צום דור וועלכע זיינען אריינגעקומען אין ארץ ישראל 15 .

קען מען דערמיט מבאר זיין פארוואס האט דאן געדארפט זיין דער סדר פון "מפי עצמו",

דער גילוי אלקות האט געמוזט דורכגיין דורך א ממוצע המחבר: בכניסה לארץ ישראל האט זיך ביי די אידן אנגעהויבן א סדר עבודה פון "ארץ נושבת" 16 ,

פון אנטאן זיך אין דברים גשמיים און זיי מברר זיין.

דעריבער האבן זיי קומענדיק אין ארץ ישראל ניט געקענט מקבל זיין דעם אור אלקי אן א ממוצע,

ווי דאס איז געווען ביים דור המדבר,

וועלכע האבן געקענט נעמען דעם אור אן דער התלבשות פון א ממוצע,

ווייל אין מדבר זיינען זיי געווען אויסגעטאן פון גשמיות 17 .

און אזוי איז אויך שפעטער,

פון דור צו דור: וואס נידעריקער די דורות זיינען געווארן,

אלץ אין מער לבושים האט זיך דער דבר הוי' אנגעטאן

(וואס אין דעם באשטייט דער חילוק צווישן תורה שבכתב

(אפילו משנה תורה)

און תורה שבעל־פה,

תנאים,

אמוראים,

גאונים,

ראשונים און אחרונים).

ווארום בכדי אז דער אור זאל קענען אנקומען צו א נידעריקערן דור,

האט ער געדארפט אראפקומען אין מערער התלבשות.

די אלע חילוקים זיינען אבער בלויז בנוגע לבושים אין וועלכע די תורה האט זיך אנגעטאן,

אבער אין דעם מהות איז ניטא קיין אונטערשייד: אלע חלקי התורה,

פון די ד' ספרים הראשונים ביז די חידושי תורה פון אן אחרון

(אזא וואס איז אנגענומען בתפוצות ישראל) 18

זיינען זיי דבר הוי' ממש,

"וכלם מרועה אחד נתנו" 19 .

מ'האט שוין אמאל גערעדט 16 ,

אז אין דער עבודה בכניסה לארץ ישראל איז פאראן א מעלה אויף דער עבודה אין מדבר,

ווארום דוקא דורך דער עבודה מיט דברים גשמיים נעמט מען עצמות,

ווייל "נתאוה הקדוש ברוך הוא להיות לו דירה בתחתונים" 20 ,

דוקא "בתחתונים"

(התלבשות אין גשמיות)

מאכט מען א דירה לו יתברך,

לעצמותו.

אין מדבר איז די השפעה מלמעלה טאקע געווען אן לבושים: לחם מן השמים,

מים מבארה של מרים וכו',

מה שאין כן אין ארץ ישראל האט זיך אנגעהויבן א סדר פון לבושי הטבע – ס'איז טאקע "וברכך הוי' אלקיך",

אז דער אויבערשטער וועט דיר געבן די ברכה,

דאך איז די ברכה אנגעטאן אין "אשר תעשה" אין דער עשיה בדרכי הטבע – אבער בנוגע דעם מהות פון דער השפעה אלקית,

איז ניט נאר אז אין ארץ ישראל האט זיך אין דעם גארניט געפעלט,

נאר אדרבה,

"טובה הארץ מאד מאד",

דוקא אין ארץ ישראל נעמט מען דעם "מאד מאד" 21 ,

בלי גבול האמתי.

דערפון איז מובן אויך בנוגע תורה.

אז ניט נאר וואס אין משנה תורה פעלט גארניט אין מהות לגבי די פריערדיקע פיר ספרים,

נאר אדרבה,

אין דעם חלק פון תורה שטייט רצון העליון מער בגלוי 22 .

דורך מקיים זיין די הוראות פון משנה תורה ווי עס זאל זיין די אויפפירונג אין ארץ ישראל,

נעמט מען רצון העליון בגלוי.

על דרך זה איז עס אויך בנוגע די חידושי תורה און תקנות פון רבותינו שבכל דור ודור,

אז וואס א דור ווייטער און נידעריקער,

אלץ העכער איז דער אור אלקי אין די חידושים און תקנות פון יענעם דור.

ווארום דוקא דורך מקיים זיין אט־די הוראות און תקנות וועט מען צוקומען צו אלע יעודים ביז צום גלוי פון ולא יכנף עוד מוריך – בביאת המשיח.

(דאס איז אויך מובן פון דעם וואס משנה תורה איז אויך מבאר די פריערדיקע ספרים און טראגט זיי אראפ אז אויך מיר זאלן זיי קענען נעמען כנ"ל: דער כח אויף אראפטראגן נידעריקער – נעמט זיך פון א העכערן ארט).

דאס איז אויך דער רמז אין דעם סיום פון משנה תורה "עד הים האחרון" ואמרו רז"ל 23

"עד היום האחרון": משנה תורה איז,

ווי געזאגט,

דער דבר הוי' ווי ער איז אנגעטאן אין "מפי עצמו" פון משה'ן ואתפשטותא דיליה שבכל דרא און אין די תלמידי חכמים וואס ווערן אנגערופן בשם משה – איז אין דעם סיום פון משנה תורה,

דאס הייסט דורך די לעצטע הוראות פון די חכמים שבדורות האחרונים,

נעמט מען די גילויים וואס וועלן זיין "ביום האחרון",

גילוי דלעתיד.

ד.

די התחלה פון משנה תורה לייענט מען אלע מאל דעם שבת וואס פאר תשעה באב

(אדער בתשעה באב גופא,

ווען ער פאלט אויס אום שבת).

על פי הנ"ל וועט ווערן פארשטאנען די שייכות פון משנה תורה מיט די טעג פון בין המצרים 24

:

דער צמח צדק איז מבאר 25 ,

אז די שבתים פון בין המצרים זיינען אן ענין פון "מקדים רפואה".

ווען די רפואה קומט נאך דער מכה,

איז דאך דא א זמן אז עס איז נאר מכה,

נאר דערנאך איז געקומען די רפואה און האט איר אויסגעהיילט

(אויך נאך דער רפואה פארבלייבט א רושם פון דער מחלה,

און דער מענטש ווערט אנגערופן "חולה שנתרפא"),

מה שאין כן ווען מקדים רפואה למכה,

איז דאך באמתית הענין 26

קיינמאל קיין מכה ניט געווען.

די רפואה איז פריער

(במעלה),

העכער,

און עס איז ניטא קיין נתינת מקום פאר א מכה.

און דאס מיינט אז די שבתים פון בין המצרים זיינען רפואה קודם למכה: די שבתים זיינען אינגאנצן העכער און גיבן ניט קיין ארט צו דעם ענין פון בין המצרים.

און דאס איז אויך פארשטאנדיק: דער שורש פון אלע חטאים איז דער חטא עץ הדעת 27 ,

דער חטא

(היפך פון נר מצוה ותורה אור)

האט געבראכט חושך און לילה אין וועלט,

און פונדעסטוועגן איז "ל"ו שעות שמשה אותה האורה" 28 ,

בשבת בראשית איז ניט געווען קיין חושך – עס איז געווען ליכטיק זעקס און דרייסיק שעה

(פון פרייטיק אינדערפרי ביז מוצאי שבת),

ווייל שבת איז ניטא קיין רושם פון דעם חטא און דעם חושך וואס קומט פון אים.

איז פונקט ווי אין שבת האט ניט אנגערירט דער חטא עץ הדעת,

שורש כל החטאים,

אזוי רירן דארט אויך ניט אן די אלע אנדערע חטאים,

וועלכע נעמען זיך פון חטא עץ הדעת,

במילא אויך ניט חורבן וגלות וועלכע קומען ארויס פון זיי 28* .

דערפאר איז דער דין 29 ,

אז אין די שבתים שבבין המצרים – אויך אין דעם שבת וואס איז אין די ניין טעג,

און אפילו אין דעם שבת אין וועלכן עס פאלט אויס תשעה באב – טאר מען אין זיי ניט נוהג זיין קיין אבילות פון בין המצרים,

אדרבה,

ס'איז א מצוה להתענג 30

ולשמוח 31

בשבת.

ווייל לגבי דער בחינה פון שבת זיינען ניטא קיין מנגדים,

העלמות והסתרים.

נאך מערער: די שבתים שבבין המצרים איז דאך ענינם

(כדברי הצמח צדק)

רפואה

(קודם למכה)

– זיי דארפן היילן די מכה פון חורבן: ס'איז ניט נאר סתם אן ענין פון שבת,

וואס אין זיין דרגא איז ניטא קיין חורבן,

נאר די שבתים קומען און ווערן נמשך אין בין המצרים,

אויף צו מאכן פון זיי א "נחלה בלי מצרים".

דאס הייסט,

אז די שבתים זיינען העכער פון די שבתים פון א גאנץ יאר.

אלע שבתים פון יאר זיינען העכער פון השתלשלות,

און דערפאר רירט אין זיי ניט אן קיין חטא און זיי האבן ניט צו טאן מיט גלות,

אבער די שבתים זיינען אויך א רפואה,

זיי היילן און מאכן איבער דעם בין המצרים,

דעם גלות אליין; זיי זיינען מגלה די פנימיות הענין פון גלות גופא,

ווי ער איז א הכנה צו דער גאולה.

זיי זיינען מעין פון דעם "יום שכלו שבת",

וואס לעתיד וועט מען זאגן "אודך הוי' כי אנפת בי",

אז עס וועט נתגלה ווערן די פנימיות המעלה פון דעם "אנפת",

פון גלות.

און אויך דער ענין ווערט מרומז אין נגלה,

ביז דאס ווערט אויך אויסגעדריקט אין א הלכה: אין די שבתים פון בין המצרים דארף מען מער ווי אין אנדערע שבתים פון יאר,

פארהיטן דעם חשש פון אבילות

(איינער וואס פלעגט בשבת טראגן שטעק־שיך אירעו אבל רחמנא לצלן.

האט ער געפרעגט ביים טאטן,

צי ער מעג טראגן די שטעק־שיך דעם שבת וואס אין דער וואך פון אבילות.

האט אים דער טאטע גע'פסק'נט,

אז ער זאל עס ניט טאן,

בכדי ניט צו געבן קיין ארט פאר א חשש פון אבילות בשבת) 32 .

אזוי ווי אלע ענינים ווערן נמשך דורך תורה,

דערפאר הויבט מען אן צו לייענען דעם ספר דברים,

אין דעם שבת פאר תשעה באב 33 .

דוקא אין דעם שבת,

וואס איז מגלה די פנימיות פון גלות,

לייענט מען דעם ספר דברים,

וואס ענינו – בחיצוניות – איז דברי מוסר אף דער ירידה כו',

אבער דוקא דורך דעם קומט מען צו "עד הים האחרון" – "עד היום האחרון",

בגאולה העתידה על ידי משיח צדקנו,

בקרוב ממש 34 .

(משיחות ש״פ וארא תשי״ב.

ש"פ מטו״מ תשי״ז)

Reader controls and commentary are loading.