B"H
🏡

Ikar

מסעי א

א.

וועגן די מ״ב מסעות שבפרשת מסעי,

זאגט דער בעש״ט 1 ,

אז זיי זיינען אלע פאראן ביי יעדער אידן,

במשך שנות חייו: ״אשר יצאו מארץ מצרים״ - לידת האדם,

דערנאך במשך ימי חייו - שאר המסעות,

ביז ער קומט צו ארץ החיים העליונה.

און כאטש אז צווישן די מסעות זיינען דאך דא מסעות היפך הרצון העליון,

איז לכאורה ווי קען מען אויסשטעלן א סדר אז בחיי כל אחד ואחד מוזן זיין ענינים היפך הרצון?

איז דאס מובן על פי ביאור הבעש״ט,

אז די מסעות מצד עצמם זיינען קדושה,

נאר

(עס איז דאך געגעבן גע־ ווארן בחירה,

איז)

מצד מעשיהם זיינען ארויסגעקומען די ענינים היפך הטוב.

אבער בשעת די בחירת האדם איז ווי עם דארף זיין,

"ובחרת בחיים"

(און מען האט אויך א נתינת כח וסיוע אויף דעם,

ווייל די תורה זאגט דאך אים "ובחרת בחיים"),

דאן זיינען אלע מסעות - עליות מחיל אל חיל בקדושה.

ולדוגמא ברענגט ער דעם מסע פון קברות התאוה,

וואס "שם קברו את העם המתאוים".

איז דער ענין אין קדושה,

ובמדריגה נעלית בקדושה,

א מדריגה וואו ס׳איז ניט שייך קיין תאוה,

ניט נאר וואם בפועל איז ניטא קיין תאוה נאר "קברו גו׳ המתאוים",

אז ס׳איז גארניט בגדר עס זאל זיין שייך תאוה.

נאר מצד התערבות הלעומת זה איז געווארן אין א ציור היפך הטוב.

ע״כ תוכן הביאור.

ומזה בנוגע דעם ענין פון די מ״ב מסעות ווי זיי זיינען בחיי האדם הישראלי: די מסעות און ענינים וועלכע זיינען געווען ביז איצטער,

ווייסט מען דאך שוין וועלכע ענינים מען האט אויסגע־ נוצט לטוב און וועלכע להיפך.

אבער בנוגע מכאן ולהבא,

די מסעות וועלכע ער דארף נאך דורכגיין,

האט ער די בחירה און דעם אנזאג אויסנוצן אלע זיינע מסעות אין דעם קו הטוב.

ובפרט מצד דעם ענין פון ובחרת בחיים,

אילנא דחיי,

פנימיות התורה,

וועלכע איז מגלה דעם טוב פון יעדער ענין און איז מהפך אויך דעם ניט־טוב -לסם חיים.

ב.

די זעלבע זאך איז בנוגע דעם ענין פון בין המצרים

(וואס אין די טעג לייענט מען אלעמאל פרשת מסעי) 2 ,

אז די ענינים וועלכע האבן צוגעבראכט צו בין המצרים,

איז ווען ניט די התערבות פון לעומת זה,

האט מען זיי געקענט אויס־ נוצן אין עבודה נעלית 3

אין קדושה.

וכדוגמת חטא העגל,

וואס ער איז דער שורש פון די אלע חטאים שלאחריו,

איז דאך ידוע 4 ,

אז דער חטא איז געקומען פון דעם וואס אידן האבן זיך מתבונן געווען אין דער מרכבה

(און דעם פני שור שבמרכבה)

בשעת מתן תורה.

קומט דאך אוים,

אז אפילו אזא ענין וואס קען ברענגען צו א חטא גדול ביותר - ביז צום חטא העגל,

איז בשעת ס׳איז ובחרת בחיים,

פארמיידט מען דעם חטא און נאך מער,

מען נוצט אויס דעם ענין אין א מדריגה נעלית בקדושה,

ביז צו התבוננות בהמרכבה און אלפי שנאן וכו׳ - העכער ממה שראה יחזקאל בן בוזי 5 .

און על דרך ווי מיר געפינען ביי ירבעם בן נבט,

וואס בשעת די משנה וויל ברענגען א דוגמא פון אזא איינעם וואס ״חטא והחטיא את הרבים״,

דער־ מאנט זי ירבעם בן נבט,

פונדעסטוועגן זאגט אויף אים די גמרא 6 ,

אז ער האט געלערנט ק״ג פנים בתורת כהנים; "והוא מתכסה בשלמה חדשה ושניהם לבדם בשדה",

ער האט געלערנט צוזא־ מען מיט אחי׳ השילוני און מחדש גע־ ווען אזוינע חידושים אין תורה וואס נאר זיי ביידע האבן עם געקענט 7 .

נאר דורך דער התערבות פון לעומת זה איז עס ביי אים ארויסגעקומען אין קצה היותר הפכי

(ק״ג בגימטריא עגל)

; איז אבער מובן,

אז דורך ובחרת בחיים וואלט ער געקענט דעם זעלבן שכל אויסנוצן אין אן אופן נעלה ביותר.

און אזוי איז עם אויך בנוגע "בין המצרים",

אז די ענינים וועלכע האבן דערצו צוגעבראכט,

איז ווען ניט די התערבות דלעומת זה וואלט פון זיי געקענט ארויסקומען אן ענין נעלה בקדושה.

און אויך נאכדעם ווי דער לעומת זה האט זיך אריינגעמישט,

איז דורך תשובה זדונות נעשים כזכיות -דורך תשובה איז מיד נגאלין,

בגאולה השלימה,

און הימים האלו יהפכו לששון ולשמחה; דורך דעם "בין המצרים" וועט מען צוקומען צו "נחלה בלי מצרים",

וואס עם וועט נתגלה ווערן בקרוב דורך משיח צדקנו.

(משיחת ש״פ מטו״מ תשי״ט)

Reader controls and commentary are loading.