B"H
🏡

Ikar

יום הכיפורים

א.

מ׳האט שוין פיל מאל גערעדט 1

וועגן דעם לשון חז״ל 2

"עשרה ימים שבין ראש השנה ליום הכפורים״ — אז אין דעם לשון זיינען לכאורה פאראן צוויי הפכים: ״שבין 3

ר״ה ליוהכ"פ״ באווייזט 4

אז ראש השנה און יוהכ״פ גייען ניט אריין אין די ימים 5

; פון דעם אבער וואס די גמרא זאגט "עשרה ימים שבין כו׳" איז מוכח,

אז אויך ר״ה ויוהכ"פ גייען אריין אין דעם חשבון פון די עשרה ימים,

ווארום צווישן ר״ה און יוהכ״פ זיינען דאך בלויז זיבן טעג.

וי״ל דעם ביאור אין דעם,

אז אין ר״ה ויוהכ"פ זיינען דא צוויי ענינים:

א)

זייער עיקר ענין

(וואס דאס איז ניט דער ענין התשובה)

: דער ענין עיקרי פון ראש השנה איז — "תמליכוני עליכם",

קבלת מלכותו ית׳ "ובמה בשופר" 6

; און דער ענין עיקרי פון יום הכפורים איז — "עצמו 7

של יום

הכפורים מכפר" 8

(א כפרה מצד דעם עצם טאג,

וואס איז

(נאך)

העכער ווי די כפרה שעל ידי תשובה 9

)

— און מצד דעם זיינען זיי העכער פון די "ימים שבין ר״ה ליוהכ"פ״

(װאס ענינם איז תשובה)

;

ב)

דערנאך איז פאראן אין זיי אויך דער ענין התשובה — צוליב וועלכן זיי אויך ווערן אריינגערעכנט אין די

(עשרת)

ימי תשובה.

[ביז אז מען געפינט,

אז די תשובה פון ר״ה ויוהכ"פ איז אן אנדערער,

א העכערער אופן אין תשובה,

וואס איז ניט פארבונדן

(כ״כ)

מיט דער תנועה פון מרירות,

נאר זי איז

(בעיקר)

א תשובה מתוך שמחה 10 .

לא מיבעי ראש השנה,

ווען מ׳טאר ניט זאגן קיין וידויים כו׳ 11 ,

נאר אפילו ביום הכפורים

(ווען עם איז דא א חיוב להתו־ דות 12 )

— פםק׳נט דער אלטער רבי 13

: "הלובש שק מחמת תשובה צריך לפשטו ביוהכ"פ מפני שהוא יו״ט וצריך לכבדו בכסות נקי׳".

ד.

ה.

אז די תשובה פון

יוהכ״פ טאר ניט זיין בסתירה צום יו״ט שבו,

און דעריבער טאר מען ניט טראגן א "שק מחמת תשובה" 14 ].

ב.

דערמיט וועט מען אניך פארשטיין וואס עס שטייט אין סידור האריז״ל 15

וועגן די

(עשרת)

ימי תשובה,

וז״ל: "מי שיחזור בתשובה גמורה ויתענה בז׳ ימי התשובה נמחל לו כל עונותיו..

יום ראשון מז׳ ימי התשובה ביום א׳ דשבת מתכפרים לו כל עונותיו שחטא ביום א׳ דשבת,

וכן ביום ב׳ כו׳".

ד.

ה.

אז יעדערער פון די שבעת ימי השבוע צווישן ר״ה ויוהכ"פ איז כנגד זיין באטרעפנדן טאג מימי השבוע דכל השנה כולה.

פון דעם איז פארשטאנדיק,

אז די ז׳ ימים זיינען אויסגעטיילט

(אפילו פון ר״ה ויוהכ"פ)

בענין התשובה,

ביז,

אז דוקא אויף זיי זאגט מען אז זיי זיינען כולל אין זיך

(בנוגע לענין התשובה)

כל ימי השנה.

ולכאורה: וואו געפינט מען אז מ׳זאל אויסטיילן "ז׳ ימי התשובה" 16

(פון די עשרת ימי תשובה)?

וע״פ הנ״ל י״ל,

אז דער מקור לזה איז פון דעם לשון חז״ל גופא — "עשרה ימים שבין ר״ה ליוהכ"פ״,

אז די

(ז׳)

ימים ״שבין ר״ה ליוהכ"פ״ זיינען אוים־ געטיילט פון ר״ה ויוהכ"פ דערמיט װאם זיי זיינען מיוחד

(בלויז)

אויף ענין התשובה; משא״כ בר״ה ויוהכ"פ,

װאס

(א)

תשובה איז ניט עיקר ענינם,

(ב)

אויך די תשובה שבהם איז אן אנדער אופן אין תשובה,

כנ״ל.

ג.

מען דארף אבער פארשטיין:

דער רמב״ם פסק׳נט אין הלכות תשובה 17

: אע״פ שהתשובה והצעקה יפה לעולם,

בעשרה ימים שבין ר״ה ויוהכ"פ היא יפה ביותר כו׳

(און אין דער הלכה שלאח״ז איז דער רמב״ם ממשיך:)

יום הכפורים הוא זמן תשובה לכל כו׳ והוא קץ מחילה כו׳ לפיכך חייבים הכל לעשות תשובה ולהתודות ביום הכפורים.

פון המשך לשון הרמב״ם איז מוכח,

אז דער חיוב תשובה ביום הכפורים איז נאך מער ווי אין די פריערדיקע ט׳ הימים — איז ווי שטימט עם מיט הנת־ באר לעיל,

אז דער ענין התשובה איז מער בהדגשה אין די ז׳ ימים לגבי

(ר״ה ו)

יוהכ״פ?

לכאורה וואלט מען געקענט זאגן,

אז דאס וואס עס איז פאראן א חיוב תשובה ביום הכפורים איז עם ניט ווייל יום הכ־ פורים מצד עצמו איז מיוחד לתשובה,

נאר דאס איז

(בלויז)

א תוצאה פון דעם ענין עיקרי

(הנ״ל)

פון יוהכ״פ — "עצמו של יום הכפורים מכפר" 18

: וויבאלד דער רמב״ם פסק׳נט אז ״עצמו של יום הכ־ פורים מכפר לשבים

(דוקא)

" 19 ,

דערי־ בער לייגט זיך א חיוב תשובה אויף כאו״א,

כדי עס זאל קענען זיין דער "עצמו של יום הכפורים מכפר",

די תשובה נעמט אראפ א דבר המונע 20 .

אבער עם איז א דוחק גדול צו מפרש זיין אזוי אין רמב״ם,

ווייל פון פשטות המשך לשון הרמב״ם — "יום הכפורים הוא זמן תשובה לכל כו׳ והוא קץ מחילה כו׳ לפיכך חייבים הכל לעשות תשובה ולהתודות ביום הכפורים״ — איז משמע,

אז דער חיוב תשובה ביום הב־ פורים איז

(ניט א תוצאה פון אן אנדער זאך,

דערפון וואס ״עצמו של יום הכ־ פורים מכפר״ - נאר)

מצד דעם* 20

וואס

"יום הכפורים הוא זמן תשובה" 21

; ביום הכפורים איז פאראן א חיוב תשובה אלם "זמן תשובה" 22

(ניט נאר אלם יום כפרה).

[און דאס איז מתאים צום לשון רבינו יונה הידועה

(בשערי תשובה שלו) 23 ,

אז "מצות עשה מן התורה להעיר אדם את רוחו לחזור בתשובה ביום הכפורים שנאמר 24

מכל חטאתיכם לפני ה׳ תטהרו"].

מוז מען זאגן,

אז אע״פ וואס יוהכ״פ איז טאקע מיוחד

(אויך)

אויף ענין התשובה,

פונדעסטוועגן איז דא א חילוק עיקרי צווישן דער תשובה מיוחדת אין די

(עשרה)

ימים שבין ר״ה ליוהכ"פ און — תשובת יוהכ״פ.

דער חיוב מיוחד ביוהכ"פ "לעשות תשובה ולהתודות" איז ניט פארבונדן מיט דער מעלה מיוחדת

אין דער תשובה פון די עשרה ימים

(וואס "יפה ביותר ומתקבלת היא מיד")

— און ווי ס׳איז אויך מודגש אין חלוקת ההלכות אין רמב״ם: דעם חיוב תשובה ביום הכפורים זאגט ער

(ניט אין דער זעלבער הלכה וואו ער רעדט וועגן דער מעלה פון די עשרת הימים,

נאר)

אין א באזונדער הלכה —

און דערפאר,

ווען מען רעדט וועגן די עשרה ימים שבין ר״ה ליוהכ״ם אלם עשרת ימי תשובה,

איז אדרבה: מען טיילט אויס די ז׳ הימים שבין ר״ה ליוהכ"פ

(מצד דעם וואס זיי זיינען מיוחד לענין התשובה,

כנ״ל),

ווייל דער חיוב תשובה ביום הכפורים איז אן ענין בפ״ע.

בסגנון אחר: דאס וואס די עשרת ימי תשובה זיינען אויסגעטיילט אלם טעג פון תשובה,

איז מצד דעם וואס דעמאלט איז דער אויבערשטער ״בהמצאו..

בהיותו קרוב",

וואס דאס טוט אויף אז די תשובה זאל זיין "יפה ביותר"

(כדלקמן סעיף ד׳),

און בנוגע צו ר״ה ויוהכ"פ דריקט זיף אוים דער "קירוב" צום אויבערשטן אין א העכערן ענין ווי תשובה

(בר״ה "תמליכוני עליכם״,

ויוהכ"פ - "עצמו של יום מכפר")

: דערנאר קומט צו א באזונדער ענין אין יום כיפור - א חיוב צו טא; תשובה

(כפשוטה).

ד.

וועט עם זיין פארשטאנדיק לויטן ביאור בלשון הרמב״ם הנ״ל "יום הכפורים הוא זמן תשובה לכל כו׳״ - דלכאורה תמוה:

דער רמב״ם האט דאר ערשט גע־ זאגט אין דער הלכה שלפנ״ז אז ״אע״פ שהתשובה והצעקה יפה לעולם בעשרה הימים כו׳ היא יפה ביותר כו׳",

און ווי ער טייטשט אפ אז דאס איז

(אפילו)

ביחיד,

וואט דערפון פארשטייט מען אז די אלע עשרת הימים זיינען "זמן תשובה",

ובשמם "עשרת ימי תשובה" 25

— איז ווי זאגט ער גלייד דערנאר אז

(נאר)

"יום הכפויים הוא זמן תשובה"

(פון וועלכן עם קומט אויס אז די עשרה ימים זיינען ניט "זמן תשובה")?

!

וי״ל דעם ביאור בזה:

בכלל איז תשובה א מצות עשה שאין הזמן גרמא.

גלייר ווי מען באגייט א חטא לייגט זיר אויפן חוטא א חיוב צו טאן תשובה

(ווי דער רמב״ם שרייבט אין דער "כותרת" פון הלכות תשובה: מצות עשה ..

שישוב החוטא מחטאו 26 )

; דער חיוב צו טאן תשובה אויף א חטא איז ניט פארבונדן מיט א זמן מיוחד — ס׳איז אין יעדן זמן אויב מ׳האט געטאן א חטא.

און דאס וואס מען זאגט בנוגע די עשרה הימים שבין ר״ה ויוהכ״פ אז זיי זיינען אויסגעטיילט אין ענין התשובה — איז ניט דער פירוש אין דעם אז אין די עשרה ימים קומט צו אין דעם עצם חיוב תשובה 27 ,

נאר או די תשובה אין די טעג איז

(כדיוק לשון הרמב״ם)

"יפה ביותר ומתקבלת היא מיד": וויבאלד אז אין די עשרת הימים איז א מצב פון ״בהמצאו..

בהיותו קרוב" 28 ,

איז איינע פון די תוצאות דערפון,

אז דורד דעם

קומט צו א תועלת

(אויך)

לגבי ענין התשובה,

אז "היא יפה ביותר ומתקבלת היא מיד".

[ויש לומר,

אז מיטן לשון "יפה ביותר" איז דער רמב״ם

(אויך)

מרמז,

אז די תשובה פון עשי״ת איז מיט מער גע־ שמאק און שמחה.

און דאס זאגט דער רמב״ם ״אע״פ שהתשובה ..

יפה לעולם״ — א גאנץ יאר קען עבודת התשובה זיין מתוך שמחה 29 ,

ווארום כאטש תשובה איז פארבונדן מיט דער התעוררות פון חרטה כו׳ מתוך מרירות,

דארף מען אבער בשעת מעשה זיין בשמחה דערפון וואט די נפש איז "שבה אל בית אבי׳ כנעורי'" 30 ,

אבער אין די עשרת הימים איז תשובה "יפה ביותר".

ווארום וויבאלד אז דער אויבערשטער איז ״בהמצאו ..

בהיותו קרוב",

איז דאך די שמחה דערפון וואס מ׳ווערט נעענטער צום אויבערשטן — ביתר שאת וביתר עוז].

דער אויפטו פון יום הכפורים איז אבער,

אז — "יום הכפורים הוא זמן תשובה ..

לפיכך חייבים ..

לעשות תשובה ולהתודות ביום הכפורים": דער זמן פון יום הכפורים איז מחייב תשובה.

ס׳איז ניט

(בלויז)

דער פירוש,

אז דער זמן פון יוהכ״פ מאכט אז די תשובה זאל זיין גרינגער,

העכער ובו׳ — נאר דער זמן שאפט א חיוב תשובה.

[און דער ענין אין יוהכ״פ איז ניט פארבונדן

(דוקא)

דערמיט וואס ער איז פון די עשרה ימים ווען דער אויבער־ שטער איז ״בהמצאו ..

בהיותו קרוב".

ואדרבה: דער ״בהמצאו ..

בהיותו קרוב" ביום הכפורים דריקט זיך אויס אין א העכערן עניו ווי תשובה — דאס וואס ״עצמו של יוהכ״פ מכפר"

(כנ״ל סעיף א)].

ה.

לויט דעם קען מען אויך מסביר זיין דעם גדר החיוב ״לעשות תשובה..

ביום הכפורים״ — דלכאורה איז ניט גלאטיק:

ממה־נפשך: האט מען באגאנגען א חטא,

איז מען מחוייב אין תשובה באיזה זמן שיהי׳

(אינו שייר לחיוב פון יום הכפורים)

; און אויב מ׳האט ניט קיין חטאים — איז בכלל ניט שייך קיין

(חיוב)

תשובה

(מצד יום הכפורים)?

עם זיינען פאראן אחרונים וואס לערנען אז דער חילוק איז: דער חיוב תשובה בכלל האט ניט קיין זמן מסוים,

און דערפאר,

כל זמן דער מענטש לעבט און קען תשובה טאן,

האט ער נאך ניט מבטל געווען די מ״ע פון תשובה

(און נאר ווען מת בלא תשובה איז דאמאלם ביטול מ״ע 31

)

; משא״כ ביוהכ"פ איז דא א מ״ע צו תשובה טאן ביזם זה,

און אויב מ׳טוט ניט תשובה ביוהכ"פ האט מען מבטל 32

געווען די מ״ע 33 .

אבער פון לשון הרמב״ם ״יום הכפורים הוא זמן תשובה לכל ליחיד ולרבים כו׳ לפיכך חייבים הכל לעשות תשובה כו׳ ביוהכ"פ״ — וואס די הדגשה זאגט דער רמב״ם דוקא לגבי דעם חיוב תשובה דיום הכפורים — איז משמע,

אז עם קומט צו א הוספה אין דעם עצם חיוב התשובה,

עם איז אן אנדער חיוב ווי דער חיוב תשובה בכל ימות השנה,

וואס דעריבער איז "יום הכפורים הוא זמן תשובה לכל..

חייבים הכל לעשות תשובה".

ו.

וי״ל ההסברה בזה:

בכל ימות השנה איז דער מצב הגברא

(וואס האט חיטא געווען)

— די סיבה וועלכע שאפט דעם חיוב תשובה אויפן אדם.

ממילא איז ניט שייך צו זאגן אז ״חייבים הכל לעשות תשובה״ — עס ווענדט זיך צי דער אדם איז אין א מצב וואס פאדערט תשובה אדער ניט.

משא״כ ביוהכ"פ איז דער זמן די סיבה אויפן חיוב תשובה,

ובמילא איז עם שייך צו אלעמען — עם איז "זמן תשובה לכל ליחיד ולרבים ..

חייבים הכל לעשות תשובה"; אין דעם חיוב מחמת הזמן איז ניטא קיין הגבלה און עם איז חל אויף "הכל".

— ס׳איז קיין קשיא ניט: סוף־סוף ווי איז פארט שייך צו מחייב זיין "הכל" אין תשובה — תשובה

(כפשוטה)

איז דאך שייך נאר אויב מ׳האט א חטא!

באווארנט עם דער רמב״ם גלייך אין דער הלכה שלאח״ז 34

: "עבירות שהתודה עליהם ביום הכפורים זה חוזר ומתודה עליהן ביום הכפורים אחר אע״פ שהוא עומד בתשובתו שנאמר 35

כי פשעי אני

אדע וחטאתי נגדי תמיד".

און היות אז "אין 36

צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא",

איז דאך אלעמאל דא ארט אויף תשובה פאר יעדן איינעם,

ווייל "וחטאתי

(אע״פ שנתכפר כבר)

נגדי תמיד"

(כשם ווי "חוזר ומתודה עליהן") 37 .

דער חילוק אין דעם איז נאר: ווען די סיבת החיוב לעשות תשובה איז דער מצב

(חטא)

האדם — איז אויב דער אדם האט

(ניט חוטא געווען,

אדער)

שוין תשובה געטאן אויפן חטא

(ער האט עוזב געווען דעם חטא,

וואס דאס "בלבד" איז "מצות התשובה מן התורה" 38 )

איז ניטא

אויף אים קייז חיוב נאכאמאל צו נתעורר ווערן בתשובה על חטא זה

(אע״פ וואט "וחטאתי נגדי תמיד")

;

ביום הכפורים אבער,

וואט דער זמן איז מחייב תשובה,

און עם לייגט זיך א חיוב אויף ״הכל לעשות תשובה״ — איז אויב ט׳איז געווען בחייו אן ענין אויף וועלכן ס׳איז מעגלעד תשובה 39

,

איז מען אין דעם מחוייב,

וויבאלד "וחטאתי נגדי תמיד",

ובמילא איז דאס שייך צו יעדערן - "חייבים הכד לעשות תשובה",

כנ״ל.

ו.

ויומתק ע״פ המבואר אין תניא 40

בעניו "וחטאתי נגדי תמיד",

או אע״פ וואט "כבר עשה תשובה נכונה",

איו בשעת א איד ווערט נתעלה אין א העכערער מדריגה אין עבודת ה׳,

פא-דערט זיך פון אים א "תשובה עילאה יותר".

ועד״ז בעניננו: מצד מעלת היום פון יום הכפורים,

וואט יעדער איד ווערט נתעלה כו׳,

איו אפילו די ענינים אויף וועלכע מ׳האט שוין פריער תשובה געטאן א "תשובה נכונה",

דארף מען ביוהכ"פ האבן א העכערע תשובה.

בסגנון אחר קצת: מצד דעם עלי׳ פון א אידן ביום הכפורים,

פאדערט זיך תשובה אויף ענינים וואט פאר יוהכ״פ

(װען ער איו געווען אין א נידעריקערער מדריגה בעבודת ה׳)

ויינען ויי

(לגבי המדריגה ההיא)

ניט פאררעכנט געווארן ווי חטאים 41 .

כידוע 42

הביאור אין דעם וואס מען זאגט ברכת סלח לנו "בתפילת 43

שמונה עשרה..

ולא קודם התפלה".

ח.

דער ביאור ע״ם פנימיות הענינים אין דעם וואס דוקא יום הכפורים איו "ומן תשובה":

תשובה איו העכער פון דעם גדר פון זמן,

הרהר תשובה ברגעא חדא* 43

-נעשה צדיק גמור 44

(וואס דערפאר איו תשובה ברגעא חדא ממלא כל הפגמים פון משך זמן רב).

דער כח אין תשובה קומט דערפון וואס תשובה איז פאר־ בונדן מיט הקב״ה עצמו

(כמחז״ל 45

אז דוקא הקב״ה האט געזאגט "יעשה תשובה ויתכפר לו").

[ועד״ז בא דעם אדם איז די התעוררות תשובה פארבונדן מיט עצם

נשמתו וואט איז אלעמאל גאנץ 46 ,

און דעריבער ווערט פון דארט נתמלא דער פגם אין דער הארת והתפשטות הנשמה].

נוסף ביום הכפורים:הנ״ל איז נמשך בגלוי מצ״ע אין זמן - "זמן תשובה".

יוהכ״פ פועל׳ט אז אידן זיינען

(כמלאכים 47

-)

העכער פון וועלט.

און דאס קומט אראם אין זמן פון יוהכ״ם,

וואט ווערט אנגערופן אין תורה 48

"אחוז בשנה",

וואט:

(א)

דער פירוש פון "אחת" איז "יחידה",

כדאיתא בתוספות 49 .

(ב)

"יום

אחד" איז

(אין זמן גופא)

א זמן וואס ווייזט אויף העכער פון הגבלה והתחלקות.

כמבואר אין תורה אור 50

דער טעם וואט שבועות איז יום אחד,

ווייל שבועות איז ״זמן קבלת התורה ..

שהוא בחי׳ יחידה שלמעלה מהתחלקות",

עצמו — דער עצם זמן פון יום הכפורים איז א "כלי" אויף ענין התשובה

(שלמעלה מזמן 51 )

— "יום הכפורים הוא זמן תשובה".

(משיחות ש״פ האזינו; ו׳ תשרי תשכ״ז)

Reader controls and commentary are loading.