B"H
🏡

Ikar

תצא ב

א.

די גמרא זאגט 1

: ״כל הנודר אע״פ שהוא מקיימו נקרא חוטא,

אמר ר׳ זביד מאי קרא וכי תחדל לנדור לא יהי׳ בך חטא 2 ,

הא לא חדלת איכא חטא".

אויך לערנט מען אפ 3

פון א גזירה שוה ״חדלה חדלה״ — "כתיב הכא כי תחדל לנדור 4

וכתיב התם 5

שם רשעים חדלו רוגז״ — אז "כל הנודר 6

אע״פ שמקיימו 7

נקרא רשע".

ביידע לימודים ווערן אראפגעבראכט להלכה אין טושו״ע 8

"כל 9

הנודר אע״פ שמקיימו נקרא רשע ונקרא חוטא" 10

דער רמב״ם אבער א)

ברענגט ניט אראפ אין הלכות נדרים די לימודים הנ״ל 11 .

ב)

ברענגט אראפ א דריטען מאמר רז״ל 12

וועגן דעם חסרון פון נודר זיין - בסוף הל׳ נדרים זאגט דער רמב״ם "כל הנודר כאילו בנה במה ואם עבר ונדר מצוה להשאל על נדרו".

וצריך ביאור: פארוואם ברענגט ער ניט די לימודים הנ״ל פון פסוקים,

נאר ״כל הנודר כו״׳ — אויף וועלכן עם ברענגט זיך ניט קיין פסוק 13 ?

אויך דארף מען פארשטיין: דעם ענין,

אז מ׳זאל זיך אפהאלטן פון נודר זיין,

זאגט שוין דער רמב״ם פריער,

אין הל׳ דעות 14 ,

וואו ער רעדט ווי אזוי ס׳דארף זיין הנהגת האדם בכלל בנוגע דברים שבעולם — פון וועלכע מ׳דארף זיך אם־ שיידן און פון וועלכע מ׳דארף ניט — וז״ל: "לפיכך צוו חכמים שלא ימנע אדם עצמו אלא מדברים שמנעתו התורה בלבד,

ולא יהא אוסר עצמו בנדרים ובשבועות על דברים המותרים.

כך אמרו חכמים 15

לא דייך מה שאסרה תורה אלא שאתה אוסר עליך דברים אחרים".

איז ניט גלאטיק: פארוואס ברענגט ער ניט דארטן דעם חסרון אין נדרים דמאמרים הנ״ל,

אז "כל הנודר כו׳ נקרא חוטא

(פושע),

כאילו בנה במה״?

—וואס איז דאך שטרענגער פון דער טענה לא דייך כו׳.

ב.

וועט מען דאם פארשטיין בהק־ דים ביאור דברי הרמב״ם אין דער הלכה הנ״ל: "כל הנודר כאילו בנה במה,

ואם עבר ונדר מצוה להשאל על נדרו כדי שלא יהא מכשול לפניו".

דער מקור פון דער הלכה,

איז דער מאמר פון רבי נתן וואס ווערט גע־ בראכט כמה פעמים בש״ס 16 ,

און ר״נ פירט אוים "והמקיימו כאילו הקריב עלי׳ קרבן" 17 .

איז ניט מובן: פארוואם ברענגט ניט דער רמב״ם אויך דעם סיום פון דעם מאמר וואם ברענגט נאכמער ארויס דעם גודל החטא אויב מ׳איז ניט שואל אויפן נדר

(ובמילא - מקיימו),

אז ווען מ׳איז מקיים דעם נדר 18

- איז כאילו מ׳איז מקריב א קרבן אויף דער במה 19 ?

נאכמער: אין טור ושו״ע" 2

ווערט דאם יע 21

אראפגעבראכט 22

!

דער רדב״ז 23

איז מסביר,

אז דעם המשך המאמר פון ר״נ "והמקיימו כאילו הקריב עלי׳ קרבן" איז דער רמב״ם מפרש באופן זה,

אז "אם הוא ירא שמא יבא לידי מכשול ומקיים נדרו ואינו שואל עליו הוי כאילו הקריב עלי׳ קרבן,

אבל אם ברי לו שלא יבא לידי מכשול אם רצה לקיים יקיים".

אבער ס׳איז לכאורה ניט גלאטיק אזוי צו איינלערנען אין רמב״ם,

א)

פון פשטות לשון הרמב״ם "כל הנודר כאילו בנה במה ואם עבר ונדר מצוה להשאל על נדרו כו"׳ איז משמע,

אז כשם ווי די רישא רעדט וועגן יעדן אופן פון נדר

("כל הנודר"),

אזוי איז אויך דער המשך "אם עבר ונדר",

מיינט דאם בכל אופן,

סיי ביי ״ירא שמא כו״׳ און םײ אויר ביי "ברי לו כו'" 24 .

ב)

ווי קען זיין ברי לו שלא יבוא לידי מכשול — וויבאלד אז אמחז״ל במשנתם 25

"אל תאמין בעצמך",

און זיי האבן געאסרט זיך שטעלן בנסיון 26 .

ג.

לכאורה קען מען דאס פאר־ ענטפערן ע״פ דיוק לשון הרמב״ם "כל הנודר כאילו בנה במה״ - ניט ווי בכמה מקומות בש״ס 27

(ועד״ז אין שו״ע 28 )

וואו עס שטייט ״הנודר״ סתם - וואט יש לומר כוונת הרמב״ם בזה:

דער רמב״ם איז ממשיך ומסיים די הלכה,

אז "ואם עבר ונדר מצוה להשאל על נדרו כו׳ במה דברים אמורים בנדרי איסר אבל נדרי הקדש מצוה לקיימן כו"׳.

פון דעם וואס דער רמב״ם מאכט א חילוק צווישן נדרי איסור און נדרי הקדש נאר ביים צווייטן פאל פון "ואם עבר ונדר",

וואם ביי נדרי איסור איז "מצוה להשאל על נדרו" און "נדרי הקדש מצוה לקיימן ולא ישאל עליהן אלא מדוחק״ — און ניט בנוגע דעם ערשטן פאל פון "כל הנודר"

(מלכתחילה)

— איז מוכח,

אז דער ערשטער ענין

(פון "כל הנודר כאילו בנה במה")

איז ניט בלויז ביי ״נדרי איסר״ נאר אויך ביי "נדרי הקדש".

[און אזוי שטייט בפירוש אין פרישה 29 ,

אז מאמר רבי נתן רעדט אפילו וועגן נדרי צדקה,

ווייל "אף ע״ג שמצוה הוא ליתן צדקה מ״מ כשהוא נודר ומחייב את עצמו בנדר נראה כאילו הוא מוסיף על מצות הש״י כאילו אין הש״י השלים חוקיו במה שציוה אותנו"].

און דערפאר איז דער רמב״ם מדייק ״כל הנודר״ — צו כולל זיין אויך נדרי הקדש 30 .

לויט דעם איז אויר פארענטפערט וואס דער רמב״ם ברענגט ניט דעם המשך פון מאמר ר״נ "והמקיימו כאילו הקריב עלי׳ קרבן": היות אז "כל הנודר כאילו בנה במה" מיינט אויר נדרי הקדש — איז אויב דער רמב״ם וואלט ממשיר געווען "והמקיימו כאילו הקריב עלי׳ קרבן",

וואלט עם דאך געווען בסתירה צום המשר אין רמב״ם "במה דברים אמורים בנדרי איסר אבל נדרי הקדש מצוה לקיימן ולא ישאל עליהן אלא מדוחק שנאמר נדרי לה׳ אשלם".

ווי־ באלד אז ד ער קיום הנדר איז "כאילו הקריב עלי׳ קרבן״ — ווי קען מען זאגן בנוגע לנדרי הקדש "מצוה לקיימן"?

!

[ועפ״ז איז אויר מתורץ וואם דער רמב״ם ברענגט ניט אראפ ״כל הנודר כאילו בנה במה" אין הל׳ דעות,

ווארום דארטן רעדט ער וועגן פרישות פון עניני העולם ונדרי איסור; אבער וועגן נדרי הקדש — רעדט ער ניט דארטן].

עם בלייבט אבער ניט מובן: וויבאלד אז אויר נדרי הקדש זיינען "כאילו בנה במה״ — פארוואס זאגט תורה אז מען זאל איבערלאזן דעם "מכשול לפניו"

(די "במה"),

און ניט אים מבטל זיין,

דורך שואל זיין על נדרו

(ווי ביי נדרי איסור* 30 )?

ד.

ויש לבאר בכל זה:

בהקדם — דעם ענין פון "כאילו בנה במה״ זאגט דער רמב״ם — און אזוי שטייט אין גמרא — נאר לגבי נדרים

("כל הנודר"),

אבער ניט לגבי שבועות

[אע״פ אז בכ״מ אין הל׳ נדרים ברענגט דער רמב״ם זיי צוזאמען 31 ,

"הנודר או הנשבע כו"׳.

נאכמער: אין הל׳ דעות,

וואו דער רמב״ם רעדט

(כנ״ל)

וועגן דעם חסרון פון אסר׳ן אויר זיר דברים המותרים,

איז ער כולל נדרים ושבועות צוזאמען].

און ווי ס׳איז מוכח אין סוף הל׳ שבועות,

וואו דער רמב״ם זאגט: "וטובה גדולה היא לאדם שלא ישבע כלל" און ער איז ממשיך "ואם עבר ונשבע

(ע״ד לשונו גבי נדר בסוף הל׳ נדרים: ואם עבר ונדר)

שיצטער כו"׳.

און ער זאגט ניט אויף דעם "כאילו בנה במה".

דער ראגאטשאווער 32

איז דאם מבאר: "דגבי שבועה דהוא איסור גברא ולא חל האיסור על שום דבר לא שייך לומר כאילו בנה במה 33

דהאיסור הוא השבועה ולא דבר אחר".

די הסברה בזה:

אין דעם טעם הדבר,

פארוואס מ׳זאגט אז דער וואם טוט א נדר איז "כאילו בנה במה",

זאגט דער ר״ן 34

: "נראה בעיני דלהכי מדמינן לה לבונה במה משום דסליק אדעתי׳ דנודר דמצוה קא עביד,

דרחמנא אסרי׳ במילי דאיסורא ואיהו נמי אסר אנפשי'".

און אויף דעם זאגט מען "דטעי,

דאדרבה לבונה במה דמי דנהי דרחמנא אזהרי׳ לאקרובי קרבנות בפנים,

אזהרי׳ דלא לוסיף עלי׳ לבנות במה ולהקריב בחוץ,

ה״נ נהי דרחמנא אסר עלי׳ דברים האסורים כי מוסיף איהו אמאי דאסר רחמנא פשע,

כענין .

שאמרו בירושלמי בפרק פותחין 35

לא דייך במה שאסרה תורה אלא שאתה אוסר עליך דברים אחרים".

דעם צושטעל קען מען טייטשן אויף צוויי אופנים — אין וואם עס באשטייט דער חסרון וחטא הנודר: א)

אין פעולת הגברא,

וואם ער אסר׳ט ענינים וואם די תורה האט זיי ניט גע׳אסר׳ט.

ב)

אין דער חפצא,

אין דעם וואס דורך זיין נדר איז געווארן א חפצא של איסור,

וואם די תורה האט ניט גע׳אסר׳ט.

[בסגנון אחר קצת: צי דער איסור איז מצד הפועל והפעולה,

אדער מצד הנפעל].

און אויך ביי נדרים ליתן צדקה,

ובכלל נדרי הקדש — אע״פ אז דארט ווערט ניט קיין חפצא של איסור,

קען מען לערנען דעם חסרון

(בהמשך לדברי הפרישה 36

הנ״ל ס״ג)

אויף צוויי אופנים

(ע״ד הנ״ל ביי נדרי איסור)

: א)

אז דאס איז מצד דעם עצם נדר — מעשה הגברא,

וואס ער איז מוסיף על מצות השי״ת

(ער איז זיר מחייב בצדקה וכיו״ב)

וואס דער אויבערשטער האט אים ניט מחייב געווען; ב)

דאם איז מצד הנפעל — ס׳איז געווארן א נייע חלות חיוב פון צדקה

(וכיו״ב)

על נכסיו

(ע״ד הנ״ל בנדרי איסור,

אז ער האט אויפ־ געמאכט א חפצא).

ה.

עפ״ז יומתק דיוק הלשון

(הש״ם והרמב״ם)

״כאילו בנה במה״ — ניט ווי אין שו״ע,

וואו דער לשון איז "כאילו בונה במה" 37

שיש לפרשו:

"כאילו בונה במה",

איז מדגיש דעם חסרון אין גברא שעוסק בבני׳ בלתי רצוי׳

(וואס קען אים ברענגען 38

צום איסור הקרבה בבמה 39 )

;

דער רמב״ם זאגט אבער אז דאם איז ״כאילו בנה

(ונעשית מציאות — חם־ צא —)

במה" ער האט אויפגעמאכט א חפצא

(וואם איז א הכשר 38

צו א הקרבה)

אסורה.

לויט דעם איז אויר מדויק לשון הרמב״ם "ואם עבר ונדר מצוה להשאל על נדרו כדי שלא יהא מכשול לפניו".

דלכאורה: לויט דעם פירוש הרדב״ז

(הנ״ל ס״ב) 40 ,

אז דער מכשול איז וואם ער וועט עובר זיין על נדרו,

האט דער רמב״ם געדארפט זאגן "כדי שלא יבוא לידי מכשול" 41 ,

אדער

(ע״ד לשון הגמרא 42 )

"כדי שלא יבוא לידי תקלה",

וכיו״ב.

נאר דערמיט איז דער רמב״ם מדגיש,

אז דאס איז

(ניט מצד הגברא,

אז ער וועט קומען לידי תקלה ומכשול,

נאר א)

התהוות של חפצא,

פון א

("שלא)

יהא מכשול לפניו"; עס 43

ווערט א מכשול לפניו — די חפצא האסור וואם ער האט אויפגעמאכט על ידי נדרו.

און דער טעם וואם דער רמב״ם לערנט אזוי — איז מצד דעם גופא וואם די גמרא זאגט דאם

("כאילו בנה במה")

נאר בנוגע לנדר,

און ניט בנוגע לשבועה: אויב מצד דער מעשה הגברא,

איז דאר עד״ז אויר בנוגע שבועה.

ו.

לויט דעם איז אויך מובן דער חילוק צווישן דברי הרמב״ם אין הל׳ דעות און אין הל׳ נדרים:

אין הל׳ דעות רעדט דער רמב״ם וועגן דעם

(פעולות ה)

גברא,

וואס איז כולל כמה ענינים: אנהויבנדיק פון דער הנהגה כללית של פרישה מדרכי העולם באופן אז "לא יאכל בשר ולא ישתה יין ולא ישא אשה כו׳ וכיוצא בהן",

וואם "דרך רעה היא ואסור לילך בה.

המהלך בדרך זו נקרא חוטא שהרי הוא אומר בנזיר כו׳"; און עד״ז בענינים פרטיים "שלא ימנע אדם עצמו אלא מדברים שמנעתו התורה בלבד" כנ״ל,

וואס אין דעם זיינען נדרים ושבועות בשווה

(ווי דער רמב״ם איז דארטן ממשיך),

ווארום אין דער פרישות הגברא פון "דברים המותרים״ — איז קיין נפק״מ ניט באיזה אופן דאס ווערט געטאן 44

;

משא״כ אין הל׳ נדרים רעדט דער רמב״ם וועגן דעם חסרון מצד דער חפצא,

וואם ער האט אויפגעמאכט א דבר איסור.

דערפאר זאגט ער דוקא דארטן אז "כאילו בנה במה" און ניט ביי שבועות כנ״ל.

און דאס איז אויך דער טעם וואס דער רמב״ם ברענגט דא ניט "כל הנודר אע״פ שמקיימו נקרא חוטא" אדער "נקרא רשע",

ווארום אין הל׳ נדרים רעדט דער רמב״ם נאר וועגן דעם חידוש וענין מיוחד ביי נדרים — והיינו וואס דער נודר מאכט אויף א חפצא של איסור

(און דערפאר "כל הנודר כאילו בנה במה״ כנ״ל),

משא״כ דאס װאם "נקרא רשע" און "נקרא חוטא",

שם ותואר הגברא,

וואם איז ניט קיין ענין מיוחד ביי נדרים,

וע״ד ווי די גמרא 45

זאגט אז "כל היושב בתענית נקרא חוטא".

און תוכן ענין זה

(דעם חטא ביי נדרים מצד הגברא)

ברענגט טאקע דער רמב״ם אין הל׳ דעות,

אז "המהלך בדרך זו

(ער איז זיך פורש פון עניני העולם)

נקרא חוטא",

און בהמשך לזה: "לפיכך צוו חכמים כו׳ ולא יהא אוסר עצמו בנדרים ובשבועות על דברים המותרים כו׳

(ובכלל הזה אלו שמתענים תמיד כו׳ ואסרו חכמים שיהא אדם מסגף עצמו בתענית 46 )

".

ז.

ע״פ כל זה וועט מען אויך פאר־ שטיין דעם חילוק צווישן נדרי איסור און נדרי הקדש:

ביי נדרי איסור,

איז דורך זיין נדר געווארן א חפצא של איסור,

ובמילא האט ער געמאכט א חפצא,

א "מכשול לפניו".

און דעריבער איז "מצוה להשאל על נדרו כדי שלא יהא מכשול לפניו";

משא״כ ביי נדרי הקדש,

האט זיין נדר געשאפן

(ניט א חפצא של איסור,

נאר אדרבה)

א חלות חיוב של צדקה

(וכיו״ב בשאר הקדשות)

; און דעריבער איז די חפצא ניט אן ענין פון "מכשול לפניו" — אדרבה,

ס׳איז א חפצא של מצוה,

"מצוה לקיימן".

און דאס איז אויך דער דיוק אין דעם צושטעל צו "כאילו בנה במה": בנין במה אויב ער בויט עם מלכתחילה ניט צוליב א פעולה אסורה - איז ניט קיין איסור 47 .

ס׳איז נאר א הכשר 48

צו פעולות בבמה וועלכע קענען זיין אן איסור

(הקרבת קרבן)

אדער א מצוה

(מקום כבוד לאביו ורבו,

קריאה בתורה,

אמירת דברי התעוררות ממקום ״גבוה״ - כלשון הכתוב 49

: על הר גבוה עלי לך וגו׳ הרימי בכח קולד גו׳,

וכיו״ב)

או דבר הרשות וסתם.

און דעריבער ברענגט דא ניט דער רמב״ם דעם פסוק מפורש 50

"מוצא שפתיך תשמור ועשית כאשר נדרת",

אז ס׳איז א מ״ע מן התורה ער זאל מקיים זיין נדרו,

ווי דער רמב״ם זאגט פריער 51 ,

נאר וויבאלד ס׳איז ״נדרי לה'" 52 ,

דאס איז

(ניט זיין אייגענער איסור וחיוב,

נאר דאס איז)

געווארן אן ענין לה׳ 53 ,

דעריבער איז -"אשלם".

ח.

בנוגע ענין שהזמ״ג,

ז׳ דנחמתא — דער שבועה 54

פון דעם אויבערשטן אויר אריינברענגען אידן אין ארץ ישראל,

און בכלל אויף דער גאולה 55 ,

איז דאם אן ענין וואם דער אויבערשטער האט מבטיח געווען,

און נאכמער — זיר געבונדן כביכול מיט א שבועה,

און נאכמער: דורך דעם האט זיר דאם אויפגעטאן אין דער חפצא דהעולם — וויבאלד דיבורו של הקב״ה חשיב מעשה,

איז — מצד דער מציאות פון וועלט "מאנט זיח אז אידן זאלן אריינגיין אין ארץ ישראל,

און אז עם זאל קומען די גאולה האמיתית והשלימה ע״י משיח צדקנו.

און דעריבער,

ווי נאר אידן וועלן תשובה טאן איז "מיד הן נגאלין" 56 ,

און עם איז ניט שײר קײנע מניעות ועיכובים ח״ו מצד עפעס אין וועלט,

דאדרבה — וועלט גופא מאנט אז עם זאל קומען די גאולה,

און קומען במהרה בימינו ממש.

(ע"פ שיחת כ״א מנ"א תשד״מ)

Reader controls and commentary are loading.